נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 11:14 am

אנדערש ווי אין די פארגאנגנהייט ווען זי פלעגט זיך צוריקהאלטן פון נוצן דעם טערמין באצייכנט סאטאמאיאר די אומלעגאלע אימגראנטן אלץ אומלעגאלע אימיגראנטן

חעלים
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2020 11:11 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך חעלים » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 11:40 am

ביטע אראפברענגען די ארגומענטן פון די צענזוס קעיס
אין אויסשמועסן וויאזוי די ריכטער׳ס זענען גענויגט

שכח

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 11:58 am

חעלים האט געשריבן:ביטע אראפברענגען די ארגומענטן פון די צענזוס קעיס
אין אויסשמועסן וויאזוי די ריכטער׳ס זענען גענויגט

שכח


אויף די מינוט פארנומען
אפשר שפעטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 11:59 am

איצט הערט די געריכט אויס די פאלגענדע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק:


נתן ווען ביורען איז געווען א סארדזשענט פאליציי אפיציר אין קאמינגס דזשארדזשיע וועלכע איז אין לויף פון זיין קאריערע געקומען אין פארבינדונג מיט אן זעכציג יעריגער אלמן מיטן נאמען ענדרו אלבא וועלכע פלעגט אנגעבליך פינאנצירן אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון וועלכע ער האט פארדינט

די דעפיוטי הויפט פון די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט איז געקומען צום אויספיר אז אלבא ליידט פון מענטאל העלט קאמפליקאציעס און קען זיין שעדליך און געווארנט אפיצירן צו האנדלען פארזיכטיג מיט אים און אוועקשטיין פון אים ווי ווייט מעגליך

אונזער אפיציר ווען ביורען האט אבער געהאלטן אז ער איז גענוג קלוג זיך אומצוגיין מיט אלבא און האט אנגעקניפט באציאונגען מיט אים

זייענדיג איינע פון די אפיצירן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין א פריערדיגע ארעסט אויף אלבא האבן זיך די צוויי באקענט און ווען ביורען איז געווארן פארמישט אין שליכטן געפעכטן צווישן אלבא און אנדערע ציווילע

ווען ביורען האט עס נישט געטוהן צוליב מיטלייד נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע אינטערעסען זייענדיג אין א געדרוקטע פינאנציעלע צושטאנד האט ווען ביורען געפונען אין אלבא א רייפע געלעגנהייט צו פארדינען עפעס געלט און ער האט זיך געוואנדן צו אלבא מיט א פארלאנג פאר אן הלואה

ווען ביורען האט פאלש אנגעגעבן אז ער איז שולדיג 15,368 דאלער פאר זיין זוהן'ס מעדיצינישע בילס און ערקלערט פאר אלבא אז בענק וועלן אים נישט לייען קיין געלט צוליב זיין שוואכע קרעדיט

וואס ווען ביורען האט אבער נישט געוואוסט איז אז אלבא האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן און ביי א געוויסע פונקט האט אלבא באשלאסן עס איבערצוגעבן צו א דעטעקטיוו אין די לאקאלע שעריף'ס אפיס און זיך דארט באקלאגט אז ווען ביורען האט אים געדרוקט און פרובירט ארויסצופרעסן געלט פון אים

די באקלאגעניש איז אנגעקומען ביז צו די עף בי איי וועלכע האט באשלאסן איינצופעדימען א סטינג אפעראציע וועלכע זאל אויסשפורן ווי ווייט ווען ביורען וועט זיין גרייט צו גיין צו מאכן אפאר טאלער

די ביורא האט אויסגעארבעט מיט אלבא אז ער וועט אין די קומענדיגע באגעגעניש מיט ווען ביורען איינגיין אים צו גיבן עפעס געלט אבער וועט אין אויסטויש פארלאנגען אז ווען ביורען זאל אים אויפדעקן אויב א געוויסע פארשוין מיט וועם אלבא האט (אנגעבליך) זיך געטראפן א נאכט בעפאר ביי צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן איז גאר א באהאלטענע פאליציי אפיציר וועלכע פאלגט נאך אלבא און אנדערע אדער בלויז א ציווילע בירגער וועלכע נעמט אנטייל אין די אקטיוויטעטן

אלבא האט אויסגעפירט זיין מיסיע אין ביי א מיטאג מיט ווען ביורען אום אוגוסט 21 2015 למספרם האט ער רעקארדירט ווי אזוי ער גיבט איבער א קאנווערט פון 5 טויזנט דאלער פאר ווען ביורען זאגנדיג אז דאס איז נאכנישט אלעס

ווען ביורען האט אנגעהויבן צו פרעגן איבער א באצאלונג טערמין אבער אלבא האט עס אוועקגעמאכט מיט די האנט נאר פארלאנגט א טובה אז ווען ביורען זאל נאכקוקן און אים איבערגעבן אויב דער אויבנדערמאנטע פארשוין איז אן אונטערגעשטעלטע פאליציי אפיציר און ווען ביורען איז איינגעגאנגען דערויף

ביי די קומענדיגע באגעגעניש האט אלבא געפרעגט ווען ביורען אויב ער האט טאקע אויפגעזוכט די לייסענס פלעיטס פון יענע פארשוין אין די פאליציי דאטא בעיס אבער ווען ביורען האט זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז די לייסענס פלעיט נומערן וועלכע אלבא האט אים געגעבן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג און געבעטן אז אלבא זאל אים טעקסטן די ריכטיגע נומערן

אלבא האט אים טאקע געשיקט די נומערן פון א פאלשע פלעיט פאבריצירט דורך די ביורא

ווען ביורען האט רעאגירט אז ער וועט אריינקוקן דערין אבער אז ער וויל צו ערשט האבן די "סחורה"
האט אלבא געענטפערט אז ער וועט אים האבן "2" און א פרישע באגעגעניש איז געווארן געסקעדזשועלט

ביים זיצונג האט זיך אלבא אנטשולדיגט אז ער האט בלויז געברענגט טויזנט אנשטאט צוויי (די ביורא האט אים גראדע געגעבן צוויי טויזנט איבערצוגעבן פאר ווען ביורען אבער ווי עס שיינט האט אלבא באשלאסן צו האלטן האלב פאר זיך אין טאש..)
און ווען ביורען האט אים געזאגט אז ער מוז האבן די נאמען פונעם פארשוין און נאכן עס באקומען פארשפראכן ווייטער צו טוהן דערוועגן און אלבא האט אים פארזיכערט דערנאך צו האבן די גאנצע

עטליכע טאג דערויף האט טאקע ווען ביורען נאכגעזוכט די אינפארמאציע אין די דזשארדזשיע קריים אינפארמאציע צענטער דאטא בעיס וועלכע איז אן אפיציעלע סטעיט דאטא בעיס פארבונדן מיט די נאציאנאלע קריים אינפארמאציע צענטער אויף וועלכע די עף בי איי פארפיגט

ווען ביורען האט דערנאך געשיקט א טעקסט פאר אלבא אז ער האט אינפארמאציע פאר אים און די קומענדיגע אינדערפרי האבן אגענטן געקלאפט אויפן טיהר פון ווען ביורען אין נאך א לענגערע אינטערוויו האט ווען ביורען מודה געווען אין אלצדינג

דערנאך האט א פעדעראלע דזשורי אים געפונען שולדיג אין אין קאונט פון ווייער שווינדל און איין קאונט פון קאמפיוטער שווינדל

ווען ביורען האט אפעלירט זיין שולד אורטייל צום עלפטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט אז ער איז שולדיג אויף די צווייטע קאונט אבער האט ארויסגעווארפן די ערשטע באשולדיגונג צוליב וואס די דזשורי איז נישט ריכטיג געווארן ריכטיג אינפארמירט איבער יענע געזעץ

ווען ביורען האט זיך אבער געוואנדן צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויך די קאונט אויף קאמפיוטער שווינדל דארף ווערן ארויסגעווארפן און אנגעצייגט אז לויט די צווייטע, פערטע און ניינטע קרייז געריכטן קען מען נישט אנקלאגן א מענטש פארן נישטערן אין קאמפיוטערס פאר וועלכע מען דארף אויטאריזאציע אין א פאל וואס דער באטרעפנדער איז אויטאריזירט צו נוצן דעם קאמפיוטער

דאס שאפט א שפאלט מיט די ערשטע, פיפטע, זיבעטע און עלפטע סירקוטס וועלכע לערנען יא אפ די געזעץ אז אפילו אויב יענער איז באפולמעכטיגט צו נוצן די קאמפיוטער איז עס א פארלעצונג אויב יענער זוכט באנוצט זיך דערמיט מער ווי ער איז ערלויבט ווי צום ביישפיל נוצן די קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ און נישט פאר פאליציי ביזנעס א שטייגער ווי ווען ביורען וועלכע האט געזוכט די לייסענס פלעיטס אינפארמאציע (די פארברעך פון שאפן פאר יענעם די אינפארמאציע פאר די כאבאר איז אומפארבונדן מיט די קאמפיוטער שווינדל געזעץ און יענע עוולה איז געווען די ערשטע קאונט)

לויט ווען ביורען וועט יעדע מינדעסטע רעגירונג קאמפיוטער באנוץ פאר פערזענליכע באנוץ ווי קאמיוניקאציע מיט פריינט אדער איינפאכע קאמפיוטער שפילן אריינפאלן אונטער די געזעץ פון רויבן די רעגירונג קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ אויב זאל מען ערלויבן די עלפטע סירקוט באשלוס צו בלייבן שטיין

די סופרים קאורט האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף נאוועמבער 30 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 12:20 pm

אין אלגעמיין האט די געריכט אויסגעקוקט צו זיין היבש סקעפטיש איבער די טראמפ צענזוס פלאן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 1:36 pm

ריכטער רוקט פאראויס קעיס פון פעליקס סעטער טראמפ א קאמפיין באאמטער וועלכע ווערט באשולדיגט מיטן וואשן געלט דורך פראפערטי פון די טראמפ ארגאנאזאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:43 pm

הכל הבל האט געשריבן:
חעלים האט געשריבן:ביטע אראפברענגען די ארגומענטן פון די צענזוס קעיס
אין אויסשמועסן וויאזוי די ריכטער׳ס זענען גענויגט

שכח


אויף די מינוט פארנומען
אפשר שפעטער


די שפעטער איז געקומען און מיין סקעדזשועל האט זיך נישט צופיל געטוישט און קיין צייט פאר א לענגערע אנאליז איז דערווייל נישט בכדי שאעשה דעריבער לאמיר בלויז באריכטן די אפדעיטס אויפן שפיץ גאפל (אגב, עס נייגערט מיר שוין פון לאנג פון וועלכע שפיץ מען רעדט אלץ זינט א גאפל האט מער ווי איין שפיץ)

צוריק אין יולי למספרם האט די טראמפ אדמיניסטראציע איינגעפירט א נייע פארמאט אונטער וועלכע די קאמערץ דעפארטמענט וועט אויסשליסן אומלעגאלע אימיגראנטן אין די צענזוס באריכט וועלכע באשטימט ווי אזוי קאנגרעס זיצן ווערן איינגעטיילט צווישן סטעיטס

אימיגראנטן אין גרויס טייל זענען באזעצט אין גרויסע סיטיס און אויב שניידט מען זיי ארויס פון די ציילונג וועט עס פירן צו ווייניגער קאנגרעס זיצן פאר בלויע סטעיטס און צוליב דעם האט ניו יארק'ס אטוירני דזשענעראל פרוי דזשעימס זיך אנגעשלאסן אין אן אנקלאגע מיט אנדערע 19 סטעיטס, 10 סיטיס און 5 קאונטיס אקעגן די נייע טויש זאגנדיג אז די געזעץ פארלאאנגט צו ציילן "מענטשן" און נישט בלויז בירגער און צוליב דעם קען מען נישט אויסשליסן כל אשר בשם אדם יכונה

היינט איז פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן און ריכטער אליטא האט זיך געוואונדערט אויב די צענזוס ביורא האט אפילו די מעגליכקייטן צו קאטעגאריזירן די מיליאנען אומלעגאלע וועלכע האלטן זיך אויף אין לאנד מיט בלויז 31 טאג צו גיין ביזן ענדע פונעם למספרם יאר זאגנדיג אז עס זעהט אים אויס צו זיין גאר א שווערע אונטערנעמונג

סאליסטאר דזשענעראל וואל האט אנערקענט אז עס וועט זיין שווער צו אידענטיפיצירן אלע אומלעגאלע אבער ארויסגעברענגט אז טאקע דאס פארשטארקערט זיין פאזיציע ווייל עס באדייט אז די טויש וועט נישט פירן צו גאר דראמאטישע טוישונגען אין די קאנגרעס אויסשטעל איבער וועלכע די בלויע סטעיט ווארענען

ער האט ערקלערט אז צו זאגן אז די ביורא וועט איצט באווייזן צו אידענטפיצירן 10 -20 מיליאנען אומלעגאלע איז טאקע פאנטאזיעס נאר ליבערשט וועלן זיי פרובירן צו דעקן די וועלכע געפונען זיך פארהאלטן אין ICE צענטערן און די רעגירונג קען זיי לייכטער אידענטיפיצירן און ארויסשניידן כאטש יענע צענדליגער טויזנטער וועט נישט אזוי ערנסט אפעקטירן די קאנגרעס מאפע

ריכטערין בערעט האט אויסגעקוקט זיך צופרידן מיט די באהופיטונג פון וואל און געפרעגט אז אויב וואל זאגט אז דער פרעזידענט און קאמערץ סעקרעטאר וועלן בלויז קענען אידענטיפיצירן באגרעניצטע קאטעגאריעס פון אימיגראנטן טוט עס דען נישט צונישט מאכן די ארגומענט פון בלאקירן די ארדער נאך וואס עס איז מער נישט איבערצייגט אז עס וואלט געפירט צו ערנסטע מאפע טוישונגען?!

אן אדוואקאט פון די ACLU האט אבער אפגעווארפן די ארגומענט זאגנדיג אז פריער אדער שפעטער וועט מען זיך דערזעהן ביי ערנסט כאאס אין לויף פון די מאפע איבערשרייבונג פראצעדור און דאן אין ברען פון די רעדיסטריקטינג וועט מען זיך סייוויי טרעפן ווידער און געריכט און דעריבער איז נאריש אפצושטופן די לעגאלע קלארשטעלונג איבער דעם

דער אדוואקאט האט געהאמערט מיט די היסטארישע פאקט אז זינט 1970 האט די בירוא קיינאל פונאנדערגעשיידט צווישן בירגער און אנדערע נאר געציילט אלע איינואוינער צוגלייך און דאס האט יא מער גערדט צו ריכטערין בערעט וועלכע האט געפרעגט פון וואל צו דאס אז אסאך פון די היסטארישע באווייזן און לאנגיעריגע פראקטיצירונג שניידט נישט אריין אין זיין פאזיציע

בערעט האט אויך געפרעגט פון וואל אויב אן אומלעגאלער אימיגראנט וועלכע האט זיך באזעצט אין לאנד פאר יארן צוריק הייסט נישט א געהריגע איינוואוינער

וואל האט געענטפערט אז אזעלכע איינוואוינער זענען ענליך צו אויסלענדעישע אמבאסאדא איינגעשטעלטע וועלכע האלטן זיך אויף פאר לאנגע יארן אין זייערע אמבאסאדא געביידעס אין אמעריקא און קניפן אפ פריינטשאפט און סאציאלע פארבינדונגען מיט אמעריקאנער אין זייער געזעלשאפט און דאך ווערן זיי נישט געציילט אינעם צענזוס רעכענונג

וואל האט נישט געוואלט אנגעבן אפילו א רויע שאצונג פון וויפיל די טראמפ פאלן וואלט אויסגעשלאסן זאגנדיג אז לויט די לעצטע אפדעיט פון די ביורא עקספערטן האבן זיי נאכנישט קיין געשאצטע ציפער פון וויפיל אימיגראנטן עס וועט באטרעפן

ריכטערין קעיגען האט אים געפרעגט פארוואס די געריכט זאל נישט ווארטן ביז די ביורא קומט אויף מיט א שטיקל אויסקוק פון וויפיל קענען ווערן אויסגעשלאסן און ווען מען וועט האבן א שטיקל באגריף וועט עס די געריכט דאן באהאנדען

דער ACLU האט גע'טענה'ט אז צוריק אין 2019 למספרם האט די אדמיניסטראציע אין אן עקזעקוטיוו ארדער געשריבן אז די רעגירונג קען שוין היינט אונטערזוכן בירגערשאפט רעקארדס פון 90% פון די פאפולאציע און דאס באדייט אז זייערע מעגליכקייטן ארויסצושניידן אומלעגאלע איז פיל ברייטער ווי זיי זוכן צו אנערקענען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:48 pm

א פארהער אין די סטיוו בענאן קעיס געסקעדזשועלט אויף מיטוואך אפגעשטופט אויף דעצעמבער 16 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:דוד קאריא וועלכע איז געווארן אנגעקלאגט אינאיינעם מיט לעוו פרנס פלאנט צו טוישן זיין פלי מארגן אינדערפרי און זיך דערקלערן שולדיג

ריכטער רעכנט זיך נישט מיט רעגירונג פארלאנג עס נישט אפצושטופן און לייגט אפ די פראצעס אין די קעיס פון דזשוליאני געהילפן פרנס און פורמאן
איצט וועט מען דארפן באשטימען א נייע דאטום ערגעץ צווישן יוני און אקטאבער למספרם
וויבאלד קיינע פון די אנגעקלאגטע זענען נישט אונטער ארעסט זענען זייערע פראצעסן ווייניגער פריאריטעט ווי פארצעסן אויף אנגעקלאגטע וועלכע געפונען זיך אונטער גראטעס

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 5:21 pm

אויב מעג מען ציילן אומלעגאלע אמיגראנטען קומט אויס אז אומלעגאלע אמיגראנטען וועלן אויס ווער עס זאל זיין די פרעזידענט, ווייל די עלעקטארלס גייט דאך וויפיל מענטשן מען רעכנט אין די צענזוס, 1+1 די פרעזידענט ווערט ערוועלט דורך די אומלעגאלע..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 9:34 am

דעמאקראטישע גאווערנאר פון קענטאקי ענדי באשאר האט ארויסגעגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער אפצושפארן פובליק און פריוואטע שולעס צוגלייך

א קריסטליכע שולע אין דענוויל האט אריינגעטראגן א קלאגע און א דיסטריקט געריכט האט צו ערשט בלאקירט די ארדער אויף צייטווייליג און דאס איז געווען נאך איידער די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן זייער ארדער איבער ניו יארק

אצינד שוין נאכן סופרים קאורט אורטייל האט די זעקסטע סירקוט קאורט אראפגענומען די דיסטריקט געריכט בלאקאדע פונעם גאווערנאר'ס ארדער שרייבנדיג אז די ארדער איז נייטראל און גילטיג פאר רעליגיעזע און סעקולארע שולעס

אצינד האט זיך די שולע אינאיינעם מיטן רעפובליקאנע סטעיט אטוירני דזשענעראל דעניעל קעמעראן געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז די ארדער פארלעצט די פרייע עקסערסייז רעכט און אנגעוויזן אויף א צווייטע ארדער פונעם גאווערנאר וועלכע ערלויבט טעאטערס, הייראט זאלן און ביזנעס צענטערן צו בלייבן אפן מיט א רייע באגרעניצונגען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 12:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:די פאלגענדע איז א באריכט אראפגעברענגט דא דאנערשטאג בראשית:

די סופרים קאורט האט ווידער אפגעשיבט דאס באטראכטן אויב זיי זאלן אויסהערןא קעיס איבער א מיסיסיפי אנטי רציחה געזעץ וואס באדייט אז עס איז כמעט ווי פארזיכערט אז זיי וועלן שוין נישט הערן די קעיס בעפאר די וואלן און אויב זאלן זיי באשליסן עס צו אקצעפטירן נאך די וואלן וועט עס שוין זיין מיט ריכטערין בערעט אויפן באנק

איצט קומט אן אפדעיט:

די געריכט האט רעסקעדזשועלט צו באטראכטן די קעיס קומענדיגע פרייטאג ביי די פריוואטע קאנפרענץ מיט ריכטערין בערעט אויפן באנק

יא, עס האט געדארפט ווערן באהאנדלט קומענדיגע פרייטאג אבער די געריכט האט איצט ווידערמאל אפגעשטופט די דאטום צו אריינקוקן אין די קעיס און איצן שוין צום עכטן מאל

יונגרייז
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יונגרייז » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 5:24 pm

וואס מיינט אנטי רציחה
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 6:40 pm

פריער אין יאר האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז ווען א שולד אורטייל ווערט ארויסגעגעבן דורך א זשורי ברויך די זשורי זיין איינשטימיג אז דער אנגעקלאגטער איז טאקע שולדיג.

די אורטייל האט אפעקטירט זשורי'ס אין לואיזיאנע, ארעגאן און פארט ריקא ווי ביז די אורטייל האט מען געקענט באשטעטיגן א שולד אורטייל דורך א בלויזע רוב פון די זשורי.

היינט האט די געריכט אויסגעהערט א פרישע און ווייטגרייכענדע קעיס - צו די פארארדענונג אז א זשורי מוז זיין איינשטימיג אין אויך גילטיג "רעטראעקטיוולי", ד.ה. פאר שולד אורטיילן ארויסגעגעבן אין די פארגאנגענהייט, אויב זאל די געריכט דאס אננעמען קען עס פאטענציאל ארויסלאזן טויזענטער מענטשן פון טורמע.

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 7:32 pm

עפעס הער איך איז געווען א פסק איבער די לאוסוט פון טארטיקוב ווס. פאמאנע.
קען אפשר איינע פון אונזערע עקספערטן אריינקומען ביטע מיט די פונקטליכע דעטאלן איבער די קעיס?
---

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 10:32 am

סופרים קאורט פארארדנט א דיסטריקט ריכטער איבערצוטראכטן א לאוסוט אקעגן די קאליפארניע געזעץ וועלכע פארבאט רעליגיעזע צוזאמקונפטן אין די סטעיט
די געריכט צייכנט אן זייער אורטייל לעצטע וואך אין די ניו יארק קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:49 pm

אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

די פלאן האט געלויטעט צוצושטעלן אויפן פלאץ דירות פאר די פאמיליעס (לויט א באריכט אזויפיל ווי 9 גרעסערע אפארטמענט געביידעס וועלכע וועט אנטהאלטן ארום 1000 דירות) , בתי מדרשים און אלץ וואס וועט זיך אויס אז די לימודים און אקטיוויטעטן זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט אן איבעררייס

באזונדער האט אן אפיליאירטע מיט די קהילה אפגעקויפט 30 אקער לאנד גלייך דערנעבן וועלכע האט געברויכט פארזיכערן אז עס קומען נישט פאר קיין קאנפליקטן מיט אנדערע פאטענציאלע קונים פונעם דערנעבדיגן שטח

אבער זיך בליץ שנעל אנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד מצד די ווילעדזש וועלכע האט ארויפגעשטעלט מערערע זאונינג באגרעניצונגען

די ערשטע בלאקאדא איז געווען איבער'ן בויען די מכון גופא זינט די גאנצע ווילעדזש איז דעזיגנירט אלץ א דיסטריקט וועלכע פארלאנגט אז אויף יעדע אקער לאנד קען געבויעט ווערן אן איין פאמיליע הויז אדער אנדערע סארט צענטערן ווי פארקס און להבדיל שוהלן אבער נישט קיין אזא סארט קאמפלעקס

די ווילעדזש קען יא מאכן פארשידענע אויסנאמען אריינגערעכנט פאר אינסטיטוציעס פון ערציאונג אבער עס מוז נאכקומען א רייע פארשריפן פאר וועלכע די ארטאדאקסישע צענטער קוואלאפיצירט נישט

לויט די קהילה האט די ווילעדזש מאדיפיצירט איר ערציאונג אינסטיטוציע פארשפריפטן אז עס זאל מוזן נאכקומען די ניו יארק סטעיט ערציאונג דעפארטמענט סטאנדארטן (עפעס וואס זיי קענען נישט נאכקומען) בלויז עטליכע מאנאטן נאך די אפקויף פונעם שטח און איז לויט זיי א באווייז אז זיי זענען ספעצילע געציהלט געווארן

דאן שטערט די זאונינג קאוד פאר די אויפבוי פון די דירות פון די רבנים וויבאלד לויט די קאוד ווערט די גאנצע 100 אקער באטראכט ווי איין שטיקל לאנד אויף וועלכע מען מעג בלויז בויען אן איין פאמיליע הויז און בלויז אויב די שטח ווערט צוטיילט אויף קלענערע טיילן קען מען געניסן פון די ערלויבעניש צו בויען איין הויז פער יעדע אקער לאנד

לויט די קאוד מעג מען בויען דארמאטאריס פאר סטודענטן וועלכע שטודירן אבער די ארטאדאקסישע פראיעקט קוואלאפיצירט נישט דערפאר צוליב וואס אויסשטעל פון די הייזער איז אנדערש ווי דארמאטארי פארשריפטן און מאכט אוממגליך פאר די ארכיטעקטן צו קענען אהערשטעלן הייזער וועלכע קענען ווערן באצייכנט אלץ דארמאטארי

און אויסער דעם טענה'ן די אייגנטומער אז די קאוד טוט אומנויטיג באגרעניצן דאס אויפשטעלן אזלעכע דארמאטאריס צו בלויז איין דארמאטארי פאר יעדע לאט און אויך טאר עס נישט זיין מער פון 20% פון אלע געביידעס געבויעט אויף יענע שטח און לויט זיי וועלן דארמאטאריס אין אזא גרויס בלויז אקאמאדירן 3% פון די רבנים
די ווילעדזש האט אין די צייט פון די שטח אוועקגעשטעלט די רעכט צו בויען דארמאטראי געביידעס אבער באגרעניצט די דארמאטארי סטאנדארט אז עס נישט קענען דעקן איין אדער מערערע פאמיליע יוניטס און אין 2007 למספרם צוגעלייגט די אויבנדערמאנטע באגרעניצונגען פון די גרויס פון די דארמאטארי פער לאט

להוסיף נופך האט די ווילעדזש אדאפטירט אין 2007 למספרם א נאסע לאנד געזעץ וועלכע פארלאנגט א 100 פיס באשיצונג ארום יעדע שטח פון 2000 פיס און מער באצייכנט אלץ וועטלענד (וואו די ערד איז ספעציעל נאס) און לויט די קהילה איז די געזעץ ספעציעל באשטימט צו פארמיידן ארטאדאקסישע פארשפרייטונג אין די ווילעדזש

זיי באקלאגן זיך אז די געזעץ שליסט אויס כמעט א יעדע איינציגע שטח אין די ווילעדזש מיטן אויסנאם פון אט די קהילה שטח ווי 37 פון איר אקער לאנד איז באצייכנט אלץ נאסע לאנד

די כולל פון וואו פילע פון די רבנים קומען ארגינעל און וועלכע שטופט די פראיעקט אינאיינעם מיט א רייע אינדיוויועלן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אינעם פעדעראלן דיסטריקט געריכט סיסטעם אין די קעיס איז אנגעקומען צו ריכטער קענט קאראס וועלכע איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער

ריכטער קאראס האט געגעבן רעכט פאר די קלעגער שרייבנדיג אז די פיר זאונינג אמענדמענטס וועלכע די ווילעדזש האט אדאפטירט צו די קאוד (פון וועלכע די ערשטע איז געווען נאך אין 2001 למספרם, די צווייטע אין 2004 למספרם נאך איידער די אפקויף די דריטע און פערטע אום נאכן אפקויף און אזוי שפעט ווי אין 2007 למספרם) איז דיסקרימינירנד און פארבאטן די ווילעדזש זיי צו אינפארסירן און עקסטער ארויסגעשטעלט א ווארנענוג נישט צוצולייגן קיין שום נייע זאונינג קאוד טוישונגען

לויט ריכטער קאראס האט די ווילעדזש פארלעצט די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע אנטהאלט פראוויזיעס פאר רעליגיעזע לאנד באנוץ און אויך פארלעצט די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע און יושר'דיגע האוזינג אקט

עס איז אויך געווען אן אישו מיט סטענדינג צו די אייגנטומער וועלכע האט פאגעקויפט די שטח פארמאגט סטענדינג און ריכטער קאראס איז געקומען צום אויספיר אז זייערע רעכטן ווערן גענוג ערנסט פארלענט אז זיי האבן קלארע סטענדינג ווען עס קומט צו פארלעצונגען פון אייניגע באשיצונג אונטער די פערצנטע אמענדמענט בכלל און אזוי אויך די פראוויזיעס פאר רעליגיעזע לאנד באנוץ בפרט אבער ווען עס קומט צו פארלעצונגען פון די ערשטע אמענדמענט פון פרייהייט פון אויסדרוק און פרייע רעליגיעזע עקסערסייז האט די אייגנטומער קהילה נישט קיין סטענדינג זינט זי האט נאך קיינמאל נישט איינגעגעבן א פארמאלע פארשלאג פאר צו בויען די פראיעקט אדער געבעטן פאר א פערמיט אדער גענומען סיי וועלכע אנדערע שריט און זיך אנגעשטויסן מיט די זאונינג פראבלעמען און דעריבער מאנגלט די געריכט די יוריסדיקציע צו באהאנלדען יענע באקלאגענישן

די ווילעדזש האט אפעלירט די אורטייל צום צווייטן קרייז געריכט ווי א דריי ריכטער פאנעל האט באהאנדלט די קעיס

די פאנעל איז באשטאנען פון ריכטער דעני טשין נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט אבאמא צום סירקוט קאורט, ריכטער ריטשארד וועסלי נאמירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און דיסטריקט ריכטער לואיס קאפלאן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

די פאנעל האט געאורטיילט אז די צוויי שפעטערע אמענדמענטס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אבער א 2001 און 2004 למספרם אמענדמענט און יא געווען פאר לעגיטימע צוועקן און נישט געפונען גענונג באווייז אז די מאיטוואציע אונטער זי איז געווען דיסקרימנירנד

זיי האבן געשריבן אז כאטש עס איז וואר אז די 2001 למספרם אמענדמענט איז טאקע געקומען נאכן הערן פון פלענער פון די קהילה אפצוקויפן די שטח אבער קיינע באווייזן זענען געפונען געווארן אז יענע אמענדמענט איז געווען געציהלט צו בלאקירן די פלענער פון די קהילה און עס איז מעגליך געווען בלויז אפצוהאלטן פון מער גראנדיעזע בויעריי ווי די אייגנטומער זעלבסט פלאנען פאקטיש ביז היינט

איבער די 2004 למספרם אמענדמענט (נאך בעפאר די אפקויף) שרייבט די פאנעל אז אין פאקט האט יענע אמענדמענט גאר לויזער די 2001 למספרם אמענדמענט אין געוויסע הינזיכטן מיטן ערלויבן דארמאטאריס (הגם ווי געשריבן קען די קהילה זיך נישט צושטעלן זייערע דארמאטארי סטאנדארטן) און לייכטער געמאכט צוטריט פון די ראודס צו פראפערטי

איבער די צוויי שפעטערע אמענדמענטס שרייבן זיי אז אויסער דעם וואס ביידע זענען אנדערש ווי די 2004 למספרם אמענדמענט מיט דעם אז עס איז בלויז מחמיר און גארנישט מקיל האבן די קלעגער איבערגעוויזן אז די פארהאנלונגען און באראטונגען אינערהאלב די ווילעדזש פירערשאפט און זייערע פובליק געשפרעכן אין יענע צייט איז קלאר געווען בולט אז די ציהל איז צו שטערן די פראיעקט און די ווילעדזש פירערשאפט זעלבסט איז באשטאנען פון נייע מענטשן (דער דעפיוטי מעיאר וועלכע איז געווארן מעיאר און צוויי נייע טראסטיס) וועלכע האבן נאך 2004 למספרם קאמפיינט אז אויף אן אנטי פראיעקט פלאטפארמע

די קלעגער האבן מיט די טיילווייזע זיג געזוכט אז די ווילעדזש וועמענס 2018 למספרם בודזשעט איז געווען 2.8 מיליאן דאלער זאל זיי צאהלן 5.2 מיליאן דאלער אין לעגאלע קאסטן

די ווילעדזש זעלבסט האט שוין ביז היינט אויסגעגעבן איבער 5 מיליאן דאלער אין די קעיס

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט אצינד זיך אנטזאגט עס אויסצוהערן

אוועטאר
הודו להשם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: נישטאָ
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:39 pm

א דאנק אייך פארן באריכט.
.................................................................................................................................................................................................טויט אין די אויגן
♟♟♟♟♟♟♟♟
♜♞♝♚♛♝♞♜

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:12 pm

אדוואקאטן בעטן פונעם ריכטער אז קעווין קליינסמיט זאל אפקומען מיט פראבעישאן זאגנדיג אז זיין קאריערע און רעפוטאציע איז רואינירט און די שטראף איז גענוג

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 5:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש ....

א הערצליכן יישר כח פארן קריסטאל-קלארן און דעטאלירטן באריכט.

ווען דער סופרים קאורט זאגט אפ אזא קלאגע, קומט עס געווענליך מיט א הסבר פארוואס, אדער אן קיין שום טענות ומענות?
---

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 8:36 am

הכל הבל האט געשריבן:אדוואקאטן בעטן פונעם ריכטער אז קעווין קליינסמיט זאל אפקומען מיט פראבעישאן זאגנדיג אז זיין קאריערע און רעפוטאציע איז רואינירט און די שטראף איז גענוג

פראקורארן פארלאנגען 3-6 מאנאטן

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 9:08 am

הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 9:16 am

כל טוב האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

קוק צוויי תגובות ארויף.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך כל טוב » מוצ"ש דעצמבער 05, 2020 10:12 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

קוק צוויי תגובות ארויף.

כ'פארשטיי נישט קיין נסתר, שטייט דארט ווער די קהילה איז?

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג דעצמבער 06, 2020 1:40 am

כל טוב האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

קוק צוויי תגובות ארויף.

כ'פארשטיי נישט קיין נסתר, שטייט דארט ווער די קהילה איז?

viewtopic.php?f=6&t=37083&p=2512833#p2509204


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 5 מאל און 13 געסט