נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:31 am

ווייס איך קלאר אז מען איז געפערליך אויפגערעגט אויף די סאמאטאכע וואס די בוערס האבען אנגעמאכט נאר ווער סרעדט א ווארט ווערט באשייגעצט...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:59 am

משה בן יעקב האט געשריבן:ווייס איך קלאר אז מען איז געפערליך אויפגערעגט אויף די סאמאטאכע וואס די בוערס האבען אנגעמאכט נאר ווער סרעדט א ווארט ווערט באשייגעצט...

ווער עס רעדט אנקעגן די דעוועלאפערס אדער ווער עס זאגט אז פרעזערוו איז בעסער? עס איז הימל און ערד א חילוק. איינער וואס שטיצט פרעזערוו אדער פאר א וואלן אנטמוטיגט דער ציבור צו שטומען פאר אונזער זייט איז ווערד צו ווערן באשייגעצט!

איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען. די וואס ווילן נישט וואוינען אין אלט-מאנסי דוקא קענען טאקע גיין וואוינען אין די אומגעגנט (און בכלל נישט קומען צו אלט-מאנסי, דא דארט גראסעריס און שולן) און נישט האבן קיין שום אישו. און אויב עס איז פשוט ווייל דו האסט שוין געקויפט דער קאנדאו דא און פארגינסט נישט א צווייטער זאל עס האבן פאר אונטער דאפעלט ווי דו האסט געצאלט דאן ביסטו פשוט א גרויסע אומפארגינער!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Programming
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:01 am

פילייכט איז צייט פאר א חרדי'שע "פרעזערוויר ראמאפא" פארטיי.

(איך וואלט געזאגט אז אפשר גאר קען מען זיך צוזאמען זעצן מיט די אנטיסעמיטן און פארהאנדלען. לבי אומר לי אז זיי וועלן גאנץ שנעל ווערן אוהבי ישראל אויב ביידע ווילן די זעלבע זאך. די פראבלעם איז נאר אז עס וועט זיין גאר שווער ביז כמעט אוממעגליך זיי צו איבערצייגן, זיי וועלן פארדעכטיגן - באזירט אויף די פארגאנגענהייט - אז דאס איז בלויז א מיטל זיי צו איינשלעפן ביז אנ"ש נעמען איבער די רוב אין די מוניציפאליטעט און מאכן דארט א צווייטע פאלם טרי.

נאך א גרעסערע פראבלעם, אז איך בין נישט זיכער אז רוב עולם אדער אפילו א מיעוט הניכר וויל טאקע ווייטער אנהאלטן די כאראקטער פון די שטאט, מיט פריוואטע הייזער און לופטיגע יארד'ס און רואיגע שטילע רעזידענשאל געסעלעך, זייט ביי זייט מיט רוישיגע קאמערשאל דיסטריקטס. אפילו די וואס רעדן זיך אפ קאמפלעינען בעיקר אויף די אומאויסגערעכנטקייט פון בויען די דעוועלאפמענט'ס אן צושטעלן די נויטיגע אינפראסטרוקטור, נישט אזוי ווייט אויף די עצם טויש).

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:09 am

Programming האט געשריבן:פילייכט איז צייט פאר א חרדי'שע "פרעזערוויר ראמאפא" פארטיי.

נישט קיין חידוש דו וואלסט אזוי געזאגט, דו וועלסט מסתם פאר זיי אפילו אזוי ווי עס איז אן פארהאנדלען...

זיי זענען שונאי ישראל, האט גארנישט מיט דער עבר אדער עתיד. עד דעי'ס פאוסטען יעדע נארישע קינדערישע מעשה איבער די אידן האט גארנישט מיט דער עבר אדער עתיד (אחוץ אז דער עבר איז אז מיר זענען אידן.) און עס איז דא אסאך ערגער דארט. סאו עס איז נישט דא וואס צו פארהאנדלן מיט זיי. אבער אויב ווילסטו מאכן א אנדערע פארטיי/באוועגונג צו אריינוועלן אנדערע מענטשן מיט דיינע אינטערעסן (נישט די דעוועלאפערס) אבער מיט מענטשן וואס זענען נארמאלע מענטשן אן קיין שנאה צו אונז גאו עהעד (שטייצעך אויב דו מיינסט אז עס איז דא גענוג מענטשן וואס האלטן ווי דיר אז דו האסט א שאנס צו געווינען, ווייל אדערווייז איז דאך א שאד צו ווארפן וואויטס אין גארבידזש.

אדער נעם פשוט אפאר עסקנים (נישט די פעיקע וואס זענען פארקויפט פאר די דעוועלאפערס...) און גיי שתדל'ען ביי די אינסטאנצן (פון וועלכע פארטיי עס איז נאר, אפילו עס איז נישט פרעזערוו...) פאר בעסערע אינפראסטרוקטור ריקוויירמענטס וכדו'.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:12 am

גאמ לדברי קנאפער

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:12 am

קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען. די וואס ווילן נישט וואוינען אין אלט-מאנסי דוקא קענען טאקע גיין וואוינען אין די אומגעגנט (און בכלל נישט קומען צו אלט-מאנסי, דא דארט גראסעריס און שולן) און נישט האבן קיין שום אישו. און אויב עס איז פשוט ווייל דו האסט שוין געקויפט דער קאנדאו דא און פארגינסט נישט א צווייטער זאל עס האבן פאר אונטער דאפעלט ווי דו האסט געצאלט דאן ביסטו פשוט א גרויסע אומפארגינער!

איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס די זאגסט. בלויז איין נקודה וויל איך צולייגן, אז מען בויעט דירות דארף מען בויען מיט א חשבון, ווי גייען די קארס פארקען? וואס קען מען טוהן אז די ראודס זאלן נישט ווערען אנגעלייגט? געב א קוק אויף בעיטס (וואס איז אפילו נישט אלט מאנסי), מען האט געבויט דארט דירות אן גענוג פארקינג ספאטס, די גאס איז נישט גענוג ברייט, און דערנאך קומען צעטליך וועגן די באסעס. מען האט דארט געבויט א נייע דעוועלעפמענט, פארוואס איז די גאס נישט ברייטער?

מען גייט יעצט בויען ביי די אלטע פארק און רייד, איז דא א פלאן דארט פאר פארקינג? וואס גייט יעצט געשען מיט די אינטערסעקשין פון ראבעט פיט און 59, וואס איז שוין ביז יעצט א חורבן, וואס גייט געשען יעצט דארט? וואס איז די חשבון? איז דא א חשבון? איך פרעג ווייל איך ווייס באמת נישט, אויב איז דא דארט א חשבון, איז גוט, אבער טאמער נישט...

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re:

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:16 am

קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען.

די האלטסט באמת אז $1.1 מיליאן איז א טראפ-עפארדעבל?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:18 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:פילייכט איז צייט פאר א חרדי'שע "פרעזערוויר ראמאפא" פארטיי.

(איך וואלט געזאגט אז אפשר גאר קען מען זיך צוזאמען זעצן מיט די אנטיסעמיטן און פארהאנדלען. לבי אומר לי אז זיי וועלן גאנץ שנעל ווערן אוהבי ישראל אויב ביידע ווילן די זעלבע זאך. די פראבלעם איז נאר אז עס וועט זיין גאר שווער ביז כמעט אוממעגליך זיי צו איבערצייגן, זיי וועלן פארדעכטיגן - באזירט אויף די פארגאנגענהייט - אז דאס איז בלויז א מיטל זיי צו איינשלעפן ביז אנ"ש נעמען איבער די רוב אין די מוניציפאליטעט און מאכן דארט א צווייטע פאלם טרי.

נאך א גרעסערע פראבלעם, אז איך בין נישט זיכער אז רוב עולם אדער אפילו א מיעוט הניכר וויל טאקע ווייטער אנהאלטן די כאראקטער פון די שטאט, מיט פריוואטע הייזער און לופטיגע יארד'ס און רואיגע שטילע רעזידענשאל געסעלעך, זייט ביי זייט מיט רוישיגע קאמערשאל דיסטריקטס. אפילו די וואס רעדן זיך אפ קאמפלעינען בעיקר אויף די אומאויסגערעכנטקייט פון בויען די דעוועלאפמענט'ס אן צושטעלן די נויטיגע אינפראסטרוקטור, נישט אזוי ווייט אויף די עצם טויש).

נישט קיין חידוש דו וואלסט אזוי געזאגט, דו וועלסט מסתם פאר זיי אפילו אזוי ווי עס איז אן פארהאנדלען...

זיי זענען שונאי ישראל, האט גארנישט מיט דער עבר אדער עתיד. עד דעי'ס פאוסטען יעדע נארישע קינדערישע מעשה איבער די אידן האט גארנישט מיט דער עבר אדער עתיד (אחוץ אז דער עבר איז אז מיר זענען אידן.) און עס איז דא אסאך ערגער דארט. סאו עס איז נישט דא וואס צו פארהאנדלן מיט זיי. אבער אויב ווילסטו מאכן א אנדערע פארטיי/באוועגונג צו אריינוועלן אנדערע מענטשן מיט דיינע אינטערעסן (נישט די דעוועלאפערס) אבער מיט מענטשן וואס זענען נארמאלע מענטשן אן קיין שנאה צו אונז גאו עהעד (שטייצעך אויב דו מיינסט אז עס איז דא גענוג מענטשן וואס האלטן ווי דיר אז דו האסט א שאנס צו געווינען, ווייל אדערווייז איז דאך א שאד צו ווארפן וואויטס אין גארבידזש.

אדער נעם פשוט אפאר עסקנים (נישט די פעיקע וואס זענען פארקויפט פאר די דעוועלאפערס...) און גיי שתדל'ען ביי די אינסטאנצן (פון וועלכע פארטיי עס איז נאר, אפילו עס איז נישט פרעזערוו...) פאר בעסערע אינפראסטרוקטור ריקוויירמענטס וכדו'.

איך האב שוין געקלערט איבער צוזאמשטעלן די אידישע אנטי אווער דעוועלפערס מיט די גויים וואס זענען נישט קיין אנטיסעמיטען, דאס וועט אבער נישט ארבייטען, וויבאלד אפילו די אידישע אנטי אווער דעוועלעפער וויל פארט מעגן אריינלייגן אין זיין הויז א רענטעל, און צולאזן אז מען בויען בתי מדרשים. די גוי וואס איז קעגן דעוועלפמענט וויל דאס אויך נישט. נאך א זאך, וואס שטערט שטארק די גויים (אפילו די נישט אנטיסעמיטען), איז די באסעס, א גוי האט צוויי קינדער, געווענליך נאנט אין עלטער, שיקט זיי ביידע אויף איין באס אהין, און איין באס צוריק, די אידן האבן אסאך קינדער וואס יעדע קינד פארט אויף אן אנדערע באס (מיר האט געזאגט א איד אז עס קומט צו זיין הויז 7 באסעס), און די באסעס שטערען שטארק די מנוחת הנפש פון א שטילע בלאק.

Programming
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:22 am

קנאפער, דיין אויטאמאטישע תגובה איז דוקא גאר פארשטענדליך, אונז קום מיר פון 2 טויזנט יאר דיעלן מיט אזאלכע חברה ארום אונז. אבער טאקע פון דארט, ווען מען קוקט צוריק די אידישע היסטאריע זעהט מען אז פיל מאל איז געלונגען צו איבער דרייען די שונאי ישראל פאר אוהבי ישראל אויב מען איז צוגעגאנגען צו דער זאך ריכטיג. סאו יא, עס איז אבסאלוטלי דא וואס צו פארהאנדלען מיט זיי.
אין אונזער ביישפיל וואס מען זעהט קלאר פון וואס די שנאה נעמט זיך, פארוואס זיי האבן מורא, איז דאס גאנץ קלאר א שנאה התלויה בדבר, וואס איז בטל דבר בטלה השנאה. און איך ווייס אויך פון אלע מאמרי חז"ל איבער עשו און סיני, פארט האט דאס נישט צוריק געהאלטן פאראנטווארטליכע כלל טוער און מנהיגים, גדולי הדור אין אלע דורות צו פרובירן צו טון וואס מען קען.

פארשטייט זיך, אז מען דארף זיין גרייט פאר קאנצעסיעס און אפילו פיינפולע כדי צו קענען קא-עקזיסטירן, און איך בין נישט זיכער ווי א שטארקע אפעטיט עס איז דא ביים עולם (אפילו די וועלכע וואלטן געשטיצט אזא געדאנק אין טעאריע) דערצו.

-----

דער עולם האקט

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: Re:

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:24 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען.

די האלטסט באמת אז $1.1 מיליאן איז א טראפ-עפארדעבל?

די האסט שוין אמאל געהערט פון supply and demand?
די שטאטישע קומען נישט אהער וואוינען ווייל סאיז טייערער ווי אין שטאט
פון נישט בויען גייט נישט די פרייז אראפ

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: Re:

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:33 am

מים חיים האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען.

די האלטסט באמת אז $1.1 מיליאן איז א טראפ-עפארדעבל?

די האסט שוין אמאל געהערט פון supply and demand?
די שטאטישע קומען נישט אהער וואוינען ווייל סאיז טייערער ווי אין שטאט
פון נישט בויען גייט נישט די פרייז אראפ

פרעגסט?
ענפערסט?
איך כאפ נישט וואס די ווילסט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:44 am

Programming האט געשריבן:פילייכט איז צייט פאר א חרדי'שע "פרעזערוויר ראמאפא" פארטיי.

(איך וואלט געזאגט אז אפשר גאר קען מען זיך צוזאמען זעצן מיט די אנטיסעמיטן און פארהאנדלען. לבי אומר לי אז זיי וועלן גאנץ שנעל ווערן אוהבי ישראל אויב ביידע ווילן די זעלבע זאך. די פראבלעם איז נאר אז עס וועט זיין גאר שווער ביז כמעט אוממעגליך זיי צו איבערצייגן, זיי וועלן פארדעכטיגן - באזירט אויף די פארגאנגענהייט - אז דאס איז בלויז א מיטל זיי צו איינשלעפן ביז אנ"ש נעמען איבער די רוב אין די מוניציפאליטעט און מאכן דארט א צווייטע פאלם טרי.

נאך א גרעסערע פראבלעם, אז איך בין נישט זיכער אז רוב עולם אדער אפילו א מיעוט הניכר וויל טאקע ווייטער אנהאלטן די כאראקטער פון די שטאט, מיט פריוואטע הייזער און לופטיגע יארד'ס און רואיגע שטילע רעזידענשאל געסעלעך, זייט ביי זייט מיט רוישיגע קאמערשאל דיסטריקטס. אפילו די וואס רעדן זיך אפ קאמפלעינען בעיקר אויף די אומאויסגערעכנטקייט פון בויען די דעוועלאפמענט'ס אן צושטעלן די נויטיגע אינפראסטרוקטור, נישט אזוי ווייט אויף די עצם טויש).

הינדערט פראצענט מסכים....

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:48 am

Programming האט געשריבן:קנאפער, דיין אויטאמאטישע תגובה איז דוקא גאר פארשטענדליך, אונז קום מיר פון 2 טויזנט יאר דיעלן מיט אזאלכע חברה ארום אונז. אבער טאקע פון דארט, ווען מען קוקט צוריק די אידישע היסטאריע זעהט מען אז פיל מאל איז געלונגען צו איבער דרייען די שונאי ישראל פאר אוהבי ישראל אויב מען איז צוגעגאנגען צו דער זאך ריכטיג. סאו יא, עס איז אבסאלוטלי דא וואס צו פארהאנדלען מיט זיי.
אין אונזער ביישפיל וואס מען זעהט קלאר פון וואס די שנאה נעמט זיך, פארוואס זיי האבן מורא, איז דאס גאנץ קלאר א שנאה התלויה בדבר, וואס איז בטל דבר בטלה השנאה. און איך ווייס אויך פון אלע מאמרי חז"ל איבער עשו און סיני, פארט האט דאס נישט צוריק געהאלטן פאראנטווארטליכע כלל טוער און מנהיגים, גדולי הדור אין אלע דורות צו פרובירן צו טון וואס מען קען.

פארשטייט זיך, אז מען דארף זיין גרייט פאר קאנצעסיעס און אפילו פיינפולע כדי צו קענען קא-עקזיסטירן, און איך בין נישט זיכער ווי א שטארקע אפעטיט עס איז דא ביים עולם (אפילו די וועלכע וואלטן געשטיצט אזא געדאנק אין טעאריע) דערצו.

-----

דער עולם האקט

די שנאה איז נישט קיין שנאה התלויה בדבר, ס׳איז שקר, זיי האבן אונז פיינט ווייל אונז עקזיסטירן, כנראה האסטו קיינמאל נישט געהאט צו טוהן מיט א פערזערוו רעמאפאו גוי.

Programming
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:51 am

וואו זענען געווען די גוים פאר 50 יאר צוריק? זענען אלע פערזערוו גוים מילעניעלס?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:53 am

מסתמא האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויפיל פראצענט פונעם היזיגן המון עם איז מסכים דערצו

זאלעך גיין וואוטן פאר פערזערוו רעמפאו?? חלילה!!! זיי זענען דאך אנטיסעמיטן!!

נאכדעם ווערט אונזער וואוט פארוואנדלט אין א בפירושע ראיה אז מיר ווילן אווערדעוועלאפמענט..

אין חז"ל רופט זיך עס "בוחר הרע במיעוטו".................

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:58 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען.

די האלטסט באמת אז $1.1 מיליאן איז א טראפ-עפארדעבל?

ביי דעוועלאפמענטס באקומסטו שיינע זאכן (צושטיפט טאקע) פאר $650-$850. טאקע די $1.1 איז דער פרייז וואס איז שוין יעצט אן די דעוועלאפמענטס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:03 am

בבקשה האט געשריבן:איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס די זאגסט. בלויז איין נקודה וויל איך צולייגן, אז מען בויעט דירות דארף מען בויען מיט א חשבון, ווי גייען די קארס פארקען? וואס קען מען טוהן אז די ראודס זאלן נישט ווערען אנגעלייגט? געב א קוק אויף בעיטס (וואס איז אפילו נישט אלט מאנסי), מען האט געבויט דארט דירות אן גענוג פארקינג ספאטס, די גאס איז נישט גענוג ברייט, און דערנאך קומען צעטליך וועגן די באסעס. מען האט דארט געבויט א נייע דעוועלעפמענט, פארוואס איז די גאס נישט ברייטער?

מען גייט יעצט בויען ביי די אלטע פארק און רייד, איז דא א פלאן דארט פאר פארקינג? וואס גייט יעצט געשען מיט די אינטערסעקשין פון ראבעט פיט און 59, וואס איז שוין ביז יעצט א חורבן, וואס גייט געשען יעצט דארט? וואס איז די חשבון? איז דא א חשבון? איך פרעג ווייל איך ווייס באמת נישט, אויב איז דא דארט א חשבון, איז גוט, אבער טאמער נישט...

טאטעלי עגרי. דערפאר האב איך געשריבן "און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט".

אבער היות איך האלט נישט ביים גיין שתדל'ן פאר קאממען סענס דעוועלפמענט, און איי געס דו אויך נישט, איז דער אויסוואל צווישן בויען בכלל דעוועלפמענטס אדער נישט בויען בכלל. און צווישן די צוויי איז דער טשויס קלאר פאר מיר.
בבקשה האט געשריבן:איך האב שוין געקלערט איבער צוזאמשטעלן די אידישע אנטי אווער דעוועלפערס מיט די גויים וואס זענען נישט קיין אנטיסעמיטען, דאס וועט אבער נישט ארבייטען, וויבאלד אפילו די אידישע אנטי אווער דעוועלעפער וויל פארט מעגן אריינלייגן אין זיין הויז א רענטעל, און צולאזן אז מען בויען בתי מדרשים. די גוי וואס איז קעגן דעוועלפמענט וויל דאס אויך נישט. נאך א זאך, וואס שטערט שטארק די גויים (אפילו די נישט אנטיסעמיטען), איז די באסעס, א גוי האט צוויי קינדער, געווענליך נאנט אין עלטער, שיקט זיי ביידע אויף איין באס אהין, און איין באס צוריק, די אידן האבן אסאך קינדער וואס יעדע קינד פארט אויף אן אנדערע באס (מיר האט געזאגט א איד אז עס קומט צו זיין הויז 7 באסעס), און די באסעס שטערען שטארק די מנוחת הנפש פון א שטילע בלאק.

שטעל זיך נישט צאם מיט די "גוי וואס איז קעגן דעוועלפמענט", נאר דייקא מיט דער גוי וואס קערט נישט אזוי שטארק (דער זעלביגער וואס דער דעוועלאפער נוצט אויס לצרכו.) אויב דו וועסט האבן די עסקנים און בלאק וואויט פאר אים וועט ער הערן וואס דו זאגט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אינטערסאנטע איד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 11:30 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך אינטערסאנטע איד » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:11 am

איך בין נישט מסכים צו אלעס וואס איא שרייבט דא, אבער ביודעי ובמכירי קאמר, אז עס זענען דא עסקנים וואס האבן זייער שטארק מצלח געווען מיט'ן זיך דורכקומען מיט די שונאי ישראל און זיי איבערצייגן אז מיר זענען גרייט צו ארבעטן זיך אויצוגלייכן, נאר ליידער זענען דא אנדערע וואס האבן פארמאכט די וועגן, [חס ושלום קיינעם נישט בארעדן, נאר דאס איז ליידער די מציאות אז נישט יעדער פארשטייט ווי אזוי מען קען עס טוהן און ממילא ווערן געטוהן שריט וואס פארשטעלט אלע פעולות וואס קען געטוהן ווערן צו ארבעטן צוזאמען

Like news
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 12:11 am

Re:

תגובהדורך Like news » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:16 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעוועלאפער און האב נישט קיין קרוב אדער חבר אזא איינעם... אבער איך פלאן יא צו קויפן א הויז אי"ה ווען איך וועל קענען און כאטש עס שטערט מיר די אווערדעוועלפמענט ווילעך אבער אויך א כאטש-א-טראפ-עפארדעבעל הויז אין אלט-מאנסי (ווי גאר אסאך אנדערע וואס איך קען) און דאס איז דער איינציגסטע וועג עס צו באקומען.

די האלטסט באמת אז $1.1 מיליאן איז א טראפ-עפארדעבל?

ביי דעוועלאפמענטס באקומסטו שיינע זאכן (צושטיפט טאקע) פאר $650-$850. טאקע די $1.1 איז דער פרייז וואס איז שוין יעצט אן די דעוועלאפמענטס.

i would say 850-1.1

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:17 am

קנאפער ידען האט געשריבן:שטעל זיך נישט צאם מיט די "גוי וואס איז קעגן דעוועלפמענט", נאר דייקא מיט דער גוי וואס קערט נישט אזוי שטארק (דער זעלביגער וואס דער דעוועלאפער נוצט אויס לצרכו.) אויב דו וועסט האבן די עסקנים און בלאק וואויט פאר אים וועט ער הערן וואס דו זאגט.

די פראבלעם איז אז ס׳איז נישט דא גענוג פון זיי, און אויב טוהט מען אזוי וועט מען צונעמען מער שטימען פון די אידן ווי פון די גויים און דערנאך וועט פערזערוו געווינען.

מילא
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך מילא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:28 am

Programming האט געשריבן:וואו זענען געווען די גוים פאר 50 יאר צוריק? זענען אלע פערזערוו גוים מילעניעלס?

פרעג דיר נאך ביי די היסטאריע פון סקווירא שטעטעל וועסטו געוואר ווערן ווי זיי זענען געווען

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:45 pm

וועלכע בילדינג פלאקערט נעבן ראקלענד? מאטיס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

גם אני
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך גם אני » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:49 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:וועלכע בילדינג פלאקערט נעבן ראקלענד? מאטיס?

יא קוקט אויס ווי מאטי'ס איז היסטארי

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:52 pm

גם אני האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:וועלכע בילדינג פלאקערט נעבן ראקלענד? מאטיס?

יא קוקט אויס ווי מאטי'ס איז היסטארי

עני בילדער קליפס?
ווען 'רגַלי' זאל ווען טאקע מיינען 'מיי-פוט' - וואלט די וועלט ווען געשטאַנען אויף 'הינער' פוס. אזוי?! "מיי פוט..."

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:54 pm

IMG_1770 copy.jpg
IMG_1770 copy.jpg (137.67 KiB) געזעהן 188 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, yid101, הולך בדרכי אבות, והמבין יבין, ווייס פרעזידענט, טשיינע רב, כאפצעם, נו שוין, פרייליכען, פרעג נישט און 49 געסט