נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:19 am

עטליכע מאנאטן צוריק האבן מיר באשריבן די פאלגענדע געריכט קעיס וועלכע מיר ברענגן היינט ווידער אהער ווען דערנאך ווערט געאפדעיט די אורטייל פריש ארויס איצט אינדערפרי פון סופרים קאורט

פאר די וועלכע האבן נאכגעפאלגט אונזערע געריכט באריכטן פארלאפענע יאר וועט די קומענדיגע באריכט זיין דאס צווייטע איבער א רעגירונג פארכאפטע אויטאמאביל איבער וועלכע די סופרים קאורט דארף באשליסן אויב מען זאל עס אומקערן צום אייגנטומער
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א פרוי אין שיקאגאו מיטן נאמען ראבין פולטאן האט זיך איינגעהאנדלט אן אויטא וועלכע איז דריי וואכן דערויף געווארן קאנפיסקירט דורך די פאליציי צוליב וואס זי האט פארלעצט א פריערדיגע ווארענונג נישט צו דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס

א צייט שפעטער האט פולטאן דערקלערט באנקראט אונטער טשעפטער 13 וועלכע טוט אויטאמאטיש אריינשטעלן אלע אירע אייגנטום אונטער אן עסטעיט געשאפן דורך די געריכט וועלכע פארזיכערט די נכסים אין לויף פון די צייט וואס קלענערע צאהלונגען ווערן געמאכט מיט א צאהלונג פלאן פארן באנקראטירטן'ס בעלי חובות

די גרויסע פראגע ווערט וואס מען טוט אין פאל וואס א בעל חוב האט שוין פארכאפט (מיט לעגאלע רעכט) אייגנטום פונעם אנזעצער בעפאר יענע/ר האט דערקלערט באנקראט

ביי אונזער פאל איז די פראגע ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך ווען די פאליציי האט זיך אנטזאגט אומצוקערן די אויטא צוליב וואס עס האט זיי געקאסט געלט אויפצוהאלטן און זיי האבן עס געוואלט האלטן אלץ משכון צו פארזיכערן אז פולטאן באצאלט ס'געלט איידער זיי באפרייען עס

אזעלכע ערשיינונגען איז אן אפטע זאך און אין שיקאגא אליינס האט פאסירט נאך דריי אזעלכע פעלער אויסער די פולטאן פאל און אין אלע פון זיי האבן די באנקראט געריכטן געאורטיילט אקעגן די פאליציי

די געריכטן האבן אלע גענומען די זעלבע ליניע און באזירט זייערע אורטילן אויף אן אורטייל מיט א צייט צוריק דורך די זיבעטע סירקוט קאורט וועלכע שרייבט אז די "אויטאמאטישע סטעי" וואס באדייט אז ווען עימיצער דערקלערט טשעפטער 13 מוזן אלע זיינע אייגנטומען (מיט געציילטע אויסנאמען ווי פענסיע, פארדינסטן וועלכע גייען צו דעקן יענעם'ס העלטקעיר פלאן און נאך) גיין צום עסטעיט איז אויך גילטיג פאר אייגנטום וועלכע זענען שוין קאנפיסקירט געווארן בעפאר די טשעפטער 13 פעטיציע איז געווארן געפיילט

יענע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט איז געקומען פון ריכטער קאדאהי (וועלכע איז שוין זינט דאן אפגעשטארבן), ריכטערין וויליאמס און ריכטער טינדער

די אורטייל אז די אויטאמאטישע סטעי גייט למפרע איז געלאפן סינאנים מיט אורטיילן פון די צווייטע, אכטע און ניינטע סירקוטס אבער פארקערט ווי די צענטע סירקוט

קלארצושטעלן, אפילו לויט די אורטייל פון די מאיאריטעט קרייז געריכטן קענען פריערדיגע קאנפיסקירער לויפן אין געריכט מיט פארשידענע באקלאגענישן און א רייע פעלער צו איבערצייגן אז מיטן לאזן די פארכאפטע איינגטם אונטער די בעלות פון די עסטעיט זענען זיי אין געפאר צו דערלייגן די חוב וואס קומט זיי זינט זיי האבן מער נישט קיין משכון מיט וואס צו סטראשען
ריכטער וועלן אפשצאן די צושטאנד פון יעדע ספעציפישע קעיס באזונדער און פאסן באשלוסן צוגעפאסט צו די סיטואציע

אבער די גרויסע פראגע ווי די צענטע געריכט האט זיך אפגעבראכן פון די אנדערע סירקוטס איז געווען ווער עס זאל זיין דער מוחזק און ווער עס זאל זיין דער מוציא מחבריו ועליו הראי'

די זיבעטע און אנדערע געריכטן האבן געזאגט אז עס פאלט אונטערן אויטאמאטישע סטעיט און דעריבער מוז עס צו ערשט ווערן איבערגעגעבן ווערן צו די עסטעיטס און אויב דער קאנפיסקירער קען איבערצייגן אז די עסטעיט טראסטי וועט זיך נישט געהעריג רעכענען מיט אים ווען עס קומט צו אויסארבעטן און פארזיכערן אז דער אנזעצער באצאלט זיין חוב קען ער לויפן אין געריכט און פרובירן צו איבערצייגן א ריכטער

וווידעראום די צענטע סירקוט האט געהאלטן קאפויער אז דער אנזעצער דארף צו ערשט באצאלן זיינע חובות פאר פריעדיגע קאנפיסקירער איידער זיי דארפן באפרייען די קאנפיסקאציע

די באנקראט געריכט האט אין פולטאן'ס קעיס גענוי ווי אין אירע שוועסטער קעיסעס און זיך אנגעלאנט אויפן זיבעטן סירקוט קאורט און פארלאנגט פון די סיטי זאפארט אומצוקערן די אויטא און ארויפגעשטעלט סאנקציעס פון 100 דאלער פאר יעדן טאג וואס זיי שלעפן ארום אבער די סיטי איז געלאפן צום דיסטריקט געריכט בעטן פאר א סטעי

זייער האבן געהאט א רייע מיט ארגומענטן אנגעהויבן מיטן בעטן אז מען זאל איבערדרייען די זיבעטע סירקוט פרעצעדענט און אנשטאט גיין מיטן צוגאנג פונעם צענטן סירקוט

באזונדער האבן זיי פארפירט אז אפילו אויב די אויטאמאטישע סטעיט גייט למפרע פאלט די סיטי אונטער פארשידענע אויסנאמען וועלכע פאלן נישט אונטער די סטעי אריינגערעכנט רעגירונג פארכאפונג פון אייגנטום געציהלט צו פארזיכערן די געזונט, וועילפעיר, מאראל און זיכערהייט פון די באפעלקערונג

פולטאן און די קלעגער אין די אנדערע קעיסעס האבן אבער גע'טענה'ט אז צאהלונגען פאר אויפהאלטן קאנפיסקירטע איינגטום (אדער אין די אנדערע פעלער פארקינג טיקעטס און די געהעכערטע שטראף פאר שפעטע צאהלונגען דערפאר) איז בלויז געציהלט צו בארייכערן די שטאטישע קאסע און האט גארנישט מיט פובליק סעיפטי און איז דעריבער נישט אויסגעשלאסן פון די אויטאמאטישע סטעי

די דיסטריקט געריכט האט אבער געגעבן גערעכט פאר פולטאן און די סיטי האט גענומען די קעיס צום זיבעטן סירקוט צו בעטן צווישן אנדערן אז זיי זאלן איבערדרייען זייער אייגענע אורטייל אויף וועלכע די נידריגע געריכטן האבן זיך סומך געווען מיט די האפענונג אז די פאקט אז די דריי ריכטער פאנעל זענען נישט די זעלבע דריי ריכטער ווי אין די פריערדיגע קעיס לאזט זיי איבער מיט עפעס שאנסן פאר סוקסעס

די זיבעטע סירקוט האט כמעשהו בראשונה ווידערהאלט זייער שטעלונג פונקט ווי בעפאר און שיקאגאו האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 7 למספרם

אצינד האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון די סיטי
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא און געווען איינשטימיג מיט אלע אנדערע ריכטער
ריכטערין בערעט האט נישט אנטייילגענומען אין די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:21 am

הויפט ריכטער ראבערטס שוין באקומען ביידע וואקסין דאזעס
קיינע פון די אנדערע ריכטער האבן נאכנישט באקומען די צווייטע דאזע אבער אראנזשירונגען דערצו ווערן געמאכט

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:47 pm

טענק יו רעפארטער הבל!
הנאה געהאט פון דיין אראפלייגן די קעיס דיטעילס
---

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 3:34 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:טענק יו רעפארטער הבל!
הנאה געהאט פון דיין אראפלייגן די קעיס דיטעילס

יישר כח!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש ינואר 23, 2021 9:38 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אדוואקאטן פארן פרעזידענט דרוקן אויס זארג פאר'ן געריכט אז די פרעזידענט'ס פעדעראלע טעקס-ריטורנס קענען מעגליך ווערן איבערגעגעבן פאר קאנגרעס אנדעם וואס טראמפ זאל ווערן אינפארמירט דערוועגן.

ריכטער מעקפעידען פארארדענט די טרעזשורי דעפארטמענט אז זי זאל אינפארמירן טראמפ'ס אדוואקאטן צוויי-און-זיבעציג שטונדן איידער סיי וועלכע שטייער אינפארמאציע ווערט איבערגעגעבן פאר קאנגרעס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 26, 2021 3:01 pm

א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד

נודניק
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך נודניק » דינסטאג ינואר 26, 2021 3:23 pm

הכל הבל האט געשריבן:א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד


Winning!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:06 am

הויפט ריכטער ראבערטס ווערט היינט 66 יאר אלט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 3:22 pm

אוטש

סטיווען סאמא איז א סטעיט סענאטאר אין קאנעטיקוט און איז געווארן סערווירט א סאמאנס אין א ציווילע אנקלאגע דורך די אדוואקאט פאר קארטער פעידזש אקעגן דזשיעמס קאומי און אנדערע אין די עף בי איי
די פראבלעם איז געווען אז דער סאמא איז נישט דער נידון און מען האט אים איינפאך פארטוישט מיט א צווייטן מיטן זעלבן נאמען וועלכע איז געווען א קאנטער שפיאנאש עף בי איי אגענט
ער האט געשיקט א נאטיץ צום אדוואקאט אויפצומערקן די גרייז אבער נישט ערהאלטן קיין אנטווארט און האט אצינד געשיקט א ביטע צום ריכטער אין די קעיס אז די גרייז זאל ווערן אויסגעקלארט ווייל עס קען בלייבן אזוי זיצן אינעם פובליק דאמעין אין פארשמירן זיין פערזענליכע און ביזנעס רעפוטאציע ווען מאנכע וועלן אים פארטוישן מיט געזוכטן אגענט אינעם קעיס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש ינואר 30, 2021 7:37 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אדוואקאטן בעטן פונעם ריכטער אז קעווין קליינסמיט זאל אפקומען מיט פראבעישאן זאגנדיג אז זיין קאריערע און רעפוטאציע איז רואינירט און די שטראף איז גענוג

פראקורארן פארלאנגען 3-6 מאנאטן

אורטייל אפגעשטופט צוליב וואס קארטער פעידזש האט אריינגעשטופט די נאז פארלאנגענדיג צו ווערן באטראכט אלץ געליטענער פונעם באשולדיגטן'ס שריט און פארלאנגט אנטשעדיגונג
נייע דאטום וועט שוין זיין אונטער די ביידען פרעזידענטשאפט יונואר 29 למספרם

קליינסמיט געווארן פאראורטיילט צו 12 מאנאטן פראבעישאן און 400 שטונדן קאמיוניטי סערוויס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:06 am

הכל הבל האט געשריבן:א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד

ריכטער טיפטאן זאגט אז ער וועט ווארשיינליך פארלענגערן די האלד אויף נאך צוויי וואכן אויף ביז פעברואר 23 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:10 am

א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון די טראמפ פאליסי וועלכע ערלויבט די פעדעראלע רעגירונג צוריקצושיקן פארךאזטע קינדער וועלכע קומען אן צום גרעניץ
די ביידען אדמיניסטראציע האט נאכנישט געזאגט וועלכע ליניע זיי וועלן אננעמען אין באצוג צו די פאליסי
עס קען זיין אז זיי זיך אנשליסן אין די קעיס עס צו אפעלירן אדער איינפאך טוישן די פאליסי (ווייל די לויט פאליסי מוזן נישט צוריקצושיקן די קינדער נאר עס גיבט זיי די רעכט עס צו טהן)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 12:05 am

ביידען אדמיניסטראציע פארלאנגט פון סופרים קאורט זאל אפשטופן פארהערן איבער די "גרעניץ וואנט געלטער" און די פאליסי אז אזיל-רעכט זוכער ווערן צוריקגעשיקט קיין מעקסיקאו אויסווארטן די לעגאלע פראצעדור.

די אדמיניסטראציע ווייזט אן אז די פרעזידענט האט שוין אונטערגעשריבן ארדער'ס צו צוריקדרייען די א.ד. פאליסיס פון זיין פארגייער, דעריבער זענען די קלאגעס מאָט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 9:52 am

די סופרים קאורט האט איצט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די ביידען אדמיניסטראציע צו באזייטיגן די אימיגראציע קעיסעס ( איבער דאס בויען די וואנט און צוריקשיקקן פלטים קיין מעקסיקא אין לויף וואס זייער אפליקאציע ווערט באהאנדלט) וועלכע זי האט געזאלט אויסהערן אין פעברואר למספרם צוליב וואס זיי האבן דורך עקזעקוטיוו ארדערס אפגעשאפן די טראמפ פאליסיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:29 am

הכל הבל האט געשריבן:
דינסטאג בראשית








ווען נאצי דייטשלאנד האט ווי אן אקטאפוס אויסגעשפרייט אירע פארצוקנדע לאפעס אויף אייראפעישע לענדער האט זיך אונגארן געטראפן גאנץ שנעל מיט די רייכע אויסוואל פון קעמפן א פארלוירענע קאמף אדער קאפיטולירן און מיטארבעטן מיט די דייטשן און האט אויסגעוועלט די צווייטע

אין באצוג צו אידן האט זיך עס אנגעהויבן שוין אין 1941 למספרם מיטן אוועקנעמען בירגערשאפט, ארויסשטעלן אידישע איינגעשטעלטע פון פובליק פאזיציעס און פארטרייבן אידן פון לאנד אדער זיי פירן צו ארבעטס/טויט לאגערן

אין 1943 למספרם האט די רויטע סאוויעטישע ארמיי דערלאנגט די דייטשן א טויט קלאפ ביי שרעקליכע שלאכטן אין סטאלינגראד וועלכע האט מער ווייניגער אוועקגעלייגט די דייטשע זעקסטע בריגאדע פארקירעוונדיג די קריג קיין מזרח ווען אויפן מערב פראנט האבן די אמעריקאנער און רוסן עטוואס צוויי יאר שפעטער -שוין נאך די נארמאנדי לאנדונג- זיך געטראפן אויף די דייטשע טעריטאריע ביים עלבא טייך און מיט דריי טאג שפעטער איז היטלער ימ"ש געווען טויט

גלייך נאך די רוסישע טריאומף אין סטאלינגראד האט אונגארן אנגעהויבן באגרייפן אז די קריג קען זייער מעגליך ענדליך נעמען א פארקערטע ריכטונג און זי קען זיך טרעפן אויף די שלעכטע זייט פון א זיגרייכע אמעריקאנע און רוסישע אליאנץ און האט זיך שוין דאן פארבונדן מיט די אליאירטע לענדער אין א פרואוו אויסצוהאמערן א פרידן פאקט מיט אמעריקא, ענגלאד און נאך עטליכע לענדער

אום מערץ 1944 למספרם האבן די דיייטשע טרופן אין א געיעג צו פארמיידן אונגארישע קאפיטולאציע צו די מערב אליאירטע אריינגעשטורעמט אין אונגארן און זיכער געמאכט אז די פארלאמענט ווארפט אראפ די רעגירונג און איינגעשטעלט א נייע פאנאטישע אנטיסעמיטישע רעגירונג און פרעמיער מיניסטער

די נייע רעגירונג האט פולשטענדינג קאלאבארירט מיט די נאצישע באפעלן און איינגעשטעלט א פאליסי פון טאטאלע אידישע פארניכטונג אויף א בליץ שנעלן טעמפא וועלכע מען האט נישט געזעהן בעפאר ווען אין א דריי מאנאטן אפשניט זענען נאנט צו א האלב מיליאן אידן פארטיליגט געווארן ר"ל

פערצן אידישע אונגארישע קריגס איבערלעבער אריינגערעכנט פיר וועלכע האבן עמיגרירט קיין אמעריקא און באקומען בירגערשאפט האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן אונגארן פארלאנגענדיג פארגיטיגונג פאר זייערע צוגערויבטע היימען און אייגנטום
די פיר אמעריקאנער זענען ראזאליע סימאן, שארלאט ווייס, ראוז מילער און עלא פייערשטיין

נאך צוויי זענען העלען הערמאן און העלענא וואקסבערג פון קאנאדא און איזראעליס צבי זעליקאוויטש (ע"ה וועלכע איז אוועק אינמיטן די קעיס און זיינע דריי קינדער האבן איבערגענומען זיין ראלע אין די קלאגע) , מאגדא קאפאלאוויטש, גאלדא פרידמאן, יצחק פרעשבורגער, אלכסנדר ספייסער, טיבי ראם און משה פערל און פון אוסטראליע קלאגט ווערא דייטש

די שטיינדל וואס האט אבער גראד פון אנהויב געשטרויכלט די קלאגע איז א געזעץ וועלכע קאנגרעס האטבאשטעטיגט אין 1976 למספרם גערופן די אויסערן זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג אקט מיטן אקראנים FSIA וועלכע שרייבט אז מען קען נישט ברענגן ציווילע קלאגעס אקעגן אויסלענדישע רעגירונגען אין אמעריקאנע געריכטן אויסער אין געוויסע פעלער

די ציהל פון די געזעץ איז צו באשוצן אינטערנאציאנאלע באציאונגען צווישן אמעריקא און אנדערע לענדער מיטן שענקן יוריסדיקציע פאר די באטרעפנדע לענדער איבער קלאגעס געברענגט אקעגן זיי

איינע פון די אויסנאמען אונטער וועלכע קאנגרעס האט יא צוגעטיילט יוריסדיקציע צו אמעריקאנע געריכטן איז באקלאגענישן אז א פראפערטי איז גערויבט געווארן אין אומשטענדן פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ אויב די פארכאפונג איז געווארן דורכגעפירט דורך אן אויסלענדישע רעגירונג אדער אגענטור וועלכע איז פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן

די קלאגעס פון די קריגס איבערלעבער איז געווען אקעגן די אונגארישע רעגירונג און די ארגינעלע רעילראוד סיסטעם וועלכע האט אין יענע צייט באלאנגט פאר די אונגארישע רעגירונג און דורך יענע קארגא באנען האט מען פארשיקט די אידן אוועק פון זייערע היימען

די רעילראוד סיסטעם איז היינט ערזעצט דורך אן עסטרייכישע פירמע און די דיסטריקט קאורט האט די ערשטע זאך נאכגעגעבן די פארלאנג פון די אמעריקאנע רעגירונג אז די עסטרייכישע פירמע זאל נישט קענען ווערן געקלאגט זינט די פירמע איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די פארברעכנס און אז עס וועט שטערן באציאונגען צווישן אמעריקא און עסטרייך וועלכע האבן אויסגעהאמערט אן אפמאך אונטער וועלכע עסטרייך פארגיטיגט קריג איבערלעבער וועלכע זי האט פאראומגליקליכט

דערנאך האט די דיסטריקט געריכט אויך באפרייט אונגארן און איר ארגינעלן טראנזיט סיסטעם פון קלאגעס אין אמעריקאנע געריכט באזירט אויף א 1947 למספרם האנדלס אפמאך צווישן אמעריקא און אונגארן

יענע אפמאך איז געקומען נישט לאנג נאכן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג און אונגארן האט זיך פארפליכטעט צו א מעכאניזם געשאפן צו פארגיטיגן איבערלעבער

די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז אויב זאל זי זיך רעזערווירן יוריסדיקציע איבער אזלעכע קלאגעס וועט עס גיין אין קאנפליקט מיט די אינטערעסן און האנדלס אפמאכן צווישן אמעריקא און אונגארן

א פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז אין יענע האנדלס אפמאך האט זיך אונגארן פארפליכטעט אז פון איר זייט וועט זי גיבן די מינימום פארגיטיגונג ווען איבערלעבער ברענגן קלאגעס אין אירע געריכטן אבער אמעריקא האט זיך נישט פארפליכטעט אז קלעגער זאלן זיין געבונדן אויסשליסליך צו די איינע מעגליכקייט און דעריבער איז די טיהר פאר קלעגער געבליבן אפן צו קענען קלאגן דורך אנדערע לעגאלע שטראזן ווי צום ביישפיל די אמעריקאנע יורידישע סיסטעם

די פאנעל האט אנגעצייגט אז די FSIA אויסנאם פון פעלער פון פראפערטי פארכאפונג איז קלאר גילטיג אין דעם פאל זינט די אונגארישע טראנזיט סיסטעם האט דעפארטירט די אידן אקעגן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אז די טראנזיט סיסטעם איז געווען פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן מיטן אויפהאלטן א ביורא צו פארקויפן טיקעטעס און באשטעלן רעזערוואציעס און ענליכע ביזנעס

באזונדער האט אונגארן רעקלאמירט אין די אמעריקאנע האנדל מערקעט אירע ביזנעסער, און געשטופט אמעריקאנע טוריסטן צו באזוכן אונגארן און געזוכט אמעריקאנע הלוואות ועוד וואס די אלע אקטיוויטעטן זענען גענוג צו פאלן אונטער די FSIA געזעץ אלץ א לאנד וועלכע מען קען קלאגן אין אמעריקאנע געריכטן

אונגארן האט געהאט גע'טענה'ט אז אפילו אויב די קלעגער קענען זיך באנוצן מיט די FSIA אויסנאם איז עס בלויז נאכן פרובירן צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן

אונגארן צייט אן אויף א ברייט אנגענומענע א דאקטרינע וועלכע שטעלט אוועק א סטאנדארט אר קלעגער צו פרובירן צו ערשט צו קלאגן אין די לענדער אין וועלכע די פארברעכן איז אנגעבליך דורכגעפירט געווארן און אויב מען פאלט אדורך אין יענע געריכטן זיך דאן פרובירן צו ווענדן צו געריכטן אין אנדערע לענדער אויסער אין פאל וואס עס איז זייער קלאר אז קלאגעס אין די געריכטן אין לענדער וואו די פארברעכן איז אנגעבליך באגאנגען געווארן פארמאגן קיינע שאנסן פאר סוקסעס און איז א שאד די צייט

אונגארן האט ארויסגעהויבן די פאקט אז די איבערלעבער האבן ניטאמאל פרובירט צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן און די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די ארגומענט אבער די קרייז געריכט האט סימפאטאזירט מיט די קלעגער וועלכע האט פארפירט אז אנטיסעמיטיזם אין אונגארן איז שטארק געשטיגן און אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין די אונגאריש יורידישע סיסטעם

די קרייז געריכט ברענגט אויך ארויס אז די געווענליכע פרעצעדענט וועלכע שיקט קלעגער צו מער לאקאלע און באגרעניצטע געריכטן (צום ביישפיל סטעיט ארעסטאנטן וועלן געווענליך ברויכן קלאגן צו ערשט אין סטעיט געריכט און נאכן דורכפאלן האבן די אפציע צו גיין פעדעראל) איז אוועקגעשטעלט אז געריכטן וועלכע זענען דעזיגנירט ספעציפיש צו דעקן די געגנט און באקלאגענישן פון קלעגער זאלן צו ערשט באטראכטן די קלאגעס און אויב מען קומט נישט צו א שליכטונג זאל מען גיין צו שטאפל צוויי און אזוי ווייטער און ווייטער ביזן סופרים קאורט וועלכע איז די לעצטע אויסוואל

די דאקטרינע ווערט גענוצט ווי פריער געשריבן אין פעלער פון פארברעכן אין אנדערע לענדער איז פארשטענדליך אז מען שיקט קלעגער צו די באטרעפנדע לענדער וועלכע זענען בעסער אויסגעקאכט און באקאנט מיט די קלאגעס
ערקלערט די געריכט אז די סיסטעם נעמט אלץ אריין א באדינגונג אונטער וועלכע די ערשטע שטאפל געריכטן זענען פארפליכטעט אז זייער אורטייל זאל קענען ווערן אפעלירט און העכערע שטאפל געריכטן דורך די אומצופרידענע זייט

אבער אין אונזער פאל איז די אונגארישע געזעץ נישט גרייט געווען צו גאראנטירן אז אין פאל וואס די קלעגער פאלן דורך אין די אונגארישע געריכט וועט אונגארן איינגיין צו ווערן געקלאגט אין אמעריקא

אויסער דעם שרייבט די קרייז געריכט אז די קעיס ציהט זיך שוין גאר לאנג און ערלויבן אונגארן צו פארכאפן די קעיס און עס אויסציען ביז צום מאקסימום קען רעזולטאטירן אז ווען די עלטערע לייט וועלן פארלירן זייער קעיס אין די אונגארישע געריכטן וועט שוין זיין צי שפעט אז זיי זאלן נאך קענען צוריקקומען צו די אמעריקאנע געריכטן

באזנודער האט די קרייז געריכט אוועקגעמאכט א דאקטרינע באנוצט דורך די דיסטריקט געריכט לויז צו ווערן פון די קעיס גערופן
"פארום נישט צוגעפאסט" וועלכע ערלויבט געריכטן זיך אפצושאקלען פון קלאגע דורך צושיקן די קעיסעס צו אנדערע געריכטן אויב זיי קענען אנצייגן אז באזירט אויף די אומשטענדן איז די אנדערע געריכט מער צוגעפאסט צו באהאנדלען די ספעציפישע קעיס

די דיסטריקט געריכט האט פרובירט צו זאגן אז אונגארן איז בעסער אויסגעשטעלט צו באהאנדלען א קעיס וועלכע איז געווארן דורכגעפירט אויף איר טעריטאריע און עדות און באווייזן זענען פיזיש נענטער צו די אונגארישע געריכט הייזער וועלכע מאכט פראקטישער דורכצופירן דארט די פראצעס

אויך האט די דיסטריקט געריכט ארויסגעברענגט אז אויב זאל די געריכט פארקומען אין אמעריקא וועט מען זיך מוטשען צו באקומען צוטריט צו א גרויסע צאל רעלעוואנטע דאקומענטן וועלכע קענען זיין פארבונדן צו די קעיס און עקסטער וועט מען זיי ברויכן איבערטייטשן אויף ענגליש זינט זיי זענען דאקומענטירט אין אונגאריש

די קרייז געריכט האט אפגעפרעגט ביידע טענות זאגנדיג אז די קלעגער האבן שוין באוויזן צו זאמלען די נויטיגע דאקומענטאציעס פון די אמעריקאנע האלאקאוסט מעמאריעל מוזעאם און אז טראנזילאציע וועט סייווי אויספעלן אויך אין אן אונגארישע געריכט זינט מיינסטנס קלעגער רעדן ענגליש

די דיסטריקט געריכט האט נישט אקצעפטירט די טענה אז עס איז יא באקוועמער פראקטישער פאר די קלעגער צו קלאגן אין אמעריקא זינט עס איז זיי לייכטער צו ערשיינען אין א לאקאלע געריכט ווי איידער רייזן קיין אונגארן

די געריכט האט געשריבן אז בלויז פיר פון די קלעגער זענען אמעריקאנער און די אנדערע וועלן סייווי רייזן דעריבער איז נישט די רייזע פאקטאר אזא ערנסטע זאך ווען מען באטראכט וואו עס איז די מערסטע פאסיג צו באהאנדלען די קעיס

די קרייז געריכט האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז 4 קלעגער איז א צוויי דריטל און מען קען עס נישט אזוי לייכט אוועקמאכן און באוזנדער זענען דא פון די אנדערע אויסלענדער אויך אזלעכע וועלכע עס איז זיי לייכטער צו רייזן קיין אמעריקא ווי קיין אונגארן פון א געאגראפישן שטאנדפונקט און אז אונגארן וויל שלעפן די קלעגער צו זיך ארויס פונעם אמעריקאנעם געריכט דארפן זיי איבערצייגן אז עס איז לייכטער פאר אלע אהינצוגיין און טראץ וואס די אנגעקלאגטע אין דעם פאל (אונגארן) איז לאקירט אין אונגארן געפונען זיך אלע קלעגער אינדרויסן פון אונגארן און מען קען נישט אהינשלעפן אזויפיל עלטערע מענטשן צו אזא ווייטע לאנד און פון אן עמאציאנאלע פערספעקטיוו צו א לאנד וועלכע האט טראנספערירט זייערע באליבסטע צום טויט און גערויבט זייער האב און גוטס

די סירקוט קאורט האט אפגעווארפן די באהויפטונג פון די דיסטריקט קאורט אז עס איז אויף די פלייצעס פון די קלעגער צו איבערצייגן פארוואס אן אמעריקאנע געריכט איז מער פאסיג

די סירקוט ריכטער שרייבן אז לויט די געזעץ איז עס קאפויער און אונגארן ברויך איבערצייגן פארוואס זייער געריכט וואלט געווען מער פאסיג און ווי געשריבן האלטן די ריכטער אז זיי האבן זאנס נישט איבערצייגט

אין א לעצט מינוטיגע פרואוו האט אונגארן אויפגעברענגט ערשט אינעם סירקוט קאורט א נייע ארגומענט, נעמליך, אז די קלעגער פארטרעטן נישט בלויז זיך נאר א ברייטערע קלאס פון פאטענציאלע קלעגער "וועלכע וואוינען נאך ביז היינט אין אונגארן"

אנצייגנדיג איבער א קעיס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פעדעראלע געריכט אין פלארידא וואו אידישע קריגס איבערלעבער קלאגן אין נאמען פון אלע באראבעוועטע וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די באקאנטע גאלד און צירונג רויב (ווען אמעריקאנער האבן פארכאפט א באן פון די דייטשן וועלכע האט געפירט א ריזן זאפאס פון גאלד און צירונג סארטירט אין קלאר אנגעצייכנטע שאכטלען אנטהאלטנדיג גאלד און צירונגען גערויבט פון אידן בבחינת הרצחת וגם ירשת און די מיליטער האט עס אנגעבליך פארקויפט און די קלעגער קלאגן די אמעריקאנע רעגירונג איבער דעם) און אונגארן האט געזוכט ארויסצוברענגן אז מען דארף נעמען אין באטראכט אז אויך דא טוען מעגליך די קלעגער אפעקטירן מערערע פארטריבענע פון זייערע היימען און יענע א גרויס טייל פון די אפעקטירטע וואוינען נאך אין אונגארן אבער די קרייז געריכט האט געזאגט אז אונגארן האט נישט געמאכט דעם ארגומענט אין דיסטריקט געריכט און עס איז צי שפעט

באזונדער זאגן זיי אז מען קען נישט נוצן די פלארידא קעיס אלץ באווייז ווייל אין די איצטיגע קעיס קלאגן נישט די קלעגער פאר קיינעם אויסער זיי

די דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט ארויסגעגעבן איר 2-1 אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער און איז באשטאנען פון:

ריכטערין מילעט
(זי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא צום זיץ וועלכע סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס פלעגט האלטן און שפעטער באטראכט געווארן צו ערזעצן סופרים קאורט ריכטער סקאליא אבער עווענטועל האט אבאמא אויסגעקליבן ריכטער מעריק גארלענד וועמענ'ס נאמינאציע איז געגאנגען אין ערגעץ)

ריכטערין פילארד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)

און ריכטער קאטסאס (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) וועלכע האט געשריבן א קעגן אורטייל אין שטיצע פון אונגארן

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער 7 למספרם


די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין די קעיס אפווארפנדיג די אורטייל פונעם די סי פאנעל און זיי פארארדנט עס נאכאמאל צו באהאנדלען אין ליכט וואס עס איז נישט אין איינקלאנג מיט א סופרים קאורט אורטייל ארויס היינט אינדערפרי אין א צווייטע ענליכע קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 10:25 am

ראדזשער סעווערינא א געוועזענע איינגעשטעלטער אין די העלט און היומען סערוויסעס דעפארטמענט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע קלאגט די ביידען אדמיניסטראציע איבער איר פארזוך ארויסצורוקן לעצט מיונטיגע טראמפ געשטעלטע פון א געוויסע רעגירונג באורד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 10:28 am

הכל הבל האט געשריבן:ראדזשער סעווערינא א געוועזענע איינגעשטעלטער אין די העלט און היומען סערוויסעס דעפארטמענט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע קלאגט די ביידען אדמיניסטראציע איבער איר פארזוך ארויסצורוקן לעצט מיונטיגע טראמפ געשטעלטע פון א געוויסע רעגירונג באורד

סעוערינא באקלאגט זיך אז ער האט ערבלאטן אן אימעיל פון ווייסן הויז אז אויפן פארדענונג פונעם פרעזידענט מוז ער זאפארט רעזיגנירן און אויב ער וועט עס נישט טוהן ווערט ער אויפגעזאגט
ער טענה'ט צום די סי דיסטריקט געריכט אז דער פרעזידענט איז נישט באפולמעכטיגט עס צו טוהן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 10:31 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ראדזשער סעווערינא א געוועזענע איינגעשטעלטער אין די העלט און היומען סערוויסעס דעפארטמענט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע קלאגט די ביידען אדמיניסטראציע איבער איר פארזוך ארויסצורוקן לעצט מיונטיגע טראמפ געשטעלטע פון א געוויסע רעגירונג באורד

סעוערינא באקלאגט זיך אז ער האט ערבלאטן אן אימעיל פון ווייסן הויז אז אויפן פארדענונג פונעם פרעזידענט מוז ער זאפארט רעזיגנירן און אויב ער וועט עס נישט טוהן ווערט ער אויפגעזאגט
ער טענה'ט צום די סי דיסטריקט געריכט אז דער פרעזידענט איז נישט באפולמעכטיגט עס צו טוהן

זיין פאסטן איז אויף אן אדמינסטראטיווע באורד וועלכע פארמאגט נישט סיי וועלכע עקזעקוטיווע אדער לעגיסלאטיווע סארט מאכט און די ארבעט פונעם באורד איז צו רעקאמענדירן רעפארמען און טוישונגען צו רעגירונג פראגראמען דער פרעזידענט קיין אריינשטעלן מיטגלידער אויפן באורד פון 5 און אלע מיטן אויסנאם פונעם באורד פארזיצער קענען אויסדינען א פולע 3 יעריגע טערמין אן די מעגליכקייט פון א פרעזידענט יענעם ארויסצורוקן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 06, 2021 6:02 pm

סופרים קאורט האט פרייטאג צו-נאכטס ארויסגעווארפן א פארבאט דורך קאליפארניע גאווערנאר ניוסאם אויף אינערליכע רעליגיעזע סעוויסעס - אבער געלאזט אין פלאץ אנדערע טיילן פון זיינע פארארדענונגען.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 08, 2021 11:28 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין א פראסק פאר ווענס האט איצט א פיר ריכטער פאנעל אויף די סטעיט אפעלאט דיוויזיע ארויסגעטראסקעט זיין אפעלאט און קלארגעשטעלט אז מענעפארט קען נישט געקלאגט ווערן סטעיטווייד פאר די קלאגעס
ווענס זאגט אז מען באטראכט ווייטערדיגע אפציעס

ווענס אריינגעגעבן אן אפיעל ביי די קאורט אוו אפיעל'ס - די סטעיט'ס העכסטע געריכט.

ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס -די העכסטע געריכט אינעם סטעיט- האט פאריגע וואך ענדגילטיג ארויסגעווארפן די קלאגעס קעגן מענעפארט.

פאר א לענגערע באריכט איבער די קעיס זעה דא די באריכט פון ידידינו ר' @הכל הבל!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 08, 2021 11:47 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א 20 יעריגע פון אילינאו האט זיך גענומען דאס לעבן נאכ'ן זיך באנוצן מיט די פאפולערע "ראבינהוד" עפפ און ס'האט זיך איהם געדאכט אז ער האט דערלייגט העכער 730,000 דאללער - ווען אין רעאליטעט האט ער צו יענע צייט געהאט ארום 16,000 דאללער אין זיין אקאונט.

די פאמיליע פונעם פארשוין האט אריינגעגעבן א לאוסוט באשולדיגענדיג אז ראבינהוד'ס "וואנזיניגע אויפפירונג האט דירעקט געפירט צום טויט" פון א וויקטים, דורכ'ן נישט קללאר ערקלערן וואס עס גייט פאר און נישט צושטעלן געהעריגע קאסטומער סערוויסעס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 9:32 am

די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיך ארויסגעצויגן פון א קלאגע זייערע אקעגן א געוועזענע געהילף צו פרוי טראמפ פארן ברעכן אן אפמאך נישט צו פארעפנטליכן קאנפידענשל אינפארמאציע מיטן פובליצירן איר בוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 12:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד

ריכטער טיפטאן זאגט אז ער וועט ווארשיינליך פארלענגערן די האלד אויף נאך צוויי וואכן אויף ביז פעברואר 23 למספרם

איצט געהאלטן ווארט און טאקע פארלענגערט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד

ריכטער טיפטאן זאגט אז ער וועט ווארשיינליך פארלענגערן די האלד אויף נאך צוויי וואכן אויף ביז פעברואר 23 למספרם

איצט געהאלטן ווארט און טאקע פארלענגערט

איך כאפ נישט איז די האלד פאר 100 טעג אדער פאר 2 וואכן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:51 pm

eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס פריזט איין ביידען עקזעקוטיוו ארדער איינצופרירן מיינסטנס דעפארטאציעס פאר א 100 טאג אפשניט
ער שרייבט אז די באשלוס איז נעישאנווייד

ריכטער טיפטאן זאגט אז ער וועט ווארשיינליך פארלענגערן די האלד אויף נאך צוויי וואכן אויף ביז פעברואר 23 למספרם

איצט געהאלטן ווארט און טאקע פארלענגערט

איך כאפ נישט איז די האלד פאר 100 טעג אדער פאר 2 וואכן ?

די ביידען עקזעקוטיוו ארדער איז געווען פאר 100 טאג
די האלד פון געריכט איז אויף צוויי וואכן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט