כשרות: ווערים אין מאכלים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 19, 2009 4:42 pm

פונקט היינט האט מען ביי מיר געקויפט א פיין שאכטל "רעזין ברען" סיריעל... געהייסן צוריקטראגן און בעטן קרעדיט.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:23 pm

די גראסערי האט עס צוריקגענומען?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:40 pm

איז ראזשינקעס אין די חלה היסטאריע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:41 pm

ביזנעסקאפ האט געשריבן:נאך א מזל אז מען האט אויסגעריפן הויך פרייטיג צונאכטס נאכן דאווענען אז מען טאר דאס נישט עסן, אז נישט וואלטן טויזענטער מאחינו בני ישראל באלד נאך קידוש נכשל געווארן מיט אסורים חמירים!.....

וואו? אין מיין שול האט מען בלויז אויסגערופן זכרים אין א טיי אווענט, איך ווייס נאר פון דא אין קרעטשמע אז מ'האט עס שוין צוריקגערופן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:42 pm

צוביילטער האט געשריבן:איז ראזשינקעס אין די חלה היסטאריע?

דאס איז שוין ליידער ליידער לאנג פארגעסן געווארן ביי די יונגווארג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2009 12:18 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2009 12:55 pm

מידי גוגלתי בענין זה:
שרצים אין טרוקענע פרוכט
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 20, 2009 12:56 pm

יישר כח פארשלאפן.

איי איי איי ווער וועט אונז פארזארגן מיט כשר'ע ראזינקעס אויף חמישוסער?
קען מען יוצא זיין מיט שוועמלען אנשטאט? און שוועמל איז דען יא ריין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג ינואר 20, 2009 2:17 pm

הרב שוועמל מען דארף אן העץ
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:15 pm

הרב פארשלאפען,
און יענעם ריפארט פונעם יונייטעד סטעיטס עגריגאלטשער דעפארטמענט, וואס די האסט אנגעצייכענט דער לינק דערצו,
שטייט אזוי

A relatively small part of the raisin crop is
dried in dehydrators, which produce golden bleached raisins. Both
farm-size equipment and large commercial dehydrators are common in
the Santa Clara Valley and in the Sacramento Valley. The high
temperatures used in this method of removing water are fatal to insects
in the fruit.

וואלט דאס געמיינט אז מיט גאלדענע ראשינקעס איז אפשר נישט דא א פראבלעם?
the SCY is the limit

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:23 pm

ר' שמחה,
ווארשיינליך האט דער וואלאווער נישט געבויט דעם מודעה אויף דעם ארטיקל פון אגרי קולטור.
ער שרייבט דאך קלאר אז מען האט בודק געווען און געפונען ווערים און איז נישט מחלק צווישן ווייסע און רויטע.

קען זיין אז די כשרע סארט ווייסע ווערן טאקע אויך נישט געמאכט אין דיהיידראטארן, אדער קען זיין אז די ווערים קומען אריין שפעטער וכדומה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:59 pm

עס קומט צו מיר א יעדען חודש א פעקס פון א כשרות ארגעניזאציע אנגעפירט פון הרב וויקלער שליט"א, דער ארויסגעבער פון Kashrus Kurrents
אונעם לעצטען פעקס איז ער מודיע אז עס איז דא א פראבלעם מיט ראזינקעס און אז Gefen האט ריקאלד זייער ראזינקעס (זעהט אויס אז ער האט נאך נישט געוויסט פון 'משפחה')
ער שרייבט דארט אז דאס איז אן אלטער פראבלעם מיט Sun-Dried ראזינקעס, ווייל די אינסעקטס האבען א גרינגע וועג ציצוקומען צי די טרויבען ווען זיי טריקענען אויפען פעלד.
משום איזה סיבה, איז די פראבלעם לעצטענס געווארען ערגער
the SCY is the limit

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך ינואר 21, 2009 8:06 pm

געהערט בשם ר' הלל וויינבערגער פון התאחדת אז דער וואס איז אויפגעקימן מיט דעם שאלה איז דער עדה און זיי זענען געווען מיט זיי בקשר נאך פון פאר שבת און זיי האבן געשטעלט אינגערלייט קיקן און מען האט גארנישט געטראפן איז על פי הלכה נישט דא קיין סיבה עס צו אסר'ן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 21, 2009 9:15 pm

האמיר שוין א פארטיגע מחלוקה.
זה אומר, דער זאגט מען טאר נישט.
וזאת אומרת, און יענער זאגט מען מעג יא.

רבותי לייגטס מיך נישט אריין אין אזא נסיון, איך דארף ראזינקעס האבן גאר וויכטיג! ס'ידא א באווארפן אין מיין שול די וואך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 7:08 am

שוועמל האט געשריבן: רבותי לייגטס מיך נישט אריין אין אזא נסיון, איך דארף ראזינקעס האבן גאר וויכטיג! ס'ידא א באווארפן אין מיין שול די וואך.

דוינט ווארי שוועמל זיסער: ס'דא א דיעה אז צום ווארפן איז כשר ווערעמדיגע אויך.

(אדכרנא מילתא וואס איך האב געהערט אמאל אויף א שמחה פון א בדחן: ס'געווען אמאל א איד אין די מיטעלע יארן וואס האט איינגעקויפט פיל מיט נייע געשיר, און ער האט זיך געשלעפט דערמיט צום כלי מקוה עס טובל'ן כדת וכדין. פרעגט אים א ידיד זיינער וועלכער איז פונקט דארט געווען, זאג נאר דו מאכסט חתונה יעצט? איך האב נישט באקומען קיין חתונה בריוו? זאגט דער אידל ניין, ס'איז נישט פאר מיין טאכטער'ס שטאפיר, די חתונה איז ערשט אין א האלב יאר ארום. נאר וואס דען קויפסטו איין נייע געשיר, לאזט נישט נאך דער חבר זיינער? איך דארף עס פאר מיין ווייב! ענפערט ער קורץ און שארף... וואס הייסט? יא אזוי ווי דו הערסט איך דארף עס פאר מיין ווייב צו קענען שיסן אויף איר די טעפ ווען זי רעגט מיר אויף!... אהא, אבער פארוואס דארפסטו עס טובל'ן? זאגט ער, מיין ווייב איז א פרומע און ס'מוז זיין געטובל'טע טעפ).

עכ"פ נישט יעדער איז אזוי פרום ווי יענע אידענע, ממילא קען מען ווארפן אויפן חתן ווערעמדיגע ראזשינקעס אויך!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:28 am

חוקר האט געשריבן:געהערט בשם ר' הלל וויינבערגער פון התאחדת אז דער וואס איז אויפגעקימן מיט דעם שאלה איז דער עדה און זיי זענען געווען מיט זיי בקשר נאך פון פאר שבת און זיי האבן געשטעלט אינגערלייט קיקן און מען האט גארנישט געטראפן איז על פי הלכה נישט דא קיין סיבה עס צו אסר'ן


איך פארשטיי נישט די דין ודברים, דער נירבאטור רב ואחיו מוואלאווע גיבן השגחות אויף ראזשינקעס און האבן באשלאסן אז עס איז צו שאלה'דיג אז זיי זאלן נעמען אחריות דערויף, וואס איז שייך צו זאגן אז עס איז נישט דא קיין סיבה צו אסר'ן, ס'איזדאך זייער השגחה און זייער דעסיזשאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:05 am

חוקר האט געשריבן:געהערט בשם ר' הלל וויינבערגער פון התאחדת אז דער וואס איז אויפגעקימן מיט דעם שאלה איז דער עדה און זיי זענען געווען מיט זיי בקשר נאך פון פאר שבת און זיי האבן געשטעלט אינגערלייט קיקן און מען האט גארנישט געטראפן איז על פי הלכה נישט דא קיין סיבה עס צו אסר'ן

לא ראינו אינו ראי'
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 7:57 pm

נאר געזאגט "בשם" גראדע פון א מקור מסמך אבער אז מען שרייבט "בשם" דארף מען אליין נאכפרעגן און נאכגיין
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:46 pm

שניאור'ל;

דערמאנסט מיר א עלטערע איד וואס האט געהאט יארן צוריק א גראסערי, האט ער מיר אמאל דערציילט פלעגט קומען דער גוי פון איצקאוויטש האט ער אים צוריקגעגעבן א פעקל בונדלעך וואס איז געווען ווערעמיג. זאגט אים דער גוי דער שחור "וואטס ראנג, איטס קאשער ווארמס, איטס איסקאוויטש?"...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » פרייטאג ינואר 23, 2009 9:49 am

חחחחחחחח ;l;p-

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג ינואר 25, 2009 7:16 pm

נעכטען נאכט איז געווען די מלוה מלכה פאר קהל טארטיקאוו, און מען האט סערווירט א לאקשען קיגעל וואס האט געהאט דערין ראזינקעס.
? what's going on
מעמעג אדער נישט?!?!
the SCY is the limit

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » מאנטאג ינואר 26, 2009 6:46 am

scy4851 האט געשריבן:נעכטען נאכט איז געווען די מלוה מלכה פאר קהל טארטיקאוו, און מען האט סערווירט א לאקשען קיגעל וואס האט געהאט דערין ראזינקעס.
? what's going on
מעמעג אדער נישט?!?!

דער טארטיקוב'ער רב איז דאך לכאורה דארט געווען, האט איר אים געקענט פרעגן א שאלת חכם?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג ינואר 26, 2009 9:10 am

שניאור,
ביי די מלוה מלכה איז נישט געווען א שעת הכושר.
מיינע זוהן לערנען דארט און זעהען אוהם יעדע נאכט. זיי גייען רעדען מיט אוהם. איך וועל בל"נ ברענגען וואס ער האט געזאגט
the SCY is the limit

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » מאנטאג ינואר 26, 2009 9:15 am

scy4851 האט געשריבן:שניאור,
ביי די מלוה מלכה איז נישט געווען א שעת הכושר.
מיינע זוהן לערנען דארט און זעהען אוהם יעדע נאכט. זיי גייען רעדען מיט אוהם. איך וועל בל"נ ברענגען וואס ער האט געזאגט

יישר כח! מיר זענען זייער נייגעריג צו הערן די תשובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג ינואר 26, 2009 7:45 pm

מיינע זוהן האבען נעכטען נאכט געפרעגט ר' יחיאל באב"ד שליט"א ווועגען די ראזינקעס און די לאקשען קוגעל ביי די מלוה מלכה, און ער האט זיי געענטפערט אז די קוגל איז שוין געווען אפגעבאקען און עס איז שוין געלעגען און פריזער נאך איידער עס איז נולד געווארען דער גאנצע פרשה.

זיי האבען אוהם געפרעגט וועגען דאס וואס 'חוקר' האט מגיב געווען בשם ר' הלל וויינבערגער וואס ער האט געזאגט בשם די עדה.
ר' יחיאל האט זיי געענטפערט אז ער ווייסט דערפון, מעהאט טאקע גארנישט געטראפען.
איבעריגס וואס ער האט זיי געזאגט קען מער נאר זאגען 'מפה לאוזן'

אגב, ער האט שוין געהאט געזעהן דער ריפארט וואס פארשלאפען האט געשטעלט א לינק דערצי פון די עגריקאלטשער דיפארטמענט
the SCY is the limit


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט