אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:52 pm

פובליק פאליסי פאולינג פאר א דעמאקראטישע גרופע אויף מישיגען

ביידען 49
טראמפ 43

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:34 pm

די ביידען קאמפיין האט פארברייטערט איר סטעף אין טעקסאס, אזוי אויך טוען זיי אויסברייטערן עד ספענדינג דארט

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:35 pm

קעניע וועסט האט ייעצט 45 מענטשן וואס גייען ארום צו שאפן 2,500 אונטערשריפטן אז ער זאל קענען זיין אויף די שטים צעטל אין וויסקאנסין, די דעדליין איז מארגן נאכמיטאג

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:40 pm

עכט היימיש האט געשריבן:קאנספעראציע:

ביידע קאנדידאטן מעלדן נישט זייערע פאנדרעיזינג ציפערן, נאר ווארטן פאר ביידען'ס וויצע מעלדונג.

דער טראמפ קאמפיין האט געהאט א גאר מעכטיגע פאנדרעזינג מאנאט, ווען זיי האבן אין בלויז אין איין פאנדרעזינג מיט טראמפ געריעסט איבער 20 מיליאן דאלער, און האבן געהאט נאך גאר סוקסעספולע טעג, און זיי האבן למעשה גערעיסט מעגאו ציפערן, און יעצט ווארטן זיי אז ביידען זאל מעלדן זיין וויצע פרעזידענט, און דאן וועלן זיי ארויסשיסן די נייעס מיט זייערע מעכטיגע ציפערן, און אביסל באגראבן די אנטענטשן וואס ביידען וויל געניסן מיט זיין מעלדונג.

דער ביידען קאמפיין האט געהאט א שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט, און זיי ווארטן אויף דער מעלדונג כדי אז דער פאמפע וואס קומט מיט דער וויצע מעלדונג זאל אביסל באגראבן די פלאפ מיט די פאנדרעיזינג ציפערן.

אין חודש מעי האבן ביידע קאמפיינס געווארט ביז אינמיטן חודש צו מעלדן זייערע ציפערן, און למעשה האט ביידען געמאלדן ערשט און ער האט געהאט אויפגעטריבן מער

אין יוני האט די טראמפ קאמפיין די ערשטע געמאלדן זייערע ציפערן מיט פאטאס אבער למעשה האט ביידען אויפגעטריבן מער
איז מסתבר אז די טראמפ קאמפיין האט שוין מורא צו מעלדן ערשט צוליב די סעמי דורכפאל אז ביידען האט דערנאך געמאלדן א גרעסערע ציפער, אדער ביזסטו גערעכט...

ונזכה ונחי'

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:29 pm

טראמפס עדס זענען צוריק אויף דער לופט, עטליעסט אויף פאקס



נעקסט....מיי פילאו....וואס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:19 pm

זעהט נישט אויס אז ביידענ'ס וויצע מעלדונג זאל קומען עני טיים אין די נעקסטע פאר טעג

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:23 pm

וואס מיינסטו?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:25 pm

עס איז היינט באריכטעט אז ער קוקט זיך נאך פעסט אקטיוו אום אויף קאנדידאטן וועם צו אויסועהלן

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:27 pm

די טראמפ קאמפיין לייגט אזעלכע גרויסע האפענונגען אז די דיבעיטס גייט אראפקראכן ביידען און העלפן טראמפ
אזוי ווייט אז זיי האבן היינט אנגעהויבן פארלאנגען אז די ערשטע דעבאטע זאל ווערן צוריק געריקט צו א פריעדיגע דאטום

יצחק אייזיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יצחק אייזיק » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:31 pm

און מיין הארץ זאגט מיר אז ביידען לייגט אריין יעצט געפערליכע כוחות אין די דעבאטעס. זיין גאנצע קאפ און מוח די לעצטע פאר חדשים ליגט נאר דארט. ער גייט זיין סופער פריש און גוט.

ומאידך גיסא, טראמפ פארלאזט זיך אויף 2016 ווי גוט ער האט אויסגענומען ביי די דעבאטעס, און ער גייט נאך מיאוס דערלייגן אלע דריי...

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:34 pm

מארק מיי ווארדס: עס גייט נישט זיין קיין דריי דעבאטעס.

ביידען איז נישט אומשטאנד צו פירן קיין דעבאטעס מיט טראמפ. ער איז אלט, פארשלאפן און פארקאלעכט. אפשר ביים ערשטן גייט טראמפ טאקע קעקעצן און פלאפן, אבער נאכדעם גייט ער שוין קומען גוט צוגערייט צום צווייטן, אבער די ביידען קאמפיין גייט טרעפן תירוצים פון אונטער די ערד פארוואס נישט צו מאכן נאך א דעבאטע.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:37 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:און מיין הארץ זאגט מיר אז ביידען לייגט אריין יעצט געפערליכע כוחות אין די דעבאטעס. זיין גאנצע קאפ און מוח די לעצטע פאר חדשים ליגט נאר דארט. ער גייט זיין סופער פריש און גוט.

ומאידך גיסא, טראמפ פארלאזט זיך אויף 2016 ווי גוט ער האט אויסגענומען ביי די דעבאטעס, און ער גייט נאך מיאוס דערלייגן אלע דריי...

איך געדענק נישט אז טראמפ זאל האבן גוט אויסגענומען ביי די דעבאטעס. די טראמפ קאמפיינ'ס האפענונג דאס מאל אז די דעבאטעס גייען אים ארויפברענגען, וויבאלד די רעדע איז פון סליפי ביידען, וואס הגם זיי האבן א פוינט, טרייבן זיי אבער איבער, און עס קען זיין בעקפייערן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:41 pm

האלצשטיין האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין לייגט אזעלכע גרויסע האפענונגען אז די דיבעיטס גייט אראפקראכן ביידען און העלפן טראמפ
אזוי ווייט אז זיי האבן היינט אנגעהויבן פארלאנגען אז די ערשטע דעבאטע זאל ווערן צוריק געריקט צו א פריעדיגע דאטום


קוק ווי די מידיא ציטערן פון א טראמפ ביידן דיבעיט.
8770.jpeg
8770.jpeg (291.96 KiB) געזעהן 346 מאל

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:44 pm

אין א געוויסע זין, איז טראמפ געוואוינט צו דעבאטעס. ער האט עס יעדן שני וחמישי מיט די מידיע. זיי שרייען און ער פליקט צוריק. ער איז טאקע נישט אלץ אזוי שארף, אבער איינמאל ער איז געוואוינט דערמיט וועט ער זיכער זיין באקוועמער אויפן סטעידזש.

משא"כ ביידען וואס די מידיע באהאנדלט מיט זיידענע הענשיך, ווען ער האט שוין יא א פרעסע קאנפערענץ איינמאל אין 4 חדשים...
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:47 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין לייגט אזעלכע גרויסע האפענונגען אז די דיבעיטס גייט אראפקראכן ביידען און העלפן טראמפ
אזוי ווייט אז זיי האבן היינט אנגעהויבן פארלאנגען אז די ערשטע דעבאטע זאל ווערן צוריק געריקט צו א פריעדיגע דאטום


קוק ווי די מידיא ציטערן פון א טראמפ ביידן דיבעיט.
8770.jpeg

דו קוקסט עס אן ווי אז זיי ציטערן פון א טראמפ דיבעיט, און איך קוק עס אן ווי אז זיי זוכן מעגליך צו הייבן די עקספעקטעישאנס אז טראמפ איז גאר שטארק אין דעבאטירן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:51 pm

די דעמאקראטן וועקן זיך אויף צו די שרעקעדיגע ריעליזעישן אויב ביידן דיבעיט טראמפ, איז ער דערנאך. און אויב ער דיבעיט נישט איז ער אויך דערנאך, ווייל ער האט נישט דיבעיט!

Trump2020

יצחק אייזיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יצחק אייזיק » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:55 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:די דעמאקראטן וועקן זיך אויף צו די שרעקעדיגע ריעליזעישן אויב ביידן דיבעיט טראמפ, איז ער דערנאך. און אויב ער דיבעיט נישט איז ער אויך דערנאך, ווייל ער האט נישט דיבעיט!

Trump2020

ווארט א מינוט, ביידן האט נארוואס דעבאטירט 10 קאנדידאטן אין די פריימעריס, ער איז אריינגעקומען גאר גוט אין רוב דעבאטעס.

אין 2016 איז טראמפ נישט געווען גוט קעגן קלינטאן. ביי די פריימעריס איז ער געווען אסאך בעסער ווי קעגן קלינטאן.

דו האלטסט טאקע אז ביידן איז דערנאך נאך א טראמפ דעבאטע? זיי נישט אזוי זיכער.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:59 pm

איך האב שוין די געוואונס/פארלוסט רעזולטאטען פון די טראמפ-ביידען דעבאטע, עס איז דעוויידעד 55/45 גראד אראפ אויף פארטיי ליניעס.

צוויי פאקטען איבער די צוויי מענטשען זענען אזוי: איינער קעקעצט און איינער רעדט באמבאסטיש נאנסטאפ!
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:07 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין לייגט אזעלכע גרויסע האפענונגען אז די דיבעיטס גייט אראפקראכן ביידען און העלפן טראמפ
אזוי ווייט אז זיי האבן היינט אנגעהויבן פארלאנגען אז די ערשטע דעבאטע זאל ווערן צוריק געריקט צו א פריעדיגע דאטום


קוק ווי די מידיא ציטערן פון א טראמפ ביידן דיבעיט.
8770.jpeg

דו קוקסט עס אן ווי אז זיי ציטערן פון א טראמפ דיבעיט, און איך קוק עס אן ווי אז זיי זוכן מעגליך צו הייבן די עקספעקטעישאנס אז טראמפ איז גאר שטארק אין דעבאטירן.


פעיק איז גערעכט

כ'אניש קאנאנונג וואס די טראמפ קאמפיין וויל מיט די בלאזן אז ער איז שטערקער, ער וועט נאר דורכפאלן דערמיט

ס'קען זיין אז זיי ווייסן אז אין די אויגן פון טראמפסטערס וועט ער סייווי געווינען
און ביי דעמס/מידיע סייווי פארלירן, דערפאר פרובירט ער כאטש צו הייבן זיין באזע יעצט, אז ביידען ציטערט

אבער לענ"ד נאכאלס א שטארקע טעות

נאך א סברא, איז אז דא איז פאראן 2 אנדערע קאמפאניס, טראמפ אליין, האלט באמת אז אים קען ביידען נישט באזיגן אין די דעבאטעס, נישט קיין חילוק די עקספעקטעישאנס
ווידער די קאמפיין, -וועלכע זענען נישט אלע אזעלכע עכטע טראמפסטערס- ציטערן אמת'דיג אביסל פון די דעבאטעס און קענען באמת באשטיין אז ס'זאל בטל ווערן


וצ"ע
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:35 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מארק מיי ווארדס: עס גייט נישט זיין קיין דריי דעבאטעס.

ביידען איז נישט אומשטאנד צו פירן קיין דעבאטעס מיט טראמפ. ער איז אלט, פארשלאפן און פארקאלעכט. אפשר ביים ערשטן גייט טראמפ טאקע קעקעצן און פלאפן, אבער נאכדעם גייט ער שוין קומען גוט צוגערייט צום צווייטן, אבער די ביידען קאמפיין גייט טרעפן תירוצים פון אונטער די ערד פארוואס נישט צו מאכן נאך א דעבאטע.

מארק מיי וואורדס. ביידען גייט נאך ארויסגיין פאר אייאווע.. :lol:

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:43 pm

הערי ענטען שרייבט אז לויט זיין אנאליז איבער די טעג פון יוני 1 ביז יולי 17 אין 2016 איז טראמפ דערמאנט געווארן 60% אין די נייעס מידיא צו 40% פאר קלינטאן

אין 2020 אין די זעלבע צייט איז טראמפ דערמאנט געווארן אין די נייעס 85% מאל צו ביידענ'ס בלויז 15%

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:23 am

פעיק ניוז האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:און מיין הארץ זאגט מיר אז ביידען לייגט אריין יעצט געפערליכע כוחות אין די דעבאטעס. זיין גאנצע קאפ און מוח די לעצטע פאר חדשים ליגט נאר דארט. ער גייט זיין סופער פריש און גוט.

ומאידך גיסא, טראמפ פארלאזט זיך אויף 2016 ווי גוט ער האט אויסגענומען ביי די דעבאטעס, און ער גייט נאך מיאוס דערלייגן אלע דריי...

איך געדענק נישט אז טראמפ זאל האבן גוט אויסגענומען ביי די דעבאטעס. די טראמפ קאמפיינ'ס האפענונג דאס מאל אז די דעבאטעס גייען אים ארויפברענגען, וויבאלד די רעדע איז פון סליפי ביידען, וואס הגם זיי האבן א פוינט, טרייבן זיי אבער איבער, און עס קען זיין בעקפייערן.

פאריגע מאל הייסט אז קלינטאן האט געווינען די דעבאטעס.

בפרטיות האט קלינטאן שטארק געווינען די ערשטע, און שמאל געווינען/געטייד די צוויי אנדערע.

פער בריסטאו האט געשריבן:די דעמאקראטן וועקן זיך אויף צו די שרעקעדיגע ריעליזעישן אויב ביידן דיבעיט טראמפ, איז ער דערנאך. און אויב ער דיבעיט נישט איז ער אויך דערנאך, ווייל ער האט נישט דיבעיט!

Trump2020


דאס איז א סעמפל פון א גוטע, שטארקע תגובה פאר דעם צענטראלן אשכול.

הגם עס איז קלאר אז די דעמאקראטן ליידן אויף PTSD ענקזייעטי וואס וועט נישט ווערן אויסגעהיילט ביז נאך נאוועמבער, און ביי געוויסע ביז יאנואר, אויב ביידן געווינט טאקע.

-----------

אני הקטן האלט - חוץ אויב עס וועט זיין עפעס מעידזשער מעידזשער - אז עס וועט זיין ווי @מטעמים זאגט, כמעט יעדער וועט האלטן אז זיין קאנדידאט האט געווינען, און איז געווען שארף קריספי, און דער אנדערער האט ממש אריינגעוועפט.


------------

וועלקאם אבאורד @יצחק אייזיק.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

ווייס פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:03 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ווייס פרעזידענט » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:05 am

האלצשטיין האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין לייגט אזעלכע גרויסע האפענונגען אז די דיבעיטס גייט אראפקראכן ביידען און העלפן טראמפ
אזוי ווייט אז זיי האבן היינט אנגעהויבן פארלאנגען אז די ערשטע דעבאטע זאל ווערן צוריק געריקט צו א פריעדיגע דאטום

אפגעזעהן צו ביידען עט עס מאכן אדער טראמפ, גייט זיין זייער אסאך פאן עס מיטצוהאלטן.

און ווער רעדט נאך אויב ס׳וועט אים (טראמפענען) שפילן זיין מזל, אז ביידען זאל זיך נאר אביסל צומישן אינמיטן, -אפי’ נאר איין מאל-, און דער בלוט זויגער וועט זיך צו דעים צוכאפן ווי צו א געבראטענס, און אונז העמיר זיך מחיה זיין.

אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך cookies » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 2:12 am

עכט היימיש האט געשריבן:קאנספעראציע:

ביידע קאנדידאטן מעלדן נישט זייערע פאנדרעיזינג ציפערן, נאר ווארטן פאר ביידען'ס וויצע מעלדונג.

דער טראמפ קאמפיין האט געהאט א גאר מעכטיגע פאנדרעזינג מאנאט, ווען זיי האבן אין בלויז אין איין פאנדרעזינג מיט טראמפ געריעסט איבער 20 מיליאן דאלער, און האבן געהאט נאך גאר סוקסעספולע טעג, און זיי האבן למעשה גערעיסט מעגאו ציפערן, און יעצט ווארטן זיי אז ביידען זאל מעלדן זיין וויצע פרעזידענט, און דאן וועלן זיי ארויסשיסן די נייעס מיט זייערע מעכטיגע ציפערן, און אביסל באגראבן די אנטענטשן וואס ביידען וויל געניסן מיט זיין מעלדונג.

דער ביידען קאמפיין האט געהאט א שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט, און זיי ווארטן אויף דער מעלדונג כדי אז דער פאמפע וואס קומט מיט דער וויצע מעלדונג זאל אביסל באגראבן די פלאפ מיט די פאנדרעיזינג ציפערן.



So stupid from trump...

Even trump raised 1 billion dollars. Will the biden vp pick be more interesting news to talk around by the American ppl. Rather take your full attention as long u have it

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:16 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:די דעמאקראטן וועקן זיך אויף צו די שרעקעדיגע ריעליזעישן אויב ביידן דיבעיט טראמפ, איז ער דערנאך. און אויב ער דיבעיט נישט איז ער אויך דערנאך, ווייל ער האט נישט דיבעיט!

Trump2020

ווארט א מינוט, ביידן האט נארוואס דעבאטירט 10 קאנדידאטן אין די פריימעריס, ער איז אריינגעקומען גאר גוט אין רוב דעבאטעס.

אין 2016 איז טראמפ נישט געווען גוט קעגן קלינטאן. ביי די פריימעריס איז ער געווען אסאך בעסער ווי קעגן קלינטאן.

דו האלטסט טאקע אז ביידן איז דערנאך נאך א טראמפ דעבאטע? זיי נישט אזוי זיכער.

ביידן איז נישט אריינגעקומען גוט, נאר נישט "שלעכט" וואס איז גענוג פאר איהם צו הייסן גוט,
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, א חסיד, יש ברירה און 16 געסט