מרן הבני יששכר זצ"ל וצאצאיו - שושלת דינוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הודעהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 16, 2010 9:10 am

נחמן נתן האט געשריבן:אינעם אויסגאבע 'המבשר' מדור 'למשפחותם' האבן זיי זיך גענומען צו די טעמע: צאצאי הבני יששכר. זיי שרייבן שוין 2-3 וואכן איבער דעם, און ווי ס'זעהט אויס וועט דאס זיך נאך ציען חדשים. זיי שרייבן אלע שרשים און ענפים פון די ברייט-פארצווייגטע משפחה.


ידידינו החשוב מביקסאד הי"ו האט אונז מזכה געווען מיט די דריי מאמרים, וועלכע איך לייג אהער אלס פד"פ, זייער אינטערעסאנט מיט גוטע פרטים, תשוח"ח לו.

דעם אילן זעלבסט האב איך אויך פאטאגראפירט אין א גפ"ג פארמאט, להקל על המעיינים.

א דאנק פארן שרייבער פון המבשר וועלכער האט געגעבן רשות ארויפצושטעלן די מאמרים פאר הערות והארות ביטע זיך פארבינדען מיטן שרייבער אויף אי-מייל hazadikim@gmail.com
עטעטשמענטס
DinevTree.JPG
1.pdf
(5.97 MiB) געדאון לאודעד 127 מאל
2.pdf
(2.42 MiB) געדאון לאודעד 93 מאל
3.pdf
(423.2 KiB) געדאון לאודעד 89 מאל
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18051
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

Advertisement

הודעהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנערשטאג אפריל 22, 2010 3:13 pm

שכח מיללער פאר די רייכע עטעטשמענטס
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com
אוועטער
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר מאה
 
הודעות: 246
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 5:13 pm

הודעהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 23, 2010 3:55 am

איך קוק אן דעם שרייבער אין איך ווער נתפעל, דער פאטער פון רבי ר' מיילעך האט געייסן רבי אלעזר ליפא ליפמאן, ער איז געווען א זוהן פון רבי משה, אזוי איז קלאר אויף זיין מצבה געדרוקט אין ספר מים חיים, הרב ענגלארד האט שוין געשריבען דערפון 10 יאר צוריק, די גאנצע געשריבענען יחוס פאלט אינגאנצען אוועק, קומט ער און ער איז מעלה גרה די שטותים נאכאמאל.

דער מענטש האלט נישט מיט די פרישע אויפדעקונגען פון די חוקרי היוחסין און מאכט זיך אמוויסענד פון זיי, און שרייבט וואס מען האט געשריבען 100 יאר צוריק. ער מאכט מיר נערוועז.
איטשע
שר חמש מאות
 
הודעות: 969
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:19 am

הודעהדורך שוועמל » זונטאג דצמבר 19, 2010 4:17 am

ארויפגעברענגט לכבוד די גרויסע יארצייט דעם שבת קודש שמות הבעל"ט
חי טבת

וואו זיין ציון?
אין דינאב צי לאנצוט?
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום זונטאג דצמבר 19, 2010 4:22 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטער
שוועמל
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12266
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2006 7:40 pm
געפינט זיך: גידולו בכל מקום

הודעהדורך באמבאסטיש » זונטאג דצמבר 19, 2010 4:22 am

בני יששכר האט געשריבן:דער בני יששכר האט קודם געהייסן לאנגזאם ער האט זיך געטוישט אוף שפירא
איך וועל שפעטער פארציילן די מעשה וואס איז געווען

איר דרייט זיך נאך דא הרב בני יששכר???
וואס איז די מעשה?
באמבאסטיש
שר האלף
 
הודעות: 1766
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נובמבר 22, 2010 12:46 pm

הודעהדורך סייעתא דשמיא » זונטאג דצמבר 19, 2010 12:33 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דער בני יששכר האט קודם געהייסן לאנגזאם ער האט זיך געטוישט אוף שפירא
איך וועל שפעטער פארציילן די מעשה וואס איז געווען

איר דרייט זיך נאך דא הרב בני יששכר???
וואס איז די מעשה?


ר' יוסף חיים ג. שליט"א דערציילט אז די רעגירונג האט געשיקט צוויי זשאנדארען צו ר'פסח אז ער מוז שיקען איינע פון זיינע זין דינען אין מיליטער (כנהוג בימים ההם)
האט זיי ר' פסח געשיקט נעמען זיין זון הרה"ק ר' הערש מיילעך זי"ע (וויסענדיג זיינע גרויסע כוחות) און זיי האבען טאקע איהם גענומען
אזוי גייענדיג זענען זיי אריבער א קליין בריקעל וואס פירט איבער א קליין טייכעל האט דער בני יששכר געזאגט א שם און די ביידע זשאנדארען זענען דערטאנקען געווארע. האט ער גמוזט אנטלויפען און זיך טוישען די נאמען צו שפירא.
ר' יוסף חיים איז מסיים אז סאיז מקובל ווי די בריק איז און ער האט עס געזען און די טייך איז אזוי נידריג אז אפילו א ינד קען זיך נישט דערטרינקען דארט
זי"ע
סייעתא דשמיא
אנשי שלומינו
 
הודעות: 4
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דצמבר 17, 2010 9:35 am

הודעהדורך סייעתא דשמיא » זונטאג דצמבר 19, 2010 12:34 pm

שוועמל האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די גרויסע יארצייט דעם שבת קודש שמות הבעל"ט
חי טבת

וואו זיין ציון?
אין דינאב צי לאנצוט?


אין דינוב
סייעתא דשמיא
אנשי שלומינו
 
הודעות: 4
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דצמבר 17, 2010 9:35 am

הודעהדורך באמבאסטיש » זונטאג דצמבר 19, 2010 12:49 pm

סייעתא דשמיא האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דער בני יששכר האט קודם געהייסן לאנגזאם ער האט זיך געטוישט אוף שפירא
איך וועל שפעטער פארציילן די מעשה וואס איז געווען

איר דרייט זיך נאך דא הרב בני יששכר???
וואס איז די מעשה?


ר' יוסף חיים ג. שליט"א דערציילט אז די רעגירונג האט געשיקט צוויי זשאנדארען צו ר'פסח אז ער מוז שיקען איינע פון זיינע זין דינען אין מיליטער (כנהוג בימים ההם)
האט זיי ר' פסח געשיקט נעמען זיין זון הרה"ק ר' הערש מיילעך זי"ע (וויסענדיג זיינע גרויסע כוחות) און זיי האבען טאקע איהם גענומען
אזוי גייענדיג זענען זיי אריבער א קליין בריקעל וואס פירט איבער א קליין טייכעל האט דער בני יששכר געזאגט א שם און די ביידע זשאנדארען זענען דערטאנקען געווארע. האט ער גמוזט אנטלויפען און זיך טוישען די נאמען צו שפירא.
ר' יוסף חיים איז מסיים אז סאיז מקובל ווי די בריק איז און ער האט עס געזען און די טייך איז אזוי נידריג אז אפילו א ינד קען זיך נישט דערטרינקען דארט
זי"ע

ייש"כ.
באמבאסטיש
שר האלף
 
הודעות: 1766
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נובמבר 22, 2010 12:46 pm

ר' דויד מדינוב זי"ע י"ט אדר

הודעהדורך פארשריבן » מיטוואך פבואר 23, 2011 10:07 pm

ר' דוד'ל דינובער פלעגט זיין א גרויסער ווערטל זאגער.
ניטל – ווען מ'טאר נישט לערנען - איז געווען איינגעפירט ביי אים, אז ער האט געזאגט ווערטלעך און קיינער האט נישט געטארט לאכן.
ווער עס האט געגעבן א לאך האט מען גע'קנס'ט.

איינמאל איז ער געזעצן צוזאמען מיטן הייליגן שינאווער רב, און געזאגט ווערטלעך ווי זיין שטייגער.
אינמיטן רופט זיך דער שינאווער רב אן:
"דינובער רב, לאמיר הערן א דבר תורה".

האט ער געענטפערט מיט א פראגע:
"און ביז יעצט וואס איז געווען?!"

(שפעטער האט דער שינאווער רב מסביר געווען, אז ער האט באמת אויך געוואוסט אז זיינע ווערטלעך זענען דברי תורה, נאר ער האט געוואלט אז די חסידים זאלן דאס וויסן).


ר' דוד'ל פלעגט כסדר אסאך ארומפארן צו פארשידענע רבי'ס.

בפרט פלעגט ער פארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זצ"ל. און דער הייליגער רב ז"ל פלעגט אים געוואלדיג מכבד זיין, עפעס אויסטערליש.
דאס אויסערגעווענליכע ידידות קען זעהן פונעם פאלגנדן פאקט: ער פלעגט פארן יעדעס יאר קיין קרעניץ, וואס האט געהערט צום צאנזער גליל.
אין קרעניץ פלעגן דעמאלט זיין אסאך רבי'ס אויף קור, אבער קיינער האט נישט געטארט מיטנעמען זיין שוחט (ווי עס איז געווען איינגעפירט ביי רבי'ס בימים ההם). אן אויסנאם איז געווען ר' דוד'ל דינובער וועלכער האט געהאט א ספעציעלן רשות דערויף פונעם רב ז"ל אליינס.

ווען ער פלעגט פארן קיין קרעניץ, פלעגט ער יעדעס יאר אויפן וועג אהין אנטרעטן ביים צאנזער רב און אזוי אויך אויפן וועג אהיים.
און דער צאנזער רב פלעגט אים יעדעס מאל ארויסבאגלייטן, און געווארט ביז ער איז אוועקגעפארן.
די מצב וואס ער פלעגט מאכן פון די באזוך אין צאנז איז געווען אויף אזוי ווייט, אז זיין זון דער בלאזובער רב האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בדרך צחות: "צו מיינט איר אז דער טאטע האט געדארפט פארן קיין קרעניץ? ער האט געוואלט זיין אין צאנז, האט ער אזוי אויסגערעכנט צו פארן קיין קרעניץ כדי ער זאל קענען זיין אין צאנז"...

המשך יבוא אי"ה בל"נ.

(די מנהלים ווערן געבעטן צו אפדעיטן די 'לוח היארצייטן').
פארשריבן
שר האלף
 
הודעות: 1350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 5:58 am
געפינט זיך: אין די העכערע ספערן...

הודעהדורך געלעגער » דאנערשטאג פבואר 24, 2011 12:56 am

וואס איז די פשט פונעם "י" אין דויד?
אוועטער
געלעגער
שר שמונת אלפים
 
הודעות: 8960
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 4:52 pm

הודעהדורך שאץ מאץ » דאנערשטאג פבואר 24, 2011 4:45 am

אין עשר צחצחות (מערכת דינוב) שטייט אז דער בנ"י האט עס אים צוגעגעבן אמאל ווען ר' דוד'ל איז נישט געזונט געוועהן, האט ער צוגעלייגט דעם יוד צום נאמען דוד, און געזאגט אז די סגולה פון צולייגן א יוד איז מקורו פון חז"ל יהב לי' ידי' ואומקי', אז מ'לייגט צו א יוד ווערט מען געזונט,
אוועטער
שאץ מאץ
שר האלפיים
 
הודעות: 2660
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:01 pm
געפינט זיך: איבעראל

הודעהדורך פארשריבן » מאנטאג פבואר 28, 2011 8:13 pm

אינעם גליון "שערי ציון" ווערט געברענגט אז דער בנ"י האט דאס געטוהן עפ"י עצתו פונעם רבין פון לובלין.

------------

ר' דוד'ל פלעגט כמעט נישט פארשרייבן זיינע תורות. דאס ספר "צמח דוד" איז פארצייכנט געווארן דורך איינע פון די חסידים.

ווען דער מוציא לאור איז געקומען צו בלאזובער רב ז"ל ווייזן דעם ספר, האט ער אריינגעקוקט אינעם ספר און געזאגט:
"דער טאטע ז"ל האט א גאנצן טאג געשמועסט. אפי' ביים זיך צולאנען ביי מיטאג ווען דער משמש האט אים אויסגעטוהן די זאקן, האט דער טאטע "צווישן איין זאק און דעם צווייטן געזאגט מער תורה ווי עס איז דא אין דעם גאנצן ספר"...


דער בלאזובער רב האט אמאל דערציילט, אז זיין טאטע איז אמאל געפארן צום שטאט "באדען", און ער האט מיטגענומען צוועלף אלטע אידן וואס זענען נאך געווען תלמידים פון זיין טאטן דער הייליגער בני יששכר זצ"ל.
ער איז געווען דארט א גאנצע נאכט און גערעדט אין חסידות.
דערנאך האט ער געזאגט, אז עס איז געווען א קטרוג אויבן אז אין באדען ווייסט מען נישט אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, דעריבער האט ער געוואלט ווייזן אז אויך אין באדען רעדט מען 'אידישע דיבורים'.


דער בלאזובער רב, בעל צבי לצדיק, האט זיך אמאל אנגערופן צו זיין אייניקל: 'דו מיינסט אז מען ווערט סתם אזוי א רבי, קום איך וועל דיר דערציילן'.
מיין טאטע פלעגט מקפיד זיין אז קיינער זאל נישט זיין אנוועזנד ווען ער האט געגעסן וועטשערע, וואס איז באשטאנען פון אביסל קאשע. איך האב אבער שטארק געוואלט זיין ביים טאטן, האב איך געבעטן ביינוש גבאי, אז ער זאל מיר אריינלאזן כאטש איינמאל צו וועטשערע.
האט ביינוש גבאי איבערגעזאגט פאר ר' דודל דינובער וואס זיין זון האט געבעטן, אבער ער האט געענטפערט "דו ווייסט דאך אז איז לאז קיינעם נישט אריין".

ווען ביינוש גבאי האט דאס איבערגעזאגט פארן בלאזובער רב, האט ער אים געזאגט:
הער ביינוש! איך מוז זיין אנוועזנד היינט אין אוונט ביי וועטשערע. אויב דו ערלעדיגסט מיר דאס, זאג איך דיר צו אריכות ימים ושנים און נחת פון די קינדער עד סוף כל הדורות!

הערנדיג אזא הבטחה, איז ער נאכאמאל אריין צום רבין, און אזוי ווי עס איז דאן געווען אינמיטן ווינטער, האט ער געזאגט אז אינדרויסן הערשט א שטארקע פראסט און דער רב'ס זון קען נישט יעצט אהיים גיין, ס'איז ממש א סכנה. וועגן דעם וויל ער דא בלייבן ביי וועטשערע.
און בלית ברירה האט דער רבי איינגעשטימט אז ער זאל פארבלייבן.

ער האט טאקע זוכה געווען צו הערן א הייליגן שמועס פון זיין טאטן, וואס האט געדויערט א גאנצע נאכט.
זיבן אזייגער אינדערפרי, האט ביינוש גבאי (וועלכער איז אינצווישן אהיימגעגאנגען שלאפן) געקלאפט אויפן פענסטער און געזאגט:
רבי, וואספארא פנים וועלן מיר האבן אז דער גאנצע שטאט גייט שוין צום דאווענען, און מען וועט מיינען אז דער רבי שלאפט נאך...

דער בלאזובער האט אויסגעפירט: איך בין דאך גארנישט. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, אז וואס איך בין יא איז פון יענע נאכט...
פארשריבן
שר האלף
 
הודעות: 1350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 5:58 am
געפינט זיך: אין די העכערע ספערן...

הודעהדורך טאבאקא » מאנטאג יוני 06, 2011 10:46 am

ר' דויד'ל איז – ווי אויבן דערמאנט - געווען א שטארקער ווערטל-זאגער. בפרט ווען ער האט זיך באטייליגט אויף א חתונה פלעגט ער מקפיד זיין אז דער חתן זאל שמייכלען. פשוט אלס "הנהנה מסעודת חתן" וכו'.

(אגב, דאהי אין ברוקלין איז געווען דער סענדזשארשער רב ז"ל, וועלכער פלעגט צוגיין צו יעדן חתן נאך די חופה, און זאגן "איך געדענק דיך נאך אלס בחור"...).

איינמאל איז געווען א חתן אן עקשן, און וויפל ווערטלעך ער האט נאר געזאגט האט ער נישט געהאלטן ביים שמייכלען. ביז ער האט זיך אנגערופן "וואס מאכט זי, דיין ווייב?"... און ער האט זיך צושמייכלט.
האט ער מיט דעם געטייטש: "ולשמחה" אז מען וויל פרייליך מאכן א חתן, דארף מען פרעגן "מה 'זו' עושה" וואס זי מאכט... ודפח"ח.
טאבאקא
שר חמש מאות
 
הודעות: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 12:29 am

הודעהדורך דוד פיישוט » זונטאג יולי 10, 2011 7:09 pm

אין דער בליק (ביי א בליק אין אמאל) איז געווען א היסטארישער בילד פון ר' דודל דינובער
איך ווייס נאר נישט ווי קראנט דאס איז

אויך האט מען לעצטענס איבערגעדרוקט דעם "צמח דוד" אין א שיינעם דרוק
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 10, 2010 9:28 pm
געפינט זיך: אין ישיבה

הודעהדורך טאבאקא » מאנטאג יולי 25, 2011 12:30 pm

איך האב געזען דאס בילד. עס איז זייער אינטרעסאנט, ער זעהט דארט אויס ממש ווי א אינגערמאן.

וועט מען דארפן פרעגן יודל'ען ווי קראנט עס איז.
טאבאקא
שר חמש מאות
 
הודעות: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 12:29 am

הודעהדורך מומחה יוחס » דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:40 pm

ארויף געברענגט לכבוד די הייליגע יא"צ .

עמער דא דערציילען א קורצער ענין

עס איז באקאנט ווען דער הייליגער בני יששכר איז נסתלק געווארן ווען עס איז אנגעקומען דער ידיעה צום שר שלו' פין בעלזא האט ער זיך צוקרעצט א שאד עס איז אוועק אן ערליכער יוד ווי דער רעבעצין הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה האט דאס געהערט האט זי זיך געווינדערט זאגענדיג עס איז דא נאך רעבי'ס צדיקים האט ער איהר גענטפערט יא יא רבי'ס איז דא אסאך אבער עהליכער יודן איז דא ווייניג אין דער רבי הערש מיילעך איז געוועהן א עהליכער יוד!!
אוועטער
מומחה יוחס
שר חמש מאות
 
הודעות: 936
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:22 pm
געפינט זיך: ווי יא

הודעהדורך יהיה כן » דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:02 pm

טאבאקא האט געשריבן:איך האב געזען דאס בילד. עס איז זייער אינטרעסאנט, ער זעהט דארט אויס ממש ווי א אינגערמאן.

וועט מען דארפן פרעגן יודל'ען ווי קראנט עס איז.


עה, דאס איז לכאורה ר׳ דוד השני מדינוב
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)
אוועטער
יהיה כן
שר חמשת אלפים
 
הודעות: 5423
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 1:25 pm

הודעהדורך הוצאת.אמת » מאנטאג פבואר 13, 2012 11:55 am

עס איז מיר ידוע אז ר' שמואל שפירא אב"ד רעדים [בן רבי מנחם מענדל פנחס שפירא מלאנצהוט] איז געווען אין אמעריקא בשנות תר"ע או תר"פ, ווער עס האט מער פרטים בנוגע פונקטליכע תאריכים, ווערט געבעטען דא מודיע זיין

א דאנק
הוצאת.אמת
שר מאה
 
הודעות: 129
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוקטובר 11, 2011 4:50 pm

הודעהדורך הוצאת.אמת » מאנטאג פבואר 13, 2012 12:00 pm

איידי דאתינן להכי וועלכען לתועלת ארויף לייגען פארשידענע נייע פרטים וואס איז מיר לעצטענס נתגלה געווארען מתוך מחקר בשלשלת המשפחה


יארצייטען

יום פטירתה של הרבנית חנה מינדל אשת הבני יששכר זי"ע, כ"א אדר

יום פטירת הה"צ ר' מנחם מענדל פנחס שפירא אב"ד לאנצהוט, בן רבי אלעזר מלאנצהוט, י"ט כסלו [השנה לא נודע לעת עתה]

שנת פטירת הה"צ ר' שמואל שפירא מרעדים, תרצ"ח [ולא תרצ"ז כמו שאיתא במאורי גאליציא]

די פטירה פון אבי הבני יששכר ר' פסח איז שוין היינט אויכעט ידוע, כ"ה מרחשון תקפ"א בן ע"ח שנה
הוצאת.אמת
שר מאה
 
הודעות: 129
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוקטובר 11, 2011 4:50 pm

הודעהדורך ווילוויסן » דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:34 pm

מיללער האט געשריבן:יעצט האב איך געטראפן אינעם קאטאלאג פון מכון קדם פון חפיצים וואס גייען ווערן ליציטירט אין ירושלים אין א צוויי ואכען ארום, א זיגל פון ר' יעקב (יאנטשי) קאללעך מאיסטריק ז"ל וועלכער איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען בני יששכר, זיין פאטער ר' שמואל זאנוויל קאללעך וועלכער איז ארויף אויף אר"י און האט זיך באזעצט אין צפת, אינאיינעם מיט זיין משפחה כולל דער זון ר' יעקב, איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב אָרי ז"ל פון טורקא חתן ר' משה שעהנפעלד חתנו של מרן הבני יששכר זצ"ל.

ר' יעקב נפטר בצפת בשנת תרנ"ח ושם מנו"כ
דער זיגל

דער אויבנדערמאנטער ר' יעקב אורי בן בעל חשב וכתפות האפוד אב"ד טורקא איז בזיווג ראשון געווען א איידעם ביים בני יששכר אליינס. בזיווג שני איז ער געווארן אן איידעם ביים שוואגער ר' משה שעהנפעלד דעם קאללעך איז ווארשיינליך טאקע מזיווג שני.
ווילוויסן
שר האלף
 
הודעות: 1386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 10:26 pm

הודעהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פבואר 24, 2012 12:56 pm

אלע אייניקלעך פונעם הייליגען בני יששכר!!!!!
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... -outln.htm
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש
אוועטער
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 13973
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 6:20 pm
געפינט זיך: למטה מעשרה

הודעהדורך מיללער » מאנטאג פבואר 27, 2012 10:49 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אלע אייניקלעך פונעם הייליגען בני יששכר!!!!!
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... -outln.htm



אין כל חדש תחת השמש, מה שהיה הוא שיהיה, דעם לינק האט שוין ידידינו הבלתי נשכח הצמוד בקירות לבבינו, רבי אלופי ומיודעי, כבוד ר' זרח דמן-פפר זכר ניקו לברכה, געברענגט אינעם ערשטן בלאט פונעם אשכול, וממנו היה לנו שמחת בית השואבה, ששאבנו מן הלינק ידעות מחכימות ומדהימות

וזה לשונו הצח של רבינו זרח מאור הקרעטשמע:
זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, אזוי בלעטערנדיג אויפן ברייטן געוועב, איז מיר אונטער געשפרינגען דער פאלגנדער וועב-זייטל, וועלכער וועט דיר מעגליך אביסל העלפן.
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... y-yscr.htm


יה"ר שבזכות הנצחת זכרו, יזריח נרו ואורו, ויעמוד ניקו לקץ התחיה וירום קרנו בתוכינו כמקדם אכי"ר.
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18051
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

הודעהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פבואר 27, 2012 1:13 pm

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אלע אייניקלעך פונעם הייליגען בני יששכר!!!!!
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... -outln.htm



אין כל חדש תחת השמש, מה שהיה הוא שיהיה, דעם לינק האט שוין ידידינו הבלתי נשכח הצמוד בקירות לבבינו, רבי אלופי ומיודעי, כבוד ר' זרח דמן-פפר זכר ניקו לברכה, געברענגט אינעם ערשטן בלאט פונעם אשכול, וממנו היה לנו שמחת בית השואבה, ששאבנו מן הלינק ידעות מחכימות ומדהימות

וזה לשונו הצח של רבינו זרח מאור הקרעטשמע:
זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, אזוי בלעטערנדיג אויפן ברייטן געוועב, איז מיר אונטער געשפרינגען דער פאלגנדער וועב-זייטל, וועלכער וועט דיר מעגליך אביסל העלפן.
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... y-yscr.htm


יה"ר שבזכות הנצחת זכרו, יזריח נרו ואורו, ויעמוד ניקו לקץ התחיה וירום קרנו בתוכינו כמקדם אכי"ר.


יא, הרב ביקסאד האט מיר שוין מעורר געווען אין בליץ פאסט, כ'האב זיך טאקע געווינדערט, ווייל פארן לייגן די לינק, האבעך געגעבן א שנעלע קוק איבער די פרידיגע בלעטער, און נישט געזען די לינק, וואס איז דאך ממש א יסוד אין דעם ענין, עניוועי יעצט זעה איך אז ב"ה כ'האב עס פשוט פארזען, און פארלאז זיך נאר אויף די חבירים דא!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש
אוועטער
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 13973
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 6:20 pm
געפינט זיך: למטה מעשרה

רבי שמואל שפירא מרעדים

הודעהדורך הוצאת.אמת » מיטוואך פבואר 29, 2012 12:02 pm

רבי שמואל שפירא מרעדים

ער האט געוואינט אין די לאוער איסט סייד פאר איטליכע יאר און ער האט געדאווענט אין ביהמ"ד רעים אהובים, און צוליב א פארווייטאגטליכער פרשה שאכמ"ל האט ער זיך צוריק געקערט קיין פולין ווי ער האט געלעבט בין זיין פטירה בשנת תרצ"ח

אין פראביר צו טרעפען די פונקטליכע יארען, צריך להיות בסביבות תר"פ-פה


ווער עס קען ארויסהעלפען, תבא עליו ברכה
הוצאת.אמת
שר מאה
 
הודעות: 129
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוקטובר 11, 2011 4:50 pm

הודעהדורך ווילוויסן » מיטוואך פבואר 29, 2012 2:23 pm

ווי אלט איז ער געווען בערך ביים קומען
ווילוויסן
שר האלף
 
הודעות: 1386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 10:26 pm

פאריגעקומענדיגע

צוריק צו על הצדיקים ועל החסידים

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און 3 געסט

  • Advertisement