בלאט 5 פון 712

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 29, 2007 10:29 pm
דורך מעסטערמיינד
בד"ה ר' בערל מאנדל פון ק"י

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 29, 2007 10:45 pm
דורך יאנאש
בד"ה ממש א יאר מיט עטליכע חדשים נאך זיין ווייב'ס פטירה.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 29, 2007 11:38 pm
דורך מאשקע
אוי באשעפער.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2007 1:21 pm
דורך מיללער
בד"ה ר' ליפא שטערן פון וומ"ס ע"ה

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2007 9:24 pm
דורך בני היכלא
אקארשט געהערט.
האשה מרת נחמה בריינדל סאמעט בת ר' י-וסף פערשאנאווסקי, מטאש.
א אינגע פרוי אפשר פערציג, געלאזט ניין קינדערלעך, די קלענסטע קוים צוויי יאר...
השם ישמרני. ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2007 9:41 pm
דורך פאטאקי08
מיללער האט געשריבן:בד"ה ר' ליפא שטערן פון וומ"ס ע"ה

ווי אלט?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 31, 2007 11:00 am
דורך מיללער
פאטאקי08 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בד"ה ר' ליפא שטערן פון וומ"ס ע"ה

ווי אלט?

עטליכע פופציג, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' העניך דוד שווארץ ע"ה.

יהא זכרו ברוך, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 31, 2007 4:20 pm
דורך יצמח
מיללער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בד"ה ר' ליפא שטערן פון וומ"ס ע"ה

ווי אלט?

עטליכע פופציג, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' העניך דוד שווארץ ע"ה.

יהא זכרו ברוך, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.


זיין עלטסטע אייניקעל האט פאריגע וואך חתונה געהאט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 31, 2007 4:43 pm
דורך abimlaibt
בד"ה
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2008 9:56 am
דורך אנדי פעטיט
ברוך דיין האמת

הרה"ג ר' שמואל בירנבוים זצ"ל ראש ישיבת מיר פלעטבוש.

ער איז געווען 87 יאר.

די לויה איז יעצט ביי ישיבת מיר אין פלעטבוש און מארגען צופרי אין ישיבת מיר ירושלים.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2008 11:27 am
דורך יאנאש
ב.ד.ה.

מען קען עס מיטהאלט לייוו אויף כל מבשר.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:10 pm
דורך מיללער
ברוך דיין האמת

היינט אינדערפרי האבן סאטמארע חסידים פון וומ"ס באגלייט למנוחת עולמים הרה"ח ר' חיים ברוך קעסטנבוים ע"ה פון מאקעווע-וומ"ס, ער איז נפטר געווארן נעכטן נאכט נאך א לאנג פארצויגענע קרענק אין עלטער פון 87 יאר.
עס איז איבבערגעבליבן פון אים זיין זוהן, ר' שמואל קעסטנבוים פון וומ"ס, און די איידעמער ר' יעקב לייב פריינד פון קר"י און ר' הערשל מערמלשטיין פון וומ"ס.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 06, 2008 8:21 pm
דורך קרעמער
ר' זאב סיגעל, פאטער פון נחום סיגעל (דער ראדיא שאו האוסט), איז היינט געפונען געווארן נישט בין החיים ווען זיין קאר איז אריינגעפארן אין א טייך אין ניו דזשערזי. ער איז געווען 90 יאר אלט.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 22, 2008 10:20 pm
דורך קרעמער
יעצט מוצאי שבת קודש צו, פורים המשולש, קומט די ביטערע בשורה פון לאנדאן הבירה איבער א פאטאלע קאר עקסידענט וואס האט ליידער טראגיש אומגעברענגט דעם באקאנטן נגיד הרב בנציון דוננער ע"ה, שטארקער תומך פון חסידישע חצרות וואס זיין שטוב האט געדינט אלס בית ועד לחכמים אין די גאלדערס גרין געגענט פון לאנדאן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים - המטיל מלאי לכיס תלמידי חכמים זוכה ויושב בישיבה של מעלה

(פארראכטן זיין וואוין-ארט, עפ"י הודעת לחיים-ולברכה)

געשריבן: מוצ"ש מארטש 22, 2008 11:03 pm
דורך אלעקסיי
געהאט א הארץ אטאק אינמיטן דרייווען נעבאך. איבער געלאזט 10 אומפארהייראטע קינדער, עלטסטע 21 יונגסטע 1 יאר.

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 1:40 am
דורך שוועמל
ברוך דיין האמת.

הרב בנציון איז געווען א גביר אדיר און פון די גרעסטע בעלי צדקה וואס אונזער דור האט פארמאגט. מען שמועסט ער האט פארטיילט דעם פורים אליינס עטליכע מיליאן פונט!

דער באבובער רב רבי מרדכי דוד שליט"א איז געפארן צו די לוי', און אויך סקווירא'ער רבי שליט"א האט געשיקט זיין זוהן זיך באטייליגן ביים באגלייטן למנוחת עולמים.


בצל החכמה בצל הכסף, פונקט יעצט אין די ימי צדקה איז ער מחזיר נשמתו ליוצרה וועט דאס אים זיכער ביישטיין.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 5:02 am
דורך לאקשען ברעט
אוי

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 11:20 am
דורך farshlufen
דער בורא עולם זאל טרייסטן די משפחה און זאל זיי געבן כח און מוח אריבער צו טראגן די שווערע צייטן, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די אמת'דיגע ישועה בב"א

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 12:20 pm
דורך וויכטיג מאכער
מ'קען מיטהאלטן די לוויה אויף קול מבשר לייוו

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 12:28 pm
דורך אנדי פעטיט
farshlufen האט געשריבן:דער בורא עולם זאל טרייסטן די משפחה און זאל זיי געבן כח און מוח אריבער צו טראגן די שווערע צייטן, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די אמת'דיגע ישועה בב"א


דאס איז דאס וויכטיגסטער, אלע אנדערע זאכן זענען נאר פרטים קטנים. א נייע טאטע קען מען אין די וועלט נישט באקומען.

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 12:53 pm
דורך לחיים ולברכה
ברוך דיין האמת. א שרעק!

קרעמער; ער האט געוואוינט אינעם גאלדערס גרין געגענט.

שוועמל; כ'האב געהערט אז סקווירא רבי שליט"א אליינס איז געפארן.

זאלמיר מבשר זיין בשורות טובות.

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 12:53 pm
דורך יאסל
א פחד פון א מעשה

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 4:38 pm
דורך איך_הער
זאלן זיינע צדקות אים אקעגן גיין, און אים טראכן צו זיין לעכטיגן רוה, און דער איינציגסטער וואס איז ביכולת מנחם צו זיין, זאל זיי טרייסטן און שטארקן, און אוודאי העלפן, אז זיי זאלן אויך ווייטער קענען טיילן, פאר די וואס דארפן דערצו צוקומען.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2008 9:17 am
דורך צייטליך
א שוידערליכע טראגעדיע, א טאטע פון צען קינדער, קיין איינס נאכנישט פארהייראט, דערצו א מורה'דיגער מוסר השכל.

ת.נ.צ.ב.ה.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2008 9:25 am
דורך farshlufen
ווי אזוי זאגט די וועלט?

וואס מ'געט פאר יענעם, נעמט מען זיך מיט.
וואס מ'האלט פאר זיך, לאזט מען פאר יענעם.