בלאט 1 פון 1

וואס איז די גרידער וואס מען הערט ביים פעקסן?

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2006 2:40 am
דורך 3x0
איך מיין אז רוב פון די ליינער און שרייבער דא האבן שוין אמאל געפעקסט א צעטל פאר א איינעם, אדער כאטש געזען וויאזוי מען ניצט א פעקס מאשין.

בשעת עס פליט אריבער די ווערטער פון די פעקס מאשין וואס שיקט ארויס די פעקס צו די פעקס מאשין וואס נעמט אריין די ווערטער און לייגט עס ארויף אויפן פאפיר הערט מען א פייפעריי, עס פייפט איין וועג און עס געט זיך א טויש צו א העכערע פייפ.

די זעלבע ווען איינער קומט אריין אין קרעטשמע דןרך דייל אפ (נישט דורך די עס על) הערט מען אויך די פייפערייען.

קען מיר איינער מסביר זיין וואס די פייפערייען מיינט?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 2:58 pm
דורך סאכדעס
כ'וויל אויך וויסן, ווייסט עמיציר?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 2:59 pm
דורך איך_הער
איך האלט אז מ'דארף זיך פרייען אז ס'מאכט א גרידער נאר דעמאלטץ

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 3:33 pm
דורך סאכדעס
צו וואס דארף מען זיך פרייען?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 6:16 pm
דורך איך_הער
וואס וואלסטו געטוהן ווען עס מאכט ווען א גרידער די גאנצע צייט ווי למשל א עיר קאנדישאן ?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 8:07 pm
דורך 3x0
איך_הער האט געשריבן:וואס וואלסטו געטוהן ווען עס מאכט ווען א גרידער די גאנצע צייט ווי למשל א עיר קאנדישאן ?

וואס איז די נמשל?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 2:34 am
דורך Anonymous
די פעקס מאשין לופט דורך דינע ליינס אהין און צוריק אויף'ן פאפיר. דארט ווי ס'איז געשריבן עפעס, שיקט עס א סיגנאל פארן אנדערן פעקס מאשין איז אין דעם ליין זאל עס פרינטן א פינטל אין אזוי ווייטער אויפן גאנצען פעיפער. די noises וואס מ'הערט זענען די פיטעלעך אויפן צעטל וואס ווערט דערנאך נאכגעפרינט אויפן אנדערע פאקס מאשין.

א קאמפיוטער טוהט די זעלבע זאך נאר אנשטאט שיקן פינטעלעך שיקט עס html אדער אנדערע code.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 8:02 am
דורך יאנאש
גר'ל (נישט "י"גר'ל)

איך ווייס נישט אויב דאס וואס דו זאגסט מאכט סענס, פשוט פארוואס נעמט די פייף א יעדעס מאל די זעלבע לאנג, נישט קיין חילוק צו דו שיקסט איין פאפיר צו צוואנציג.

צווייטנס, מיינט יאנאש אז עס פייפט נאך פאר מען דריקט דעם סטארט באטן, דאס מיינט אז די פעקס מאשין שיקט נאך גארנישט.

דריטנס, פארוואס ווען מען קאלט מיט א טעלעפאן (נישט פעקס) ליין, הערט מען אויך די זעלבע פייף.

פערטענס, יאנאש האט נאך קיינמאל גענוצט דייל אפ, אבער דער גארנישט זאגט עפעס, אז מען הערט די זעלבע פייף.

גוד טריי עניוועי, קיפ איט אפ.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 1:13 am
דורך Anonymous
די פייפן וואס מ'הערט ווען מ'קאלט א פעקס נאמבער אדער וואס מהערט נאך פאר די פעקס מאשין הייבט אויף, איז א פייף וואס לאזט וויסן פארן אנדערען פעקס אז דא ריפט א פעקס מאשין. אויך שיקט די פייף פרטים ווי למשל די פעקס נאמבער וואס שיקט די פעקס און וויפיל פעידשעס ווערן געפעקסט.
גלייבסט מיך נישט? קיש מיך
בילד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 9:17 am
דורך יאנאש
דאס מאכט שוין סענס.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2006 3:50 pm
דורך קרעזי
די אלע פייפערייען איז פארשידענע אינפארמאציע וואס ווערט אריבערגעשיקט פון איין פאקס צום צווייטען. ווען איהר פאנגט אן צו שיקן א פאקס, דעמאלט רעדן די צוויי פאקסעס איבער קודם אסאך פרטים בנוגע דעם פאקס וואס גייט געשיקט ווערן, ווי וויפיל בלעטער און וועלכער שנעלקייט צו נוצען, פון וועלכע נומער עס ווערט געשיקט און נאך צענדליגע פרטים וועלכע ווערן געהאלטן דערווייל בסוד... דערנאך פאנגט זיך אן די געשיק פונעם פאקס זעלבסט.

דאס וואס די הערסט אלעמאל א קול און א פייף ווען די רופסט א פאקס איז וויבאלד די פאקס אויף די צווייטע זייט ווייסט נישט ווער עס רופט, צו א מענטש צו א מאשין, ממילא אלעמאל ווען איינער רופט הייבט ער אויף דעם ליין און לאזט הערן זיינע זיסע קלאנגען וועלכע זאגן אין פאקס שפראך "האלאו, איך בין א פאקס, די אויך? לאמיר שמועסן"... די קענסט נישט פאקס שפראך ממילא קענסטו שרייען ביז מארגן און ער וועט דיר נישט פארשטיין און וועט רוב מאל נאכאמאל לאזן הערן דעם בת קול, און אויב וועט ער זעהן אז מען ענטפערט אים נישט אין זיין שפראך וועט ער אראפלייגן דעם טעלעפאן ליין און זויערהייט טראכטן "מן הסתם נאך א מענטש וואס פארשטייט נישט מיין שפראך"...

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2006 5:35 pm
דורך שוועמל
howstuffwork.com