גוגל "לון" (LOON) פראיעקט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

גוגל "לון" (LOON) פראיעקט

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 16, 2013 6:55 pm

אין עפעס וואס הערט זיך ווי אן "אפריל דער ערשטער" וויץ, האט גוגל געמאלדען דאסאנהייבן ארבייטען אויף א נייע פראיעקט "לון" (LOON).

די מעשה פאנגט זיך אן, אז א ריזן חלק וועלט, האט נישט קיין אינטערנעט עקסעס. א ריזן חלק וועלט מיינט סיי די צוריקגעשטאנענע לענדער, און סיי די דיוועליפינג לענדער, דאס הייסט אזעלעכע לענדער וואס האלטן אינמיטן ארויסקריכען פינעם מיטל אלטער.

אויפצושטעלען א נעטווארק פאר אינטערנעט, פארלאנגט זיך אינפעסטראקטור, ווי לעקטער געהעריג, סעקיורעטי פאר די אינטענעס, ארבייטער זיכערהייט פאר די ארבייטער אא"וו. און אסאך פון די לענדער האבן דאס נישט.

איז גוגל אויפגעקומען מיט א אינטערעסאנטער פלאן. מען גייט ארויפלייגען "ריפיטער'ס" (דאס איז בעצם וואס איז די ביי א אינטענע, עפעס וואס "ריפיט" זאגט איבער וואס ער באקומט פון א צווייטען) אויף בעלונ'ס!!

די מעלה פון בעלאונ'ס איז גאנץ פשוט, עס קאסט ממש גארנישט!! צו שיקען סעטעלייט'ס קאסט מיליאנען אויב נישט ביליאנען, און ווייטער עס איז צו הויך צו קענען קומיונעקירן דירעקט מיט די מאשינען אינטען, עס דארף נאך האבן גאנצעטע געביידעס צו קענען "באקומען" די דאטא עס צו שיקען צו פריוואטע מענטעשן. אבער בעלונ'ס קאסט פעניס, און מען קען עס לאזן פליען אין א רעלעטיוו "נידריגע" פלאץ.

און ווי אזוי קומט אן דעטע צו די פארשטיפטע לענדער?

מען שיקט ארויס אסאך בעלונס, צו א הויכקייט פון צווישען 65,000 און 70,000 פוס הויך (עראפלאנען וכדו' פליען בערך ביי 35,000 פוס) ביי די הויכקייט, איז די ווינט מער ווייניגער סטאביל. עס לויפט אין א געוויסע דירעקשאן, און אין די פארקערטע דירעקשאן עטוואס העכער. דאס מיינט, לאמיר זאגן ביי 30 טויזענט פוס לויפט עס פון מזרח צו מערב, און ביי 32 טויזענט פון מערב צו מזרח. עס לויפט גאנץ שטייט אויך, סא עס פארט נישט ווילד.

ווער עס האט שוין געשפילט "פראג" (FROG) (געט א קוק אויפן בילד, און זעהט צו עטס דערמאנטס ענק....) ווייסט אז אויב האב איך צוויי שורות פון "מאוומענט" איינ'ס צו רעכט'ס און איינ'ס צו לינקס, קען מען מיט ריקען ארויף און אראפ צווישען די שורות, האלטן דעם פראש אין פלאץ ווי מען וויל.

סא אזוי מיטן ריקען די בעלונ'ס ארויף און אראפ פון איין הויכקייט - ווי די ווינט פארט איין וועג -, צו די אנדערע הויכקייט - ווי די ווינט פארט פארקערט - קען מען קאנטראלירן ווי און ווען די בעלונ'ס זאלן זיין.

יעצט אז כ'האב גענוג בעלונ'ס, און זיי זענען גענוג נאנט איינ'ס צום צווייטען, אז זיי קענען צווישען זיך קומיונעקירן, און אויך זענען זיי גענוג נאנט צו דער ערד, צו קומיונעקירן מיט דער ערד, דארף איך האבן א פלאץ ארויסצושיקען סיגנאלן צו די ערשטע בעלון, דאס קען זיין אין א פארגעשריטענע לאנד, און פון דארט זאל עס גיין צו די נעקסטע בעלון, ווייטער און ווייטער, ביז די בעלון וואס איז העכער די צוריקגעשטאנענע לאנד, און וואלא דער אינטען וואס האט זיך פארשאפט א כלי, און האט לעקטער, קען ניצען די אינטערנעט! עס איז ווי עס זאל ארום פארן א טראק מיט א "וויי פיי" סיגנאל, און יעדער קען זיך אנהוקען.

עס פליט נישט צו הויך צו נישט קענען קומיונעקירן מיט די ערד, און אויך נישט צו נידריג אז עס זאל מאכן פראבלעמען פאר עראפלאנען, און שלום על ה"לון".

צוויי בילדער.

1) ווי די ווינטען זענען דארט אויבן.

2) פון די געים, וואס ווערט דערמאנט.
צוגעלייגטע
Google_Project_Loon-580-75.jpg
FrogDashTheClassicFroggerGame000290.jpg
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג יוני 17, 2013 4:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 16, 2013 6:59 pm

דאס האט אזא מין גערוך וואס הייסט........ אה יא חלום

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 16, 2013 7:07 pm

דא לייג איך נאך עטליכע בילדער.

1) ווי די בעלונען וועלן זיין געשטעלט, רעלעטיוו צו עראפלאנען.

2) ווי עס וועט אויסקוקען די "נעטווארק" מיט באלונען.

3) די כלי, וואס מען וועט דארפן, צו קענען באקומען סיגנאלן פון די בעלונס.

און "הערליך" עס איז נישט קיין חלום, עס איז שוין דא במציאות, אין געוויסע פלעצער ווי גוגל טעסט עס. די שאלה איז צו גייט מען עס "אויסשפרייטן" אין די וועלט, און געבענדיג די "טרעק רעקארד" פון גוגל, זעהט נישט אויס ווי זיי האלטן זיך אפ, ווען זיי באשליסען עפעס.

ווען איינער זאל דיר זאגן עטליכע יאר צוריק, אז גוגל גייט האבן "סטריט וויו" אין די גאנצע וועלט, פון די ראקי מאנטענ'ס ביז שאראשפאטעק און קערעסטיר, וואלסטו אויך נישט געגלייבט.
צוגעלייגטע
how-loon-works--project-loon--google - Copy.png
loon_610x345.png
Project-Loon-Google.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג יוני 16, 2013 7:38 pm

איך קען שוין זען על-קאידא אויפבויען די פארגעשריטענסטע וואפן; א פעקל נידלעך…
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 16, 2013 7:40 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:איך קען שוין זען על-קאידא אויפבויען די פארגעשריטענסטע וואפן; א פעקל נידלעך…

;l;p-
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יוני 16, 2013 7:42 pm

איך פארשטיי אבער נישט, ווי אזוי גייט זיך א באלון האלטן אזוי לאנג אין די לופטן, די לופט גייט נישט ארויסגיין דערפון צוביסלעך? גייט זיין אנגעהוקט דערויף א מאשינקע וואס ווען עס כסדר אנפילן מיט לופט, און די מאשינקע וועט נעמען די עלעקטעריק פון די זון?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 16, 2013 7:43 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט, ווי אזוי גייט זיך א באלון האלטן אזוי לאנג אין די לופטן, די לופט גייט נישט ארויסגיין דערפון צוביסלעך? גייט זיין אנגעהוקט דערויף א מאשינקע וואס ווען עס כסדר אנפילן מיט לופט, און די מאשינקע וועט נעמען די עלעקטעריק פון די זון?

יא, פארגעסען צו שרייבן.

די נאוויגאציע גייט ארבייטען מיט סאלאר, און פליען וועט עס מיט "היליאום". עס וועט קענען לאנדער פאר מענטענענ'ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 16, 2013 8:10 pm

ונזכה ונחיה ונראה,

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יוני 17, 2013 12:26 pm

ווערט אן אשכול פאר זעך!

ס'זאל נאר נישט קראכן ווי באלון...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 17, 2013 1:22 pm

that word sounded familiar
בילד
which one is it
:?:
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג יוני 17, 2013 2:24 pm

א מין בייפאל דאס.

טענקס לכתחילה. ווי געווענליך, העליך מסביר געווען.

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג יוני 17, 2013 2:36 pm

כאב לעצטנס געליינט ( כקען מיך נישט דערמאַנען וואו) אז די אַמעריקאַנע ארמיי נוצט שוין דעי סארט עצה און אפגאניסטאן צווישן די הויכע בערג און פארשטופטע דערפער ווי סאיז ניטאמאל דא קיין לענדליינס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 17, 2013 3:50 pm

קיקיון האט געשריבן:that word sounded familiar
בילד
which one is it
:?:

רינדיג ווי א קאטשקע, געוואגט ווי א נער!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יוני 17, 2013 4:12 pm

נאכאמאל לכתחילה ביזט מעכטיג און נאכאמאל לכתחילה ביסט מעכטיג און נאכאמ...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יוני 17, 2013 4:14 pm

איך קלער אפשר
אז די באלון קראכט נעמט איבער די צווייטע באלון
און מען שיקט ארויף יעדן טאג נאך באלונען...

אזויווי אפריל 1 די יאר איז געווען שביעי של פסח האט מען געמאכט א נייע דאטום פאר אייוועלט ליינער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 17, 2013 4:19 pm

עס איז שוין דא 30 בעלונ'ס אין א שטאט אין ניו זילענד, און עס ארבייט פיין.

(אויב איז עס א דזשוק, בין איך זיי קיינמאל נישט מוחל!! זיי גייען צום רבי'ן, און זיי גייען זיין א קעצי ווען משיח גייט קומען!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

לכתחלה שרייבט ניט פון פינגער ארויס !!!!

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 17, 2013 4:27 pm

בילד
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג יוני 17, 2013 4:32 pm

נישט לכתחלה שרייבט פון פינגער ארויס, דער חשד דא איז אז גוגל שרייבט פון פינגער ארויס

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 17, 2013 4:47 pm

די ניקס וואס וואוינען אין ניו זילאנד קענען זיך איינשרייבן צו טעסטן דעם סיסטעם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:28 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די ניקס וואס וואוינען אין ניו זילאנד קענען זיך איינשרייבן צו טעסטן דעם סיסטעם

די נעקסטע שטאפל אין טעסט איז פארגעקומען. גוגל האט אויספראבירט די טעכנעלאגיע אין "פרעזנא, קאלעפארניע".

------

ביל געיטס וואס איז כידוע פארנומען מיט אויפטאן פאר די געזינטהייט פאר די איינוואוינער פון דריטע וועלט לענדער, האט קריטיקירט די פלאן פון גוגל, וואס וועט לויט גוגל צושטעלען אינטערנעט פאר אזעלעכע לענדער וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינפאסטראקטור, טאקע די זעלבע סארט לענדער ווי געיטס זארגט זיך פאר געזינטהייט.

געיטס זאגט "ווען איינער שטארבט פון מאלעריע (ר"ל) וועט ער גארנישט האבן פון קוקן אויף די בעלאון"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:די ניקס וואס וואוינען אין ניו זילאנד קענען זיך איינשרייבן צו טעסטן דעם סיסטעם

די נעקסטע שטאפל אין טעסט איז פארגעקומען. גוגל האט אויספראבירט די טעכנעלאגיע אין "פרעזנא, קאלעפארניע".

------

ביל געיטס וואס איז כידוע פארנומען מיט אויפטאן פאר די געזינטהייט פאר די איינוואוינער פון דריטע וועלט לענדער, האט קריטיקירט די פלאן פון גוגל, וואס וועט לויט גוגל צושטעלען אינטערנעט פאר אזעלעכע לענדער וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינפאסטראקטור, טאקע די זעלבע סארט לענדער ווי געיטס זארגט זיך פאר געזינטהייט.

געיטס זאגט "ווען איינער שטארבט פון מאלעריע (ר"ל) וועט ער גארנישט האבן פון קוקן אויף די בעלאון"!


ער איז נישט גערעכט, מיט א בעסערע ווירטואלע סיסטעם, אדער בכלל מיט אזא סיסטעם וועט מען קענען אסאך בעסער אויפטוען אין די פלעצער, אפשר מיינט ער וועגן דעם ברוך דיין אמת אשכול וואס מ'וועט קענען עפענען.

דו שרייבסט עפעס זייער קלאר, ישר כח
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 7:15 pm

פעיסבוק האט היינט אלס ענטפער געגעבן איר אייגענע פלאן. "קענעקטיוויטי לעב" (Connectivity Lab)

אבער עס איז סאך פשוטער, מיט סעטעלייטס, דראונס, און לעיזער. און אויך איז עס נאך אין סאך פריערע שטאפלען פון גוגלס פלאן. דאס הייסט עס איז טאקע פשוטער, ממילא איז נישטא אזויפיל צו טעסטען, אבער זיי פאנגען הערשט יעצט אן, משא"כ די לון סיסטעם איז שוין אין קראפט אין איינצעלנע פלעצער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 02, 2014 6:33 pm

אווווון...... היינט איז געקומען גוגל'ס ענטפער, צו פעיסבוק'ס ענטפער, צו גוגל'ס לון!! (איר האלט מיט?)

איין ביליאן טאלער וועט גוגל אינוועסטירן אין א פלאטע פון 180 סעטעלייטס, צו ערמעגליכען אינטערנעט סערוועס צו די גאנצע וועלט! דאס איז חוץ לון, זיי ארבייטען אויף ביידע פראנטען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 02, 2014 7:24 pm

און דאס וועט מען ניצען פאר עלעקאריק ?
Capture.png
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 02, 2014 10:41 pm

ווי קומט פעיסבוק אריין אין פיקטשור? ס'איז אזי ווי קליין'ס רעסטוראנט זאל פארקויפן סעלפאון סערוויס.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט