אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס האלטסטו איבער דאק"א

עס מאכן געהעריג געזעץ
27
25%
עס אנולירן
15
14%
עס מאכן געזעץ אבער בלויז מיט א מעקסיקאנע "וואנט"
66
61%
 
סך הכול שטימען: 108

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:28 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עס קומט די נייעס אז קאנגרעס און סענאט גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וואס וועט לעגאליזירן דאקא אויף נאך א יאר, אין ליכט פון דעם וואס די געשפרעכן פאר א פערמענאנטע דיעל איז מער ווייניגער טויט.

אונעם ביל איז דא א וואנט?.

ניין
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:טראמפ איז אין א קארנער און האט ענדליך אנגעהויבן כאפן אז די דעמאקראטן רייבן זיך שוין די הענט צו קאמפיינען העפטיג אויף זיין ענדיגן דאקא.. ער איז שוין אויך גרייט עס צו פארמיידן

"We wanna make a deal,” Trump said during a tour of a Customs and Border Protection training center. “I think they want to use it for political purposes, for elections. I really am not happy with the way it's going, from the standpoint of the Democrats."

פאלטער גארנישט ביי אז ער האט מעיקרא געוואלט לאזן דאקא, נאר אויף א געזעצליכע וועג - און ער זאל סקאורן אפאר פאליטישע פוינטס מיט'ן וואנט?

נו שוין.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:33 pm

ער ווייסט עס דען נישט

די עשה עצמו כאילו לא ידע שפיל פון דעמאקראטן איז אנריעל

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג פאברואר 05, 2018 3:12 pm

אויב האב איך נישט קיין טעות האט דער פרעזידענט גלייך געזאגט אז יעצט ריפט ער עס אפ כדי קאנגרעס זאל עס געהעריגע איבער גיין, און אויב פעלט אויס וועט ער אפילו עס פארלענגערן אז זיי זאלן עס קענען טוהן דער ריכטיגער וועג.
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 05, 2018 3:37 pm

כאפצעם האט געשריבן:עס קומט די נייעס אז קאנגרעס און סענאט גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וואס וועט לעגאליזירן דאקא אויף נאך א יאר, אין ליכט פון דעם וואס די געשפרעכן פאר א פערמענאנטע דיעל איז מער ווייניגער טויט.



האט נישט רייען געזאגט ער ברענגט נישט ארויף קיין בילל אן די פרעזידענט'ס אפראוול?

איך זעה נישט פארוואס רייען זאל זיך ברעכן צו די דעמעקראטן נאך אזא געווינס מיט די שאט דאון און די טעקס בילל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 05, 2018 3:50 pm

וועט טראמפ אונטער שרייבן אזא ביל אהן א וואנט?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:36 am

דער סענאט האט היינט געשטימט 97 קעגן 1 אנצופאנגען דיבעיט אויף אימיגרעשן רעפארם.

טעד קרוז איז געווען דער איינציגסטער צו שטימען אנטקעגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:39 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עס קומט די נייעס אז קאנגרעס און סענאט גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וואס וועט לעגאליזירן דאקא אויף נאך א יאר, אין ליכט פון דעם וואס די געשפרעכן פאר א פערמענאנטע דיעל איז מער ווייניגער טויט.



האט נישט רייען געזאגט ער ברענגט נישט ארויף קיין בילל אן די פרעזידענט'ס אפראוול?

איך זעה נישט פארוואס רייען זאל זיך ברעכן צו די דעמעקראטן נאך אזא געווינס מיט די שאט דאון און די טעקס בילל...


איך קלער אז פאר רייען לוינט זיך דאקא אפילו אן א וואנט, אויב ער האט מורא אז אן דאקא ווערט ער קומענדיגע יאר אויס ספיקער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:44 am

פעיק נוז האט געשריבן:וועט טראמפ אונטער שרייבן אזא ביל אהן א וואנט?


ער זאגט אז נישט, אבער ער האט קוקט אויס נישט די הארץ מבטל צו זיין דאקא, נאר ער וויל עס נוצן צו באקומען די וואנט, סוי אפשר פאר איין יאר איז ער גרייט צו פארלענגערן דאקא, און קומענדיגע יאר נאך די וואלן, וועט ער בעטן די וואנט.

איך קלער יעצט, אז אויב די דעמאקרעטס נעמען איבער די האוז קומענדיגע יאר, וועט ליגן אויף זיי א מורא'דיגע פרעשור מסדר צו זיין דאקא, סוי קען זיין אז זיי וועלן זיין געצווינגען צו געבן די וואנט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:58 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:

און בנוגע נישט פארהאנדלן, פרעזידענט אבאמא האט אונז אויסגעלערענט... מ'פארהאנדלט נאר מיט איראן, חיזבאללה וכד'... מיט עכטע טעראריסטן, ווי קאנגרעססלייט פארהאנדלט מען נישט!


גוט....... :lol:

פון די אנדערע זייט, האט אבאמע באוויזן מיט זיין גרויס חכמה רויט צו פארבן אמעריקע סיי אויפן קאנגרעסיענאלן פראנט, און נאך מער אין די גובערנעטעריעל פראנט, און ביי די סטעיט לעדזשיסלעיטערס, און נאך אסאך אסאאך א גרעסערע קונץ, אריינגעברענגט דעם אחשורוש בדורנו אין ווייסן הויז.

סוי עס איז אביסל ריסקי צו גיין אין זיינע וועגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:10 pm

יעצט איז דא א דיעל אין סענאט אז מען געט די 25 ביליאן פאר די וואנט, און מען פארברייטערט דאקא מיט א פעטוועי טו סיטעזאנשיפ פאר די 1.8 מיליאן מענטשן, און אלע אנדערע זאכן לאזט מען אויף אן אנדערע מאל.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:22 pm

צל עובר האט געשריבן:יעצט איז דא א דיעל אין סענאט אז מען געט די 25 ביליאן פאר די וואנט, און מען פארברייטערט דאקא פאר די 1.8 מיליאן מענטשן, און אלע אנדערע זאכן לאזט מען אויף אן אנדערע מאל.


אויב אמת איז עס ממש א געווינס פון אלע זייטן פאר טראמפ, נישט סיטיזענשיפ (דעם וואטערס), יא וואנט (SIGNATURE) יא דאקא (קענען נישט די דעםס רייטן אויף דעם מיט כלומרישע רחמנותדיגע טענות)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פאר דאקא האלט איך אז עס קען זיין אז טראמפ גייט עס נישט מבטל זיין אפילו אן א וואנט, און אויב יא האבן די דעמאקרעטס א גוטע טאקינג פוינט, וועגן דעם האט טראמפ געמאכט די פארשלאג פון 1.8 מיליאן, ווייל דאס גייען די דעמאקרעטס זיכער נישט באקומען אן א וואנט, און די צוגעלייגטע 1.1 מיליאן מיט זייערע פארטרעטערס און ידידים גייען לייגן פרעשור אויף די דעמאקרעטס צו געבן די וואנט.

זייער א גוטע פוינט, די דעמאקראטן זענען ווי עס שיינט געקומען צום שכל דאס וואס איך שריי שוין לאנג אז פאליטיקלי איז פאר זיי די בעסטע זאך צו לאזן דאקא עקספייערן. טראמפ ווידער פארשטייט אויך גוט דעם פראבלעם וואס ווארט אים און ער לויפט שוין ארום פארסאפעט אויף טוויטער אז די דעמאקראטן קאלן אים מער נישט... לויט באריכטן גרייט ער זיך שוין אפילו צו פארלענגערן די מארש דאקא עקספיירעישאן דעדליין..

די פארשלאג פון 1.8 מיליאן איז זיכער מהאי טעמא צו אויפרייצן די דעמאקראטן דווקא יא צו מאכן א דיעל.

די שאלה איז דא צו טראמפ'ס פארלאנג פון טשעין מייגרעישאן און די לאטארי פראגראם איז בלויז א פארהאנדלונגס טאקטיק אדער מיינט ער עס ערענסט. אויב מיינט ער עס ערענסט און איז נישט גרייט עס ארויסנעמען פון די געשפרעכן דאן גייט קיין דיעל נישט זיין ווייל די דעמאקראטן (און אפילו אסאך רעפובליקאנער) זענען להשמיד קעגן דאס שניידן "פעמילי ריוניען" ווי זיי רופן דאס, אפילו די גרעסטע ארגאנאזאציע וואס פארטרעט די דאקא אימיגראנטן אליין איז ארויסגעקומען אז זיי זענען גרייט צו פארלירן זייערע פראטעקשאנס ווי איידער צו זיין די גורם פון ראדיקאל שניידן די לעגאלע אימיגראציע סיסטעם, ממילא וועט גארנישט ווערן דערפון.

א צווייטער פאליטיקעל דזשאדזש האט די טעג גע'פסק'נט אז עס איז אומלעגאל אפצושטעלן די אומקאנסטיטושינעל דאקא.

יעצט איז טראמפ סעיף פון אלע זייטן, ווייל אפי' אויב עס גייט נישט דורך קיין דיעל קען ער נאכאלץ עס עקסטענדן מיט'ן תי' פון די קאורט פסק, און עס נאך נוצן אלס טאקינג פוינט פאר זיין זייט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:29 pm

@קיין נפק"מ, כאב פארגעסן צו שרייבן א פעטוועי טו סיטעזאנשיפ, שוין פאראכטן .

אבער דאס איז זיכער אז עס איז א מעכטיגע סוקסעס פאר טראמפ ווייל ער באקומט די "וואנט".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:52 pm

צל עובר האט געשריבן:@קיין נפק"מ, כאב פארגעסן צו שרייבן א פעטוועי טו סיטעזאנשיפ, שוין פאראכטן .

אבער דאס איז זיכער אז עס איז א מעכטיגע סוקסעס פאר טראמפ ווייל ער באקומט די "וואנט".

שטעלציך די פראגע פארוואס טאקע טראמפ איז קעגן דעם פלאן... ער שוינט דאך אזוי די אומשולדיגע דריעמערס און ער באקומט נאך זיין וואנט.........

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:54 pm

קודם כל, וואס מאכט דיר טראכטן אז ער איז דערקעגן?

צווייטנס, ער האט דאך שוין פארגעשלאגן די זעלבע זאכן. פארוואס האבן זיי נישט אנגענומען זיין פלאן אזויווי עס שטייט און גייט?

ווייל זייער פלאן לאזט ארויס צוויי וויכטיגע זאכן: לאטערי און טשעין מייגרעישאן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:04 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:קודם כל, וואס מאכט דיר טראכטן אז ער איז דערקעגן?
.

אזוי זאגט די ווייט האוז!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:06 pm

אידאך גוט!
איך האב שוין מורא געהאט ער וועט זיך ברעכן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:13 pm

דאן קומען מיר צוריק צום פראגע

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 14, 2018 9:32 pm

עפעס האב איך געזעהן אויף פאליטיקא א אנאליז איבער די מהלך וואס מיטש מעקאנעל האט געטוען יעצט מיט די אופן וויאזוי ער באגייט זיך צו די אימיגרעישאן ביל.

איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען. עפעס האט ער געזאגט אז קומענדיגע וואך גייט מען צו די נעקסטע נושא אויף די אגענדע. מיינענדיג אז די סענאט האט קארגע טעג צו צינויפקלייבן א ביל איבער אימיגרעשאן...

ווי געזאגט. איך כאפ נישט פונקטליך וואס דאס מיינט. וויאזוי וואלט די פראסעס געברויכט זיין נארמאלערהייט, און וואס איז יעצט אנדערש.

עניבאדי קען אריינקומען מיט אביסעל מער איינצעלהייטן?

א דאנק.
(אז קיינער וועט נישט זאגן וועל איך מוזן אליינס זוכן.....)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:34 pm

איך בין גענוג אלט צו געדענקען ווען מען האט געשריגן אז זיין איינציגסטע אפשען איז נעמען 2.5 ביליאן אין צען יאר ארום, און ער איז משוגע פאר עס נישט נעמען.

דו האלטסט אז עס איז טויט, ער האלט אז עס וועט יא קענען באקומען מער, און דערפאר וויל ער נישט שטיצן דעם יעצטיגן פלאן. דו קענסט זיין מחולק מיט אים, אבער ער מעג פונקט אזוי זיין מחולק מיט דיר.


ווער עס גייט למעשה געווינען? זייער שווער פאראויסצוזאגן, אבער איך וואלט נישט געווען סורפרייזד אויב ער פירט אויס, איבערהויפט נאך די דעמס מיאוס'ן אנזעץ מיט'ן שאטדאון און זיין שטייגנדע פאפולאריטעט צוליב די טעקס קאטס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:15 pm

א בייפארטיזען אימיגראציע ביל איז היינט נאכט געווארן פארעפענטליכט.

דעמאקראטישע ספאנסערס: שומער, ווארנער, קעין, הייטקעמפ, קלאבאטשאור, מענטשין, קינג.

רעפובליקאנע ספאנסארס: גרעהעם, ראונדס, קאלינס, מערקאוסקי, שאהין, אלעקסאנדער, אייזעקסאן, קונס, גארדנער, פלעיק.

דעטאלן פונעם פלאן:

-סיטינזשיפ פאר די 1.8 מיליאן דאק"א בארעכטיגטע.

-דאקא עלטערן קענען נישט ווערן געספאנסערט סיטיזינשיפ דורך זייערע קינדער.

-25 ביליאן דאלאר פאר דרום און צפון גרעניץ סעקיורעטי, ווענט, טעכנעלאגיע, אגענטן.

-די געלט ווערט באשטעטיגט דורך קאנגרעס אויף א יערליכע באזיס, קען נאר דורכגיין אויב די געלטער פון פאריאר איז געניצט.

-דעפארטאציעס דארף ווערן געפאוקעסט אויף קרימינאלן.

די ביל איז ערווארטעט מארגן פאר אן אפשטימונג אין סענאט.
צוגעלייגטע
IMG_20180214_225827.jpg
IMG_20180214_225827.jpg (239.97 KiB) געזעהן 464 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:-סיטינזשיפ פאר די 1.8 מיליאן דאק"א בארעכטיגטע.

די סיטיזענשיפ איז תיכף ומיד, אדער א פעט דערצו במשך א צייט?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:21 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:-סיטינזשיפ פאר די 1.8 מיליאן דאק"א בארעכטיגטע.

די סיטיזענשיפ איז תיכף ומיד, אדער א פעט דערצו במשך א צייט?

א פעט פון 12 יאר, מיינוס די יארן וואס מ'איז שוין אויף דאקא.

אויסער די אויפטוען פון דאקא און די בארדער סעקיורעטי סאלווד עס נאך א ריזיגע אישו, די סאנקציארע סיטיס... עס גייט מער נישט דארפן זיין אזאנס ווייל די נאציאנאלע געזעץ גייט יעצט זיין אז דעפארטאציעס גייט נאר אן אויף ערענסטע קרימינאלן!...
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:24 pm

ש'כח
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט