א פרינטער וואס מאכט פראבלעמען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:42 pm

האסט פראבירט אריין לייגן די דיסק אין קאמפיוטער? געווענליך איז דא דארט א פייל מיט אינסטראקשן'ס.
וועלכע קאמפאני פרינטער? וועלכע מאדעל?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 10:18 am

דער פרינטער איז א בראדער 7860DW און דער ראוטער איז א בעלקין N300, מער פון דעם ווייס איך נישט. איך האב אריינגעלייגט דעם דיסק, ער העלפט מיר גארנישט ארויס. איך ווער נאר נאך מער צומישט.

איך האב נאך א פראבלעם. כרגע ארבעט נישט מיין אינטערנעט (DSL) איך ווארט יעצט פאר ווערייזאן דאס צו פארעכטן, עס גייט נעמען לכה"פ נאך בערך א וואך, איז מיין שאלה צו איך מוז האבן אינטערנעט צו קענען מאכן דעם פרינטער ארבעטן דורך דעם ראוטער, אדער עס מוז נישט זיין, ווייל אויב יא דאן האב איך נישט וואס צו טוהן יעצט.

(איבער דעם צובראכענעם אינטערנעט איז א גאנצע פרשה בפני עצמה. עס ארבעט שוין נישט פאר בערך זעקס וואכן, און יעדעס מאל איך רוף ווערייזאן ווער איך ארומגעשיקט פון רעכל צו מעכל, און איך פלאץ אוועק. נעכטן האב איך ענדליך געוואלט מאכן א סוף צו דעם, האב איך זיי אנגערופן און זיך גע'עקשן'ט אז איך וויל געוואר ווערן וואס דא גייט פאר. איך בין געווען מיט זיי אויפן טעלעפאן כמעט א שעה און א האלב, במשך די צייט האב איך געמאכט אויף זיי אזעלכע קולות אז מיין ווייב האצעך דערשראקן.

למעשה שטעלצעך ארויס אזא אומבאללופטערטע סטארי. מיין דירה עקזיסטירט בכלל נישט אין די רעקארדס פון ווערייזאן, און מיין אינטערנעט סערוויס איז געווען געליסטעט אז עס גייט גאר צו א שכנ'ס דירה, אבער אזוי ווי יענע שכן האט ארויסגעמופט און א צווייטער האט אריינגעמופט, האט דער לענדלארד אפגעהאקט אלע סערוויס פאר יענעם אפארטמענט, און אזוי ווי מיין אינטערנעט איז געווען געליסטעט (ביי ווערייזאן) אונטער יענעם אפארטמענט, האבן זיי עס אפגעהאקט.

יעצט זאגט מיר ווערייזאן, אז דעם סארט סערוויס וואס איך האב געהאט, נאר אינטערנעט אן טעלעפאן, געבן זיי מער נישט, ממילא מוז איך מאכן א גאנצע נייע אקאונט ביי זיי, און אריבערפירן מיין טעלעפאן צו זיי אויך. אבער אזוי ווי מיין דירה עקזיסטירט נישט אין זייערע רעקארדס, מוז איך דעריבער ווארטן אפאר טאג ביז ענדשינירונג וועט דאס מסדר זיין, און נאר נאכדעם קען איך מאכן א אקאונט ביי זיי. איך האב זיי געזאגט אז עס קוקט נישט אויס ווי איך רעד מיט אזא פראפעשאנעל קאמפאני ווי ווערייזאן, נאר ענדערש ווי עפעס א רעגירונגס ביורא אין באליוויע אדער ערגעץ גאר אין אפריקע.)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 12:25 pm

ר' טהור

מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט סערוויס זיך צו באנוצן מיט דראטלאזן פרינטער, בדידי הוי עובדא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 1:04 pm

דער פראבלעם איז אז אסאך פרינטערס דארף מען קודם קאנעקטן מיט א USB כדי צו קענען אויפסעטן די ווייערלעס.
קאל אן בראדער, זיי וועלן דיר גערן העלפן.
איך בין געהאלפן געווארן דורך זיי אין ווינציגער פון אפאר מינוט, מיט סטעפ-ביי-סטעפ אינסטרוקציעס, אויפצוסעטן ווייערלעס פרינטינג.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 16, 2012 5:25 pm

נו אויב אזוי זיי'זשע שוין אזוי גוט און זאג מיר שוין ווי צו רופן, ווייל זיי האבן אסאך נומבערס און איך ווייס נישט פונקטליך ווי צו רופן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 16, 2012 7:01 pm

איר קענט ענגליש?
אינסטרוקציעס פאר אייער פרינטער (מער דעטאלן זעה דא פעידזש 8)

אינסטרוקציעס פאר אייער ראוטער

אויב מאכט זיך עפעס, לאז וויסן דעם עולם
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום זונטאג דעצמבער 16, 2012 7:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג דעצמבער 16, 2012 7:12 pm

מען קען נוצען א וויירלעס פרינטער אן קיין ראוטער אויך

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 6:04 am

משנה, יעצט פארציילסטו מיר גרויסע נייעס, וויאזוי קען מען אזאנס מאכן? מיר האט מען געזאגט אז צו דעם ברויך מען האבן א ווייערלעס ראוטער.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 1:26 pm

אויב דיין קאומפיוטער האט א וויירלעס טשיפ קענסטו עס מאכען דורך די קומפיוטער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 11:27 am

האב איך א פרינטער וואס ווען איך פרינט פון א פי די עף קומט נישט ארויס אסאך ענגלישע פאנטס, אויך אסאך אידישע פאנטס, ווי אויך נומערן
אדער קומט עס ארויס ליידיג אדער באקסלעך
עני העלפ עוועילעבעל, וויל רילי פרישיטעטיס [קען זיין איך וועל נישט קענען ענטפערן געהעריג אויב איינער האט קאשעס ווייל מיין אינטערנעט ארבעט נישט געהעריג]

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 9:59 pm

די פראבלעם מאכט זיך אסאך מיט פאנטס וואס איז געבארגט געווארן פון די קאמפאני.
די עצה איז צו גיין צו Flattener Preview אין עקראבעט און קאנווערטן אלע טעקסט צו outlines (וועסט נישט קענען טוישן די טעקסט נאכדעם אין די PDF סאו מאך א קאפי דערפון).

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 11:41 pm

יוראפ האט געשריבן:האב איך א פרינטער וואס ווען איך פרינט פון א פי די עף קומט נישט ארויס אסאך ענגלישע פאנטס, אויך אסאך אידישע פאנטס, ווי אויך נומערן
אדער קומט עס ארויס ליידיג אדער באקסלעך
עני העלפ עוועילעבעל, וויל רילי פרישיטעטיס [קען זיין איך וועל נישט קענען ענטפערן געהעריג אויב איינער האט קאשעס ווייל מיין אינטערנעט ארבעט נישט געהעריג]

סאיז דא א אפשען print as image סליגט אין די advanced button ווען מען פרינט א pdf

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג דעצמבער 28, 2012 10:59 am

העמיר פראבירן ביידע עצות א גרויסע דאנק

אבער פארוואס ביי איין פרינטער מאכט עס יא פראבלעמען און ביי דריי אנדערע פרינטערס וואס איך האב מאכט עס נישט קיין פראבלעמען?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג דעצמבער 28, 2012 11:21 am

סקען אמאל זיין אפדעיטען די דרייבער פאר די פרינטער זאל העלפען

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

פרינטער נעטווארק פראבלעמען

תגובהדורך בערקא » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 12:45 pm

איך שעיר אפיס מיט נאך עטליכע אידן, און מיר נוצן אלע איינע איין פרינטער, אין וועלכע יעדער איז זיך משתתף בפרוטה.

בשנים קדמניות פלעגט זיין אויפגעסעט א נעטווארק צווישן די קאפיוטער, ווארום מיר ניצן אלע איין מאדעם און ראוטער, אבל דא עקא, זייט עס איז אריינגעקומען א פרישער תושב אינעם אפיס, און מיר האבן פרובירט אים צו מקבל זיין אינעם חברותא, האט דער פרינטער אנגעהויבן מאכן פראבלעמען.

קען מיר איינער אנצייגן ווי אזוי אויפצוסעטן דעם נעטווארק פונדאסניי?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 12:56 pm

בערקא האט געשריבן:איך שעיר אפיס מיט נאך עטליכע אידן, און מיר נוצן אלע איינע איין פרינטער, אין וועלכע יעדער איז זיך משתתף בפרוטה.

בשנים קדמניות פלעגט זיין אויפגעסעט א נעטווארק צווישן די קאפיוטער, ווארום מיר ניצן אלע איין מאדעם און ראוטער, אבל דא עקא, זייט עס איז אריינגעקומען א פרישער תושב אינעם אפיס, און מיר האבן פרובירט אים צו מקבל זיין אינעם חברותא, האט דער פרינטער אנגעהויבן מאכן פראבלעמען.

קען מיר איינער אנצייגן ווי אזוי אויפצוסעטן דעם נעטווארק פונדאסניי?

ביטע שרייבן וועלכע פראבלעמען

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:33 pm

אפדעיט: איך האב געדרוקט שערינג אין די פרינטער אפשענס פון קאפיוטער ג'

איז אזוי:
קאמפיוטער ב' לאזט זיך ב"ה קאנעקטן

קאמפיוטער א' עקשנט זיך מיטן סלאגאן 'איני מכיר'
צוגעלייגטע
printer 2.JPG
ענעבלד שעהרינג
printer 1.JPG
די פרינטער אויף קאמיוטער א'
printer 1.JPG (19.65 KiB) געזעהן 3216 מאל
לעצט פאראכטן דורך בערקא אום דינסטאג נובעמבער 26, 2013 12:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:37 pm

קאמפיוטער ב'
printer 3.png


זוכט אים
printer 4.png


געטראפן
printer 5.png

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:38 pm

קאנעקטעד
printer 6.png

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 12:53 pm

סקעטש פון מיין פראבלעם

printer 7.jpg

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:19 pm

וועלכע ווערסיע ווינדאוס איז אויף קאמפיוטער ג ?

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

פרינטן דאבל סייד

תגובהדורך והמבין יבין » מיטוואך ינואר 08, 2014 2:13 pm

איך שטעל אן אז ס'זאל פרינטן דאבל סייד אבער ס'קומט נאר איינזייטיג ? 0(קען זיין ווייל ס'איז א פרינטער וואס טוט נישט דעס)

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך ינואר 08, 2014 10:52 pm

וויאזוי שטעלסטו אן אז עס זאל פרינטען דאבל סיידעד?
געווענליך ביי א פרינטער וואס קען נישט פרינטען דאבל סיידעד, קען מען עס נישט אנשטעלן.

עס איז זייער שווער - כמעט אוממעגליך צו ענטפערן אויף אזא שאלה פון אויסנווייניג, יעדע פרינטער איז אנדערש, מען דארף האבן קלארערע אינפארמאציע איבער די פרינטער.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 10:35 am

ווארד האט געשריבן:וויאזוי שטעלסטו אן אז עס זאל פרינטען דאבל סיידעד?
געווענליך ביי א פרינטער וואס קען נישט פרינטען דאבל סיידעד, קען מען עס נישט אנשטעלן.

עס איז זייער שווער - כמעט אוממעגליך צו ענטפערן אויף אזא שאלה פון אויסנווייניג, יעדע פרינטער איז אנדערש, מען דארף האבן קלארערע אינפארמאציע איבער די פרינטער.

וועלכע מאדעל פרינטער?

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 11:41 am

מומחה עצום האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:וויאזוי שטעלסטו אן אז עס זאל פרינטען דאבל סיידעד?
געווענליך ביי א פרינטער וואס קען נישט פרינטען דאבל סיידעד, קען מען עס נישט אנשטעלן.

עס איז זייער שווער - כמעט אוממעגליך צו ענטפערן אויף אזא שאלה פון אויסנווייניג, יעדע פרינטער איז אנדערש, מען דארף האבן קלארערע אינפארמאציע איבער די פרינטער.

וועלכע מאדעל פרינטער?

brother-mfc-7360n


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט