בלאט 1 פון 13

וואספארא טעבלעט צו קויפן

געשריבן: זונטאג ינואר 06, 2013 10:03 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
איך האלט פארן קויפן א טעבלעט, און די עיקר פארוואס איך דארף עס איז פאר טימוויוער צו קענען אריינלאגן אין מיין אפפיס קאמפיוטער, און אויך פאר נאך אפאר עפפס, און פון די בראוזער דארף איך בעיקר איי וועלט.

איך האב א אפשען צו נעמען א MIFI פון ווערייזאן און צוקויפן א טעבלעט און זיך דורכן MIFI קאנעקטן, אדער איז דא א אפציע צו קויפ ןא טעבלעט וואס ארבייט דירעקט דורך ווערייזאן, די נפק"מ איז אז ווען איך קויף א טעבלעט דורך ווערייזאן קומט עס אויס היבש טייערער וואו סתם א טעבלעט וואס גייט נישט דירעקט דורך ווערייזאן, משא"כ איז דא א חילוק אז צו עדן א MIFI און מיין פלען איז מי ט10 דאללער טייערער וואו צו עדן דזשאסט א טעבלעט.

נאך א נפק"מ מיט א טעבלעט דורך ווערייזאן דארף איך טשארדזשן נאר איין דעווייס, משא"כ סתם א טעבלעט דארף איך שוין טשארדזשן 2 דעווייסעס, און אלץ זיך ארומדרייען מיט די MIFI דעווייס.

מיין שאלה איז צו עס איז דא נאך א נפק"מ, וואו למשל עס ארבייט שנעלער און בעסער ווען די טעבלעט איז אליינס קאנעקטעד צו ווערייזאן, אדער אפשר פארקערט די MIFI מאכט עס שנעלער ארבייטן, אדער אפשר איינע פון די 2 אפשענס נוצט מער גיגא בייטס פון די אנדערע.

און אויך וואלט איך געוואלט וויסן וואס איז א גוטע דעווייס וועלכע טעבלעט הייסט א גוטע טעבלעט, און אויך אזאנס וואס האט א ריזענבעל פרייז.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2013 12:22 pm
דורך Hope so
Wow! I just holding in the middle before buying a tablet. So realize that its better to but with service. Lets hear what the oilem talking about it.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:00 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
עס קוקטמיר אויס וואו יא צו גיין מיט א ווערייזאן טעבלעט ענדערשט וואו קויפן א MIFI און א חוץ פון דעם קויפן א טעבלעט.

קודם כל ווייל קוקענדיג די פרייזן איז עס נישט קיין גרויסע חילוק א טעבלעט וואס ווערט פראוויידעד ביי ווערייזאן אדער סתם א טעבלעט, מילא איז שוין א מעלה צו נעמען א טעבלעט וואס ווערט פראוויידעד ביי ווערייזאן, און אויך איז עס אויף די חודש'ליכע ביל מיט 10 דאללער ביליגער.

און אויך דארפסטו זיך נישט שלעפן מיט 2 זאכן, און אייביג רעטשארדזשן 2 זאכן.

און נאך מיט א MIFI גייסטו אריין אין א קאנטראקט אויף 2 יאר, משא"כ די טעבלעט איז בכלל נשיט קיין קאנטראקט די קענסט עס מאכן איין חודש יא און איין חודש נישט.

אבער איין מעלה האט יא די MIFI אז אויב ביסטו אין א פלאץ וואו עס איז נישטא געהעריג קיין סערוויס קענסטו לייגן די שטיקל אויף א ספאט וואו עס כאפט יא און די טעבלעט וועט פיין ארבייטן.

יעצט איז די קושיא וואסארא טעבלעט פון ווערייזאן איז א גוטע כלי?

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2013 4:23 pm
דורך Hope so
i think that the best is samsung galaxy 8 GB on the samsung you can pud into a SD card so you dont need to buy a 16 GB what the cost is $599. And the cost for this is $499 + tax.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 7:56 pm
דורך פאטאקי08
samsung galaxy
איז פון די ענדרויד פאמיליע?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 8:45 pm
דורך הבדלה וויין
אז מען רעדט פון טעבלעט'ס וואלט איך געוואלט הערן אביסל פידבעק פון די מייקראסאפט סורפעיס, אין בין אריינגעפאלן אין א מייקראסאפט סטאר פאר צוויי וואכן צוריק און איך האב געזען די סורפעיס פאר די ערשטע מאל, און איך מיז זאגן אז אויבנאויף קוקט עס אויס ווי זייער א גוטע זאך, ספעציעל פאר די וואס באנוצן זיך אסאך מיט ווארד אדער עקסעל, איז עס פונקט ווי א דעסקטאפ.
איך אליין האב דעמאלטס געטראכט אז אנשטאט קויפן מיין נעקסטע לעפטאפ, וואס איך קויף בערך יעדע דריי יאר א נייע, וועל איך קויפן די טעבלעט.
וואס זאגט דער עולם דא צי די כלי?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:08 pm
דורך משנה מקום
הבדלה וויין האט געשריבן:אז מען רעדט פון טעבלעט'ס וואלט איך געוואלט הערן אביסל פידבעק פון די מייקראסאפט סורפעיס, אין בין אריינגעפאלן אין א מייקראסאפט סטאר פאר צוויי וואכן צוריק און איך האב געזען די סורפעיס פאר די ערשטע מאל, און איך מיז זאגן אז אויבנאויף קוקט עס אויס ווי זייער א גוטע זאך, ספעציעל פאר די וואס באנוצן זיך אסאך מיט ווארד אדער עקסעל, איז עס פונקט ווי א דעסקטאפ.
איך אליין האב דעמאלטס געטראכט אז אנשטאט קויפן מיין נעקסטע לעפטאפ, וואס איך קויף בערך יעדע דריי יאר א נייע, וועל איך קויפן די טעבלעט.
וואס זאגט דער עולם דא צי די כלי?

סאיז דא צוויי מינע מיט די געהעריגע ווינדאוס 8 נישט ווינדאוס rt ביסטו גערעכט מיט דיין חשבון

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:10 pm
דורך שמעק_טאביק
פאטאקי08 האט געשריבן: Samsung galaxy
איז פון די ענדרויד פאמיליע?

יא, עס איז ענדרויד. נקוט האי כללא בידך, אויב עס איז עפל, איז עס נישט קיין ענדרויד. אלעס אנדערש איז אנדרויד.

הבדלה וויין האט געשריבן:אז מען רעדט פון טעבלעט'ס וואלט איך געוואלט הערן אביסל פידבעק פון די מייקראסאפט סורפעיס, אין בין אריינגעפאלן אין א מייקראסאפט סטאר פאר צוויי וואכן צוריק און איך האב געזען די סורפעיס פאר די ערשטע מאל, און איך מיז זאגן אז אויבנאויף קוקט עס אויס ווי זייער א גוטע זאך, ספעציעל פאר די וואס באנוצן זיך אסאך מיט ווארד אדער עקסעל, איז עס פונקט ווי א דעסקטאפ.
איך אליין האב דעמאלטס געטראכט אז אנשטאט קויפן מיין נעקסטע לעפטאפ, וואס איך קויף בערך יעדע דריי יאר א נייע, וועל איך קויפן די טעבלעט.
וואס זאגט דער עולם דא צי די כלי?

איך מיין מען האט שוין אויסגעשמועסט דעם סורפעיס ערגעץ-וואו דא אין קרעטשמע.
ס'איז נישט צופיל בעסער ווי א טעבלעט (מיט א טאטש-קיבאורד), עס ראנט נאר דעם סארט ווינדאוס RT וועלכע האט פילע באגרעניצונגען, און נאך עטליכע חסרונות, וואס צוליב דעם איז עס זייער נישט אויפגעכאפט געווארן אין די אלגעמיינע וועלט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:26 pm
דורך משנה מקום
שמעק_טאביק האט געשריבן:

סאיז דא צוויי מינע rt ביסטו גערעכט אבער סאיז דא סורפעיס מיט געהעריגע ווינדאוס 8

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 11:54 pm
דורך פאטאקי08
משנה מקום האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:סאיז דא צוויי מינע rt ביסטו גערעכט אבער סאיז דא סורפעיס מיט געהעריגע ווינדאוס 8

יענץ איז נאך א דבר שלא בא לעולם
און סגייט ארבעטן נאר מיט ווייפיי
און סגייט לכאורה נעמען אזוי לאנג צי באטן פונקט ווי געהעריגע ווינדאוס
פאר דעי געלט קויף איך שוין א לעפטאפ מיט א שנעלע פראסעסאר

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2013 11:59 pm
דורך שמעק_טאביק
גערעכט, יעצט טשעק איק איך אויף מייקראסאפט'ס זייטל זעה איך אז עס גייט ארויסקומען בקרוב, פעברואר 9.
אבער עס הייבט זיך אן ביי $900 - זענען זיי פאררוקט?

--

פאטאקי האקט. גערעכט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2013 12:07 am
דורך משנה מקום
פאטאקי08 האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:סאיז דא צוויי מינע rt ביסטו גערעכט אבער סאיז דא סורפעיס מיט געהעריגע ווינדאוס 8

יענץ איז נאך א דבר שלא בא לעולם
און סגייט ארבעטן נאר מיט ווייפיי
און סגייט לכאורה נעמען אזוי לאנג צי באטן פונקט ווי געהעריגע ווינדאוס
פאר דעי געלט קויף איך שוין א לעפטאפ מיט א שנעלע פראסעסאר

פיין איז קען מען קויפען ווינדאוס 8 טעבלעטס פין אנדערע קאמפעניס וועסטו האבען א פיסי לעפטאפ טעבלעט אין איין מעשין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2013 10:13 am
דורך derech eretz
ווערט די געלט?
Samsung Galaxy Tab 2 10.1 (Wi-Fi) 16GB
$249.99
Refurbished
http://www.woot.com/offers/samsung-gala ... wi-fi-16gb

Acer ICONIA W510-1666 10.1 Tablet - Intel Atom Dual-Core Pro

געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2013 12:59 pm
דורך Sprint

זעט אויס פיין פאר די פרייז, ניין?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 2:37 pm
דורך derech eretz

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 7:21 pm
דורך פלוני
איך בין נישט זיכער ביי ווערייזן, אבער בי AT&T קען מען ניצן טעבלעט סערוויסט פאר 10$ נאר אויב ס'איז נישט קיין פאון, וואס איז געלעקסי?

Samsung 16GB Galaxy Tab 3 10.1

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 10:57 am
דורך derech eretz
$299 יעצט אויף איבעי, ס'איז א גוטע כלי?
http://www.ebay.com/itm/Samsung-16GB-Ga ... 4aca95d4e9

פארוואס האט עס אסאך ווייניגער פידבעק'ס אויף עמעזאן ווי די טעב 2?
TAB 3
TAB 2

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 6:48 am
דורך עירמאנט'ער
איך זיך יעצט צו קויפן א טעבלעט פאר פאן
געימס מוזיק פיקטשורס וכדומה
אבער איך דארף א גיטע מאשין גרינג צו באנוצן

?עני רעקאמאנדעטיאןס

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 8:59 am
דורך קנאפער ידען
derech eretz האט געשריבן:$299 יעצט אויף איבעי, ס'איז א גוטע כלי?
http://www.ebay.com/itm/Samsung-16GB-Ga ... 4aca95d4e9

פארוואס האט עס אסאך ווייניגער פידבעק'ס אויף עמעזאן ווי די טעב 2?
TAB 3
TAB 2

ווייל עס איז אסאך נייער, און עס האט געהאט ווייניגער צייט צו זאמלען ריוויאוס.

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 9:02 am
דורך קנאפער ידען
עירמאנט'ער האט געשריבן:איך זיך יעצט צו קויפן א טעבלעט פאר פאן
געימס מוזיק פיקטשורס וכדומה
אבער איך דארף א גיטע מאשין גרינג צו באנוצן

?עני רעקאמאנדעטיאןס

די צוויי בעסטע זענען לכאורה דער 'סעמסאנג געלעקסי טעב' און דער 'גוגל נעקסוס'.

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 10:10 am
דורך עירמאנט'ער
שקויעך
ניטאמאל דערמאנסטו עפל
?פארוואס

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 10:16 am
דורך משנה מקום
אויב קויפסטו א גהעריגע ווינדאוס 8 טעבלעט נישט אר טי דעמאלטס האסטו א טעבלעט וואס איז א געהעריגע קומפיוטער עס איז דא צי טרעפען אזעלכע וואס זענען לעפטאפס וואס מען קען אראפנעמען די גאנצע חלק פין די קיבאורד און עס ווערט א טעבלעט עס איז דא אזעלכע וואס מען קען איבערבייגען און אזוי ווערט עס א טעבלעט עס איז דא פלעינע טעבלעטס עס איז דא אלע מינע מען דארף נאר וויסען וואס מען זיכט און וואס איז די פרייז וואס מען האלט ביים באצאלען

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 2:21 pm
דורך והנה און נון
עירמאנט'ער האט געשריבן:שקויעך
ניטאמאל דערמאנסטו עפל
?פארוואס

עפל'ס קאסט 400 , דער נעקסוס קאסט ארום 200

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2014 4:42 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
עירמאנט'ער האט געשריבן:איך זיך יעצט צו קויפן א טעבלעט פאר פאן
געימס מוזיק פיקטשורס וכדומה
אבער איך דארף א גיטע מאשין גרינג צו באנוצן

?עני רעקאמאנדעטיאןס

איך האב יעצט געקויפט א Dell venue pro 8" tablet 16 GB, פאר נישטיגע $130, און יאך בין ב''ה זייער צופרידן דערמיט. ס'ארבעט שנעל (2GB RAM) ס'איז לייכט, רעלאטיוולי גרויס( 8 אינטשעס) און ס'איז א דעלל כלי מילא קומט עס מיט א גאראנטי, און ס'איז גאר גוט און שטארק געבויט כדרכם בקודש. הויעך רעקאמאנדירט.
דאכציך ס'איז אביסל טייערער, נאר כ'האב עס געקויפט אויף סעיל.

געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:28 pm
דורך ענדע צדיק!
איך זוך מיר צו קויפן א קאמפיוטער - לעפטאפ - טעבלעט, עפעס וואס איך זאל מיר קענען מיטנעמען אויפן וועג, איך וויל עס פשוט נוצן אלס א צווייטע קאמפיוטער.

וואס דארף איך זוכן? א לעפטאפ אדער א טעבלעט? צו ס'איז די זעלבע? אויב נישט וואס איז די חילוק?

איך בין זייער נישט באהאוונט אין די נושא. איך נוץ אסאך office