sheetrock האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:שאשא האט געשריבן:אויף די אתרוג סוחרים ביסטו אויכעט אזוי אויפגערעגט ?
זיכער און אויף כפרה צענטערס אויך. איך פראביר צו שטיצן נאר אזעלכע וואס פייניגן נישט די ציבור
נו, אן עצה האסטו וויזוי מ'קען צושטעלן גראסערי'ס לכבוד פורים און פסח, אתרוגים מיט כפרה צענטער'ס אין א פריוואטע בילדינג?
וואס וועט זיין טאמער די גראסעריס וועלן זיכן א פלאץ פאר זייערע טרעילירס ערגעץ ארויס פון געגענט? העכסטענס וועט דעליווערי געדויערן אביסול לענגער. פאר אתרוגים איז דא גענוג ווייבער שול'ס וואס זענען ליידיג און אוועילעבל פאר רענט. כפרות זאל מען מאכן נאר אין א הויף אדער א גאס וואס כמעט מ'ניצט נישט (למשל פענן סט. לעבן סאטמאר ת"ת - ווייט). איך פארשטיי אז אלעס קאסט געלט אבער דאס בארעכטיגט נישט בא'עוול'ן די ציבור.