תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:58 am
אליכם טייערע לעכטיגע ברודער אין קאנאדא מאנטריאל טאהש קודש וכו'
לא איש דברים אנוכי, וכ"ש מגיד ומחזק, רק דבר אחד אני יכול לומר לכם, צר לי מאוד מאוד על המצב שם, איך מיין עס זייער ערענסט, איך פיעל מיט ענקער קלעם צער פיין, פיזיש גייסטיש, אונז האמער געהאט דא אפאר נערישע נעכט פון האלבע אזוי גערופענע קערפיו, חוץ גיין דאווענען, שוהל, גראסערי, שומר שבת, ראדני, סופער 13, הצלחה, בקיצור א געלעכטער, אין ענק פלאגן זיך שוין אזוי לאנג מיט די גזירה,
אונז היגע - דארפן מיר זיך עכט משער זיין און מצער זיין בצרתן של ישראל, לאמיר זיך טראכן, אנפאנגען, שוין לאמיר זאגן די קליינע קוינדער גייען שלאפן אום 8 אהר, לאז זיין, אבער:
- א ישיבה קטנה בחור אהן נאכט סדר.
- א גרויסע בחור פארשפארט אינדערהיים
- שוין א גרויס מיידל, נו נו כל כבודה.....
אבער רבותי מן הקל אל הכבד
- א שנה ראשונה יונגערמאן אונדערהיים פון 8? נעבעך נעבעך, אהן כולל ערב (אדער אויסליפטרן..)
- א יונגע ווייבל קען נישט גיין צו איר מאמע?
- א יוד וואס לערנט שוין 100 יאר אין ביהמ"ד
- חתונות, בר מצוות, נעבעך
- רבי'ס טישן,
- נישט אלעס קען מען שרייבן אבער מקען עס טראכטן
איך מיין אז אונז טריי סטעיט (אין אינדיאנא) יודן מוזן זאגן תהילים פאר אונזערע ברודער דארט אין קאנאדע, להעביר את הגזירה
מהאט געזאגט היינטנאך תחנון ביים שטיקל אין כמוך: "והסר ממנו מכת המגיפה" דאס איז די עצם ווירוס, אבער מאיז ממשיך "וגזירה קשה" דאס מיינט די אומ-נארמאלע אומשטענדן, שלא יהא ח"ו צרה ויגון ואנחה, שלום בית, חינוך, נערוון, ועוד ועוד ועוד
לענ"ד כתבתי