חתן תורה - חתן בראשית קידושים מקור

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

חתן תורה - חתן בראשית קידושים מקור

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 5:12 pm

אזוי ווי איינער האט מיר דעם יו"ט אנגעשמאלצן מיט א חתן בראשית עלי'ה, וויל איך וויסן וואו און וואס איז דער מקור פאר דעם קידוש וואס מען מאכט דערפאר, און ווי גרויס דארף דער קידוש זיין.

איך פערזעהנליך פלאן מיך ארויסצודרייען, אדער און ווארסט קעיס סינעריאו זיך צוזאמשטעלן מיט א צווייטן, גראדע פאר קויפער האב איך געמאלדן אז ביז ער ברענגט מיר נישט א רעסיט אז ער האט באצאלט דעם עלי'ה איז נישטא וואס צו רעדן פון א קידוש, אבער וויסן אויף וואס איך בין עובר מוז איך דאך, סאו גייעס פליז העלפ אוט.

טענקיו אין עדווענס.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 5:15 pm

יאנאש, א קידוש עסטע מאכן אי"ה איבערס יאר שבת בראשית... מיר האלטן שוין ביי נח.
טאמער ביזטו טאקע מקפיד צו געבן קידוש זאג יענער זאל דיר קויפן איבערס יאר די חתן בראשית עלי'.
עניוועי, פאר לקח און בראנפן בינעך אייביג גרייט.
לחיים!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 5:23 pm

אויפ'ן קידוש איז זיכער דא עטוואס א מקור, אבער אין הלכה האבעך עס נישט געפונען, די גאנצע זאך פארוואס מ'מאכט די אלע זאכן איז להרבות שמחה, נו וואו קעמען דען זיין פריילעך היינט צוטאג'ס אנעם קידוש?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 6:09 pm

חתן בראשית פלעגט מען אלעמאל געבן דעם ראש הקהל, נישט דעם קוימען קערער... כ'פארשטיי נישט פארוואס יענער האט דאס געקויפט פונקט פאר א 'יאנאש'... אבער דאס איז נישט די טעמע דא.

איך האב געהערט פון א איד אז חתן תורה געט מען פאר דעם וואס האט מסיים געווען די תורה (האפנטליך דער רב) און חתן בראשית פאר איינער וואס זאגט צו אנצוהייבן די תורה... ווייטער פארפאר איך.

עניוועי, חתן בראשית איז א שטארקע כבוד, און ביי דיני קריאת ספר תורה (וואס איך לערן יעצט) ווערט געברענגט אז אפילו אויב דער עולה קען ניטאמאל ליינען די ווערטער פון די תורה, געט מען אים דאך די עליה, ווייל אזוי איז דער מנהג אז דער עליה איז דעזיגנירט פארן ראש הקהל מיטן בייכעל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 11:57 am

א קיצור, איך ברויך קיין קידוש נישט געבן.

דאן וויל איך דא מעלדן אז איך רוף 'נישט' דער עולם צום קידוש דיעזע וואך.

מיט דאנק
יאנאש דער קוימען קערער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 2:06 am

און דא וויל איך מעלדן, אז איך וועל "נישט" קומען!
An article a day keeps the babies away

לאקשען ברעט

תגובהדורך לאקשען ברעט » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 7:23 am

קאנגראטולעישען'ס צו דיין חתן בראשית

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 10:17 am

טענקיו.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 12:55 pm

אויב דו געסט נישט, קום איך אויך נישט.

און איינוועגס א מזל טוב צום ווערן א שר שלשת אלפים, אזוי זיצענדיג ביי די גמרא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 4:18 pm

דאס גאנצע ליינען בראשית ברא אום שמחת תורה איז בלויז א מנהג (דאס האב איך נעכטן געלערנט אין הל' קריאת ס"ת, אז אויב מען טרעפט א טעות ביים ליינען בראשית שמח"ת, דארף מען נישט ארויסנעמען קיין פריש ספר, ווייל די גאנצע געליינעכץ איז בלויז א מנהג).

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 9:13 am

וכחתן יכהן פאר - והוא כחתן יוצא מחופתו

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 9:35 am

דער מקור צו מאכן א קידוש ווערט געברענגט אין טור או"ח סימן תרס"ט וז"ל: "ונוהגין באשכנז שהמסיים והמתחיל נודרין ונדבות וקוראים לכל מרעיהם ועושין משתה ושמחה ויו"ט לסיומה של תורה ולהתחלתה" שרייבט אבער צו דארט די דרכי משה "אותן שקונים חתן תורה וחתן בראשית המה עושים סעודות גדולות לכבוד התורה" זעט אויס פון דעם דרכי משה אויב איינער קויפט דעם חתן פאר א צווייטן מוז דער וואס האט עס געקויפט ברויך מאכן דעם קידוש

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 23, 2011 1:40 pm

און וואס טוט זיך מיט די וואס זענען עולה חתן כל הנערים, זיי דארפן אויך געבן קידוש?

אגב וואו איז דער מקור אויפ'ן כל הנערים טאראראם?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 23, 2011 2:23 pm

איך פארשטיי פון ליסקא'ס ווערטער אז די קידוש דארף זיין א סעודה גדולה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

Mayer
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 4:57 pm

תגובהדורך Mayer » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 2:45 pm

די מקור איז אין מטה משה ס' תתקעו, וז"ל וגם רגילון לעשות סעודת שמחה לכבוד התורה. וחתני התורה רגילון לעשות לשושבינים סעודה ומזמנים כל הקהל, ונותנים להם מאכלים טובים, עי"ש רמז ע"ז ממדרש, כמדומה לי אז די רמ"א ברענגט אויך די מנהג

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 9:34 am

יעעעמוד..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 5:47 pm

ייש"כ פארן ארויפברענגן, נישט געוויסט קיינמאל אז עס האט גאר א מקור., אבער לויט דעם מקור דארף דער חתן תורה אויך געבן.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 10:15 am

ווי אזוי פירן זיך די רבנים די חתני תורה.? מה הייה המנהג של רביה"ק מסאמאר..?
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

דער מח
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:22 am

אמאל געהערט פון א ת"ח אז עס ווערט שוין געברענגט פון ראשונים, דאכט זיך פון רשב"א.

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:35 am

קרעמער האט געשריבן:חתן בראשית פלעגט מען אלעמאל געבן דעם ראש הקהל, נישט דעם קוימען קערער... כ'פארשטיי נישט פארוואס יענער האט דאס געקויפט פונקט פאר א 'יאנאש'... אבער דאס איז נישט די טעמע דא.



איך האב געהערט פון א איד אז חתן תורה געט מען פאר דעם וואס האט מסיים געווען די תורה (האפנטליך דער רב) און חתן בראשית פאר איינער וואס זאגט צו אנצוהייבן די תורה... ווייטער פארפאר איך.



עניוועי, חתן בראשית איז א שטארקע כבוד, און ביי דיני קריאת ספר תורה (וואס איך לערן יעצט) ווערט געברענגט אז אפילו אויב דער עולה קען ניטאמאל ליינען די ווערטער פון די תורה, געט מען אים דאך די עליה, ווייל אזוי איז דער מנהג אז דער עליה איז דעזיגנירט פארן ראש הקהל מיטן בייכעל.

פאר די תגובה האט זיך די גאנצע אשכול געלוינט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: חתן תורה - חתן בראשית קידושים מקור

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:29 pm

פון די א.ד. מקורות ווייזט גראדע אויס אז די קידוש/שמחה ומשתה איז אום יו"ט, נישט סתם א שבת נאכדעם.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: חתן תורה - חתן בראשית קידושים מקור

תגובהדורך פעשען » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:36 pm

האט איינער בּיי טשעֶנס א חתן בראשית קידוש צעטל אדער נוסח?

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

תגובהדורך אלטער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:17 am

קרעמער האט געשריבן:איך האב געהערט פון א איד אז חתן תורה געט מען פאר דעם וואס האט מסיים געווען די תורה (האפנטליך דער רב) און חתן בראשית פאר איינער וואס זאגט צו אנצוהייבן די תורה... ווייטער פארפאר איך.

שבת בשעת'ן זיצן ביים קידוש האב איך ארויס גענומען א שטארקע מוסר השכל ווי שטארק מ'טארנישט אויפגעבן. ס'וואלט דאך געדארפט זיין איין יאר חתן בראשית, דערנאך קומט שוין חתן תורה... ער האט דאך שוין מסיים געווען די תורה... אבער מ'זעט ניין. ער האט פרובירט איין יאר, ער האט געוואלט ס'נישט געלונגען, געקויפט א צווייטע יאר, און דריטע... מ'האפט אז איין יאר וועט עס אים נאך געלונגען... ס'דאך יעדעס יאר די זעלבע וואס מאכן דעם חתן בראשית קידוש...
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: חתן תורה - חתן בראשית קידושים מקור

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 7:54 am

פעשען האט געשריבן:האט איינער בּיי טשעֶנס א חתן בראשית קידוש צעטל אדער נוסח?



Too late now?

https://simchacard.com/#!/listing/mvy3f ... 7%99%D7%AA
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט