ביבליאטעקן מיט אידישע מאטריאל: אוקספארד, וואטיקאן ועוד

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ביבליאטעקן מיט אידישע מאטריאל: אוקספארד, וואטיקאן ועוד

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 30, 2014 5:27 pm

איך זוך א באשרייבונג איבער די וועלט בארימטע לייבערי אין אוקספארד, ענגלאנד. אויך גערופן באדליען לייבערי.
יעדער מוציא לאור פארט היינט אראפ קיין אוקספורד און קוקט דורך כתבי ידות און איז לויט דעם מתקן אדער מעוות.. פון די אנגענומענע נוסח ביז היינט.

וואלט כדאי געווען א באשרייבונג איבער די אידישע טייל אין די לייבעריס, למשל:
ווי אלט איז די אוקספארד לייבערי און ווען האבן זיי אנגעהויבן מיט אידישע ארטיקלען.
זענען אלע כתבי ידות טאקע נאמן אדער איז דא צווייפלענישען.
וויפיל אידישע ארטיקלען פארמאגן זיי.
צי קען מען אדער מעג מען משנה זיין לפי הכתב יד.

וואס איז די פראצעס זיך אריינצובאקומען אהין.
קען מען קריגן קאפיס.
איז פארהאן ארטיקלען וואס מ'געט נישט ארויס.
און אזוי ווייטער נאך פארשידענע אינטערעסאנטע פרטים וואס איז נוגע דעם אידישן ליינער.


הנ"ל וועט אויך זיין גאר אינטערעסאנט צו הערן איבער די לייבערי אין וואטיקאן וואס פארמאגט אויך א שיינע אוצר פון אידישע מאטריאל.
חוץ מזה איז פארהאן נאך לייבעריס למשל מוזיאון ישראל. וואלט כדאי געווען צו הערן אויב איז פארהאן אינטערעסאנטע אנעקדאטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מארטש 31, 2014 8:56 am

שוועמל האט געשריבן:יעדער מוציא לאור פארט היינט אראפ קיין אוקספורד און קוקט דורך כתבי ידות


נישט ממש, עס איז בכלל נישט לייכט אריינצגיין דארט, און זיי זענען בכלל נישט העפליך ארויסצוגעבן מאטרעאל אזוי שנעל...

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג מארטש 31, 2014 12:01 pm

עס איז לייכטער ווי לייכט, מדארף סך הכל א צעטל פון א ראביי אז מברויך צוקומען צו זייערע זאכן פאר ריסערטש, און מען איז א רילייעבל פערזאן, און דאן באקומט מען א קארטל פאר אלע לייבראריס אין אוקספורד (לערך 20) ובכללם די בודליאנה.
און באקומען קאפיעס איז אויך א קלייניגקייט, עס קאסט סך הכל געלט. און נישט עפעס איבערגעטריבן, נאר ס"ה א ערך פון 5 מאל ווי א פשוטע קאפי ביי א געשעפט וואס מאכט קאפיעס.

נאר עס זענען פארהאן איינצעלנע זאכן וואס זענען נישט עוועילעבל פארן פאבליק, אן עקסטערע השתדלות, למשל די רמב"ם כתב יד מיטן חתימה.

כקען זיך נישט אויס אינגאנצן, אבער די ערשטע יידישע ספרים וואס די בודליאנה האט אפגעקויפט איז געווען די אוצר הספרים פון ר' דויד אופנהיימער, די רעפרענס פון אלע ספרים פון די קאלעקציע הויבט זיך אהן ביי זיי מיט Opp.
שפעטער האבן זיי אפגעקויפט אלע כתבי יד פון די אוצר הספרים פון ר' חיים מיכל פון האמבורג. די רעפרענסעס פון זיי הויבן זיך אהן מיט Mich.

איין מאל זיי האבן אנגעהויבן זאמלען יידישע ספרים האבן זיי שוין געקויפט אויף אלע זייטן, און כמיין אז אסאך זאכן האבן זיי צוגעלייגט צו די דערמאנטע קאלעקשאנס, ממילא מיינט עס נישט אז יעדע ספר מיט די רעפ. Opp איז געווען אין ר' דויד אופנהיימער'ס רשות.
לעצט פאראכטן דורך רב טקסט אום דינסטאג אפריל 01, 2014 3:33 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג מארטש 31, 2014 12:03 pm

אגב שוין עטליכע יאר וואס די ניי-בודליאנה לייברארי וואס דארט ליגט די יידישע סחורה איז אפגעשפארט אינגאנצן פאר באזוכערס צוליב קאנסטראקשן. אבער די אפיסעס זענען אפן און מען קען געהעריג ארדערן קאפיעס.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 13, 2014 12:57 pm

זענען זייערע קאלעקשאנס אדער חלקים digitized ?

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 2:07 pm

די יידישע חלקים זיכער איבער 90%, ווייל די סיפריא לאומיט[*] האט דאך מייקראפילמס דערפון. און זיי זאגן אוך געווענליך אז זיי גייען מאכן די קאפיעס פון די מייקראפילם, (ס'איז א נפק"מ אין פרייז).

___________
[*] אזוי שרייב איך עס ארויס צו ברענגען אז כ'רוף עס סך הכל ביים נאמען, און כשטעל זיך חלילה נישט צו צו רופן כלל ישראל לאום-נאציאן (אין די מובן וואס זיי מיינען), כמו שברר הגאון בעל שו"ת פאת שדך אז עס איז דא דערין א ערנסטע חשש כפירה. והכוונה לזה http://web.nli.org.il/sites/nli/hebrew/ ... ault.aspx/

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 06, 2015 3:40 pm

אן אוצר פון אלטע כתבי יד אינעם ביבליטאעק אין פראנקפורט, דייטשלאנד:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... /index/all
נורא נוראות, מ'קען יעדעס איינע דאונלאודן, חידושים בכת"י פפון מהר"א פולדא, פון הג"ר נתן מאז, פונעם אור זרוע ועוד ועוד

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 06, 2015 3:55 pm

מיללער האט געשריבן:אן אוצר פון אלטע כתבי יד אינעם ביבליטאעק אין פראנקפורט, דייטשלאנד:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... /index/all
נורא נוראות, מ'קען יעדעס איינע דאונלאודן, חידושים בכת"י פפון מהר"א פולדא, פון הג"ר נתן מאז, פונעם אור זרוע ועוד ועוד

WOW!
טאקע נורא נוראות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 06, 2015 5:27 pm

יישר כח מיללער.
נעם למשל דעם ערוגת הבשם פון רבינן אברהם בן עזריאל (רבו של האו"ז), אויף פיוטים ויוצרות.
קיינער ווייסט נישט סעקזיסטירט אזא ספר. הלואי זאל איינער דאס איבערדרוקן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 06, 2015 5:41 pm

געוואלדיג הרב מיללער!

דא איז היסטאריע פון פראג געשריבען אין אידיש שנת תס"ד.
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/1832151

דא באשרייבט מען אונזערע זיידעס (אפילו אז מען ווייסט נישט וויאזוי).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג ינואר 06, 2015 6:39 pm

שוועמל האט געשריבן:יישר כח מיללער.
נעם למשל דעם ערוגת הבשם פון רבינן אברהם בן עזריאל (רבו של האו"ז), אויף פיוטים ויוצרות.
קיינער ווייסט נישט סעקזיסטירט אזא ספר. הלואי זאל איינער דאס איבערדרוקן.

דאכט זיך אז דו רעדסט פון די פיר בענדער, נמצא בהיברו-בוקס דא ריכטיג?

בעתיד ביטע שרייב אזאנע "הלוואי"ס אין דער אשכול ספרים וואס איר ווילט זעהן איבערגעדרוקט אדער באארבעט
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
רשי הקטן
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2013 9:58 am

תגובהדורך רשי הקטן » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:56 pm

דרייט צו שרייבן אן עמוד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 07, 2015 4:04 pm

שוועמל האט געשריבן:יישר כח מיללער.
נעם למשל דעם ערוגת הבשם פון רבינן אברהם בן עזריאל (רבו של האו"ז), אויף פיוטים ויוצרות.
קיינער ווייסט נישט סעקזיסטירט אזא ספר. הלואי זאל איינער דאס איבערדרוקן.


עס איז בנמצא אויף אוצה"ח, איבערגעדרוקט דורך חברה מקיצי נרדמים
יאך נוץ עס אסאך
עמיר זעהן אויב די מאניסקריפט דארט איז עפעס מחדש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 07, 2015 5:26 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:יישר כח מיללער.
נעם למשל דעם ערוגת הבשם פון רבינן אברהם בן עזריאל (רבו של האו"ז), אויף פיוטים ויוצרות.
קיינער ווייסט נישט סעקזיסטירט אזא ספר. הלואי זאל איינער דאס איבערדרוקן.

דאכט זיך אז דו רעדסט פון די פיר בענדער, נמצא בהיברו-בוקס דא ריכטיג?

בעתיד ביטע שרייב אזאנע "הלוואי"ס אין דער אשכול ספרים וואס איר ווילט זעהן איבערגעדרוקט אדער באארבעט

איר זייט גערעכט, איך בין געווען אווערעקסייטעד איבער דעם עותק אז כאב נישט געטראכט דעם גאנג.
I should have known better
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 4:47 pm

ס'איז דא דארט א ספר וקמץ הכהן וואס תלמיד אבדק"ק פוזנן בשנות תקמ-נ שרייבט אראפ דרשות מיט חידושים פון זיין רבי
ווער איז געווען רב דארט אין יענע צייט
א כהן לכאורה

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 4:53 pm

נאך א קורצן זוך, האב איך געזעהן אז ס'איז שוין געדריקט, סאיז פוןנ'ם נוב"י איידעם ר' יוסף
און ס'איז דא א ספר חי' ר' יוסף וואס א חלק ספר איז פון דעם כתב יד, געפינט זיך אויף אוצר החכמה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 09, 2015 8:48 am

די ספר http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/1842692 לוחות הגורלות - המיוחס לרס"ג. די ספר איז געדרוקט ערגעץ?

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » פרייטאג ינואר 09, 2015 9:22 am

שזח"ה, קאזין מיטן הייליגן דברי חיים, זון פון בעל שיח יצחק http://www.hebrewbooks.org/6584

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%98%D7%9D

http://books.google.com/books?id=NEsqAA ... &q&f=false

ליסטע פון א געוואלד כתבי ידות.

די גאנצע קאלעקשן איז געגאנגען צו "דזושאיש קאלעדזש"

http://www.lsjs.ac.uk/library-2/

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג ינואר 09, 2015 9:28 am

דאס, לאז וואו עס איז.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 09, 2015 10:04 am

מאגר האט געשריבן:שזח"ה, קאזין מיטן הייליגן דברי חיים, זון פון בעל שיח יצחק http://www.hebrewbooks.org/6584

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%98%D7%9D

http://books.google.com/books?id=NEsqAA ... &q&f=false

ליסטע פון א געוואלד כתבי ידות.

די גאנצע קאלעקשן איז געגאנגען צו "דזושאיש קאלעדזש"

http://www.lsjs.ac.uk/library-2/

viewtopic.php?p=373541#p373541

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 09, 2015 10:31 am

קול קורא http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/1882946
העתקות פון 31 בריוון וואס דער בעל ערוך השלחן האט מעתיק געווען, דף 72 איז דא זיין חתימה און זיין סטעמפ.

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » פרייטאג ינואר 09, 2015 12:13 pm

וויאזוי קען איך געוואויר ווערן אויף א ספר פון א פריערדיגן גדול צו ס'איז דא ערגעצווי א כתב יד?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 09, 2015 12:35 pm

איך האב בצעירתי געזעהן אן אינטערסאנטען מהלך פון חז"א בענין כ"י וואס מען טרעפט
עס איז מיר געלעגען אין זכרון בערך
"עס איז דא א סיבה פארוואס די כתבים זענען געבליבען בהסתר"
יעצט זעהנדיג דעם שמיעס האב איך געזוכט געטראפען נור דאס
אין קובץ אגרות
Capture.JPG


ר' בן ציון פרננקיל האט געשריבן:לשונו של הגאון החזון איש בענין ספרי הראשונים חדשים שהמציאו לאחרונים ובענין שינוי גירסאות בש״ס ופוסקים, וז״ל,
כ׳ לפרש סוגיא... ולהגיה בגמ׳ ע״פ כת״י מינכן, וכי כל חכמי הדור מזמן הראשונים עד עכשו כולם לא עמדו על האמת, מפני שסופר אחד טעה והוסיף דברים בגמ׳ מלבו, והכשיל את כל החכמים. ואני לא מהם ולא מהמונם, וכת״י שהיה ביד הראשונים ז״ל מסרו נפשם עליהם, והשגחתו ית׳ שלא תשתכח תורה מישראל הגינה עליהם, וכשהחלו להדפיס את הגמ׳ מסרו חכמי הדור נפשם על זיקוקו והגהתו. ואם אמנם לפעמים נהנים מהכת״י לנקות השיבושים המתהוים בהמשך הזמן, אבל דבר שיצא מיד כל רבותנו בלי שום פקפוק - חלילה להרוס. הגע עצמך, בשעה שיש שלשה כת״י לפנינו ושנים שוין, אנו לוקחים את השנים ומגיהים את האחד, ומאן לימא לן דהכת״י מינכן אינו מאותו שנתבטל ברוב בזמנו, ומאן לימא לן שלא היה ידוע לבלתי מדוקדק, ובכל אופן הוא בטל כחרס הנשבר נגד הגרסא המקובלת, וכי מפני שהסופר טעה והשמיט איזה תבות, וכדרך הסופרים לטעות מתיבות שוות והשמיט מתיבת... נבנה מגדלים, ואולי כן הוא שהסופר השמיטם ולא מיד חכמים הוא, אבל כשאנו סומכים על הקבלה, תורת רש״י ותו׳ וכל החכמים, ודאי היא התורה, וכמעט שלא ראיתי תועלת להגיע אל האמת ע״י הגירסאות שנחפשים מהגניזות, רק כולם תועלת לעוות משפט ולעקם את האמת, וראוי היה לגונזם, שההפסד יתר על השכר עכ״ל. (קובץ אגרות ח״ב סי׳ ל״ב)

ר בן ציון'ס מ"מ איז א טעות
דער חיד"א האט א סך באזוכט אין די ביבליאטעקען איז דא עפעס בכתב דעתו בענין ?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג ינואר 09, 2015 2:14 pm

משה הקטן האט געשריבן:וויאזוי קען איך געוואויר ווערן אויף א ספר פון א פריערדיגן גדול צו ס'איז דא ערגעצווי א כתב יד?

פארבינד זיך מיט בנימין ריכטלער, ער איז מיר אמאל בייהילפיג געווען
איך האב נישט זיין אימעיל, אבער דא האסטע זיין וויקי פעידזש
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%9C%D7%A8

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » פרייטאג ינואר 09, 2015 2:22 pm

יישר כח


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט