נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:09 pm

nmi האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ביללער בארואיגט אייך. איך האב אייך נישט וואס צו ענטפערן, היות עס זעהט מיר נישט אויס ווי מיר זענען אויפ'ן זעלבן ערד קוגל, ממילא וועט איר ממילא נישט פארשטיין וואס איך וועל אייך מסביר זיין די מצב דא אויפ'ן עולם השפל.

איך וואלט אייך שטארק מייעץ געווען זיך צו גיין אויסרוען, שלאפן איז זייער וויכטיג אין די צייט פונעם וויירוס. רוה'ט אייך גיט אויס, און ביטע לאזן צענדליגער טויזענטער אידישע קינדער שעפן עטוואס חיות ושמחה אין די אנגעצויגענע מצבים.

איר האט רעכט, מיר זענען נישט אויפן זעלבן ערדקוגעל. עיי' בדרשות חת"ס אחר המגיפה, ווי ער לייגט אראפ די אלע אנגעצויגענע וואס האבן נישט געקענט אנגיין מיט זייער לעבן, ווייניג געקימערט פאר אידישע נפשות.

זיך אויסלופטערן מיט אביסל מוזיק, הייסט ליידער בכלל נישט אנגיין מיטן סדר היום, און זיך נישט קימערן מיט אידישע נפשות.

כ'האב פריער גערעדט צו איינעם אין קרית יואל זאגט מיר יענער אז דעי מיוזיק האט ממש אויפגעלעבט דעם עולם דארט.

זאל דער אייבישטער אונז שוין אויפלעבן צוזאמן מיט די שכינה הקדושה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:15 pm

שמואל בארג האט געשריבן:די עלטערע אידן ווערן טאקע נערוועז, ווי נישט ווי די אינגעלייט זענען למעשה פארנומען מיט די קינדער, די זקנים זענען אליינס אינדערהיים שוין א וואך צוויי, היינט האב איך געזען א בן תשעים אויפן גאס שמועסן מיט א צווייטן, כ'שטעל מיר פאר אז ער דאווענט נישט מיט מנין, אבער פארשפארט איז אים אויך שווער.

כהאב היינט געזעהן א גרויסע אדמו"ר שליט"א שוין איבער די שבעים שפאנצירן אויפן גאס אין קר"י מיט משמשים. ממעג זיך אביסל לופטערן.

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פריינד » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:17 am

ר' יום טוב האט געשריבן:פארוואס איז דער וויירוס שוין יעצט כמעט נישט בנמצא אין טשיינע? איז דאס ווייל מ'האט יעדן הערמעטיש איינגעשפארט ביז עס האט נישט געהאט אין וואס זיך אנצוכאפן?... קלאר אז נישט! ווייל עס איז נישט קיין מציאות שבעולם אזוי אפצושטעלן די וויירוס. איינער זאל זיך נאר ארויסכאפן פן א אונטער-טירל עפעס איבערגעבן פאר א פריינט, איז די טריק געענדיגט. וואס דען, עס איז די נאטור פון א וויירוס צו ווערן אפגעשוואכט ווען גענוג מענטשן באקומען עס און ווערן אימיונט. אז דו וועסט יעצט ברענגען קיין וואהאן א אנגעשטעקטן פון דאהי, וועט די וויירוס כמעט נישט האבן אויף וועם זיך אנצוכאפן, ווייל רוב באפעלקערונג דארט האטעס אינעם סיסטעם, נישט בלויז די אפיציעלע צענדליגער טויזנטער אנגעשטעקטע לויט די רעזשים.

זיכער דארף מען זיך איינשפארן ווי ווייט מעגליך, סיי צו היטן אויף די האקעלע און עלטערע, און אויך אויב מ'וויל עס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל אויפאמאל. ביי אונז אין קרית יואל איז כמעט אוממעגליך פאר א משפחה מיט קינדער אז דער וויירוס זאל יעצט נאכנישט דארט זיין. און עס האט שוין אויך אפגעשטאט א באזוך ביי רוב עלטערע וואס האבן זיך איינגעשפארט מיט 10 טאג צוריק. ווען איז עס אנגעקומען? אין דורכשניט א גוטע וואך צוריק. און א גרויס טייל האבן עס שוין אנגעהויבן שפירן הארט נאך פורים. דאס מיינט אז טאקע יעצט - היינט נעכטן און מארגן - איז ביי אונז דער הויכפונקט, און מיר זענען גארנישט הונטערשטעליג אין פארפרייטונג צייט ווי אין שטאט. און דאס איז אפשר גאר געווען א טובה, אז דער סייקל זאל לאנדן ביי אונז פריער ווי אין די אנדערע געגנטער ארום ואכמ"ל.

מ'וועט נאך הערן חדשים לאנג ווי מ'ספראוועט זיך כאאטיש מיטן וויירוס אין אלע עקן פון די ווייטע אמעריקע, בעת דאהי לאקאל וועט דאס לעבן צוריקגיין צום געווענליכן שטייגער.

נאך א טובה, די שפיטעלער זענען נאך נישט אזוי איבערגעשטרעגט, ווי זיי ערווארטען אז עס גייט ווערן.

אבער עס איז נישט קלאר אויב עס איז טאקע אזוי, אז מען האלט שוין טאקע ביי רוב אנגעשטעקט, די דאקטוירים טעסטן נישט, נאר העכער די 60 מיט קאנדישאנס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22865
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:57 am

שמע בני האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ביללער בארואיגט אייך. איך האב אייך נישט וואס צו ענטפערן, היות עס זעהט מיר נישט אויס ווי מיר זענען אויפ'ן זעלבן ערד קוגל, ממילא וועט איר ממילא נישט פארשטיין וואס איך וועל אייך מסביר זיין די מצב דא אויפ'ן עולם השפל.

איך וואלט אייך שטארק מייעץ געווען זיך צו גיין אויסרוען, שלאפן איז זייער וויכטיג אין די צייט פונעם וויירוס. רוה'ט אייך גיט אויס, און ביטע לאזן צענדליגער טויזענטער אידישע קינדער שעפן עטוואס חיות ושמחה אין די אנגעצויגענע מצבים.

איר האט רעכט, מיר זענען נישט אויפן זעלבן ערדקוגעל. עיי' בדרשות חת"ס אחר המגיפה, ווי ער לייגט אראפ די אלע אנגעצויגענע וואס האבן נישט געקענט אנגיין מיט זייער לעבן, ווייניג געקימערט פאר אידישע נפשות.

זיך אויסלופטערן מיט אביסל מוזיק, הייסט ליידער בכלל נישט אנגיין מיטן סדר היום, און זיך נישט קימערן מיט אידישע נפשות.

וויענער רב זז"ג האט געזאגט צווישן אנדערן לבני קהלתו אז מ'זאל אנצינדן די מוזיק אין שטוב צו פריילעך מאכן.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:23 am

unnamed (83).jpg
unnamed (83).jpg (271.6 KiB) געזעהן 1095 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:24 am

unnamed (81).jpg
unnamed (81).jpg (326.54 KiB) געזעהן 1084 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:50 am

Capture.PNG
Capture.PNG (292.72 KiB) געזעהן 1006 מאל

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

בקשה פאר די מוזיק עסקנים

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:36 pm

וויכטיגע בקשה. אויב מעגליך ביטע פארן שטייטער. אויב מעגליך שטיין אויף איין פלאץ פאר עטליכע מינוט'ן, ענדערש נאר דעקן קרית יואל איינמאל אין צוויי טעג, אבער ווען מען קומט זאל עס נישט זיין כהרף עין נאר פאר עטליכע סקונדע'ס.

יישר כחכם.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: בקשה פאר די מוזיק עסקנים

תגובהדורך סיז מסודר » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:58 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:וויכטיגע בקשה. אויב מעגליך ביטע פארן שטייטער. אויב מעגליך שטיין אויף איין פלאץ פאר עטליכע מינוט'ן, ענדערש נאר דעקן קרית יואל איינמאל אין צוויי טעג, אבער ווען מען קומט זאל עס נישט זיין כהרף עין נאר פאר עטליכע סקונדע'ס.

יישר כחכם.

טראק דרייווער ווי איז דיין טראק? לייג ארויף צוויי ספיקערס אויפן טראק און פאר אויך ארום!... :lol:
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בקשה פאר די מוזיק עסקנים

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:00 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:וויכטיגע בקשה. אויב מעגליך ביטע פארן שטייטער. אויב מעגליך שטיין אויף איין פלאץ פאר עטליכע מינוט'ן, ענדערש נאר דעקן קרית יואל איינמאל אין צוויי טעג, אבער ווען מען קומט זאל עס נישט זיין כהרף עין נאר פאר עטליכע סקונדע'ס.

יישר כחכם.

טראק דרייווער ווי איז דיין טראק? לייג ארויף צוויי ספיקערס אויפן טראק און פאר אויך ארום!... :lol:


מיין טראק ליידט פון קאראנא, ער היסט ביים אנצינדן די מאטאר.....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: בקשה פאר די מוזיק עסקנים

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:03 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:וויכטיגע בקשה. אויב מעגליך ביטע פארן שטייטער. אויב מעגליך שטיין אויף איין פלאץ פאר עטליכע מינוט'ן, ענדערש נאר דעקן קרית יואל איינמאל אין צוויי טעג, אבער ווען מען קומט זאל עס נישט זיין כהרף עין נאר פאר עטליכע סקונדע'ס.

יישר כחכם.

טראק דרייווער ווי איז דיין טראק? לייג ארויף צוויי ספיקערס אויפן טראק און פאר אויך ארום!... :lol:


מיין טראק ליידט פון קאראנא, ער היסט ביים אנצינדן די מאטאר.....

:lol: אויב האבטו אים געטרייט אנצוצונדן ברויכסטו זיין איינגעשפארט פאר 14 טעג...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel, אוסף החסיל, באמת א חכם, בועז, גוטע משרת, פארפלאנטערט, ר' איד, רינדעכיג, שוויצער, שמערעל און 100 געסט