ראש לימבאו דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ר"ל / געשטארבן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:26 pm

סע מוראדיג ווי די ליבעראלע חברים דא ווערן צורידערט פון דברים של טעם. איינער רעדט שוין יא דברי חכמה רייסט מען איהם אראפ בכל מיני לשונות של גנאי.

לגבי די אנדערע מגיד שיעורים אין די קאר. הענעטי איז זייער גוט פאר די דריטע סדר, שנעל און געשמאק. לעבעדיג, קלאר און גוט.

נאכמיטאג סדר, איז טאקע די ראש מלומבא, זייער גוט אויסגעקנעטן, זאגט דברים ברורים מתובל מיט דברי חכמה.

פאר שיעור עיון, איז דער הנקרא די גרעיט וואן, מארק לעווין, עמוק עמוק, פאנגט אהן יעדע סוגיא פון די שורש און בויט אויס אלע פרטי פרטים. צולייגט די זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט.

אבער ווי זיי אליין זאגן, ראש איז געווען די ערשטע מיטן אנפאנגען א פראגראם וואס רעדט אזוי ווי רוב רובם נארמאלע אמעריקאנע טראכטן כידוע.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:30 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אפגערעדט ווי א גרויסע קאנסערוואטיוו מ'זאל נאר זיין, איז ער א עקעלדיג מענטש.
.

משא"כ אבאמא איז וואס?

# פארטייאישע דאבל סטענדערטס בתפארתו!!
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג פאברואר 04, 2020 9:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:33 pm

IMBZ האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:העננעטי איז נישט אזוי ווי אים?

אוי ביטע

זיי מסביר...

ס'איז ניטאמאל עפל'ס מיט אראנדזשן... איך האב שוין נישט געהערט הענניטי יארן, ער פארקויפט כמעט.. גארנישט. קענסט איינדרימלן אינמיטן אים אויסהערן, אויפשטיין צען יאר שפעטער און וועסט קענען געהעריג מיטהאלטן ווייטער, העסט גארנישט האבן פארפאסט... ער איז א גוטע טעיפ רעקארדער מיט זיינע צוויי דריי ליינס און טאלקינג פוינטס פונקט גוט פאר די רעפובליקאנע קליינקעפיגע נשים אויסצוהערן. ראש איז א מוח א בעל מחדש א קאנאן, קענסט נישט פאראויסזאגן וואס און וויאזוי ער גייט רעאגירן צו די נייעס פונעם טאג.

הענעטי'ס שוי איז טאקע מער ווייניגער אנגעפילט מיט אינטערוויו'ס און געסט. ער פירט בעיסיקילי א טיווי שוי אויפן רעדיא. ער פאר זיך פארקויפט באלד זילטש

העסט כמעט נישט זען א קליגע מענטש אוסהערן העננטי, אלע זיינע אריינריפער זענען פרויען מיט טיפשים,
ער איז בכלל נישט קליג ער איז פינקט גוט פאר זיין פארטיי.
גראדע אויך אן אהב ישראל סדא וואס זאגן ער שטאמט פין אידן
גאנצעטע ארגאניזאציעס פלאגן זיך צו וויסן ווער סהערט וועם און ווער סהאלט וואס, און דו האסט עס אזוי פון ארבל ארויס,
גיב ארויס דעם סוד, וואו האסטו צוטריט צו די אלע אינפארמאציע?

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:38 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:לימבאו פאזיטיוו???? געלעכטער פונעם נאכט...

אוואדי האבן נישט די דעמאקראטן געקענט קאמפיטן...

אנדערש ווי די קאנסערוואטיוון, טוען די דעמאקראטן (נישט לינקע סאציאליסטן, נאר דווקא מעסיגע דעמאקראטן/רעפובליקאנער) געבן זייער שטיצע, פאר איינער וואס זיי האלטן ער איז גוט, זיי נוצן זייער אייגענע שכל וואס דער באשעפער האט זיי געגעבן אליינס צו באשליסן וועם זיי ווילן שטיצן. נישט דורכן אויסהערן א צוהיצטע בריאה פרעדיגן האס אויפן רעדיאו און וואס דער קוקו האלטן פאר קדוש וטהור..

זיי פארשטייען אז מ'קען וואטען פאר איינעם אן אים פרעדיגן. זיי פארשטייען אז מ'קען וואטן פאר איינעם אבער מ'מוז נישט אים נאכגיין אגאנצן לעבן, ועוד...

נישטא קיין שיטה, נישטא קיין מהלך, נישטא קיין ווירדן,
אלעס ווענד זיך וועלכע זייט די ווינט האט היינט פאראורזאכט די צוק...

#און ווער איז די שוטה?
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג פאברואר 04, 2020 9:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:41 pm

קרייסלער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:א מזל מ׳האט אים נישט ארויפגעבענגט אין די בקשו רחמים אשכול...

ווער ס׳הערט אויס לימבאו רעגלמעסיג, הערט זיך אהן מיט ניבול פה!
א רחמנות אויף אונז אז אזא פארשוין באקומט אן עקסטערע אשכול.

די עצם אשכול איז נישט אזא ירידה אין אונזער מצב, נאר ענדערש א התגלות אויף אונזער מצב...

מיי טא סענס.

פון קאנסערוועטיזים ביז ניבול פה איז פאלג מיר א גאנג

זיי ניצן ניבל פה אין זייערע טאלק שויס צו ארויסברענגען די ניבול פון די ליבעראלן,

#זיי האבן מיך נישט געפרעגט פארדעם

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:41 pm

איך זעה אז קיינער האט נאכנישט בארירט זיין כח הליצנות. זייענדיג א באשאנקן מיטן חוש אנצוטרעפן אין פינטל מאכט ער אש און פארעך פון די לינקע ליבעראלן מיט א ליצנותא דע"ז.
ער קען אויך נישט דערליידן די פאליטיקל קארעקטנעס, און די פאלשקייט וואס ליגט דערין, און ווען אסאך האבן אים צוגערעדט צו לויפן פאר אפיס האט ער בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון ווייל ער וועט נישט קענען אויסשרייען זיין מיינונגן כמו שהוא.
איך מיין אז באב גרענט איז געווען א קאנסערוואטיווער טאק שאו האוסט פאר אים אבער ער איז געווען מער גערעגט און געשימפט, מענטשן האבן געהערט וואס ער זאגט אבער מ'איז נישט געווארן אינגאנצן איבערגענומען אזויווי פון ראוש

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:05 pm

בס"ד

די סיבה פארוואס ער איז אנגעקומען אזוי ווייט, און אנגעהאלטן אזא מאסן צוהערער אלע יארן, איז ווי איינער האט שוין פריער געזאגט, וועגן זיין חוש פון "ריין אינטערטעינמענט." זיינע צוהערער "קוועלן" פון אים אויף א פארנעם וואס קיינער אנדערש האט נישט אין די סארט מידיא.

טיפער אביסל איז עס ריין מארקעטינג, ער ווייסט וויאזוי צו דרוקן די קנעפלעך פון זיינע צוהערער זיי זאלן זיך נישט קענען אפרייסן פון די כלי. אפגעזען צי מ'האלט ווי אים פארטייאיש אדער נישט, האט ער זיכער געמאכט אז מען "מוז" אים אויסהערן.

ווען די ליבעראלע האבן אים געוואלט נאכמאכן האט עס נישט געארבייט וועגן צוויי הויפט סיבות, 1) נאכמאכן ארבייט קיינמאל נישט. 2) זיי האבן נישט געכאפט דעם אינטערטעינמענט שבו, נאר געוויינט און געקרעכצט אויף די קאנסערוואטיווע. לימבאו וויינט נישט אויף די ליבעראלן, ער טרייבט פון זיי קאטאוועס, און אזוי קיצלט ער זיינע צוהערער - אפילו די וואס האלטן פארקערט ווי אים.

די וואס פארשטייען די דערמאנטע נקודות נוצן עס למעשה אבער זענען נישט מסביר פאר אנדערע וואס זיי טוען ודו"ק. גוט צו געדענקן ביי מארקעטינג אפילו אין אידיש ודו"ק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:19 pm

מיינע צוויי סענט,
א פעך פין אן אשכול.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:25 pm

טענקס @מזל פארן מיטטיילן עקספערטיז.

וועלקאם בעק @ותיק, דו קומסט דאך אריין אזוי קיוט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Friendly reminder

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:28 pm

די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 04, 2020 12:36 am

יא יא.

לאמיר עס געהעריג שרייבן, ראו מה בין בני לבן חמי.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:28 am

כתמר יפרח האט געשריבן:מיינע צוויי סענט,
א פעך פין אן אשכול.

וועיק אפ ענד סמעל די קאפי, דאס איז וואס די עולם איז אינטערעסירט ווען פון די אנדערע זייט פארקויפט מען מים סרוחים מלא קשיות וסתירות. ליידער האלט מען ביי אזא מצב אז חסידישע יונגעלייט מיו שטריימל בעקישע שעמען זיך נישט צו דיסקוסירן אלע מינע גויאישקייטן, אוו מ'שפירט נאך ווי מ'איז א חלק דערפון. נישט די אשכול איז די פראבלעם ווייל די זאכן קען מען הערן שמועסן אין מקוה, קאווע שטיבל, ביי שמחות א.א.וו.
פאר א גרויס חלק יונגעלייט אינטערעסירט נישט אז רב פלוני האט געמאכט א לוקזעריעזע נסיעה מיט טויזענטע חסידים אדער אז אדמו"ר אלמוני האט באקומען צען טויזענט שעות רצופות דרשה געשאנק, און ביי די גויאישע נייעס שפירט מען מער תוכן. דאס דארף מען אדרעסירן ווייל מיט סתם אפשפארן די אשכול און ווייטעא גיין ווי א בת היענה ווערט די פראבלעם נאר ערגער.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג פאברואר 04, 2020 9:22 am

משיח משיח קום שוין שנעל....
הושענא 'כבושה בגולה', יודעלעך זענען נעבעך שוין אזוי איינגעווייקט אין דעם גוי, כבוש כמבושל... אז ס'יז שוין ממש נותן טעם לפגם, און ס'האט שוין א גרויך.....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

מהיות טוב
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

תגובהדורך מהיות טוב » דינסטאג פאברואר 04, 2020 12:04 pm

צל עובר האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:שוין דייעגנאזט צוויי וואכן צוריק. זאל ער האבן א גאנצע רפואה

רבונו של עולם! פון וועם רעדט מען דא? מען רעדט דאך בסך הכל פון א גוי! פארוואס פארדינט ער א באזונדערן אשכול מיט רפואה שלימה ווינטשן? זענען מיר אינגאנצן אראפ פון זינען?!

ווייל ער האט טראנספארמירט א גרויס חלק אמעריקע.
סוי פאר די וואס זענען א חלק פון די טראנספארמאציע איז ער א גרויסער מענטש.
יעצט זעה איך אז @להודיע ברענגט עס גאר גוט ארויס.
להודיע האט געשריבן:וויאזוי רעדסטו ? דאס איז נישט סתם א גוי, דאס איז דאך אונזער רבי, אונזער חכם וועמען מיר האבן צו פארדאנקן אונזער גאנצע קאנסערוואטיווע ענווייערמענט ביים היימישן ציבור. דער פאנדינג פאדער פון די גאנצע יאסי געשטעטנער יצחק קלאר גערעדאכטס.

מהיות טוב האט געשריבן:בעסער וואלט געווען ווען מבלייבט פאנאטישע ליבעראלן/דעמאקראטן
וואס מהאט געאסרט צו וואטן פאר זיי 50 יאר צוריק?

די מעינסטריעם סאטמארער רבנים פלעגן געהעריג לאזן שטימען פאר זײ.

און את חטאי אני מזכיר, איך פלעג האבן קשיות אויף זיי ביז טראמפיזם האט מיר אויפגעוועקט אפאר יאר צוריק צו דעם קאנסערוואטיוון בלאף.

איך כאפ נישט פינקטליך וואס דו ענטפערסט אןויפן איסור
פון רוב מעינסטריעם רבנים פונם פריערדיגן דור

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

תגובהדורך עם לבבנו » דינסטאג פאברואר 04, 2020 12:37 pm

צל עובר האט געשריבן:
מהיות טוב האט געשריבן:בעסער וואלט געווען ווען מבלייבט פאנאטישע ליבעראלן/דעמאקראטן
וואס מהאט געאסרט צו וואטן פאר זיי 50 יאר צוריק?

די מעינסטריעם סאטמארער רבנים פלעגן געהעריג לאזן שטימען פאר זײ.

און את חטאי אני מזכיר, איך פלעג האבן קשיות אויף זיי ביז טראמפיזם האט מיר אויפגעוועקט אפאר יאר צוריק צו דעם קאנסערוואטיוון בלאף.

אינטערעסאנט צו זעהן די פארשידענארטיגע מהלך המחשבה פון געוויסע מענטשן.

אנשטאט צו שרייבן אז היינט זעהט מען איין ווי גערעכט די אוסרים זענען געווען, וויאזוי די וואס האבן דעמאלס געטענה'ט אז "עס האט נישט מיט אידן" זענען איבערגעצייגט געווארן אומגערעכט, ווען היינט זעהט מען ווי שטארק עס אפעקטירט ר"ל אידן, וויאזוי ביזנעסער מוטשנען זיך, וויאזוי מוסדות ציטערן אז מען זאל חלילה נישט צווינגען מיטצוגיין מיט די אונטערגאנג, אנשטאט זעם זאגט מען אז "היינט האט מען איינגעזעהן" אז קאנסערוועטיזעם איז א בלאף?

עס איז ביי מיר בלי ספק אז ווען מען זאל ווען דעמאלס וויסן צו ואוס מען גייט צוקומען, וואלט נישט געווען קיין איין ערליכע רב וואס זאל האלטן אז מען מעג פאר זיי שטימען.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 04, 2020 3:40 pm

עם לבבנו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מהיות טוב האט געשריבן:בעסער וואלט געווען ווען מבלייבט פאנאטישע ליבעראלן/דעמאקראטן
וואס מהאט געאסרט צו וואטן פאר זיי 50 יאר צוריק?

די מעינסטריעם סאטמארער רבנים פלעגן געהעריג לאזן שטימען פאר זײ.

און את חטאי אני מזכיר, איך פלעג האבן קשיות אויף זיי ביז טראמפיזם האט מיר אויפגעוועקט אפאר יאר צוריק צו דעם קאנסערוואטיוון בלאף.

אינטערעסאנט צו זעהן די פארשידענארטיגע מהלך המחשבה פון געוויסע מענטשן.

אנשטאט צו שרייבן אז היינט זעהט מען איין ווי גערעכט די אוסרים זענען געווען, וויאזוי די וואס האבן דעמאלס געטענה'ט אז "עס האט נישט מיט אידן" זענען איבערגעצייגט געווארן אומגערעכט, ווען היינט זעהט מען ווי שטארק עס אפעקטירט ר"ל אידן, וויאזוי ביזנעסער מוטשנען זיך, וויאזוי מוסדות ציטערן אז מען זאל חלילה נישט צווינגען מיטצוגיין מיט די אונטערגאנג, אנשטאט זעם זאגט מען אז "היינט האט מען איינגעזעהן" אז קאנסערוועטיזעם איז א בלאף?

עס איז ביי מיר בלי ספק אז ווען מען זאל ווען דעמאלס וויסן צו ואוס מען גייט צוקומען, וואלט נישט געווען קיין איין ערליכע רב וואס זאל האלטן אז מען מעג פאר זיי שטימען.

שרייבט איינער וואס פארטיידיגט אז די ליבעראלע קאמען קאור מהלך איז נישט פראבלעמאטיש פאר אידישקייט, מיט א שטארקע קלארקייט. טראץ די שטארקע ראיות מוכיחות פון ראשונים און אחרונים דערקעגן. (איך האב נישט קיין מיינונג אין קאמען קאור, נאר פארלאז זיך בלינד אויף די רבנים, אזוי ווי איך שוין אביסל געזען אז עיני העדה פארשטייען פיין וואס טוצעך אין דעם אנדערן ענין.)

וואס דאס איז א שטיקל סתירה, וואו טראסט מען די עסטאבלישמענט רבנים? און וואו נישט?

דער ענטפער איז ידוע, הא לן, והא להו.

-----------

פאראכטן די תגובה לויט די הערה אז מען האט נישט גע'טענה'ט אז קאמען קאור איז בעצם א גוטע מהלך.

הגם מען האט יא אזוי געשריבן, אבער איך גיי נישט אזוי ווייט יענע דירעקשן, און וועל אי"ה נישט אהערקוואויטן יענע תגובות.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 3:52 pm

צל עובר האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מהיות טוב האט געשריבן:בעסער וואלט געווען ווען מבלייבט פאנאטישע ליבעראלן/דעמאקראטן
וואס מהאט געאסרט צו וואטן פאר זיי 50 יאר צוריק?

די מעינסטריעם סאטמארער רבנים פלעגן געהעריג לאזן שטימען פאר זײ.

און את חטאי אני מזכיר, איך פלעג האבן קשיות אויף זיי ביז טראמפיזם האט מיר אויפגעוועקט אפאר יאר צוריק צו דעם קאנסערוואטיוון בלאף.

אינטערעסאנט צו זעהן די פארשידענארטיגע מהלך המחשבה פון געוויסע מענטשן.

אנשטאט צו שרייבן אז היינט זעהט מען איין ווי גערעכט די אוסרים זענען געווען, וויאזוי די וואס האבן דעמאלס געטענה'ט אז "עס האט נישט מיט אידן" זענען איבערגעצייגט געווארן אומגערעכט, ווען היינט זעהט מען ווי שטארק עס אפעקטירט ר"ל אידן, וויאזוי ביזנעסער מוטשנען זיך, וויאזוי מוסדות ציטערן אז מען זאל חלילה נישט צווינגען מיטצוגיין מיט די אונטערגאנג, אנשטאט זעם זאגט מען אז "היינט האט מען איינגעזעהן" אז קאנסערוועטיזעם איז א בלאף?

עס איז ביי מיר בלי ספק אז ווען מען זאל ווען דעמאלס וויסן צו ואוס מען גייט צוקומען, וואלט נישט געווען קיין איין ערליכע רב וואס זאל האלטן אז מען מעג פאר זיי שטימען.

שרייבט איינער וואס פארטיידיגט די ליבעראלע קאמען קאור מהלך מיט א שטארקע קלארקייט. טראץ די שטארקע ראיות מוכיחות פון ראשונים און אחרונים דערקעגן. (איך האב נישט קיין מיינונג אין קאמען קאור, נאר פארלאז זיך בלינד אויף די רבנים, אזוי ווי איך שוין אביסל געזען אז עיני העדה פארשטייען פיין וואס טוצעך אין דעם אנדערן ענין.)

וואס דאס איז א שטיקל סתירה, וואו טראסט מען די עסטאבלישמענט רבנים? און וואו נישט?

דער ענטפער איז ידוע, הא לן, והא להו.

אוטש...

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

תגובהדורך עם לבבנו » דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:01 pm

וואו האסטו געזעהן איינער "פארטיידיגן די קאמען קאור מהלך"? אז מען שמועסט אויס צו עס איז נגד התורה בעצם, דאס הייסט אויף צו זאגן ווען עס פעלט אויס אז דאס איז וואס מען טוט - ווייל למעשה איז עס קנאפ נפק"מ כידוע ואכמ"ל - מיינט אז מען זאגט דאס איז א "גוטע מהלך"?

און ווידער אז איך צייג דיר א מציאות וואס יעדער בר בי רב דחד יומא זעהט באשענפערליך מיט די אייגענע אויגן, קומסטו צוריק מיט "טראסט"?

און ווי כ'האב צוגענדיגט "עס איז ביי מיר בלי ספק אז ווען מען זאל ווען דעמאלס וויסן צו וואס מען גייט צוקומען, וואלט נישט געווען קיין איין ערליכע רב וואס זאל האלטן אז מען מעג פאר זיי שטימען". ליידער איז די וועלט אזוי נידריג געווארן, אז טייל האבן נאר 30 יאר צוריק זיך נישט געקענט אין בייזן חלום פארשטעלן וואס דא וועט פאסירן ר"ל.

אבער אז דו האסט שוין די ענטפער אויף די פראגע נאך איידער יענער האט א געלעגענהייט צו ענטפערן, און נאך דערצו אויף דעם טאן איז דאך טאקע די שמועס פארטיג.

וכך הוה.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:55 pm

The Daily Beast
Report: Trump Says He'll Give Rush Limbaugh the Medal of Freedom
צעקה בקול דממה דקה

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 7:03 pm

שרייזשע האט געשריבן:The Daily Beast
Report: Trump Says He'll Give Rush Limbaugh the Medal of Freedom

ווער אלץ באקומט אזא מעדאל?

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 7:28 pm

דריידל האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:The Daily Beast
Report: Trump Says He'll Give Rush Limbaugh the Medal of Freedom

ווער אלץ באקומט אזא מעדאל?

פון וויקי:

The Presidential Medal of Freedom is awarded by the president of the United States "for especially meritorious contribution to (1) the security or national interests of the United States, or (2) world peace, or (3) cultural or other significant public or private endeavors". Honorees are selected by the president or recommended to them by the Distinguished Civilian Service Awards Board.[1

עס איז די העכסטע מעדאל וואס א ציווילער קען באקומען
צעקה בקול דממה דקה

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:23 am

איך מיין אז די לימבו חסידים זאלן זיך פארנעמען נישט צי רעדען ביים דאווענען, לרפואתו
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 6:00 pm

לענ"ד קיינער האט נאך נישט געביט דע kind of talk radio באב גרענט, אזוי געשמאק, אינפארמאטיוו, און קלוג איז נאך נישט געווען

אגב געדענק איך ווען ער איז געקומען חנוכה אין סאטמאר ביהמ"ד און אויך באזוכט בבית להבדיל רביה"ק זי"ע, זיך געטראפן נאר מיט די רעבעצין ע"ה

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:25 pm

היסטאריקער האט געשריבן:לענ"ד קיינער האט נאך נישט געביט דע kind of talk radio באב גרענט, אזוי געשמאק, אינפארמאטיוו, און קלוג איז נאך נישט געווען

אגב געדענק איך ווען ער איז געקומען חנוכה אין סאטמאר ביהמ"ד און אויך באזוכט בבית להבדיל רביה"ק זי"ע, זיך געטראפן נאר מיט די רעבעצין ע"ה

העי קום אריין מיט אלע דיטעלס יאר. שטאט בילדער
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re:

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך יוני 03, 2020 12:09 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:לענ"ד קיינער האט נאך נישט געביט דע kind of talk radio באב גרענט, אזוי געשמאק, אינפארמאטיוו, און קלוג איז נאך נישט געווען

אגב געדענק איך ווען ער איז געקומען חנוכה אין סאטמאר ביהמ"ד און אויך באזוכט בבית להבדיל רביה"ק זי"ע, זיך געטראפן נאר מיט די רעבעצין ע"ה

העי קום אריין מיט אלע דיטעלס יאר.אינמיטן די ל'ס שטאט וומסב"ג בילדער ווער האט געכאפט בילדער יענע יארן

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], Majestic-12 [Bot] און 4 געסט