מאמר יראת העונש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ניין און יא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך ינואר 15, 2020 1:46 pm

הבעש''ט האט געשריבן:שטארקע נקודות!

אבער איך מיין אז די פשוטע תשובה אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'???
איז 'לעשות נחת רוח לו יתברך'
די כוונה פון מצות עשה, מהנה זיין כביכול מיט אונזערע מעשים ,און די כוונה פון לא תעשה, אים חלילה נישט מצער זיין,
דאס איז די תכלית בריאת העולם ובריאת האדם

שכר ועונש איז א מהלך צוציקומען צו דעם בשלימות, מתוך שלא לשמה בא לשמה

ביסט גערעכט אז דאס איז די זאך וואס הד וויל פון אינז איך רעדט אבער פארוואס זאל איך טוען וואס ער וויל און אויף דעם איז די תירוץ אדער יראת העונש אדער אהבה אדער יראת הרוממות (אדער פשוט וויל סאיז ריכטיג - אבער דאס פארשטיי איך נישט וויל פארוואס זאל איך טוען וואס איז ריכטיג?)

great
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מיטוואך ינואר 15, 2020 2:01 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:אהבה און עבודה מתוך אהבה איז צוויי אנדערע זאכן.
יא, כאפן א התעורות און א תשיקה צום אייבערשטן דאס איז נישט אזוי שווער. אבער זיך צוריק האלטן פון טון א עבירה מחמת אהבה (אהן קיין געפאפטע מעשיות...) דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש.

סאיז אסאך גרינגער ווי די מיינסט, פראביר עס נעקסטע מאל ווען די האסט א גיטע לשון הרע וואס ברענט אין דיר, טראכט א מניט פון דיין ליעבשאפט צום אייבירשטן (יעדע איד האט ליעבשאפט צום בורא עולם סאיז א מתנה וואס בני אברהם יצחק ויעקב באקימען) אין זאג פארן בורא אז די גייסט דיך צריקהאלטן ווייל די האסט עם ליעב, אין די שווערע ציריקהאלט איז פאר א מתנה, א קרבן ארויסציווייזען דיין ליעבשאפט

קען זיין אז יעדע מענטש איז אנדערש אבער ביי מיר ארבעט עס בעסער ווי טראכטן פין שווארצע מלאכים, אין ליידער האב איך נאכנישט זוכה געווען צי קיין שום מדרגה אין אהבת ה', אין איך פאל נאך דורך, אבער סהאט מיך אסאך מער געהאלפען ווי טראכטן פין גהנום

ביסט גערעכט אז אסאך מאל קען אהבה צוריק האלטן פון עבירות .אבער די ביסט אויך מודה אז די אהבה וואס די האסט איז א מתנה וואס איז נישט תלי אין דיר ( אגב אויב איז עס א מתנה ווי קען עס זיין א מצווה? ע"כ די אהבה וואס איר האט נישט פון דעם רעדט די תורה!) אויב אזוי בשעת נסיון קען ח"ו אוועקפאלן די אהבה אזווי סגעשעהט אסאך איז אויף דעם האב איך געזאגט אז וואס א "מענטש" קען טוען זיך אנציגרייטן פאר א נסיון און אויף וואס ער קען ארבטען איז יראת העונש

דיסקלעימר סאיז מיין מיינונג וויאזוי מיין מח האט ציזאמגעשטעלט וואס איך האב געלעבט אין געלערנט אין געטראכט במשך מיינע יארן, במילא שרייב איך נישט קיין מראה מקום, ווייל אפשר שטייט עס נישט פונקט אזוי

די טבע הבריאה בדרך כלל איז, אז איינער האט מיך ליעב האב איך יענעם אויך ליעב, סדא צוויי סיבות איינס ווייל איך ווייס אז יענער האט מיך ליעב, די אנדערע איז ווייל כמים פנים אל פנים כן לב האדם,

אינדערפרי פאר די ליינסט קרית שמע, וואס דארט שטייט די מצות עשה פון ואהבת את ה', מאכט מען א ברכה, הבוחר בעמו ישראל באהבה, דא ליגט די מתנה אז די קענסט די אייבירשטען גרינג ליעב האבן ווייל ער האט דיך אויך ליעב, אפילו אין דיין שווערע מצב, די שוועריקייט פין די מצוה אפשר איז, צי גלייבן אז ער האט דיך ליעב, מן הסתם וועגען דעם מאכט מען די ברכה קודם

יעצט פראקטיש גערעדט מיין קינד ווייסט אז ער קען נישט איבערדרייען די גאנצע הויז ווייל ער קען כאפן פעטש, איז דא א נארמאלע מענטש וואס מיינט אז איך וויל ער זאל א גאנצע טאג טראכטן אז איך גיי עם שלאגן אויב ער פאלגט נישט? וואס וואלסטו געזאגט ווען איך הענג אויף א פאסיג אין יעדע צימער אז ער זאל נישט מסיח דעת זיין פין די פעטש פאר א רגע?

מיין באשעפער איז א פיינער איך גלייב נישט אז ער וויל איך זאל לעבען אין גהינם אויף דער וועלט,

אין עס קען זיין אז מיין מח איז אנדערש אבער די פינטעלע אהבה וואס איך האב אויפגעארבעט אויף די עלטער, האט מיך טוזנעט מאל מער געהאלפן ווי די יראת העונש, אלטץ קינד בין איך אסאך נעכט נישט געשלאפן אין זיך געצאפעלט פאר שרעק, טראכענדיג פין די שווארצע מלאכים אין די כף הכלא וואס מיינע רביס האבן אזוי קאלירפול ארפגעלייגט, אין געהאלפן האט עס גאר שוואך

איך מיין אז ווען סקומט א שווערע מינוט, איז גרינגער צי טראכטן אז איך גיי במילא פלאקערען, אין דורכפאלן אין טון די עבירה, ווי צי טראכטן דער אייבישטער האט מיך ליעב, אין נאכאלטץ טון די עבירה, אין אוודאי ווען מען פאלט דורך איז זיכער גרינגער זיך אויפציהייבן מיטן טראכטן פון אהבה, אפילו טאמער דאס איז נישט די ריכטיגע אהבה

על כל פנים ביי מיר איז דאס בדוק ומנוסה, אין ניין איך בין נישט קיין צדיק איך וועל אפשר בראטן אין גיהנום, אבער עוד חזון למועד, איך וועל נישט נעמען די גיהנום אליין, ווען עס וועט מיר ברענגען נאר מער גהינום

אין תפארת שלמה שטייט אזוי קלאר וועגן הבוחר בעמו ישראל איר קענט זוכן אין די מפתח דארט

great
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מיטוואך ינואר 15, 2020 2:39 pm

ניין און יא האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:שטארקע נקודות!

אבער איך מיין אז די פשוטע תשובה אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'???
איז 'לעשות נחת רוח לו יתברך'
די כוונה פון מצות עשה, מהנה זיין כביכול מיט אונזערע מעשים ,און די כוונה פון לא תעשה, אים חלילה נישט מצער זיין,
דאס איז די תכלית בריאת העולם ובריאת האדם

שכר ועונש איז א מהלך צוציקומען צו דעם בשלימות, מתוך שלא לשמה בא לשמה

ביסט גערעכט אז דאס איז די זאך וואס הד וויל פון אינז איך רעדט אבער פארוואס זאל איך טוען וואס ער וויל און אויף דעם איז די תירוץ אדער יראת העונש אדער אהבה אדער יראת הרוממות (אדער פשוט וויל סאיז ריכטיג - אבער דאס פארשטיי איך נישט וויל פארוואס זאל איך טוען וואס איז ריכטיג?)

איך פארשטיי נישט יראת העונש און אהבת השם איז איינע פון די תריג מצוות און די רמבם לייג אריין שכר ועונש און עיקרי אמונה און צו זאגן אויף דעם מתוך שלא לשמה איז לע"ד כפירה א וודאי איז דא גרויסע מדריגות פון יראה און אהבה איז אין לשער וואס תלמידי בעל שם האבן געקענט. און לעשות נחת רוח איז פשוט טייטש אהבה וואס איז א מצוות עשה. יעצט די טעם פון די 2 מצוות זאגט די תורה קלאר אז מזאל האבן יראה און אהבה פשוטה כדי צו וועלן טוהן אלע אנדרע מצוות. אויב אזוי אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'??? האב איך איין תירץ ווייל די אייבערשטער האט געהייסן. וועגן דעם האלט די רמבן אז אמונה קענישט ווערן גערעכנט אין די תריג מצוות און אזוי זאגט די גמרא למה תוקעין רחמנא אמר תקעוץ א וודאי הסברים און פשטים זענען דא אסאך און אלע ספרים הקדושים. וועגן דעם לערענט(איך האף אזוי) ספרי מוסר וספרי תלמידי בע"ש. און איין ווארט פארוואס טו איך נישט די עבירה ווייל די באשעפער לאזט נישט (און א וודאי דורך האבן די גאר קליינע יראה און אהבה וואס איז שייך צו האבן ווי אזוי די באשעפער הייסט גיט דאס הילף נישט עובר צו זיין ) און א בעל יודע האט אינזין די טעמים

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 15, 2020 4:25 pm

שפע רב האט געשריבן:@נשמה, וואו ביזטו? במשנתו פון הרה"ג ר' שרגא פליישמאן איז אויסגעשמועסט גאר שטארק, און כמעט פארקערט ווי געוואוסע דא. נשמה, קום ביטע אריין אין קורצן.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וועל שרייבן דאס ביסל וואס איך מיין אז איך ווייס. לויט וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ פון די אלע שיעורים פון ר' שרגא נ"י, און איך זאג קלאר אז אויב ס'דא אפילו נאר איין אות וואס איז אנדערש ווי ס'שטייט, זאג איך גארנישט.

די ערשטע זאך וואס מיר קומט ארויף איז אז - לויט ווי איך ווייס - האט דער רבי ז"ל מסאטמאר נישט גערעדט פון 'גיהנם' און פון 'עונשים'. דאס מיינט אז ער האט נישט מעורר געווען אז מ'זאל זיך אפהיטן בקדושה דורכ'ן אנצינדן די פחד פון א מענטש אז ס'איז דא א 'עונש'. ער האט נישט דערשראקן. כאטש ער האט עס זייער לייכט געקענט טון. ער האט זייער גוט געוואוסט. - אדרבה ווייז מיר וואו ער האט גערעדט אפילו איין ווארט פון פחד פון 'עונש'. ער האט געזאגט פאר איינעם אז אין חובות הלבבות ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט וועגן 'גיהנם'. אין חובות הלבבות ווערט נישט דערמאנט א מהלך המחשבה אז זיך טעראריזירן מיט עונש זאל זיין די טרייב קראפט צו זיין וואויל.

איך געדענק ווערן אראפגעברענגט פון סקווירא'ר רבי'ן זצ"ל, אז ער האט געהערט אז א קינד קען נישט שלאפן ביינאכט פון פחד פון גיהנם, האט ער געזאגט פאר'ן קינד: דו ביסט דאך א וואויל קינד, דיך וועט עס נישט זיין. עפעס אזוי.

די רבי זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט היינט העלפט שוין נישט קיין ראשית חכמה. עד כאן.

און איך טראכט אז אדרבה, דער מענטש וועט זוכן אונטערנבאוואוסטזיין צו דורכפאלן חלילה, ווייל ער פארטראגט נישט די פחד פון עונש.

אויב בשעת מ'טראכט פון די עונשים וואס ערווארט פאר די נשמה פאר יעדע קלייניגקייט וואס מ'האט זיך דערווייטערט פון באשעפער, אויב בשעת מ'טראכט פון עס, רעגט מען זיך כאילו אויף די סיסטעם פון אויבן: שוין, איך האב נישט קיין ברירה, וועל איך זיין וואויל, איך וויל דאך נישט באקומען קיין עונש. אויב דאס געשעהט, איז דאס נישט בחירה. פארקערט דער מענטש איז בוחר אז לויט וויאזוי ער וואלט געוואלט וואלט ער נישט געוואלט די גאנצע זאך פון זיין נאנט צום באשעפער חלילה וחס. און דאס אליין איז א עבירה און דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז גורם אנדערע עבירות ווי די משנה זאגט אין אבות עבירה גוררת עבירה.

אין ספר דרך אמת פונעם הייליגן יושר דברי אמת, שטייט אז די פחד פאר א עבירה דארף זיין אז דער אייבערשטער גייט אוועקגיין פון מיר. דהיינו, אז די פחד פאר א עבירה דארף זיין א אויב איך גיי דורכפאלן גיי איך בלייבן אליין אין די טונקל. איך גיי פארלירן מיין התחברות. איך גיי פארלירן מיין תענוג פון זיין מיט די אייבערשטער. און דאס קומט פון אהבה. מ'דארף אזוי שטארק וועלן בלייבן נאנט צום אייבערשטן, אז דאס דארף מאכן אז מ'זאל ציטערן פון א עבירה. און דאס איז 'עונש'. וואס איז 'עונש'? עונש געשעהט ווייל מ'איז ווייט פון באשעפער.

דער מענטש קומט אן אויף יענע וועלט, און זיין נשמה ווייסט איר עקזיסטענץ אנעם גוף. כל זמן א מענטש איז אינעם גוף, דערשפירט זי נישט די צער פון זיין דערווייטערט פון באשעפער. ווייל זי איז צוגעבינדן צום גוף. די רגע די נשמה גייט ארויס פונעם גוף, זעהט זי זיך מיט איר עקזיסטענץ אזוי ווי זי איז באמת. און חלילה אויב זי זעהט זיך אין א עקזיסטענץ מיט מחנות שלעכטע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות, דאס איז א מורא'דיגע צער. וואס קען זי טון? פונקט אזוי ווי א מענטש וויל נישט זיין אין די טונקל אויף דער וועלט, וויל נישט א מענטש האבן די שלעכטע מלאכים. די זעלבע רצון וואס א מענטש האט צו בוחר זיין אין באשעפער, האט ער אויך ווען ער קומט ארויף אויף יענע וועלט.

א מענטש דארף אלעמאל זיך באטראכטן, די פחד פון 'עונש' וואס איך טראכט יעצט, מאכט מיך יעצט בוחר זיין אין באשעפער? אדער ס'וויל זיך מיר אנטלויפן וואטשן א קליפ? אויב ס'וויל זיך אוועקלויפן וואטשן א קליפ, מיינט עס אז דער מענטש איז נישט בוחר דא. ער וויל זיין הפקר.

ס'דא צומאל ווען א מענטש לערנט 'ראשית חכמה', און ער שפירט ביי זיך אז טאקע צוליב דעם איז ער בוחר בחיים, בטוב, ליהיות טוב. אזוי ווי א מענטש וואס ליינט וועגן די שעדליכקייט פון עסן צוקער, אדער ציגארעטליך - לויט וויאזוי איך פארשטיי, וועט ער טון וואס? אויב איז ער א מענטש וואס בשעת ער ליינט די שעדליכקייט פון צופיל צוקער, איז ער בוחר אין געזונט, וועט ער אויפהערן עסן צוקער. אויב איז ער א מענטש וואס בשעת ער ליינט די שעדליכקייט פון צופיל צוקער איז ער נישט בוחר אין געזונט, וועט ער וועגן דעם יא עסן צוקער.

א מענטש דארף אלעמאל זיין אין א מצב פון בוחר זיין בטוב. בוחר זיין מיינט נישט: זיך איינרעדן אז מ'איז בוחר. בוחר זיין מיינט: עס וויל זיך מיר, עס גלוסט זיך מיר.

ס'דא צומאל ווען א מענטש לערנט ראשית חכמה, און ער איז בוחר בטוב. ער לערנט די מצב פון די נשמה ווען זי קומט ארויף אויף יענע וועלט און זי קען ליידן נעבעך עונשים פאר יעדע עבירה, און דאס מאכט אז ער זאל צוליב דעם שפירן א תענוג. און איך זאג נאכאמאל 'תענוג'. די הייליגע ראשית חכמה האט עס געשריבן כדי מ'זאל שפירן תענוג בשעת מ'לערנט עס. אזוי ווי יעדע עבודת השי"ת איז תענוג. ס'דא ווען א מענטש שפירט א תענוג. אזוי ווי ווען א מענטש לערנט די שעדליכקייט פון צופיל צוקער, אדער די שעדליכקייט פון זיצן צו סאך אויף איין פלאץ. און ער שפירט תענוג. ער פריידט זיך אז ער קען זיך אויפקלערן און אויסוועלן וואס עס איז ריכטיג. וועגן דעם פחד בין איך יעצט בוחר אין וואס עס איז טוב.

אבער ס'דא צומאל ווען דער מענטש שפירט אז ער פארטראגט עס נישט. און דער שפיר פון 'אומדערטרעגליכקייט', מיינט אין אנדערע ווערטער: איך בין בוחר ברע. ס'סאך בעסער אז חלילה עס וואלט נישט עקזיסטירט אזא שרעקעדיגע באשעפער. אין די צייט וואס דער באשעפער איז כולו טוב. פרעג אונזער רבי משה, ער האט געזעהן דעם אייבערשטן, גיי פרעג אים. ער האט עס פארשריבן אין איינע פון די גאר אלטע ספרים. ער האט געזעהן ה' ה' ק-ל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת וכו'. לא ינקה, אויב מ'טוט נישט תשובה. און דערפאר? טו תשובה און שוין.

ווען איך שרייב יעצט די שורות טראכט איך פון 'עונשים', און פשוט איך ציטער. און אויב עס איז דא אין מיר א רצון זיך צו בארואיגן דערפון, אז איינער גייט מיך באלד פרעגן: האסטעך שוין בארואיגט? מיינט דאס אז איך בין אויסדרוקליך נישט בוחר אינעם אייבערשטן. די ציטער פון 'עונשים' איז נישט אזא סארט ציטער אז מ'זאל זיך דארפן דערפון בארואיגן. ס'איז מער אזא אויפמערקזאמקייט צו א פאקט אויב איך גיי נישט זיין וואויל. די זעלבע אויפמערקזאמקייט אז "מ'דארף זיך היטן פון קארבאן מאנעקסייד". וואס געשעהט ווען מ'ליינט אז מ'דארף זיך היטן פון קארבאן מאנאקסייד? מ'קויפט א דיטעקטאר. מ'איז בוחר בטוב.

די תורה רעדט פון עונשים אויף דער וועלט. די 'תוכחה'. בשעת מ'הערט עס, איז מעגליך עס צו הערן באופן אז ס'זאל דערנענטערן צום באשעפער. אזוי ווי א מענטש זאל טראכטן: דו ווייסט ווי שרעקליך ס'וועט זיין אויב חלילה איך גיי נישט היטן מיין געזונט. ער ווייסט אז ער האט יעצט די בחירה יא בוחר צו זיין צו היטן דאס געזונט. עס איז פועל אויף די בחירה לטוב, און ער איז בוחר בטוב. ער ליינט: ואם תלכו עמי בקרי אף אני אלך עמכם בחמת קרי, (אוי רח"ל) און ער שפירט א אהבה צום אמת פון די זאך. און ער איז בוחר בטוב. אבער אויב איך הער די 'תוכחה', און איך טראכט: ווי ווער איך פטור דא. איך מוז מאכן א דשאוק. דאס מיינט: איך בין בוחר אז איך וויל נישט די גאנצע זאך.

יראה איז א לשון פון זעהן. דער מענטש איז מכיר אין די אמת פון עקזיסטענץ, און ער איז בוחר אין דעם. די אמת פון עקזיסטענץ איז, אז אויב א מענטש טוט אזוי און אזוי געשעהט אזוי און אזוי. עס איז גארנישט אנדערש ווי לערנען אנדערע זאכן וועגן עקזיסטענץ. אויב איך גיי נישט אכטונג געבן וויאזוי איך עס, אדער אויב איך גיי נישט מאכן קיין עקסערסייז, גייט געשעהן דאס און דאס. ס'איז א פאקט. יראה מיינט: זעהן די פאקט. פארשטייט זיך אז ס'דארף ברענגען צו א באלדיגע עונג. אזוי ווי יעדע עבודת השי"ת

יראת העונש איז צעטיילט אויף צוויי. ס'דא די ריכטיגע, און דאס איז אז בשעת דער מענטש זעהט די פחד פון די עונש, איז זיך אים בשעת מעשה בוחר בטוב. און בוחר מיינט: איך וויל עס. און ס'דא די אומריכטיגע. אז בשעת דער מענטש ווערט געווירקט פונעם פחד, איז ער נישט בוחר בטוב. ער וויל אוועקלויפן פון דעם מציאות.

בשעת א מענטש האט "יראת העונש" האט ער א פאטענציאל צו ווערן פארנומען מיט זיך. איך גיי ליידן דאס, און איך גיי ליידן יענץ. ער ווערט פארנומען מיט זיך. ער האט א פאטענציאל צו פארגעסן אז דער עיקר איז דא צו בוחר זיין בחיים, צו בוחר זיין אינעם אייבערשטן חי החיים, מקור החיים, אזוי ווי די פסוק זאגט: ובחרת בחיים.

והשם הטוב יעזור.
צוגעלייגטע
יראת העונש.pdf
(90.15 KiB) דאונלאודעד 12 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך ינואר 15, 2020 7:17 pm

great האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:שטארקע נקודות!

אבער איך מיין אז די פשוטע תשובה אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'???
איז 'לעשות נחת רוח לו יתברך'
די כוונה פון מצות עשה, מהנה זיין כביכול מיט אונזערע מעשים ,און די כוונה פון לא תעשה, אים חלילה נישט מצער זיין,
דאס איז די תכלית בריאת העולם ובריאת האדם

שכר ועונש איז א מהלך צוציקומען צו דעם בשלימות, מתוך שלא לשמה בא לשמה

ביסט גערעכט אז דאס איז די זאך וואס הד וויל פון אינז איך רעדט אבער פארוואס זאל איך טוען וואס ער וויל און אויף דעם איז די תירוץ אדער יראת העונש אדער אהבה אדער יראת הרוממות (אדער פשוט וויל סאיז ריכטיג - אבער דאס פארשטיי איך נישט וויל פארוואס זאל איך טוען וואס איז ריכטיג?)

איך פארשטיי נישט יראת העונש און אהבת השם איז איינע פון די תריג מצוות און די רמבם לייג אריין שכר ועונש און עיקרי אמונה און צו זאגן אויף דעם מתוך שלא לשמה איז לע"ד כפירה א וודאי איז דא גרויסע מדריגות פון יראה און אהבה איז אין לשער וואס תלמידי בעל שם האבן געקענט. און לעשות נחת רוח איז פשוט טייטש אהבה וואס איז א מצוות עשה. יעצט די טעם פון די 2 מצוות זאגט די תורה קלאר אז מזאל האבן יראה און אהבה פשוטה כדי צו וועלן טוהן אלע אנדרע מצוות. אויב אזוי אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'??? האב איך איין תירץ ווייל די אייבערשטער האט געהייסן. וועגן דעם האלט די רמבן אז אמונה קענישט ווערן גערעכנט אין די תריג מצוות און אזוי זאגט די גמרא למה תוקעין רחמנא אמר תקעוץ א וודאי הסברים און פשטים זענען דא אסאך און אלע ספרים הקדושים. וועגן דעם לערענט(איך האף אזוי) ספרי מוסר וספרי תלמידי בע"ש. און איין ווארט פארוואס טו איך נישט די עבירה ווייל די באשעפער לאזט נישט (און א וודאי דורך האבן די גאר קליינע יראה און אהבה וואס איז שייך צו האבן ווי אזוי די באשעפער הייסט גיט דאס הילף נישט עובר צו זיין ) און א בעל יודע האט אינזין די טעמים

כפירה???
לא לשמה לגבי די תכלית הכוונה מה חובת האדם בעולמו,
וואס מיינען חז"ל מיט די מימרא אז איינער לערנט שלא לשמה וכו', אז ער טוט נישט דעם רצון ה'? אז ער באקומט נישט קיין שכר?
ס'מיינט נאך נישט צוגעקומען צום עיקר נקודה צום שלימות!

יראה און אהבה איז גארנישט אנדערשט פון אנדערע עשין און לא תעשין, און מען דארף דאס אויך מקיים זיין 'לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו'

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 15, 2020 7:59 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:יראת העונש האט מיך נאר געהאלפען פאר 15 מינוט אין דערנאך געפלאצט

איך מיין ווייל דער מענטש ווערט פארנומען מיט זיך. ער וויל זיך ראטעווען פון די עונש. און אז ער איז פארנומען מיט זיך, ווערט ער נאכדעם פארנומען צו אנטלויפן פון זיינע אומאנגענעמע געפילן. נעם דיך נישט אריין אין די פיקטשער. לערן עס אז 'רשעים' וואס דערווייטערן זיך פון באשעפער באקומען עונשים. אבער גארנישט מיט דיר. דו ביסט נישט דער רשע, דו האסט גארנישט מיט די רשע, און דו ווילסט נישט זיין דער רשע, דערפאר לערנסט עס דאך. און בעיקר בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל דיך העלפן אז דו זאלסט נישט זיין דער רשע. אן הילף פון באשעפער קען מען זיך נישט ראטעווען פון גארנישט. נישט פון עבירות, און נישט פון עונשים. נישט קיין חילוק ווי שטארק דו גייסט ציטערן. און אפילו דו גייסט קענען דעם גאנצן ראשית חכמה פונקטליך גייט עס דיך נישט העלפן אן הילף פון באשעפער. און טראכט אז דו ווילסט נישט באקומען א 'עונש', טאקע ווייל דו האסט ליב דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט צער כביכול פון געבן עונשים. דאס הייסט אז די מציאות פון באשעפער ווערט געשטערט לגבי די נבראים, אז מענטשן באקומען עונשים.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך ינואר 15, 2020 8:36 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 15, 2020 8:03 pm

ניין און יא האט געשריבן:פארוואס האבן די יודן און לאגער נישט געפלאצט פון מורא האבן פון די דייטשן???
וייל זיי האבן געוויסט אז סאיז עכט!!!
ווען די וועסט וויסען אז ראשית חכמה איז עכט וועסטו אויך נישט פלאצן נאר טוען וואס מען דארף

די ראשית חכמה אזוי ווי אז איך ווייס אז אין לאנד פלוני איז דא א מלחמה און דערפאר גיי איך נישט אהין. ווייל דער אייבערשטער וויל אז איך זאל בלייבן לעבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:04 pm

ניין און יא האט געשריבן:וידוע מעשה מהבעש"ט הקדוש שפעם אחת נשבה בלי ליסטים ואבד כל מדרגותיו והתחיל לומר האותיות א-
ב-ג וזה הצילו והחזירו לו מדרגותיו,

וואס האט די מעשה מיט יראת העונש? איך בין זעכער אז די בעש"ט האט געזאגט די א ב מיט גרויס אהבה

great
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:17 pm

הבעש''ט האט געשריבן:
great האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:שטארקע נקודות!

אבער איך מיין אז די פשוטע תשובה אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'???
איז 'לעשות נחת רוח לו יתברך'
די כוונה פון מצות עשה, מהנה זיין כביכול מיט אונזערע מעשים ,און די כוונה פון לא תעשה, אים חלילה נישט מצער זיין,
דאס איז די תכלית בריאת העולם ובריאת האדם

שכר ועונש איז א מהלך צוציקומען צו דעם בשלימות, מתוך שלא לשמה בא לשמה

ביסט גערעכט אז דאס איז די זאך וואס הד וויל פון אינז איך רעדט אבער פארוואס זאל איך טוען וואס ער וויל און אויף דעם איז די תירוץ אדער יראת העונש אדער אהבה אדער יראת הרוממות (אדער פשוט וויל סאיז ריכטיג - אבער דאס פארשטיי איך נישט וויל פארוואס זאל איך טוען וואס איז ריכטיג?)

איך פארשטיי נישט יראת העונש און אהבת השם איז איינע פון די תריג מצוות און די רמבם לייג אריין שכר ועונש און עיקרי אמונה און צו זאגן אויף דעם מתוך שלא לשמה איז לע"ד כפירה א וודאי איז דא גרויסע מדריגות פון יראה און אהבה איז אין לשער וואס תלמידי בעל שם האבן געקענט. און לעשות נחת רוח איז פשוט טייטש אהבה וואס איז א מצוות עשה. יעצט די טעם פון די 2 מצוות זאגט די תורה קלאר אז מזאל האבן יראה און אהבה פשוטה כדי צו וועלן טוהן אלע אנדרע מצוות. אויב אזוי אויף די פשוטע שאלה למה עובדים את ה'??? האב איך איין תירץ ווייל די אייבערשטער האט געהייסן. וועגן דעם האלט די רמבן אז אמונה קענישט ווערן גערעכנט אין די תריג מצוות און אזוי זאגט די גמרא למה תוקעין רחמנא אמר תקעוץ א וודאי הסברים און פשטים זענען דא אסאך און אלע ספרים הקדושים. וועגן דעם לערענט(איך האף אזוי) ספרי מוסר וספרי תלמידי בע"ש. און איין ווארט פארוואס טו איך נישט די עבירה ווייל די באשעפער לאזט נישט (און א וודאי דורך האבן די גאר קליינע יראה און אהבה וואס איז שייך צו האבן ווי אזוי די באשעפער הייסט גיט דאס הילף נישט עובר צו זיין ) און א בעל יודע האט אינזין די טעמים

כפירה???
לא לשמה לגבי די תכלית הכוונה מה חובת האדם בעולמו,
וואס מיינען חז"ל מיט די מימרא אז איינער לערנט שלא לשמה וכו', אז ער טוט נישט דעם רצון ה'? אז ער באקומט נישט קיין שכר?
ס'מיינט נאך נישט צוגעקומען צום עיקר נקודה צום שלימות!

יראה און אהבה איז גארנישט אנדערשט פון אנדערע עשין און לא תעשין, און מען דארף דאס אויך מקיים זיין 'לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו'

פשוט קוק אריין אלע פלעצער אין ש"ס וועסטו זעהן אז שלא לשמה מיינט אדער להתגדל לקרות רבי אדער לקנטר. לשמה מיינט פשוט לשם יתברך שכך צוה א וודאי איז דא מדריגות אין לשער. און איינער וואס טוט שלא לשמה האט געטוהן דעם רצון הבורה אבער נישט בשלימות ווי די גמרא זאגט אז די עיקר איז לשמה. און לגבי שכר באקומט מען אייביג און אמאל אפילו שלא לשמה מער אזוי ווי עס שטייט און מסכת אבות לפום צערא אגרא. און לעשות נחת רוח להבורא יתברך איז בקיצור לשמה און לשמה מיינט רחמנא אמר תקעו. והכל הולך אל מקום אחד. קומט אויס אז צו טוהן לשם שכר ועונש איז גארנישט קיין סתירה מיט לשמה (פארשטייט זיך די קלענסטע מדריגה) ווייל צו האבן יראה איז ווייל די אייבערשטער האט געהייסן. סך הכל אז אלעס דארף זיין שכך צוה השם ולכך עשיתי או לא. און איינמאל מהאט פניות איז עס שלא לשמה. (און תכלית בריאת העולם והאדם אאוו. איז ביאורים וטעמים אויף די מצוות און יסודות פארוואס צוה השם אבער פאלגן דארף מען שכך צוה השם)

מוח קאפ שטרוי זאק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:04 pm

תגובהדורך מוח קאפ שטרוי זאק » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:22 pm

ב"ה
ווי איך פארשטיי יראת שמים איז, נישט א פחד וואס מען האט מורה פון א מאנסטער, לאמיר זעהן וואס די גמ' דארשנ'ט אויף די פסוק "את ה' אלקיך תירא" לרבות תלמידי חכמים, פאשטייט זיך אליין אז די תורה זאגט נישט איך זאל מורה האבען פון א תלמיד חכם אז ער גייט מיך שטראפן און טוהן ווייס איך וואס, ווייל עס איז בכלל נישט ביכולת אין זיין הענט צו טוהן דאס וואס די בורא כל העולמים קען, און איך גלייב אויך גאנץ שוואך אז די תורה וויל איך זאל ציטערען פון איהם ווי איך ציטער פון א רויבער, נאר וואס דען, איך זאל האלטן חשוב, און מכבד זיין און ארויף קוקן אויף א תורה יוד, און איינען וועם מען האלט טייער און חשוב און מכבד, האט מען א יראה, א יראת הכבוד פון איהם, די זעלבע איז מיט די רבש"ע, ער וויל נישט מיר זאלן מורה האבען ווייל ער קען אינז שטראפן, אודאי קען ער דאס טוהן, אבער נישט דאס איז וואס ער איז און נישט דאס איז וואס ער וויל מיר זאלן מורא האבען פון איהם, ווייל אויב דאס איז די אמת, איז נישט מעגליך איהם ליב צו האבן, נאר די רבש"ע וויל מיר זאלען איהם קענען, און פארשטיין אז ער איז בורא ומנהיג לכל הבריאים, און ער וויל און איז ביכולת צו טוהן גוט'ס און דרך הטוב להיטב, און אז מיר וועלען איהם קענען לערנען, וועלען מיר האבען יראת הכבוד, אבער עס איז זייער שווער צו מחנך זיין און זאגען איינעם די דארפסט מורא האבען פון אויבערשטען, א) ווער איז די רבש"ע וואס איך זאל מורא האבען פון איהם, ב) אויב גיבען מיר אריין א שרעק און אז די רבש"ע איז שרעקעדיג, וויאזוי ערווארט מען דערנאך אז מען זאל ליב האבען צו דינען די רבש"ע, און טוהן די מצות מיט שמחה.

אוועטאר
ניין און יא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:27 pm

מוח קאפ שטרוי זאק האט געשריבן:ב"ה

איר רעדט פון יראת הרוממות

אוועטאר
ניין און יא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:40 pm

נשמה האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:א מענטש דארף אלעמאל זיין אין א מצב פון בוחר זיין בטוב. בוחר זיין מיינט נישט: זיך איינרעדן אז מ'איז בוחר. בוחר זיין מיינט: עס וויל זיך מיר, עס גלוסט זיך מיר.

בוחר זיין מיינט אפמאכן וואס צו טוען אפילו סגליסט פארקערט

אוועטאר
ניין און יא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:41 pm

ניין און יא האט געשריבן:
מוח קאפ שטרוי זאק האט געשריבן:ב"ה
ואבער עס איז זייער שווער צו מחנך זיין און זאגען איינעם די דארפסט מורא האבען פון אויבערשטען, א) ווער איז די רבש"ע וואס איך זאל מורא האבען פון איהם,

אודאי איז אמונה די יסוד

אוועטאר
ניין און יא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

פארוואס שטייט דאס???!

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:43 pm

וְאִם לֹא תִשְׁמְעוּ לִי וְלֹא תַעֲשׂוּ אֵת כָּל הַמִּצְוֹת הָאֵלֶּה: {טו} וְאִם בְּחֻקֹּתַי תִּמְאָסוּ וְאִם אֶת מִשְׁפָּטַי תִּגְעַל נַפְשְׁכֶם לְבִלְתִּי עֲשׂוֹת אֶת כָּל מִצְוֹתַי לְהַפְרְכֶם אֶת בְּרִיתִי: {טז} אַף אֲנִי אֶעֱשֶׂה זֹּאת לָכֶם וְהִפְקַדְתִּי עֲלֵיכֶם בֶּהָלָה אֶת הַשַּׁחֶפֶת וְאֶת הַקַּדַּחַת מְכַלּוֹת עֵינַיִם וּמְדִיבֹת נָפֶשׁ וּזְרַעְתֶּם לָרִיק זַרְעֲכֶם וַאֲכָלֻהוּ אֹיְבֵיכֶם: {יז} וְנָתַתִּי פָנַי בָּכֶם וְנִגַּפְתֶּם לִפְנֵי אֹיְבֵיכֶם וְרָדוּ בָכֶם שֹׂנְאֵיכֶם וְנַסְתֶּם וְאֵין רֹדֵף אֶתְכֶם: {יח} וְאִם עַד אֵלֶּה לֹא תִשְׁמְעוּ לִי וְיָסַפְתִּי לְיַסְּרָה אֶתְכֶם שֶׁבַע עַל חַטֹּאתֵיכֶם: {יט} וְשָׁבַרְתִּי אֶת גְּאוֹן עֻזְּכֶם וְנָתַתִּי אֶת שְׁמֵיכֶם כַּבַּרְזֶל וְאֶת אַרְצְכֶם כַּנְּחֻשָׁה: {כ} וְתַם לָרִיק כֹּחֲכֶם וְלֹא תִתֵּן אַרְצְכֶם אֶת יְבוּלָהּ וְעֵץ הָאָרֶץ לֹא יִתֵּן פִּרְיוֹ: {כא} וְאִם תֵּלְכוּ עִמִּי קֶרִי וְלֹא תֹאבוּ לִשְׁמֹעַ לִי וְיָסַפְתִּי עֲלֵיכֶם מַכָּה שֶׁבַע כְּחַטֹּאתֵיכֶם: {כב} וְהִשְׁלַחְתִּי בָכֶם אֶת חַיַּת הַשָּׂדֶה וְשִׁכְּלָה אֶתְכֶם וְהִכְרִיתָה אֶת בְּהֶמְתְּכֶם וְהִמְעִיטָה אֶתְכֶם וְנָשַׁמּוּ דַּרְכֵיכֶם: {כג} וְאִם בְּאֵלֶּה לֹא תִוָּסְרוּ לִי וַהֲלַכְתֶּם עִמִּי קֶרִי: {כד} וְהָלַכְתִּי אַף אֲנִי עִמָּכֶם בְּקֶרִי וְהִכֵּיתִי אֶתְכֶם גַּם אָנִי שֶׁבַע עַל חַטֹּאתֵיכֶם: {כה} וְהֵבֵאתִי עֲלֵיכֶם חֶרֶב נֹקֶמֶת נְקַם בְּרִית וְנֶאֱסַפְתֶּם אֶל עָרֵיכֶם וְשִׁלַּחְתִּי דֶבֶר בְּתוֹכֲכֶם וְנִתַּתֶּם בְּיַד אוֹיֵב: {כו} בְּשִׁבְרִי לָכֶם מַטֵּה לֶחֶם וְאָפוּ עֶשֶׂר נָשִׁים לַחְמְכֶם בְּתַנּוּר אֶחָד וְהֵשִׁיבוּ לַחְמְכֶם בַּמִּשְׁקָל וַאֲכַלְתֶּם וְלֹא תִשְׂבָּעוּ: (ס) {כז} וְאִם בְּזֹאת לֹא תִשְׁמְעוּ לִי וַהֲלַכְתֶּם עִמִּי בְּקֶרִי: {כח} וְהָלַכְתִּי עִמָּכֶם בַּחֲמַת קֶרִי וְיִסַּרְתִּי אֶתְכֶם אַף אָנִי שֶׁבַע עַל חַטֹּאתֵיכֶם: {כט} וַאֲכַלְתֶּם בְּשַׂר בְּנֵיכֶם וּבְשַׂר בְּנֹתֵיכֶם תֹּאכֵלוּ: {ל} וְהִשְׁמַדְתִּי אֶת בָּמֹתֵיכֶם וְהִכְרַתִּי אֶת חַמָּנֵיכֶם וְנָתַתִּי אֶת פִּגְרֵיכֶם עַל פִּגְרֵי גִּלּוּלֵיכֶם וְגָעֲלָה נַפְשִׁי אֶתְכֶם: {לא} וְנָתַתִּי אֶת עָרֵיכֶם חָרְבָּה וַהֲשִׁמּוֹתִי אֶת מִקְדְּשֵׁיכֶם וְלֹא אָרִיחַ בְּרֵיחַ נִיחֹחֲכֶם: {לב} וַהֲשִׁמֹּתִי אֲנִי אֶת הָאָרֶץ וְשָׁמֲמוּ עָלֶיהָ אֹיְבֵיכֶם הַיּשְׁבִים בָּהּ: {לג} וְאֶתְכֶם אֱזָרֶה בַגּוֹיִם וַהֲרִיקֹתִי אַחֲרֵיכֶם חָרֶב וְהָיְתָה אַרְצְכֶם שְׁמָמָה וְעָרֵיכֶם יִהְיוּ חָרְבָּה: {לד} אָז תִּרְצֶה הָאָרֶץ אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ כֹּל יְמֵי הָשַּׁמָּה וְאַתֶּם בְּאֶרֶץ אֹיְבֵיכֶם אָז תִּשְׁבַּת הָאָרֶץ וְהִרְצָת אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ: {לה} כָּל יְמֵי הָשַּׁמָּה תִּשְׁבֹּת אֵת אֲשֶׁר לֹא שָׁבְתָה בְּשַׁבְּתֹתֵיכֶם בְּשִׁבְתְּכֶם עָלֶיהָ: {לו} וְהַנִּשְׁאָרִים בָּכֶם וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם בְּאַרְצֹת אֹיְבֵיהֶם וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף וְנָסוּ מְנֻסַת חֶרֶב וְנָפְלוּ וְאֵין רֹדֵף: {לז} וְכָשְׁלוּ אִישׁ בְּאָחִיו כְּמִפְּנֵי חֶרֶב וְרֹדֵף אָיִן וְלֹא תִהְיֶה לָכֶם תְּקוּמָה לִפְנֵי אֹיְבֵיכֶם: {לח} וַאֲבַדְתֶּם בַּגּוֹיִם וְאָכְלָה אֶתְכֶם אֶרֶץ אֹיְבֵיכֶם: {לט} וְהַנִּשְׁאָרִים בָּכֶם יִמַּקּוּ בַּעֲוֹנָם בְּאַרְצֹת אֹיְבֵיכֶם וְאַף בַּעֲוֹנֹת אֲבֹתָם אִתָּם יִמָּקּוּ: {מ} וְהִתְוַדּוּ אֶת עֲוֹנָם וְאֶת עֲוֹן אֲבֹתָם בְּמַעֲלָם אֲשֶׁר מָעֲלוּ בִי וְאַף אֲשֶׁר הָלְכוּ עִמִּי בְּקֶרִי: {מא} אַף אֲנִי אֵלֵךְ עִמָּם בְּקֶרִי וְהֵבֵאתִי אֹתָם בְּאֶרֶץ אֹיְבֵיהֶם אוֹ אָז יִכָּנַע לְבָבָם הֶעָרֵל וְאָז יִרְצוּ אֶת עֲוֹנָם: {מב} וְזָכַרְתִּי אֶת בְּרִיתִי יַעֲקוֹב וְאַף אֶת בְּרִיתִי יִצְחָק וְאַף אֶת בְּרִיתִי אַבְרָהָם אֶזְכֹּר וְהָאָרֶץ אֶזְכֹּר: {מג} וְהָאָרֶץ תֵּעָזֵב מֵהֶם וְתִרֶץ אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ בָּהְשַׁמָּה מֵהֶם וְהֵם יִרְצוּ אֶת עֲוֹנָם יַעַן וּבְיַעַן בְּמִשְׁפָּטַי מָאָסוּ וְאֶת חֻקֹּתַי גָּעֲלָה נַפְשָׁם: {מד} וְאַף גַּם זֹאת בִּהְיוֹתָם בְּאֶרֶץ אֹיְבֵיהֶם לֹא מְאַסְתִּים וְלֹא גְעַלְתִּים לְכַלֹּתָם לְהָפֵר בְּרִיתִי אִתָּם כִּי אֲנִי יְהוָֹה אֱלֹהֵיהֶם: {מה} וְזָכַרְתִּי לָהֶם בְּרִית רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לְעֵינֵי הַגּוֹיִם לִהְיוֹת לָהֶם לֵאלֹהִים אֲנִי יְהוָֹה: {מו}

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 1:00 pm

אדער יא אדער ניין...

איך זאג: ניין ניין און נאכמאל ניין

די גאנצע מהלך איז מופרך מעיקרו

האסט געלייגט שיינע הנחות און אויף דעם בויסטו דיין מהלך אבער די זעלבע מהלך קענסטו נעמען צו אהבה

ניין און יא האט געשריבן:יש שכל ומוח ויש לב, וכל התירוצים הוא מספיק לשכל שהוא יבין למה עובדים ה', אבל זה לא מספיק ללב שחושק ומתאווה לכל דברהאסור... וא"כ נשאר שאלה למה שאציית לשכל ולא ללב דהיינו למה אעשה מה שנכון לעשות ולא מהשחושק לי לעשות )

אכן אפתח ואומר ציית ללבך ולא לשכלך כי לבני אהובי לא אעשה לו רעה מצד אהבתי אליו, גם אם הדבר נחשק ונכסף.
וכן העובד את ה׳ מאהבה, מרוב אהבתו את ה׳ לא ירע לבבו לעשות כל רעה על אף שהדבר מושכתו בחבלי רשתות.

והנה אגיד האמת ששאלתי בחור חכם אחד ובחור שיראתו מרובה מחכמתו והוא ענה לי תשובה הטובה ביותר, ונדהמתי שאין גם אחד שתירץ לי הכא במושכל ראשון... הוא תירץ לי שהוא עובד מפחד שכר ועונש!!!

ואם היית שואל אותי תשובתי היא: כי אני אוהב את ה׳ ולאהובי לא אעשה רע גם אם בעיני היא טובה.

וידוע מעשה מהבעש"ט הקדוש שפעם אחת נשבה בלי ליסטים ואבד כל מדרגותיו והתחיל לומר האותיות א- ב-ג וזה הצילו והחזירו לו מדרגותיו, וכן איתא בספרים הקדושים דבשעת נסיון נוטלים מאדם כל מדרגותיו... והיה קשה לי דאי נוטלים כל המדרגות האיך באמת עומדים בנסיון... דהיינו אי אמרינן דבשעת נסיון הצדיק הכיגדול עובד המדריגות א"כ הרי הוא שווה כמוני וא"כ למה באמת הוא עומד בנסיון ואני לא??
עד שמצאתי בעזר"ה בסה"ק דדבר אחד נשאר בשעת נסיון וזה יראת העונש...

מקור פליז

ורק צריכים ליכנס לחדר חשוך ולהתחיל לדמיין הגיהנום ואם חסר לך ציורים עיין בראשית חכמה... ותדע שזה לא דמיונות זה דברים אמיתיים שאם עוברים על רצון ה' אז זה עתיד לקרות... כי הסבה שאנשים לא עושים הרבה ביראת העונש היא משום דהם פוחדים פשוט הם פוחדים לחשוב מה מחכה לעוברירצונו... והם לא לוקחים בחשבון כי אם לא עוסקים בזה אז הוא יותר מפחיד בעוה"ב וכמה יותר הוא פוחד בעוה"ז כך הוא מונע הדבר שפוחד ממנו, וזהו חוץ ממה שמבואר דכל ענין זה הוא לטובתנו כדי להתלבןולהיזדכך ואכמ"ל ד' ומכוח זה שפוחדים האמונה בשכר ועונש נעשה חלוש בעוה"ר כי כידוע שמי שלבו שליט על מוחו אז לא די שציית ללבו רק דגם המוח מודה ללב ומתחיל לחשוב כמו שהלב רוצה וא"כ מדבר שפוחדים,

ידוע וואס ר׳ זושא האט געזאגט
הייליגער באשעפער וואס ווילסטו פון דיינע קינדער אנשטאט צו אריינלייגן די תאוות אין ראשית חכמה און די גהינום אויפן גאס, האסטו אריינגעלייגט די גהינום אין ראשית חכמה און די תאוות אויפן גאס.

ועל כן כדי שיתחזקו באמונה שלימה שיש שכר ועונש ואין מה לעשות זה הוא כמו המשנה אומר ע"כ אתה חי וע"כ אתה מת - וא"ת א"כ לא אענוש הא החיים נותן לי בע"כ וניטלה בע"כ ע"ז אומר המשנה ובע"כ אתה נותן דין וחשבון והן אמת גמור שצריכין לעבוד את ה' מאהבה כי אוהב אותנו וגם מחמת הכרת הטוב ועוד שבאמת זה מאוד מתוק לעבוד את ה' אבל צריכין לידע כי תחילת הדרגות היא יראת העונש שזה מכריח האדם לילך בדרך הישרה בלי חשבונות ומזה המדריגה עולים מעלה מעלה ]וקורא היקר אני רוצה להזהיר
אות,ך לפני שאתה מתחיל לעבוד על היראת העונש - דיש הקדמה לזה וזה כמו שכתבתי - אמונה - וזה דבר הצריך ביותר לעבודת ה' ובל"ז אין כלום וצריכין לעבוד ע"ז כי בלי עבודה אין כלום כי כדי להגיע ליראת העונש האמיתי צריכין להאמין באמת ולא מספיק לומר שמאמין

אכן אמונה יסוד אומתינו ותורתינו
אבל לאו דוקא או דוקא לאו לענין יראת העונש

כי בדיקא אהבת ה׳ בנויה על אמונה בו בהנגתו את העולם בטוב חסדו והשגחתו התמידית עלינו
כי אז אהבת ה׳ באה מאליה
וכבר הארכתי ונגעתי בנקודה זו במקום אחר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 1:06 pm

ניין און יא האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:א מענטש דארף אלעמאל זיין אין א מצב פון בוחר זיין בטוב. בוחר זיין מיינט נישט: זיך איינרעדן אז מ'איז בוחר. בוחר זיין מיינט: עס וויל זיך מיר, עס גלוסט זיך מיר.

בוחר זיין מיינט אפמאכן וואס צו טוען אפילו סגליסט פארקערט

בוחר זיין מיינט אז ס'זאל זיך בוחר זיין אינערליך אין די עקזיסטענץ פון באשעפער.

און אויב א מענטש לערנט 'ראשית חכמה' און דאס ערוועקט אז ער זאל בוחר זיין ברע, איז דאס טוב? עס שטייט דאך אין פסוק וְאִם בְּחֻקֹּתַי תִּמְאָסוּ וְאִם אֶת מִשְׁפָּטַי תִּגְעַל נַפְשְׁכֶם לְבִלְתִּי עֲשׂוֹת אֶת כָּל מִצְוֹתַי לְהַפְרְכֶם אֶת בְּרִיתִי: און נאך שטייט:וְאִם תֵּלְכוּ עִמִּי קֶרִי וְלֹא תֹאבוּ לִשְׁמֹעַ לִי. דאס מיינט אז דער מענטש איז באמת נישט בוחר, און דערפאר שלעפט עס אים לרע. אזוי ווי ס'שטייט: לא זכה חס ושלום נעשה לו סם המות. מ'דארף וויסן וויאזוי מ'לערנט דעם ראשית חכמה. און די פסוק זאגט: אוֹ אָז יִכָּנַע לְבָבָם הֶעָרֵל וְאָז און ערשט דעמאלטס יִרְצוּ אֶת עֲוֹנָם.

עס גייט נישט אזוי, אז מ'זעצט זיך אראפ צום ראשית חכמה און מ'ווערט א צדיק. די יצר און די שלעכטע מלאכים וואס מ'האט באשאפן מיט די עבירות רח"ל פירן א העפטיגע מלחמה, און נאך מער, די עצם דיבורים ווערן א סם המוות.

די ראשית חכמה אליין ברענגט דארט וואו ער רעדט פון גיהנם, אז ס'דא אזא זאך ווי יראה רעה. און איך רעדט נישט דא פון יראה רעה, איך רעד ווען די דברים הקדושים פונעם ראשית חכמה ווערט א סם המות פאר די מענטש, און זיין נפש פאר'מיאוס'ט זיך בוחר צו זיין בטוב. ער רעדט דארט אז ס'דא אזא זאך אז דברים קדושים ווערן איבערגעדרייט לטמא את האדם.

און עס איז א פאקט אז ווען מ'לערנט ראשית חכמה אויפן נישט ריכטיגן אופן ווערט די יצר הרע שטערקער אינעם מענטש. תשובה האט א מהלך.

די עצה איז צו לערנען נאר אביסל, און צולייגן אויך אנדערע חיזוק וכו'. ווייל באמת קומט די ראשית חכמה נאר אז דו זאלסט בוחר זיין בטוב. מ'דארף וויסן וויאזוי מ'לערנט אזאנע זאכן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 1:41 pm

נשמה האט געשריבן:די ראשית חכמה אליין ברענגט דארט וואו ער רעדט פון גיהנם, אז ס'דא אזא זאך ווי יראה רעה. און איך רעדט נישט דא פון יראה רעה, איך רעד ווען די דברים הקדושים פונעם ראשית חכמה ווערט א סם המות פאר די מענטש, און זיין נפש פאר'מיאוס'ט זיך בוחר צו זיין בטוב. ער רעדט דארט אז ס'דא אזא זאך אז דברים קדושים ווערן איבערגעדרייט לטמא את האדם.

מדערציילט אז צוויי תלמידים פון חוזה האבן זיך אמאל געזעצט לערנען ראשית חכמה
איינער האט עס גענומען ביזן צום הארצן אז ער האט זיך נישט געטראפן קיין פלאץ און איז ארום צובראכן און דערציטערט פון וואס ווארט איהם אפ אויבן, און דער צווייטער האט געטענט אז מדארף נעמען זאכן און פראפארשן סאיז טאקע א גיהנום אבער סמיינט נישט אזוי פשוט דער אויבערשטער האט אונז ליב וכו׳

זענען זיי ביידע אריין צום רבין דער ערשטער איז אריין און זיך געשאקלט דא לדא אז ער האט קוים גערעדט א ווארט.
דער חוזה האט איהם בארוהיגט אז דער אייבערשטער האט איהם ליב און ער וועט איהם נישט טון אזעלכע שלעכטס יא מדארף מורא האבן פון גהינום אבער מדארף אויך געדענקען דער ליבער פאטער.

ארויס קומענדיג האט ער דערציילט זיין חבר און יענער זאגט זעהסט איך האב דיר געזאגט
אבער ווען ער איז אריינגעקומען און אראפ געלייגט זיין בליק האט איהם דער חוזה אפיר גענומען אז סאיז געגאנגען א רויעך:
וואס מיינסטו דער ראשית חכמה האט סתם געשריבן, וויסן זאלסטו אז סאיז נאך סאך מער פון וואס דארט שטייט, דו ווועסט ארויפקומען אויבן וועט מען דיר שמייסן אויף יעדע עבירה אזאנס און אזעלכעס מיט א השגה וואס אויף די וועלט קען מען גארנישט משיג זיין!

נו איז וואס די אמת?

יעדער פארשטייט אליין איך מיין מדארף נישט מסבירן...
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:35 pm

@איינס ;l;p-
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:27 pm

איינס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:די ראשית חכמה אליין ברענגט דארט וואו ער רעדט פון גיהנם, אז ס'דא אזא זאך ווי יראה רעה. און איך רעדט נישט דא פון יראה רעה, איך רעד ווען די דברים הקדושים פונעם ראשית חכמה ווערט א סם המות פאר די מענטש, און זיין נפש פאר'מיאוס'ט זיך בוחר צו זיין בטוב. ער רעדט דארט אז ס'דא אזא זאך אז דברים קדושים ווערן איבערגעדרייט לטמא את האדם.

מדערציילט אז צוויי תלמידים פון חוזה האבן זיך אמאל געזעצט לערנען ראשית חכמה
איינער האט עס גענומען ביזן צום הארצן אז ער האט זיך נישט געטראפן קיין פלאץ און איז ארום צובראכן און דערציטערט פון וואס ווארט איהם אפ אויבן, און דער צווייטער האט געטענט אז מדארף נעמען זאכן און פראפארשן סאיז טאקע א גיהנום אבער סמיינט נישט אזוי פשוט דער אויבערשטער האט אונז ליב וכו׳

זענען זיי ביידע אריין צום רבין דער ערשטער איז אריין און זיך געשאקלט דא לדא אז ער האט קוים גערעדט א ווארט.
דער חוזה האט איהם בארוהיגט אז דער אייבערשטער האט איהם ליב און ער וועט איהם נישט טון אזעלכע שלעכטס יא מדארף מורא האבן פון גהינום אבער מדארף אויך געדענקען דער ליבער פאטער.

ארויס קומענדיג האט ער דערציילט זיין חבר און יענער זאגט זעהסט איך האב דיר געזאגט
אבער ווען ער איז אריינגעקומען און אראפ געלייגט זיין בליק האט איהם דער חוזה אפיר גענומען אז סאיז געגאנגען א רויעך:
וואס מיינסטו דער ראשית חכמה האט סתם געשריבן, וויסן זאלסטו אז סאיז נאך סאך מער פון וואס דארט שטייט, דו ווועסט ארויפקומען אויבן וועט מען דיר שמייסן אויף יעדע עבירה אזאנס און אזעלכעס מיט א השגה וואס אויף די וועלט קען מען גארנישט משיג זיין!

נו איז וואס די אמת?

יעדער פארשטייט אליין איך מיין מדארף נישט מסבירן...

זייער גוט צום פינטל.

איך וויל אנרירן נאך א נקודה וואס איך זע נישט אז מהאט גערעדט דערפון. דער עולם מישט אויס תענוג מיט אהבה. סאיז קלאר נישט די זעלבע
האבן תענוג אין עבוד"ה איז א מתנה פון הימל וואס יעדער קען שפירן, איינער מער איינער וויניגער. אזוי אויך ווענד זיך עס לפי המצב והזמן. למשל ביי קר"ש און תפילה איז גרינגער צו שפירן תענוג . די בנ"י איז מאריך אויף דעם אז דאס איז די שליסעל ארייןצוגיין אין עבוד"ה. אבער דאס מיינט נאך נישט אהבה. אזוי ווי להבדיל איינער גלייכט אייזקרים האט ער דאס ליב??? די ווארט אהבה און ליב אדער להבדיל 'לאוו' אי איבערגעניצט און פאלטש. מהאט זיך ליב, מהאט ליב (האפענטליך) טאטע מאמע ווייב קינדער.... דאס הייסט אהבה. א גוטע שטיקל קאקאש האט מען נישט ליב.... מגלייכט עס אפשר. איך האב נישט גענוג א רייכן אידיש צו טרעפן די ריכטיגע ווארט דערפאר. איך מיין דער עולם כאפט די חילוק. נחזור לעינינינו, רוב מענטשן וואס רעדן דא ארום פון אהבה איז באמת בלויז תענוג, וואס אוואדאי איז א מורהדיגע זאך! די זיסטע זאך אויף די וועלט. אבער נישט בליוז דאס מיינט אהבה...
אהבה מיינט אז מהאט אזוי ליב דעם באשעפער אז מוויל אים מאכן גרויס איבער דא גאנצע בריאה! מהאלט נישט אויס די חילול השם וואס גייט פאר! מפרייט זיך מיט יעדע שטיקל קידוש השם! אבער אן קיין שום אייגענע אינטערעס.. נישט ווייל איך וויל פילן גוט אדער ווייל דער אייבירשטער זאל מיך געבען גוטס אד"ג ווייל דעמאלטס האט מען זיך ליב... מקען זיך אזוי אפפפאפען די 120 יאר נעבעך.... אהבה איז עפעס וואס קומט אליין נאכן הארעווען יארן אויף יראה... אזוי שטייט פון בעשה"ק כמה פעמים.
הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו אמת יראה און אהבה.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:29 pm

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:34 pm

אידיאט האט געשריבן:איך וויל אנרירן נאך א נקודה וואס איך זע נישט אז מהאט גערעדט דערפון. דער עולם מישט אויס תענוג מיט אהבה. סאיז קלאר נישט די זעלבע
האבן תענוג אין עבוד"ה איז א מתנה פון הימל וואס יעדער קען שפירן, איינער מער איינער וויניגער. אזוי אויך ווענד זיך עס לפי המצב והזמן. למשל ביי קר"ש און תפילה איז גרינגער צו שפירן תענוג . די בנ"י איז מאריך אויף דעם אז דאס איז די שליסעל ארייןצוגיין אין עבוד"ה. אבער דאס מיינט נאך נישט אהבה. אזוי ווי להבדיל איינער גלייכט אייזקרים האט ער דאס ליב??? די ווארט אהבה און ליב אדער להבדיל 'לאוו' אי איבערגעניצט און פאלטש. מהאט זיך ליב, מהאט ליב (האפענטליך) טאטע מאמע ווייב קינדער.... דאס הייסט אהבה. א גוטע שטיקל קאקאש האט מען נישט ליב.... מגלייכט עס אפשר. איך האב נישט גענוג א רייכן אידיש צו טרעפן די ריכטיגע ווארט דערפאר. איך מיין דער עולם כאפט די חילוק. נחזור לעינינינו, רוב מענטשן וואס רעדן דא ארום פון אהבה איז באמת בלויז תענוג, וואס אוואדאי איז א מורהדיגע זאך! די זיסטע זאך אויף די וועלט. אבער נישט בליוז דאס מיינט אהבה.

אין די לינק וואס איך האב געברענגט האב איך עס אויסגעשמועסט

און שפעטער האט צוגעקומען אויך א מקור פון חינוך און רמב״ם

חידה (פאר דו ליינסט דארט)
וועלכע הלכות שרייבט דער רמב״ם אין ספר אהבה?

די אפטייטש פון אהבה קעגן וואס סווערט געטייטשט היינט האב איך אויסגעשמועסט דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:37 pm

הלכות קר"ש נו?

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:42 pm

נישט נאר קר״ש אלע מצוות תדירות פון טאג טעגליכן לעבן
ספר שני. אכלול בו המצוות שהן תדירות, שנצטווינו בהם כדי לאהוב את המקום ולזוכרו תמיד

וואס האט די מצוות מיט אהבה?

viewtopic.php?p=1680470#p1680470
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:46 pm

איינס האט געשריבן:נישט נאר קר״ש אלע מצוות תדירות פון טאג טעגליכן לעבן
ספר שני. אכלול בו המצוות שהן תדירות, שנצטווינו בהם כדי לאהוב את המקום ולזוכרו תמיד

וואס האט די מצוות מיט אהבה?

viewtopic.php?p=1680470#p1680470

איך האב נאר ארויסגעברענגט איין נקודה אז תענוג מיינט נאך נישט אהבה. דעטס איט. איז זע נישט ווי די רמבם זאגט אנדערש.
דיין תגובה עת לבכות איז זייער גוט. אבער נישט דאס איז דער אמת טעם מון נפילת אפיים.....

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:52 pm

איך האב געשריבן אזוי ווי דיר אז אהבה איז נישט תענוג

נאר אהבה איז געפיל וואס מהאט צו א זאך דורך זיין תדיר אין דעם און דאס שטייט און רמב״ם און אין חינוך

לגבי די תחנון איז עס א געדאנק נישט אז דאס איז ״די״ נקודה פון זאגן תחנון
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט