יתרו - מיין חבר'ס הצלחה קען מיך ברענגן מנוחת הנפש!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

יתרו - מיין חבר'ס הצלחה קען מיך ברענגן מנוחת הנפש!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 7:18 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

לעצטע וואך האבן מיר בסייעתא דשמיא געשמועסט איבער די מלחמה מיט עמלק, דער יצר הרע וואס זוכט צו אָפקילן און אריינברענגען ספיקות און קשיות אין יעדע זאַך. מיר האבן געשמועסט אז די בעסטע עצה קעגן די ספיקות און פלאָנטערנישן איז צו זיין בשמחה און גלייבן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און אים לויבן און דאַנקען פאר אלע גוטע זאַכן וואס ער טוט אונז כסדר שענקן.

די וואך זעען מיר דאס פארקערט פון עמלק: יתרו האט געהערט אין דעם ווייטן מדין איבער די וואונדערליכע ניסים וואס דער באשעפער האט געטון, און ער ווערט דערנענטערט צו די ריינע אמונה. וַיִּשְׁמַע יִתְרוֹ כֹהֵן מִדְיָן חֹתֵן משֶׁה אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹהִים לְמשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם - יתרו דערהערט דער גרויסער, געוואלדיגער בשורה פון קריעת ים סוף און דער זיג איבער עמלק, און דורך די געוואלדיגע בשורות ווערט ער נאָנט צום באשעפער און איז מקבל דעם עול מלכות שמים.

לאמיר זיך מתבונן זיין דערין. עמלק און יתרו זענען ביידע פון פרעמדע פעלקער, זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל. ביידע הערן דער זעלבער בשורה איבער יציאת מצרים און קריעת ים סוף, וואס איז פשט אז עמלק דרייט זיך אוועק און קומט מלחמה האַלטן מיט די אידן, פרובירנדיג אריינצוברענגען ספיקות און אומזיכערקייטן ביי אונז, ביז מיר זענען געווארן באפוילן אים אויסצומעקן פון דער ערד, ווידער יתרו הערט אט דעם זעלבן בשורה, און עס ברענגט אים צו ווערן א חלק פונעם פאלק ישראל. וואס איז דער חילוק צווישן זיי?

שפעטער אין דער פרשה טרעפן מיר ווי גאנץ כלל ישראל געפינט זיך ביים גרויסן מעמד, וואו מיליאנען אידן זענען געשטאנען האנט ביי האנט, כאיש אחד בלב אחד, און געהערט און געזען ווי דער בורא עולם אליין געבט איבער די תורה הקדושה פאר זיינע באליבטע קינדערלעך. ווי באקאנט טרעפט מען אין ספרים הקדושים אז דער ענין פון "כאיש אחד בלב אחד", די אחדות ביי כלל ישראל, איז ממש געווען א תנאי צו באקומען די תורה הקדושה. לאמיר זיך דערין פארטיפן.

שפעטער אין די עשרת הדברות געפינט זיך דער ענין פון לֹא תַחְמֹד – מען טאָר נישט גליסטן. לאמיר זיך פארשטעלן; אז מיר זאלן פרעגן א גר: וואו אין דער תורה געפינען מיר דער ענין אז א מענטש טאָר נישט גלוסטן? בפשטות וואלט ער געענטפערט, "מסתמא ווערט עס דערמאנט אין פרקי אבות אלס א גוטע מידה." אבער ניין, ברידער, דער באשעפער אליין האט אונז עס געזאגט ביי די עשרת הדיברות. לכאורה איז א וואונדער אז דאס ווערט פאררעכנט אלס א סאמע וויכטיגע יסוד פון אידישקייט. נאכמער פרעגט זיך, ווי איז שייך צו זאגן פאר א מענטש: 'גליסט נישט!' דאס איז נישט אזוי ווי שמירת שבת, אדער היטן כשרות, וואס א מענטש קען מקיים זיין אפילו ס'קומט אָן שווער. דאס איז א זאך אין די הארץ, אין די מחשבה, ווי אזוי קען מען אָפהאלטן א מענטש פון אזא נאטורליכע זאך ווי גליסטן א צווייטנס עררייכונגען? לאמיר זיך פארטיפן אין דעם עומק הענין.

די וועלט פארציילט אז א איד איז אמאל געשטאנען אין קאווע צימער און געשמועסט מיט'ן חבר. אינמיטן דעם שמועס האט ער דערמאנט אז א חבר זייערער איז נישט געזונט, און ער האט גערעדט וועגן זיין חבר'ס שווערן מצב. האט זיין מיטשמועסער אים געזאגט, "איך בעט דיך, הער אויף רעדן דערוועגן ווייל איך קען נישט טראכטן פון דעם בשעת איך טרינק מיין קאווע…" דער איד האט טאקע אויפגעהערט צו רעדן, און דער חבר זיינער האט אנגעהויבן שמועסן און דערציילן אז איינער האט לעצטנס פארדינט אסאך געלט. ווען דער איד האט דאס געהערט האט ער געזאגט, "איך בעט דיך, יעצט קען איך נישט טרינקען מיין קאווע…"

די מעשה'לע ברענגט ארויס א מערקווירדיגע שטריך פון דעם מענטשנ'ס נאטור. און אז מיר קוקן זיך ארום מיט אַן אמת וועלן מיר באמערקן אז מיר זענען אלע אזוי, איינער מער איינער ווייניגער. וויפיל מאָל מאַכט זיך אז א מענטש דערזעט זיך אז א חבר וואס האט מיט מיר צוזאַמען געלערנט אין ישיבה, אדער א באקאנטער מיט וועמען מען האט צוזאַמען פארברענגט, און פלוצלינג איז ער זייער מצליח, צו פינאנציעל אדער אין אנדערע אנגעלעגנהייטן, און עס כאַפט א שטעך אין הארץ - פארוואס בין איך נישט אזוי מצליח? פארוואס טוט יענער גרינג שידוכים בשעת איך מוטשע זיך? פארוואס האט יענער נחת און פרנסה און ביי מיר איז נישט אזוי? פארוואס קען יענער מאַכן איין געשעפט נאכ'ן צווייטן און איך ארבעט שווער אויף יעדן דאלער?
מען זעט אפילו אפטמאל אז ווען ס'קומט ארויס עפעס א נעגאטיווע נייעס אויף אַן איש מוצלח, אז טייל מענטשן שפירן א געוויסע הנאה, אז ענדליך גייט עפעס נישט גוט פאר דעם באקאנטן עושר. זעלבסטפארשטענדליך אז דאס ברענגט נישט קיין אמת'ע צופרידנקייט פאר א מענטש, ווייל עס וועלן שטענדיג זיין אנדערע וואס וועלן מער מצליח זיין ווי אים, און דאס ברענגט א כסדר'דיגע אומצופרידנהייט פאר'ן מענטש. דער שורש דערפון קומט פון זיך שטענדיג פארגלייכן צו אַנדערע און זיך אָנקוקן מיט א געפאלענע בליק, אז מען איז גארנישט ווערד אויב מען איז נישט אזוי ווי יענעם.

די וועלט דערציילט אז א איד האט זיך איינגעהאַנדלט א נייע קאר. ער קומט אָן אהיים מיט דעם שיינעם קאַר און ער שפירט צופרידן מיט זיך אבער נאך עטליכע טעג גייט ער צוריק צום קאַר הענדלער און זאגט אים, "נעם צוריק דעם קאר, איך דארף א צווייטע." דער סוחר וואונדערט זיך און פרעגט, "וואס עפעס, דאס איז דאך א טאפ מאדעל קאר!" ענטפערט אים דער קליענט, "יא, אבער איך זע אז אסאך מענטשן פאַרמאָגן דעם קאַר. איך דארף נישט א קאַר וואס די גאנצע שטאט דרייווט…"

אזוי קוקט מען אויס ווען מען קוקט שטענדיג אויף א צווייטן אנשטאט קוקן אויף די אייגענע געברויכן. אזוי ווערט געבויט א סטאַנדארט וועלכע צווינגט מענטשן צו לעבן פיל העכער זייערע מעגליכקייטן. אבער דאס ברענגט נאר מער אומצופרידנהייט און מער פרעשור, ווייל שטענדיג וועלן זיין יחידים וואס פארמאגן א גרעסערע הצלחה, און אויב מען בויט זיך נישט אויס אַן אינערליכע זיכערקייט און פארשטאנד אז יענעמ'ס הצלחה איז נישט קיין שום שטער פאר דיינס, איז מען שטענדיג פאַרצווייפלט און פאַרנומען נאכיאגן א סטאַנדארט וואס מען קען נישט נאכקומען. דא האט יענער זיך איינגעהאנדלט א נייע קאר, דארט האט א צווייטער געקויפט א שיינע זומער הייזקע, און מען שפירט זיך שטענדיג באטראפן און דערנידערט.

דער הייליגער אבן עזרא שרייבט אויף לא תחמוד: "אסאך מענטשן וואונדערן זיך, ווי אזוי איז מעגליך אז א מענטש זאל נישט גלוסטן אויף א זאך וואס איז גלוסטיג פאר יעדנ'ס אויגן?" און דער אבן עזרא איז מסביר מיט א משל: אויב א דארפסמאן זעט אז דער קעניג האט א טאכטער, וועט אים אוודאי נישט איינפאלן אז דער קעניג וועט אים נעמען פאר אַן איידעם, ווייל ער אנערקענט אז דאס איז נישט קיין מעגליכע זאַך. די זעלבע זאך דארף יעדער קלוגער מענטש אנערקענען אז אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט קומען פון הימל, לויט ווי מען וויל פון אויבן. אזא מענטש ווייסט אז אויב זיין חבר פארמאגט עפעס וואס ער האט נישט, וועט ער דאס קיינמאל נישט קענען נעמען פאר זיך, סיי מיט כח אדער מיט אנדערע מיטלען, ווייל פון הימל וויל מען אז יענער זאל עס האבן. דער אבן עזרא פירט אויס: דערפאר זאל ער זיך פארזיכערן אין באשעפער אז ער וועט אים שפייזן און טון וואס איז גוט.

עס איז אבער פארהאן א טיפערע דרגה אין דעם ענין וואס אויב מען דערגרייכט דאס ברענגט דאס אַן אמת'ע שמחה און צופרידנהייט. א מענטש קען שפירן, אמת, יענעם איז טאקע באשערט פון הימל צו פאַרמאָגן וואס ער האט, און איך פארגין אים אפילו, אבער וואס איז מיט מיר? מיר האבן דאך ביידע געלערנט צוזאמען אין ישיבה, איך בין אפשר געווען אביסל קלוגער און מער פאַפולער, איז פארוואס איז יענער מצליח און איך מוטשע זיך? פארוואס גייט אים גוט און איך נישט?

צו פארשטיין גוט דעם ענין, לאמיר זיך פארשטעלן אז א איד האט אַן איינציג קינד, א בן יחיד. דער איד לייגט אריין גרויסע כוחות אין דעם קינד, ער דינגט די בעסטע מלמדים, און מאכט זיכער אז ער זאל אויסוואַקסן ווי עס דארף צו זיין. ווען ער וואַקסט אויף, העלפט ער אים אריינגיין אין ביזנעס און שלאָפט נישט קיין טעג און נעכט ביז דאס קינד איז טאקע מצליח. לאמיר זיך פארשטעלן אז דאס קינד איז טאקע מצליח העכער אלע ערווארטונגען, ער ווערט א פארמעגליכער איד מיט תורה וגדולה און אלע גוטע זאכן. איז דען דא א הוה אמינא אז דער איד וועט אים מקנא זיין? אוודאי נישט.

די גמרא זאגט שוין (סנהדרין קה) בכל אדם מתקנא חוץ מבנו ותלמידו - א מענטש קען מקנא זיין יעדן איינעם, אויסער זיין קינד אדער זיין תלמיד. און די סיבה דערצו איז ווייל א קינד'ס הצלחה, אדער א תלמיד'ס הצלחה, איז אַן אייגענע הצלחה. די זעלבע איז ווען א חבר מוטשעט זיך מיט ביזנעס אדער מיט א שידוך וכדו', און דער מענטש לייגט זיך אריין און העלפט יענעם ארויס און לייגט אריין שווערע כוחות, אויב דאס וועט מצליח זיין, און דער חבר טוט א פיינעם שידוך אדער ער שטעלט זיך אויף די פיס, וועט ער אים אוודאי נישט מקנא זיין. אדרבה, ער וועט שפירן אז ער האט אליין מצליח געווען מיט זיין חבר'ס הצלחה. אין אנדערע ווערטער, ווען מיר שפירן אז מיר האבן א שייכות מיט דעם הצלחה, און בפרט ווען מיר האבן אליין געשפילט א ראלע דערין, ווערט פארוואסערט די קנאה, און אנשטאט דעם קומט אריין א גוטער געפיל פון סיפוק און הנאה.

"די עצה צו פטור ווערן פון קנאה איז דורך ארייננעמען ביי זיך אין קאָפ א פשוט'ע נקודה: כולנו בני איש אחד אנחנו, מיר זענען אלע געקניפט און געבינדן, מיר לעבן אויף די זעלבע ערד און מיר זענען אלע קינדער פונעם הייליגן באשעפער. אז איינער איז מצליח, איז יעדער מצליח. דאס מיינט א טוב עין, צו קוקן אויף די וועלט מיט גוטע אויגן און באטראכטן יעדן איינעם ווי אַן אייגן קינד אדער אַן אייגן תלמיד וואס מען וועט קיינמאל נישט מקנא זיין. אז מען שפירט א נאנטע שייכות מיט יעדן איינעם קען מען דאס באווייזן."

אז מען קוקט אריין אין חז"ל טרעפן מיר: הקנאה, התאווה והכבוד – מוציאים את האדם מן העולם. דער שורש פון די דריי זאכן איז אז דער מענטש קוקט נישט אויף זיינע אייגענע מעגליכקייטן און אייגענע הצלחה, נאר ער איז פארנומען קוקן אויף אנדערע. וואס זאגן מענטשן אויף מיך? ווער איז מער מצליח ווי מיך? ווער פאַרמאָגט מער ווי מיך? דאס עסט אויף דעם מענטש און רייסט לעבעדיגע שטיקער פון אים. ליידער זענען מיר אלע אביסל אזוי, אסאך מאל ווען מען מאַכט אוועק איינעם, אדער מען טרייבט ליצנות פון עפעס, אויב מען וועט טיפער אריינטראכטן וועט מען זען אז ס'איז נישט מער ווי קנאה וואס טרייבט דעם מענטש אוועקצומאכן די זאַך, נישט קענענדיג צוקוקן אז יענער איז עפעס א 'יש'. די עצה איז צו ארבעטן אויף אהבה, ארבעטן אויף מיטשפירן מיט א צווייטן און אַנערקענען אז יא, יענער מעג האבן א גוטע מינוט, און נישט נאר וואס ער מעג, נאר איך וויל אז ס'זאל אים גיין גוט, ווייל דאס איז גוט פאר יעדן איינעם.

לאמיר דערמיט צוריקקומען צו אונזער פרשה. לעצטע וואך האבן מיר געשמועסט אז עמלק איז בגימטריא 'מר' - ביטערקייט. עמלק הערט די אלע וואונדערליכע ניסים פון דעם אידישן פאלק, אבער אנשטאט צו ווערן איבערגענומען דערפון, ווערט ער פארביטערט. נו, וואס טוט א ביטערער מענטש ווען ער הערט אז פאר'ן חבר גייט גוט? ער צוברעכט יענעם, מאכט אים אוועק, און פרובירט אים צו צוקלאַפן. דאס האט עמלק געוואלט טון. ער האט נישט געקענט דערהייבן ווי דער באשעפער האט אויסדערוועלט דעם אידישן פאלק און געמאכט אזעלכע וואונדערליכע ניסים מיט זיי, איז ער געקומען מלחמה האלטן.

פון די אנדערע זייט שטייט יתרו, ער איז אויך נישט קיין חלק פון כלל ישראל, אבער ער פארמאגט עפעס וואס עמלק האט נישט: אַן עין טובה. וַיִּחַדְּ יִתְרוֹ, יתרו פרייט זיך מיט די שמחה פון כלל ישראל, ער פרייט זיך אזוי שטארק, אז ער וויל מיטהאלטן מיט די שמחה. ער קומט צוגיין אין דעם וויסטן מדבר, וועלנדיג זען פון דער נאָנט די גרויסע הצלחה פון כלל ישראל און וועלנדיג שפירן א טייל פון זיי. דאס האט אים געגעבן די זכיה צו מקבל זיין דעם עול מלכות שמים, צו קענען זיצן ביי א סעודה אינאיינעם מיט די קדושי עליון, משה רבינו און אהרן הכהן, און צו זוכה זיין צו באקומען א פרשה אין די תורה וואס רעדט זיך וועגן אים און זיינע עצות.

עס איז נישט אומזיסט אז די פרשה פון קבלת התורה ווערט אנגערופן פרשת יתרו. ווייל דער ענין פון טוב עין, פאַרגינען און זיך מיטפרייען מיט א צווייטנ'ס שמחה, איז א יסוד אין קבלת התורה. די תורה פארמאגט אין זיך פארשידענע דינים געוואנדן לויט פארשידענע מענטשן. עס זענען פארהאן געוויסע הלכות וואס זענען נוגע נאר פאר א מלך, פאר אַן עבד, פאר א כהן אדער לוי, פאר מענער אדער פרויען, פאר גרים, פאר ארימעלייט אדער עשירים, און פיל נאך. פרעגט זיך די פראגע, פארוואס זאל א איד וועלן מקבל זיין די תורה אויב יעדער באקומט אַן אנדערע ראלע? פארוואס זאל דער ישראל נישט מקנא זיין דעם כהן? און פארוואס זאל דער ארעמאן וואס באקומט מעשר עני, נישט מקנא זיין דעם עושר?

דער תירוץ איז אז ווען עס קומט צו דעם גרויסן מעמד פון מעמד הר סיני, זענען מיר אידן געווארן פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד. כלל ישראל האט איינגעזען אז מיר זענען אלע א טייל פון דעם גרויסן בילד, און יעדער פון אונז פארמאגט די זעלבע חשיבות. נישט קיין חילוק צו מען איז א כהן אדער א ישראל, אַן עושר אדער אַן ארעמאן, און דערפאר האבן מיר נישט וואס צו מקנא זיין איינער דעם צווייטן. יא, דער כהן גדול גייט אריין אין קדשי קדשים און דער פשוט'ער מענטש טאָר נישט דארט צוגיין, דער עושר טיילט תרומות ומעשרות און דער ארעמאן מוז צוקומען צו אנדערע. אבער אויב יעדער פרייט זיך מיט דעם צווייטנס הצלחה, זענען אלע מסכים אנצונעמען די תורה.

ווען מיר ווערן איין גרויסע פאלק, דעמאלט ווערט דורכן גאנצן כלל ישראל צוזאמען מקוים די תרי"ג מצות בשלימות. ביים מעמד מתן תורה זענען מיר אלע געווארן א "מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ" און יעדער האט א חלק דערין. ביים מקבל זיין די תורה הקדושה זענען מיר מקבל אז עס איז פארהאן איינער וואס וועט קענען אריין גיין אין קודש הקדשים און א צווייטער וועט נישט קענען; איינער וואס וועט זיין א עושר און איינער פון אונז וואס וועט זיין א עני; איינער וואס דארפן געבן און דער צווייטער וואס וועט נעמען. און אידישע קינדער האבן אינאיינעם געזאגט "נעשה ונשמע!" מיט פרייד. מיר האבן דערהערט אז יעדער פארמאגט זיין באשטימטע תפקיד, און נישט נאר עס באדערט נישט פאר א צווייטן, און נישט נאר וואס מיר פארגינען זיך איינער פאר'ן צווייטן, נאר מיר פרייען זיך איינער פאר'ן צווייטן. דאס איז די העכסטע מדריגה פון 'כאיש אחד בלב אחד', און אין דעם זכות האבן מיר זוכה געווען צו קבלת התורה.

דערמיט פארשטייען מיר פארוואס די עשרת הדברות הייבט זיך אָן מיט אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ, און עס ענדיגט זיך מיט לא תחמוד. ווייל לא תחמוד איז דער שליסל צו קענען דערגרייכן די אנדערע עשרת הדברות, דאס איז דער סאמע יסוד פון א איד: גלייבן אז יעדע זאַך קומט פון הימל, אז כלל ישראל איז איין פאָלק און מיר אלע פרייען זיך מיט איינער מיט'ן צווייטן, כאטש יעדער פארמאגט א באזונדערער תפקיד. אונזערע חילוקים זענען גאר קליין קעגן די געוואלדיגע אחדות וואס איז צווישן אונז. און אז מיר זענען אלע אזוי נאָנט, מיר זענען אלע ברודערס און שוועסטערס, האט נישט קיין זין צו מקנא זיין דעם צווייטן און גלוסטן עפעס וואס מען האט געשאנקען פון הימל פאר אַן אנדערן.

מיר וועלן צוענדיגן מיט א מעשה: מיר האבן אמאל געהאט דעם זכות צו זאגן אפאר ווערטער פאר עלטערע אידן אין א מושב זקנים, און דער אָנפירער האט געגעבן א זאג אז אין יענעם ווינקל זענען דא זקנים וואס זענען שוין ליידער נישט ביים פולן דעת און מען דארף זיך נישט צוטון מאכן פון זיי. ביים שיעור האבן מיר טאקע נישט צופיל געקוקט אויף זיי, אבער נאכ'ן דרשה איז צוגעקומען איינער פון יענע זקנים און צום איבערראשונג האט ער פיין מיטגעהאלטן די דרשה און מיר האבן איבערגעשמועסט עטליכע פונקטן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד איז א תלמיד פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע, און בתוך הדברים האט דער איד דערציילט וואס ער האט אליין געהערט פון הייליגן רב זי"ע:

"דער בעלזער רב האט אמאל געזאגט, אז אחדות מיינט אז א איד קומט אין שול און געבט לחיים פאר'ן עולם, ער שטעלט אוועק בראָנפן און לעקאך, וויבאלד זיין חבר האט געהאט א הצלחה. א איד וואס פראוועט א לחיים פאר א צווייטנ'ס הצלחה, דאס איז אַן אמת'ע אחדות…"

די ווערטער זאגן אונז פיל איבער די השגה פון אחדות וואס דער בעלזער רב האט געהאט. זיך מיטפרייען מיט א צווייטנ'ס שמחה כאילו ס'איז אַן אייגנס. דאס איז דער יסוד מיט וועלכן אונזער פרשה הייבט זיך, מיט דעם ויחד יתרו, זיך מיטפרייען מיט יענעמ'ס הצלחה, לעבן מיט אַן עין טוב, מיט דעם כאיש אחד בלב אחד, די פאראייניגונג פון אלע שיכטן פון כלל ישראל וועלכע זענען זיך צאמגעקומען צו מקבל זיין די תורה. דאס איז דער ענין וואס מיר זעען ביים לא תחמוד, דער טיפער אמונה אז מיר קומען פון איין פלאץ, און מיר אלע זענען א חלק פון דעם גרויסן בילד. "יענעמ'ס שמחה איז מיין שמחה, און חלילה יענעמ'ס צער איז מיין צער". אזוי קען מען דערגרייכן צו אןַ אמת'ע שלימות און צופרידנקייט אין לעבן, און אזוי קען מען באמת ליב האבן יעדן איד, אזוי ווערן מיר א ממלכת כהנים וגוי קדוש, און אין דעם זכות וועלן מיר אט טאקע זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• ווען יענער איז מצליח, קוק מיט א גוטע אויג, וועסטו האבן א בעסערע לעבן.
• די וועג צו פארגינען איז דורך זיך איינ'חזר'ן אז יענעמ'ס הצלחה איז מיין הצלחה, און יענעמ'ס שמחה איז מיין שמחה.
• מען קען נאר זוכה זיין צו קבלת התורה אויב מיר פרייען זיך איינער מיט'ן צווייטן, כאיש אחד בלב אחד.

א לעכטיגע שבת קודש!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"

דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 7:20 pm


מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:45 pm

הערליך
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

ארויף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

תגובהדורך ארויף » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:29 pm

הערלעך! ארויס גענומען מיין נשמה.

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:33 am

ישר כח ברידער!!

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:11 am

גאר שיין געשריבן, ומצוה לפרסמו בכל קצוי. יש"כ.
על מי מנוחות ינהלנו

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג פאברואר 14, 2020 7:07 am

ישר כח פאר די געוואלדיגע דברי חיזוק!

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג פאברואר 14, 2020 9:40 am

זייער שטארק. שכח פארן שערן.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט