וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:19 am

מאנהעטן האט עטליכע פרישע געסט!

די ערשטע אויף די רייע האבן מיר "סיעלי"... דער סיעל.

דאס איז נישט די ערשטע יאר וואס איינוואוינער פון די אינוואד געגנט - וועלכע געפינט זיך ביים סאמע צפון שפיץ פון מאנהעטן - באמערקן א סיעל אין די ארטיגע וואסערן, אבער דאס יאר איז ער געווארן שטארק באקאנט און דער עולם יאוועט מיטצוהאלטן דעם אינטערעסאנטן בילד פון א סיעל וועלכע האט זיך באזעצט פאר די זומער חדשים אין די סיטי.
EBUJCgkUIAAhDjU.jpg
EBUJCgkUIAAhDjU.jpg (582.89 KiB) געזעהן 1655 מאל


די ערשטע מאל היי יאר וואס ער איז געזען געווארן איז געווען יוני 8 און זינט דאן איז ער א אפטע גאסט ביים בארטן, וואו ער זיצט אויף די שטיינער און קריכט צומאל ארויף אויף די שיפן דאק צו די הילכיגע קלאטשערייען פון די פארזאמלטע...
cropped+manhattan+baby+seal+2.jpg
cropped+manhattan+baby+seal+2.jpg (118.34 KiB) געזעהן 1655 מאל
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:20 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:20 am

די צווייטע גאסט איז אפשר נישט אזוי אינטערעסאנט אויפ'ן ערשטן בליק אבער איז אינ'אמת'ן א גאר זעלטענע ערשיינונג אזש די ניו יארק טיימס האט געלאזט לויפן אן ארטיקל דערוועגן.

באקענט אייך מיט דעם ניו יארקער גאסט, "האוזעי"!
2019_08_beaver1.jpg
2019_08_beaver1.jpg (53.44 KiB) געזעהן 1654 מאל


די ביבער געזען געווארן מיט צוויי טאג צוריק צוערשט ביי די וועסט 70'טע גאס פון מאנהעטן
2019_08_beaverriver.jpg
2019_08_beaverriver.jpg (165.01 KiB) געזעהן 1654 מאל


שפעטער אין טאג איז ער געזען געווארן ביי די 59'טע גאסט
EBOX1xtWkAAz-pa.jpg
EBOX1xtWkAAz-pa.jpg (353.36 KiB) געזעהן 1654 מאל


עס איז געווען אמאל א צייט וואס ביבערס זענען געווען אין ניו יארק סיטי אין גרויסע נומערן אבער זיי זענען אויסגעראטן געווארן. אין יאר 2007 איז געזען געווארן א ביבער אין די בראנקס ריווער און עס איז געלויבט צו זיין די ערשטע ביבער אין די סיטי אין 200 יאר! זינט דאן זענען זיי געזען געווארן עטליכע מאל אין די סיטי, אבער אויך גאר זעלטן.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:09 am

ישר כח גדול! זייער אינטערעסאנט!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:13 am

יש"כ פאר דעם באריכט.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:48 am

יישר כח יש ברירה, זייער אינטערעסאנט!

(אינ'אמת'ן אריין איז די גאנצע סיטי וויילדלייף...)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:34 pm

וואס איז אויך אינטערעסאנט איז אז בעצם איז דא צענדליגע סארט בעלי חיים אין שטאט. נאר רוב מענטשן 'עפרישיעטן' דאס נישט. (איך רעד נישט פון ראטן וכדו' וואס מאכן שאדן, איך רעד פון קעץ, פייגעל, אדלערס, פיש וכו' וכו', וואס האבן בעצם זייער אן אינטערסאנטן לעבנס שטייגער) נאר ווען מען זעהט א חי' וואס מען זעט זעלטן, דאן וואקסט דער אינטערעסע. עס איז קלאר, אז אויב וועלן די סיעלס זיך מערן אין ניו יארק, וועט דערוילעם צוביסלעך זיך ציגעוויינען און עס אנקוקן ווי אן אנשיקעניש.

עס איז א גרויסע שאד, ווייל אזוי האט מען נאר דעם הנאה זייער זעלטן. אויב לערענט מען זיך אבער אויס צו פינאנדערשיידן די פארשידענע מין פויגל, אדער אפילו ביימער וכדו' און עס עפרישיעטן, קען מען ווערן באגייסטערט פון די פלאי הבריאה ווי מען שטייט אין גייט.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5545
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:48 pm

ביבערס אינטערסירט יא? אפאר @ברירה'ס אינטערסירט עס...

עס איז דא מענטשן וואס ענדזשויען יעדע מאקושל (אינקלודינג מיי סעלף...)
לעצט פאראכטן דורך ענדע צדיק! אום מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:54 pm

גא"מ, אבער נאר ביז זיי כאפן זיך אריין אין מיין גארבעדזש קען...
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:59 pm

.
צוגעלייגטע
photo_2019-08-07_12-59-36.jpg
photo_2019-08-07_12-59-36.jpg (91.88 KiB) געזעהן 1255 מאל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:23 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס ענדזשויען יעדע מאקושל (אינקלודינג מיי סעלף...)

אפי' ווען ער עסט אויף דיין אונינג?..
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:04 pm

פאר א בארד איז ער דיר גוט געווען הא?... :wink:

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:04 pm

יש ברירה האט געשריבן:.בילד

;l;p- ;l;p- ;l;p-

[האב איך אריינגעכאפט צו באדאנקן ביידע אויפאיינמאל...]

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

השבת אבידה

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:56 pm

א גיפטיגע שלאנג האט גע'ויברח'ט פון בראנקס זאאא
צוגעלייגטע
missing-snake.jpg
missing-snake.jpg (58.96 KiB) געזעהן 749 מאל

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:18 pm

אור האט געשריבן:א גיפטיגע שלאנג האט גע'ויברח'ט פון בראנקס זאאא

זיי ווילן מ'זאל סתם אזוי קענען אידענטיפיצירן א שלאנג?...
זיי דארפן געבן מער פרטים:
זיין פריוואטע נאמען?
גייסטיש באגרעניצט?
געזען לעצט מיט וועלכע קאליר העמד און הויזן?...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:18 pm

נישט געווען נאך דא באריכטעט די צוויי פוקסן וואס מ'האט געזען אין 'עיר דוד' נישט ווייט פןנעם הר הבית.

לקיים מה שמקוננים על הר ציון ששמם שועלים הלכו בה

איז עס טאקע אמת? איז דאס א חידוש, פון וואנעט קומען אהין פוקסן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:21 pm

די וועלדער און די פוסטע שטחים זענען נישט פול מיט פוקסן? זוי געדענק איך מילדותי

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:38 pm

ס'לייעס!...

סיעלי (ווי די ניו יארקער האבן אים א נאמען געגעבן) דער סיעל, וועלכע איז געווארן באריכטעט דא דעם פארגאנגענעם וואך, האט א ערענסטע היסטאריע אונטער זיך און זיין נאמען איז נישט סיעלי!...

מאנכע וועלכע האבן באטראכט דעם סיעל פון די נאענט האבן באמערקט א געלע 'טעג' וועלכע ליגט אויף זיין רעכטע פין ביים עק. דאס האט ארויפגעלייגט די מיסטיק סי אקוועריאום וואו אסאך אידן גייען חול המועד.

DlH5JlHX0AEdUqW.jpeg
DlH5JlHX0AEdUqW.jpeg (395.95 KiB) געזעהן 376 מאל


אנגעהויבן האט זיך עס אין מאי פון יאר 2017 ווען חיות פארזארגער פון די שטאַט מעין האבן געפינען דעם סיעל אלץ ניי געבוירענע בעיבי פארלאזט דורך זיין מאמע אין וואסער. די ארגעניזאציע האט אים גענומען און געשאנקן פאר דעם אויבענדערמאנטע אקוועריאום אים אויפצוציען ביז ער וועט זיין גענוג גרויס צו קענען לעבן פארזוך.

נאך עטליכע חדשים וואס ער איז געווען דארט אין געפענגעניש האבן די עקספערטן געהאלטן אז ער איז שוין גענוג פעסט צו ווערן פרייגעלאזט און זיי האבן אים גענומען קיין ראוד איילענד וואו זיי האבן אים פרייגעלאזט אויפן ביעטש אין טשארלסטאן.

וואו די אקוועריאום גיבט איבער איז זיין ריכטיגע נאמען בלו-בעלל (בלוי גלאק)...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:56 pm

דאס איז גאנץ א שיינע שווים,
די רויטע צירקול איז טשארלסטאWן ראוד איילענד, די בלויע צירקול איז אינוואד מאנהעטן, און סיז נישט קיין גלייכע שווים ער האט געדארפט שווימן דורך די אר עף קעי ברידזש וואסער און דערנאך ארויף,

יישר כח זייער אינטערעסאנט
צוגעלייגטע
blue bell 2.JPG
blue bell 2.JPG (187.97 KiB) געזעהן 335 מאל
blue bell.JPG
blue bell.JPG (129.5 KiB) געזעהן 335 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט