בלאט 3 פון 177

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:21 pm
דורך monroe10950
זייער שיין.
בנוגע לארקין, איז ער רוב שנותיו געווען אויף קרית יואל'ס זייט, אבער די לעצטערע יארן איז ער געווארן א שטארקער קעגנער פון קרית יואל אינטערעסן.
בנוגע מעלאוני, ער איז א נאנטער פריינט פון די קרית יואל אינטערעסן.
בנוגע באסיל, באסיל אליין וויל נאנט ווערן מיט קרית יואל נאך פון פרי אינעם קאמפיין, אינדערצייט וואס סקופיס איז אן אלטער שונא. דער פארמעסט איז גאר נאנט, וועלמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:23 pm
דורך קוואל וואסער
וועיסעכניט צופיל אבער האסט איבערגעלאסט די אסעממבלי פאזישאן וואס איז יעצט סקופיס'עס.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:27 pm
דורך צל עובר
סקופיס פארטרעט נישט קרית יואל אין די אסעמבלי, דארט האמיר דעם רעפאבליקאנער בראבענעק, וועם ער באשרייבט.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:36 pm
דורך קוואל וואסער
אויך נישט אין גלילות? נו וואסי זיינע ביזנעס וואס טוט זיך אין שטעטל, מעכטיג האט ער אלס געבונטעוועט?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:38 pm
דורך צל עובר
קוואל וואסער האט געשריבן:אויך נישט אין גלילות? נו וואסי זיינע ביזנעס וואס טוט זיך אין שטעטל, מעכטיג האט ער אלס געבונטעוועט?

ער איז פון וואדבארי וואס איז אין די גלילות.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:36 pm
דורך תמימות'דיגער איד
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס איז די בעסטע וועג פון מאנרא צו בארא פארק, און די נאכמיטאג שטונדען?

עפ"י רוב אין אגעלייגטע צייטן איז דער בעסטער וועג דער ווערעזאנא (מיט צוויי z'ס...) בריק

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:46 pm
דורך ר' יום טוב
מקשה זהב האט געשריבן:איך שטעל עס אהער להנאת הציבור.
.pdf[/attachment]

איך האב אויך געטראכט פון אייער אויפפאסונג לגבי די קאנגרעס פארמעסט.

למעשה האט מעלאוני א גאר שטארקע נאמען אנערקענונג, וואס מען זעט עס אין די דעטאלירטע רעזולטאטן פון די פארגאנגענע יארן, ווי ער האט גאר שטארק אנגעצויגן אין רורעל קאנסערוואטיווע געגנטער אפילו אין אזעלכע יארן ווי 2014.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:19 am
דורך מקשה זהב
ר' יום טוב, איך האלט אויך נישט אז אדאנעל גייט געוואונען קאנגרעס. אבער דער אויסגאנג וועט זיכער זיין נענטער ווי די וואשינגטאן שישקעס רישן זיך.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:21 am
דורך מקשה זהב
קוואל וואסער האט געשריבן:אויך נישט אין גלילות? נו וואסי זיינע ביזנעס וואס טוט זיך אין שטעטל, מעכטיג האט ער אלס געבונטעוועט?

"קרית יואל" איז פון די וויכטיגסטע טעמעס אין אראנדזש קאונטי. יעדער פאליטישאן וואס לויפט דארף נעמען א מיינונג דערוועגן.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:30 am
דורך מקשה זהב
monroe10950 האט געשריבן:בנוגע לארקין, איז ער רוב שנותיו געווען אויף קרית יואל'ס זייט, אבער די לעצטערע יארן איז ער געווארן א שטארקער קעגנער פון קרית יואל אינטערעסן.

דאכציך אז באהאלטענערהייט האט ער ווייטער געארבעט לטובת קרית יואל, נאר אין פובליק האט ער געמוזט מיטגיין מיט די אנטי-קרית יואל ווינטן וואס האבן געבלאזן. ואכמ"ל.קרעדיט:ש"פ

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:51 am
דורך מקשה זהב
באזירט אויף דעם אז דער 39'טער סענאט זיץ ליגט אין די הענט פון די רעפובליקאנער שוין זיכער 20 צוואנציג יאר, און טראמפ האט געוואונען דעם דיסטריקט אין 16', און דער פארמעסט איז גאר שמאל, און באסיל וויל זיך האלטן נאנט מיט קרית יואל, און סקופיס איז שונא נומער איינס - פארשטיי איך נישט פארוואס דער ווילעדזש וועט (לויט "צל עובר") הייסן וועלן פאר סקופיס.

ווי זאגט מיין טאטע זז"ג? איך האב א טבע אז מען פרעגט מיך נישט.

דער אמת איז, עס קען זיין אז דא ליגט א טיפערער "ואכמ"ל". אז איינער וויל קען איך מסביר זיין אין אישי.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:58 am
דורך לא לנו
אויב קען זיין א מציאות אז אלעגרא זאל שרייבן א העסליכע אנטי-סקופיס אפ-עד און שטיצט פייערליך באסיל, קען פונקט אזוי זיין א מציאות אז קרית יואל זאל שטיצן סקופיס...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:23 am
דורך מקשה זהב
איין נייעס קוואל שרייבט איבער סקופיס און באסיל:
"Both said they were not actively seeking the "bloc vote" in Kiryas Joel."

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:30 am
דורך אידיש.טייפינג
עס קען זיין אזא מעגליכקייט.
עס קען זיין אז דער ווילידזש וויל צופרידנשטעלן דעם גאווערנאר וועמען עס גייט אין לעבן אז די סענאט זאל אריבערגיין אונטער די הענט פון די דעמאקראטן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:49 am
דורך בארואיגט-אייך
אינטערעסאנט אז די ביזנעס סענטער פארקינג גלאט וואס מע האט אונגעהויבן אפאר טעג צירוק מיט די גראבן, זעט אויס ווי מע וועט עס ענדיגן ביז געציילטע וואכן.

שנעלע ארבעט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:50 am
דורך בארואיגט-אייך
נאך איין זייך:

אריס'טייער שאפ איז נאך אופן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 12:02 pm
דורך מקשה זהב
דער 39'טער דיסטריקט ליגט שוין אין די הענט פון די רעפובליקאנער זינט אייביג, מיטן אויסנאם פון די לעצטע צוויי אכציגער יארן. א סקופיס געווינס וועט זיין א היסטארישער טויש אין די דיסטריקט'ס פארטייאישע אפיליאציע.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 12:08 pm
דורך עס וועט זיין גיט
אנ"ש הייסט וואטען פאר די קאנידאט וואס האט געטין גיטס פאר ק"י אין פאר די ווילידש זיי קיקען נישט צי יענער גייט געווינען
פשוט הכרת הטוב אסאך מאל איז עס מסירת נפש

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 12:09 pm
דורך תמימות'דיגער איד
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך איין זייך:

אריס'טייער שאפ איז נאך אופן?

לויט ווי איך ווייס איז ער אפן פאר סערוויס קאלס. דאס מיינט אז מקאלט אים אריין און ער קומט אראפ צו דיר

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:16 pm
דורך lebediger berel
אידיש.טייפינג האט געשריבן:עס קען זיין אזא מעגליכקייט.
עס קען זיין אז דער ווילידזש וויל צופרידנשטעלן דעם גאווערנאר וועמען עס גייט אין לעבן אז די סענאט זאל אריבערגיין אונטער די הענט פון די דעמאקראטן

קען זיין אז דער גאווערנאר וועט זיין צופרידן, אבער הלואי זאל מען עס נישט שפעטער באוויינען

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:26 pm
דורך צל עובר
עס ווערט עניוועי דעמאקראטיש וועגן אנדערע דיסטריקטס, ממילא איז דא א מהלך פון זיין כאטש אויף די ווינינג סייד.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:39 pm
דורך lebediger berel
צל עובר האט געשריבן:עס ווערט עניוועי דעמאקראטיש וועגן אנדערע דיסטריקטס, ממילא איז דא א מהלך פון זיין כאטש אויף די ווינינג סייד.

ביטער ווי א זית אויב ס'טאקע אזוי, מ'דארף מופן קיין סאוט

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:56 am
דורך מיללער
מקשה זהב האט געשריבן:איך האב מיר אפגעשריבן אין PDF א קורצע אנאליז איבער די בעפארשטייענדע וואלן, בעיקר איבער די קאנדידאטן וואס וועלן פארטרעטן קרית יואל אויף אלע פאזיציעס.

איך שטעל עס אהער להנאת הציבור.

וואלן אין קרית יואל תשעט.pdf

יישר כח

עס פעלט די אטורני זשענעראל פאזיציע און עטליכע ריכטער פאזיציעס

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 11:05 am
דורך kyshtiper
נייע סטאפ סיינס (ביזדערווייל נאך צוגעדעקט מיט גארבידזש בעגס) ביי עיקרעס & סאטמאר

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 11:10 am
דורך טאקע?
kyshtiper האט געשריבן:נייע סטאפ סיינס (ביזדערווייל נאך צוגעדעקט מיט גארבידזש בעגס) ביי סאטמאר & עיקרעס

וואס הייסט? אביסל מער פונקטליכער ווי?