נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 10:36 pm

אין 2014 האבן טעראריסטן פון די "באקא האראם" גרופע פארכאפט ארום 270 קינדער און די ניגערישע שטאט "שיבאק".

דורכאויס די יארן זענען מערערע פון זיי באפרייט געווארן נאך וואס אויסלייז געלט איז געצאלט געווארן.

לעצטענס האט די ארטיגע מיליטער אונטערגענומען אן אפעראציע צו באפרייען די קינדער - די וואך ווערט באריכטעט אז איינער פון די קינדער -היינט שוין 22 יאר- האט זיך פארבינדן מיט איר פאמיליע און געמאלדן די פרייליכע נייעס אז זי -אינאיינעם מיט נאך איבער הונדערט פארכאפטע- האבן באוויזן צו אנטלויפן דורכאויס די אקציע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 10:38 pm

אליאירטע פון פרעזידענט זשאעיר באלסאנאראו האבן פריער אין וואך געוואונען קאנטרל פון ביידע געזעץ הייזער - ערוועלענדיג די צוויי בלאסאנאראו אינדארסירטע קאנדידאטן אלס ספיקער פון איטליכע הייזער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:06 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:איטאליע'ס פרעמיער מיניסטער גועסיפי קאנטעי וועט מארגן רעזיגנירן פון אמט, און וועט פרובירן צו פארמען א פרישע קאאליציע רעגירונג.

די יעצטיגע רעזיגנאציע קומט נאך וואס זיינע ביז יעצטיגע קאאליציע מיטארבעטער -די "איטאליע וויווא" פארטיי- האט זיך ארויסגעצויגן פון די קאאליציע אפמאך צוליב מיינונגס פארשידענהייטן איבער די וויירוס רעאקציע.

נאכ'ן פרובירן פארהאנדלען צווישן די פארטייען, האט די ארטיגע פארליאמענט ספיקער, ראבערטא פיקא, געמאללדן אז די זייטן קענען זיך נישט פאראייניגן.

פרעזידענט סערגיאו מאטעריללא האט אריבערגערופן מאריאו דרעהי פאר א זיצונג, א שריט וואס מערערע זעהן אלס צייכן אז דער פרעזידענט וויל באאויפטראגן דרעהי מיטן פארמירן א טעכנאקראטישע רעגירונג.
- - - - -
דרעהי איז א געוועזענע עקזעקיוטיוו ביי די אייראפע'אישע צענטראל באנק - און ער ווערט קרעדיטירט מיט'ן ראטעווען די יורא וואלוטע אין 2012.

דאס לעצטע מאל איטאליע איז געפירט געווארן דורך א טעכנאקראטישע רעגירונג -א גרופע עקספערטן וואס ווערן נישט ערוועלט דורכ'ן פאלק, נאר געשטעלט דורכ'ן פרעזידענט- איז געווען אין 2011-2013.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:31 pm

דענישע געזעצגעבער האבן געשטימט צו שטעלן א געוועזענע אימיגראציע מיניסטער פאר אן אן אימפיטשמענט טרייעל.

די פראצעס קומט אין רעאקציע צו א ארדער וואס זי האט ארויסגעגעבן אין 2016 אז אזיל-רעכט זוכענדע פארפעלקער וואס קומען אן אין לאנד, זאלן ווערן פונאנדערגעשיידט אויב איז איינער פון זיי אונטער 18. זי ווערט אנגעקלאגט אויף ארויסגעבן די ארדער אין קעגענזאץ צום ארטיגן געזעץ, ווי אויף פאר'ן געבן פארפירערישע אינפארמאציע פאר דעזעצגעבער אין די פארליאמענט.
- - - - -
אנדערש ווי אמעריקא ווי די אימפיטשמענט טרייעל ווערט אפגעהאלטן דורך די סענאט, ווערט אין דענמארק די טרייעל אפגעהאלטן דורך א ספעציעלע "קאורט אוו אימפיטשמענט" -א געריכט געשאפן מיט דעם איינעם ציהל פון פירן די פראצעס- צוזאמגעשטעלט דורך ריכטער פונעם העכסטן געריכט און מיטגלידער געשטעלט דורך די פארטייען.

אויך קען א שולד אורטייל דורכ'ן אימפיטשמענט געריכט פירן צו געלט שטראפן אדער טורמע טערמינען - אנדערש ווי אמעריקא וואס די שטראף איז ווערן ארויסגעווארפן פון אמט, מיט א מעגליכקייט פון נישט קענען האלטן א פאסטן אין די רעגירונג.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 11:08 pm

לאָקמאַן סלים -א פראמינענטע לעבאנעזער אקטיוויסט, און באקאנטע אויסגעשפראכענע קעגנער פון די "חעזבאללאה" טעראר גרופע- איז געפונען געווארן אין זיין קאר נישט לעבעדיג.

דאס קומט בלויז עטליכע טעג נאך וואס ער האט עפענטליך באשולדיגט די גרופע אין איהם סטראשענען מיטן טויט - און נאך וואס ער האט נעכטן געפעלט פאר עטליכע שעה, האט מען אונטערגענומען א זוכעריי ביז מ'האט איהם געפונען דערשאסן צום טויט אין זיין קאר.

אמעריקאנער סעקראטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט גאר שארף פארדאמט די אינצידענט, און אויפגעפאדערט לעבאנעזער באאמטע זאלן זעהן צו שטעלן די שולדיגע דערין פאר'ן געריכט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג פאברואר 07, 2021 11:35 pm

אוטאריטעטן אין האיטי האבן ארעסטירט 23 אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן געזוכט איבערצוווארפן די רעגירונג.

צווישן די ארעסטירע ציילט א סופרים קאורט ריכטער און א האויכראנגיגע פאליציי אפיציר.

די ארעסטן קומען נאך וואס אפאזיציע פיגורן האבן פאריגע וואך עפענטליך געמאלדן אז זיי זוכן צו ערזצן די ארטיגע פרעזידענט מיט איינע פון די סופרים קאורט ריכטער -די טערמין פונעם אמטירענדע פרעזידענט, יאווענעל מאזעי, לויפט אויס אין 2022.

די אפאזיציע באשולדיגט אז מאזעי פיארט אן א אוטארירעישע רעזשים, און אז ער זוכט צו טוישן די קאנסטיטוציע צו באקומען שטעקערע מאכטן איבער'ן לאנד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג פאברואר 07, 2021 11:37 pm

125 מענטשן פעלן נאך וואס א דאמבע אין די הויכע אינדיאנע הימלאיען בערג האט איבערגעראכן - ארויסלאזענדיג א מאסיווע שטראם וואסער וואס האט פארפלייצט די גאנצע ארום.

ביז יעצט האט מען שוין געפונען 7 קערפער.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג פאברואר 15, 2021 12:01 pm

דער פארטריבענער זוהן פון איראן'ס לעצטער שאך זאגט אז ער איז זיכער ביי זיך אז די יעצטיגע איסלאמיסטישע רעזשים אין איראן איז אויפן וועג ארויס.

רעזא פאלאווי האט געגעבן אן אינטערוויו, אין וועלכע ער האט געזאגט אז דאס איראנער פאלק פארלירט אלס מער און מער צוטרוי און גלויבונג אין די רעזשים, און אז די צוטרוי האט אסאך אפּגעפוילט אין די לעצטע צען יאר. פאלאווי זאגט אז ער קען פאראויסזעהן א דעמאקראטישע פּרא-אמעריקאנער רעגירונג אין לאנד.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג פאברואר 15, 2021 12:14 pm

שאכמאט?
רייזעס ארום די וועלט


אלעס איבער לענדער

מיין טויזענט

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך משה בן יעקב » מאנטאג פאברואר 15, 2021 5:50 pm

איראקער ערפארט וואס ווערט געניצט דורך אמעריקאנער מיליטער איז געווארען אטאקירט

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 6:56 pm

משה בן יעקב האט געשריבן:איראקער ערפארט וואס ווערט געניצט דורך אמעריקאנער מיליטער איז געווארען אטאקירט

מער באריכטן איבער דעם?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
בן איש חי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך בן איש חי » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:23 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:איראקער ערפארט וואס ווערט געניצט דורך אמעריקאנער מיליטער איז געווארען אטאקירט

מער באריכטן איבער דעם?


US Secretary of State Blinken released a statement
following the rocket attacks in Erbil, Iraq.

He says the State
Department is "outraged" by the attacks, and confirms that several coalition members were injured, including a U.S. member and several contractors
56915.jpeg
SOS statement
56915.jpeg (64.68 KiB) געזעהן 841 מאל

נודניק
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נודניק » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:43 pm

בן איש חי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:איראקער ערפארט וואס ווערט געניצט דורך אמעריקאנער מיליטער איז געווארען אטאקירט

מער באריכטן איבער דעם?


US Secretary of State Blinken released a statement
following the rocket attacks in Erbil, Iraq.

He says the State
Department is "outraged" by the attacks, and confirms that several coalition members were injured, including a U.S. member and several contractors
56915.jpeg



וויאזוי קען זיין אז די חברה פארכטן זיך נישט פין ביידענס רחמנות׳דיגע ווארעם הארץ?? אתמהה

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 11:06 pm

צוליב אזא אקציע האט דער אראנזשע משוגע'נע רוצח וואס האט ביז לעצטענס אקופירט 1600 פענסילוועניע עוועניו פארארדענט דאס אומקום פון סולעימאני על קידוש שם ה'איסלאמישע רעפובליק.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אידישע מוח » מאנטאג פאברואר 15, 2021 11:31 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:צוליב אזא אקציע האט דער אראנזשע משוגע'נע רוצח וואס האט ביז לעצטענס אקופירט 1600 פענסילוועניע עוועניו פארארדענט דאס אומקום פון סולעימאני על קידוש שם ה'איסלאמישע רעפובליק.

Wow שארף

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך שקר » מאנטאג פאברואר 15, 2021 11:32 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:צוליב אזא אקציע האט דער אראנזשע משוגע'נע רוצח וואס האט ביז לעצטענס אקופירט 1600 פענסילוועניע עוועניו פארארדענט דאס אומקום פון סולעימאני על קידוש שם ה'איסלאמישע רעפובליק.

האב נישט מורא די אלטע קנאקער וואס האט אריין געמאפט דארט ווען גארנישט טין
משום כבוד הבריאות
בלוט זאל זיך גיסען אבער שלום מיט איראן וועט זיין
וואס די רויטער האט נישט געקענט שלום מאכן מיט די גרעסטע פיינט קען ער יא
יחי המלך
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך Jhon » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:42 am

פעיק ניוז האט געשריבן:דער פארטריבענער זוהן פון איראן'ס לעצטער שאך זאגט אז ער איז זיכער ביי זיך אז די יעצטיגע איסלאמיסטישע רעזשים אין איראן איז אויפן וועג ארויס.

רעזא פאלאווי האט געגעבן אן אינטערוויו, אין וועלכע ער האט געזאגט אז דאס איראנער פאלק פארלירט אלס מער און מער צוטרוי און גלויבונג אין די רעזשים, און אז די צוטרוי האט אסאך אפּגעפוילט אין די לעצטע צען יאר. פאלאווי זאגט אז ער קען פאראויסזעהן א דעמאקראטישע פּרא-אמעריקאנער רעגירונג אין לאנד.


דעילי איד

פעיק ניוז איז זייער גוט צו רעפארטן דעיס איצטער (נעם עס נישט פאר א טשעפע, פשוט א וויץ), ווייל דער פאלאווי האט שוין חזקה דאס צו פאראויסזאגן די לעצטע 50 יאר!!

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך משה בן יעקב » דינסטאג פאברואר 16, 2021 8:20 am

האסט געהערט די מוראדיגע נייעס אמעריקע איז ממש ״אויפגערייגט״ הלמאי מען האט געשאסען ראקעטס......

השקדן
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך השקדן » דינסטאג פאברואר 16, 2021 8:41 am

נודניק האט געשריבן:
בן איש חי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:איראקער ערפארט וואס ווערט געניצט דורך אמעריקאנער מיליטער איז געווארען אטאקירט

מער באריכטן איבער דעם?


US Secretary of State Blinken released a statement
following the rocket attacks in Erbil, Iraq.

He says the State
Department is "outraged" by the attacks, and confirms that several coalition members were injured, including a U.S. member and several contractors
56915.jpeg



וויאזוי קען זיין אז די חברה פארכטן זיך נישט פין ביידענס רחמנות׳דיגע ווארעם הארץ?? אתמהה

די עיקר מ'האט דאס פארדאמט מיט שטרענגע לשונות.
אויב דאס וואלט געשען ביי טראמפ וואלט מען געזאגט. קוק וויאזוי מהאט נישט מורא פון אמעריקא וכו'

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:07 am

איראן פרובירט נאר צו מעסטן ביידען'ס שטייפקייט
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:14 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:צוליב אזא אקציע האט דער אראנזשע משוגע'נע רוצח וואס האט ביז לעצטענס אקופירט 1600 פענסילוועניע עוועניו פארארדענט דאס אומקום פון סולעימאני על קידוש שם ה'איסלאמישע רעפובליק.

:lol: :lol:

נאר אזעלכע רוצחים
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:16 am

יש לו מנה האט געשריבן:איראן פרובירט נאר צו מעסטן ביידען'ס שטייפקייט

די טעסט ווייזט דערווייל נעגעטיוו, מעגליך אז די רעפיד טעסט איז נישט אזוי אקוראט
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re:

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:53 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איראן פרובירט נאר צו מעסטן ביידען'ס שטייפקייט

די טעסט ווייזט דערווייל נעגעטיוו, מעגליך אז די רעפיד טעסט איז נישט אזוי אקוראט

:lol: :lol: :lol:
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 7:19 pm

NATO גענעראל-סעקרעטאר סטאלטענבערג זאגט אז די אליאנץ וועט אריבערשיקן טויזענטער פרישע טרופן קיין איראק צו פארזיכערן אז ארטיגע טעראר גרופעס שפירן זיך נישט באקוועם.

א הויכראנגיגע באמטע אינערהאלב די אמעריקאנער פענטאגאן האט באגריסט די באשלוס פון NATO, אבער האט נישט געוואלט זאגן אויב אמעריקא וועט אויך אנטייל נעמען דערינען.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 4:47 pm

ווערט באריכטעט איבער א פרישע ראקעט אטאקע - דאסמאל אויף אן איראק'ער עירפארס באזע נעבן די שטאט באַלאַד, ארום 40 מייל צפון פון די הויפטשטאט באגדאד.

איין ציווילע איז פארוואונדעט געווארן - טייל באריכטן אז ער איז געווען איינגעשטעלט ביי אן אמעריקאנער דעפענס קאטראקטאר פירמע, אין די צייט וואס אנדערע באריכטן אז ער האט געארבעט פאר די איראק'ע מיליטער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משהלע און 27 געסט