נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:10 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:פרעג פאר מענשן אין ניו יארק ניו דזערסי און נאכדעם קוק צייטונגען פון דעמאלטס.

ואידך פירושא זיל גמור!

שרייב קלארער, וואס איז דאן געווען?

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:14 pm

א וואך בערך פאר די עלעקשאן איז געווען סענדי, און פימא איז געווען א דיזעסטער, אבער די מידיע האט נישט גערעדט קיין וועגן די דיזעסטער, און אים געגעבן די עלעקשאן.

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:15 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:א וואך בערך פאר די עלעקשאן איז געווען סענדי, און פימא איז געווען א דיזעסטער, אבער די מידיע האט נישט גערעדט קיין וועגן די דיזעסטער, און אים געגעבן די עלעקשאן.

די מידיע? אפשר קריסטי? אדער אולי ואולי דאס אמעריקאנע פאלק?

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:19 pm

פרעג ניו יארקער.
קריסטי האט געזוכט צו חנפנען אובאמא פונקט ווי קואמא אנהייב קאוויד.
לעצט פאראכטן דורך גיי פארשטיי אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:19 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:די וואונסט מן הסתם אין אלאבאמע, עכ"פ נישט אין אונזער געגענט.
קריסטי האט געזוכט צו חנפנען אובאמא פונקט ווי קואמא אנהייב קאוויד.

איך וואיון אין ניו יארק, גדענק' נישט אז עס איז געווען א דיזעסטער פימא'ס רעספאנד

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:26 pm

באב דאול געוועזערנע לאנג יעריגער סענאטער פון קענסעס און רעפאבליקאנער נאמעני פאר די 1996 פרעזידענטליכע עלעקשאנס, האט געמאלדען אז ער האט א פארגעשריטענע פארעם פון לונגען קענסער און וועט דורכגיין באהאנדלונגען.

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:07 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווערט ארויסגערוקט קריטיק אקעגן טעד קרוז פאר כאפן אן אויספלוג רייזע אין די צייט וואס מיליאנען אין טעקסאס זיצן אין די טונקל אן קיין וואסער

אינטערעסאנט פארוואס מוז א פאליטישען זיין אין שטאט ביי א נעשענעל דיזעסטער אבער מעג פארן ווען ער געט א סטעי האום פארארדענונג.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווערט ארויסגערוקט קריטיק אקעגן טעד קרוז פאר כאפן אן אויספלוג רייזע אין די צייט וואס מיליאנען אין טעקסאס זיצן אין די טונקל אן קיין וואסער

קרוז רעאגירט זאגנדיג אז מיט שולעס פארשלאסן האבן זיינע טעכטער פארלאנגט אן אויספלוג און ער האט עס נאכגעגעבן וועלנדיג זיין א גוטע טאטע אבער ער קערט זיך איצט צוריק (וועלנדיג זיין א גוטע סענאטאר..)
ער לייגט צו אז איז געווען און איז אין נאכאנאנדע פארבינדונג מיט סטעיט און לאקאלע פירער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:50 pm

די "קיין אויסרייד" פעק וועלכע האט געלופטערט רעקלאמעס אין וועסט ווירדזשיניע צו שטופן מענשין צו שטיצן סטימילוס טשעקס גייט לאזן לויפן ראדיו רעקלאמעס אויף 147 סטאנציעס אין טעקסאס אקעגן די קרוז "מעקסיקאנע וואקאציע"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:54 pm

מאנטאג וועט די הויז בודזשעט קאמיטע שטימען צוזאמצושמעלצן די סטימיולוס טיילן פון אלע קאמיטעען אין איין גרויסע ביל מיט די ערווארטונג אז שפעטער איןוואך זאל קאנגרעס קענען שטימען דערויף

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:די "קיין אויסרייד" פעק וועלכע האט געלופטערט רעקלאמעס אין וועסט ווירדזשיניע צו שטופן מענשין צו שטיצן סטימילוס טשעקס גייט לאזן לויפן ראדיו רעקלאמעס אויף 147 סטאנציעס אין טעקסאס אקעגן די קרוז "מעקסיקאנע וואקאציע"

וואס ווילן זיי יעצט פון קרוז, פאר 2024?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:47 pm

קאנגרעס ענערזשי ענד קאממערס קאמיטע וועט קומענדיגע מאנאט פארהערן ביג-טעק פירער איבער דאס ערלויבן פאלשע אינפארמאציע זאל ווערן פארשפרייט אויף זייערע פלאטפארמעס.

די פארהער וועט פארקומען מארש 25.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:49 pm

אין אנדערע שריט, וועט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע קומענדיגע וואך אפהאלטן א רייע פארהערן איבער די מאנאפאליסטישע צוגאנג פון גרויסע טעכנעלאגיע פירמעס.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:16 pm

NEWS: House Democrats introduce a bill to bar 'twice impeached' former presidents from burial at Arlington National Cemetery in a move that would, at the present, only apply to former President Donald Trump.

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:29 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קאנגרעס ענערזשי ענד קאממערס קאמיטע וועט קומענדיגע מאנאט פארהערן ביג-טעק פירער איבער דאס ערלויבן פאלשע אינפארמאציע זאל ווערן פארשפרייט אויף זייערע פלאטפארמעס.

די פארהער וועט פארקומען מארש 25.

וועלכער אינפארמארציע?

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:29 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע שריט, וועט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע קומענדיגע וואך אפהאלטן א רייע פארהערן איבער די מאנאפאליסטישע צוגאנג פון גרויסע טעכנעלאגיע פירמעס.

אויך קעגן פארלער?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 5:03 pm

סענאט שפיאנאזש קאמיטע וועט מיטוואך אפהאלטן פארהערן אויף וויליאם בורנס וואס איז נאמינירט געווארן צו דינען אלס סי.איי.עי. הויפט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 8:45 pm

ר' זעקל האט געשריבן:באב דאול געוועזערנע לאנג יעריגער סענאטער פון קענסעס און רעפאבליקאנער נאמעני פאר די 1996 פרעזידענטליכע עלעקשאנס, האט געמאלדען אז ער האט א פארגעשריטענע פארעם פון לונגען קענסער און וועט דורכגיין באהאנדלונגען.

פרעזידענט ביידען היינט אפגעשטאט אן אומגעמאלדענע באזוך ביי דאול.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 9:28 am

נאכן הערן פון מענשין אז ער גייט שטימען אקעגן נירא טענדען האט מען אויסגעדרייט די שפאקטיוון צום רעפובליקאנע קאלום צו זעען אויב עס יאוועט זיך עימיצער צו דעקן דעם דעפעציט
אצינד האט קאלינס געמאלדן אז אויב עס וועט זיין איין רעפובליקאנע/ר צו שטימען פאר טענדען וועט זי עס נישט זיין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:10 am

די סענאט יורידישע קאמיטע פארהערט איצט מעריק גארלענד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:13 am

הכל הבל האט געשריבן:נאכן הערן פון מענשין אז ער גייט שטימען אקעגן נירא טענדען האט מען אויסגעדרייט די שפאקטיוון צום רעפובליקאנע קאלום צו זעען אויב עס יאוועט זיך עימיצער צו דעקן דעם דעפעציט
אצינד האט קאלינס געמאלדן אז אויב עס וועט זיין איין רעפובליקאנע/ר צו שטימען פאר טענדען וועט זי עס נישט זיין

ראמני קומט איצט ארויס זאגן אז ער וועט שטימען אקעגן טענדען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:14 am

הכל הבל האט געשריבן:די סענאט יורידישע קאמיטע פארהערט איצט מעריק גארלענד

גרעסלי צו גארלענד: איך וויל דיר איינפאך זאגן אז איך גלייך דיר, און איך רעספעקטיר דיר
איך האלט אז דו ביזט א גוטע אויסוואל פאר דעם דזשאב
אבער געוויס האב איך א לאנגע ליסטע פון פראגן איבער ווי אזוי די וואלסט געפירט די דעפארטמענט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:18 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די סענאט יורידישע קאמיטע פארהערט איצט מעריק גארלענד

גרעסלי צו גארלענד: איך וויל דיר איינפאך זאגן אז איך גלייך דיר, און איך רעספעקטיר דיר
איך האלט אז דו ביזט א גוטע אויסוואל פאר דעם דזשאב
אבער געוויס האב איך א לאנגע ליסטע פון פראגן איבער ווי אזוי די וואלסט געפירט די דעפארטמענט

אדרעסירט די רעפובליקאנע בלאקאדע צו די גארלענד סופרים קאורט נאמיניאציע
גרעסלי: איך האב עפעס געהאט צו טוהן מיט דעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 12:09 pm

גארלענד: איך וועל זיין אמעריקא'ס אדווואקאט, נישט דעם פרעזידענט'ס אדוואקאט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 12:09 pm

גרעהעם זאגט אז ער איז שטארק גענויגט צו שטימען אין שטיצע פון גארלענד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, Google [Bot] און 4 געסט