נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » מאנטאג פאברואר 22, 2021 6:42 am

ישיבת עץ חיים ווילרייק לאזט זיך מארגן ארויס אין א קאמפיין וואס וועט לויפן במשך דינסטאג און מיטוואך מיט'ן ציל צו אנקומען צו 100,000 יורא נאכדעם וואס די ישיבה מוטשעט זיך זייער שטארק אין אפעקט פון די קאראנא פאנדעמיע וואס לאזט נישט געהעריג ארומפארן איבער די וועלט מאכן די יערליכע אפיעלס פארן ישיבה, די ישיבה האלט ביי א גאר גרויסע דעפיציט וואס אין רעזולטאט זענען די רמי''ם ליידער נאכנישט געצאלט געווארן א גאנצן זמן ד''ה 5 חדשים!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » דינסטאג פאברואר 23, 2021 6:34 am

חנן האט געשריבן:ישיבת עץ חיים ווילרייק לאזט זיך מארגן ארויס אין א קאמפיין וואס וועט לויפן במשך דינסטאג און מיטוואך מיט'ן ציל צו אנקומען צו 100,000 יורא נאכדעם וואס די ישיבה מוטשעט זיך זייער שטארק אין אפעקט פון די קאראנא פאנדעמיע וואס לאזט נישט געהעריג ארומפארן איבער די וועלט מאכן די יערליכע אפיעלס פארן ישיבה, די ישיבה האלט ביי א גאר גרויסע דעפיציט וואס אין רעזולטאט זענען די רמי''ם ליידער נאכנישט געצאלט געווארן א גאנצן זמן ד''ה 5 חדשים!!

דער קאמפיין גייט היינט אריין אין פולן שוואונג, רופט אייך אן ווארעם סיי מיטן זיך אליין משתתף זיין און סיי מיטן מזכה זיין אידן מיט דעם גרויסן זכיי'.
צו מנדב זיין און צו הערן ווי דער קאמפיין האלט רופט אריין צום קאמפיין האטליין:3232084381+ אדער קענט איר געבן מיט קרעדיט קארד אויף https://yesiwahetzchaim.com
תזכו למצוות.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » מיטוואך פאברואר 24, 2021 1:21 pm

די קאמפיין האלט שוין ב''ה ביי 80,000 יורא! עס פעלט נאך 20,000 אנצוקומען צום גאול. רבותי רופט אייך אן ווארעם!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » זונטאג פאברואר 28, 2021 6:46 am

ב''ה די קאמפיין האט זיך געענדיגט מיט א שטוינענדע סוקסעס, אנקומענדיג מיט 32000 יורא העכערן גאול, ד''ה 132,000 יורא!!! און עס האלט נאך אין איין צוקומען נדבות!
א גרויסע טייל נאר פון אנטווערפן אליין!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:24 am

ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך תלישא קטנה » מאנטאג מארטש 01, 2021 8:18 am

גאנץ כמעשה צ"ל אלעס אביסעל מעהר מצומצם ... אבער גאר שיין געווען די גאסן זענען געווען פיל מיט אידן וואס זענען געגאנען מקיים זיין די מצוות היום משלוח מנות מתנות לאביונים ... איין ישיבה האט אפילו באקומען א היצר פון די פאליציי ארום גיין מיט א באס פריילעך מאכן דעם עולם
דע מידיע איז פארשטייט זיך אויך געווען אבער אין איש שם על לב ...
חסדי הבורא !!! אסאך בעסער און שענער וואו מען האט זיך פאהרגעשטעלט ...
דער צדיק האט אויך געפראוועט ואכהמ"ל

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:10 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך יאפין » מאנטאג מארטש 01, 2021 3:37 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...

מאנכע לייגן צו א רמז אז תשפ"א איז ר"ת ת׳הא ש׳נת פ׳ורים א׳נטווערפען.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:13 pm

יאפין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...

מאנכע לייגן צו א רמז אז תשפ"א איז ר"ת ת׳הא ש׳נת פ׳ורים א׳נטווערפען.

:lol: שטארק

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג מארטש 02, 2021 9:50 pm

"עינים ולא יראו" ביים שושן פורים טיש אין פשעווארסק

JDmedia.jpg
JDmedia.jpg (233.72 KiB) געזעהן 897 מאל

אנטווערפן, בעלגיע - ביי די שושן פורים טיש פון כ״ק אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א וואס איז פארגעקומען ביי די מלוה מלכה האט זיך אפגעשפילט א אינטערסאנטע עפיזאד ווען אינמיטן די געהויבענע טיש זענען אנגעקומען פילע פאליצאנטן אינדרויסן פון בית המדרש אין די חסידים זענען אריין אין א פאניק. זעענדיג די סיטואציע האט דער רבי געזאגט ווען מען זינגט מוצאי שבת זמירות, קען מען זינגען שטילער, אבער פורים נגינה דארף מען זינגען קולי קולות, מען דארף זעך נישט שרעקען פאר קיינעם מען דארף זיך משמח זיין ווי עס באדארף צו זיין, זיי וועלן זיין טויב און בלינד ווערן, אין א בחינה פון עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו. עס זענען אדורך עטליכע מינוט אין די פאליציי זענען אוועקגעגאנגען כלעומת שבאו! די רבי שליט"א האט געהייסן זינגען 'וכל קרני רשעים', און די טיש האט ווייטער געקענט אנגיין אומגעשטערט.
JDmedia

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך מארטש 03, 2021 8:15 am

אף להם ולא יריחון, ס'האט זיכער געשמעקט דארט אויך... :grin:
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אב לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך אב לאנדאן » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:12 am

איך וויל פארן פון לונדון קיין אנטווערפן מיט צווי דריי משפחה מיטגלידער (אלע ערוואקסענע מענער), וואס דארף איך האבן מצד בעלגיע?

טוב לי תורת פיך
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך טוב לי תורת פיך » מיטוואך מארטש 03, 2021 10:36 am

אב לאנדאן האט געשריבן:איך וויל פארן פון לונדון קיין אנטווערפן מיט צווי דריי משפחה מיטגלידער (אלע ערוואקסענע מענער), וואס דארף איך האבן מצד בעלגיע?

גא"מ איך וואיון און בארא פארק איך וויל וויסן צו גיי קען איך פארן צו מיינע עלטערן אויף פסח

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך מארטש 03, 2021 4:30 pm

הבעש''ט האט געשריבן:"עינים ולא יראו" ביים שושן פורים טיש אין פשעווארסק

JDmedia.jpg

אנטווערפן, בעלגיע - ביי די שושן פורים טיש פון כ״ק אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א וואס איז פארגעקומען ביי די מלוה מלכה האט זיך אפגעשפילט א אינטערסאנטע עפיזאד ווען אינמיטן די געהויבענע טיש זענען אנגעקומען פילע פאליצאנטן אינדרויסן פון בית המדרש אין די חסידים זענען אריין אין א פאניק. זעענדיג די סיטואציע האט דער רבי געזאגט ווען מען זינגט מוצאי שבת זמירות, קען מען זינגען שטילער, אבער פורים נגינה דארף מען זינגען קולי קולות, מען דארף זעך נישט שרעקען פאר קיינעם מען דארף זיך משמח זיין ווי עס באדארף צו זיין, זיי וועלן זיין טויב און בלינד ווערן, אין א בחינה פון עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו. עס זענען אדורך עטליכע מינוט אין די פאליציי זענען אוועקגעגאנגען כלעומת שבאו! די רבי שליט"א האט געהייסן זינגען 'וכל קרני רשעים', און די טיש האט ווייטער געקענט אנגיין אומגעשטערט.
JDmedia

מער פונקטליך: זיי זענען נישט אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד און פשעווארסקער רבי'ס הויז צוליב עפעס חשדות בנוגע א טיש וכדו', נאר זיי האבן להכעיס פונקט דארט אפגעשטעלט א פארדעכטיגטע קאר און ס'איז געווען פחדים אז זיי וועלן ארויסהערן זינגען וכדו'. למעשה זענען זיי אוועקגעפארן אן גארנישט.

איכאדאמרי
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך איכאדאמרי » מיטוואך מארטש 03, 2021 6:45 pm

טוב לי תורת פיך האט געשריבן:
אב לאנדאן האט געשריבן:איך וויל פארן פון לונדון קיין אנטווערפן מיט צווי דריי משפחה מיטגלידער (אלע ערוואקסענע מענער), וואס דארף איך האבן מצד בעלגיע?

גא"מ איך וואיון און בארא פארק איך וויל וויסן צו גיי קען איך פארן צו מיינע עלטערן אויף פסח

אויב וואוינסטו אין בארא פארק ווי עולם כמנהגו נוהג, וואס דארפסטו צו קומען דא אין גלות אריין ?
לערען דעך אליין אויס צו מאכען שמאלץ אין גריווען....
תכלס, אויב האסטו בעלגישע פאפירן, איז דע בעסטע צו קומען דארך אמסטערדאם, און דארטן נעמען א אוטו קיין אנטווערפן

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 10:37 am

איכאדאמרי האט געשריבן:

אויך איז דא א מעגליכקייט פון מאכן א שפיל מיט א קאנעקשן פלייט און א סטאפ אין בעלגיע
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » מאנטאג מארטש 08, 2021 7:17 am

זאגשזע ברודערלעך, איז ניט דא מער קיין נייעס אין שטעטל???
ברענגטס עפעס פרישע ווארע פאר'ן ציבור!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך קארן » מאנטאג מארטש 08, 2021 7:52 am

חנן האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:
אב לאנדאן האט געשריבן:איך וויל פארן פון לונדון קיין אנטווערפן מיט צווי דריי משפחה מיטגלידער (אלע ערוואקסענע מענער), וואס דארף איך האבן מצד בעלגיע?

גא"מ איך וואיון און בארא פארק איך וויל וויסן צו גיי קען איך פארן צו מיינע עלטערן אויף פסח

אויב וואוינסטו אין בארא פארק ווי עולם כמנהגו נוהג, וואס דארפסטו צו קומען דא אין גלות אריין ?
לערען דעך אליין אויס צו מאכען שמאלץ אין גריווען....
תכלס, אויב האסטו בעלגישע פאפירן, איז דע בעסטע צו קומען דארך אמסטערדאם, און דארטן נעמען א אוטו קיין אנטווערפן

אויך איז דא א מעגליכקייט פון מאכן א שפיל מיט א קאנעקשן פלייט און א סטאפ אין בעלגיע

און מוועט דיך נישט ארויסלאזן פון לופטפעלד.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מארטש 08, 2021 8:00 am

קארן האט געשריבן:
חנן האט געשריבן:
איכאדאמרי האט געשריבן:
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:
אב לאנדאן האט געשריבן:איך וויל פארן פון לונדון קיין אנטווערפן מיט צווי דריי משפחה מיטגלידער (אלע ערוואקסענע מענער), וואס דארף איך האבן מצד בעלגיע?

גא"מ איך וואיון און בארא פארק איך וויל וויסן צו גיי קען איך פארן צו מיינע עלטערן אויף פסח

אויב וואוינסטו אין בארא פארק ווי עולם כמנהגו נוהג, וואס דארפסטו צו קומען דא אין גלות אריין ?
לערען דעך אליין אויס צו מאכען שמאלץ אין גריווען....
תכלס, אויב האסטו בעלגישע פאפירן, איז דע בעסטע צו קומען דארך אמסטערדאם, און דארטן נעמען א אוטו קיין אנטווערפן

אויך איז דא א מעגליכקייט פון מאכן א שפיל מיט א קאנעקשן פלייט און א סטאפ אין בעלגיע

און מוועט דיך נישט ארויסלאזן פון לופטפעלד.

איך האב געטוען דעם שפיל א האלב יאר צירוק אין מען האט מיך יא ארויסגעלאזט

איך האב געזאגט אז מיינע פעקלעך זענען ארויסגעגאנגען צי אנטווערפן אין נישט צי די קאננעקטינג פלייט אין זיי האבן מיך אריינגעלאזט

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך קארן » מאנטאג מארטש 08, 2021 8:13 am

א האלבע יאר צוריק, איז נישט געווען אזוי שטרענג דאכט זיך מיר.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], maybeeynot, איגערקע, אידיאט, איש מפי איש, בעסער אזוי, יאנקי, משה צימערינג, שטיל און 63 געסט