נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 8:50 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ארום 400 סטודענטן פעלן אין נייזשעריע נאך וואס א באוואפענטע גרופע האט געעפענט פייער אויף די שולע ווי זיי האבן געלערנט.

פאליציי אויפן צענע אינאיינעם מיט די מיליטער האבן צוריק געשאסן, ערלויבענדיג עטליכע סטודענטן זיך צו ארויסראטעווען.

איין מיליטערישע אפיציר איז פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פייער אויסטויש.

באאמטע פרובירן יעצט צו דעריגגן וויפיל זענען פארכאפט געווארן דורך די באנדע.

גאווערנאר אמינאו מאסארי פון די "קאטסינא" סטעיט - וואו די אטאקע האט פאסירט - זאגט היינט אז זיכערהייט קרעפטן האבן ארויסגעראטעוועט 344 קינדער.

ווי ער זאגט האבן די זיכערהייט קרעפטן נישט געדארפט עפענען פייער דורכאויס די רעטונג אפעראציע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 9:43 pm

פאר עטליכע מאנאטן האט די אינדיע רעגירונג דורכגעפירט עטליכע געזעצן אין באצוג צו פארמינג וכדו' - דירעגירונג זאגט אז די געזעצן וועלן פארגרינגערן און פארבעסערן דאס לעבן פון ארטיגע פארמער.

די פארמער זעלבסט האלטן אפ מאסן פראטעסן - בלאקירענדיג הויפט שאסייען און הייוועיס, אויפשטעלענדיג פריוואזארישע קעמפס אינדרויסן פון די הויפטשטאט. זיי טענה'ן אז די געזעצן וועלן זיי אויסשטעלן צו די קאפריזן פון די ריזן פירמעס.

היינט האט די ארטיגע סופרים קאורט אפגעווארפן א קלאגע וואס האט געזוכט צו דערקלערן די פראטעסטן אלס אומקאנסטיטוציאנאל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 9:47 pm

פראנצויזישע פרעזידענט עמנואל מאקראון האט היינט געטעסט פאזיטיוו צום וויירוס - זיך צושטעלענדיג דערמיט צו א ליסטע פון וועלט פירער וואס האבן עס מיטגעמאכט.

די אנטוויקלונג האט געפירט דערצו אז א רייע אייראפע'אישע פירער זאלן זיך איזאלירן, צוליב וואס זיי האבן זיך אין די לעצטערע טעג געטראפן מיט מאקראון.

אזוי אויך האט מאקרון אפגרופן א געפלאנטע רייזע קיין לבנון - וואו ער האט געזאלט פרובירן ארויסהעלפן מיט די פאליטישע אמפערייען.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 9:53 pm

אין א שטארקע קלאפ פאר די אייראפע'אישע אידנטוהם האט די אי.יו. העכסטע געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון א פארבאט אויף שחיטה.

די רעדע איז איבער א פארלאנג איינגעשטעלט אין געוויסע בעלגישע ראיאנען צו עלקטריזירן די בהמות פאר'ן שחט'ן.

די ארטיגע אידישע קהלה - אינאיינעם מיט, להבדיל, מוסלעמענע גרופעס - האבן געקלאגט די רעגירונג מיט די טענה אז דאס פארלעצט זייער פרייהייט פון פראקטיצירן זייער רעליגיע.

פריער אין יאר איז די אדוואקאט-זשענעראל צוריקגעקומען מיט א מיינונג אז די געזעץ איז טאקע אומאויסגעהאלטן אונטער די "אייראפע'אישע טשארטער אוו יומען רייטס" - געווענליך נעמט די געריכט אן די רעקאמענדאציע פון די א.זש., אבער איז נישט געבינדן דערצו.

היינט האט די געריכט, ליידער, ארויסגעגעבן די אורטייל ווי זיי זאגן אז די פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע מוז ווערן באלאנצירט מיט אנדערע "צילן פון אלגעמיינע אינטערעסט" - ד.ה. די רעגירונג'ס אינטרעסע צו "באשיצן" בעלי חיים.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 10:13 pm

די פרוי פון א טערקישע דיפלאמאט וואס איז געשטארבן אין טורקמעניסטאן נאכ'ן ליידן פון וויירוס סימפטאמען האט אריינגעגעבן א אנקלאגע קעגן די טערקישע רעגירונג מט די באשולדיגונג אז זייער פארנאכלעסיגונג האט געפירט צו די טויט פון איר מאן.

זי באשולדיגט אז ווען איר מאן איז קראנק געווארן האט זי געבעטן אז מ'זאל צושטעלן א וועג אהיים קיין טערקיי, וואו ער זאל ווערן באהאנדעלט - די רעגירונג האט זיך אנטזאגט, און בלויז צוגעשטעלט א וועג אהיים נאך זיין טויט.

די טערקישע רעגירונג זאגט אבער אז דאס נישט צושטעלן די נויטיגע וועג אהיים איז געווען אין רעזולטאט פון טורקמענער באאמטע וואס האבן נישט געוואלט אז די פאלק זאל געוואויר ווערן אז עס זענען פארהאן וויירוס פעלער אין לאנד.

טורקמעניסטאן האלט זיך דערווייל ביי די אפיציעלע ליניע אז "עס זענען נישט פארהאן קיין שום וויירוס פעלער אין לאנד" - טראץ אן אויפשטייג אין די צאל פרישע באגרעבעניש ערטערט איבער'ן לאנד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 10:14 pm

די אוזבעקיסטאנער פרעזידענט האט פארארדענט זיין רעגירונג צו אפשטעלן אלע געז עקספארטן ארויס פון לאנד - אין א פארזוך צו פארזיכערן גענוג געז פאר די אייגענע בירגער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 10:18 pm

די טשילע פרעזישדענט, סעבאסטיען פינערא, איז געווארן באשטראפט מיט 3,500 דאללער פאר'ן זיך ארומדרייען אן א מאסקע.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען פינערא איז געגאנגען פאר א שפאציר ביי די ים בארטנס נעבן זיין הויז, ווען איינער האט איהם דערקענט און געבעטן צו כאפן א בילד פון זיי ביידע - פינערא האט זיך שוין אנטשולדיגט פאר די מיסטעיק.

טשילע האט פון די שטרענגסטע מאסק געזעצן - פארלעצונגען קענען באשטראפט ווערן מיט הארבע געלט שטראפן אדער גאר טורמע טערמינען.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 10:41 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:דאקטוירים אין רוסלאנד האבן געגעבן דעם אקעי פאר'ן אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני געפירט צו ווערן קיין דייטשלאנד פאר מעדיצינישע באהאנדלונג, נאכדעם וואס ער איז געפאלן אונמאכט צוליב א פארדעכטיגטע פאר'סמ'ונג.

היינט ווערט באריכטעט אז נאוואלני האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט קאנסטאנטין קודריאווטצעוו - איינע פון די אגענטן וואס האבן אנטייל גענומען אין די פאקטישע מארד פארזוך.

נאך א לענגערע אויספארשונג דורך די בעלינגקעט פירמע וואס האט אויפגעדעקט די אידענטיטעט פון די אגענטן, האט די פירמע זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט זיי.

נאוואלני זעלבסט האט זיך פארבינדן מיט קודריאווטצעוו - וועם ער האט איינגערעדט אז ער איז אן אייגעשטעלטע ביי די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, וואס וויל אנאלאזירן די אקציע.

דורכאויס די 45 מינוט וואס די טעלעפאון געשפרעך האט געדויערט, האט קודריאווטצעוו אויפגעדעקט פאר נאוואלני פארשידענע דעטאלן ארום די אקציע - אריינגערעכענט אז די פארארדענונגען זינען געווען אריינצושטעלן די גיפט אינערהאל נאוואלני'ס וועש, פון ווי עס האט געזאלט אריינדרינגען אין זיין קערפער ווען ער הויבט אן שוויצן.

אזוי אויך האט קודריאווטצעוו געזאגט אז דאס אז נאוואלני'ס פליגער האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדונג האט צושטערט די פלענער.
- - - - -
די רוסישע עף.עס.בי. אגענטור האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט צו זאגן אז די ווידיאו ארויסגעשטעלט דורך נאוואלני איז פאלש - פעי"ק ניו"ז בלע"ז.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 11:01 pm

די געוועזענע גאווערנאר פון די מעקסיקאנע יאליסקאו סטעיט איז דערשאסן געווארן צום טויט.

די געשיכטע האט פאסירט ווען ער איז געווען ביי א רעסטוראנט, אינמיטן איז ער ארויסגעגאנגען אויף מענטשליכע געברויכן - דארט האט איהם די מערדער דערשאסן.

די ארטיגע פרעזידענט האט געשיקט זיינע טרייסט וואונטשן פאר די פאמיליע - ער האט אויך געזאגט אז די אויספארשונג ארום די אינצידענט איז די פאראנטווארטליכקייט פון די סטעיט פראקורן, אנדערש ווי געווענליך ווען א מארד מיט מעגליכע פארבינדונגען צו דראג קארטעלן וועט איבערגענומען דורך די פעדעראלע פראסעקיוטאר.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 11:04 pm

העכער 1,000 דרייווער אין יאפאן זענען דאנערשטאג איבערגעשלאפן די נאכט געשטראנגעט אין זייערע קאר'ס.

דאס איז געווען אין רעזולטאט פון א שניי שטורעם וואס האט איבערגעלאזט באלד 6 פיס (72 אינטשעס) שניי אין געוויסע געגענטער - די קאר ליניעס האבן זיך געצויגן פאר מיילן לאנג.

די שטורעם האט אויך איבערגעלאזט טויזענטער אן קיין עלעקטריציטעט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 11:05 pm

ארמעניע האט ענדע וואך אנגעהויבן א דריי טאג טרויער נאך די אומגעקומענע ביי די שלאכטן פריער אין יאר צווישן ארמעניע און אזשערביזשאן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:02 pm

די כינעזע "סטעיט עדמיניסטרעישאן פאר מארקעט רעגיולעישאן" האט אונטערגענומען אן אויספארשונג קעגן די ריזן "אליבאבא" פירמע - מיט די באשולדיגונג אז די פירמע איז א מאנאפאלי און טוט פארלעצן אנטי טראסט געזעצן.

דאס קומט עטליכע מאנאטן נאך וואס די ארטיגע רעגירונג האט אפגעשטעלט דאס ארויסשטעלן די 35 ביליאן דאללער "ענט" פירמע - א סובסידייערי פון אליבאבא - אויף די סטאק מארקעט.
- - - -
דאס איז די לעצטע אין א רייע שריט אונטערגענומען די לעצטע צייט דורך די ארטיגע רעגירונג קעגן גרויסע טעכנעלאגיע פירמעס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:05 pm

באוואפענטע באנדיטן האבן אויסגעמארדעט העכער 100 מענטשן אין מערב עטיאפיע.

עטיאפיע פלאגט זיך די לעצטערע יארן מיט ווילדע פארברעכן באנדעס און אנדערע באוופענטע גרופעס וואס דרייען זיך ארום - די אינצידענט קומט עטליכע וואכן נאך די "קריג" וואס די ארטיגע רעגירונג האט אונטערגענומען קעגן לאקאלע קרעפטן אין די טיגרעי ראיאן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:08 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פראסעקיוטאר אין יאפאן באטראכטן די מעגליכקייט פון קלאגעס קעגן צוויי געוועזענע באאמטע אין די אפיס פון געוועזענע פרעמיער מיניסטער שינזאן אבעי אויף קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.

ווערט באריכטעט אז די געוועזענע פרעמיער אבעי וועט אויפטרעטן פרייטאג פארנט פון א פארליאמענטארישע קאמיטע איבער די אויספארשונג.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:15 pm

לויט באריכטן טוט אזשערביזשאן פרובירן צו פארהאנדלען צווישן טערקיי און מדנ"י.

די צוויי לענדער האבן לאנגע יארן געהאט נאנטע באציאונגען, ביז אין 2008 ווען עס האט זיך אפגעקילט און דערנאך אין 2010 ווען עס איז געווארן ווי פארפרוירן.

דורכאויס די לעצטע קאנפליקט צווישן אזשערביזשאן און ארמעניע, האט אזערביזשאן גענאסן פון זייער שטיצע - יעצט הערט מען אז די אזערביזשאנ'ע פרעזידענט האט אפגעהאלטן א טעלעפאונישע רוף מיט די טערקישע פרעזידענט איבער אנווארעמען די באציאונגען מיט מדנ"י.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:17 pm

דריי פאליציי אפיצירן זענען דערשאסן געווארן אין פראנקרייך, בשעת'ן רעאגירן צו אן עמערזשענסי רוף - א פער[ט](ד)ע איז פארוואונדעט געווארן.

די פארדעכטיגטער שיסער איז עטליכע שטונדן דערויף געפונען געווארן טויט.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 12:21 am

ש'כח אלעקסיי שיין אין קלאר איך האב הנאה
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 1:54 am

א שיינעם דאנק אלעקסיי דער דריטער פאר'ן אונז האלטן אינפארמירט איבער נייעסלעך רינגס און ארום דעם ערד קוגל
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 11:08 am

לכאורה האט געשריבן:א שיינעם דאנק אלעקסיי דער דריטער פאר'ן אונז האלטן אינפארמירט איבער נייעסלעך רינגס און ארום דעם ערד קוגל

RT

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:07 pm

דריי פראנצויזישע זעלנער זענען אומגעקומען דורכאויס אן אפעראציע איןדי אפריקאנע לענדל מאלי.

די זעלנער זענען דער'הרג'ט געווארן ווען א באמבע ביי די זייט פונעם שאסיי האט אויפגעריסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:09 pm

רוסישע באמטע האבן היינט עפענטליך אנערקענט אז די צאל אומגעקומענע פון די וויירוס איז דריי מאל מער ווי ביז היינט אנערקענט.

לויט ביז היינטיגע ציפערן זענען אין רוסלאנד געשטארבן בלויז 55,200 - היינט האט די ארטיגע דעפיוטי פרעמיער מיניסטער אנערקענט אז די ציפער איז עכט אין די געגענט פון 186,000, די דריט העכסטע אין די וועלט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:12 pm

אוקריינע פראקורן זאגן אז זיי פארשן א פאל ווי די הויפט פון די ארטיגע "קאנסטיטוציאנאלע געריכט" האט אנגעבליך אונטערגעשמירט עדות.

די אינצידענט האט פאסירט אין 2018 ווען אלעקסאנדער טופיאטצקי האט סערווירט אלס וויצע פארזיצער פונעם געריכט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:20 pm

דורכאויס די פרעזידענטליכע און לעגיסלאטיווע וואלן נעכטן אין די "סענטראל אפריקען רעפובליק" זענען ארום 800 שטים ערטער - אדער ארום 14% - נישט געווען אין באנוץ צוליב באוואפענטע באנדעס און קרימינאלע באנדעס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:22 pm

רוסישע באאמטע האבן היינט ארויסגעשטעלט א דעדליין פאר אלעקסיי נאוואלני - אדער קום צורי קיין רוסלאנד ביז 24 שטונדן, אז נישט ווערט ער אריינגעשליידערט אין טורמע.

ארטיגע באאמטע באשולדיגן אז נאוואלני איז אצינד אויף פאראול צוליב א קעיס פון 2014, דעריבער טוט זיין זיך אויפהאלטן אינדרויסן פון לאנד פארלעצן זיינע פאראול טערמינען.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:32 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מארגן קומען פאר וואלן אין ווענעזועלא פאר די ארטיגע "נעשאנעל אסעמבלי" - די אפאזיציע פארטייען באיקאטירן גענצליך די וואלן.

אפאזאציע פירער כוואן גואידא און זיינע מיטארבעטער האבן געשטימט צו פארלענגערן זייער לעגיסלאטיווע טערמין אויף ביז נעקסטע יאר - נאכ'ן דערקלערן די פארלאפענע וואלן אלס אומלעגיטים. פרעזידענט מאדוראו זאגט אז ער איז זיכער ז די ארטיגע יוסטיץ סיסטעם וועט נישט צולאזן אזא אומקאנסטיטוציאנאלע מאכט פארכאפונג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, א חסיד, גאלדגרוב, יעקב פריינד און 38 געסט