שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:04 am

אזוי צי אזוי אפילו ליידער עס איז געווען געצילט אבער
פארוואס דארף מען עס ארויסברענגען ווען מען קען זאגען עס איז פערצופאל איך האלט עס איז אימאחריותדיג ווייל ה ישמרנו פין אל תפתח פה לשטן ( קאפי קעטס) מען דארף זיי מסביר זיין ביי אזיי פאל ווען מען קען עס תולה זיין אין סתם אינטערוועלט חברה וואס דער פאליציי זיכט שוין לאנג. איז געצילט קעגן מענטשהייט אין נישט רעליגיע
עס קומט פין רשעות אין אן קיין אחריות אויף תוצאה פין אזיי שפראך

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:06 am

וואלונטירן פון חסד של אמת ביי זייער עבודת הקודש אין די גראסערי
צוגעלייגטע
61.JPG
61.JPG (181.89 KiB) געזעהן 1861 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:11 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:%25 פראצענט מוסלמענער אין אמעריקע זענען שווארצע, און %1 פראצענט שווארצע זענען מוסלמענער.
(מקור: וויקיפידיע...)


אזויווי ס'וואוינען היינט אין אמעריקע בערך 3.7 מיליאן מוסלעמענער, שטימט נישט די חשבון נאר אויב 28% אמעריקאנער זענען שווארצע.

די פונקטליכע נומער איז אבער אז בערך א פינפטל פון מוסלעמענער אין אמעריקע זענען שווארצע, וואס קומט אויס בערך 740,000 מענטשן.

צווישן שווארצע אין אמעריקע זענען בערך 1.7% מוסלמענער, און צווישן אנדערע אמעריקאנער איז עס בערך איין פראצענט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:18 am

האדמו"ר מסאטמאר מהר"יי וואס וויילט די טעג אויף אפרוה און נארט מיאמי האט יעצט צופרי געלאנדעט און ניו יארק און ליכט פון די שוידערליכע אטאקע וואס האט באטראפן בני קהילתו

john
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:20 am

יענקעל משה האט געשריבן:האדמו"ר מסאטמאר מהר"יי וואס וויילט די טעג אויף אפרוה און נארט מיאמי האט יעצט צופרי געלאנדעט און ניו יארק און ליכט פון די שוידערליכע אטאקע וואס האט באטראפן בני קהילתו

ווען איז די לוויה?

Programming
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:24 am

דער מעיאר הייסט פילאפף. עפעס שאנסן אז ער איז א קרוב מיט די סאטמארע פילאפ'ס?

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:29 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
גערסי.JPG


איך האב עקספעקטעד א מבול פון אזא סארט מעשיות, אינטרעסאנט עס פארט ארום א בילד פון די נהרג איז משתתף בסעודת יארצייט לע"נ הבת עין, אלא מאי?
בהדי כבשי דרחמנא, יעדער מיט זיינע חלומות און דמיונות, יעדע טראגדיע איז א באדען פאר די אלע בעלי החלומות


אז די באשעפער פירט די וועלט איז ביי דיר חלומות און דמיונות?

אז יעדע באולעט האט אן אדרעס, איז ביי דיר חלומות און דמיונות?

יא! יא! נאך יעדע אזא מעשה קומט אן צעינדליגע מעשות וואס ווייזען אויף נאכאמאל און נאכאמאל אז די באשעפער פירט אלעס צו, פונקט ווער ס'דעמאלטס אנגעקומען אומגעראכטן, און אויכעט ווער ס'דעמאלטס נישט געוועין דארט אומגעראכטן,

און די אלע מעשיות איז א גרויסע חיזוק אונמיטען די טינקלקייט, צו זעין אז די טרגדיה וואלט געקענט זיין אסאך גרעסע רח"ל, און ב"ה די באשעפער האט צוגעפירט אז פונקט זאל דע יונגערמאן נישט זיין דארט.

#אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:31 am

The New York Times · 27 mins agoLIVE
Jersey City Shooting: Suspect Published Anti-Semitic Posts, Official Says
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:40 am

ווער עס האלט אז היות יעצט איז נאך די טראגעדיע פריש טאר מען נישט רעדן פון דאס אדער פון יענץ איז מכובד צו פארלאזן דאס פלאטץ.
אגב, אויב איז אמת אז עס איז געווען א געצילטע אטאקע, זאגט מיין סברה אז זיי האבן געפלאנט צו אטאקירן נאכדעם די חדר און די שול ה"י, נאר היות די ערשטע פאליציאנטן (וואס מזעט אין די ווידעאוס פארוואונדעט) זענען אנגעקומען תיכף אויף די סצענע זענען די מערדער געבליבן פארכאפט אינעם גראסערי,
לויט דעם דארפן די ערשטע פאליציאנטן באקומען א מעדאל און די גאנצע בנין דארף בענטשן הגומל בשם ומלכות (נאכאמאל אויב מיין סברה איז אמת)

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:43 am

דממה דקה האט געשריבן:The New York Times · 27 mins agoLIVE
Jersey City Shooting: Suspect Published Anti-Semitic Posts, Official Says

Who are the suspects

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:49 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:טאקע אינטערסאנט וואס דער מעיאר זאגט, ביז יעצט האט דאס קלאר אויסגעזעהן ווי זיי זענען פשוט אנטלאפן פון די פאליציי.

אבער איין מינוט, אויב זענען זיי סתם אנטלאפן, וואס פאר א אינטערעס זאלן זיי האבן צו הרג'נען די אידן???, פארוואס זאלן זיי נעבעך שיסן די אומשילדיגע אידן אויב נישט טעראר, עס מאכט שוין איינמאל סענס!!!!


שפעקולאציעס איז דא גענוג, מ'קען זאגן אז זיי האבן זיך געוואלט באריקאדירן, און כדי קיינער זאל נישט דרייען א קאפ האבן זיי אויסגעקלינט דאס פלאץ פון דאס מינדערוויכטיגע זאך ביי זיי - לעבנס.

איי פארוואס זאלן זיי פונקט אויסקלייבן די אידישע געשעפט? איז אדער סתם אזוי.. (משמים). אדער האבן זיי באשלאסן אז ווי איידער שיסן נארמאלע גוים איז שוין ענדערש אפאר אידעלעך, אבער עס מוז נאך אלץ נישט זיין אז עס איז געווען א פון פאראויס געצילטע אטאקע.

אבער קען זיין אז עס איז אויך געווען אויף די אגענדע.


איך גלייב נישט אז דער מעיאר וואלט געזאגט זיין באהויפטונג - אז דאס איז געווען געצילט צו אידן - אן דעם וואס ער זאל האבן באווייזן דאס אינטערצושטיצן, ער איז דאך נישט די איינציגסטע וואס אינוועסטיגעיט, די פב"א איז אויך אינוואלווד, און אויב וואלט דאס געווען נישט אמת וואלט ער דאס נישט געזאגט.

אויב מאכט מען שפעקולאציעס, וועל איך אויך שפעקולירן אז זיי האבן טאקע געוואלט גיין אין די שוהל ענדערש ווי אין גראסערי, נאר אזוי ווי די פאליציי האט זיי שוין פריער געזעהן מיט הייס געווער און מען האט זיי קאנפראנטעט, ממילא זענען געלאפן אין גראסערי אין א געיעג צו מאכן זייער שחיטה וואס שנעלער פאר מען כאפט זיי. און די גראסערי איז געווען פאר זיי נענטער צו די האנט ווי דער שוהל

דארף מען נאך ווארטן אויף קלארער באריכטן


די עצם זאך אז מען האט מודיע געווען פאר טראמפ אזוי פרי, און די ווייט האוז האט ארויס געגעבען א סטעיטמענט פרי וכו', ווייזט אז דאס איז מער ווי סתם א לאקאלע שיסעריי, וואס איך גלייב אז מען איז נישט מודיע פאר די פרעזידענט יעדעס מאל וואס אזאנס געשעהט אין אמעריקא

ווען א פאליציאנט ווערט געהרגעט איז עס נאציאנאלע נייעס

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:50 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:און די גאנצע בנין דארף בענטשן הגומל בשם ומלכות (נאכאמאל אויב מיין סברה איז אמת)

האסט געפרעגט א פוסק פארן פסקנען?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:52 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:לויט "דער איד" באריכט רעדט מען דא פון צוויי "שווארצע" פארשוינען, וואס דאס מיינט ווארשיינליך אז עס איז בכלל נישט פארבינדן מיט קיין איסלאמישע טעראר.

והשנית, מען האט זיי דאך אפגעשטעלט צום ערשט צוליב דעם וואס זיי זענען געווען פארבינדן מיט א שיסעריי ענדע פאריגע וואך, איז יענע שיסעריי אויך געווען געצילט קעגן אידן דווקא? איז דארט אויך געווען א טעראר אטאקע?

עס איז אסאך מער מסתבר אז מען רעדט דא פון צוויי אומציוויליזירטע פארשוינען, וואס זענען שוין געווען איבערגעשטרענגט פון גיין ליידיג, און זיי האבן געזוכט אויסצוגעבן זייער תאוה צו רציחה (אזויווי אלע אנדערע שיסערייען יעדע שני וחמישי ברחבי יונייטעד סטעיטס, ווען הונדערטער - אדער גאר טויזענטער - ווערן דערשאסן יערליך). ווען זיי האבן געזעהן אז מען איז אויף זייערע שפורן זענען זיי געלאפן שנעל זיך אויסגעבן צום לעצטן מאל, און זיכער האט די טבעיות'דיגע שנאת ישראל געשפילט א ראלע, און זיי האבן זיך דווקא אויסגעגעבן אויף א אידישע מקום, ליידער.

און פון ווי האבן זיי געוויסט פינקלעך ווי ס'געפינט זיך א אידישע גראסערי?
מאכט מער סענס אז ס'איז געווען אויספלאנירט. ה"י

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

jdn

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:53 am

עלה מות בחלונינו להכרית מרחבות:
כלל ישראל צוטרייסלט און צושוידערט נאך טראגישן מאסן-מארד אין דזשערזי סיטי וואס האט ליידער געקאסט צוויי קרבנות הי"ד

דאס יהדות החרדית פון די גאנצע וועלט האט אויפגענומען מיט שאק און שוידער דער טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט אין היימישן ישוב אין דזשערזי סיטי, ניו דזשערזי, ווען רוצחים זענען בייזוויליג אנגעקומען צום אידישן געגנט, צו באפאלן א כשר'ן געשעפט און אומברענגען אידן רח"ל אינמיטן העלן טאג.

יעדעס אידיש הארץ האט געצאפלט פאר שרעק הערנדיג די ביטערע בשורה אז בלוט-דארשטיגע זענען בייזוויליג באפאלן דעם כשר'ן גראסערי אין צענטער פון היימישן ישוב, א טיר אוועק פונעם צענטראלן בית המדרש און תלמוד תורה, און שיסן הונדערטער קוילן נאכאנאנד אויף יעדן דורכגייער ה' ישמרינו.

די ברוטאלע בלוט-באד האט זיך אנגעהויבן בערך ביי חצות היום, ווען די מערדער זענען אנגעקומען מיט א גע'גנב'טן טרעקל צו 'מארטין לוטער קינג דרייוו'. לויט באריכטן זענען זיי צום ערשט געווען אין א דענעבנדיגן בית הקברות, וואו די פאליציי האט זיי געוואלט ארעסטירן צוליב דראג פארברעכנס.

אנקומענדיג האבן זיי באלד אנגעהויבן צו שיסן יעדער וואס איז זיי געשטאנען אין וועג, זיי האבן זיך אריינגעבראכן אינעם גראסערי מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, עטליכע זענען אנטלאפן און אפגעקומען מיט וואונדן, פילע אנדערע אידן האבן מיט גרויסע ניסים באוויזן זיך צו ראטעווען און אנטלויפן אן קיין שום שאדן. אבער ליידער זענען עטליכע אידן געווען פארכאפט אינעם גראסערי.

דורכאויס די עטליכע שעה ווען דער סיטואציע האט זיך אפגעשפילט, האבן אידן איבער דער גארער וועלט איינגעריסן בתפילות ותחנונים צום בורא כל עולמים אז די פארכאפטע אידן און די תשב"ר פונעם דערנעבנדיגער תלמוד תורה זאלן ארויסגיין אן קיין שאדן און דער שרעק זאל פארבייגיין ווי אמשנעלסטן.

עס זענען אראפגערופן געווארן צו דער סצענע שווערע קרעפטן פון עטליכע שטעט און געגנטער, שווער באוואפנטע באמב-סקוואד, סוואט-טיעמס און פעדעראלע אגענטורן. די פאליציי האבן פון פריער אריינגעשיקט א ראבאטישן דראון צו פארזיכערן אז עס איז שוין נישטא קיין געפאר אין געשעפט, נישט קיין אקטיווע שיסער און נישט קיין באמבעס, און נאר דערנאך האבן זיי זיך אריינגעריסן אינעם גראסערי און אנטדעקט דעם גרויזאמען בלוט-באד.

נאך עטליכע שעה האט זיך דער סיטואציע אויסגעקלארט אז עס האט ליידער געקאסט די לעבנס פון צוויי היימישע קדושים מושלכים באש, הבחור החשוב משה צבי דייטש ע"ה, און האשה החשובה לאה מינדל פערענץ ע"ה, השם יקום דמם. כלל ישראל באוויינט די אומשולדיגע קרבנות וועלכע זענען פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן פון זייערע משפחות אויף אזא שוידערליכן פארנעם. ווי אויך זענען אומגעקומען א נישט-אידישער ארבעטער אינעם געשעפט און א פאליציי אפיציר פון געגנט.

עס איז נישט פארהאן די ווערטער צו טרייסטן די באטראפענע פאמיליעס, נאר דער רבוש"ע, דער מנחם ציון וירושלים וועט זיי קענען טרייסטן און זיי ארויסנעמען פון זייער קלעם. דער שומר ישראל זאל זיך מרחם זיין און באשיצן כלל ישראל פון אלע געגנטער איבער די וועלט, האומרים שמע ישראל. מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צום פסוק "ונקיתי דמם לא נקיתי וה' שוכן בציון", מיט די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:53 am

דממה דקה האט געשריבן:The New York Times · 27 mins agoLIVE
Jersey City Shooting: Suspect Published Anti-Semitic Posts, Official Says

דאס איז א שוואכע ראיה אז מען האט געצילט דאס געשעפט. איך זאג נישט אז עס זענען נישט דא ראיות להיפך, אבער ביזדערווייל קוקט אויס ווי די פאליציי איז באגאנגען אן עוולה.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

משהלע
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:54 am

*BREAKING - SUSPECTS IDENTIFIED*

The two people who stormed a kosher grocery store in Jersey City with rifles, killing three people inside and also murdering a veteran detective, have been identified as David Anderson and Francine Graham, four law enforcement sources familiar with the case confirmed to NBC4.

Three sources say Anderson was a one-time follower of the group, the Black Hebrew Israelite movement. There was a note with religious writings in the U-Haul he and Graham allegedly drove to the scene. Officials also said there were online postings connected to Anderson's social page with anti-police and anti-Jewish writings. Investigators are looking to see if Anderson himself posted that material.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:55 am

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (101.2 KiB) געזעהן 1143 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (72.58 KiB) געזעהן 1143 מאל

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:00 am

בעריש'ל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:The New York Times · 27 mins agoLIVE
Jersey City Shooting: Suspect Published Anti-Semitic Posts, Official Says

דאס איז א שוואכע ראיה אז מען האט געצילט דאס געשעפט. איך זאג נישט אז עס זענען נישט דא ראיות להיפך, אבער ביזדערווייל קוקט אויס ווי די פאליציי איז באגאנגען אן עוולה.

וואספארא עוולה?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:02 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:ווער עס האלט אז היות יעצט איז נאך די טראגעדיע פריש טאר מען נישט רעדן פון דאס אדער פון יענץ איז מכובד צו פארלאזן דאס פלאטץ.
אגב, אויב איז אמת אז עס איז געווען א געצילטע אטאקע, זאגט מיין סברה אז זיי האבן געפלאנט צו אטאקירן נאכדעם די חדר און די שול ה"י, נאר היות די ערשטע פאליציאנטן (וואס מזעט אין די ווידעאוס פארוואונדעט) זענען אנגעקומען תיכף אויף די סצענע זענען די מערדער געבליבן פארכאפט אינעם גראסערי,
לויט דעם דארפן די ערשטע פאליציאנטן באקומען א מעדאל און די גאנצע בנין דארף בענטשן הגומל בשם ומלכות (נאכאמאל אויב מיין סברה איז אמת)


פארלאזן דאס פלאץ וועט נישט העלפן.

מיין חבר פארציילט מיר אז נעכטן אינמיטן דיגאנצע דראמע האט ער געדארפט דיעלן מיט א פרעמדער אינגערמאן אויפן טעלעפאון, יענער זאגט אים אינמיטן "האסט אוודאי געהערט וואס טוט זיך אין דזשערסי סיטי?" ענטפערט צירוק מיין חבר "אוודאי איך האב דארט א שוואגער וואס וואוינט דארט" פרעגט יענער צירוק ווער? ענטפערט מיין חבר משפחת ג., יענער געט תיכף א שפרינג אויף: "זיין ווייב איז אווער!!!..."

שומו שמים וואס שפעקולאציעס טוען.

נעכטן זאגט מיר מיין ב"ב אינגאנצן אויפגעשטורמט אז דאס איז געווען א געצילטע אטאקע (#מאנסי טרענד) פרעג איך איר פון ווי ווייסטו? די תי' איז געווען א עסקן אויף קול מבשר זאגט אזוי, נו דארף מען עס באשטעטיגן, קאל איך אן קול מבשר, אויף אינטערוויאו זאגט יענער 'ער האלט(...)' אז דאס איז זיכער געווען א געצילטע זאך.......

רבותים! גענוג מיט די שפעקולאציעס!! האלט'ס עפעס?? 'האלט עס ווייטער ביי דיר אין בויך! וואס איז דאס אנדרייען א שטאט מיט דיינע בויך סברות? אויף וועמענס אחריות ארויסלאזן א נאמען אומבאשטעטיגט? וואס איז דאס אנזייען טעראר אין א יושב ווייל די האלט'סט אז דאס איז זיכער אנסיטעמיטיזם/טעראר/געצילט וכדו'? איר ווייסט וויפיל משפחות האבן געציטערט איבערצושלאפן די נאכט אין דזשערסי סיטי אין ליכט פון די אלע סברות כרסיות?? אויף וועמענס אחריות?

גענוג און גענוג! ביטע נישט אויסברעכן ברבים אייגענע מיינונגען וואס קען שאטן לעולמי עד פאר א צווייטן, און די עצה דערפאר איז נישט צו פפארלאזן דאס פלאץ ווייל די שמועות לויפן נאךדי אלע באטרעפענדע אפי' זיי וועלן זיך נישט דא דרייען.

ניין, איך גיי נישט זאגן נעם אנשטאט דעם ארויס א תהלים'ל, מאך א קבלה טובה וכדו', דאס לאז איך פאר א צווייטן, איך רעדט פשוט וועגן מענטשליכקייט.

והוא רחום יכפר עון

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:03 am

ס'איז למעשה זייער אויפפאלנד אז זיי האבן געפארן עטליכע גאסן און זיך נישט אפגעשטעלט נאר ביי דעם פיצעלן געשעפט, הלא דבר הוא. ניין? קען זיין די פאליציי וואלט זיי געקענט אראפהאלטן, אבער ס'שיינט זייער שטארק אז זיי האבן ליידער געקומען מיט א פלאן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:08 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:i'm on the roof direct across the store I see 1 person down and what it looks like a coffee pot on top of him,
-

we saw 2 ppl come out from the van and go into the store, 1 black male and 1 black female


די ביסט געוועהן אויפן סצענע אין דזשוירזי סיטי פון די ערשטע מינוטן?
ביסטו שוין געקומען צו זיך?

אפשר קענסטו מיטטיילען מיט אונז אלע, נאך פאקטען וואס דיינע אויגן האבן געזעהן...


איך מיין ער שרייבט וואס די פאליס רעדט אויפן ראדיא.

that's correct, סיז אבער געווען גאנץ שרעקעדיג

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:08 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'איז למעשה זייער אויפפאלנד אז זיי האבן געפארן עטליכע גאסן און זיך נישט אפגעשטעלט נאר ביי דעם פיצעלן געשעפט, הלא דבר הוא. ניין? קען זיין די פאליציי וואלט זיי געקענט אראפהאלטן, אבער ס'שיינט זייער שטארק אז זיי האבן ליידער געקומען מיט א פלאן.

אודך שפעקולאציעס

סא יעדער דארף פון היינט אין ווייטער ציטערן צו גיין צו דעם געגנט ווייל מען צילט אונז?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:12 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'איז למעשה זייער אויפפאלנד אז זיי האבן געפארן עטליכע גאסן און זיך נישט אפגעשטעלט נאר ביי דעם פיצעלן געשעפט, הלא דבר הוא. ניין? קען זיין די פאליציי וואלט זיי געקענט אראפהאלטן, אבער ס'שיינט זייער שטארק אז זיי האבן ליידער געקומען מיט א פלאן.

אודך שפעקולאציעס

סא יעדער דארף פון היינט אין ווייטער ציטערן צו גיין צו דעם געגנט ווייל מען צילט אונז?

גארנישט מיט שפעקולאציעס, די מעיאר האט דאך קלאר געזאגט אז ס'איז געווען געצילט, און געוויסע מאכן עס אוועק אז ס'שטומט נישט, זאג איך אז איך קען הערן פארוואס ס'שטומט יא


לגבי דיין פחד קענסטו קומען אין אישי, איך קען דיר העלפן
סוף מעשה במחשבה תחילה.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:13 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'איז למעשה זייער אויפפאלנד אז זיי האבן געפארן עטליכע גאסן און זיך נישט אפגעשטעלט נאר ביי דעם פיצעלן געשעפט, הלא דבר הוא. ניין? קען זיין די פאליציי וואלט זיי געקענט אראפהאלטן, אבער ס'שיינט זייער שטארק אז זיי האבן ליידער געקומען מיט א פלאן.

אודך שפעקולאציעס

סא יעדער דארף פון היינט אין ווייטער ציטערן צו גיין צו דעם געגנט ווייל מען צילט אונז?


דאס איז שוין דיין שפעקולאציע...

די פאקט איז אז אידן זענען א ציל און מ' ברויך זיין וואכזאם בכל מקום שהוא

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:13 am

אינטערוויו: "עת לחשות ועת לדבר" וויכטיגע רייד לאור המצב וואס כלל ישראל גייט יעצט דורך
המגיד הרב פישל שעכטער ‎

https://www.dropbox.com/s/nl72icsae8j4v ... r.mp3?dl=0


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט