נייע בוך: וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 10:28 am

ווי קען באקומען די בוך און די ק"י געגענט ?
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 10:32 am

פרוביר אפשר ביים ראש הקהל אינדערהיים הרה"ח ר' דוד עקשטיין נ"י דער בעה"ב פון BFG ווייל פון די געשעפטן האט מען עס ב"ה ארויסגעשליידערט לשמחת כל תושבי קרית יואל

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 10:47 am

פרוזדור האט געשריבן:פאר די אלע וואס טענהן איז סאיז נישט קיין שום פראבלעם אריינצוברענגן א ריין גוישן ביכל אין ספרים סטאר דא האט איר א דירעקט דעיל קארנעגי קוואט: סאיז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז רוב פון מיינע איידיעס זענען געבויט אויף די טיטשינגס פון... (אותו האיש ימ"ש) און פון... (פראפעד מאהאמעד). ע"כ. רח"ל און דא קומען נאך מענטשן זאגן אז סאיז בלויז אן אינסטראקשן ביכל אן קיין שום השקפה. און די ערליכסטע ספרים סטארס אויף לי עוו לייגן דאס ארויס בריש גלי צוזאמן מיטן נייעם ילקוט דברי יואל און כווייס וואס נאך. בקיצור דער בעל דבר האט נאך ווייט נישט אויפגעגעבן אויף אונז

The ideas I stand for are not mine. I borrowed them from Socrates. I swiped them from Chesterfield. I stole them from Jesus. And I put them in a book. If you don't like their rules, whose would you use?

Dale Carnegie (1888 - 1955)
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:04 am

נאך איין קלייניגקייט. וויפיל טומאה און סתם עקעלהאפטיגקייט פונעם איבערזעצער ליגט אין דעם אנצוהייבן דעם בוך מיט א מוסר השכל פון א טמאנע חיה א כלב טמא אז מען זאל זיך לערנען פון א כלב ווי אזוי צו ווערן פריינטלעך מיט מענטשן. איר הערט גוט דאס איז זיין שטארקסטע ליין... סאו ביז היינט ווען דער כלב מיטן צונג אינדרויסן האט מיך אנגעקוקט האב איך מיך גענומען וואקן גאר שנעל באלקי פשוט ווייל מיין מאמע האט מיך אויסגעלערנט אז מען קוקט נישט אויף קיין הונט. קומט מיסטער סעלף העלפ גארא בדורינו מיט זיין היימישע נייע בוך און ערקלערט מיר איך זאל אנקוקען דעם דאגי אלץ א מוסר השכל. ועוד ועוד און קיינער זעהט נישט קיין שום גויאישקייט אין דעם בוך. פוי. פוי. פוי.

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:06 am

פלטיאל האט געשריבן:
פרוזדור האט געשריבן:פאר די אלע וואס טענהן איז סאיז נישט קיין שום פראבלעם אריינצוברענגן א ריין גוישן ביכל אין ספרים סטאר דא האט איר א דירעקט דעיל קארנעגי קוואט: סאיז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז רוב פון מיינע איידיעס זענען געבויט אויף די טיטשינגס פון... (אותו האיש ימ"ש) און פון... (פראפעד מאהאמעד). ע"כ. רח"ל און דא קומען נאך מענטשן זאגן אז סאיז בלויז אן אינסטראקשן ביכל אן קיין שום השקפה. און די ערליכסטע ספרים סטארס אויף לי עוו לייגן דאס ארויס בריש גלי צוזאמן מיטן נייעם ילקוט דברי יואל און כווייס וואס נאך. בקיצור דער בעל דבר האט נאך ווייט נישט אויפגעגעבן אויף אונז

The ideas I stand for are not mine. I borrowed them from Socrates. I swiped them from Chesterfield. I stole them from Jesus. And I put them in a book. If you don't like their rules, whose would you use?

Dale Carnegie (1888 - 1955)

דעס טיט וויי.

אפשר קען מען דא צוזאם שטעלן די זעלבע געדאנקען און עס ברענגן פון היימישע מקורות, פון אונזערע אידישע ספרים

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:08 am

פרוזדור האט געשריבן:נאך איין קלייניגקייט. וויפיל טומאה און סתם עקעלהאפטיגקייט פונעם איבערזעצער ליגט אין דעם אנצוהייבן דעם בוך מיט א מוסר השכל פון א טמאנע חיה א כלב טמא אז מען זאל זיך לערנען פון א כלב ווי אזוי צו ווערן פריינטלעך מיט מענטשן. איר הערט גוט דאס איז זיין שטארקסטע ליין... סאו ביז היינט ווען דער כלב מיטן צונג אינדרויסן האט מיך אנגעקוקט האב איך מיך גענומען וואקן גאר שנעל באלקי פשוט ווייל מיין מאמע האט מיך אויסגעלערנט אז מען קוקט נישט אויף קיין הונט. קומט מיסטער סעלף העלפ גארא בדורינו מיט זיין היימישע נייע בוך און ערקלערט מיר איך זאל אנקוקען דעם דאגי אלץ א מוסר השכל. ועוד ועוד און קיינער זעהט נישט קיין שום גויאישקייט אין דעם בוך. פוי. פוי. פוי.

.
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:41 am

פרוזדור האט געשריבן:איך האב אויך געליינט דעם ביכל און איך האב יא געזעהן שטיקער השקפה, שטיקער רעליגיע, מעכטיגע קוואוטס, ברייטקייט מיט דרייסקייט און א שטיק גויאישקייט, אמת גאר שטארקע יסודות פארן לעבן. אבער איין שטיקל פראבלעם סשטימט עפעס בכלל נישט מיט יודישקייט סשטימט נישט מיטן אורחות צדיקים וחובת הלבבות וכו וכו האב איך מיך נישט געפוילט און כבין שטארק נאכגעגאנגן מי הוא זה ואיזהו דער גרויסער מאן וואס גייט דא אנהייבן באיינפלוסן דאס הייפעלע ערליכע יודן קודם ביאת המשיח. סאיז מיר פשוט שלעכט געווארן וואס כהאב צאמגעליינט מיינע צוויי דערמאנטע תגובות איז בלויז דער שפיץ פונעם אייזבארג


אנשטאט ברענגן שטיקער פון דעם שרייבערס ביאגראפיע, אפשר ברענגט איר ביטע די "שטיקער השקפה, שטיקער רעליגיע" פונעם ביכל זעלבסט, וואס איז אקעגן אונזער מסורה.

אמת, אונז האט מען געלערנט אז א כלב איז א טמא'נע בעל חי', אבער כמדומה אז דאס פסל'ט נאכנישט דעם בוך. איז א פראבלעם זיך אפצולערנען עפעס א דבר טוב פון א טמא'נע בעל חי? וועלכע היימישע אידישע בוך פון נפלאות הבורא באשרייבט נישט אלע טמא'נע בעלי חיים מיט אלע פיטשיווקעס.

----------------------------------

נישט אז איך בין אויסגעקאכט אין השקפה. אבער די וועג וויאזוי דו רייסט אונטער דעם בוך, קלונגט עפעס.....

עס האט קיינער נישט געזאגט אז מען רעדט דא פון א ערליכע מחבר. עס האט קיינער נישט געזאגט אז מען רעדט דא פון א מוסר ספר.

סך הכל רעדט מען פון א "גוי'שע בוך" - געשריבן דורך א געמיינע גוי, וועלכע גוי איז דען נישט געמיין - וואס מען האט איבערגעזעצט אויף דעם אידישע שפראך, גענוי ווי א גאר גרויסע טייל פון אידישע ארטיקלען וואס ערשיינען אין אלע אונזערע צייטונגען און אויסגאבעס.

די איינציגע פראבלעם דערמיט קען זיין, אויב איז אין דעם בוך - נישט אינעם גויס קאפ - דא השקפות מיט מיינונגען וואס זענען מנוגד צו תורתינו הק'.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:43 am

"א"ר חייא מאי דכתיב (איוב לה, יא) מלפנו מבהמות ארץ ומעוף השמים יחכמנו מלפנו מבהמות זו פרידה וכו' אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה וכו' (עירובין ק:)
פוי פרידה... פוי חתול....

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:02 pm

צד תמות האט געשריבן:"א"ר חייא מאי דכתיב (איוב לה, יא) מלפנו מבהמות ארץ ומעוף השמים יחכמנו מלפנו מבהמות זו פרידה וכו' אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה וכו' (עירובין ק:)
פוי פרידה... פוי חתול....

ממש דאס געוואלט זאגן, מען טרעפט אזוי דאכטזעך כמה פעמים. נישט אז דאס כשרט יא אדער נישט דעם בוך.

(במאמר המוסגר, איז דער מציאות הפרנסה און דער סטאנדארט אזוי אויסגעשטעלט אז מיט א פלעינעם זשאב איז נישט מגעליך בעולם אויסצוקמען, מען מוז זיין קריעטיוו וכולי פשוט צו קענען אויסקומען מיטן טאג טעגליכען לעבן.

ומה יעשה הבן שלא יחטא. עס איז ליידער דא אן א שיעור מפוקפקדיגע זאכן וואס אינגעלייט טוען היינט צו קענען דורכשטיפן דעם טאג, טייל מאל פשוט ווייל דער שטריק איז אויפן האלז. נאך די אלע מעשיות דארפן נאך 70% פון אונזער עולם צוקומען צו פשוט פושט יד זיין. דא א סך צו רעדן, אבער לאמיר נישט פארקרוכען פונעם אשכול).

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:13 pm

מ'רעדט דאך דא לצורך פרנסה, איז עס דען ערגער ווי דער אינטערנעט?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:16 pm

מי חכם האט געשריבן:מ'רעדט דאך דא לצורך פרנסה, איז עס דען ערגער ווי דער אינטערנעט?

אויב דו רעדסט צו מיר, איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג איבר מען מעג יא צו נישט. איך זאג נאר אז אינגעלייט ווערן געצווינגען צו טוען "סיי וואס" (כמעט) פשוט צו קענען דורכשטופען דעם טאג.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:26 pm

ווען כהאב געלערנט אין ישיבה אין סאטמאר האט אמאל דער רבי דער ברך משה געהאלטן א דרשה. בא"ד ווי סאך דער פעטער זי"ע האט אויפגעטאן אין אמעריקע האט ער ארומגערעדט פונעם פארווערד צייטונג. אז ספלעגט זיין א דיקער צייטונג, דערנאך, האט ער געוויזן מיט זיינע פינגער סאיז געווארן דינער און דינער און דינער. פארוואס. ווייל דער פארווערד האט אפגעלאכט פון יודישקייט און געהויבן גויאישקייט, ער האט אפגעשמד דאס יוגענט. ווען דאס יוגענט איז געווארן גויאיש האבן זיי שוין מער נישט געברויכט דעם פארווערד, די ניו יארק טיימס איז אים שוין זייער גוט געווארן. פארוואס זאג איך אייך דאס. אויב ברענגט מען לכתחלה אריין גוישע ביכער אין אונזערע ספרים סטארס און אין אונזערע שטיבער בוזטו פארטיג מיט די גאנצע מעשה. סאיז אין לדבר סוף סאיז א טראגעדיע שאין כמוהו. רח"ל

דער בוך איז השקפה. השקפה מוז זיין ציכטיג ריין. מפי חכמים וסופרים צדיקים אמיתיים אשר מפיהם אנו חיים אן זיי זענען מיר גארנישט. ווען די גמרא דערציילט עפעס וועגן א חי רעה דארפן מיר זיך צוברעכן דעם קאפ צו פארשטיין, לערנען די מפרשים צו פארשטיין דאס טיפקייט פון דעם פשט אבער ווען א טמאנער קריסטליכער גוי זאגט מיר זיך צו לערנען פון א כלב איז עס טמא ומטמא עד דכדוכה של נפש דעם גוף און דעם נפש.

יא מען מעג גיין צו א דאקטער אבער אריינברענגן דעם דאקטער צו דיר אהיים און לאזן וואשן אונזערע מוחות מיט אט די מיסט דאס איז א מעוות שלא יכול לתקן. יודישקייט איז יודישקייט און גויאישקייט איז גויאישקייט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:53 pm

שוין געפרעגט דא איינמאל. איז עס עוועליבעל צו קויפן אנליין? איך קום נישט אן אין קיין געשעפטן, נאר ווען מיין ווייב שיקט מיר אין גראסערי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 1:01 pm

פרוזדור
קענסט ברענגן דוגמאות ?
דערוייל רעדסטו זייער כלליותדיג
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 1:11 pm

צד תמות האט געשריבן:"א"ר חייא מאי דכתיב (איוב לה, יא) מלפנו מבהמות ארץ ומעוף השמים יחכמנו מלפנו מבהמות זו פרידה וכו' אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה וכו' (עירובין ק:)
פוי פרידה... פוי חתול....

פרעגט דער הייליגער בריסקער רב פארוואס זעען מיר נישט אז די גוים זאלן האבן די מידות? פארוואס לערנען זיי עס נישט ארויס פון די חיות?
ענטפערט דער הייליגער בריסקער רב, אלמלא לא ניתנה תורה זאגט די גמרא, אבער איינמאל די תורה איז דא איז דאס די איינציגסטע וועג זיך צו לערנען ריכטיגע השקפות און מידות.

איי ווי גוט דו זאגסט, פוי פרידה!!! פוי חתול!!! פוי!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 1:19 pm

און אז ס'קומט א גוי און ער פרובירט מיישב צו זיין בריסקער רב'ס קשיא, און ער לערנט זיך טאקע יא אפ פון די חיות, האט מען ווייטער טענות...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 1:44 pm

סמארט גאי האט געשריבן:פרוזדור
קענסט ברענגן דוגמאות ?
דערוייל רעדסטו זייער כלליותדיג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 3:08 pm

סתם געהאקט און קאפ אריין, שטעל צו און די ישיבות הילף צו קענען מצליח זיין ווען מען גייט ארויס ארבייטען און נישט אריין ווארפען אלע בחורים און די ווארק פארס אן א טראפ ידיעות און ביזנעס אדער פיינענס, מאכסט אים א בעל עבירה מיטען אים אריינלייגען און ארימקייט פון די ערשטע מינוט ער האט חתונה און ער ווייסט שוין פוד סטעמפס און באלד ווערט ער שוין דרייסיג און דרייט מיט קרעדיט קארדס ביז די פערציג און מען דארף שוין הארץ מעדיקעישען.

די נעגאטיוו נעיטשאר פון טייל צווישען אונזערע אייגענע רייען זענען די יסוד פון פארדרייטקייט און און נישט נארמאלע חשבונות. איך מיין נישט קיינעם פערזענליך.
אבער אנשטאט צו רעדן פונעם יסוד הפראבלעם איז מען פארנימען אראפצורייסען די וואס ברענגען כאטש א טיילווייזע היילינג.

#אבסורד
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 3:48 pm

פרוזדור האט געשריבן:פרוביר אפשר ביים ראש הקהל אינדערהיים הרה"ח ר' דוד עקשטיין נ"י דער בעה"ב פון BFG ווייל פון די געשעפטן האט מען עס ב"ה ארויסגעשליידערט לשמחת כל תושבי קרית יואל


לכל הפחות ווייס מיר כאטש דעם אמת וואס אייך דריקט אויפן הארץ

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 3:58 pm

פרוזדור האט געשריבן: לשמחת כל תושבי קרית יואל

די זעלבע שמחה ווי ביי סושי/שטערן...
שמחת כל תושבים!!

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מוצ"ש נובעמבער 07, 2015 6:22 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:"א"ר חייא מאי דכתיב (איוב לה, יא) מלפנו מבהמות ארץ ומעוף השמים יחכמנו מלפנו מבהמות זו פרידה וכו' אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה וכו' (עירובין ק:)
פוי פרידה... פוי חתול....

פרעגט דער הייליגער בריסקער רב פארוואס זעען מיר נישט אז די גוים זאלן האבן די מידות? פארוואס לערנען זיי עס נישט ארויס פון די חיות?
ענטפערט דער הייליגער בריסקער רב, אלמלא לא ניתנה תורה זאגט די גמרא, אבער איינמאל די תורה איז דא איז דאס די איינציגסטע וועג זיך צו לערנען ריכטיגע השקפות און מידות.

איי ווי גוט דו זאגסט, פוי פרידה!!! פוי חתול!!! פוי!

א טייער ווארט דאס, ייש״כ פארן צוברענגען

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג נובעמבער 08, 2015 1:15 pm

צייטליך האט געשריבן:שוין געפרעגט דא איינמאל. איז עס עוועליבעל צו קויפן אנליין? איך קום נישט אן אין קיין געשעפטן, נאר ווען מיין ווייב שיקט מיר אין גראסערי.

זאג דיין ווייב זאל דיר שיקן אין ספרים געשעפט

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג נובעמבער 08, 2015 9:41 pm

באמת לאמיך אייך זאגן אז נאכדעם וואס איך און אנדערע האבן אייך געברענגט קוואוטס פון מר. קארנעגי זעלבסט, וואס זאגט קלאר אז זיינע געדאנקן קומען פונעם אבי אבות הטומאה אליינס דער אותו האיש ימ"ש וזכרו. האב איך נישט געקלערט אז סוועט נאך זיין איינער וואס וועט קומען מיט א בלעכענעם פנים און פרעגן א קשיא וואס סאיז שלעכט מיט דעם בוך בפרטיות.

אבער צו פארשטערקערן די זאך האט איך דעם שב"ק בסייעתא דשמיא געזעהן אין דברי יואל פונעם הייליגן רבין טאקע די וואך פרשת חיי שרה דף תצ"ח ווי ער רעדט פון דעם ענין.

בא"ד. ברענגט ער פונעם ספרי אין פרשת עקב. רצונך שתכיר את מי שאמר והי' העולם למד אגדה שמתוך כך אתה מכיר את הקב"ה ומדבק בדרכיו. ק"ז דער ייטב לב בשם דעם פנים מאירות האלט אז א מחבר ספר אויף עניני אגדה ודברי תורה דארף זיך נישט אידענטיפיצירן אין זיין ספר וויבאלד ער שרייבט דאך בלויז דברי תורה. משא"כ אויב קריגט ער בהלכה מוז ער יא שרייבן ווער סאיז מחולק מיט וועמען. אבער אין אונזער דור איז ברור אז מען דארף יא ארויסשרייבן ווער דער מחבר איז בכל אופן, ווייל מען מוז וואוסן דאס ערליכקייט פונעם מחבר אויב ער איז ראוי מען זאל הערן זיינע רייד. ווייל אויב לערנט מען פון א נישט ערליכע מחבר אפילו ער ברענגט מדרשי חז"ל ודברי ראשונים קען ער עס פארדרייען און מענטשן וועלן זיך לערנען פון עם עצות און הדרכה בעיקרי הדת והאמונה... ער פירט אויס. וכבר גזר מרן הח"ס זלל"ה שלא ללמוד בשום ספר שאין עליו הסכמה. ע"כ. וכ"ש וכ"ש אז מען רעדט פון דבורים וואס איז געזאגט געווארן דורך א גוי רח"ל.

אבער בלויז עטליכע משלים פון אט דעם בוך ווי ער שפייט השקפה און מדות רעות אויסער דאס נוצן א כלב טמא אלץ א משל פון וועם מיר זאלן זיך לערנן מדות טובות ווי כהאב שוין דערמאנט. קודם זאלט איר וואוסן אז ווען דער קריסליכער גוי זאגט ג-ט מיינט ער נישט דעם זעלבן ג-ט וועמן די מיינסט, דאס אליינס זיך צו מאכן ווי כאלו דאס איז נישט קיין אישו איז א פראבלעם. ווייטער אין בוך פרעדיגט ער גאווה. חנופה. עזות. ועוד מדות רעות. דער גוי איז מסביר א גאנצע הסבר וועגן געבן צדקה. אז צדקה מיינט נישט אז די זאלסט הנאה האבן ביים געבן נאר טראכט פון יענעם אזוי וועסטו שפעטער פארדינען. אבער דער גוישער קאפ וועט קיינמאל נישט משיג זיין אז מיר האבן גאר א דריטע כוונה, סאיז פשוט דא א מצווה פון צדקה און סמיינט נישט דעם געבער אדער דעם מקבל סהאט א טיפערער פשט. און אזוי איז אויך בעניני חינוך ביי אונז איז נישט אלעס שווארץ אויף ווייס. אויך פלאגט ער זיך מסביר צו זיין די חילוק פון פשוטע חנופה ביז געבן אנערקענונג אבער למעשה האלט ער אין איין איבערזאגן מען זאל חנפנען א גרויליגע פארדארבענע מדה. ווייל סהאט פשוט נישט קיין אנדערע הסבר.

קיינער מאכט נישט אוועק דעם עצם רעיון פון דעם בוך זיך צו פארבעסרן די מדות. ס'דא פארוועמן עס פעלט זיך שטארק אויס און עס ארבעט גוט, דער פראבלעם איז נאר אז מען האט עס אריינגעברענגט אין ערליכע יודישע שטובער אלץ נאך א קונטרס בשעת סקומט פון א טמאנער מקור. ועל זה לבי דוי.

פאר די וואס פרעגן וואו מען קען טרעפן אזעלעכע שיינע קלינגענדיגע קוואוטס בדברי חז"ל. נעמט ארויס א מסכת אבות. יא די זעלבע וואס איר לערנט יעדן זומער און סאיז געדרוקט אין יעדן סדור, זייט אייך גוט מתבונן דארט אין יעדע שורה פשוט פשט, אן קיין לאנגע הסברים וועסטו טרעפן די אלע קלינגענדיגע מעכטיגע קוואוטס בעניני מדות. און וויבאלד חז"ל האבן אויך געוויסט אז סוועט זיין וואס וועלן מיינען אז דער גוי וועט עפעס מחדש זיין חדשות האבן זיי אונז אנגעזאגט הפוך בה והפוך בה דכולה בה זוכט אייך נישט אין די פרעמד. אויך האט מען עס מתקן געווען צו לערנען יעדעס יאר בימי הקיץ ווייל די סארט ענינים דארף מען האלטן אין איין איבערחזרן. מסכת אבות איז געזאגט געווארן דורך די הייליגע תנאים הקדושים סאיז דא אויף דעם הערליכע מפרשים געשריבן דורך צדיקים בכל הדורות אז סוועט אייך פשוט ליכטיג ווערן פאר די אויגן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג נובעמבער 08, 2015 9:58 pm

פרוזדור טייערע, כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט דיין הייליגע מערכה דא אנקעגן עפעס וואס דו האלסט אז עס איז שלעכט (כאטש עס קען אפשר זיין אנקעגן די תקנות.)

אבער הער אויף צו איבערזאגן דער 'שרעקליכער' פראבלעם פון לערנען מדות פון א 'כלב טמא', ווי מען האט דיר שוין געברענגט איז דא להבדיל אא"ה גענוג אזעלכע סארט מאמרי חז"ל וואס לערנען זאכן פון חיות טמאות, און כאטש אוודאי זייערע לערנונגען זענען לויטער ריין און דער גוי שפל איז אוודאי נישט קיין פארגלייך אין וויסטען חלום. אבער גאר שרייען אז עס איז א געפערליכע זאך צו לערנען מדות פון חיות טמאות (שריי נישט אז עס מיינט העכערס, אוודאי מיינט עס אויכעט העכערס ווי יעדע ווארט אין די תורה און דברי חז"ל, אבער זיי האבן אונז אויכעט געוואלט לערנען די מדות טובות! טאקע די זעלבע חז"ל פון די "קלינגענדיגע מעכטיגע קוואוטס בעניני מדות" אין אבות!) ווען דו האסט נישט קיין שום מקור אז לערנען מדות פון חיות זאל זיין א פראבלעם איז נאן-סענס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 1:31 am

פרוזדור: יישר כח פאר אייער פרישע לענגערע און באלערנדע תגובה.
דערמיט האט איר ב"ה קאנפירמד, אז אין דעם ספיציפישע ביכל האט איר נישט געפינען קיין דברים אסורים.

ב"ה אז די אלע וואס ליינען עס, זענען נישט נכשל געווארן....
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט