בלאט 1 פון 11

שערוריה אין ענגלאנד וועגן נעמען פראגראמען (under 5)

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 1:05 pm
דורך וואשינגטאן
א פרישע פרשה האט זעך באוויזן אויפן האריזאנט ביי יהדות ענגלאנד, נאכדעם וואס די רעגירונג האט אנגעהויבן פארלאנגען אויף איין פראגראם פאר קינדער אונטער 5, אז די מוסדות וואס ווילן עס נעמען דארפן זיך אינטער נעמען נישט אויסצולערנען זאכן וואס זענען נישט אויפגעוויזן און באשטעטיגט דורך סייענטיסטן, בתורת מציאות, נאר אלץ א שיטה אדער טעאריע,
ד.ה. אז מוועט דארפן אויסלערנען תורתינו הק אז סדא א שיטה אז דער בורא האט באשאפן די וועלט, השם ירחם!!
אונזערע לונדענע ברידער (אדער איינער פון דא וואס האט עס) ווערן געבעטן ארויף צולייגן אלע דאקומענטן פון די ממשלה.

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 3:26 pm
דורך גרויסע-גדולה
רבנים ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט הלכה'דיגע אנאליז

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:06 pm
דורך היסטאריע
לויט ווי עס זעט אויס וועט נישט בלייבן קיין אנדערע עצה נאר אויפהערן צו נעמען געלט פון די רעגירונג, וועלן מיר מער נישט האבן די אלע גזירות.

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:08 pm
דורך זבחי צדק
לאמיר אריינכאפן און לקח'ענען אין אמעריטשקע ווי לאנג מען לאזט נאך.....

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:09 pm
דורך אלט מאנרא
היסטאריע האט געשריבן:לויט ווי עס זעט אויס וועט נישט בלייבן קיין אנדערע עצה נאר אויפהערן צו נעמען געלט פון די רעגירונג, וועלן מיר מער נישט האבן די אלע גזירות.


חוץ די גזירה פון צאלן א טייערע שכר לימוד,

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:10 pm
דורך היסטאריע
אלט מאנרא האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:לויט ווי עס זעט אויס וועט נישט בלייבן קיין אנדערע עצה נאר אויפהערן צו נעמען געלט פון די רעגירונג, וועלן מיר מער נישט האבן די אלע גזירות.


חוץ די גזירה פון צאלן א טייערע שכר לימוד,


"ובכל מאודך"

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:11 pm
דורך זבחי צדק
מ'עט טוען ווי אין די אלטע היים ווען ס'יז נאך נישט געווען קיין פראגראמען און מען האט געלעבט...

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:14 pm
דורך משהלע
זבחי צדק האט געשריבן:מ'עט טוען ווי אין די אלטע היים ווען ס'יז נאך נישט געווען קיין פראגראמען און מען האט געלעבט...


אן קיין מוסדות....

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:16 pm
דורך ניס קראכער
מען רעדט שוין פון אויפהערן נעמען פראגראמען
דער פותח האשכול רעדן בסך הכול פון איין פראגרעם פאר קינדער אינטער 5 יאר
ווי הייסט נאר די פראגרעם אין וויליאמסבורג וואס מען טאר נישט נעמען ?...

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:21 pm
דורך היסטאריע
גרויסע-גדולה האט געשריבן:רבנים ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט הלכה'דיגע אנאליז

וואס פונקטליך דארף מען אלס פרעגן די רבנים? זיי האבן דיך נאך גארנישט אויסגעלערנט, אז דו זאלסט שוין עפעס וויסן אליינס אויך? צו מען דארף גלייבן אין די דרייצן אני מאמין'ס דארף מען אויך נאך אלס פרעגן די רבנים? אתמהה!!

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:24 pm
דורך יליד אונגארן
זבחי צדק האט געשריבן:מ'עט טוען ווי אין די אלטע היים ווען ס'יז נאך נישט געווען קיין פראגראמען און מען האט געלעבט...

גענוג אין נאל אידן האבן געהונגערט פאר א שטיקל ברויט פשוטו כמשמעו

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 7:40 pm
דורך לאנדאנער
לאמיר קלאר שטעלן דער נושא


1. על פי געזעץ טאר מען נישט לערנען קיין זאכן וואס זענען נישט אוועקגעשטעלט דורך סייענטיסטען
1. דאס האט גארנישט צוטין אויב מען נעמט געלט אדער נישט ווען מען registered זיך צו זיין א סקול דארף מען חתמ'ן אז מען גייט פאלגן אלע געזעצן און דעס איז א געזעץ
2. מען טאר נישט האבן א פלאץ ווי עס איז דא 4 שעה שיעורים א טאג און עס נישט רעדזשיסטערען אלס סקול
3. עס איז שטותים אז מען קען ענטפערן אז מען מאכט home schooling ווייל עס איז נאר א תירוץ אויף די טאטעס נישט אויפן מוסד
4. מען קען עס נישט רעזשיסטערן אלץ club ווייל עס האט מער ווי 4 שעה שיעורים א טאג
5. ישיבות קען מען יא רעזשיסטערן אלץ club וויבאלד עס איז נישט דא 4 שעה שיעורים א טאג

2. באקומען childcare קען יעדער רעזשיסטערד מוסד און די מוסד דארף גארנישט מער חתמ'ן אויף דעם
1. די מוסדות באקומען נישט צו קיין שום תנאים כדי צו באקומען childcare
2. דער וואס האט ארומגעשוקט דער פאשקעוויל האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך

3. כדי צו באקומען under 5 געלטער מוז מען חתמ'ן יעדער יאר א צעטל פון בערך 10 זייטען וואס בתוך הדברים שטייט אז מען גייט נישט לערנען קיין זאכן וואס זענען נישט אוועקגעשטעלט דורך סייענטיסטען אבער זיי לייגען צו די ווארט creation וואס דאס שטייט נישט אויפן געזעץ
1. דאס האט צוטין מיט די קאנסיל נישט מיט די סענטראל גאווערמענט
2. דאס האט מען שוין אינטערגעשריבען דער לעצטע צוויי יאר בערך נאר קיינער האט נישט געליינט וואס שטייט דארט
3. דאס יאר סעפטעמבער ווען די קאנסיל האט ארויסגעשיקט די בריוון אינטער צו חתמ'ן האבן זיי געשיקט די אויבן דערמאנטע סיעוף highlighted וועגן דעם האט מען עס באמערקט
4. ווען מען האט אנגערופען פרעגן די קאנסיל היתכון עס איז אנטיסמיטיש אז עס איז highlighted האבן זיי געזאגט אז איז א טעות וואס איז געשען וויבאלד זיי האבן געהאט א freedom of information אינמיטן יאר האבן זיי עס highlighted פאר יענעם און שפעטער בטעות ארויס געשיקט אזוי און צוגעענדיגט don't worry no one will check what you learn
5. ווייטער זעהט מען אז די בעל הפאשקעוויל האט נישט געהאט קיין אנונג ווייל under 5 האט ער מתיר געווען אן קיין שום פראבלעם

איך גיי נישט אריין צו עס איז מותר צו חתמ'ן אויף די צעטל וויבאלד איך בין נישט קיין רב אזויפיל קען איך נאכזאגן איינער פון מוסדות באבוב זענען געקומען פרעגן די רבנות פון התאקה'''ח און קיינער האט עס נישט געוואלט מתיר זיין און ר' שלום פריעדמאן האט גלייך אנגערופען בית חינוך וואס איז אינטער עם אז זיי מוזן אויפהערן צו נעמען under 5 אויב נישט נעמט ער אראפ זיין נאמען (למעשה האט א צווייטער פון מוסדות באבוב שוין לאנג צוריק אינטערגעחתמט אויף דעם)

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 8:02 pm
דורך מצלמה
די סאטמארע מוסדות אין לאנדאן האבן אנגעפרעגט ביי די ביד״צ סאטמאר, און האבן למעשה אונטערגעשריבן דעם צעטל. און באקומען די פראגראמען.

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 8:07 pm
דורך לאנדאנער
מצלמה האט געשריבן:די סאטמארע מוסדות אין לאנדאן האבן אנגעפרעגט ביי די ביד״צ סאטמאר, און האבן למעשה אונטערגעשריבן דעם צעטל. און באקומען די פראגראמען.


זיי נאבן שוין אינטערגעשריבען סעפטעמבער אויף דעם אן פרעגן קיינעם

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 8:16 pm
דורך משגיח תמידי
ניס קראכער האט געשריבן:מען רעדט שוין פון אויפהערן נעמען פראגראמען
דער פותח האשכול רעדן בסך הכול פון איין פראגרעם פאר קינדער אינטער 5 יאר
ווי הייסט נאר די פראגרעם אין וויליאמסבורג וואס מען טאר נישט נעמען ?...

UPK

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 9:09 pm
דורך תן חיוך
ר שאול קליין רעדט היינט ארום וועגן די נושא אין נוי יארק..
כדאי אויסצוהערן

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 10:10 pm
דורך יידישע קהילות
וואס טוהען די מוסלמענער און די קריסטן?
זיי האבן דאך אויך אייגענע שולעס און מידראסעס!

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 1:01 am
דורך צל עובר
לאנדאנער האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:די סאטמארע מוסדות אין לאנדאן האבן אנגעפרעגט ביי די ביד״צ סאטמאר, און האבן למעשה אונטערגעשריבן דעם צעטל. און באקומען די פראגראמען.


זיי נאבן שוין אינטערגעשריבען סעפטעמבער אויף דעם אן פרעגן קיינעם


וועלכע?

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 4:36 am
דורך לאנדאנער
צל עובר האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:די סאטמארע מוסדות אין לאנדאן האבן אנגעפרעגט ביי די ביד״צ סאטמאר, און האבן למעשה אונטערגעשריבן דעם צעטל. און באקומען די פראגראמען.


זיי נאבן שוין אינטערגעשריבען סעפטעמבער אויף דעם אן פרעגן קיינעם


וועלכע?


מהרז''ל ת''ת זיי האבן אינטערגעחתמט פשוט ווייל זיי האבן נישט געליינט וואס שטייט דארט

מוסדות מהר''א האט עס באמערקט און זיי האבן אויך געחתמט

בית רחל מהרז''ל נעמט נישט קיין under 5 אפיציעל צוליב פרומקייט (אפילו זיי ווילן קענען זיי נאכנישט באקומען וויבאלד זיי האבן נאך קיינמאל נישט passed ofsted)

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 7:37 am
דורך moishy56
.
לאמיר מסביר זיין,
וואס איז די חילוק פון UNDER 5s FUNDING און CHILDCARE געלטער.

~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

Childcare געלטער קומט פון די Government
[Tax Credits office]

UNDER 5s FUNDING קומט פון די Local Council
-------------

Childcare געלטער איז פאר אלע ages
from 0 years to 16 years

UNDER 5s FUNDING איז פאר
2,3,4 יעריגע קינדער
-------------

Childcare געלטער קומט צו די באנק פון די עלטערן
און די עלטערן דארפן צאלן די מוסד

UNDER 5s FUNDING קומט גראד צו די מוסד
--------------

Childcare געלטער איז 70% פון די שכר לימוד
They pay maximum £210 per week per family

UNDER 5s FUNDING איז בערך £2,400 פער קינד פער יאר

די גזירה פון 2017

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 8:01 am
דורך לאנדאנער
Screen Shot 2018-01-22 at 12.58.23.png
Screen Shot 2018-01-22 at 12.58.23.png (158.64 KiB) געזעהן 1988 מאל

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 8:05 am
דורך אבן יקרה
ס'איז שוין ארויס עפעס א קול קורא אדער א פרסום וועגן דעם???

די גזירה פאר 2017

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 8:07 am
דורך לאנדאנער
[image]
Screen Shot 2018-01-22 at 13.05.48.png
Screen Shot 2018-01-22 at 13.05.48.png (153.91 KiB) געזעהן 1977 מאל
[/image]

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 8:52 am
דורך צהלה ושמחה
וואס איז די תורה׳דיגע פראבלעם צו חתמנ׳ן אזא דאקאמענוט, איז עס א פראבלעם פון ״מדבר שקר תרחק״ ווייל למעשה גייט מען עס אפשר נישט פאלגען?

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 9:21 am
דורך סוואליעווער אייניקל
צהלה ושמחה האט געשריבן:וואס איז די תורה׳דיגע פראבלעם צו חתמנ׳ן אזא דאקאמענוט, איז עס א פראבלעם פון ״מדבר שקר תרחק״ ווייל למעשה גייט מען עס אפשר נישט פאלגען?

א. נאכן חתמ'ענען אזא דאקומענט, האט ליידער איין מוסד שוין אויסגעלערנט אז ווען זיי קומען זאל מען וויסען צו ענטפערן די ריכטיגע ווערטער אז אונזער אמונה אז ח"ו א מעגליכקייט און נישט א פאקט... רח"ל מהאי דעתא

ב. אין ענגלאנד האט די היסטאריע געוויזן, אז זיי פראבירן אויס צו מען וועט חתמ'ענען [כדי צו באקומען געלט], און טאמער זעהן זיי אז עס איז דא פרומע אידן וואס חתמ'ענען איז מיט די צייט מאכן זיי דאס א געזעץ אז מען מוז אזוי לערנען, אפי' דער וואס באקומט נישט קיין געלט. און דעמאלס וועט רח"ל שוין זיין צרות.