נייעס איבער די שומרי שמיטה בארה"ק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

נייעס איבער די שומרי שמיטה בארה"ק

תגובהדורך פרשיסחא » מאנטאג מאי 11, 2015 5:19 pm

קומענדיגן דאנערשטיג לסדר "ושבתה הארץ שבת לה'", "אז תרצה הארץ את שבתותיה" בהר-בחקתי הבעל"ט, גייט אי"ה פארקומען אין בארא ארק א מעמד אדיר "לקיים" לטובת שומרי שביעית כהלכתה אין ארה"ק.

דא זענען די מודעות פאר די מעמד:

קרן השביעית - בארא פארק 1.jpg


קרן השביעית - בארא פארק 2.jpg


קרן השביעית - בארא פארק 3.jpg

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מאנטאג מאי 11, 2015 5:23 pm

פון jdn מייל:

תושבי בארא פארק גרייטן זיך צו מקיים זיין מצות שמיטה

רבני וגדולי העיר שליט"א ביי היסטארישע אסיפה דרוקן אויס גאר ווארימע שטיצע פאר די הייליגע צוועק פון גדולי ישראל בדורות הקודמים ז""ע ויבלחט"א שליט"א: קרן השביעית

עיר הגדולה לאלקים בארא פארק, די גרעסטע יישוב פון אידן אין חוץ לארץ, קאכט און זידט מיט התלהבות דקדושה צו די גרויסע מעמד אדיר ונשגב לכבוד מצות שמיטה, און צו נעמען א שותפות אין די זעלטענע מצוה גדולה וחביבה, צו מקיים זיין מצות שמיטה.
מיר שטייען דאס יאר אין שנת השמיטה, תשע"ה. פאר אונז דערקענט זיך עס גאנץ ווייניג. עס פארט א באן אין ניו יארק, די פאליצעס אין די פרוכט געשעפטן גיסן זיך איבער מיט גרויסע זאפטיגע פרוכטן און מיר ווייסן גאר ווייניג מה נשתנה, וואס דאס יאר איז אנדערש. אבער אין ארץ הקודש זענען פארהאן קרוב צו פיר טויזנט אידן, פארמער, וואס לעבן זייער גאנצע לעבן אויף די פארמס, און יעצט שמיטה זענען זיי מפקיר זייער הנאה, זייער מקור הפרנסה, און מיט גבורת הנפש זענען זיי מקדש שם שמים מיטן מפקיר זיין די פעלדער און נישט זוכן קיין שום היתרים.
די טויזנטער פארמער וואלטן געקענט צו הערן צו שוואכע היתרים און פארקויפן זייערע תבואות, אבער ווי ריכטיגע "גיבורי כח עושי דברו" ווי חז"ל רופן די שומרי שמיטה, זענען זיי גענצליך מפקיר זייערע באליבטע פעלדער און זעצן זיך פאר א יאר צייט לערנען תורה און פראווען מסירות נפש מיט נישט צוריקקוקן צו זייערע חרוב'ע פעלדער.
די פארמער קענען דאס נאר טון אדאנק "קרן השביעית" וואס איז מעורר און באאיינפלוסט פארמער צו היטן שמיטה, זיי געבן עצה און חיזוק און בעיקר תמיכה אז די פארמער וואס האבן נישט קיין שום הכנסה נאר גרויסע שאדענס זאלן קענען עקזיסטירן, געבן צו עסן פאר די משפחה און עומד בניסיון זיין צו מקדש זיין שם שמים.

היסטאריע פון שמיטה
די מצוה פון שמיטה איז א וואונדערליכער. א מצוה יחידה במינה. די איינציגסטע מצוה וואס די תורה רעכנט איר אויס אז זי איז געזאגט געווארן מסיני מיט אלע פרטים ודקדוקי ההלכות. די מצוה וואס די גלות וגאולה ליגט אין איר תלוי ווי די פסוק זאגט "אז תרצה הארץ את שבתותיה", די איינציגע מצוה שהזמן גרמא וואס דויערט א גאנצע יאר. א גאנץ יאר שבת, יום שכולו שבת, שבת הארץ.
זינט די חורבן בית המקדש איז ליידער כמעט נישט געווען קיין מושג פון שמיטה. ערליכע אידן האבן זיך נישט צופיל אפגעגעבן מיט אגריקולטור.
ווען א גרויסער ציבור איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האבן רוב שנה ופירש'ניקעס געארבעט בריש גלי אויף די פעלדער אום שמיטה. פוסחים על שתי הסעיפים האבן זיך פארלאזט אויף די צווייפלהאפטיגע "היתר מכירה" און ערליכע אידן האבן געבלוטיגט צו זעהן די חילול ה' ברבים.
ברוך שמסר עולמו לשומרים, די גרויסע מהפיכה פאר מצות שמיטה איז געווען ווען דער גרויסער איש חי ורב פעלים, הגאון הצדיק החסיד רבי בנימין מענדלסאן זצ"ל, דער רב פון מושב קוממיות האט מחזיר געווען עטרת השמיטה ליושנה דארטן האבן געוואוינט אידישע פארמער יראים ושלמים, און דער גאון, מיט זיין ווארעמקייט, און ווייטן בליק האט געעפנט "קרן השביעית". א פעסטע שטארקע מוסד צו מחזק און מעודד זיין קיום השמיטה כהלכתה, העלפן די פארמער און אוועקשטעלן א צענטראלע חיזוק פאנד פאר שומרי שמיטה.
די מוסד וואס די גדולי ישראל האבן מייסד געווען, האט אין די יארן זינט איר גרינדונג אויפגעבויט א מיליטער פון געטרייע שומרי שביעית, און איבערהויפט אין די לעצטערע יארן וואס מען קען באצייכענען אירע דערגרייכונגען אלס א מהפכה של ממש. א רעוואלוציע פון די עם שבשדות, א מהפכה אין שמירת התורה והמצוות אויף א פארנעם וואס האט נישט קיין פארגלייך אין אידישע היסטאריע, ערד-ארבייטער לייגן אוועק זייער לעבן זייער פעלד און אקער אייזענעס און זענען מקיים די מצווה אהן קיין חכמות און קיין פשרות.
די מהפכה איז נאך ווייט פון פערטיג יעדע מחזור פון שמיטה שליסן זיך אהן פרישע הונדערטער אידן אין די רייען פון "קרן השביעית" די וואוקס פון יעדע שמיטה איז אומגלויבליך, און די דאזיגע שנת השמיטה האלט מען שוין דארטן אז איבער א דריטל פעלד ארבייטער פון ארץ ישראל זענען ב"ה א חלק פון די "קרן השביעית" פראיעקט, פון די קומץ קטן פון מסירת נפש'דיגע שומרי שביעית איז מען אויסגעשטיגן צו איבער א דריטל פון אלע פעלד ארבייטער, ווער עס ווייסט אביסל איבער די שווערע מלחמות וואס די יהדות החרדית האט געפירט אין די ערשטע יאהרן אויף שביעית כהלכה פארשטייט די באדייט וואס דאס טראגט מיט זיך!
אבער מיט די וואוקס פון שומרי שמיטה וואקסט אויך די בודשעט פון די "קרן השביעית" וואס טראגט די עול צו ערמעגליכן די אלע שומרי שמיטה צו קענען מקיים זיין די מצווה כהלכתה, און עס ציהט אריין אין אסטראנאמישע ציפערן, וואס מען קען נישט דערגרייכן נאר מיט א מעכטיגע מאביליזאציע פון כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם.
די הוצאות גרייכן אסטראנאמישע סכומים פון איבער 22 מיליאן דאללער, אבער דאס געט די געלעגנהייט צו איינשפאנען מער שותפים, מזכה זיין מער אידן אין די וועלט צו האבן א אקטיווע חלק אין די זעלטענע מצווה, מען וועט בעזה"י דערגרייכן דעם ציל, און דאס אליינס וועט זיין א קידוש שם שמים נפלא.
קרן השביעית פארמאגט גאר א שטארקע הנהגה וואס מען קען געטרויען. יעדע דאלאר גייט אריין אין די קרן וואס ווערט געפירט באמונה דורך די בתי דינים של גדולי פוסקי הדור, ביד"צ העדה החרדית, ביד"צ שבט הלוי שבראשות הגאון האדיר רבי חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א, וועלכער איז אצינד ממשיך זיין גרויסן טאטן, גאון ישראל מרן בעל שבט הלוי זצ"ל וועלכער איז געווען דער עמוד התווך און ראש וראשון פאר קרן השביעית, און בית דין צדק בני ברק שבראשות הגאון האדיר רבי נסים קארעליץ שליט"א. די דיינים המומחים, גדולי המורים, זענען מפקח, הם המה העומדים על הפקודים לשרת בקודש און מאכן זיכער אז יעדע דאלאר איז אויסגערעכנט לקדש שם שמים.
די ראשי קרן השביעית האבן דאס יאר אויפגעקומען מיט א הערליכע נייע רעיון צו מזכה זיין אידן איבער די גאנצע וועלט מיט מצות שמיטה.
די נייע רעיון ארבעט דורך א שטר שותפות וואס איז אויסגעהאלטן און בתוקף על פי הלכה לפי דרכי הקנינים, אויסגעארבעט מיט די גדולי חכמי ישראל אזוי אז ערליכע אידן איבעראל קענען ווערן שותפים אין די פעלדער און זענען מקיים מצות שמיטה בפועל ממש!
ווי געוואלדיג איז די רעיון אז גרעניצן זענען נישט מעכב, איבעראל, ווי א איד האט א רצון צו מקיים זיין די גרויסע זעלטענע מצוה, קען ער זיך ארויפכאפן אויפן וואגן פון מסירות נפש, בבחינת "את בנציבין ומצודתך פרושה" ווי מען קען כאפן מצוות מריחוק מקום וקירוב לב. אזוי אז די גרויסע ברכה פון וצויתי את ברכתי איז גרעניצלאז, זי געשעהט אויך אין ברוקלין אדער מאנטריאל... !

ב"פ וועט געבן די מכה בפטיש
די עסקני קרן השביעית וואס קוקן ארויס אויף הילף צו קענען דעקן די יאר, מחזק זיין די פארמער וואס זענען שוין יעצט, נאך א שיינע פאר חדשים אן קיין הכנסה, טיף פאר'חובות'ט, די עסקנים קוקן ארויס אז די גרויסע עיר התורה והחסד בארא פארק וועט געבן די ריכטיגע מכה בפטיש און דעקן די גרויסע חובות פון קרן השביעית אז מען זאל קענען אנהאלטן די געבליבענע זעקס חדשים.
אוהבי מצוות, חסידים ואנשי מעשה יהדות בארא פארק האבן טאקע אויפגענומען שטארק די רוף, די שטאט איז זייער וואכזאם, די זכי' צו קענען שטיצן אזא מצוה חביבה, און די ערווארטונגען צו א הערליכע מעמד קידוש ה' אין די נאנטע וואכן, ברענגט גרויס התרגשות.
די וואך אין בארא פארק פארגעקומען א שטורמישע אסיפת הרבנים אין טענקער בית המדרש פאררופן דורך גדולי רבני העיר, ווי הונדערטער אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות האבן מטכס עצה געווען וויאזוי צו העלפן די שומרי שמיטה.
חשובע שליחים פון קרן השביעית זענען אנוועזנד געווען און האבן געגעבן א גאר דעטאלירטע רעפארט איבער די היי-יעריגע געוואלדיגע הצלחה ווען פילע טויזנטער פארמער זענען דאס יאר זיך מוסר נפש, דערלייגן הונדערטער טויזנטער דאלארן און זוכן נישט קיין שום היתרים נאר היטן שמיטה בכל פרטיה ודקדוקיה.
דער חשובער גאסט הגאון הצדיק קוממיות'ער רב שליט"א דער מנהיג פון קרן השביעית וועלכער איז אין די יעצטיגע טעג דא אין ניו יארק, האט ערקלערט די געוואלדיגע קידוש ה' אז אזא ריזיגע עולם מסירת נפש אידן היטן שמיטה און זענען מקבל עול תורה ומצוות בעקשנות בקדושה זיי קענען עס נאר טון מיט די הילף פון אחינו שבגולה.
די רבנים האבן פלאנירט וויאזוי צו ברענגען אסאך חיזוק פאר די שומרי שמיטה דורך א מעכטיגע מעמד און קאמפיין אין בארא פארק וואס וועט געבן די שטארקסטע חיזוק אז די שומרי שביעית זאלן קענען אנהאלטן זייער עבודת הקודש און נישט אונטערברעכן ביז סוף יאר.
די מעמד וועט אי"ה פארקומען דאנערשטאג פרשת בהר בחוקותי, אין די זאלן פון עטרת חי', וואס הקריאה מעורר הזמן ליינענדיג דאן די פרשה פון "מה ענין שמיטה אצל הר סיני" איז די צייט גאר פאסיג צוזאמענצוברענען אזא הייליגע ציבור יראי ה' וחושבי שמו צו קענען אנטייל נעמען און מקיים זיין אזא הייליגע מצוה.

לקראת שביעית לכו ונלכה

שמיטה.jpg
שמיטה.jpg (10.25 KiB) געזעהן 4541 מאל

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מאנטאג מאי 11, 2015 7:18 pm

.
צוגעלייגטע
Capture2.JPG
KH.JPG
Impossible is just an opinion

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » פרייטאג מאי 15, 2015 9:25 am

א געוואלטיקע קידוש השם!

אידן האבן זיך איבערגעשטרענגט זייערע כוחות, און גענומען אפי' אויף הלוואה צו העלפן מקיים זיין די הייליגסטע מצווה!

די שומרי שמיטה גייען באקומען אסאך חיזוק פון די אידן וואס זענען געקומען, זיי זאגן דאס קלאר אז די אידן וואס קומען און זענען זיך משתתף געט זיי א מורא'דיגן באאסט צו ווייטער מקיים זיין די שווערע געשמאקע מצווה.

און אוודאי שפירן דאס אחב"י וואס גייען היטן שמיטה פון היינט און ווייטער.

במאמר המוסגר, די אידן דא וואס האבן אביסל צופיל אינוועסטירט אין דעם צייטווייליגע גלות, האבן זיך ליידער משתתף געווען אין די טבע'דיגן ביזנס קעפ וואס וועלן הערשט האלטן שמיטה בקרוב, עס איז צום האפן אז זייער טיפער שלאף וועט זיך ענדיגן דורך א פריינטליכער פראסק ודוק

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » פרייטאג מאי 15, 2015 12:24 pm

הרב אוסבאנד האט ארויסגעברענגט די נקודה, אז טראץ וואס מזעהט בחוש די ברכה בשנה הששית, איז דאס גאר גאר גאר גאר שווער פאר די פארמער בפועל, און דאס קענען מיר לייסטן!

אוי ווער האט שכל? ווען האט מען שכל?

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מוצ"ש מאי 16, 2015 6:05 pm

יישר כח פארן איבער געבן לעבעדיגע הרגשים פון דעם גרויסן מעמד וואס איז פארגעקומען מעבר לים - פארגאגענעם דאנערשטאג אין בארא פארק.

האט איימעצער די דרשות וואס זענען דארט געזאגט געווארן? אדער דרשות פון די אנדערע מעמדות וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע צייט אין ניו יארק?
יישר כח.

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » זונטאג מאי 17, 2015 1:35 am

ליידער האבן מיר געמוזט צוזעהן ווי מען פרעגט ווי איז "וציותי ברכתי"? און פארוואס האלט מען אויס די פארמערס וואס זענען נישט "היימישע"?

עס איז כדאי אויסצושמועסן ווייל ליידער זענען דא אסאך וואס טראכטן עס אבער שעמען זיך, אדער גייען זיי אריבער די נושא צום נעקסטן ענין...

קודם די קשיא ווען די תורה הק' פרעגט עס, קומט עס נאך דעם וואס די תורה הק' האט שוין געזאגט אז די ברכה וועט זיין ביי שישית, אויב אזוי וואס איז די קשיא?

נאר מען דארף טראכטן!

די צווייטע מהלך, א פשוטער, די מצוות הבורא איז נישט געגעבן געווארן מיט ערדישע השגות, און אזוי אויך די שכר דערפון, דהיינו אפי' די ברכות וואס מען זעהט, איז ביי יעדן אנדערש, און למשל ביי די מן שטייט אז א יעדער האט טאקע באקומען, אבער א יעדער אביסל נענטער צום טיר,..
קיינער האט נישט ליב לכתחילה זיך אריינצולייגן אין א מצב, ווי די אמת וועט אים ווי פראסקענען אין פנים... ענדערש זיך איינקויפן 'זעכערע' עשירות וואס קומט אריינצוראלען אין באנק אקאונט חודשליך, אין דעקן אלע הוצאות געשמירט... [יא מיר קענען זיך...] טיף טיף אינעווייניג ווייסן מיר אז די וועלט אין מיליאן מאל מער קאמפליצירט, און חינוך און תורהדיגע געזעהל שאפטן קען מען מיט דעם מהלך נישט קויפן בע"כ, דערפאר ווי מער מיר העלפן צו די גיבורי כח באקומען אונז אראפ פון אונזער אומבאקוועמער זייט פון וציויתי ברכתי

עס עגבערט שרעקליך צו זעהן דאס גלייכגילטיגקייט פון געוויסע פיינע אידן צו די מצווה הקדושה וואס וועגן דעם איז מען יעצט אין גלות, אין אלע גדולים ושרפי מעלה האבן ממש מרעיש עולממות געווען דערפאר, ואולי נתעורר בזה.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3792
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג מאי 17, 2015 1:48 am

[quote="חניוק"

עס עגבערט שרעקליך צו זעהן דאס גלייכגילטיגקייט פון געוויסע פיינע אידן צו די מצווה הקדושה וואס וועגן דעם איז מען יעצט אין גלות, אין אלע גדולים ושרפי מעלה האבן ממש מרעיש עולממות געווען דערפאר, ואולי נתעורר בזה.[/quote]
איז דא א מקור אז דאס איז די סיבה פון גלות?
כ'מיין נישט לקנטר, נאר צו וויסען באמת.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג מאי 17, 2015 1:58 am

א גמרא מפורשת שבת דף לג ע''א.
בעון שמיטה ויובל גלות בא לעולם, שנאמר (ויקרא כו לד) אז תרצה הארץ את שבתותיה כל ימי השמה ואתם בארץ אויביכם.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » זונטאג מאי 17, 2015 2:02 am

די וואכעדיגע פרק [אבות ה'] גלות באה לעולם על עובדי עבודה זרה, ועל גלוי עריות, ועל שפיכות דמים, ועל השמטת הארץ.

בוידעם האקט די זעלבע בערך.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 7:46 am

פארוואס האט אויך די מדנ''י קאסע א אינטערעס אין די קיום פינעם קרן השביעית?
אזוי ווי פילע אנדערע גרויסע ארגענעזאציעס באקומט אויך דער קרן השביעית א מינימאלע סכום פון מדנ''י צו געבן פאר די פארמער אויף צו קענן דורכשטיפען דעם יאר וואס זייערע פעלדער שטייען הפקר

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » זונטאג מאי 17, 2015 8:04 am

ביבער היט האט געשריבן:פארוואס האט אויך די מדנ''י קאסע א אינטערעס אין די קיום פינעם קרן השביעית?
אזוי ווי פילע אנדערע גרויסע ארגענעזאציעס באקומט אויך דער קרן השביעית א מינימאלע סכום פון מדנ''י צו געבן פאר די פארמער אויף צו קענן דורכשטיפען דעם יאר וואס זייערע פעלדער שטייען הפקר

בפשטות דער טעם איז, כדי די פארמערס זאלן נישט ארויס פאלן פון זייער ארבעט ביי די פעלדער.
מען דארף זאגן אז זיי זעהן איין אז עס איז זייער שווער פאר די פארמערס האלטן שמיטה, און זיי דערלייגן אסאך געלט פון דעם, אויב מען וועט זיי נישט געבן קיין שטיצע וועלן זיי בכלל נישט וועלן ארבעטן ביי די פעלדער, ווייל עס לוינט זיך זיי נישט.

בתכלית, רוב פון דעם בודזשעט וואס די מדינה גיבט פאר שמיטה קומט נישט אן צו די שומרי שביעית, נאר פאר אנדערע נארישקייטן וואס טראגן משום-מה דאס נאמען "שמיטה".

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 8:33 am

וואס הייסט? זיי געבן דאך 7 מיליאן שוין נאכן שניידען די בודזשעט פון אמאל
ווי גייט די 7 מיליאן?

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » זונטאג מאי 17, 2015 8:50 am

די מזרחי'סטן וואס ברובם היטן זיי נישט קיין שמיטה, מאכן פארשידענע פאנעלן כינוסים און סתם פלוידעריי ארום שמיטה, וואס דאס אלעס האט גארנישט מיט שמירת שביעית און קדושת התורה, און אסאך פון די בודזשעט גייט אט פאר די נארישקייטן.

זוך אויף "שמיטה ישראלית" וועסטו זעהן ווי אזוי קענען זיי נעמעןרח"ל די הייליגע מצוה פון שמיטה, און דאס פארדרייען פאר גוי'שע מושגים פון טבע, אהבת הארץ, אא"ו.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 8:57 am

קרן השביעית געט דאס געלט אהין פאר די מזרחיסטן?? מאכט נישט קיין סענס

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » זונטאג מאי 17, 2015 9:02 am

ניין.
איך האב געמיינט בסך הכל צו ענטפערן אויף אייער פראגע אז די מדינה שטעלט אויך א גרויסן בודזשעט פאר שמיטה, אויף דעם האב איך געזאגט אז רוב פון די געלטער גייט פאר סתם נארישקייטן, וואס האן קיין שייכות נישט צו שמיטה.

אין דברי יואל מכתבים איז פארהאן עטליכע בריוון פון סאטמארער רב איבער דעם גרויסן פליכט וואס ליגט אויף אונז צו שטיצן די שומרי שביעית, בימים ההם זענען רובא דרובא פון שומרי שביעית אויך נישט געווען בדווקא סאטמארער חסידים.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 9:22 am

מיין פראגע האט זיך באצויגען צו די זיבן מיליאן דאלאר וואס די מדינה גיט פאר די קאמפיין פון 'קרן השביעית', אמאל פלעגן זיי געבן א גרעסערע חלק לעצטענס האט מען געשניטן פון די פאנד''ס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 17, 2015 9:35 am

ביבער, ביטע שיין.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מאי 17, 2015 10:23 am

ביבער היט האט געשריבן:קרן השביעית געט דאס געלט אהין פאר די מזרחיסטן?? מאכט נישט קיין סענס

יא אויב זיי היטן שמיטה כהלכה באקומען זיי ס'איז דא אויף דעם משגיחים
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 10:25 am

maybeeynot האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:קרן השביעית געט דאס געלט אהין פאר די מזרחיסטן?? מאכט נישט קיין סענס

יא אויב זיי היטן שמיטה כהלכה באקומען זיי ס'איז דא אויף דעם משגיחים

מיין פראגע האט זיך באצויגען צו די פארוויילונגען און פאנעלן פון וואס פרשיסחא האט געברענגט אז די אלע צאמקומען זענען פאקטיש נישט קיין פראגראמען פאר שמירת מצות שמיטה

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מאי 17, 2015 10:29 am

ביבער היט האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:קרן השביעית געט דאס געלט אהין פאר די מזרחיסטן?? מאכט נישט קיין סענס

יא אויב זיי היטן שמיטה כהלכה באקומען זיי ס'איז דא אויף דעם משגיחים

מיין פראגע האט זיך באצויגען צו די פארוויילונגען און פאנעלן פון וואס פרשיסחא האט געברענגט אז די אלע צאמקומען זענען פאקטיש נישט קיין פראגראמען פאר שמירת מצות שמיטה
לויט ווי איך פארשטיי פון פרשיסחא האט עס גארנישט מיט קרן השביעית זיי באקומען די געלט דירעקט פון די מדינה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » זונטאג מאי 17, 2015 10:47 am

קיינער רעדט נישט דא צום זאך. ביבער וויל וויסן ווי איז די "זיבן מיליאן" וואס גייט פאר "קרן השביעית" קען איינער ענטפערן?

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 10:51 am

עס גייט פאר די אידן וואס היטן שמיטה
די פראגע איז וואס איז די מדינה אינטערסירט בכלל אז די אידן זאלן אנגיין,
די מדינה שטעלט דאך צו די אפציע פון פארקויפען קרקע דורך די רבנות פאר די אראבער

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » זונטאג מאי 17, 2015 11:08 am

ביבער היט האט געשריבן:די פראגע איז וואס איז די מדינה אינטערסירט בכלל אז די אידן זאלן אנגיין,
די מדינה שטעלט דאך צו די אפציע פון פארקויפען קרקע דורך די רבנות פאר די אראבער


אויף דעם האב געענפערט פריער
פרשיסחא האט געשריבן:בפשטות דער טעם איז, כדי די פארמערס זאלן נישט ארויס פאלן פון זייער ארבעט ביי די פעלדער.
מען דארף זאגן אז זיי זעהן איין אז עס איז זייער שווער פאר די פארמערס האלטן שמיטה, און זיי דערלייגן אסאך געלט פון דעם, אויב מען וועט זיי נישט געבן קיין שטיצע וועלן זיי בכלל נישט וועלן ארבעטן ביי די פעלדער, ווייל עס לוינט זיך זיי נישט.


maybeeynot האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:קרן השביעית געט דאס געלט אהין פאר די מזרחיסטן?? מאכט נישט קיין סענס

יא אויב זיי היטן שמיטה כהלכה באקומען זיי ס'איז דא אויף דעם משגיחים

מיין פראגע האט זיך באצויגען צו די פארוויילונגען און פאנעלן פון וואס פרשיסחא האט געברענגט אז די אלע צאמקומען זענען פאקטיש נישט קיין פראגראמען פאר שמירת מצות שמיטה
לויט ווי איך פארשטיי פון פרשיסחא האט עס גארנישט מיט קרן השביעית זיי באקומען די געלט דירעקט פון די מדינה

איך ווייס נישט קלאר צו עס גייט דורך קרן השביעית אדער נישט.
אבער דאס איז זיכער אז דאס ביסל שטיצע וואס די מדינה גיבט פאר די פארמערס וואס זענען שומרי שביעית, איז גאר גאר א קליינער חלק פון די געלט וואס די פארמערס דארפן דעקן אין א שמיטה יאר.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג מאי 17, 2015 11:10 am

לויט די חשבונות וואס קרן השביעית שטעלט ארויס, איז די הוצאות פון 7 מיליאן בלויז א דריטעל פון זייער גאנצע קאסטען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 28 געסט