לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
זונטאג ויקה"פ 5:40 נאכמיטאג
(ס'איז דא פיל מער נייעס צו באריכטן, אבער צוליב שטאטע אינטערנעט פון וואס איך לייד היינט נעמט אלעס דריי מאל די צייט און מ'וועט עס מוזן האלטן צו א מינימום, ואתכם הסליחה)
אינצידענטן:
א היידזשעקינג פרואוו איז פארגעקומען אויף א איראנע פליגער.
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך א פליגער געהויבן פון א איראנע עירפארט אויפן וועג צו איר דעסטינאציע (א שאד צו ציטירן די נעמען, קיינער ווייסט סייווי נישט וואו זיי זענען). עטליכע מינוט נאכן זיך הייבן האט א פאסאדזשיר גענומען פארפירן אז ער גייט היידזשעקן דעם פליגער מיט א באמבע וואס ער האט.
אויפן פליגער האבן זיך געפונען עטליכע אגענטן פון די איראנע Revolutionary Guard (א מיליטערישע אפטיילונג פון די איראנע רעגירונג) וועלכע האבן פארהאלטן דעם פארשוין ביז די פליגער מיט אירע 63 פאסאדזשירן און 4 מאנשאפט מיטגלידער האט געלאנדעט אין די נענסטע עירפארט - נישט איר ארגינעלע ציהל.
פארוואס געפונען זיך רעגירוננג קעמפער אויף א ציווילע פליגער? דאס איז א מנהג רעזערווירט נישט בלויז פאר איראן, פילע לענדער - אריינגערעכנט אמעריקע - שטעלן ארויף באוואפנטע אגענטן אויף פליגערס וועלכע האבן די פאטענציאל צו אנטוויקלען א געפארפולע געשעעניש. אגענטורן נוצן א רייע מיט פאקטארן אויסצורעכענען אויף וועלכע פלייט מ'וועט מעגליך דארפן נוצן נאך א פאר ביקסן, און זעצן ארויף אגענטן מיטצופליען אויף די רייזע. זעהט אויס אז די איראנע אלגאריטם איז געווען עפעקטיוו און זיי האבן געהאט די ריכטיגע מענטשן אויף די ריכטיגע פלאץ וועלכע האבן צייטליך רעאגירט.
די רעגירונג זאגט אז דעם פארשוינ'ס כוונות זענען געווען צו פירן דעם פליגער צו "די צפון ברעגעס פון די פערסישע גאלף" דאס באציהט זיך צו א שטח וואס קען אריינעמען לענדער וועלכע האבן נישט קיין פריינטליכע באציאונגען מיט איראן, אריינגערעכנט סאודי אראביע און באכרעין.
עראפלאן היידזשעקינג און היידזשעקינג פרואוון זענען זייער זעלטן אין די לעצטערע יארן, אין איראן אליין איז די לעצטע אזא פרואוו פארגעקומען צוריק אין יארע 2000 למספרם.
א פליגער פון די אינדאעניזיע עירליין Batik Air האט זיך געדארפט צוריקדרייען תיכף נאכן זיך הייבן צוליב פראבלעמען מיט די פאדערשטע רעדער.
די עראפלאן האט זיך געהויבן נעכטן שב"ק תשא ארום 1:30 נאכמיטאג מיט 117 פאסאדזשירן און 6 מאנשאפט פערסאנעל, גלייך ביים זיך הייבן האבן זיך עטליכע ווארענונג פייפער צוקלינגען אין די קאקפיט צוליב וועלכע די פילאטן האבן באשלאסן צו דערקלערן א עמערדזשענסי און זיך צוריקקערן צום עירפארט.
25 מינוט נאכן זיך הייבן איז די פליגער געווען צוריק אויף די ערד, ווען בשעת'ן לאנדן האט די פאדערשטע רעדל ארויסגעשאסן פונקן און רויעך. נאכן זיך אפשטעלן האט מען געזעהן אז די פאדערשטע רעדל (די front landing gear אדער די nose landing gear) איז בשעת'ן לאנדן געווען פארדרייט און האט זיך אין רעזולטאט אריינגעריבן אין די ראנוועי אספאלט, פירנדיג צו די רויעך און פונקען וואס מ'האט געזעהן. ס'איז נישט קלאר דערווייל אויב די רעדל איז שוין ביים פליען געווען פארדרייט אדער ס'איז געווען אומבאפעסטיגט און האט זיך פארדרייט פון די קראפט ביים לאנדן. מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די אויספארשער צו דערגיין.
די אינצידענט דערמאנט פון די בארימטע JetBlue 292 פלייט צוריק אין 2005 וואס האט געליטן פון א ענליכע פראבלעם מיט די front landing gear. מערקווידיג זענען ביידע פליגערס פון די זעלבע סארט, נעמליך, עירבאס A320.
די front landing gear פון די פליגער נאכן לאנדן - קרעדיט: Sam Chui

- Sam Chui1.jpg (66.4 KiB) געזעהן 733 מאל
א באזארגנדע אינצידענט איז פארגעקומען אין די גרעסטע עירפארט אין פאריז, פראנקרייך.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג האבן זיך עטליכע אריינבאקומען אין איין אפטיילונג פון די Charles de Gaulle עירפארט אין פאריז וואו ס'שטייען פארקירט פליגערס און אפגעפארבט א טייל פון א פארקירטע פליגער אין די גרינע פארב.
די וועלכער האבן דורכגעפירט דעם אקט זענען שטיצער פון די Greenpeace באוועגונג אין פראנקרייך וועלכע שטיצן א.ג. "גרינע" ענווייראמענט, און האבן עס געטוהן אלס פראטעסט צו אויסברייטערונגס פלענער וואס די עירפארט האט לעצטנס געמאלדן, און לויט Greenpeace גייען די פרא-ענווייערמענט פארשריפטן אין די פלאן נישט גענוג ווייט צו באשיצן די ענווייראמענט.
די אינוואדירער האבן באוויזן זיך צו פארען ארום דעם פליגער פאר גאנצע 10 מינוט, עספיענדיג אפצופארבן א שיין טייל פון די פליגער, ווי אויך האבן זיי אריינגעכאפט צו כאפן בילדער פון זייער ארבעט און עס פאוסטן אויף סאציאלע מידיע.
פארשטענדליך אז עטליכע אגענטורן און די עירפארט אדמיניסטראציע האבן געמאלדן אז זיי וועלן דורכפירן אויספארשונגען צו דערגיין וויאזוי ציווילע מענטשן האבן זיך - אינאיינעם מיט זייערע טולס און קליידונג - געקענט אריינבאקומען אין די פארזיכערטע אפטיילונג.
די בילד וואס Greenpeace האט ארויפגעלייגט אויף סאציאלע מידיע - קרעדיט: Sam Chui

- Sam Chui.jpg (41.83 KiB) געזעהן 733 מאל
פליגער:
די עירקרעפט מענופעקטשורער באואינג זוכט ווער ס'קען איר געבן א קרעדיט קארטל פאר 4 ביליאן דאללער.
באריכטן געבן אן אז Boeing האט זיך געוואנדן צו עטליכע בענק בעטנדיג א קרעדיט אקאונט פאר 4 ביליאן דאללער. די קאמפאני זוכט נישט יעצט א הלואה פון פיר ביליאן, נאר ענדערש א קרעדיט אקאונט פון וואו מ'קען בארגן ביז פיר ביליאן דאללער און נאכאמאל בארגן איינמאל מ'צאלט עס אפ. ענליך צו א קרעדיט קארטל.
די קאמפאני פארלאזט זיך אויף די פרישע פילע ארדערס און דעליוועריס פון די 737 מעקס און אויף נאך פאקטארן אז זי וועט שוין קענען ארויסקריכן פון אירע פראבלעמען און זיך נעמען באצאלן אביסל חובות.
ענדע 2019 האט די קאמפאני געהאט חובות פון ארום 25 ביליאן דאללער, נאך 2020 האלט עס ביי איבער 62 ביליאן!
זאל מען איר אפראוון פאר די קרעדיט קארד?
באואינג האט אריינגעטראגן א קאמפלעינט קעגן א אויפקומענדע פליגער פון עירבאס, די A321XLR.
די A321XLR איז א חידוש פון א פליגער וואס באואינג האט נאכנישט א קאמפעטישן צו איר, ס'קען פארן זייער ווייט רעלאטיוו צו איר סייז. עירליינס האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד און אינעם ערשטן יאר האט עירבאס שוין ערהאלטן 450 ארדערס פון עירליינס אויף די סארט.
עירבאס דארף אנצוהייבן דעליוועריס פון די XLR אין 2023, אבער די קאמפלעינט וואס באואינג האט אריינגעגעבן צו די EU'ס אוויאציע סעיפטי אגענטור (EASA) קען עס מעגליך פארשלעפן, און געבן צייט פאר באואינג צו אנאנסירן א קאנקורירנדע מאדעל.
די קאמפלעינט איז אויף די געז טענק פון די פליגער. געווענליכע עראפלאנען האלטן די געז אין טאנקען אין די פליגלען פון עראפלאן, אבער די נייע מאדעל האט נאך צוויי טאנקען אין די בויך פון די פליגער נעבן די רעדער, ווי באואינג טענה'ט שטעלט עס א געפאר מיטן זיין אזוי נאנט צו די ערד און צו די רעדער, ווייל אין פאל פון א קראך וכדו' איז עס נענטער צום געפאר און וועט גרינגער אויפרייסן.
ס'איז נישט איינגעפירט פאר די ריזן-קאמפאניס אין די אוויאציע אינדוסטריע זיך אזוי אראפצולאזן מיט אזעלכע סארט קלאגעס קעגן קאמפעטישנס, ס'זעהט זיך אבער אויס אז באואינג זעהט עס אלס אזא גרויסע געפאר קעגן זיך אז ס'איז ווערד צו פארקוקן אויף די כבוד כדי אונטערצוריקן אפאר פראבלעמען.
נאך נייעס מיט די אויבערדערמאנטע עירקרעפט איז, אז ספיריט עירליינס איז נישט אזוי ענטוזיאסטיש אריינצוברענגען די סארט אין איר פלאטע.
פאריגע וואך איז אפגעהאלטן געווארן א יערליכע אלוועלטליכע ביזנעס קאנפרענץ וואו די CEO פון ספיריט האט אויסגעדרוקט ספיקות אויב די XLR איז וועלקאם ביי זיי, כאטש וואס ספיריט זענען הייסע קאסטומערס פון אנדערע פראדוקטן פון די A320 פאמיליע.
פאר רוב עירליינס קען אזא פליגער אסאך אויפטוהן, ס'וועט זיין א קלענערע סארט פליגער וואס וועט באווייזן צו פארן ווייטערע שטרעקעס ווי אנדערע סארטן אין דעם סייז. אבער ספיריט, וועלכע זוכט נישט אזוי ווייט צוצושטעלן באקוועמע רייזעס נאר ענדערש אנצופאקן אירע פליגער מיט ווי מער פאסאדזשירן, קען זיך טרעפן אין א פראבלעם מיט א פליגער וואס ציפט אראפ פלאץ פון די פעקלעך אפטיילונג פאר נאך צוויי געז טאנקען. אויב די פליגער איז פול צו די מאקסימום, דארף זיין פלאץ פאר פעקלעך אויך צו די מאקסימום. אזוי אויך לייגן נאך צוויי טאנקען צו אסאך וואג וואס קען אויך זיין פראבלעמאטיש פאר געשטאפטע פלייטס.
די ספיקות וואס ספיריט האט געלאזט הערן קענען אריינשלעפן אנדערע לאו-קאסט עירליינס וואס פירן ביזנעס מאדעלן ענליך צו ספיריט.
עירליינס:
אמעריקאנע עירליינס וועלן געניסן פון א 14 ביליאן דאללערדיגע שטיצע אונטערצוהאלטן די אינדוסטריע ביז די קריזיס גייט פארביי.
די 1.9 טריליאן דאללערדיגע סטימיולעס בילל אנהאלט 14 ביליאן דאללער וואס וועט פארטיילט ווערן פאר אמעריקאנע עירליינס, אין אויסטויש פון פארפליכטוגונגען ווי נישט אפלייגן אדער אויפזאגן ארבעטער און נאך.
דאס איז שוין די דריטע אזא סארט פעקל וואס די רעגירונג באשטעטיגט אונטער די PSP (פעיראל סופארט פראגראם) מיט 25 ביליאן די ערשטע מאל, 15 ביליאן אין די צווייטע רונדע, און יעצט נאך 14 ביליאן.
737 MAX:
אמעריקען עירליינס שיקט שוין די MAX אויף לענגערע טריפס אראפ קיין סאוט אמעריקא.
ווען די עירליין האט צוריקגעשטעלט די פליגער אין דינסט פאר עטליכע חדשים צוריק, איז זי אממערסטנס געפלויגן קורצע 2-3 שעה'יגע רוטס אויף די איסט-קאוסט, א שטייגער ווי ניו יארק קיין מיאמי אדער מיאמי קיין וואשינגטאן א.א.וו. יעצט זעהט מען שוין לענגערע רוטס אראפ צו צפון אמעריקאנע דעסטינאציעס מיט די MAX.
די עירליין פירט איר שוין אויף 4 שטונדיגע וועגן קיין עקוואדאר אדער אזוי לאנג ווי 5 שעה ביז קיין בראזיל.
אין די זעלבע צייט האט די CEO פון Norwegian געזאגט אז זי פלאנט מער קיינמאל נישט צוריקצוברענגען די MAX צו איר פלאטע.
Norwegian איז געווען די ערשטע אייראפעאישע קאסטומער צו אריינגעבן א ארדער אויף די MAX צוריק אין 2012, אבער מיט די אלע פראבלעמען אין וואס סיי די 73M און סיי Norwegian אליינס זענען אריינגעפאלן דורכאויס די יארן, שטעלט זיך בעסער אויס פאר זייער עקענאמיקס צו אפערירן די איר שוועסטער די 737NG.
Norwegian האט נאך עטליכע ארדערס אויף וועלכע מ'האט זיך נאכנישט מפשר געווען מיט באואינג אויב מ'קען עס קענסלען אדער נישט.