קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך מאי 11, 2016 12:42 pm

דער מהרי"ט ווערט געברענגט אין מג"א סי' תכח סק"ו וז"ל שם
פקדו ופסחו: פקדו לשון ציווי כלומר צו קורין סמוך לפסח, סגרו לשון מצורע מוסגר, מנו הוא במדבר סיני שנמנו בו ישראל, צומו, היינו ט"ב, וצלו, היינו ואתחנן, קומו, היינו אתם נצבים, כשחל פסח בשבת דאז בני א"י קורין בשבת שאחריו שמיני יש מפרידין תזריע ומצורע ויש מפרידין בהר ובחקותי ואם הוא במעוברת מפרידין מטות ומסעי (כ"ה רי"ט ח"ב סי' ד' ותיקון יששכר וע"ש דף פ"ט):

http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2143

ס'איז דא נאך מנהגים אין די ראשונים בעניני סדר חלוקת הפרשיות, זה אבודרהם ווי ער צעלייגט דעם ענין

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=161

אינטערעסאנט, ער ברענגט דארט שלח קרח צוזאמען, נישט חקת בלק.

אויך ידוע אז טייל ראשונים האבן געהאט משפטים און אם כסף תלוה באזונדערע סדרות, דער חינוך באציעט זיך בכמה מקומות צו וואס ער האט מברר געווען בסדר אם כסף תלוה
שוין געווען אויסגעשמועסט דא
viewtopic.php?f=5&t=18815&start=25
דא ברענגט @פארשלאפן אזוי אויך פון רבנו בחיי viewtopic.php?p=793755#p793755
און @זאכליך זאגט אזוי בשם אבודרהם, אבער פון אבודרהם זעהט נישט אזוי אויס, זע לינק אויבן און צוויי בלאט בעפאר ווי דער אבודרהם ברענגט די סדר הפרשיות כמנהגינו יתרו, משפטים, תרומה.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 4:48 pm

פר בן בקר האט געשריבן:אין בני יששכר שטייט אז די טעם פארוואס מ'איז זיך נישט מחבר מיט די בני ארץ ישראל ביי חקת בלק איז ווייל מ'וויל ליינען פרשת פנחס די פרשת הקרבנות אין די 3 וואכן.

אינטערעסאנט, ייש"כ פאר צוברענגען דעם בני יששכר.

למעשה, נאכן אריינקוקן בפנים אין בני יששכר (מאמרי חודש תמוז אב מאמר ב) האב איך געזעהן אז ער רעדט נישט לגבי זיך פאראייניגן מיט די בני אר"י, ער רעדט פון א יאר הש"א פשוטה וואס פשטות איז מען בעיקר מדקדק אז תשעה באב זאל זיין בשבוע שקורין בו ואתחנן (צומו וצלו) אויף דעם זאגט דער הייליגער בנ"י אז מטעם זה איז מען מחבר מטות מסעי און נישט חקת בלק כדי מ'זאל ליינען פר' פנחס בימי בין המצרים ווייל די פרשיות מטות מסעי און דברים און אויך פנחס רעדן זיך פון חלוקת הארץ און פנחס רעדט זיך אויך פון די מועדים.

בשנת קביעות הש״א פשוטה חקת ובלק נפרדות ומטות ומסעי מחוברות (טואו"ח תכח) ולמה לא בהיפך, ונראה לומר משום דמהדרינן כל מה דאפשר לקרות הפרשיות שמבואר בהם חלוקת הארץ בימי בין המצרים, דהנה פרשיות ממות מסעי הדברים יש בהן חלוקת הארץ, לזה קורין אלו הפרשיות תמיד בימי בין המצרים להורות הבטחה לישראל, לאלה תחלק הארץ גם כן, והגה גם בפרשת פנהם מבואר הלוקת הארץ על כן מהדרינן כל מה דאפשר שיקראו גם פרשת פנחס בימים האלה, וגם בפרשת פנחס נאמרים כל המועדים הנה יתנחמו ישראל בהוסיף להם מועדים במהרה בימינו שעתידין הימים האלה להיות לששון ולשמחה ולמועדים טובים
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=306

והתבוננתי אז אזא יאר ווי יעצט איז לכאורה נישט שייך דער טעם, ווייל אויך אויב וואלט מען מחבר געווען חקת-בלק וואלט פנחס געליינט געווארן בימי בין המצרים און אויך אין ארץ ישראל ליינט מען פר' פנחס בימי בין המצרים ווייל שבעה עשר בתמוז פאלט אום שב"ק פר' פנחס, און אויך מטות מסעי און דברים ווערן געליינט בימי בין המצרים.

משא"כ בשנת הש"א פשוטה ווי תשנ"ד וואס יז בתמוז פאלט יום א' פר' פנחס, אויב וואלט מען מחבר געווען חקת-בלק וואלט מען געליינט פר' פנחס בעפאר בין המצרים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 5:02 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:אויך ידוע אז טייל ראשונים האבן געהאט משפטים און אם כסף תלוה באזונדערע סדרות, דער חינוך באציעט זיך בכמה מקומות צו וואס ער האט מברר געווען בסדר אם כסף תלוה
שוין געווען אויסגעשמועסט דא
viewtopic.php?f=5&t=18815&start=25
דא ברענגט @פארשלאפן אזוי אויך פון רבנו בחיי viewtopic.php?p=793755#p793755
און @זאכליך זאגט אזוי בשם אבודרהם, אבער פון אבודרהם זעהט נישט אזוי אויס, זע לינק אויבן און צוויי בלאט בעפאר ווי דער אבודרהם ברענגט די סדר הפרשיות כמנהגינו יתרו, משפטים, תרומה.

דער אבודרהם אין "סימני הפרשיות" ברענגט יא אזא מנהג פון צעטיילן משפטים מיט אם כסף תלוה, אויך ברענגט ער דארט א מנהג פון צעטיילן כי תשא פון פסוק ויפן וירד משה.
סימני הפרשיות איז אין די נייע דרוק בסוף הספר.

לכן יש מקומות שמחלקים אלה המשפטים מן אם כסף תלוה או כי תשא מן ויפן וסימנך העגל אשר כרתו לשנים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

ערליכער גרעפיקער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:13 pm

תגובהדורך ערליכער גרעפיקער » זונטאג מאי 15, 2016 5:15 pm

אנטשולדיגט, אבער כ'האב דורכגעקוקט די אויבנדערמאנטע תגובות נישט געפינען קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער
פארוואס קען מען נישט מאכן בה''ב אין חו''ל

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 5:28 pm

דער קורצער ענטפער שוין אויסגעשמועסט אויבן הגם טאקע נישט קלאר לגבי בהר בחקותי
כדי מ'זאל ליינען במדבר און דערנאך זאל זיין שבועות. וסימנה מנו ועצרו
זע באריכות דעם שו"ת מהרי"ט נאכגעברענגט אויבן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

ערליכער גרעפיקער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:13 pm

תגובהדורך ערליכער גרעפיקער » זונטאג מאי 15, 2016 5:32 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:דער קורצער ענטפער שוין אויסגעשמועסט אויבן הגם טאקע נישט קלאר לגבי בהר בחקותי
כדי מ'זאל ליינען במדבר און דערנאך זאל זיין שבועות. וסימנה מנו ועצרו
זע באריכות דעם שו"ת מהרי"ט נאכגעברענגט אויבן

יישר כח

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 11:36 am

ווער ווייסט?
ווען קומט אויס צו ליינען פרשת בראשית שבת ביי מנחה?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 21, 2019 2:07 pm

אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת
זוכט איר דוי?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:08 pm

;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:36 am

ב"ה די בני חו"ל פאראייניגן זיך שוין מיט די בני א"י וואס זינט אחרון של פסח זענען מיר געווארן פאריקט. זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן זיך אינגאנצן פאראייניגן ובא לציון גואל.

בשם כל ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

תגובהדורך בשם כל ישראל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:00 am

דריידל האט געשריבן:;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:04 am

בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

אינטערעסאנט. ווי פירט מען זיך אזוי? און איז עס ביי יעדע יו"ט שחל בשבת אדער נאר שמיני עצרת?

בשם כל ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

תגובהדורך בשם כל ישראל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:13 am

דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

אינטערעסאנט. ווי פירט מען זיך אזוי? און איז עס ביי יעדע יו"ט שחל בשבת אדער נאר שמיני עצרת?

נאר שמיני עצרת

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:12 pm

בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

אינטערעסאנט. ווי פירט מען זיך אזוי? און איז עס ביי יעדע יו"ט שחל בשבת אדער נאר שמיני עצרת?

נאר שמיני עצרת

ווער פירט זיך אזוי, און וואס איז די מקור?

veltsman
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:47 pm

אולי לכאורה ווייל קריאת בראשית במקום שביעי

בשם כל ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

תגובהדורך בשם כל ישראל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:23 am

דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:;l;p-

און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת

עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

אינטערעסאנט. ווי פירט מען זיך אזוי? און איז עס ביי יעדע יו"ט שחל בשבת אדער נאר שמיני עצרת?

נאר שמיני עצרת

ווער פירט זיך אזוי, און וואס איז די מקור?


איך האב נישט קיין מקור אבער רוב וועלט [עכ"פ די חסידישע וועלט] פירט זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי און פרשת וזאת הברכה עס קען זיין די סיבה איז אזוי ווי וועלטסמאן שרייבט אז עס איז אזוי ווי יעדעס מאל ווען עס איז דא 3 ס"ת (שבת חנוכה כשחל בר"ח, או שבת שקלים או שבת החודש כשחל בר"ח) פירען זיך אסאך אז אין די ערשטע ספר מאכט מען נאר 6 עליות און די צווייטע ספר איז שביעי און דא איז עס פרשת בראשית

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:52 pm

בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:עס איז דא געוויסע מנהגים באדעם און אסאך פירען זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי אפילו עס געפאלט שבת

אינטערעסאנט. ווי פירט מען זיך אזוי? און איז עס ביי יעדע יו"ט שחל בשבת אדער נאר שמיני עצרת?

נאר שמיני עצרת

ווער פירט זיך אזוי, און וואס איז די מקור?


איך האב נישט קיין מקור אבער רוב וועלט [עכ"פ די חסידישע וועלט] פירט זיך אז מען מאכט נישט קיין שביעי און פרשת וזאת הברכה עס קען זיין די סיבה איז אזוי ווי וועלטסמאן שרייבט אז עס איז אזוי ווי יעדעס מאל ווען עס איז דא 3 ס"ת (שבת חנוכה כשחל בר"ח, או שבת שקלים או שבת החודש כשחל בר"ח) פירען זיך אסאך אז אין די ערשטע ספר מאכט מען נאר 6 עליות און די צווייטע ספר איז שביעי און דא איז עס פרשת בראשית

דאס איז קיינמאל נישט נוגע פאר יהדות הגולה, סא "רוב וועלט" איז עפעס נישט א גוטע אויסדריק.
לויט ווי די שרייבסט אז רוב חסידים פירן זיך אזוי, קלער איך אז לכאורה קומט עס פון די ספרדים אדער תלמידי הגר"א אזויווי אלע אנדערע מנהגי א"י.

להודות
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:29 pm

צ"ע פארוואס און ווי אזוי מען קען רעכענען בראשית אלס איינס פון די ז' קרואים ווען עס איז נאר א מנהג.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:54 pm

אין קארלין לייענט מען קיינמאל מער ווי 7 (אויסער מפטיר). ווען עס געפאלט שבת ר"ח חנוכה לייענט מען 6 בפרשת השבוע, און שביעי אינעם 2'טן ספר, און שטייצעך נאכער מפטיר צום לעצט.

אולי איז דארט אויך אזוי דער מנהג מיט שמיני עצרת שחל בשב"ק בארץ ישראל.
נאט אייך א גרינע...


שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:30 pm

פליגל האט געשריבן:אין קארלין לייענט מען קיינמאל מער ווי 7 (אויסער מפטיר). ווען עס געפאלט שבת ר"ח חנוכה לייענט מען 6 בפרשת השבוע, און שביעי אינעם 2'טן ספר, און שטייצעך נאכער מפטיר צום לעצט.

אולי איז דארט אויך אזוי דער מנהג מיט שמיני עצרת שחל בשב"ק בארץ ישראל.


בעצם פשטות ליינט מען איבעראל אסאך מער פון שבעה קרואים ווייל די מנהג איז יעדער איז עולה ממילא ליינט מען דאך איבער וזאת הברכה
די שאלה איז נאר צו מען ליינט ביז נאך שביעי אין נאכדעם ליינט מען איבער אדער מען ליינט אזוי ווי סתם שנים ביז נאך חמישי


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט