אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך יולי 01, 2020 2:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:ען בי סי/טשעינדזש אנקעטע אויף אריזאנא

ביידען 51
טראמפ 44


לויט די אנקעטע איז טראמפ געווען ביי 45 פראצענט קעגן 44 פאר ביידען פאר פיר וואכן צוריק, און געפאלן צו 44 פראצענט קעגן 45 פאר ביידען צוויי וואכן שפעטער, און יעצט צוויי וואכן שפעטער זענען זעקס פראצענט אומבאשלאסענע געגאנגען צו ביידען אזוי אז טראמפ איז ווייטער ביי 44 פראצענט אבער יעצט האט שוין ביידען 51 פראצענט, און די פראצענט אומבאשלאסענע איז געפאלן פון 11 צו 5 פראצענט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 01, 2020 4:36 pm

ביידנס 50 מנוטיגע פרעסע קאנפערענץ האט אביסל צושטערט די "בעיסמענט/בונקער/פארקאלעכט" נאראטיוו, מוז מען שנעל ארויסדערווישן א פרישע קאנספירעסי, והנה:

- ס'איז בכלל קיין פרעסע קאנפערענץ נישט פארגעקומען. ס"ה געווען א גוט פארגעגרייטע פלעי, ארקאסטרירט ביי די ביידן קאמפיין, מיט ביידן און די זשורנאליסטן דינענדיג אלס אקטיארן.

- די רעפארטער האבן געשעירט מיט ביידן זייערע פראגעס, נאך פארן קאנפערענץ.

- נאר לינקע ביידן שטיצער פאפעט רעפארטער זענען ערלויבט געווארן.

- די קשיות זענען געווארן פרי אפראווד.

- ביידן האט פארגעלייענט זיינע תירוצים פון א טעלעפראמטער.

ע"כ הקאנספעראציע.

זיי שעמען זיך שוין ניטאמאל היינט צוטאגס צו באקן אויף זאכן וואס יעדער האט געקענט מיטהאלטן!

א רום פול מיט רעפארטער פון אלע קאנאלן, אינקלודינג פאקס ניוז. קיינער האט נישט קיינאנונג וואס די חברה רעדן פון.. נישט געווען קיינע טעלעפראמטערס, קיינע געשערטע קשיות, לינקע רעפארטער סעלעקשאנס, וכו'

וואס מ'ווייסט יא איז די פארקערטע, וואס יעדער האט מיטגעהאלטן די פאקס ניוז גרילן איבער זיין גייסטישע מצב. דערוואגן זאל זיך נאר א רעפארטער דאס פרעגן טראמפ.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200701-160323_Twitter.jpg
Screenshot_20200701-160323_Twitter.jpg (249.03 KiB) געזעהן 552 מאל
Screenshot_20200701-163441_Twitter.jpg
Screenshot_20200701-163441_Twitter.jpg (209.74 KiB) געזעהן 552 מאל
Screenshot_20200701-160223_Twitter.jpg
Screenshot_20200701-160223_Twitter.jpg (272.54 KiB) געזעהן 552 מאל

האלצשטיין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך יולי 01, 2020 5:41 pm

דאס באשטעטיגט ווי פארלוירן זיי זענען, זיי פרובירן אלעס וואס מעגליך

נאך מער פון יאר האט טראמפ געטוישט צונאמען צו קוראפט ביידען, דאס איז שוין זיין דריטע נאמען נאך 1% דזשאו, סליפי דזשאו

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך יולי 01, 2020 6:27 pm

פאר ווער ס'קען נישט קיין ענגליש:

1) פונקט ווי קרוקעד הילערי

2) קיינמאל נישט געהאט געזען דאס בעפאר
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 01, 2020 6:34 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:ביידען קאמפיין/דנ"ס האבן אויפגעטריבן א סאליד 80.8 מיליאן דאללער אין די חודש פון מאי

די טראמפ קאמפיין/רנ"ס האט אויפגעטריבן 74 מיליאן דאללער אין די חודש פון מאי

דאס איז דער ערשטער מאל ביידען האט אוטרעיזד די טראמפ קאמפיין.

די טראמפ קאמפיין/רנ"ס האט אויפגעטריבן 131 מיליאן דאללער! אין די חודש פון יוני.

266 מיליאן דאללער אויפגעטריבן די צווייטער קווארטל פון יאר
295 מיליאן דאללער אן-הענד

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 01, 2020 6:40 pm

Wow

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 01, 2020 6:45 pm

WOW

דאס איז באמת א מעכטיגע ציפער פאר דעם טראמפ קאמפיין.

אבער, לויט די ציפערן פון ברעד פארסקעל
20200701_194236.jpg
20200701_194236.jpg (485.45 KiB) געזעהן 400 מאל
איז משמע אז טראמפ האט שוין געספענדט דעם אסטראנאמישן סכום פון 652,000,000.00$, זעקס הונדערט צוויי און פופציג מיליאן דאלער.

און פון דעם אז פאריגן מאנאט האבן זיי געמאלדן 265 מיליאן קעש אן הענד, און דעם מאנאט 295 מיליאן, איז משמע אז דעם מאנאט פון יוני אליינס, האט טראמפ פארברענט 101,000,000.00$, הונדערט און איין מיליאן דאלער! (קען זיין אז א ריזן טייל איז געגאנגען פאר פאנדרעיזינג עקספענסעס, ביז דעם פופצענטן ברויך מען פיילן פאר די רעגירונג אלע הכנסות און הוצאות פון דעם קווארטאל.)

אבער למעשה איז עס פארט א מעכטיגע פאנדרעיזינג ציפער, היפש שטערקער ווי די 80-90 וואס איך האב זיך גערישט, און לכאורה אויך היפש מער ווי וואס ביידן וועט אויפטרייבן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יולי 01, 2020 7:45 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

האלצשטיין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך יולי 01, 2020 6:47 pm

גאר א שיינער ציפער

זאל יעדע דאלער זיין במקום א שטימע איז ער שוין כמעט פארזיכערט מיט א געווינס

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 01, 2020 7:22 pm

די בוש-43 פעק האט געלאונטשט...
צוגעלייגטע
Screenshot_20200701-192313_Chrome.jpg
Screenshot_20200701-192313_Chrome.jpg (246.01 KiB) געזעהן 420 מאל
Screenshot_20200701-191915_Chrome.jpg
Screenshot_20200701-191915_Chrome.jpg (547.3 KiB) געזעהן 422 מאל

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 01, 2020 7:33 pm

כ'בין בעצם מסופק צו דער גאנצער געראטשקע איבער געוועזענע בוש באאמטע וואס שטיצן ביידען קעגן טראמפ איז בכלל עפעס וואס טראמפ זאל פארלירן שלאף דערפאר.

האלצשטיין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך יולי 01, 2020 8:50 pm

צל עובר האט געשריבן:WOW

דאס איז באמת א מעכטיגע ציפער פאר דעם טראמפ קאמפיין.

אבער, לויט די ציפערן פון ברעד פארסקעל
20200701_194236.jpg
איז משמע אז טראמפ האט שוין געספענדט דעם אסטראנאמישן סכום פון 652,000,000.00$, זעקס הונדערט צוויי און פופציג מיליאן דאלער.

און פון דעם אז פאריגן מאנאט האבן זיי געמאלדן 265 מיליאן קעש אן הענד, און דעם מאנאט 295 מיליאן, איז משמע אז דעם מאנאט פון יוני אליינס, האט טראמפ פארברענט 101,000,000.00$, הונדערט און איין מיליאן דאלער! (קען זיין אז א ריזן טייל איז געגאנגען פאר פאנדרעיזינג עקספענסעס, ביז דעם פופצענטן ברויך מען פיילן פאר די רעגירונג אלע הכנסות און הוצאות פון דעם קווארטאל.)

אבער למעשה איז עס פארט א מעכטיגע פאנדרעיזינג ציפער, היפש שטערקער ווי די 80-90 וואס איך האב זיך גערישט, און לכאורה אויך היפש מער ווי וואס ביידן וועט אויפטרייבן.

פאריגע חודש איז געוען באריכטעט אז די טראמפ קאמפיין האט אויסגעגעבן ס'גאנצג געלט וואס זיי האבן אויפגעטריבן בעת ביידען האט סך הכל געספענד $11 מיליאן פאר ווירטואלע איווענטס און איז געליבן מיט רוב געלט אין באנק

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 01, 2020 8:58 pm

ווען קומען אריין די ביידען נאמבערס?
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 01, 2020 9:36 pm

דערווייל האבן זיי נאכנישט ארויסגעגעבן די ציפערן, אבער זיי זאגן אז זיי האבן אויפגעטריבן מער ווי טראמפ.

מען האט זיך גערישט אז ביידן וועט האבן אויפגעטריבן אפאר מיליאן מער ווי 100.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 01, 2020 9:42 pm

וויזוי ארבעט דאס, ווער געבט ארויס די נומערן? די קאמפיינס אליין?

איז עס אויסגעשלאסען אז די נאמבערס זאלן זיין געבאקן?


טשולדיגט פאר מיין עמאראצעת..
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 01, 2020 10:39 pm

די ביידען קאמפיין האט געמאלדן אז זיי האבן אויפגעטריבן 141 מיליאן דאלער אין די מאנאט פון יולי

פארן לעצטן קווארטאל האט די קאמפיין אינאיינעם מיט די דנס אויפגעטריבן $282.1 מיליאן דאלער.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 01, 2020 10:43 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:ביידען קאמפיין/דנ"ס האבן אויפגעטריבן א סאליד 80.8 מיליאן דאללער אין די חודש פון מאי

די טראמפ קאמפיין/רנ"ס האט אויפגעטריבן 74 מיליאן דאללער אין די חודש פון מאי

דאס איז דער ערשטער מאל ביידען האט אוטרעיזד די טראמפ קאמפיין.

די טראמפ קאמפיין/רנ"ס האט אויפגעטריבן 131 מיליאן דאללער! אין די חודש פון יוני.

266 מיליאן דאללער אויפגעטריבן די צווייטער קווארטל פון יאר
295 מיליאן דאללער אן-הענד

ביידען קאמפיין/דנ"ס האט אויפגעטריבן א קנאקעדיגער 141 מיליאן דאללער אין די חודש פון יוני

68% דאונערס זענען פרישע דאונערס
282 מיליאן דאללער אויפגעטריבן די צווייטער קווארטל פון יאר
2.6 מיליאן פרישע מענטשן האבן געדזשוינט די ביידען אימעיל גרופע

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 01, 2020 10:54 pm

ביידען האט נאכאמאל אוטרעיזד *אינקאמבענט* טראמפ.

סיי טראמפ און סיי ביידען האבן אויפגעטריבן אין יוני מער וויפיל קלינטאן און טראמפ האבן אויפגעטריבן אין יוני 2016 קאמביינד (123 מיליאן)

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך יולי 01, 2020 11:24 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויזוי ארבעט דאס, ווער געבט ארויס די נומערן? די קאמפיינס אליין?

איז עס אויסגעשלאסען אז די נאמבערס זאלן זיין געבאקן?


טשולדיגט פאר מיין עמאראצעת..


די קאמפיין פיילט עס מיט די FEC, זאגן ליגענט ביי דעם איז פונקט ווי זאגן ליגענט ווען מען פיילט טעקסעס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 01, 2020 11:27 pm

20200701_232010.jpg
20200701_232010.jpg (171.08 KiB) געזעהן 265 מאל


ווי נקדימון שרייבט, סיי ביידן און סיי טראמפ האבן אויפגעטריבן מער ווי טראמפ און קלינטאן "צוזאמען" פיר יאר צוריק.
Biden and Trump EACH raised more in June 2020 than Clinton and Trump did together in June 2016 ($68.5m and $55m, respectively, for a combined $123.5m).


קלינטאן'ס שטערקסטע חודש איז געווען אקטאבער, מיט בלויז א פיצי מער ווי 100 מיליאן.
Hillary Clinton and Dem groups raised $101 million in October 2016, the biggest month of her campaign. So Biden and Trump both beat THAT with four more full months of fundraising left.


אלעס אינאיינעם האט טאקע ביידן "בלויז" אויפגעטריבן צען מיליאן מער, אבער סמאל גרעסרוט דאנעישענס, האט ביידן פי כמה ווי טראמפ. די ציפערן פון דעם זענען נאכנישט ארויסגעגעבן, אויך נישט וויפיל איז די קעש אן הענד פון ביידן מיט די עפיליעיט גרופעס.

----------

@Waukesha, די היינטיגע ציפערן זענען נישט די געפיילטע, ביי טראמפ איז שוין בעבר געווען שווער צו פארגלייכן די געפיילטע מיט די געמאלדענע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 01, 2020 11:33 pm

Waukesha האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וויזוי ארבעט דאס, ווער געבט ארויס די נומערן? די קאמפיינס אליין?

איז עס אויסגעשלאסען אז די נאמבערס זאלן זיין געבאקן?


טשולדיגט פאר מיין עמאראצעת..


די קאמפיין פיילט עס מיט די FEC, זאגן ליגענט ביי דעם איז פונקט ווי זאגן ליגענט ווען מען פיילט טעקסעס.

איך האב נישט געמיינט דאס וואס מ'פיילט, כ'מיין דאס וואס מ'היינט געמאלדען אויף טוויטער.
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך יולי 01, 2020 11:39 pm

131 מיליאן שוין אין די שוואכסטע צייטן פון טראמפ מיט א שוואכע עפראוועל רעיטינג עקסטער שוואכע עפראוועל אויף קאראנע און נאכדערצו טראמפ גייט נישט מיט קיין מאסק...............

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:35 am

שליו ודגים האט געשריבן:131 מיליאן שוין אין די שוואכסטע צייטן פון טראמפ מיט א שוואכע עפראוועל רעיטינג עקסטער שוואכע עפראוועל אויף קאראנע און נאכדערצו טראמפ גייט נישט מיט קיין מאסק...............

און 141 מיליאן פאר סליפי דשאו וואס מאכט נישט קיין פרעסקאנפערענס און שלעפט איין דעם עולם און איז קרוקעד און קראפטעד און זיצט אין זיין בונקער איז...

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:50 am

נעם אין אכט האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:131 מיליאן שוין אין די שוואכסטע צייטן פון טראמפ מיט א שוואכע עפראוועל רעיטינג עקסטער שוואכע עפראוועל אויף קאראנע און נאכדערצו טראמפ גייט נישט מיט קיין מאסק...............

און 141 מיליאן פאר סליפי דשאו וואס מאכט נישט קיין פרעסקאנפערענס און שלעפט איין דעם עולם און איז קרוקעד און קראפטעד און זיצט אין זיין בונקער איז...

און באקומט קרעדיט און די מידיע, כאילו ער איז פרעזידענט,
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:01 am

שליו ודגים האט געשריבן:131 מיליאן שוין אין די שוואכסטע צייטן פון טראמפ מיט א שוואכע עפראוועל רעיטינג עקסטער שוואכע עפראוועל אויף קאראנע און נאכדערצו טראמפ גייט נישט מיט קיין מאסק...............


איז וואס מיינט עס?

אויפטרייבן אסאך געלט קען מיינען אז מ'האט די שטיצע פון די סופער רייכע וואס עטליכע יחידים פון זיי קענען אריינווארפן הונדערטער מיליאנען ווי גארנישט.

אז זיי ווילן ענדערש איינעם וואס שניידט זייערע שטייערן וכדו' איז גאנץ פשוט, און גיסן געלט פאר די טראמפ קאמפיין קען אודאי נאר העלפן פאר דעם צוועק.

די איינציגסטע זאך וואס ווייזט אויף די שטאפל פון ענטוזיאזם ביים אויפטרייבן געלט איז די צאל נדבנים.

ופשוט הוא.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:17 am

פובליק פאליסי אנקעטע פאר א לינקע גרופע אויף טעקסאס


ביידען 48
טראמפ 46


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם, לייטער, שכל טוב און 24 געסט