"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:00 pm

התבונני האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אגב, נישט יעדער האט טאקע מסכים געווען צו מהלך חב"ד פון יפוצו, אבער צו 'אויסמעקן' דעם יפוצו אינגאנצן דאס איז א פרישע געבאקענע חידוש...

די ציל פון די תורה איז טאקע לאפוקי פון די מהלך חב"ד פון יפוצו.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:02 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:הרב נשמה, אויב זענט איר גערעכט, דאן פארוואס האט דער רבי געמוזט צוקומען צום "דוחק גדול" תירוץ אז די ווערטער פון משיח האט שוין עקספייערט, און משיח וועט קומען אן ויפוצו, און אז די דרך הבעש"ט וועט צוריק נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען? סקען דאך זיין אז יפוצו מיינט די נקודות וואס איר האט ערווענט? דער עיקר אידאך נישט תולה צו זיין בוקי סריקי בתלמידי הבעש"ט?

נשתכח מיינט נישט אז מ'זאל אפילו נישט פרובירן צו מברר זיין טוב מרע. אדרבה די גרעסטע בירור פון טוב מרע איז דאך התבדלות מרשעים.

איך פארשטיי נישט, וואס האט התבדלות מרשעים מיט נשתכחה? לויט די דרך החסידות איז נישט דא קיין התבדלות מרשעים?

מברר זיין טוב מרע איז אן עבודה וואס גייט אן שטענדיג, און התבדלות מרשעים גייט אויך אן, וואס מאכסטו דא א קוגל?

קוק אריין אין ויואל משה צו פארשטיין פארוואס איך מאך די קוגל. געוויסע אין יענע תקופה האבן געוואלט נעמען דעם "דרך הבעל שם טוב" לפי השגתם, און ווייעכער מאכן דערמיט די ענין פון התבדלות מרשעים. פרעג איך דיר, איינער וואס זאגט אז לויט אים קומט אויס אז די דרך הבעל שם טוב מאכט ווייעכער די ענין פון התבדלות, האט ארויס דעם דרך הבעל שם טוב? דא ביי דעם ענין זעהט זיך קלאר אז ס'איז נשתכח. דאס מיינט אבער נישט אז די רבי האט געזאגט אז ס'איז מער נישט שייך צו פרובירן צו טון קיין שום ענין פון חסידות. אפילו אויב ער האט געהאלטן אז ס'איז נשתכח

למאי נפקא מינה? אז פאר'ן רבין וואלט מער געשטערט אויב איינער וואס האט אויך דערקלערט 'נשתכח' אבער ער מאכט נישט אזוי התבדלות מרשעים, מער ווי איינער וואס מאכט יא התבדלות און ער רעדט זיך איין אז ער גייט בדרך הבעל שם טוב.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:18 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:דערהויבענע תורות האט דער חוזה (למשל) געקענט הערן אין בראדער קלויז, פארוואס קיין ליזענסק (אויב נישט אויף צו מקבל זיין "דרך" החסידות)?
(ולכאורה זהו כוונת אביונה)

אוודאי איז ער געפארן צום חוזה מקבל זיין דרך החסידות אין ער האט ווייטער אויך געלערענט דעם דרך החסידות אבער דער דרך החסידות שטייט נישט אין די תורות עס איז געווען א תורה שבע"פ
עיין ויואל משה דף קעג

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:23 pm

אה איך הייב שוין אן כאפן די דרך הבעל שם

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:11 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אגב, נישט יעדער האט טאקע מסכים געווען צו מהלך חב"ד פון יפוצו, אבער צו 'אויסמעקן' דעם יפוצו אינגאנצן דאס איז א פרישע געבאקענע חידוש...

ידיעות שונות האט געשריבן:למה נזכר דברי היחיד בין המרובים וכו'.

*

ועוד, מש"כ לאפוקי, באיזה שוטים מדבר? עי' כאן, א"כ אין הוכחה.

עוד בה שלישי', עי' בהאגרת בהמשך, ותמהתי וכו'.

ויש לומר
כי לפי מה שנראה לי - נפתח האשכול הלזה להתוכח ולהבין דברי היחיד הלז
ואידך פירושא זיל גמור כי אין מדברים כאן ביחיד שכתב זה בשביל איזה חשבון או פאליטיק וכדו' עם אחרים -
אלא דעתו היתה כי לומר בדורות האלו שישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים - האומר כן נקרא שוטה - ואינו תלוי כלל במה שכתבת
וכתב זאת בדורו לפי כששים שנה
ואין בדעתי כלל להכניס את ראשי בכוונת התפשטות החסידות בימינו אלה וד"ל (ולאו דוקא בחסידות הנ"ל)
*
והנושא של "ויפוצו" והנושא של "נשתכחה" אינו נוגע כלל ללימוד ספרי החסידות וללבוש בגדי חסידות ולנהוג במנהגי חסידות

די ציל פון די תורה איז טאקע לאפוקי פון די מהלך חב"ד פון יפוצו.

דער ציל פון די תורה איז "כי לומר בדורות האלו שישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים - האומר כן נקרא שוטה"
אין אז וואס ס'איז געווען דעמאלטס אז זמן פקידה - מוז נישט זיין אז היינט איז אויך תלוי דערין דער זמן הפקידה
אבער בעיקר ליגט דערין דער יסוד אז בזמנינו אלה זענען מיר פיל ווייניגער און פיל ווייטער פון די דורות הקודמין צו משיג זיין די דרך הבעש"ט הק'
וממילא וועט משיח צדקינו קומען במהרה בימינו אפילו ס'איז נאך נישט ויפוצו - וד"ל

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:14 pm

התבונני האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אגב, נישט יעדער האט טאקע מסכים געווען צו מהלך חב"ד פון יפוצו, אבער צו 'אויסמעקן' דעם יפוצו אינגאנצן דאס איז א פרישע געבאקענע חידוש...

ויש לומר
כי לפי מה שנראה לי - נפתח האשכול הלזה להתוכח ולהבין דברי היחיד הלז
ואידך פירושא זיל גמור כי אין מדברים כאן ביחיד שכתב זה בשביל איזה חשבון או פאליטיק וכדו' עם אחרים -
אלא דעתו היתה כי לומר בדורות האלו שישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים - האומר כן נקרא שוטה - ואינו תלוי כלל במה שכתבת
וכתב זאת בדורו לפי כששים שנה
ואין בדעתי כלל להכניס את ראשי בכוונת התפשטות החסידות בימינו אלה וד"ל (ולאו דוקא בחסידות הנ"ל)
*
והנושא של "ויפוצו" והנושא של "נשתכחה" אינו נוגע כלל ללימוד ספרי החסידות וללבוש בגדי חסידות ולנהוג במנהגי חסידות

די ציל פון די תורה איז טאקע לאפוקי פון די מהלך חב"ד פון יפוצו.

דער ציל פון די תורה איז "כי לומר בדורות האלו שישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים - האומר כן נקרא שוטה"

נאר א קליינע קשיא'לע, פארוואס ווען מען רעדט פון פארשפרייטן דעם אור החסידות, מיינט דאס אז מיר זענען משיג מער ווי פריערדיגע? פארוואס קען נישט זיין פשוט, אז די פריערדיגע האבן אנגעפאנגען, און עס פעלט נאך אויס א שטיקל שטופ אזוי צו זאגן.... מען טרעפט די זעלבע ענין ביי אסאך זאכן, למשל ביי תפלה, ווי מען פרעגט די קשיא אז וואס איז שייך בכלל צו זאגן אז אונזערע תפילות גייען ברענגען משיח ווען די פריערדיגע האבן נישט געקענט? און די תירוץ איז כנ"ל, ממילא ווער זאגט אז בדורינו ישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים?

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:34 pm

מאי נפקא מינא ?
די עיקר ברענגט ער ארויס ביי די תורה, אז כהיום איז נישט תלוי די גאולה אין דעם - ווייל מיר קענען דאס נישט משיג זיין ממילא קומט מען נישט אן צו ויפוצו - און משיח וועט קומען במהרה בימינו אפילו אויב מען קומט נישט אן דערצו.
*
למעשה דארף מען ווייטער טוהן די זעלבע וואס די פריערדיגע האבן געטוהן - ווייטער לערנען די ספרי החסידות - ווייטער נוהג זיין און זייער מנהגים - ווייטער ממאס זיין אין עולם הזה - טוהן נאר דעם רצון ה' וכו' וכו'- און ער זאגט נישט אז דאס העלפט נישט לביאת המשיח - נאר ס'איז מער נישט תלוי אין דעם זמן פקידה
(דאס איז חוץ וואס ער האט געהאלטן "נשתכחה" - ממילא זאל מען נישט טוהן און זאגן זאכן וואס זענען כנגד התורה מיטן דאס תולה זיין אין דרך הבעש"ט)

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:37 pm

נאר א קליינע קשיא'לע, פארוואס ווען מען רעדט פון פארשפרייטן דעם אור החסידות, מיינט דאס אז מיר זענען משיג מער ווי פריערדיגע? פארוואס קען נישט זיין פשוט, אז די פריערדיגע האבן אנגעפאנגען, און עס פעלט נאך אויס א שטיקל שטופ אזוי צו זאגן.... מען טרעפט די זעלבע ענין ביי אסאך זאכן, למשל ביי תפלה, ווי מען פרעגט די קשיא אז וואס איז שייך בכלל צו זאגן אז אונזערע תפילות גייען ברענגען משיח ווען די פריערדיגע האבן נישט געקענט? און די תירוץ איז כנ"ל, ממילא ווער זאגט אז בדורינו ישיגו מה שלא השיגו בדורות הקודמים?

פארשפרייטן וואס? אויב איך זאג אז דאס וואס איך האלט פאר א געוויסע דרך איז טאקע נישט די ריכטיגע 'אור', אבער אפילו דאס ביסל דארף איך אויך פארשפרייטן ווייל ס'פעלט נאך אויס א שטיקל שטופ, אבער ווער זאגט אז דער דרך וואס דו ווילסט פארשפרייטן האט יא עפעס שייכות מיט די 'דרך הבעל שם טוב' גאר וואס קען ברענגען משיח.

פארוואס איז עס נישט דומה צו איינער וואס האט געוואלט לעקטערס פאר א חתונה זאל, האט אים איינער געזאגט אז ער האט טאקע נישט קיין לעקטערס מער, אבער מ'קען קומען אין זיין דייניגרום מאכן די חתונה. אויב ס'האט גארנישט מיט יענע דרך הבעל שם טוב וואס קען ברענגען משיח, ווייל ס'איז 'נשתכח', פון וואו ווייסטו עס אנצורופן מיט די 'אור החסידות' אז נאר דערפאר קען עס אבער יא געבן דעם איבעריגן שטופ צו משיח? ווער זאגט דיך אז דאס האט שייכות צום דרך הבעל שם טוב?

אמנם אז יעדע גוטע זאך ברענגט משיח. און ס'איז דברים טובים, און אז ס'איז דברים טובים און ס'ברענגט צו תשובה און צו תיקון המעשים קען עס מקרב זיין די גאולה, אבער וואס האט עס מיט'ן בעל שם טוב? מ'קען עס סתם אזוי פארשפרייטן. אלץ א דבר טוב. אבער נישט אלץ די ויפוצו.

דאס וואס אונזערע תפילות קענען ברענגען משיח איז נישט ווייל אונזערע תפילות קענען דאס ברענגען, נאר אז זייערע תפילות האבן שוין היפש אראפגעברענגט, קענען שוין אונזערע תפילות טון די איבעריגע. אבער דא ביים כמו דרך הבעל שם טוב, וויאזוי ווייסטו אז דאס האט עפעס שייכות מיט דרך הבעל שם טוב און נאר דערפאר קען עס געבן דעם איבעריגן שטופ.

אויב יעדע דבר טוב קען געבן דעם איבעריגן שטופ, זאגט דאך די רבי ז"ל די זעלבע זאך. ווייל ס'קען געבן א שטופ האט עס מיט'ן בעל שם טוב? און אפשר טאקע פעלט שוין נישט אויס דעם דרך הבעל שם טוב כדי צו ברענגען משיח, נאר ס'פעלט אויס אז מ'זאל פשוט לערנען חסידישע ספרים וכו'. און דאס זאגט דאך די רבי ז"ל.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:27 pm, פאראכטן געווארן 8 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:40 pm

פרידן האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
און יעצט נעמט אפיר ספה"ק "נועם אלימלך", אדער איינס פון די פילע צענדליגע ספרים פון תלמידי הר"ר אלימלך, און פרובירט צו ציילן וויפיל מאהל עס ווערט דארט דערמאנט די ספרים פון הייליגן תולדות?
איהר האלט אז דאס איז א ראי' אז דער הייליגער ר"ר אלימלך און די תלמידים זענען שוין עכט געווען א שטיקל מתנגדיש? אפשר האבן זיי געקריגט אויפ'ן תולדות?אדער קען גאהר זיין אז זיי האבן שוין דעמאלטס געהאלטן נשתכחה?......

גראדע וואס די זאגסט דא איז א שטארקע הוכחה צו וואס די רבי זאגט אין ויואל משה דף קעג. אז די דרך הבעש"ט איז נישט געווארן אפגעשריבן בכתב קיינמאל אין די אלע ספרי התלמידי הכבעש"ט זענען מוראדיגע דערהויבענע ספרים פין תורות וואס צדיקים וואס זענען נתעלה געווארן דורך די דרך הבעש"ט האבן משפיע געווען פאר זייערע חסידים יעדער לויט ווי מען האט אים משפיע געווען אבער נישט דער דרך הבעש"ט

בכלל סתם פאר ידיעות שונות וואלט געווען זאלסט כאטש קוקן אין ויואל משה ווי אזוי ער איז מסביר וואס ער האלט לגבי דרך הבעש"ט פאר די טענה׳סט דיך ווייטער, נישט אז די גייסט דיך טוישן דעה אבער כאטש זאלסטו פארשטיין די אנדערע דעה

וועסט אביסל כאפן אז ביים רבי׳ן האט געמיינט די בעש"ט מיטן דרך הבעש"ט גאר גאר גאר א גרויסע מדריגה א דרך וואס האט גענומען א ילוד אשה אין געמאכט פאר א אור שבעת הימים מדריגות וואס אונז קען מער נישט משיג זיין און ווען מען פארשטייט אזוי זאגט זיך אליינס נשתכח דעס וואס די רופסט חסידות האט ער אויך געהאלטן אז עס איז נאך היינט אויך דא, נאר ער האט געהאלטן אז נישט דאס איז די דרך הבעש"ט

סא בעסעקלי איז עס מר אמר חדא ומר אמר חדא מען ולא פליגי נאר מען שלאגט זיך ווי אזוי דאס אנצורופען

דער נועם אלימלך האט דער היייליגער ר"ר אלימלך געזאגט א צוואנציג יאר בעפאר די פטירה, נאך בחיים חיותו פונם גרויסן מגיד

אשר על כן ?
פארשטיי איך נישט וואס ווילסט ארויס ברענגען מיט דעם

כ'מיין גארנישט ספעציעל,
א איד [ידיעות שונות] פרעגט דא פארוואס דער נועם אלימלך ברענגט נישט דעם תולדות, ענטפער איך אז דער נוע"א איז געשריבן געווארן נאך בעפאר דער ספר התולדות האט געזעהן אור עולם
דעם גרויסן מגיד, ברענגט ער דאך יא כמה וכמה פעמים
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:49 pm

בס"ד

לאמיר זאגן אז די דרך החסידות איז אז יעצט זאלסטו אינזין האבן לטהר נפשך מכל חטא ועוון וכעס וגאווה ופניות וכו'. און איך גיי יעצט מיט מיין קליינעם השגה און איך דמיון אז איך בין עס "מעביר". כאילו ס'פליהט יעצט אראפ פון מיר. און נאכדעם שפיר איך מיך ווי אזא שטיק ריינקייט. דאס מיינט אז איך גיי בפועל בדרך החסידות? איך קען עס טון ווייל ס'דערמאנט מיך אז מ'טאר נישט זיין אין כעס און אז מ'טאר נישט האבן גאווה, אבער דאס מיינט אז איך גיי בדרך החסידות? די בעל שם טוב האט גענומען יעדע נשמה, און אויסגעלערנט פארשידענע עצות וויאזוי מ'קען בפועל מאכן אראפפליען פון זיך די שלעכטס. אבער דא ארבעט איך דאך נאר מיט 'דמיון'. איך שטעל מיך פאר כאילו איך ווער א צדיק. און איך שטעל מיך פאר כאילו איך פליה ארויף. און איך האלט שוין ממש אט אט ביי די העכסטע דביקות, ווען אין דער זעלבער צייט לא פגע ולא נגע צו די פנימיות. ס'הייבט זיך גארנישט אן.

עפעס איז עס. אזויפיל אז ווען איך קום אהיים און איך רעג מיך נישט, בין איך צדיק פארן זיך נישט רעגן.

יא, ס'איז זייער גוט פאר מיר צו וויסן ווי ווייט איך בין פונעם ריכטיגן וועג, אבער אז איך זאל זיך איינרעדן די קלענסטע רגע אז מיט מיין 'כוונה' וואס איך בין 'מכוון' , אדער מיט מיינע הרגשים וואס איך פיל, אז מיט דעם אליין האלט איך שוין דארט? וואס פאר א נארישקייט. זיך איינרעדן זאכן איז דאך אזוי גרינג. וואס איז שווער? איך בין מיך מבטל פארן אייבערשטן. איך גיי ממש אויס פאר'ן הייליגן באשעפער. וואס איז שווער? איך קען דמיונ'ען וואס איך וויל. אבער וויפיל האט עס מיט מיין 'פנימיות' געוואלד און געשריגן? אדרבה מ'דארף זעהן ס'זאל יא אנרירן די פנימיות.

ווייל ווי נאריש איז דאס אז א מענטש רעדט זיך איין. וואס פאר א שוטה איז א מענטש וואס רעדט זיך איין. חלילה א מענטש קען זיין טיף אין רע, און זיך איינרעדן אז ער קריכט אין הימל, אז ער האט דביקות, אז ער גייט אויס... ווען אין די זעלבע צייט קען ער נישט קיין דברים יסודיים. פשוט'ע שערי תשובה לרבינו יונה קען ער נישט. פשוט'ע הלכות. פשוט'ע שלעכטע מידות איז נאך ביי אים ניטאמאל גערירט מיט א משהו מן המשהו.

אזוי שווער איז דאס צו פארשטיין? צו איז שווער צו פארשטיין אז א מענטש קען לעבן אין דמיון? צו איז שווער צו פארשטיין אז א מענטש קען זיך איינרעדן?

פיין, לאמיר זאגן אז איך פרובירן צו טון 'חסידות', דאס מיינט אבער נאכנישט אז איך גיי שוין בפועל אין דרך החסידות. א חלק פון מיר וויל זיך איינרעדן. און איך לאז אים ווייל אזוי זאל איך כאטש האבן עפעס א שטיקל דרך לתשובה, איך זאל נאך אמאל קענען תשובה טון. ס'איז נישט קיין דשאוק.

אזוי איז דער אמת.

אבער מ'דארף אבער יא פרובירן צו לערנען חסידישע ספרים און טון אויף למעשה.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:38 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:11 pm

נשמה האט געשריבן:בס"ד

לאמיר זאגן אז די דרך החסידות איז אז יעצט זאלסטו אינזין האבן לטהר נפשך מכל חטא ועוון וכעס וגאווה ופניות וכו'. און איך גיי יעצט מיט מיין קליינעם השגה און איך דמיון אז איך בין עס "מעביר". כאילו ס'פליהט יעצט אראפ פון מיר. און נאכדעם שפיר איך מיך ווי אזא שטיק ריינקייט. דאס מיינט אז איך גיי בפועל בדרך החסידות? איך קען עס טון ווייל ס'דערמאנט מיך אז מ'טאר נישט זיין אין כעס און אז מ'טאר נישט האבן גאווה, אבער דאס מיינט אז איך גיי בדרך החסידות? די בעל שם טוב האט גענומען יעדע נשמה, און אויסגעלערנט פארשידענע עצות וויאזוי מ'קען בפועל מאכן אראפפליען פון זיך די שלעכטס. אבער דא ארבעט איך מיט 'דמיון'. איך שטעל מיך פאר כאילו איך ווער א צדיק. און איך שטעל מיך פאר כאילו איך פליה ארויף. און איך האלט שוין ממש אט אט ביי די העכסטע דביקות, ווען אין דער זעלבער צייט לא פגע ולא נגע צו די פנימיות.

עפעס איז עס. אזויפיל אז ווען איך קום אהיים און איך רעג מיך נישט, בין איך צדיק פארן זיך נישט רעגן.

יא, ס'איז זייער גוט פאר מיר צו וויסן ווי ווייט איך בין פונעם ריכטיגן וועג, אבער אז איך זאל זיך איינרעדן די קלענסטע רגע אז מיט מיין 'כוונה' וואס איך בין 'מכוון' האלט איך שוין דארט? וואס פאר א נארישקייט. זיך איינרעדן זאכן איז אזוי גרינג. וואס איז שווער? איך בין מיך מבטל פארן אייבערשטן. איך גיי ממש אויס פאר'ן הייליגן באשעפער. וואס איז שווער? איך קען דמיונ'ען וואס איך וויל. אבער וויפיל האט עס מיט מיין 'פנימיות' געוואלד און געשריגן? ווי נאריש איז דאס אז א מענטש רעדט זיך איין. וואס פאר א שוטה איז א מענטש וואס רעדט זיך איין. חלילה א מענטש קען זיין די גרעסטע ריש שין עין, און זיך איינרעדן אז ער קריכט אין הימל, אז ער האט דביקות, אז ער גייט אויס...

אייער תגובה איז רייך און תוכנ'דיג, שפיגלט אפ די מהלך פון ספרי מוסר, אבער עס רירט נישט אן כי הוא זה די מהלך פון זיכוך המדות לויט'ן דרך החסידות, און עס איז טאקע מסתבר אז קומענדיג פון די חדר ווי תורת החסידות איז א לימוד שלא למעשה ממש, דעריבער האט מען עס טאקע נישט ארויס.

איך גלייב אז איר לערנט עס יא, איר זענט דאך א שטיק נשמה מיט הערליכע טיפע געדאנקן, אבער טאמער לערנט מען ספרי חסידות לויט די שיטה אז די זאכן זענען נישט נוגע פאר אונז... דעמאלס נעמט מען טאקע נישט ארויס פון דארט גארנישט ווייל מען לאזט אלעס איבער דארט.... עס איז דאך נישט געמאכט פאר אונז....

אנשטאט צו ענטפערן וואלט איך אייך געראטן זיך צו זעצן לערנען א גיטע שעה א טאג א טיפע חסידישע ספר, און געוואר ווערן וואס מיינט זיכוך המידות על פי דרך החסידות, אויף אן אופן אז עס זאל צוגיין אין אלע ביינער.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:16 pm

איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז עבודה דארף גיין צום עכטן 'פנימיות'.

ביסט אבער גערעכט. איך דארף טאקע לערנען מער, און טון אויף למעשה. אבער דאס מיינט נישט אז איך האלט אז דאס איז דער דרך הבעל שם טוב זי"ע. אבער מ'דארף טאקע מער לערנען און פרובירן צו טון אויף למעשה.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב בשר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:19 pm

התבונני האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אגב, נישט יעדער האט טאקע מסכים געווען צו מהלך חב"ד פון יפוצו, אבער צו 'אויסמעקן' דעם יפוצו אינגאנצן דאס איז א פרישע געבאקענע חידוש...

ייש״כ פאר׳ן ברענגען.
כ׳ווייס נישט צו ס׳איז ברוך שכוונתי אדער די זכרון איז א גנב.
כ׳מיין אז די זכרון איז א גנב, ווייל ס׳איז 100% אקוראט די זעלבע וואס איך האב געשריבן.

לב בשר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:36 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:בכלל האבעך שוין אויבן געשריבן, די בעש״ט שרייבט אין די בריוו פאר זיין שוואגער אז משיח האט אים געזאגט אז ער וועט קומען ווען די וועלט וועט קענען מאכן יחודים און עליות נשמה אזוי ווי דער בעש״ט...
דער בעש״ט שרייבט דארט ווייטער אז ער האט געוואלט אויסלערנען געוויסע סגולות און שמות פאר אנדערע אז זיי זאלן אויך קענען מאכן עליות נשמה, וילמדו וישיגו כמו אני, ולא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת.

מ׳דארף צוקומען צו עליות נשמה צו משיג זיין השגת אורו של בעש״ט (שנוגע ענין הגאולה)...
קוקטס אריין אין די בריוו בפנים.

יעדער בר דעת פארשטייט אז מיר, און די דורות הבאים, האבען קיין שייכות צו די ענינים, ויבוא משיח צדיקינו ויגאלינו בב״א.

יא יא ווען מען איז מעתיק א קליין שטיקל קען דאס אויסקוקן ווי אין די תורה שטייט ועבדתם אלהים אחרים.... דער בעש"ט ווינדערט זיך דארט ותמהתי ע"ז והי' לי צער גדול באריכות הזמן כל כך וכו', ער האט צער אויף די אריכות הזמן, און אויף דעם זאגט ער אז ער האט מקבל געווען 3 שמות וואס דורכדעם וועט דאס נישט זיין אזוי שווער און עס וועט נתגלה ווערן זיין דרך איינס צוויי ווייל די 3 שמות איז בניקל ללמוד ולפרש. און אויף דעם שרייבט ער אז מען וועט קענען אנקומען גרינג צו גרויסע מדריגות, און די 3 שמות "לא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת" די וועג וויאזוי מען קען פלוצלינג אנקומען צו עליות...

בקיצור דאס וואס ער שרייבט ולא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת, רעדט ער נישט בעצם פון זיין דרך און פון זיינע מעיינות, נאר ער רעדט פון עפעס א שנעלע לייטער וואס מען זאל דורכדעם פלוצלינג קענען ארויפליען און הימל... און דאס האט מען אים נישט געגעבן קיין רשות צו מגלה זיין.

מה שאין כן די עצם מעיינות הבעש"ט איז יא שייך צו פארשפרייטן, נאר די בעש"ט ווינדערט זיך דארט און האט צער "באריכות הזמן" אז עס גייט נישט אין איין מינוט צו פארשפרייטן אויף די וועלט די אור פון די בעש"ט.

אבער טאקע במשך הדורות איז דאס יא געווארן מער און מער פארשפרייט, און אוודאי איז דאס א קירוב הגאולה, און ווי די לשון פון די עטרת צבי מזידיטשויב וואס שרייבט טאקע אז בימיו איז שוין ב"ה יא דא א התפשטות פון די דרך הבעש"ט און אוודאי איז דאס א קירוב הגאולה, ווי זיין לשון איז ועוד נוסף העירוני מן השמים כי ראיתי התפשטות החסידות, ומרגלא בפומייהו שנתגלה חכמת הבעל שם טוב אשר נאמר בסוף ספר תולדות יעקב יוסף שבהתגלות תורת הבעל שם טוב הקדוש והנורא יבא משיח,.

און פונקט ווי האסט נישט געוויסט פון די בריוו פון די עטרת צבי וואס רעדט פון די יפוצו, אזוי אויך פעלט דיר פשוט חסרון ידיעה פון נאך צענדליגער פלעצער ווי עס ווערט דערמאנט די ענין פון יפוצו, דער קאמארנער דערמאנט דאס אויף עטליכע פלעצער, און נאך אסאך רעדן דערפון, אבער וואס פרעגסטו נאכאמאל?

אזוי ווי דו קענסט זעהן אין די לעצטע פאר בלעטער, האב איך בכלל נישט מגיב געווען אויף וואס דו שרייבסט.
נישט ווייל ס׳איז נישטא וואס צו ענטפערן, נאר פשוט ווייל ס׳איז א שאד. ואפרש שיחתי.

בהקדם לבאר לשונו פון מרן הק׳ מהרצ״א מדינוב זללה״ה ״אי אפשר לפרש תעלומות לב בכתב״.
הביאור: מחשבה איז העכער פון דיבור, דהיינו א דיבור איז א דומם, דהיינו צוזאמשטעל פון אפאר אותיות וואס מענטשען האבן אפגעמאכט אז די ווארט רעפרעזענטירט א משמעות, די נשמה פון די ווארט.

א מלמד/משפיע איז מסביר א געדאנק מיט דיבורים, די דיבורים איז מרמז אויף א נשמה וואס דער מקבל דארף משיג זיין.
אפילו דער משפיע וועט מרחב זיין דער געדאנק מיט הרחבת דיבורים, ליגט נאך אלס אויפ׳ן מקבל משיג זיין די זאך.

די השגה איז אייביג טיפער ווי דער משפיע האט אים מסביר געווען. מ׳קען קיינמאל נישט ארויסברענגען מיט׳ן דיבור, אזוי טיף ווי מ׳פארשטייט עס.
די מאמר העולם ׳אז ס׳פעלט פון הסברה פעלט פון הבנה׳, מיינט, אז די פארשטייסט עס בעסער קענסטו עס בעסער מסביר זיין, אבער אודאי קען מען נישט מסביר זיין אזוי טיף ווי איך פארשטיי עס.

למשל: נאכ׳ן מסביר זיין טעמו של הענין, ברענגט מען א משל, פארוואס ברענגט מען די משל? קיין איין משל איז נישט די זעלבע ווי דער נמשל?
נאר עס האט די זעלבע נשמה ווי די נמשל. מ׳באנוצט זיך מיט די משל לקרב להשכל, און דו דארפסט כאפן (משיג זיין) די נשמה פון די זאך. ס׳איז דא א טשענס, אויב די כאפסט נישט די טעם ביי די זאך אליין, וועסטעס כאפן ביים משל.
דאס אלעס איז ביי גשמיותדיגע ענינים, וכש״כ ביי רוחניותדיגע ענינים וואס מ׳דארף האבן א דקות הבחנה ווי איין און ווי אויס. (וכיודוע, דעבירות מכסין הענים שלא יוכלו לראות את האמת, בעניני רוחניות...)

אויב דער מקבל האט נאכנישט די שכל, קען מען גארנישט טון, ווארים ער האט ניט קיין שכל. ס׳קען זיין א קינד קען איבער זאגען די זאך פונקטליך מיט די זעלבע ווערטער, מ׳קען אים אפי׳ נישט כאפן מיט א כראנילאגישע טעות, פארט אבער, כאפט ער נישט די נשמה פון דער זאך, זיין השגת השכל איז קורץ.

פון דיין תגובות זע איך אז דו, ווי אויך אנדערע זענען נישט משיג וואס איך רעד. לדוגמה, איך כאפ אן א משל, ענטפערסטו מיט א פרט צדדי פון די משל וואס ס׳שטומט נישט, ווי איידער צו כאפן די זאך. You simply don’t get it.
——
לענין מיין לעצטע תגובה: איך וויל ארויסברענגען א נקודה, אז לפי די סגנון באופן כללי פון צדיקים אין די לעצטע דורות, דהיינו, אז זיי רעדן בכלל נישט דערפון, קוקט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז משיח צדקינו גייט קומען אנדעם וואס די וועלט וועט קענען מייחד זיין יחודים. (למעשה האט שוין עמיצער צו געברענגט אז מיין עצם ראי׳ פונעם בריוו שטייט אין דבר״י, איך האב צוגעלייגט א סייעתא פון די סגנון הצדיקים..).
מ׳קען עס אפווענדען מיט סברות, והנני מוכן לשמוע. אבער דו קומסט, וואפס! כ׳האב געטראפן די עט״צ רעדט דערפון אין א בריוו...
פשט איז, האסט בכלל נישט געכאפט די נשמה פון מיין ראי׳ (וואס איך זאג יעצט כאפסטו יא?...).
טא, וואס האב איך פון ענטפערן א פרט פון תגובה, ווען דו האסט בכלל נישט געכאפט די עיקר פון מיין תגובה.
——-
לעצם התגובה, האמת אגיד אז בשעתן שרייבן די תגובה, האב איך נישט געדענקט די בריוו, כ׳האב אבער יא געוויסט פון דער בריוו. למעשה פרעגט עס בכלל נישט אפ מיין עצם ראי׳.
——

תכלית הידיעה שנדע שלא נדע. איז דער עם הארץ וואס ווייסט גארנישט אויפ׳ן זעלבע מדריגה ווי די חכם וואס האלט ביים תכלית הידיעה, ביידע ווייסען נישט?... נאר ס׳פשוט, דער ע״ה מיינט אז ער פארשטייט עפעס, און דער חכם האלט אסאך ווייטער, ער האט א גאר טיפער פארשטאנד אז ער ווייסט נישט. השגות שתלוי׳ בלב שא״א ללמוד לאחרים.

משלהד״ד: א קינד זעהט א ערליכע איד מדקדק בקלה כבחמורה, טראכט פון אייבירשטען, א מזכה את הרבים לעוררן ביראת שמים וכו׳ וכו׳. זאגט דער קינד, אז דער איד איז א צדיק אמת כמו דורות הקודמים. דער גדול הבר דעת, פארשטייט קלאר, אמת ער איז א חשובע איד, אבער נישט דאס איז א צדיק אמת מדורות הקודמים. וואס יא, איך ווייס נישט... ער קען עס אבער נישט איבערגעבן פאר דעם בחור׳ל וואס זיין שכל איז לימעדיט.

(א צדיק באקומט יעדען טאג א טיפערע פארשטאנד און פארשטייט אז זיין נעכטיגע עבודה איז גארנישט, פארוואס איז ער איז נישט מעלה על הכתב אז אנדערע זאלן נישט דארפ׳ן דורכגיין זיינע הדרגות? והביאור היא פשוט, שא״א. והבן.)

וועגען דעם קען מען נישט ארויסנעמען הלכה למעשה פון א פריעדיגע ספר אן קיין שימוש. שימוש שארפט די השגת המקבל ער זאל קענען ארויסנעמען פונעם ספר די ריכטיגע משמעות. (געווענליך די מענטשען מיט קורצע השגות וועלן ברענגען א ראי׳ ארויס פונעם ספר און וועט נישט פארשטיין פארוואס מ׳דארף אפשר די ריכטיגע שימוש דערפאר)
——
עצם הוויכח:
מיט דעם פארשטייט מען זייער גוט אונזער עצם וויכח, דו האסט געלערנט חסידישע ספרים און דו (דמיון׳סט) פארשטייסט דעם דרך הבעש״ט. ברוחב בינתך, איז דיר א פלא, וויאזוי קען מען מכחיש זיין השמש בצהרים אז ס׳איז נשתכח?
איך קוק דיך אן אין טראכט בצחוק מכאיב: שעפעלע, וואס דו האסט געלערנט האב איך אויך געלערנט, און מיט דעם אלעם פארשטיי איך אז ׳נישט דאס איז עס׳, סאיז עפעס אסאך טיפער.

מה נעשה, דער חונן הדעת האט מיר געגעבן מער.
תלי״ת שהושבני בין ברכי ת״ח וואס האבן געשארפט מיין השגות.
כ׳קען דיר נישט געבן דערפון.

דאס איז נישט מיין מיינונג, מיר זענען נישט אויפגעוואקסען אויפ׳ן גאס, 2 פאר אויגן טיילט אונז אפ פון צאנז׳ע רב, שיניאווא רב ועוד ועוד....
מיר לערנען פונקט אזוי סאך דברי תלמידי הבעש״ט ווי דיר... דו פרובירסט צו ווייזן אז דו האסט עפעס א בקיאות, קענסט האבן מער בקיאות, אויב דיין השגות זענען לימעדיט, איז עס זערא.

באמת איז א שאד די צייט צו זיצן אויף אייוועלט, דו קענסט אין די צייט מייחד זיין יחודים.
——-
איך שרייב די תגובה, שלא יאמרו מדשתקו... אבער כ׳וועל בל״נ נישט ענטפערן מער, אזוי ווי געשריבן, ס׳איז א שאד.
ואין קץ לדברי רוח. וכשהכסיל מקנטר החכם מערבב דעתו.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:42 pm

זייער א שיינע מאמר לב בשר... יישר כח.

לענין וואס די שרייבסט דא
לב בשר האט געשריבן:לענין מיין לעצטע תגובה: איך וויל ארויסברענגען א נקודה, אז לפי די סגנון באופן כללי פון צדיקים אין די לעצטע דורות, דהיינו, אז זיי רעדן בכלל נישט דערפון, קוקט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז משיח צדקינו גייט קומען אנדעם וואס די וועלט וועט קענען מייחד זיין יחודים. (למעשה האט שוין עמיצער צו געברענגט אז מיין עצם ראי׳ פונעם בריוו שטייט אין דבר״י, איך האב צוגעלייגט א סייעתא פון די סגנון הצדיקים..).
מ׳קען עס אפווענדען מיט סברות, והנני מוכן לשמוע. אבער דו קומסט, וואפס! כ׳האב געטראפן די עט״צ רעדט דערפון אין א בריוו...
פשט איז, האסט בכלל נישט געכאפט די נשמה פון מיין ראי׳ (וואס איך זאג יעצט כאפסטו יא?...).
טא, וואס האב איך פון ענטפערן א פרט פון תגובה, ווען דו האסט בכלל נישט געכאפט די עיקר פון מיין תגובה.
——-
לעצם התגובה, האמת אגיד אז בשעתן שרייבן די תגובה, האב איך נישט געדענקט די בריוו, כ׳האב אבער יא געוויסט פון דער בריוו. למעשה פרעגט עס בכלל נישט אפ מיין עצם ראי׳.

וויל איך אייך פרעגן א פשוט'ע פראגע. טאמער וועל איך דיך ווייזן פון צדיקים אין די לעצטע דורות, צדיקים פון ממש פאר די מלחמה וכדומה, וואס זיי רעדן יא דערפון, און זיי זענען מעורר אז מען ברויך פארשפרייטן דעם דרך החסידות, וועסטו מודה זיין אז עס איז יא נוגע היינט?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:43 pm

לב בשר, דיינע ווערטער דארף מען אריינהארעווען אין זיך. מ'קען פון דיינע ווערטער מאכן א גאנצע חיבור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:58 pm

לב בשר האט געשריבן:עצם הוויכח:
מיט דעם פארשטייט מען זייער גוט אונזער עצם וויכח, דו האסט געלערנט חסידישע ספרים און דו (דמיון׳סט) פארשטייסט דעם דרך הבעש״ט. ברוחב בינתך, איז דיר א פלא, וויאזוי קען מען מכחיש זיין השמש בצהרים אז ס׳איז נשתכח?
איך קוק דיך אן אין טראכט בצחוק מכאיב: שעפעלע, וואס דו האסט געלערנט האב איך אויך געלערנט, און מיט דעם אלעם פארשטיי איך אז ׳נישט דאס איז עס׳, סאיז עפעס אסאך טיפער.

מה נעשה, דער חונן הדעת האט מיר געגעבן מער.
תלי״ת שהושבני בין ברכי ת״ח וואס האבן געשארפט מיין השגות.
כ׳קען דיר נישט געבן דערפון.

ריכטיג, "נישט דאס איז עס" עס איז סאך סאך טיפער, עס איז דא אין די זעלבע דרך גאר הויכע מדריגות, און אונז האלטן פשוט ביי די ערשטע שטאפלען, ביי אונז פשוט'ע אידן איז די חסידישע ספרים א וועג ווייזער צו לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף אן אויסטערלישע טיפע אופן, און פלאמען זיך צו דערווייטערן פון אן עבירה, און קאכן צו טוהן א מצוה, דאס איז די לימוד החסידות וואס איז שייך פאר יעדע איד, און אט א דאס איז א חלק פון די דרך הבעל שם טוב. חוץ די טיפקייט און מדריגות וואס איז דא נאך טיפער און נאך טיפער עמוק עמוק מי ימצאנה.
לעצט פאראכטן דורך פיבער מעסטער אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:59 pm

לב בשר האט געשריבן:וועגען דעם קען מען נישט ארויסנעמען הלכה למעשה פון א פריעדיגע ספר אן קיין שימוש. שימוש שארפט די השגת המקבל ער זאל קענען ארויסנעמען פונעם ספר די ריכטיגע משמעות. (געווענליך די מענטשען מיט קורצע השגות וועלן ברענגען א ראי׳ ארויס פונעם ספר און וועט נישט פארשטיין פארוואס מ׳דארף אפשר די ריכטיגע שימוש דערפאר.

אויך א ריכטיגע נקודה אז מען דארף שימוש, און טאקע וועגן דעם קוקן גאר אסאך אזוי אויס, אז זיי נעמען גארנישט ארויס פון חסידישע ספרים, ווייל זיי האבן געזעהן א שטיקל אין ויואל משה, אן האבן די ריכטיגע שימוש, און בויען זייער גאנצע צוגאנג צו חסידישע ספרים לויט עפעס א ראי' פון א שטיקל ספר און לויט זייער קורצה השגה אינעם ספר.

און בעצם איז טאקע אויך אמת אז לערנען חסידישע ספרים אן זיין מקושר צו א לעבעדיגע צדיק, איז אויך א קאלטע לימוד, און מען דארף טאקע שימוש ת"ח...

בקיצור, ביסט גערעכט, מען דארף שימוש...

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 17, 2019 6:26 pm

ווי צב"ש דאס - איז אויך גוט
"דער עפאכע פון ________".
דער פראגראם האט אריינגעברענגט צווישן _____חסידים איבער די גאנצער וועלט גענצליך נייע באדייטן אינעם באגריף פון התקשרות לצדיקים און זיין אנגעבינדן צום
הייליגן _______הויף מריחוק מקום וקירוב לבבות.
פארשטייט זיך אז די __________ איז ווייט פון אן ערזאץ צו די געוואלדיגע זכיה פערזענליך צופארן קיין _________ און זיך געפונען בצילא דמהימנותא ביים וכו' , אבער היות די השגחה עליונה האט געפירט אז מיר וואוינען טויזנטע מיילן אוועק פונעם ____________ האבן מיר די זכות און זכיה מיטצולעבן דעם הייליגן הויף אפילו פונדערווייטנס.
לעצט פאראכטן דורך התבונני אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:04 pm

ווייסט וואו מ'קען זעהן אז מ'דארף אביסל פארשפרייטן דעם דרך החסידות? נישט אלץ דעם דרך הבעל שם טוב, נאר אלץ 'חסידות'. אמאל האט יעדער געוואוסט אז ס'קומט שאלעשידעס איז עס א זמן פון דערהויבנקייט, א זמן פון התקרבות לה', א זמן ווען א יוד קען זיך הייבן. א זמן ווען א יוד קען אביסל ארויסגעבן זיינע הרגשים פון א גאנצע וואך, א זמן ווען מ'קען אביסל פארברענגען מיט די הייליגע שכינה הקדושה, א זמן פון אויסרופן אמונה, די קלימאקס דערפון איז אויסרופן אז דער אייבערשטער איז קעניג, נישט קיין חילוק וואס דער יצר הרע זאגט אגאנצע וואך, און אויך בפה מלא ארויסזאגן קבלת עול מלכות שמים. א זמן ווען מ'קען אביסל פארציילן פאר די אייבערשטער 'גם אלך בגי צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי'. זיך שפירן אביסל העכער. ארויסנעמען די נשמה פון איר באהעלטעניש. ממליך זיין די נשמה אויפן גוף. זיך געבן אביסל צו קאסטן שעשועים מיט די אייבערשטער.

און יעצט, מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו די גאנצע שאלעשידעס. זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס מ'קען אלץ טון מיט דעי מין זאך וואס ס'הייסט שאלעשידעס. זיי ווילן נאר אז ס'זאל זיך ענדיגן. זאלן זיי אביסל וויסן וואס 'חסידות' איז, וואלטן זיי זיך נישט אזוי ארויסגעיאגט.

'חסידות' קוקט מיר אויס צו זיין די נשמה פון יודישקייט, אזוי קוקט מיר עס אויס. און יעצט אז דו קוקסט דיך אביסל אום זעהסטו אז ס'פעלט. אפילו די 'נשתכח' פעלט. ס'וואלט שוין געווען בעסער די דרך הבעל שם טוב וואס איז נישט די עכטע, ווי איידער גארנישט. סתם א טרוקענע יודישקייט? וואס איז פשט? דאס האט די רבי געוואלט? וואו איז די ווארימקייט?

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:05 pm

התבונני האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:וועגען דעם קען מען נישט ארויסנעמען הלכה למעשה פון א פריעדיגע ספר אן קיין שימוש. שימוש שארפט די השגת המקבל ער זאל קענען ארויסנעמען פונעם ספר די ריכטיגע משמעות. (געווענליך די מענטשען מיט קורצע השגות וועלן ברענגען א ראי׳ ארויס פונעם ספר און וועט נישט פארשטיין פארוואס מ׳דארף אפשר די ריכטיגע שימוש דערפאר.

אויך א ריכטיגע נקודה אז מען דארף שימוש, און טאקע וועגן דעם קוקן גאר אסאך אזוי אויס, אז זיי נעמען גארנישט ארויס פון חסידישע ספרים, ווייל זיי האבן געזעהן א שטיקל אין ויואל משה, אן האבן די ריכטיגע שימוש, און בויען זייער גאנצע צוגאנג צו חסידישע ספרים לויט עפעס א ראי' פון א שטיקל ספר און לויט זייער קורצה השגה אינעם ספר.
און בעצם איז טאקע אויך אמת אז לערנען חסידישע ספרים אן זיין מקושר צו א לעבעדיגע צדיק, איז אויך א קאלטע לימוד, און מען דארף טאקע שימוש ת"ח...
בקיצור, ביסט גערעכט, מען דארף שימוש...

ווי צב"ש דאס - איז אויך גוט
"דער עפאכע פון ________".
דער פראגראם האט אריינגעברענגט צווישן _____חסידים איבער די גאנצער וועלט גענצליך נייע באדייטן אינעם באגריף פון התקשרות לצדיקים און זיין אנגעבינדן צום
הייליגן _______הויף מריחוק מקום וקירוב לבבות.
פארשטייט זיך אז די __________ איז ווייט פון אן ערזאץ צו די געוואלדיגע זכיה פערזענליך צופארן קיין _________ און זיך געפונען בצילא דמהימנותא ביים וכו' , אבער היות די השגחה עליונה האט געפירט אז מיר וואוינען טויזנטע מיילן אוועק פונעם ____________ האבן מיר די זכות און זכיה מיטצולעבן דעם הייליגן הויף אפילו פונדערווייטנס.

נעה, וואס פאלט דיר ביי? דאס מיינט נישט חסידות בכלל, נישט דאס מיינט זיין מקושר אין א צדיק, און אז איינער זאגט אז יא, איז ממילא? אז איינער איז פארדרייט מיז איך אויך זיין?

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:07 pm

נשמה האט געשריבן:ווייסט וואו מ'קען זעהן אז מ'דארף אביסל פארשפרייטן דעם דרך החסידות? נישט אלץ דעם דרך הבעל שם טוב, נאר אלץ 'חסידות'. אמאל האט יעדער געוואוסט אז ס'קומט שאלעשידעס איז עס א זמן פון דערהויבנקייט, א זמן פון התקרבות לה', א זמן ווען א יוד קען זיך הייבן. א זמן ווען א יוד קען אביסל ארויסגעבן זיינע הרגשים פון א גאנצע וואך, א זמן ווען מ'קען אביסל פארברענגען מיט די הייליגע שכינה הקדושה, א זמן פון אויסרופן אמונה, די קלימאקס דערפון איז אויסרופן אז דער אייבערשטער איז קעניג, נישט קיין חילוק וואס דער יצר הרע זאגט אגאנצע וואך, און אויך בפה מלא ארויסזאגן קבלת עול מלכות שמים. א זמן ווען מ'קען אביסל פארציילן פאר די אייבערשטער 'גם אלך בגי צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי'. זיך שפירן אביסל העכער. ארויסנעמען די נשמה פון איר באהעלטעניש. ממליך זיין די נשמה אויפן גוף. זיך געבן אביסל צו קאסטן שעשועים מיט די אייבערשטער.

און יעצט, מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו די גאנצע שאלעשידעס. זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס מ'קען אלץ טון מיט דעי מין זאך וואס ס'הייסט שאלעשידעס. זיי ווילן נאר אז ס'זאל זיך ענדיגן. זאלן זיי אביסל וויסן וואס 'חסידות' איז, וואלטן זיי זיך נישט אזוי ארויסגעיאגט.

'חסידות' קוקט מיר אויס צו זיין די נשמה פון יודישקייט, אזוי קוקט מיר עס אויס. און יעצט אז דו קוקסט דיך אביסל אום זעהסטו אז ס'פעלט. אפילו די 'נשתכח' פעלט. ס'וואלט שוין געווען בעסער די דרך הבעל שם טוב וואס איז נישט די עכטע, ווי איידער גארנישט. סתם א טרוקענע יודישקייט? וואס איז פשט? דאס האט די רבי געוואלט? וואו איז די ווארימקייט?

והשם הטוב יעזור

שפתיים ישק!

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:08 pm

און די וואס האלטן נישט זמן ר"ת זאלן ציען שאלעשידעס (ווי די שרייבסט עס) לכה"פ ביז זמן ר"ת - כדי לצאת חסידות וגם ספק ספיקא דאורייתא
איי פארוואס נישט ? איך ווייס נישט ! איך זאג דאס נאר להערה בעלמא.
והוא רחום יכפר וכו'

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:08 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:וועגען דעם קען מען נישט ארויסנעמען הלכה למעשה פון א פריעדיגע ספר אן קיין שימוש. שימוש שארפט די השגת המקבל ער זאל קענען ארויסנעמען פונעם ספר די ריכטיגע משמעות. (געווענליך די מענטשען מיט קורצע השגות וועלן ברענגען א ראי׳ ארויס פונעם ספר און וועט נישט פארשטיין פארוואס מ׳דארף אפשר די ריכטיגע שימוש דערפאר.

אויך א ריכטיגע נקודה אז מען דארף שימוש, און טאקע וועגן דעם קוקן גאר אסאך אזוי אויס, אז זיי נעמען גארנישט ארויס פון חסידישע ספרים, ווייל זיי האבן געזעהן א שטיקל אין ויואל משה, אן האבן די ריכטיגע שימוש, און בויען זייער גאנצע צוגאנג צו חסידישע ספרים לויט עפעס א ראי' פון א שטיקל ספר און לויט זייער קורצה השגה אינעם ספר.
און בעצם איז טאקע אויך אמת אז לערנען חסידישע ספרים אן זיין מקושר צו א לעבעדיגע צדיק, איז אויך א קאלטע לימוד, און מען דארף טאקע שימוש ת"ח...
בקיצור, ביסט גערעכט, מען דארף שימוש...

ווי צב"ש דאס - איז אויך גוט
"דער עפאכע פון ________".
דער פראגראם האט אריינגעברענגט צווישן _____חסידים איבער די גאנצער וועלט גענצליך נייע באדייטן אינעם באגריף פון התקשרות לצדיקים און זיין אנגעבינדן צום
הייליגן _______הויף מריחוק מקום וקירוב לבבות.
פארשטייט זיך אז די __________ איז ווייט פון אן ערזאץ צו די געוואלדיגע זכיה פערזענליך צופארן קיין _________ און זיך געפונען בצילא דמהימנותא ביים וכו' , אבער היות די השגחה עליונה האט געפירט אז מיר וואוינען טויזנטע מיילן אוועק פונעם ____________ האבן מיר די זכות און זכיה מיטצולעבן דעם הייליגן הויף אפילו פונדערווייטנס.

נעה, וואס פאלט דיר ביי? דאס מיינט נישט חסידות בכלל, נישט דאס מיינט זיין מקושר אין א צדיק, און אז איינער זאגט אז יא, איז ממילא? אז איינער איז פארדרייט מיז איך אויך זיין?

מען מוז נישט ! ח"ו ! מען קען אבער ווערן ! (איך ברענג דאס נאר צוליב דאס וואס דו שרייבסט איבער התקשרות צו לעבעדיגע צדיקים)

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:10 pm

התבונני האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:וועגען דעם קען מען נישט ארויסנעמען הלכה למעשה פון א פריעדיגע ספר אן קיין שימוש. שימוש שארפט די השגת המקבל ער זאל קענען ארויסנעמען פונעם ספר די ריכטיגע משמעות. (געווענליך די מענטשען מיט קורצע השגות וועלן ברענגען א ראי׳ ארויס פונעם ספר און וועט נישט פארשטיין פארוואס מ׳דארף אפשר די ריכטיגע שימוש דערפאר.

אויך א ריכטיגע נקודה אז מען דארף שימוש, און טאקע וועגן דעם קוקן גאר אסאך אזוי אויס, אז זיי נעמען גארנישט ארויס פון חסידישע ספרים, ווייל זיי האבן געזעהן א שטיקל אין ויואל משה, אן האבן די ריכטיגע שימוש, און בויען זייער גאנצע צוגאנג צו חסידישע ספרים לויט עפעס א ראי' פון א שטיקל ספר און לויט זייער קורצה השגה אינעם ספר.
און בעצם איז טאקע אויך אמת אז לערנען חסידישע ספרים אן זיין מקושר צו א לעבעדיגע צדיק, איז אויך א קאלטע לימוד, און מען דארף טאקע שימוש ת"ח...
בקיצור, ביסט גערעכט, מען דארף שימוש...

ווי צב"ש דאס - איז אויך גוט
"דער עפאכע פון ________".
דער פראגראם האט אריינגעברענגט צווישן _____חסידים איבער די גאנצער וועלט גענצליך נייע באדייטן אינעם באגריף פון התקשרות לצדיקים און זיין אנגעבינדן צום
הייליגן _______הויף מריחוק מקום וקירוב לבבות.
פארשטייט זיך אז די __________ איז ווייט פון אן ערזאץ צו די געוואלדיגע זכיה פערזענליך צופארן קיין _________ און זיך געפונען בצילא דמהימנותא ביים וכו' , אבער היות די השגחה עליונה האט געפירט אז מיר וואוינען טויזנטע מיילן אוועק פונעם ____________ האבן מיר די זכות און זכיה מיטצולעבן דעם הייליגן הויף אפילו פונדערווייטנס.

נעה, וואס פאלט דיר ביי? דאס מיינט נישט חסידות בכלל, נישט דאס מיינט זיין מקושר אין א צדיק, און אז איינער זאגט אז יא, איז ממילא? אז איינער איז פארדרייט מיז איך אויך זיין?

מען מוז נישט ! ח"ו ! מען קען אבער ווערן !

און פון נישט זיין מקושר צו א צדיק וועל איך דיר באלד זאגן וואס מען קען ווערן...

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט