נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 9:56 pm

שמן למאור האט געשריבן:ניק ניק, נישט גוט געספעלט די נאמען, ער הייסט בוהוש, נישט בעהוץ
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 10:16 pm

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
גרויס פרייד ביים סאטמאר'ן עולם אין מאנטריאל מיטן שמחת קישור החיתון פונעם זוהן פונעם רב שליט"א הרב חנני' יו"ט ליפא ני"ו מיט בת הרה"ג רבי יצחק ארי' לייבוש רובין שליט"א אב"ד גלאגוב, בארא פארק
ויה"ר ששמחה זו ישפיע לנו כט"ס

שוין באריכטעט געווארן דא דורך קרעמער שליט"א

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 11, 2011 12:00 pm

JDN האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א אין מאנטריאל
באזוכט ביי הרה"ק מטאהש שליט"א


אזוי קוקט מען אויס אז מען קען נישט קיין גיאגרעפי... (ווען נישט די בילד וואלט איך געקלערט אז אדמו"ר מטאהש איז געווען צו גאסט אין מאנטריאל...)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » זונטאג דעצמבער 11, 2011 12:43 pm

ניק ניק האט געשריבן:
JDN האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א אין מאנטריאל
באזוכט ביי הרה"ק מטאהש שליט"א


אזוי קוקט מען אויס אז מען קען נישט קיין גיאגרעפי... (ווען נישט די בילד וואלט איך געקלערט אז אדמו"ר מטאהש איז געווען צו גאסט אין מאנטריאל...)

ער קאן פשוט נישט שרייבן, האט גארנישט מיט געאגראפיע
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

שניי שטורעם

תגובהדורך בעל תוקע » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 4:48 pm

גרויסע שניי שטורעם פארגעזאגט פאר מאנטריאל אין אומגעגענט פאר היינט נאכט אין מארגען,
די בילדער מאכער ווערען געבעטען צי לייגען בילדער,

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 4:54 pm

איך הער ס'געפארן א גרויסער עולם אויף טאהש צו זאת חנוכה לעכט צינדן ביים רבי'ן, ווייסעך נישט וויזוי ס'די פלאן צורוק צו פארן

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 4:59 pm

בעל תוקע האט געשריבן:גרויסע שניי שטורעם פארגעזאגט פאר מאנטריאל אין אומגעגענט פאר היינט נאכט אין מארגען,
די בילדער מאכער ווערען געבעטען צי לייגען בילדער,

נישט אזוי גרויס ווי דו מאכסט עס, ספעציעל פאר מאנטריאל.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 5:02 pm

דער בעל תוקע נעמט דאס פונעם לאקאל וועטער אגענטור, וואס לייגט עס אראפ מיט שווארצע פארבן מיט וואטש וכו'......

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 11:13 am

צום סוף איז גארנישט געווארען פינעם גאנצען שטורעם, ס'האט גערעגענט,

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 11:29 am

געלויבט דער אייבערשטער, איך פלאן מארגן א טריפ אי"ה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 12:55 pm

איך הער אז יעצט שנייט יא. לאקשן שטימט?
מיינט דאס א גרויסע שניי?

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 2:35 pm

יעצט האט זיך אנגעהויבן דעם ריזן שטורם ווי פארגעברייטערט, ס'שנייט אין גרויסן, און ס'בלאזט א מחי', בליזארד בלע"ז

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 2:46 pm

שמן פיקטשערס ביטע!!!!

לאמיך זיך צוריק דערמאנען די אלטע גיטע צייטן

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 3:00 pm

ביניך נישט אינדרויסן יעצט, האסטו א בילד פון די פאריעריגע שניי
שניי.jpg
שניי.jpg (24.96 KiB) געזעהן 2312 מאל

דא האסטו דעם אלעמען באקאנטער פרעסער טראק
Fresser truck.jpg

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 5:22 pm

הו לא לא. (מיט א פתח לאַאַ)

זייער שיין שכוח
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 5:29 pm

אין ליכט פון קרעמערס רייזע פיבער, וויל איך אויך מיטטיילן מיינס, אבער סא פאר האב איך נישט קיין קשיות וואס איך דארף וויסן פאַרן פאָרן, אויב מעט האבן וועט מען אפשר דא פרעגן אי"ה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 6:18 pm

שמן למאור האט געשריבן:יעצט האט זיך אנגעהויבן דעם ריזן שטורם ווי פארגעברייטערט, ס'שנייט אין גרויסן, און ס'בלאזט א מחי', בליזארד בלע"ז


ניין ס'איז נישט קיין ריזען שטורעם, אין אווענט גייט גייט זיך שוין די הימל אויסקלארען אין ס'גייט נישט יעצט זיין א גרויסע שניי, ס'סך הכל אביסעל שניי מיט ווינטען, סארי מעט מיזען ווארטען אויף נעקסטיים

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 8:16 am

ןןיזוי איז היינט די וועטער? סד'א שניי אנגעלייגט?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 3:01 pm

ס'איז מער קאלט ווי שניי

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך ינואר 04, 2012 9:02 pm

אזוי ווי איך האב געקלערט צו באשרייבן מיין נסיעה אבער למעשה מאכט זיך נישט קיין צייט, וועל איך אבער דאך שרייבן אויפן שפיץ גאפל שורץ און קארף כמיין קורץ און שווארץ עה איך מיין מילד.

>איר קענט אלעמאל דריקן # פאונד צו גיין צו די נעקסטע תגובה.

הכנות: אנגעהויבן האט זיך עס ווען צען צו 5 נאכמיטאג בין איך שוין ארום געלאפן פארסאפעט אין אפיס אז אלעס זאל קלאפן, אז פינקלעך 5 זאל איך זיין אויפן אנדערן זייט טיר, וכאכאווע, 4:59 האב איך אויסגעלאשן מיין לעקטער זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט און ויסעו, איך רייס אהיים, איך שטעל מיך דאווענען מנחה, ושמו אחד איך לייג אריין די פעקלעך אין קאר, 5:40 איז מיין מיטפארער ענדליך אנגעקומען אריין די פעקלעך און מ'לויפט זיך שטעלן מעריב ביים זמן וואס איז געווען 5:49, נישט פארגעסן תפילת הדרך ביי שמע קולינו, נאכדעם געב איך א לויף ארויף אין הויז נעמען די קינדער וואס זענען שוין געשטאנען גרייט ביים טיר, כאמעך נאך דערמאנט טלית ותפילין מיט די קאר פישקע, נישט פארגעסן צו לייגן צדקה געקושט די מזוזה כי מאלכיו, אלעס געכאפט אריין אין קאר.
6:05 איך זיץ אין קאר מיט אלע קינדער, און איך ווארט פאר מיין מיטפארער וואס איז נעלם געווארן, ענדליך נאך אפאר לאאאנגע מינוטין קומט ער צו לויפן, איך זאג עם העסטעך שוין מסדר זיין פארעדיג (פארשטייט זיך ער האט פארגעסן אפאר זאכן אויך).
די נסיעה: >ברעק >בלינקערס > שיפט > דרייוו, 6:15 זעמער געשטאנען אויף העווענמייער ביים רויט לייט.
אויפן וויליאמסבורג בריק איז געווען שטארקע טרעפיק כנהוג, האב איך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו עסן נאכטמאל, אבער ב"ה פון קלינטן סט. ביז דעראשעי איז מער נישט געווען קיין שום טרעפיק אינצעדענט.

קלינטן סט. >יוסטען סט. >פד"ר >הארלעם >וואשינגטאן בריק >4 >17 >טראווועי אלעס איז געפארן געשמירט, האמער געהערט קודם א מיוזיק טעיפ און נאכדעם א דרשה טעיפ, ביז ווי לאנג ס'געווען אסאך קארס אויפן ראוד האב איך נישט געקוקט אויפן אדאמעטער, נאר איך בין געפארן מיטן שטראם, נאכדעם ווען ס'איז ליידיגער געווארן בין איך אריין אין קראוז 75 און מזמן לזמן צוגעגעבן כפי הצורך.
אביסל פאר אלבעני האב איך געזען א בחור פארשרייבן א קוויטעל פאר איינעם, אבער אז ער איז פארנומען מיט יענעם קען איך פארן, לא ארכו הימים אינמיטן זעה איך אין שפיגל איינער קומט צו רייסן אינטער מיר, רויטע לעקטער שיינט ריפלעקטער אריין אין די זייט (איך בין געשטאנען ביי מייל מארקער 137, ס'איז פינקלעך 11 מייל פארן טאל) אלקה דמאיר ענני מ'לייגט שנעל צדקה אין פישקע מיט א תפילה קצרה ביני לביני קומט ער מיט זיין פארשאלטענע שמייכעל, קלאפט אין פענסטער, איך עפן אויף העפליך העלאו האי קען איי העלפ יו? איך קען האבן דיין לייסענס און רעגוסטרעשן פליז? יא איין מינוט איך זיך עס אויף נאדיר,
סור (מרע ועשה טוב), איך האב דיר געקלאקט 83 מפ"ש אין א 65 זאנע און די האסט געטוישט ליניעס אן סיגנאלען וואס ווערט פארלאנגט דורך די געזעץ,
איים סארי איך בין זיכער איך האב יעדעס מאל געמאכט די בלינקערס פארן טוישן לעין,
האסט נישט,
בציקור אהער אהין ארויף אראפ ער ריפט זיך אן ווארט אין די קאר אפאר מינוט, ער גייט צירוק צו זיין קאר און ער שיינט מיר אריין מיט א גאר שטארקע לעקטער פון זיין קאר, שיר בלינד געווארן, מאמער געטרייט נאך צדקה געזאגט פסוקים, כי גוי אובד עצות המה, זעט אויס שוין געווען געחתם'ט די גזירה, דער אנטעסעמיט (ער האט זיכער הנאה געהאט אז זיין קרבן איז א איד, הלכה הוא בידוע..) קומט צירוק מיט אן אפגעטייפטע צעטל זאגט נאכעמאל זיין דרשה אז די געזעץ פארלאנגט צו פארן אויף 65 און צו מאכן בלינקערס, איך טענה נאכעמאל איך האב געמאכט בלינקערס און ער זאגט נאכעמאל האסט נישט געמאכט אבער כאדיר נישט געגעבן אויפן בלינקערס, פיין, ער ענדיגט צו שיק עס אריין ביזן באשטומטען צייט אדער שילדיג און אומשילדיג (איך בין שוין אמאל אין מיין לעבן געווען שילדיג? זעט אויס ער קען מיך נישט)דרייוו סעיף, איך זאג עם טענק יו, שיפט פעדל איך צו ארויף ביז 65 אויפן שאלדער איך ריק מיך אריין (מיט די בלינקערס) ביזן לינקען לעין צינד צירוק אן די קראוז 75, די טעיפ דרשענט שוין ווייטער און די באן פארט ווייטער.
אחר הדברים האלה: תיכף נאך די מעשה אזוי מורא האבענדיג צו ספידן האט עס פארסירט אז א אינגערמאן איז מיך אויסגעפארן (ווארשיינלעך איז ער געפארן אויף 83) און פון דעמולטס אן א יעדעס מאל וועס איך האב געזען א קאר פון דערווייטענס האב איך געקלערט אפשר איזעס ער אבער אן ערפאלג, איך קום אן און איך זעה ס'איז א צווייטער, נאכן טאָל פאר ווער ס'ווייסט איז די ערשטע 8 מייל א 55 זאנע ביז פארן קאסקע-יאסקא בריק איז מען געפארן אביסל שטייטער, ביי עקסיט 8 האט מען צירוק אנגעצינדען די קראוז אין געפארן, פליצלונג זעה איך א פאליציי אין א יו טורן שיינט אריין אין מיר (איך בין געווען אויף 75 און כאב נישט געסלאוט) אבער ב"ה ער איז געבליבן ווי ער באלאנגט, אביסל שפעטער נאך איינס און נאך איינס אבער ב"ה זיי זענען צו מיר נישט געקומען.
Exit 42: ווי יעדער איז באקאנט ווערט געברענגט אין די מנהגים אז ביי עקסיט 42 פירט מען זיך אנצופילן די געז טאנק, איך פאר ארויס און ענדלעך איך האב עם געכאפט, דער איד וואס איז מיך אויסגעפארן האלט נאך אינמיטן נעמען געז, געוואלדיג, איך האב געטארפן דארט נאך אפאר אידן באקאנטע און פרעמדע כנהוג (און אויך א פאלי.. נו פיר אויס), איך פיל אן די געז און איך בין דער ערשטער געווען ארויס פון דארט צירוק אויפן ראוד ביים גרעניץ.
דער גרעניץ: אנקומענדיג 11:24 איז גווען 2 רייעס פון 4 קארס (צעווישן זיי אפאר אידן) נאכדעם איז געווען איין צוגעמאכטע לעין און די נעקסטע לעין איז געווען גרין אבער קיינער איז נישט געשטאנען דארט, האב איך נישט געוויסט צו ס'איז טעות צו עפעס אנדערש, מיין החלטה איז געווען אז ביים גרעניץ לוינט זיך נישט צו זיין קליג איך שטעל מיך ווי יעדעם אין די רייע, ס'האט נישט געדורט לאנג 4, 3, 2, 1, אריין, איך פארצי די לאדענס,
האלאו סור און איך געב איבער אלע פארפירן,
האלאו, וויפיל מענטשן אין די קאר?
7
וויאזוי זענען אלע רילעטעד?
גענפערט.
וואס האסטו אויסער דיין אייגענע זאכן?
גארנישט
וויפיל געלט האסטו?
גענפערט.
מתנות?
ניין
ווי לאנג בלייבסטו?
וויקענד
ווי גייסטו איינשטיין?
גענפערט.
פארוואס קומסטו?
גענפערט.
געקוקט אלע פארפירן געט עס צירוק, העוו א סיעף טריפ.
יו טו. ביי.

דא קען מען נישט ארויס לאזן אן אינטערסאנטע זאך ועל המדינות בו יאמר, ווי דער וועטער וואלט געוויסט ווי די גרעניץ איז, אז פינקלעך ביז די ליין פון די גרעניץ איז געווען א שיינע הערליכע וועטער די גאנצע וועג, און פון די ליניע פון די גרעניץ האט זיך אנגעהויבן שניי און גליטש.

אויפן 15: ווייטער געפארן אויפן 15 זעמער זייער שטייט על אף מ'מעג פארן ביז הונדערט בין איך נישט אריבער 75 צילוב די סכנה וואס די זייטן פון די ראוד איז געווען אנגעשנייט און נאס, אבער ב"ה ס'געגאנגן איינס צוויי, 12:15 האמיר געקלאקט פארק עוועניו קארנער רענע-לעוועק, פון אנהייב מאנטריאל נאכן בריק איז געווען ממש אנגעשנייט די גאסן איך בין געפארן אויף שניי די וועטער האט געוויזן 6 פערנהייט, 12:17 (6 שעה מיט 2 מינוט) זעמער געשטאנען אויף דוראשעי אין א מזל'דיגע שעה.

אזוי ווי ס'ווערט שוין זייער לאנג, וועל איך נאך מער מקצר זיין נאר דריי זאכן וואס איך האב אינזינען געהאט צו שרייבן, וועגן די מקוה וואס איז שוין געווען אויסגעליידיגט 9 אינדערפרי און וועגן די קאווע וואס איז נאר געווען נעסקפעי נישט טעסטעס טשויס און נאך אפאר זאכן, יא נאך איינס פאר איך פארגעס ווען איך בין געשטאנען אין א 2 וועי ביי א סטאפ סיין און זיך געוואלט דרייען אבער א קאר איז געקומען אקעגן מיר (וואס האט געזעצליך א דין קדימה) און בנוסף האבן מענטשן געקראסט דארט ווי איך האב מיך געוואלט דרייען, האב איך געווארט, אבער דער קאר אקעגן מיר ווארט אויך, איך ווארט און ער ווארט ס'ווערט לאנגע רייעס קארס און בעק פון מיר און פון עם, יעדער ווארט רואיג און געלאסן אונז זאלמיר זיך דורך קומען, ענדליך געט ער אקעגן מיר א פלעש אז איך זאל מיך דרייען, שוין זעהענדיג אז איך וועל נישט דא קיינמאל פערטיגן בין איך געפארן.

אויפן וועג צירוק איז נישט געווען קיין שום עקסטערס ב"ה , ברוך הבא דא בין איך.
צוגעלייגטע
Exit 42.JPG
Kaskoyasko.JPG
Police.JPG
לעצט פאראכטן דורך ניק ניק אום מיטוואך ינואר 04, 2012 9:17 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 04, 2012 10:20 pm

שיין!

[איך האף נאר אז דו מיינסט נישט ערנסט דאס פארן ביז 100 אין מאנטריאל, עס באדייט קילאמעטער. איך שטעל מיך פאר אז דו ווייסט דאס בעסער פון מיר, איך וויל בלויז זיכער מאכן]

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 04, 2012 10:25 pm

שיין באשריבען, להוי ידוע, אויב מען ספידט אויפן וועג אהין {אדער צוריק} באקימט מען זיכער א טיקעט! עס איז כמעט נישט מעגליך אז נישט, עס איז א שאד אז דו האסט זיך נישט נאכגעפרעגט פאר ביסט ארויסגעפארן וואלסט זיך ווען געקענט איינשפארן די עגמ"נ

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך ינואר 04, 2012 10:36 pm

ניק ניק הערליך שיין אראפ געלייקט דיין נסיעה

נאר לאז אונז אויך וויסען ווען די טיקעט ווערט אויסגעפייט

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:02 pm

ניק ניק, עס קוקט אויס ווי די שמשים אין מאנטריאלע ביהמ"ד ליינען אייוועלט, גלייך נאך דעם ארטיקל איז שוין געווען טעסטער טשאויס קאווע, וואס ניק ניק קען נישט...

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 1:54 pm

שיין באשריבען,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, Volunteer, איצי פיצי, בן הצעיר, חסידי, טרעף מיך, פארקלאצט, קנעטענע קיגעל, ר' זעקל און 102 געסט