אבאמאקעיר: די לעגאלע קאמף!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג יולי 02, 2012 5:53 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אדער דער עולם איז אינטערעסירט?

אז דער עולם איז אינטערעסירט, גיי איך דא ווייטער.


וואספארא שאלה איז דאס? אוודאי זענען מיר אינטערסירט
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מאנטאג יולי 02, 2012 6:06 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:טענק יו! אבער זיס איז ראבערסט!

ווילסטו זיכער אים שיקען א קאמפלימענט, סארי כ'האב נישט זיין אימעיל.

http://www.supremecourt.gov/contact/contactus.aspx

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג יולי 02, 2012 6:24 pm

טראנספארט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אדער דער עולם איז אינטערעסירט?

אז דער עולם איז אינטערעסירט, גיי איך דא ווייטער.


וואספארא שאלה איז דאס? אוודאי זענען מיר אינטערסירט


גם אני מצטרף, סארא שאלה איז דאס?
ווער וויל דען נישט ליינען אן ארטיקל געשריבן דורך "לכתחילה אריבער"!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 02, 2012 6:33 pm

טראנספארט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אדער דער עולם איז אינטערעסירט?

אז דער עולם איז אינטערעסירט, גיי איך דא ווייטער.


וואספארא שאלה איז דאס? אוודאי זענען מיר אינטערסירט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 02, 2012 7:32 pm

אקעי גיימער דא ווייטער.

קודם נאך א שטיקל פון ראבערטס, זאגט ער אזוי:

מיר האלטן שוין ביי דעם אז עס איז א טעקס, פיין, אבער מיר ווייסען אז טעקס איז געמאכט אלס א וועג פאר די רעגירונג צו פארדינען געלט, און א פענעלטי איז פון די רעגירונג צו שטראפען איינעם וואס פאלגט נישט, פארוואס זאל די רעגירונג באשטראפען? למען ישמעו ויראו, אז מען ברויך פאלגען, דאס הייסט "אינקארידזשען" (ערמוטיגען, מעודד צו זיין) פארן עולם צו פאלגען.

יעצט ווילסטו זאגן אזוי, אין הכי נמי, די געלט איז נישט קיין שטראף ח"ו, אבער דאס איז יעדער מודה אז עס איז געמאכט צו "אינקארידזשען" מענטשען צו קויפן העלט אינשארענס, דאס איז דאך די גאנצע ציל, אז דער עולם זאל האבן קאווערידזש, כדי נישט צו פאלן אויף די אנדערע שטייער צאלער, קומט אויס אז עס איז אזא מין טעקס, וואס איז געמאכט צו אינקארידזשען מענטשען.

איז ווי געפינען מיר אזא זאך אז מען זאל ניצן טעקס אויף צי אינקארידזשען? זאגט ראבערט אז די הויכע טעקס אויף סיגערעט'ס און געזעלין, איז פארדעם אויך געמאכט,סיי כדי צו מאכן געלט, און סיי כדי דער עולם זאל זיך איינהאלטען פון טאן עפעס! אדער ווייניגער רייכערען, ווייל עס איז נישט געזינט, אדער ווייניגער ארום פארן, ווייל דאן מוז מען צוקומען צו די אראבער מיט זייער נאפט, און דערצו מאכט עס על גאור, מיטן ענגלישען קרוין פרינץ "טשארלס" זייער ברוגז אז מען דרייוו'ט אסאך, ווייל די וועלט ווארעמט זיך אן.

--------

האבן זיך היינט עטליכע שרייבער צולאזט אויפן חשבון פון אונזער באליבטער הער הויפט ריכטער.

קודם שרייט איינער אז אפי' לויט דיין טיפזיניגע פשט'ל, אז טעקס קען ווערן געניצט אויף צו אינקארידזשען, איז עס אויך נאר בשעת איך גיי עפעס טאן - קויפן ציגערעטלעך אדער געזעלין - זאגט מיר די גאווערמענט, דא האסטו א "ספיד באמפ" פאר נישט אזוי שנעל, פאר דו קויפסט די ציגערעטלעך אדער געזעלין, - וואס איז נישט די בעסטע זאך לדעתנו - זאלסטו וויסען אז דו וועסט טייער באצאלען, א גראבע טעקס, אלזא טראכט דיך איבער!

דאס הייסט די רעגירונג טיילט אים איין, ווי אזוי עפעס צו טאן, בשעת ער גייט עפעס טאן, נא גוט. אבער די - ראבערטס - ווילסט דאך זאגן אז די רעגירונג קען דורך טעקס אינקארידזשען א געוויסע אויפירונג - קויפן העלט אינשארענס -. אבער די ניצט די טעקס אים צו אינקארידזשען, ווען ער קויפט נישט קיין אינשארענס, דאס הייסט אז ער טוט גארנישט, נא ווי זעסטו אזא מין טעקס ווען איך טו "נישט" עפעס?

נאך מער אויב די קענסט איינעם "מאכן טאן עפעס" אינטער די נאמען טעקס, אויב אזוי וואס איז די חילוק צו עס איז אויסגעהאלטען אינטער די קאמערס קלאז, צו מאכן א מענטש טאן עפעס, צו נישט, אז די רעגירונג קען עס סיי ווי טאן, אינטער די טעקס קלאז, למאי נפק"מ? סוף כל סוף קען די רעגירונג איינטיילען פאר א מענטש צו טאנצען 6 מאל צו די לבנה כשם שאני רוקד, ווייל עס איז עקסערסייז, און אז דו טאנצט נישט..... דאן וועסטו באצאלן א שטרא.. סארי א טעקס!

אהנ"מ טענה'ן זיי אז עס איז נישטא אין די קאנסטעטוציע, כמעט קיין באגרענעצונג ווי אזוי, און פארוואס, די רעגירונג קען איינקאסירן שטייער (עפעס איז יא דא, מיר גייען דאס שפעטער באהאנדלען) אבער עס קען דאך נישט זיין אז עס זאל מיינען דאס וואס דו - ראבערטס - זאגסט, ווייל מה הועילו חכמים בתקנתם, מיטן עס אסר'ן אינעם קאמערס קלאז?

און למעשה, האט טאקע ביז היינט נאך קיין איין סופרים קארט געפסק'ט אז די טעקס קלאז האט אזא כח, קיינער האט טאקע נישט געזאגט פארקערט אויך נישט, און - ווי דערמאנט - איז אין די קונסטעטויציע נישט פארהאן אזעלעכע באגרעניצונגען אויף די טעקס כח, אבער אז דו שטעלסט די זאך אראפ אלס פאקט, האסטו מורא'דיג און "אנ'פרעסידענטעד" (נישטא אזא זאך אין די היסטאריע) פארגרעסערט די כח פון די פעדעראלע גאווערמענט איבער די סטעיטס.

------

דערנאך איז דא נאך א טענה:

עס איז פארהאן צוויי מינים טעקס, איינס איז וואס מען רופט "דיירעקט טעקס" (direct tax) און איינס וואס מען רופט "אינדיירעקט טעקס" (indirect tax).

דיירעקט טעקס, איז א טעקס פשוט ווייל דו עקזעסטירסט! עס ווער גערופן מיטן גראבן לשון "העד טעקס" (head-tax), טעקס פאר ... דיין קאפ!! סתם ווייל דו ביסט דא, און דו קענסט זיך פון דעם נישט ארויס דרייען.

אינדיירעקט טעקס, הייסט אזא טעקס וואס געשעט ווען דו טיסט עפעס, למשל דו קויפסט עפעס איין, זיי מוחל באצאל טעקס, און דאן האסטו א רעכט זיך ארויסצודרייען דערפון, ווי אזוי? קויף נישט! קיינער צווינגט דיר נישט.

די אינדיירעקט טעקס, איז א נייערע סארט טעקס, וואס מען האט שפעטער צוגעלייגט, ווייל ארגינעל שטייט אין די קונסטעטוציע אז א "טעקס" מוז זיין "אפאשימענט" (apportionment), דאס מיינט עס דארף זיין אייניג יעדע סטעיט לויט די מאס מענטשען וואס וואוינען דארט, דאס איז געווארן געמאכט כדי קאנגרעס זאל נישט קענען טשעפענען מיט איין סטעיט מער ווי די צווייטע, למשל אז קאנגרעס איז ברוגז אויף פענסעלוועניע, וועט זי זאגן "פון היינט צאלסטו מער פראצענט וויפיל אנדערע סטעיטס", ווייל ווי געשמיסט איז דאך כמעט נישטא קיין באגרעניצונגען אין די קאנסטעטוציע אויף די פעדעראלע כח פון לייגען טעקסעס, האבן די "גרינדונג טאטעס" אריין געשריבן אז יעדע סטעיט צאלט לויט וויפפיל אירע בירגער זענען, די פעדעראלע רעגירונג קען טאקע באשליסען וויפיל פראצענט יעדער מוז צאלען, אבער דאס איז "פער קאפ" נישט "פער סטעיט".

איז געווארן א פראבלעם ווען מען האט אין יאר 1913 האט מען געוואלט מאכן "אינקאם טעקס", אין עס איז געווארן א פראבלעם, ווייל יעדער פארדינט דאך אנדערשט, און יעדע סטעיט האט א אנדערע צאל פארדינער, וועט אויסקומען אז נישט אלע סטעיטס צאלן פער קאפ, ווייל למשל ניו יארק, וועט האבן מער מענטען ווי ניו דזשורזי, אבער ווינגער פארדינער, וועט זי צאלן ווייניגער ווי ניו דזשורזי, אפי' זי האט מער מענטשען.

האט מען געמאכט א נייע טעקס קאטעגאריע וואס הייסט אינדיירעקט טעקס, און דאס איז די 16'טע "אמענדמענט" סעיף פון די קונסטעטוציע, א נייע זאך וואס הייסט "אומדירעקטע טעקס", דאס איז נישט אינטערגעווארפען אינטער "אפאשימענט", דאס גייט לויטן צאל מענטשען וואס ווערן מיט דעם מחיוב - צו ווייל זיי האנדלען, צו ווייל זיי ארבייטען - און נישט לויט די צאל מענטען וואס וואוינען אין די סטעיט.

אבער די אינדיירעקט טעקס איז טאקע נאר "אינדיירעקט", דאס הייסט נישט דירעקט ווייל די לעבסט, נאר אומדירעקט ווייל דו האסט אויסגעוועלט עפעס צו טאן, וואס די קענסט זיך ארויסדרייען, נאר די מין טעקס איז פטור פון "אפאשימענט".

יעצט לאמיר זעהן ווי אנזער נייע "העלט קעיר טעקס" איז!

עס קען דאך נישט זיין קיין דיירעקט טעקס, ווייל א דיירעקט טעקס מוז זיין אייניג צווישען אלע סטעטס לויט די מענטשען, און מען קען דאך נישט וויסען וויפעל מענטען וועלן אויסוועלען יא אדער נישט צו קויפן האלט אינשארענס, עס וועט זיכער נישט זיין די זעלפבע פראצענט פונקטליך אין אלע סטעיטס, סא קען מען נישט גיין לויט וויפיל מענטען וואונען אין די סטעיט.

וועסטו מוזן זאגו אז עס איז - ווי אינקאם אדער סעלס טעקס - א אינדיירעקט טעקס, און דאס גייט לויט די צאל מענטען וואס ווערן מחיוב ווייל ....... זיי טיען עפעס!! אבער געוואלד אין געשריגען, די ווילט דאך אז די מענטשען זאלן צאלן די "העלטקעיר טעקס" ווייל ....... זיי טיען "נישט" עפעס!

קען דאך עס נישט זיין קיין אינדיירעקט טעקס אויך נישט, איז עס נישט קיין אינדיירעקט טעקס, און נישט קיין דיירעקט טעקס! נאר א נייע מין טעקס וואס דו האסט יעצט אוןיפגעטראפען, נא זיי מוחל לייג צו א סעיף "א אמענדמענט" צום קאנסטעטוישען, וואס מאכט די טעקס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יולי 02, 2012 7:58 pm

און דאס האסטו געוואלט לאזן זיך ווארעמען ביי דיר אין געדערים??? האאא???

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג יולי 02, 2012 8:42 pm

WOW!!!!!!!!!
לכתחילה, איך זיץ יעצט ביי א סיום מסכת קידושין, נעקסט קומט בבא קמא, איך זיך נאך א חברותא, בוזט אוועיליבעל?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג יולי 03, 2012 9:33 am

שכח לכתחלה!!! גוט אראפגעלייגט עס יוזשעל.

(דערווייג דיך נישט צופרעגן נאכאמאל צו אונז זעמיר אינטערסירט...)
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג יולי 03, 2012 9:34 am

פארדינט האט געשריבן:לכתחילה, איך זיץ יעצט ביי א סיום מסכת קידושין, נעקסט קומט בבא קמא, איך זיך נאך א חברותא, בוזט אוועיליבעל?

העי, גיי אין בעק פון די ליין, כאפ דיך נישט אריין...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » דינסטאג יולי 03, 2012 10:06 am

א גרויסן שכוח לכתחילה. דו ביזט ממש אויסערגעווענליך!

איך מיין אז ווען די גאנצע העלט קעיר היץ איז אווער קענסטו צאמשטעלן אלע דיינע ארטיקלען איבער דעם נושא. און ארויסגעבן א בוך דערפון. עס וועט תיכף זיין א "בעסט סעלער"
(אגב. וואו איז דער וואס האט זיך אפגערעדט אז אייוועלט האט שוין נישט קיין גוטע שרייבער?)
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג יולי 03, 2012 10:29 am

ישר כח לכתחילה, דער בו"ע האט דיר געשאנקען מיט א ספעציעלען כח הסברה, עס איז קריסטאל קלאר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יולי 03, 2012 10:55 am

טייבעלע האט געשריבן:ישר כח לכתחילה, דער בו"ע האט דיר געשאנקען מיט א ספעציעלען כח הסברה, עס איז קריסטאל קלאר.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 03, 2012 11:53 am

לכתחילה אריבער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 03, 2012 12:14 pm

זייער גוט! יישר כח פאר דיין אויסטערלישע צייט און טרחה להנאתינו, ישלם ה' פעלך וכו'.

---
ווי איך פארשטיי זענען די אלע טענות להלכה ולא למעשה, ווייל עס איז נישט שייך צו אפעלירן, רייט?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 03, 2012 12:34 pm

ווינקל האט געשריבן:ווי איך פארשטיי זענען די אלע טענות להלכה ולא למעשה, ווייל עס איז נישט שייך צו אפעלירן, רייט?

פונקט האבעך געוואלט דאס פרעגן.

איז נישטא קיין אפיעל אפציעס? איין פסק און פארטיג? ממש א חושן משפט בי"ד?...
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יולי 03, 2012 12:35 pm

דאס איזעס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 03, 2012 12:38 pm

מען קען עס אפעלירן צום סופרים קארט...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 12:58 pm

מיט ראמני איז ביזי אז ווען ער קומט אריין אין אפיס וועט ער דאס אפיעלן
ווי אזוי טוט דאס א פרעזידענט? עקזעקוטיווע פריוויליגיע אדער מיינט ער צו זאגן ער וועט דאס אריינפורן אין קאנגרעס?

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג יולי 03, 2012 1:01 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מיט ראמני איז ביזי אז ווען ער קומט אריין אין אפיס וועט ער דאס אפיעלן
ווי אזוי טוט דאס א פרעזידענט? עקזעקוטיווע פריוויליגיע אדער מיינט ער צו זאגן ער וועט דאס אריינפורן אין קאנגרעס?

אדער ענדיגן וואס אבאמא האט אנגעהויבן, דהיינו טיילן וועיווערס פאר גאנץ אמעריקע.

אדער טאמער ער האט א רעפובליקאנער קאנגרעס און סענאט קען ער עס געהעריג ריפיעלן.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 1:03 pm

טראנספארט האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:מיט ראמני איז ביזי אז ווען ער קומט אריין אין אפיס וועט ער דאס אפיעלן
ווי אזוי טוט דאס א פרעזידענט? עקזעקוטיווע פריוויליגיע אדער מיינט ער צו זאגן ער וועט דאס אריינפורן אין קאנגרעס?

אדער ענדיגן וואס אבאמא האט אנגעהויבן, דהיינו טיילן וועיווערס פאר גאנץ אמעריקע.

אדער טאמער ער האט א רעפובליקאנער קאנגרעס און סענאט קען ער עס געהעריג ריפיעלן.

און קאנגרעס אליינס קען דאס נישט טוהן? נאר אויב דער פרעזידענט פארארדענט? יעצט האמיר דאך א רעפובליקען קאנגרעס

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג יולי 03, 2012 1:09 pm

און דערנאך איז חוזר חלילה, אויב עס קומט ארויף א דעמאקראטישער פרעזידענט וועט ער עס ווייטער צוריק דרייען.

וכן הוא גלגל החוזר בעולם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 1:22 pm

איך גלייב אז ס'איז דא עפעס א סיסטעם ווייל אויב נישט מה קול הרעש גייט יא דורך סופרים קאורט אדער נישט מ'וועט קעיר נעמען א צווייט מאל און צווייטנס מ'הערט נישט קיינמאל אז מ'האט מבטל געווען א געזעץ וואס איז אריין אין קראפט מיט יארן צוריק דורך א פרעזי. אדער קאנג. פון א צווייטע פארטיי און דריטענס מיינט דאך דאס אז נישט דער פרעזי. נישט קאנג. נישט קאורט האבן בכלל עפעס א קראפט
ס'איז באמת איין קשיא אדער בעסער געזאגט האט איין תירוץ

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 03, 2012 1:32 pm

לכתחילה

זעט אויס דער עולם איז נאך צימישט דא
דו ווערסט געבעטן צי ממשיך זיין...

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג יולי 03, 2012 2:00 pm

די פשוט'ע תירץ איז, די סופרים קארט האט געפסק'נט אז די העלט קער געזעץ איז נאר אויסגעהאלטן אלץ טעקס, און א טעקס קען קאנגרעס זייער גרינג איבערדרייען (אויב זיי האלטן דערביי, שטיצעך..)
און פארוואס מ'דארף האבן צו דעים א רעפאבליקען פרעזידענט איז ווייל ער זאל עס אינטערשרייבן און נישט וויטאויען.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 2:25 pm

אבער דעס איז א פשוט'ע זאך אז ס'קען קומען א פרעזידענט מיט קאנגרעס סענאט און צונישט מאכן א געזעץ פון יארן צוריק וואס איז אריין דורך אן אנדערע פארטיי? פארוואס הערט מען עס נישט? אדער ווייס איך נישט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, אזוי וויל איך, איש האשכולות, בלינצע, והוא פלאי, שכל טוב, שליו ודגים און 69 געסט