כשרות: ווערים אין מאכלים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג פאברואר 14, 2017 12:25 pm

צו געזונט האט געשריבן:בדיקת תולעים איז, וויפיל איך האב געלערנט, מה שהעין רואה.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל סימער אויסגעקומען לעצטנס זעהן מענטשן, וואס איך שטעל מיך פאר אז זיי ווייסען נישט וויאזוי מען קוקט פאר ווערים. איינער זאגט מיר אז מיט א פארגרעסערונג גלאז זעהט מען ווערים. א פארגרעסערונג גלאז איז נישט קיין אויג לויט הלכה. טראץ וואס ביי אן אתרוג קוקען מענטשן, אבער דאס איז צוליב הדר שבהדר, בכלל נישט אלס טייל פון די בעיסיק מצוה. און אויב גייסטו אויף דעם וועג פון פארגרעסערונג גלאז און טעלעסקאופס, דאן ברויך מען אטעמען מיט א 10,000 מיקראן פילטער אויפן מויל.

טרויבן איז די מציאות אינטערסאנט, היות כי לא חכם אני ווייס איך נישט די הלכה,
עיני ראו ולא זר, יעדע טרויב האט פינטעלעך, קוק אויף א גרינע טרויב וועסטו זעהן ברוינע פינטעלעך.
בשעת סהאט זיך אנגעהויבן די שערוריה פון טרויבן האב איך געקוקט אויף א מייקרעסקאויפ וואס פארגרעסערט דאכט זיך מיר 200 מאהל, און איינע פון די פינטלעך איז געוועהן א ווארים, אמת סאיז אינו נראה לעיניים די ווארים, אבער די זעסט דאך אז עפעס איז דא דארט מאן יימר אז דאס הייסט אינו נראה לעיניים, יבאו המבוררים ויבררו את המבורר.....

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:59 am

איינער ווייסט צו זאגן פון א חשש פון ווערים אין Bay Leaf?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 30, 2019 7:46 am

געוויס, הדברים ידועים, די ליעף מיינערס
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:13 am

farshlufen האט געשריבן:געוויס, הדברים ידועים, די ליעף מיינערס

א דאנק.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:31 am

איך קוק מיך צו צו די וויכוחים, איין זאך איז זיכער אז כמעט אלע שרייבערס זענען יונגעלייט נישט מיין גיל, ובפרט די קולא זיכערס, וויא אויך זענען מיר אלע עמך אידען נישט מורה הוראה'ס, הגם עס זענען דא היבש תלמידי חכמים און לומדים אבער נישט רבנים יושבי על מדין וויא התאחדות וכדו'
יעצט קוקט אהער, דער ענין פון ווערים איז זייער א שווערער ענין מוראדיג קאמפליצירט און אויך אסור בכמה איסירי דאורייתא, און דער פסוק זאגט כי אני ד' המעלה וגו' אז פאר דעם אליינס אז מיר זענען נזהר אין שרצים האט זיך געלוינט יציאת מצרים, אויב אזוי פארשטייט זיך אז עס איז למעלה מהשגתינו און מען ברויך משונהדיגע זהירות,
כלל 2: די אלע כלל רבנים זוכען גרינגער צו מאכען - נישט שווערער חס ושלום - און פאר זיי קומען ארויס מיט א סטעיטמענט וועט מען זיך צאם זעצען און בכובד ראש דן זיין, און בדרך כלל וועט מען נישט מחמיר זיין אויב מען ברויך נישט, אויסער פסח - און פאר דעם האלטען זיי זיך צוריק פון געבען השגחה אויף פסח אויב עס פעלט נישט אויס,
כלל 3: עס ווענט זיך אין סיזענס, קלאר אזוי, וויא אויך פון וויא עס קומט, למשל טשילע טרויבען זעהט מען קלאר אז עס איז פיל פיל מיט מילבען, מען זעהט אזוי וויא שפין געוועבעכס וואס דאס מיינט מילבען,

מפעם לפעם זעהט מען מעוררים אויף א געוויסע מאכל אבער עס איז נישט פון די באקאנטע בעלי מכשירים, אזא צייט טשעקט מען מיט התאחדות אדער O U, און אויב זיי זאגען אז עס איז גוט, טוט וואס איר ווילט,

א לאנגע צייט איז מיר קשה געוועהן, האט דען דער רבוש"ע באשאפען די כשרע מאכלים אז מיר זאלען עס נישט קענען עסען, וויא למשל ROMAIN LETTUCE, עס איז דאל מוראדעג געזונט, איינע פון די תירוצים איז, יא דו קענסט עס עסען אבער נאר אויף דעם וועג וויאזוי מען קען און אויך נאר ווען מען קען, פאר דעם זענען מיר אידען,
איין עצה איז מתפלל זיין מען זאל נישט נכשל ווערען, אבער דאס איז זיכער, מען טאר עס נישט אוועק מאכען כלאחר יד, מיר האבען ברוך השם גענוג וואס צו עסען בתכלית הכשרות,
אבער נאך אמאל נישט יעדע נארישקייט ברויך מען אננעמען אפילו עס איז געדריקט שווארץ אויף ווייס אין די צייטונגען, למיחש בעי און מען רופט אריין בדץ אדער התאחדות ועוד,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:47 am

וואס איז די סטאטוס פון blueberry?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:32 am

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:א לאנגע צייט איז מיר קשה געוועהן, האט דען דער רבוש"ע באשאפען די כשרע מאכלים אז מיר זאלען עס נישט קענען עסען, וויא למשל ROMAIN LETTUCE, עס איז דאל מוראדעג געזונט, איינע פון די תירוצים איז, יא דו קענסט עס עסען אבער נאר אויף דעם וועג וויאזוי מען קען און אויך נאר ווען מען קען, פאר דעם זענען מיר אידען,

איך כאפ נישט די קושיא, אויב איז עס אסור צו עסן איז עס פונקט ווי אלע אנדערע עסן וואס איז אסור, און אויב עס איז מותר איז עס מותר.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:41 am

blueberry איז שארק אינפעסטעד מען טאר עס נישט עסן. פאר די אלע וואס פרעגן מה יום מיומים, די לעצטע פאר יאר איז מין אויפגעקימען די תירוץ אויף דעם איז אז דאהי אין אמעריקא איז די כשרות סטענדארט אלעמאל געווען גאר שוואך ס'גשטעלט דעווארן אויף קולות ובדיעבד, נאר להציל מה שאפשר, אין ארץ ישראל הרב לנדא אין בד"ץ עדה החרדית האבן רוב דיע זאכן שוין לאנג געאסרט, רב לנדא האט געפירט א מערכה מיט חסל'ט אז סאיז טאקע בעסער אבער נישט כשר, אין זיינע געשעפטן פין פרוכט איז איינע פין אויפגאבעס פין די משגיחים געווען איבערקיקען ווערים, סעלערי, בלובערי סטרובערי, טרויבען, קארן, געווען בל יראה ובל ימצא, אזוי אויך ביי די עדה.
דאהי האט א אינגערמאן געדארפט פרנסה אין איז געווארן א משגיח אויף ווערים, נאך 2 יאר האט ער אויסגעפינען אז ער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט א ווארעם, אין פין דעמאלטס האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם אין געמאכט א מהפכה, אין ער טרענירט משגיחים, אין האט א אייגינע השגחה לעניני תולעים, דער אינגערמאן איז אריבער צי אלע ערנסטע רבנים אין זיי געוויזן די ווערים אין רוב האבן איינגעזען אז ער איז גערעכט, אין אז רוב משגיחים וויסן נישט וואס זיי טוען בכלל, אין אויך איז אין די שטרענגע השגחות דא א גרויסע חילוק וויפיל מ'איז בודק צי מאכ'ן א חזקה אויף די איבריגע, הרב וויא אין ארץ ישראל האט אויך א האנט אין דעם אז מען איז מער מחמיר היינט, אבער ער מיט הרב לנדא זענען זיך נישט אויסגעקימען הרב לנדא האט געהאלטן אז ער איז אין אסאך זאכן מקיל, אין ביי די הערינג איז בכלל נישט קיין פראבלעם מען מעג עס עסן לכתחלה.

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:01 am

צוויבעל איז שטענדיג דא ווערים אדער סיזענס?

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:15 pm

הרב לנדא זצ"ל האלט אויב עס איז א צווילינג איז עס ווערעמדיג, אויב נישט דעמאלטס דארף אראפנעמן די ערשטע צוויי רינגען, אינדערנאך אביסל איבערקיקען, עס ווענט זיך פין ווי די צוויבל קימט אין די קוואלעטי, שיינע גרויסע צוויבל פין שפאניא grade aa זענען ווייניגער ווערעמדיג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 17, 2019 4:48 pm

פון:oukosher.org/kosher-alerts

JULY 15, 2019
ADVISORY
Kosher Advisory Gefen Sour Cherries
Brand
Gefen
Product
Hungarian Sour Cherries
Company
Gefen, Bayonne NJ
Issue
The Orthodox Union certifies Gefen Hungarian Sour Cherries as an OU P product. Some cherries from a particular batch were found to have tolayim. This product is being withdrawn from the marketplace.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 21, 2019 8:37 am

דממה דקה האט געשריבן:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 21, 2019 10:51 am

farshlufen האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:

אויב האב איך עטליכע קענס אינדערהיים, וויאזוי קען איך וויסן וועלכע עס איז פון וואו עס קומט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

כשרות: ווערים אין מאכלים

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 21, 2019 11:01 am

Goodmorning האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:

אויב האב איך עטליכע קענס אינדערהיים, וויאזוי קען איך וויסן וועלכע עס איז פון וואו עס קומט?

די אוגארישע קארשען זענעו געפאקט אין גלאז
Screenshot 2019-07-21 16.08.35.png
Screenshot 2019-07-21 16.08.35.png (317.29 KiB) געזעהן 1672 מאל
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום זונטאג יולי 21, 2019 4:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 21, 2019 11:30 am

קיקיון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:

אויב האב איך עטליכע קענס אינדערהיים, וויאזוי קען איך וויסן וועלכע עס איז פון וואו עס קומט?

די אוגארישע קארשען זענעו געפאקט אין גלאז
what.jpg

א גרויסן דאנק אייך
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 21, 2019 11:41 am

רב קקיון, איר האט געבראכט א בילד פון די זיסע קארשן, ווידעראום זיי רעדן ביידע פון זויערע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 21, 2019 12:01 pm

די וואס ווייסן וואס דובדבנים איז - די ווייסן נישט ווי אונגארן איז.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 21, 2019 4:15 pm

farshlufen האט געשריבן:רב קקיון, איר האט געבראכט א בילד פון די זיסע קארשן, ווידעראום זיי רעדן ביידע פון זויערע.

??

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך יולי 24, 2019 12:24 am

אין של"ה הקדוש שטייט אז נישט יעדער קען זיין א מבין אויף תולעים, ער זאגט אז ס'קען זיין תולעים נראים לעינים אין סתם מענטשן זעען עס נישט, הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל ועוד הרבה גדולי הפוסקים אז א פינטל וואס מען זעט, אפילו מען דערקענט מישט די ווארים, איז נראה לעינים, ס'איז אויך א ענין פין רגילות צי קענען זעהן ווערים, אויך מיז האבן גיטע זע קראפט, א מייקראסקויפ העלפט גרינגער מאכ'ן דאס באקיקן, אבער מען מיז קענען זעהן מיט די אויגן.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 24, 2019 2:01 am

רעגלוער פרישע טשעריס קען זיין ווערעמיג?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יולי 24, 2019 2:11 am

אמעריקאנער טשעריס זענען כמעט אלעמאל ריין.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יולי 24, 2019 3:53 pm

רוח נכאה האט געשריבן:אין של"ה הקדוש שטייט אז נישט יעדער קען זיין א מבין אויף תולעים, ער זאגט אז ס'קען זיין תולעים נראים לעינים אין סתם מענטשן זעען עס נישט,


דאס איז די לשון פונעם של"ה הקדוש (שער האותיות קדושת האכילה יח)
עוד אודיעכם בניי יצ"ו, בהיותי מרביץ תורה בק"ק פראנקפארט, ראה ראיתי בכל שנה ושנה, הגודגניות הנקרא קירש"ן יש בהן תולעים כמו שרגילים להיות בפלוימ"ן, ונזהרין שם שלא לאכול קירש"ן בלי פתיחה לבדוק אותם אם יש בו תולע, והגידו לי שזה דבר תמידי לעולם שרגילים למצוא בהם תולעים. ואלו התולעים הם בגודגניות המתוקים, אבל החמוצים הנקראים ווייקסל"ן שם אין שכיחים, אחר כך בבואי להרביץ תורה בק"ק פראג בדקתי שם ומצאתי גם כן ככה. על כן בניי, שימו לבבכם לדבר זה, כי איני יודע אם הוא כן בכל העולם, או דווקא בארצות החמות ההם, ומכל מקום צריך לבוא לידי בירור. גם הנני מודיע אתכם מחמת הכנימות הקטנות הנקראות מילבי"ן, רגילין להיות בימי קיץ בכל הפירות היבשות כמו פלוימ"ן ורוזיינ"י גדולים וקטנים, וכן מיני קטניות ואורז ודוחן, ובמדינתכם לא הורגלתם לראות אחר זה, והיא מילתא דשכיחא. וכמה פעמים בק"ק פראג אסרתי כל השוקא שמוכרים דברים אלו, מפני שהבודקם צריך להיות לו ראיה טובה ודקה, וכמה פעמים בדקו ואמרו שאין שם מהם, ובא רואה אחר והראה לכל איך שהם הרבה והרבה בלי ערך נעים ומתנודדים, על כן חל החיוב לראות אחר זה שהוא איסורא דאורייתא.

פון דעם אויס קען נאך אלס זיין אז אויב עס איז בכלל נישט נראה לעינים אפילו פאר גיטע אויגן איז דאס נישט אסור, איך פסק'ן נישט חלילה בדבר חמור כזו, אבער פון די לשון השל"ה איז נישט קיין ראי' אז אויב זעהט מען דאס נאר דורך א מייקראסקאפ איז דאס אויך אסור, דער של"ה רעדט פון ווערים וואס מען קען זעהן געהעריג, נאר מען דארף האבן פאר דעם גיטע אויגן.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:23 am

קיינער רעדט נישט פין א מיקראסקויפ, נאר מ'דארף קענען זיין א מומחה צי זען, זייער אסאך משגיחים (מער ווי ווייניגער) ווייסען בכלל נישט ווי אזוי צי בודק זיין, אין אזוי ווי די של"ה זאגט שהבודקם צריך להיות לו ראיה טובה ודקה, אין די דברי חיים שרייבט דדבר זה לא נמסר לנשים ועמי הארץ, אסאך מענטשן מיינען אז תולעים איז א חומרא, אין ארץ ישראל האט מען אלימאל חושש געווען אויף זאכן וואס דאהי האט מען נישט געטראכט ובפרט הרב לנדא וואס האט מלחמה געהאלטן מיט חסלט אז מען דארף דאס גיט בודק זיין, קרויט מאן דכר שמי' ס'איז נישטא א רעסטאראנט אין בני ברק אדער חתונה זאל וואס זאל האבן coleslaw, א ודאי דארפן די ווערים זיין נראה לעינים לויט רובי דרובי פוסקים, אבער נראה לעינים פין א גיטער זעער אין א מומחה אין ווערים, אין פשטות אפילו נאר אויב דאס פינטל איז נראה לעינים אין מען קען נאר זען די גאנצע באשעפיניש ניא א פארגרעסרן גלאז הייסט נראה לעינים אין ס'איז אסור אין אויף דעם האב איך ציטירט די של"ה הקדוש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:05 am

איך האב באקומען פן א ידיד אויף בליצפאסט א בילד פון א פעקיל לאקשין מיט תולעים מיט דעם חותם פון א שטארקען ועד הכשרות
האב איך ג'ענטטערט
תולעים אין לאקשען האט נישט צו טון מיט די פאבריק
bugs.jpg
bugs.jpg (340.42 KiB) געזעהן 1125 מאל
bugs2.jpg
bugs2.jpg (382.76 KiB) געזעהן 1125 מאל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:06 pm

רוח נכאה האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פין א מיקראסקויפ, נאר מ'דארף קענען זיין א מומחה צי זען, זייער אסאך משגיחים (מער ווי ווייניגער) ווייסען בכלל נישט ווי אזוי צי בודק זיין, אין אזוי ווי די של"ה זאגט שהבודקם צריך להיות לו ראיה טובה ודקה, אין די דברי חיים שרייבט דדבר זה לא נמסר לנשים ועמי הארץ, אסאך מענטשן מיינען אז תולעים איז א חומרא, אין ארץ ישראל האט מען אלימאל חושש געווען אויף זאכן וואס דאהי האט מען נישט געטראכט ובפרט הרב לנדא וואס האט מלחמה געהאלטן מיט חסלט אז מען דארף דאס גיט בודק זיין, קרויט מאן דכר שמי' ס'איז נישטא א רעסטאראנט אין בני ברק אדער חתונה זאל וואס זאל האבן coleslaw, א ודאי דארפן די ווערים זיין נראה לעינים לויט רובי דרובי פוסקים, אבער נראה לעינים פין א גיטער זעער אין א מומחה אין ווערים, אין פשטות אפילו נאר אויב דאס פינטל איז נראה לעינים אין מען קען נאר זען די גאנצע באשעפיניש ניא א פארגרעסרן גלאז הייסט נראה לעינים אין ס'איז אסור אין אויף דעם האב איך ציטירט די של"ה הקדוש

אין ארץ ישראל איז דא אסאך זאכן וואס זענען ווערעמיג, און אין אמעריקע איז אין די זעלבע זאך נישט מצוי קיין ווערים, למשל טשעריס, קארן, און נאך.

און די 'פשטות' אז א זאך וואס מען קען זעהן נאר א פינטל מיט די אויגן און מען מוז ניצן א פארגרעסערונג גלאז צו וויסן אז די פינטל איז א ווארעם איז גאר נישט קיין פשטות.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט