ר' יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 3:55 pm

יאסל, איך מיין אז דו ווייסט שוין מיט וויפל גבאים זענען באגלייבט מיט די סארט מעשיות.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 4:23 pm

עיין בהקדמת ספר "בינת נבונים" להגה"צ רבי ברוכ'ל ממונקאטש זצ"ל, שהאריך לבאר השתלשלות הדברים.
לחיים ולברכה!

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מוצ"ש מארטש 21, 2009 10:29 pm

איך געדענק נישט וועלעכע צדיק האט געזאגט, אז דער קינדער וואס זענען געבוירען צום סוף פין דער לעבען פון דער הייליגע צאנזער רב זי"ע, זענען מער קדוש מרחם אמו, ווייל צאנזער רב איז געוועהן סוף ימיו מער אויסגעארבעט אין עבודה, ווי תחילת חייו.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג מארטש 24, 2009 1:46 am

ר' ישעי'לע איז זייער נישט געזינט געווען און איין ביינאכט איז ר' יושע בעלזער
(איך מיין ער איז געווען א זיידע פאר ר' ישעי' )
איז געווען מיט אים ביינאכט פאר שמירה עס איז שוין געווען שמאל די מצב אין מיטן הערט ר' יושעלע בעלזער
ווי ר' ישעי'לע אטעמט זייער הויאך אה אה אה אה ..אין ער האט זיך אנגעהויבן צי שפירן בעסער האט נאכדעם ר' ישעי'לע פארציילט אז זיין טאטע דער הייליגער דברי חיים איז געקומען מיר באזיכן אין ער האט מיט געברענגט עפיל פין גן עדן און ער געשיילט שטיקליך עפיל פאר מיר אין מיט דעם האט ער געהאט א רפואה שלימה..

דער הייליגער דברי חיים קען היינט גיין אין די שפיטעלער און ער וועט ליידער טרעפן דארט אזויפיל קראנקע אידישע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די עפיליך. זי"ע

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:04 am

החריף האט געשריבן:איך געדענק נישט וועלעכע צדיק האט געזאגט, אז דער קינדער וואס זענען געבוירען צום סוף פין דער לעבען פון דער הייליגע צאנזער רב זי"ע, זענען מער קדוש מרחם אמו, ווייל צאנזער רב איז געוועהן סוף ימיו מער אויסגעארבעט אין עבודה, ווי תחילת חייו.


דאס ווארט קומט פון ר' יהושעל'י בעלזער זי"ע און כוונה ביי דעם אויף ר' שלום אליעזר'ל ראטצפערטער זי"ע מיט ר' ישעיהל'י קראקאווער זי"ע.

אגב, אז מיר האלטן איצטער פאר פסח איז כדאי צו דערמאנן די גרויסי מלחמה וואס ר' ישעיהל'י זי"ע האט געפירט און דער עיר ואם בישראל 'קראקא' אקעגן די מאשין מצות. ס'געווען א שם דבר. ווער ס'ווייסט פרטים זאל באריכטן, יאך האב יעצט פשוט נישט קיין צייט, אנדשולדיג.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 9:12 am

אין קראקא ביה"ח החדש ליגט די ערשטע רביצין פון ר' ישעי'לע בתו של ר' יחיאל העשיל מקרילאוויץ נכד מרן האוהב ישראל מאפטא, דער עלטסטער זוהן ר' חיימ'ל טשחויבער פון נ.י. איז געווען איר זוהן.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:19 am

מיללער האט געשריבן:אין קראקא ביה"ח החדש ליגט די ערשטע רביצין פון ר' ישעי'לע בתו של ר' יחיאל העשיל מקרילאוויץ נכד מרן האוהב ישראל מאפטא, דער עלטסטער זוהן ר' חיימ'ל טשחויבער פון נ.י. איז געווען איר זוהן.

ב''ה
כבוד האב''ד שליט''א
לא דובים ולא יער זיא ליגט אין בעלז זיא איז נפטר געוורען בחיי האדמוהאצ''ע אין עהר האט איהם געוואלט
געבען א צווייט אייניקעל --והדברים ארוכים .
ר' ישעיל'ע בנים הרבה שנים אחרי זה לקראקא .
הי' לו בן ובת ממנה בנו ר' חיימעל ובתו אשת ר' חיים יצחק טווערסקי מלויעב-קיעוו

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:21 am

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין קראקא ביה"ח החדש ליגט די ערשטע רביצין פון ר' ישעי'לע בתו של ר' יחיאל העשיל מקרילאוויץ נכד מרן האוהב ישראל מאפטא, דער עלטסטער זוהן ר' חיימ'ל טשחויבער פון נ.י. איז געווען איר זוהן.


לא דובים ולא יער זיא ליגט אין בעלז זיא איז נפטר געוורען בחיי האדמוהאצ''ע אין עהר האט איהם געוואלט
געבען א צווייט אייניקעל --והדברים ארוכים .
ר' ישעיל'ע בנים הרבה שנים אחרי זה לקראקא .
הי' לו בן ובת ממנה בנו ר' חיימעל ובתו אשת ר' חיים יצחק טווערסקי מלויעב-קיעוו

לויטן בוך רבינו הקדוש מטשחוב, האט מען גענומען רשות פון ר' יושע'לע בעלזער צי טאן דעם שידוך אין ער האט מסכים געווען, למרות וואס ער האט זייער געוואלט אים האלטען אין די משפחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:53 pm

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין קראקא ביה"ח החדש ליגט די ערשטע רביצין פון ר' ישעי'לע בתו של ר' יחיאל העשיל מקרילאוויץ נכד מרן האוהב ישראל מאפטא, דער עלטסטער זוהן ר' חיימ'ל טשחויבער פון נ.י. איז געווען איר זוהן.

ב''ה
כבוד האב''ד שליט''א
לא דובים ולא יער זיא ליגט אין בעלז זיא איז נפטר געוורען בחיי האדמוהאצ''ע אין עהר האט איהם געוואלט
געבען א צווייט אייניקעל --והדברים ארוכים .
ר' ישעיל'ע בנים הרבה שנים אחרי זה לקראקא .
הי' לו בן ובת ממנה בנו ר' חיימעל ובתו אשת ר' חיים יצחק טווערסקי מלויעב-קיעוו

כבוד ראבד"ץ שליט"א,
עס האט מיר העכטן דאס געזאגט איינער וועלכער איז יעצט ארום כ"א אדר געווען אויפן ביה"ח אין קראקא אז ער האט דארט געפונען די מצבה און ער האט א בילד, אבער אז איר זאגט חי וקים אז עס איז לא דובים ולא יער, וועל איך נישט מסכים זיין ווילאנג איך זעה נישט דעם בילד.

דערווייל בלייבט עס אז זי ליגט אין בעלז.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 24, 2009 1:07 pm

מיללער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ב''ה

כבוד ראבד"ץ שליט"א,
עס האט מיר העכטן דאס געזאגט איינער וועלכער איז יעצט ארום כ"א אדר געווען אויפן ביה"ח אין קראקא אז ער האט דארט געפונען די מצבה און ער האט א בילד, אבער אז איר זאגט חי וקים אז עס איז לא דובים ולא יער, וועל איך נישט מסכים זיין ווילאנג איך זעה נישט דעם בילד.

דערווייל בלייבט עס אז זי ליגט אין בעלז.

ב''ה
נייתי ספר ונחזי .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 24, 2009 1:14 pm

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לויטן בוך רבינו הקדוש מטשחוב, האט מען גענומען רשות פון ר' יושע'לע בעלזער צי טאן דעם שידוך אין ער האט מסכים געווען, למרות וואס ער האט זייער געוואלט אים האלטען אין די משפחה.

ב''ה
לא ראיתי את הספר רבינו הקדוש מטשחוב .
אך אני רק יודע מה שסיפר לי הדומ''ץ [הראב''ד ] מו''ר הריח''מ שליט''א איש שלום מה שסיפר לו הרה''צ ר'
זוסיא זצ''ל מטשערנאביל .המיטעלער רב מאוד השתוקק שר' ישעלע ישאר במשפחת בעלז .רק ר' ישעלע
לא רצה --ואמר הטעם וכו.ביתו של ר' ישעלע חזרה לבית זקנה ר' יחיאל קרילעוויצער וגידלה .

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:01 pm

לכבוד מיללער ובד"ץ שיחי',
ענק זענען ביידע גערעכט! מען רעדט דא פון די צווייטע ווייב פון ר' ישעי'לע בת ר' יעקב צבי מפאריסוב וואס ליגט טאקע אין קראקא!!!!
א בילד פון די מצבה איז "אן דע וועי".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 9:37 am

אז ר' מיילעך האט אונז שוין מגלה געווען דעם טעות, איז טאקע כדאי מסביר צו זיין אביסל דאס ענין, דער ר' מיילעך האט מיר איבערגעגעבען (באישית) מיט א שמחה איז מען האט געטראפן די מצבה פון ר' ישעי'לעס רביצין אין קראקא און אז עפ"י חשבון איז דאס די ערשטע רביצין ווייל די צווייטע איז בפשטות אומגעקומען ביים קריג, למעשה האט מאורנו הבד"צ אונז מעמיד געווען על נכון אז די ערשטע ליגט אין בעלז, האט ר' מיילעך גמוזט נאכמאל מברר זיין ביי זיין מקור.

יעצט איז ארויסגעקומען אז אה"נ די צווייטע רביצין בתו של ר' יעקב צבי מפאריסוב ליגט דארט, בלייבט די שאלה ווען איז זי נפטר געווארן? דאס איז חוץ וואס מיר ווארטן אויפן בילד.

און אז מ'רעדט שוין (קען זיין אז איך האב עס שוין דערמאנט) מיט עטליכע יאר צוריק ווען איך בין דארט געווען אין קראקא אויפן נייעם ביה"ח, האב איך באמערקט א קליינע מצבה פון א קינד פון ר' ישעי'לע טשיחובער וועלכער איז ליידער אוועק אלס קינד רח"ל, ווייסט איינער מער פרטים אודותיו?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » פרייטאג מארטש 27, 2009 12:52 pm

מיללער, בייגעלייגט איז דער בילד וואס איר האט געווארט
צוגעלייגטע
KracowTchechoiv.JPG

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:11 pm

אונז ווארטמער אלע אז "כתר ישועה" זאל האבען צייט אין באשרייבען וועגען דער מלחמה וואס ר' ישעי'לע האט געפירט אין קראקא קעגען מאשין מצות.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:16 pm

ב''ה
לפי המצבה היא נפטרה ביום ה' י''א אלול תר''צ .
הייתי אסיר תודה אם מישוא יכול לקרות את השורה האחרונה בת כמה היתה .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:20 pm

החריף האט געשריבן:אונז ווארטמער אלע אז "כתר ישועה" זאל האבען צייט אין באשרייבען וועגען דער מלחמה וואס ר' ישעי'לע האט געפירט אין קראקא קעגען מאשין מצות.

ב''ה
אם כותבים מכתב הרי זה עוד לא איש מלחמה ----כידוע ר' ישעיל''ע לא הי' איש מלחמה .
ישנו מכתב להאב''ד והמכתב מה שהשיב . ע''כ ובזה נגמר הסיפור

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:24 pm

badatz האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:אונז ווארטמער אלע אז "כתר ישועה" זאל האבען צייט אין באשרייבען וועגען דער מלחמה וואס ר' ישעי'לע האט געפירט אין קראקא קעגען מאשין מצות.

ב''ה
אם כותבים מכתב הרי זה עוד לא איש מלחמה ----כידוע ר' ישעיל''ע לא הי' איש מלחמה .
ישנו מכתב להאב''ד והמכתב מה שהשיב . ע''כ ובזה נגמר הסיפור

דאס איז דער גאנצע איין בריוו וואס ער האט געשיקט?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:34 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
לפי המצבה היא נפטרה ביום ה' י''א אלול תר''צ .
הייתי אסיר תודה אם מישוא יכול לקרות את השורה האחרונה בת כמה היתה .


זעט אויס ווי ס'שטייט דארט, בשנת נ"ד, ב'דמי חייה.

דמי, איז גימטריא נ"ד.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:46 pm

לפי ראות עיני ג"כ.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 29, 2009 12:25 pm

איך_הער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
לפי המצבה היא נפטרה ביום ה' י''א אלול תר''צ .
הייתי אסיר תודה אם מישוא יכול לקרות את השורה האחרונה בת כמה היתה .


זעט אויס ווי ס'שטייט דארט, בשנת נ"ד, ב'דמי חייה.

דמי, איז גימטריא נ"ד.

ב''ה
קודם כל תודה .את זה גם אני ראיתי אך ע''פ חשבון זה קשה כי היא התחתנה בפעם ב' בסביבות תר''ן .ניסיתי לטלפן לנכדה ידידי החדש
ר' אשר לברר. אך הוא לא נמצא בבית .צריך להיות גדולדיג ונברר אי''ה ואתחלק איתכם עם התוצאות .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 29, 2009 3:20 pm

ב''ה
דברתי עכשיו עם אחותו הבכירה של ר' אשר דינן מרת שפירא בעלה הי' ר' צבי אלימלך ע''ה ממשפחת בערטש .
אשת ר' ישיעלע היתה בת נ''ו שנה כשנפטרה והיתה לה מבעלה ה' בנים ובת אחת שיינדעלע . הבנים .
בן-ציון .יעקב צבי .מאיר שלום. ברוך דוד .ויחזקאל שרגא .מזיווגו הראשון הי' לו בן ר' חיימעל וב' בנות
אשת ר' חיים יצחק מלאיאוו .ובת הענא אשת ר' מענדעלע בן הרב ממושינא בן ר' משהלע בארדיאווער
וחתן הסקולער רב בן האדמו''ר האמצעי מבעלז וחתן הצמח מויזניץ .
שיינדעלע ובן-ציון נעדרו בימי ילדותם ומנו''כ בקראקא הבת בת 12 והבן בן 6 .תנצב''ה .
ר' חיימעל התחתן בשנת תרנ''ח .ר' ישעלע הי' מבוגר מהרבנית השני' בעשר שנים .היא נולדה
בשנת תרל''ד והוא בתרכ''ד .לעת עתה זה מה שקיבלתי ממנה .ועוד חזון .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2009 10:27 am

קודם א הערצליכען דאנק פאר ידידי ר' מיילעך פארן אהערשטעלן דעם בילד, און ועל של עכשיו פאר ידידינו מאור עינינו הרב הבד"צ פארן צושטעלן ערשט-האנטיגע פרטים פון איר אייניקל הרבנית שפירא, תשוח"ח לכם, ימלא ה' משאלות לבבכם לטובה.

הרב הבד"צ,
1) הרבנית שפירא האט נישט קיין זוהן, ווער זענען די איידימער?
2) די מצבה פון הילד בנציון ב"ר ישעי'לע האב איך טאקע געזעהן אין קראקא, עס איז א קליינע מצבה כפי מה שמונח בזכרוני.
3) ר' יעקב צבי מסוכא האט אלזא געהייסן נאכען זיידען מפאריסוב, הייסט דאס אז ר' ישעי'לע איז געווען אן אלמן פאר 12-13 יאר, למה לא נשא בזווג שלישי?
4) פארוואס זעהן נישט די אייניקלעך איבערצופרישען די מצבה וועלכע איז אין אזא שוואכען צושטאנד, אפשר מאכן מיר דא א קאמפיין צו שטעלן א נייער מצבה צו די יארצייט י"א אלול?
5) איז זי געווען א מיידל ביי די חתונה מיט ר' ישעי'לע, אויב נישט ווער איז געווען זיווגה הראשון?

איך לייג איבער דעם בילד וחבירינו יעזרו לפענח את נוסח המצבה, אני אהי' המתחיל:

...... בצ....
......ון וילילו מרה
.....(אב)דן עטרת תפארה
(אש)ת חיל ונפש טהורה
.... אומלל, החישה עזרה
ה"ה הרבנית הצדיקת המפורסמת
בגודל צנועותה ובמעשיה הטובים
מרת אסתר מרים ע"ה
בת הרב הגאון הצדיק הקדוש
מוה"ר יעקב צבי זצלה"ה
אבד"ק פאריסאוו
בהרה"צ מו"ה יהושע אשר זצ"ל
אבד"ק זיעלחוב
בהרהצד"ק א"א נורא מרן יעקב יצחק
היהודי הקדוש זצלה"ה מפרשיסחא
אשת אדמו"ר הרב הצדיק
מו"ה יצחק ישעי' אבד"ק טשחוב שליט"א
בן הגה"ק רשכבה"ג מרן
בעל דברי חיים מצאנז זצלה"ה
ןלמעלה בקודש זי"ע ועכי"א
י"נ בטהרה יום ה' י"א אלול תר"ץ לפ"ק
... נ"ה ב'דמי חייה
ת.נ.צ.ב.ה.
צוגעלייגטע
KracowTchechoiv.JPG

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 30, 2009 11:07 am

ב''ה
כבוד האב''ד שליט''א
מתפלא אני על מעלת כבוד תורתו הרמה .
הלא כבר דיברנו שהיא היתה בזוו''ר שלה
כלת ר' משה יוסף מאוהעל ובעלה נפטר
בלא זש''ק רח''ל .
ימחול לי כת''ר שיחי' על ההערה אך רבי
כך כתוב בתורה .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2009 11:20 am

כבוד הראב"ד,
שר השכחה קבע מקום נכבד בתוך לבי, ומשתורר עלי כאדם העושה בתוך שלו, תודה על ההזכרה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט