נייעס און קרישקעלעך פון אוקריינא און פולין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

שומר אין ברסלב געפינען געווארן נישט בין החיים

תגובהדורך שטייט » דאנארשטאג מאי 17, 2018 3:40 pm

א גרופע חסידי ברסלב וועלכע זענען געקומען צום בית החיים אין שטאט ברסלב זענען שאקירט געווארן טרעפנדיג די שומר וואס וואו ס'הייסט איז ער גאר א איד נישט בין החיים.

די אינגעלייט זענען געקומען היינט מיטאג און געטראפן די שומר ליגן אויף די סטעפס וואס פירט צום בית החיים, נאך א שעה ווען די באאמטע זענען אנגעקומען האבן זיי באשטעטיגט אז ער איז ליידער נישט בין החיים.

פאליציי פארשן די אינצידענט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג מאי 17, 2018 4:00 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די נייע הכנסות אורחים אין פערימישלאן אוקריינא בהנהלת הרה"ח ר' ישראל הערש רייך שליט"א אב"י בקרית יואל ,עפענט זיך אויף אין דיזע טעג , עס איז ערווארטעט פילע געסט ווי אויך די קבוצה פון הגאון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

איך וועל צוברענגען בילדער ווי נאר איך האב עס , הערט זיך עפעס פון א 5 סטאר ,דריי שטאקיגען בנין מיט א מקוה מיט צוויי בורות , בערך 100 בעטען , ריזן בית המדרש , גרויסע קאך מיט א שיינעם עס זאל ,מיט צוויי קאווע שטיבלעך ,די גאנצע בנין איז א פראכט און עס איז ביזדערווייל נאכנישט דא אזא שיינעם בנין הכנסות אורחים איו אוקריינא געבויעט אויפן אמיריקאנעם שטייגער מיט אלע באקוועמליכקייטען ,די בנין האט אפגעקאסט שמועסט מען איבער 2 מיליאן דאלאר ! רובא דרובא געלט קומט פון נדיבי עם אין קרית יואל

ווי אויך ווערט די ראוד ארויף איבערגעפלאסטערד מיט א פעיוומענט אז באסעס זאלן קענען ארויפארן און פארקירען און זיך ארומדרייען אין חצר פון די בנין הכנסות אורחים ,ווי ער עס קען נאר דעם בארג ארויף צום ציון פון ר' מאיר'ל ,ווינטער מיט די בלאטע און אייז

איך האף נאר אז מען גייט אכטונג געבן נישט צו לאזן רייכערן אינעם בנין, סיז דא אסאך פלעצער אין אייראפע שיינע הערליכע בילדינגס מיט גרויסע צעטלעך אז מקען שלאפן, קומט מען אריין שטינקט אוועק פון ציגארעטלעך אז ספארגייט די אפעטיט צו שלאפן דארט, שוין בעסער צו שלאפן אין די קאר,

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג מאי 21, 2018 10:33 am

שטייט האט געשריבן:א גרופע חסידי ברסלב וועלכע זענען געקומען צום בית החיים אין שטאט ברסלב זענען שאקירט געווארן טרעפנדיג די שומר וואס וואו ס'הייסט איז ער גאר א איד נישט בין החיים.

די אינגעלייט זענען געקומען היינט מיטאג און געטראפן די שומר ליגן אויף די סטעפס וואס פירט צום בית החיים, נאך א שעה ווען די באאמטע זענען אנגעקומען האבן זיי באשטעטיגט אז ער איז ליידער נישט בין החיים.

פאליציי פארשן די אינצידענט.


האט איינער א בולד פוונע'ם שומר?

חיים בן לייב ז"ל יהודי שהיה שומר על קברו של רבי נתן מברסלב בעיירה ברסלב באוקראינה נפטר אתמול (חמישי) מסיבה שאינה ברורה.

היום (שישי) הוא הובא למנוחות בהשתתפות קהל של חסידים מישראל שהגיעו לחג השבועות לאוקראינה חלקם למעז'יבוז וחלקם לאומן.

שליח חב"ד בויניצה הרב שאול הורביץ הוזעק לברסלב והיה אחראי על כל סדרי הלוויה שנראתה כמו הלוויה לפני 200 שנה אך עם השתתפות של למעלה משלושה מניינים של חרדים ששמעו על הלוויה והגיעו.

יהושע א. אחד המשתתפים ששוחח עם 'בחדרי חרדים' מתאר בהתרגשות ואומר זה לא להאמין הלוויה של מת מצווה כפשוטו שזכה להיטמן בערב חג השבועות כדת וכדין, שהגענו לבית שלו מצאנו בחדר השינה של הנפטר מזכרות עם כיתוב ר' נחמן בן פייגא מברסלב".
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

רירנדע חתונה פארגעקומען אין קיוב

תגובהדורך שטייט » דינסטאג יוני 05, 2018 1:50 pm

א חתונה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין קיוב אוקריינא פון א עלטערע קאפל מיט אייניקליך שוין.

די אכציג יעריגע קאפל האבן געוואוינט צוזאמען שוין 59 יאר און האבן קיינמאל נישט געהעריג חתונה געהאט מיט חופה וקידושין, נעכטן איז אויפגעשטעלט געווארן א חופה ווי ס'איז פארגעקומען די פרייליכע חתונה וואס האט אנגעהאלטען לאנגע שעות.
צוגעלייגטע
20180604_2.png
די פרייליכע חתן מיט די כתובה
20180604_2.png (216.4 KiB) געזעהן 4044 מאל
20180604._.png
העסקן ר' הלל כהן מיט א אייניקל פונעם חתן
20180604._.png (230.53 KiB) געזעהן 4044 מאל

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » דינסטאג יוני 05, 2018 2:31 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די נייע הכנסות אורחים אין פערימישלאן אוקריינא בהנהלת הרה"ח ר' ישראל הערש רייך שליט"א אב"י בקרית יואל ,עפענט זיך אויף אין דיזע טעג , עס איז ערווארטעט פילע געסט ווי אויך די קבוצה פון הגאון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

איך וועל צוברענגען בילדער ווי נאר איך האב עס , הערט זיך עפעס פון א 5 סטאר ,דריי שטאקיגען בנין מיט א מקוה מיט צוויי בורות , בערך 100 בעטען , ריזן בית המדרש , גרויסע קאך מיט א שיינעם עס זאל ,מיט צוויי קאווע שטיבלעך ,די גאנצע בנין איז א פראכט און עס איז ביזדערווייל נאכנישט דא אזא שיינעם בנין הכנסות אורחים איו אוקריינא געבויעט אויפן אמיריקאנעם שטייגער מיט אלע באקוועמליכקייטען ,די בנין האט אפגעקאסט שמועסט מען איבער 2 מיליאן דאלאר ! רובא דרובא געלט קומט פון נדיבי עם אין קרית יואל

ווי אויך ווערט די ראוד ארויף איבערגעפלאסטערד מיט א פעיוומענט אז באסעס זאלן קענען ארויפארן און פארקירען און זיך ארומדרייען אין חצר פון די בנין הכנסות אורחים ,ווי ער עס קען נאר דעם בארג ארויף צום ציון פון ר' מאיר'ל ,ווינטער מיט די בלאטע און אייז

איך האף נאר אז מען גייט אכטונג געבן נישט צו לאזן רייכערן אינעם בנין, סיז דא אסאך פלעצער אין אייראפע שיינע הערליכע בילדינגס מיט גרויסע צעטלעך אז מקען שלאפן, קומט מען אריין שטינקט אוועק פון ציגארעטלעך אז ספארגייט די אפעטיט צו שלאפן דארט, שוין בעסער צו שלאפן אין די קאר,


ווי אזוי קען מען בעשטעלן דארט צו עסן און שלאפן?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

מציבות געפינען געווארן אין שאנדע אונטער א פולישער שטאל

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » דינסטאג יולי 17, 2018 9:04 pm

מאניקא פראליאן, איז א פולישע פרוי וואס וואוינט אין א קליינע פולישער דערפל “קלאנפיא גורפא” וואס איז ווייט צוויי א האלב שעה צו רייזן פון די הויפטשטאט ווארשע, און אויסער אירע הינער אדער קוהען, און די פאר פויערישע שכנות, באגעגנט זי נישט צופיל פרישע אביעקטן אין איר לאנגווייליגע לעבן. איין טאג האט זי באשלאסן אז זי וועט אביסל רענאווירן דעם שטאל וואס זי האט פאר אירע קוהען, און זיך טאקע גענומען צום ארבעט.

דאס פראליאן פארפאלק האט אנגעהויבן צו אויפקראצן דאס ערד פונעם שטאל, און געגראבן אביסל טיפער צו קענען אהערשטעלן א פרישע הערליכע פאדלאגע פאר אירע חשוב’ע קוהען. ווי ערשטוינט איז דאס פארפאלק געווארן, טרעפנדיג אונטער די ערד וואו זייערע בהמות פאשען, אינטערעסאנטע שטיינער מיט “מאדנע אויפשריפטן” אריינגעקריצט דערויף.

מאניקא האט צונויפגעזאמלט די אלע שטיינער, און דאס אוועקגעלייגט אין א זייט פון איר הויף, נישט וואוסנדיג וואס דאס איז. די שטיינער זענען געווען פארשמירט מיט זאמד און שטיינער, און נאך א רעגן איז עס אפגעוואשן געווארן פון די זאמד.

אביסל שפעטער האט זי געזען אויף די ארטיגע טעלעוויזיע א געוויסער באריכט – וואס מיר האבן אויך באריכטעט אויף אידישער ווינקל – איבער א שאסיי וואס איז געפינען געווארן אויסגעפלאסטערט מיט אידישע מציבות, און וואלונטירן האבן אונטער א שלאקס רעגן דאס מפנה געווען צו א אידישער בית עלמין.

אויף די טעלעוויזיע האט אויפגעטרויטן א איד מיטן נאמען דאניעלס וועלכער טוט אין פרעזערווירן דעם האלאקאסט, און ער האט געשילדערט גאר עמאציאנאל ווי טייער און הייליג די מציבות זענען, און אז איר ארט איז אין א אידישער בית החיים. זי איז געווארן איבערגענומען דערפון, און שווער געארבעט צו שאפן די נומער פון דאניעלס און אים געמאלדן אז זי האט פארשידענע שטיינער אין הויף וואס זעט איר אויס ווי אידישע מציבות.

דאניעלס האט געברענגט וואלונטירן פון די ארגאניזאציע “ממעמקים” וואו ער שפילט א פירנדע ראלע, און מען האט אינאיינעם צונויפגעקליבן די צובראכענע מציבות. נאך א קורצע זוך האט מען געטראפן די נענטסטע אידישער בית החיים אין די שטעטל באזקאוזדארוואטש, וואס איז צוואנציג מינוט צו רייזן פון קלאנפיא גורפא, און די וואלונטירן האבן אהין געפירט די מציבות.

די דערפל קלאנפיא גורפא איז הארט נעבן די שטאט קילץ, וואס איז געווען א אידישער צענטער, עס האבן דארט געוואוינט בעפאר דעם ביטערן וועלט קריג אזויפיל ווי צוואנציג טויזענט אידישע נפשות. ווען די נאציס ימ”ש האבן איינגענומען פולין, זענען אלע אידן אריבערגעפירט געווארן צו א געטא, און דאס מערהייט פון זיי איז אומגעברענגט געווארן על קידוש שמו יתברך, אין די טויט לאגער טרעבלינקע.

דאס איז נאך א רינגעלע אין די לעצטיגע קייט פון אינצידענטן, ווען אידישע מציבות וועלכע זענען גענוצט געווארן צו געשענדעט ווערן דורך די רשעים ימ”ש, אויספלאסטערנדיג דערמיט די גאסן, ווערט צוריקגעברענט צו זייער ריכטיגער רוה ארט.

קרעדיט - אידישער ווינקל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 11:55 pm

שבת התוועדות דורך חסידי פשעווארסק ירושלים און שטאט צאנז

1.PNG
1.PNG (466.4 KiB) געזעהן 3509 מאל

2.PNG
2.PNG (723.83 KiB) געזעהן 3509 מאל

3.PNG
3.PNG (742.03 KiB) געזעהן 3509 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 04, 2019 12:08 am

4.PNG
4.PNG (739.37 KiB) געזעהן 3490 מאל

5.PNG
5.PNG (713.82 KiB) געזעהן 3490 מאל

6.PNG
6.PNG (727.33 KiB) געזעהן 3490 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 04, 2019 12:10 am

7.PNG
7.PNG (718.86 KiB) געזעהן 3490 מאל

8.PNG
8.PNG (487.45 KiB) געזעהן 3490 מאל

9.PNG
9.PNG (391.85 KiB) געזעהן 3490 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 04, 2019 5:18 am

די תפלות אין אוהל הקדוש פון הייליגן בעל התניא זי"ע אין האדיטש ביומא דהילולא כ"ד טבת

Dv08-RZX4AALUYa.jpg
Dv08-RZX4AALUYa.jpg (117.3 KiB) געזעהן 3433 מאל

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג ינואר 06, 2019 10:28 pm

כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א וועט אי''ה וויילן שב''ק משפטים הבעל''ט און דינוב, פולין

פון דארט איז די רבי שליט''א ממשיך אויף ניו יארק צום חתונה פון אייניקל מיט בן אדמו''ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט''א

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:14 pm

כ"ק אדמו"ר מהר''א סאטמאר שליט"א איז היינט מיטאג ארויסגעפלויגן קיין ראמעניע, ווי דער רבי שליט"א וועט מארגן פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק הקדושת יום טוב זי"ע אין שטאט סיגוט ביומא דהילולא.

ווייסט איינער פשט פון דיע פלוצלימדיגע נסיעה?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:17 pm

אויסצופוילן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:26 pm

כ''ק תולדות אהרן רבי שליט''א געפונט זיך אצינד און ליזענסק
מארגן מיטאג לאזט זיך די רבי שליט''א ארויס אויף ניו יארק

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:23 am

וויכטיגע אינפארמציע פאר סיטיזענס פון ישראל וואס פלאנען צי פארן אויף אוקריינא


http://umanshalom.co.il/news-page/%D7%9 ... %AA%D7%9D/

http://umanshalom.co.il/news-page/%D7%A ... %A0%D7%99/


http://umanshalom.co.il/news-page/%D7%9 ... AA-%D7%A9/

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 11:14 am

from: breslev globel
מניעות לנסיעה לצדיק
עשרות נוסעים ישראלים מעוכבים בשדה התעופה בוריספול בקייב

בימים אלו עשרות נוסעים ישראלים מעוכבים בשדה התעופה בוריספול בקייב שבאוקראינה, אנשי הפוליטיקה טוענים שזאת כי מדינת אוקראינה רוצה לנקום במדינת ישראל על סירוב כניסתם של תיירים אוקראינים לתחומה.

מדובר במאבק דיפלומטי בין המדינות המתנהל מזה כמה שבועות וזאת עקב השפלות שעוברים תושבי אוקראינה הנוחתים בישראל כאשר חלקם מעוכבים במשך שעות בשדה התעופה בן גוריון וחלקם אף מגרושים חזרה לאוקראינה.

בשדה התעופה בקייב ובאודסה החליטו להעתיק את היחס כלפי אזרחי אוקראינה בשדה התעופה בארץ ישראל ועד שלא תשונה המדיניות כאן, ימשיך עיכוב הישראלי בשדה התעופה באוקראינה. מידי כמה שבועות נתקלים ישראלים בשדה התעופה המקומי כאשר הם מעוכבים במשך שעות בשדה התעופה וחלקם אף מגורש חזרה לארץ ישראל.

ביום שישי האחרון כאשר הגיעו קבוצת ישראלים לשהות בקייב ובאומן לשבת, הם עוכבו ונתבקשו לשוב לארץ ישראל. אלא שבעקבות השבת הקרבה היה חשש לחילול שכן הם לא הורשו לצאת משדה התעופה מחד ולא היו מספיקים לשוב לישראל קודם השבת מאידך.

עצה טובה לנוסעים לאוקראינה בימים אלו, על מנת למנוע עיכובים בשדה התעופה על כל נוסע עם דרכון ישראלי להצטייד בדברים הבאים:

1. ביטוח רפואי מודפס.
2. תוכניה של הטיול / המסלול.
3. אישור הזמנה מבתי המלון בהם הוא שוהה.
4. ליום במזומן 75$ (אין הכוונה שאדם צריך לשלם 75$ ליום. אלא שיהיה עליו מזומן. כדי לראות שהתייר בא במטרה לטייל / לקנות ולא להגר).

כל מי שיש לו אזרחות נוספת בנוסף לאזרחות הישראלית, שיעבור את הגבול האוקראיני עם הדרכון עם האזרחות חוץ. נסיעה טובה!

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 5:51 am

שוהל אין חענטשין ווערט רענאווירט

חענטשין.jpg
חענטשין.jpg (63.15 KiB) געזעהן 2428 מאל

פוילן – די רעגירונג אין שוויינטקאזיסקיע, א ראיאן אין דרום פוילן, האט באשלאסן צו טראנספערירן 1.3 מיליאן דאלאר פון אייראפעאישע יוניאן פאנדס, און די געלטער וועלן גיין פאר די לאקאלע אויטאריטעטן אינעם שטעטל חענטשין, צו רענאווירן און אויפפרישן דעם ארטיגן אלטן אידישן בית המדרש. חענטשין איז געווען א שיינע אידישע שטאט בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, זייענדיג פארבינדן מיט'ן דערנעבנדיגן שטאט קיעלץ, אבער ליידער זענען רוב אידן אומגעקומען עקד"ה ביי דער קריג. דער שוהל וועט אצינד רענאווירט ווערן און דערנעבן וועט געבויעט ווערן א אידישער מעמאריעל צענטער.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:41 pm

תלמידו הגדול של ר' יואל מסאטמר זצוק"ל בהשתפכות הנפש על ציונו של רבינו באומן
הרה״צ ר׳ זלמן לייב פילפ שליט"א מנהיג הקהילה ודיין ביה״ד דקהילת סאטמר ויליאמסבורג הגיע לראשונה לשאת תפילה בציון רבי נחמן מברסלב באומן – תלמידיו אמרו: כי שנים רבות לא ראו אצלו כזה השתפכות הנפש

קבוצת קהילת ״בני יואל״ במונורו ארה"ב בראשותו של הרה״צ ר׳ זלמן לייב פילאפ שליט"א מנהיג הקהילה ודיין ביה״ד דקהילת סאטמר ויליאמסבורג, הגיעו אמש (ראשון) באוטובוסים הישר משדה התעופה בקייב לראשונה אל ציון רבי נחמן מברסלב באומן. נכבדי הקבוצה אמרו בצוותא בהתרגשות ובדמעות שליש את ה'תיקון הכללי' על הציון הקדוש ואת תפילת רבי נתן מברסלב שלאחר התיקון הכללי ומיד לאחר מכן אמרו קדיש.

שיאו של המעמד היה עת קריאתו את התפילה שחיבר רבי נתן מברסלב זצוק״ל, במעמד המרומם לא היה איש מהמתפללים שלא התפעם מגודל ההשתפכות ברגעים מרוממים שחשו כל בני הקהילה, תלמידיו אמרו ששנים רבות לא ראו את הרה״צ ר׳ זלמן לייב פילפ שליט"א בהשתפכות כפי שנראה על ציונו הקודש אמש
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (92.77 KiB) געזעהן 2228 מאל
2.jpg
2.jpg (91.54 KiB) געזעהן 2228 מאל
1.jpg
1.jpg (89.5 KiB) געזעהן 2228 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:57 am

ווארשא – מיט שאק האט מען געהערט אז די פוילישע רעגירונג וויל אויפגראבן אן ארט וואו עס ליגן באערדיגט העכער דריי הונדערט אידישע קדושים הי"ד, ווועלכע זענען אומגעקומען ביים צווייטן וועלט קריג. די רעדע איז פונעם ארט אין דער שטאט יעדוואבנע וואו פאלאקן רשעים האבן בשעת דער נאצישער אקופאציע פון פוילן, אין זומער יאר 941', איינגעזאמלט זייערע אידישע שכנים אין א שטאל און זיי פארברענט לעבעדיגערהייט ה"י. פוילן וויל טרעפן באווייזן אויפ'ן ארט פון דעם ביטערן מארד, אז די נאציס האבן געצוואונגען די פאלאקן עס דורכצופירן.
קרעדיט - טעגליכער דער איד
w.jpg
w.jpg (123.67 KiB) געזעהן 2129 מאל

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

כשר'ס אין קיוב עירפארט

תגובהדורך שטייט » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:16 pm

מיט פרייד ווערט אויפגענומען אז פון היינט אין ווייטער וועט זיין צו באקומען כשר'ע סענדוויטש'ס אין קיוב עירפארט.

די עסקנים זעהנדיג די פארלאנג פאר כשרע עסן אין קיוב עירפארט פאר אידן וואס האבן סטאפס אדער סתם הונגעריג אין עירפארט האבן ארלעידיגט אז מ'זאל קענען קויפן מילכיגע און פליישיגע סענדוויטש'ס מיט די הכשר פון הרב פנחס וישצקי וועדת הכשרות אוקריינא די פלייש און טשיס איז מיט די השגחה פון בד"ץ העדה החרדית.

אויך איז דא צובאקומען כשר'ע סנעקס.

יואכלו ענוים וישבעו.
צוגעלייגטע
IMG-20190312-WA0014.jpg
IMG-20190312-WA0014.jpg (168.71 KiB) געזעהן 1986 מאל

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:24 pm

פון רעכטס און פון לינקס ליגט דבר אחר.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:13 pm

שטייט האט געשריבן:מיט פרייד ווערט אויפגענומען אז פון היינט אין ווייטער וועט זיין צו באקומען כשר'ע סענדוויטש'ס אין קיוב עירפארט.

די עסקנים זעהנדיג די פארלאנג פאר כשרע עסן אין קיוב עירפארט פאר אידן וואס האבן סטאפס אדער סתם הונגעריג אין עירפארט האבן ארלעידיגט אז מ'זאל קענען קויפן מילכיגע און פליישיגע סענדוויטש'ס מיט די הכשר פון הרב פנחס וישצקי וועדת הכשרות אוקריינא די פלייש און טשיס איז מיט די השגחה פון בד"ץ העדה החרדית.

אויך איז דא צובאקומען כשר'ע סנעקס.

יואכלו ענוים וישבעו.

זיסע קליפ

http://umanshalom.co.il/news-page/%D7%9 ... %97%D7%94/

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:15 pm

ווי איז דער cube עירפארט, קיינמאל נישט געהערט פון דעם?

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:12 pm

עס ברענט א פייער ביים ציון הק' הבעש''ט הק' זצי''ע
ביי די בית הכסא לעבן ציון הק'

photo_2019-05-02_20-11-04.jpg
photo_2019-05-02_20-11-04.jpg (35.96 KiB) געזעהן 2165 מאל

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:11 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:עס ברענט א פייער ביים ציון הק' הבעש''ט הק' זצי''ע
ביי די בית הכסא לעבן ציון הק'

photo_2019-05-02_20-11-04.jpg

וואס איז געווארען?
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט