לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מיטוואך תשא 6:40 נאכמיטאג
פליגער:
א פליגער קראך איז פארגעקומען נעכטן אין סאוט סודאן איבערלאזנדיג 10 פאטאליטעטן רח"ל.
אלס איינע פון די וועלטס צוריגעשטאנענסטע לענדער, זענען זאכן וואס קומען פאר אין סאוט סודאן אומקראנט און נישט באשטימט, אבער די לאקאלע גאווערמענט האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט איבער דעם קראך.
די קראך האט פאסירט מיט א פליגער פון די ארטיגע South Sudan Supreme עירליין, לויט טייל באריכטן האט שוין די עירליין א פאטאלע קראך אויף איר רעקארד פון 2017, אבער לויט מיין ריסוירטש מישן זיי עס אויף מיט א קראך פון אן געוועזענע עירליין מיט אן ענליכע נאמען.
ס'איז נאכנישט הונדערט פראצענט קלאר די סארט פליגער וואס האט געקראכט, אבער געוויסע זאגן אז ס'רעדט זיך פון א טשעכיש פראדוצירטע Let L410. די סארט פליגער האט שוין אויף איר רעקארד 141 קראכן מיט הונדערטע פאטאליטעטן, שטעלנדיג איר אלס איינע פון די אומזיכערסטע פליגער אויף די וועלט.
מעגליך אז זאכן וועלן קלארער ווערן אין די קומענדיגע טעג.

- letter.jpg (84.37 KiB) געזעהן 610 מאל
די בריוו וואס די לאקאלע רעגירונג אין סאוט סודאן האט ארויסגעגעבן אין רעאקציע צו די קראך - קרעדיט: The Aviation Herald
עירפארטס:
די FAA זאגט אז זי וועט אנהייבן טעסטן אנטי-דראון טעכנעלאגיע ארום 5 עירפארטס אין אמעריקא.
דראונס זענען א שטייגנדע געפאר פאר עראפלאנען אין די לופטן. אינדערצייט וואס זיך איינהאנדלען א פריוואטע דראון ווערט מער און מער דערגרייכבאר פאר מענטשן, שטייגן די באריכטן פון דראונס וואס זענען געזעהן געווארן ארום לופט-פעלדער. די קליינע אפאראטן האבן שוין באוויזן אנצוזייען א שרעק אויף אזוי ווייט אז לאנדאנ'ס Gatwick איז געווען פארשפארט צוויי יאר צוריק אויף עטליכע טעג צוליב עטליכע דראון באריכטן.
ס'זענען דא עטליכע קאמפאניס וואס האבן שוין דעוועלאפט סיסטעמען צו באשיצן עירפארטס פון די געפארן, געוויסע אפפערן סעלושנס וואס טוען אראפשיסן די דראונס, אנדערע טוען דזשעמען די סיסטעם און עס אזוי דעאקטיוויזירן, א דריטע איינפאל איז צו טויטן די עלעקטריציטעט דורך לעיזער שטראלן און נאך.
יעצט זאגט די FAA אז זי לייגט אויף פראבע א טעכנעלאגיע וואס וועט באשיצן די עירפארט פון דראונס, אבער די אגענטור האט נישט געזאגט וועלכע סארט טעכנעלאגיע עס איז.
737 MAX:
אינדערצייט וואס מער און מער לענדער זענען שוין באפרידיגט מיט די אפדעיטס וואס באואינג האט געמאכט, וויל טשיינע נאכנישט געבן דעם "אקעי" פאר די פליגער זיך צו הייבן אין די לופטן.
כינעזע אוויאציע רעגולירער האבן מאנטאג געזאגט ביי א פרעסס קאנפערענץ אז זי ארבעט מיט באואינג און מיט די FAA דורכצוגיין גרינטליך אלע טוישונגען, און זיי וועלן עס נישט אפראוון ביז זיי וועלן זיין 100 פראצענט קלאר אז עס איז סעיף צוריקצוקומען.
ס'לאזט זיך גאנץ גרינג שפעקולירן אז טשיינע מיינט דא פאליטיק ענדערש ווי סעיפטי רעגולאציעס, ווייל זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין באשטימטע צייט ווען זיי פלאנען צו מאכן די ענטגילטיגע טעסטינג. די סיבות פארוואס כינע זאל זיך וועלן רייבן מיט באואינג קענען זיין אסאך און ס'איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין אין דעם.
דאס שטעלט אן ערנסטע געפאר אויף ארום 200 ארדערס וואס כינעזע קעריערס האבן באשטעלט פון די MAX, בפרט אז די יונגע כינעזע עראפלאן פראדוצירער Comac גרייט זיך ארויסצוקומען מיט אן ענליכע פראדוקט אין די קומענדיגע הערבסט, און כינעזע קאמפאניס וועלן יענץ גאנץ זיכער קלויבן אויב די MAX וועט נישט זיין קיין אפציע.
עירליינס:
עיר אינדיע שיקט פאזיטיווע סיגנאלן אויף די צוריקקער פון נארמאלע טרעוול צוריקרופנדיג אלע אירע פילאטן וואס זי האט געהאט געלייגט אויף Layoff.
ענליך צו דאס וואס מיר האבן באריכטעט אין אויסטראליע איז די דאמעסטישע טרעוול אין אינדיע שוין כמעט גענצליך די זעלבע ווי איידער די עפידעמיע קריזיס, אבער ווען ס'קומט צו אינטערנאציאנאלע רייזעס איז עס נאך זייער הינטערשטעליג, דערפאר איז אזא מעלדונג א צייכן אז די עירליין ערווארט גוטע נייעס אויף די אונטערנאציאנאלע פראנט אויך ערגעץ אין די קומענדיגע וואכן.
די סאודי אראבישע עירליין Saudia האט זיך אריינגעלאזט אין די מארקעט מיט 70 ארדערס פון שפאגל נייע פליגער! פאר א עירליין וואס איר גאנצע פלאטע באשטייט פון 159 עראפאלאנען איז אזא מקח גרויסע נייעס.
די ארדער איז א געמיש פון באואינג און עירבאס פליגער, פונקטליכע דעטאלן זענען נישט ארויסגעשטעלט געווארן דורך קיינעם פון די זייטן אינעם דיעל.
די עירליין האט שוין געזאגט אין 2018 אז זי פלאנט צו פארגרעסערן איר פלאטע אין 2020. די צייט איז געקומען.
נעכטן האבן מיר באריכטעט אז Thai Airways האט ארויסגעשטעלט 9 פון אירע גרעסטע פליגער אויף סעיל. יעצט ווערט באקאנט אז דאס איז א טייל פון א גרעסערע פלאן וואס די עירליין נעמט אונטער מיט ריזיגע שניטן אין די צאל פון זייערע פליגערס און ארבעטער.
Thai מוטשעט זיך אין א בארג פון חובות, מיט 4 א האלב ביליאן דאללער אין פארלוסטן פאר 2020, זי האלט אינמיטן א בענקראפסי פראסעס מיט די ארטיגע רעגירונג און אלס א טייל פון די זאך וועט זי האלטן בלויז 86 פון איר יעצטיגע 103 פליגער און שניידן איר ארבעטסקראפט צו 13-15 טויזנט, אראפ פון די יעצטיגע 19 טויזנט. איידער די עפידעמיע האט אויסגעבראכן האט זי געהאט א באזע פון 28 טויזנט ארבעטער!
עראפלאן טרעוול:
פארהאן מענטשן וואס זענען מיסטעריע ליבהאבער, זיי וועלן אלס דוקא אריינגיין אין די גורל צו געוואונען די "Mystery פרייז" און שלינגען מיט דארשט אלע נייעס וועגן יו.עף.או.ס.
וויאזוי קען עס אזא מענטש אויסנוצן אויב ער האט ליב עראפלאן טרעוול? Qantas האט אן עצה!
Qantas האט געמאלדן אז זיי וועלן מאכן דריי רייזעס פון באשטימטע עירפארטס צו.... מ'זאגט נישט אויס!
פון מארגן מיטאג וועט מען קענען בוקן א פלייט וואס פארט ארויס 7 אזייגער אינדערפרי און איז צוריק פארנאכטס, און פארברענגען דורכן טאג "ערגעץ"!
"איר וועט זיך מעגליך טרעפן שליגען וויין אויף א הערליכע וויינפעלד, טונקען די פיס אין די וואסערן פון א טראפישן אינזל, אדער הנאה האבן פון די לאנד'ס בעסטע געסטעריי" זאגט די קאמפאני. "אין יעדן פאל, וועט עס זיין באגלייט מיט א נארהאפטיגן לאנטש".
איינע פון די מיסטעריעזע פלייטס וועלן פארן שבת מארטש 27 פון Brisbane, די צווייטע פון סידני אום זונטאג אפריל 18 און די דריטע וועט זיך ארויסלאזן פון מעלבורן מעי 1
לאמיר זעהן אויב די סוד וועט נישט ארויסרינען פריער....