נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איכאדאמרי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך איכאדאמרי » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 4:54 pm

סופרים קארט אין בעלגיע אנגענומען איינקלאגע פון סאטמאר קעגן דעם איסור פון זיך צוזאמנעמען צום דאווענען אין לערנען

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 5:00 pm

איכאדאמרי האט געשריבן:סופרים קארט אין בעלגיע אנגענומען איינקלאגע פון סאטמאר קעגן דעם איסור פון זיך צוזאמנעמען צום דאווענען אין לערנען

סאטמאר האט געווינען אין געריכט צו מעגן האלטן אפען בתי מדרשים אין מעגן מאכן חתונות,
א גאר גרויסע געווינס.

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חסידא ופרישא » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 5:03 pm

שמערלער האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:סופרים קארט אין בעלגיע אנגענומען איינקלאגע פון סאטמאר קעגן דעם איסור פון זיך צוזאמנעמען צום דאווענען אין לערנען

סאטמאר האט געווינען אין געריכט צו מעגן האלטן אפען בתי מדרשים אין מעגן מאכן חתונות,
א גאר גרויסע געווינס.

חסדי ה' כי לא תמנו... אין אנדערע נייעס די פאלאצייי איז ממשיך צו פרניקען דער עולם צו מאכן זיכער אז ס'איז נישטא מענטשען פון צוויי הייזער אין איין הויז. א חבר מיינע זאגט מיר אז
....די פאלאציי איז אריינגעקומען צו עם אינדערהיים שבת ביינאכט בשעת'ן סעודה און האבן אנגעהויבען זוכן אין אלע צימערען פאר אנדערע מענטשען
yaakovyosef22@gmail.com מיין אימייל איז


כתיבה וחתימה טובה!

איכאדאמרי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך איכאדאמרי » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 5:08 pm

שמערלער האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:סופרים קארט אין בעלגיע אנגענומען איינקלאגע פון סאטמאר קעגן דעם איסור פון זיך צוזאמנעמען צום דאווענען אין לערנען

סאטמאר האט געווינען אין געריכט צו מעגן האלטן אפען בתי מדרשים אין מעגן מאכן חתונות,
א גאר גרויסע געווינס.

ביז זונטיג דארף דע רעגירונג טוישן דעם געזעץ, אז עס זאל זיך נישט צוזאמשטויסען מיטן גאטסדינסט פרייהייט,

איכאדאמרי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך איכאדאמרי » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 5:11 pm

חסידא ופרישא האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:סופרים קארט אין בעלגיע אנגענומען איינקלאגע פון סאטמאר קעגן דעם איסור פון זיך צוזאמנעמען צום דאווענען אין לערנען

סאטמאר האט געווינען אין געריכט צו מעגן האלטן אפען בתי מדרשים אין מעגן מאכן חתונות,
א גאר גרויסע געווינס.

חסדי ה' כי לא תמנו... אין אנדערע נייעס די פאלאצייי איז ממשיך צו פרניקען דער עולם צו מאכן זיכער אז ס'איז נישטא מענטשען פון צוויי הייזער אין איין הויז. א חבר מיינע זאגט מיר אז
....די פאלאציי איז אריינגעקומען צו עם אינדערהיים שבת ביינאכט בשעת'ן סעודה און האבן אנגעהויבען זוכן אין אלע צימערען פאר אנדערע מענטשען

לאמיר טאקע האפען אז זיי וועלן זיך נישט זיכן נוקם צו זיין אויף דעם ניצחון

אוועטאר
KOLAK
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך KOLAK » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 7:22 pm

אייגנארטיג האט געשריבן:ווי איך געדענק איז "באטא" אויף אונגעריש א שוטה, ניין?

דו בָּאלָאנְד וואס דו ביזט.....
bolond שׁוֹטֶה
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"

אוועטאר
KOLAK
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך KOLAK » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 7:23 pm

צוויי פאליציי לייט האבן זיך געטראפן אין די פארכמארעטע אנטווערפענער גאסן
ביים צושיידן האבן זיי זיך געוואונשטן צווישן זיך:
לאמיר זיך טרעפן אויף שמחות......
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 1:45 am

KOLAK האט געשריבן:צוויי פאליציי לייט האבן זיך געטראפן אין די פארכמארעטע אנטווערפענער גאסן
ביים צושיידן האבן זיי זיך געוואונשטן צווישן זיך:
לאמיר זיך טרעפן אויף שמחות......

:lol: :lol: :lol:

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 5:25 pm

ווי אזוי האט מען נאכנישט געבערענגט די גרויסע נייעס איבער די געווינס פון די קאורט קלאגע וואס קהל יטב לב סאטמאר [מהר"א] האט אריינגעגעבען אנטקעגען די רעגירונג, און איז דער פסק ארויסגעקומען לטובה

אז די אלע פארבאטען אנטקעגען בתי מדרשים וכו' זענען אומלעגאל

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 5:26 pm

די קהלה האט היינט געדארפט האבן א מיטינג מיט די רעגירונג וויאזוי צו פארלייכטערן די רעגולאציעס, יעצט איז די גאנצע מיטינג געווען MUTE [נאך א געווינס פאר הרב קורנפלד פון די קהלה]

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 5:36 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:די קהלה האט היינט געדארפט האבן א מיטינג מיט די רעגירונג וויאזוי צו פארלייכטערן די רעגולאציעס, יעצט איז די גאנצע מיטינג געווען MUTE [נאך א געווינס פאר הרב קורנפלד פון די קהלה]

פארוואס א געווינס פאר קורנפעלד?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

משועמם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך משועמם » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 6:23 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ווי אזוי האט מען נאכנישט געבערענגט די גרויסע נייעס איבער די געווינס פון די קאורט קלאגע וואס קהל יטב לב סאטמאר [מהר"א] האט אריינגעגעבען אנטקעגען די רעגירונג, און איז דער פסק ארויסגעקומען לטובה

אז די אלע פארבאטען אנטקעגען בתי מדרשים וכו' זענען אומלעגאל

מיש אביסל ארויף צוריק ס'שטייט שוין יא

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:36 pm

א געווינס פאר קארנפעלד???
ביטע...
די אלטע קהילה לייט דארט, האבן נאך מורא צו גיין מיט א שטריימל אין די גאס...
חדשים לאנג טוט די קהילה גארנישט, קומען אפאר ראצערלעך שטילערהייט, קומען אן ביז צום העכסטן געריכט אין לאנד, און געווינען...
יעצט קען די קהילה דארט "דאנקען דעם בורא" אז זייערע השתדלות האט אויפגעטאן...
עס איז ממש א שאנדע פאר קארנפעלד וכת דיליה.

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:40 pm

רבותי בארואיגט אייך, די געווינס פאר קארנפעלד איז געשריבען געווארען בלשון סגי נהור

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 8:14 am

נעכטן נאכט ביי מעריב איז געווען אן איבערפאל אין פשעווארסק ביהמ"ד אין אנטווערפן, די פאליציי איז געקומען קאנטראלירן צי מ'האלט איין די נייע "15 מענטשן" רעגולאציע פאר יעדע מנין (וואס די רעגירונג האט נאכגעגעבן נאכן געריכט געווינס), ביי איין מנין וואו זיי האבן געטראפן "19 מענטשן" האבן זיי אויפגעשריבן אלע נעמען (געווענליך מיינט עס אז ס'פאלגט נאך א געלט שטראף, אדער דארף מען קומען אין געריכט)...

KMW
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 10:44 pm

ווייס איך נישט פארוואס מען רעדט נישט דא פון די נייעס, דאס איז לכאורה די גרעסטע קלאפ פאר אנטווערפענער אידנטום זייט די צווייטע וועלט מלחמה. ניין??

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א שטארקע קלאפ פאר די אייראפע'אישע אידנטוהם האט די אי.יו. העכסטע געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון א פארבאט אויף שחיטה.

די רעדע איז איבער א פארלאנג איינגעשטעלט אין געוויסע בעלגישע ראיאנען צו עלקטריזירן די בהמות פאר'ן שחט'ן.

די ארטיגע אידישע קהלה - אינאיינעם מיט, להבדיל, מוסלעמענע גרופעס - האבן געקלאגט די רעגירונג מיט די טענה אז דאס פארלעצט זייער פרייהייט פון פראקטיצירן זייער רעליגיע.

פריער אין יאר איז די אדוואקאט-זשענעראל צוריקגעקומען מיט א מיינונג אז די געזעץ איז טאקע אומאויסגעהאלטן אונטער די "אייראפע'אישע טשארטער אוו יומען רייטס" - געווענליך נעמט די געריכט אן די רעקאמענדאציע פון די א.זש., אבער איז נישט געבינדן דערצו.

היינט האט די געריכט, ליידער, ארויסגעגעבן די אורטייל ווי זיי זאגן אז די פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע מוז ווערן באלאנצירט מיט אנדערע "צילן פון אלגעמיינע אינטערעסט" - ד.ה. די רעגירונג'ס אינטרעסע צו "באשיצן" בעלי חיים.

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 10:56 pm

KMW האט געשריבן:ווייס איך נישט פארוואס מען רעדט נישט דא פון די נייעס, דאס איז לכאורה די גרעסטע קלאפ פאר אנטווערפענער אידנטום זייט די צווייטע וועלט מלחמה. ניין??

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א שטארקע קלאפ פאר די אייראפע'אישע אידנטוהם האט די אי.יו. העכסטע געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון א פארבאט אויף שחיטה.

די רעדע איז איבער א פארלאנג איינגעשטעלט אין געוויסע בעלגישע ראיאנען צו עלקטריזירן די בהמות פאר'ן שחט'ן.

די ארטיגע אידישע קהלה - אינאיינעם מיט, להבדיל, מוסלעמענע גרופעס - האבן געקלאגט די רעגירונג מיט די טענה אז דאס פארלעצט זייער פרייהייט פון פראקטיצירן זייער רעליגיע.

פריער אין יאר איז די אדוואקאט-זשענעראל צוריקגעקומען מיט א מיינונג אז די געזעץ איז טאקע אומאויסגעהאלטן אונטער די "אייראפע'אישע טשארטער אוו יומען רייטס" - געווענליך נעמט די געריכט אן די רעקאמענדאציע פון די א.זש., אבער איז נישט געבינדן דערצו.

היינט האט די געריכט, ליידער, ארויסגעגעבן די אורטייל ווי זיי זאגן אז די פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע מוז ווערן באלאנצירט מיט אנדערע "צילן פון אלגעמיינע אינטערעסט" - ד.ה. די רעגירונג'ס אינטרעסע צו "באשיצן" בעלי חיים.


א איד האט נישט וואס צו זיכען אין אנטווערפן לכאורה.
אבער אין אמעריקט איז מען נישט ווייט פון דעם מיט א לינקע ליבעראלען.

סגל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך סגל » פרייטאג דעצמבער 18, 2020 6:49 am

זענען דאך די רבנים געווען גערעכט ווען זיי האבן געזאגט אז מען זאל וואוטן יעס פארן ברעקזיט, כדי נישט צו זיין אפהענגיג אין די אי. יו. וואס געט ארויס גזירות אויף שחיטה וכדו'
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך תלישא קטנה » פרייטאג דעצמבער 18, 2020 8:43 am

א טענצל! האט געשריבן:נעכטן נאכט ביי מעריב איז געווען אן איבערפאל אין פשעווארסק ביהמ"ד אין אנטווערפן, די פאליציי איז געקומען קאנטראלירן צי מ'האלט איין די נייע "15 מענטשן" רעגולאציע פאר יעדע מנין (וואס די רעגירונג האט נאכגעגעבן נאכן געריכט געווינס), ביי איין מנין וואו זיי האבן געטראפן "19 מענטשן" האבן זיי אויפגעשריבן אלע נעמען (געווענליך מיינט עס אז ס'פאלגט נאך א געלט שטראף, אדער דארף מען קומען אין געריכט)...

די פאליציי האט געשיקט א בריוו אז זיי קומען דארט מוצ"ש פארשפארן פאר צוויי וואכן גי ביהמ"ד ...
ווייסט איינער מער פרטים

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג דעצמבער 18, 2020 10:43 am

אוהב ספרים האט געשריבן:ווי אזוי האט מען נאכנישט געבערענגט די גרויסע נייעס איבער די געווינס פון די קאורט קלאגע וואס קהל יטב לב סאטמאר [מהר"א] האט אריינגעגעבען אנטקעגען די רעגירונג, און איז דער פסק ארויסגעקומען לטובה

אז די אלע פארבאטען אנטקעגען בתי מדרשים וכו' זענען אומלעגאל

די קלאגע איז אריינגעבגעבן דורך ביידע סאטמאר

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך תלישא קטנה » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 9:00 am

למעשה איז יעצט אריין אין קראפט דע טויש אינעם געזעץ וואס הייסט אז די צוזאמקום פון 15 מענטשען איז פער געביידע און נישט ציממער ... א שטיקל תוהו ובוהו וואס הערשט יעצט דארט ...

אוועטאר
ראסיל
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

מהומה בבעלזא: השוטרים הגיעו בליל שבת

תגובהדורך ראסיל » זונטאג דעצמבער 27, 2020 6:39 am

בליל שבת הגיעו שוטרים לבית הכנסת של חסידי בעלזא באנטוורפן, ולקחו פרטים של החסידים ששהו במקום | החסידים כולם, ייאלצו להופיע בבית המשפט שם יוחלט לגבי הטלת קנס.

בליל שבת (ויגש) הגיעו שוטרים לבית הכנסת של חסידי בעלזא, ולקחו פרטים מכל הנוכחים, על פי החוק הבלגי מותר להתפלל עד-17 איש בבית הכנסת, אך בבית הכנסת היו יותר מהמספר המותר. הנוכחים שמרו על הכללים, אך זה לא סיפק את השוטרים שכאמור לקחו פרטים מכל המתפללים.

יש לציין כי האכיפה בבלגיה איננה דווקא נגד יהודים, אלא המשטרה אוכפת את החוק נגד כולם, גם הכנסייה המקומית באנטוורפן לא קיבלה אישור להתפלל עם יותר מ-17 אנשים, וזאת בזמן שהגויים חוגגים את החג שלהם, את הבלגים לא מעניין כלום, והם מאד מאד קפדניים עם ההוראות.

אחד המתפללים סיפר ל"בחדרי חרדים" כי השוטרים הגיעו למקום עקב הלשנה של חיילים. "החיילים כאן שומרים עלינו בזמני התפילה, והם ראו בדיוק כמה אנשים מתפללים כאן, אז הם הזמינו משטרה באמצע התפילה והשוטרים לקחו את הפרטים של כולם".

משטרת אנטוורפן פרסמה כי הם קיבלה את הדיווח בליל שבת על התכנסות ברחוב ואן ספנגן. "זו לא הייתה מסיבה, אלא התאספות של אנשים", אמר ווטר ברוינס ממשטרת אנטוורפן. "התברר שבבית הכנסת נכחו 47 מבוגרים ו-30 ילדים, הנוכחים נאלצו לעזוב ויכולים לקבל קנס".

אחד המתפללים אומר מבית הכנסת אומר ל"בחדרי חרדים" כי הקהילות שומרות על ההנחיות: "לפעמים בלי לשים לב יש קצת יותר אנשים מהמותר, ואז הגבאים מבקשים מכולם לשמור על החוק, אף אחד לא עושה דווקא, פשוט לא תמיד שמים לב, אבל אנחנו כאן מכבדים מאד את החוק, הרבנים מבקשים מאיתנו לשמור בקפדנות על ההוראות, נכון שלפעמים יש מקרים ש"זה לא נראה טוב", אבל זה לא משהו שמגיע מזלזול בחוק, מטבע הדברים כשיש הרבה אנשים לפעמים לא שמים לב".
whatsapp-image-2020-12-26-at-215728-2.jpeg
whatsapp-image-2020-12-26-at-215728-2.jpeg (20.8 KiB) געזעהן 920 מאל

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חסידא ופרישא » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 1:46 pm

איינער קען אריינקומען מיט קלאע פרטים וואס איז די פונקטליכע מצב יעצט אין אנטוורפען- צו די בתי מדרשים זענען אפען ווי געהעריג וכדו'
yaakovyosef22@gmail.com מיין אימייל איז


כתיבה וחתימה טובה!

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 3:41 pm

חסידא ופרישא האט געשריבן:איינער קען אריינקומען מיט קלאע פרטים וואס איז די פונקטליכע מצב יעצט אין אנטוורפען- צו די בתי מדרשים זענען אפען ווי געהעריג וכדו'


בתי התפילה באנטוורפן תלו על דלתות הכניסה תמונה של ר' שעייל'ה במטרה לשמור את המשטרה בחוץ. כעבור שבוע, שוטר אחד, בפנים מודאגות, התעניין אצל איזה אברך אם "כבר מצאתם את הזקן הנעדר הזה?"

משועמם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך משועמם » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 5:27 pm

בתי מדרשים מעגן זיין אפען נאר מיט א מקסימום פון 17 מענטשן און א בנין רוב בתי מדרשים זענען אפען מ'גייט אריין איינער איינער מ'קוקט ארום צו מ'זעט פאליציי טאמער פאליציי קומט צו שפרייט זיך מ'טוט אן מאסקעס און מלאזט זיי אריין נארמאל קומען זיי נאר אויב ס'איז געווען א מסירה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101, הויעך און 25 געסט