רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 1:39 am

לכאורה האט געשריבן:הדסה ניחע

אויב דער מקור צו דעם נאמען איז בלויז דא, איז נאכנישט קיין ראי'. עס קען זיין עפעס א טיטל פאר איר, אדער א טיטל א ר"ת.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 1:49 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:איך האב גזעהן אין שלחן מלכים (שמועסען פון סאטמארער רבי'ן שליט"א - מהר"א) אז רבי ישכר בער מראדאשיץ זי"ע, האט נישט געהייסען ישכר "דוב", נאר רבי ישכר "בער".

ס'איז דא דארט אגאנצער שמועס ארום דעם נאמען בער - דוב

ער האט געהייסן נאכן רבין רבי בער פון מעזריטש זיע"א.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 1:53 am

ביקסאד האט געשריבן:הרה"צ ר' אליעזר ירוחם באראן בן הרה"ק ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא ר' ישכר בער מ'ראדאשיץ.
נפטר ג ניסן תרמ"ה, ש"ז הרבנית יוטא בת הרה"ק הדברי חיים מ'צאנז.

דער קאמינקער רבי פון ירושלים הרה"צ רבי יהושעלע באראן זצ"ל בן רבי יונה בן רבי מנחם מנדל בן רבי אליעזר ירוחם הנ"ל (טאטע פון די בעל הבית פונעם בייגעל געשעפט אויף דרייצען'טע עועניו,) איז געווען בן אחר בן צום הייליגען ראדאשיצער זיע"א.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך ינואר 15, 2014 2:34 am

ישיבת תורת אמת דראדאשיץ האט ארויסגעגעבן ספר "הסבא קדישא מראדאשיץ" איבערגעדרוקט פון די ספרים אויפן ראדאשיצער, בהוספת הערות ומ"מ, איז ארויסגעקומען ביי א חתונה און וועט זיין אין די געשעפטן, אין די הקדמה שרייבן זיי אז ארום משפחת הסב"ק גייט ארויסקומען א באזונדערע באנד.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך ינואר 15, 2014 11:35 am

צושויער האט געשריבן:ישיבת תורת אמת דראדאשיץ האט ארויסגעגעבן ספר "הסבא קדישא מראדאשיץ" איבערגעדרוקט פון די ספרים אויפן ראדאשיצער, בהוספת הערות ומ"מ, איז ארויסגעקומען ביי א חתונה און וועט זיין אין די געשעפטן, אין די הקדמה שרייבן זיי אז ארום משפחת הסב"ק גייט ארויסקומען א באזונדערע באנד.


ארויסגעקומען צו די חתונה פון אן אייניקל פון הרבני הנגיד ר' אברהם יושע פריינד [נאסויד] חבר הנהלה בישיבה תורת אמת ראדאשיץ.
ביזדערווייל איז נאך נישט באשריבן דער יחוס פון משפ' אנשי מצליח

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 1:22 pm

ביקסאד האט געשריבן:הרה"צ ר' אליעזר ירוחם באראן בן הרה"ק ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא ר' ישכר בער מ'ראדאשיץ.
נפטר ג ניסן תרמ"ה, ש"ז הרבנית יוטא בת הרה"ק הדברי חיים מ'צאנז.

ווען איז נפטר געווארן די רביצין יוטא בת הדברי חיים?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 27, 2014 12:12 pm

http://notrikon.blogspot.com/2014/01/blog-post_27.html

בספר שהגיע לא מזמן ל"קדם - בית מכירות", מצאתי "הקדשה עצמית" שנכתבה בגטו לודז' תחת השעבוד הנאצי.
מדובר בספר קדושת לוי (לרבי לוי יצחק מברדיטשוב), מהדורת וורשא תרל"ו (1876), שנכרך עם ספר החינוך שנדפס אף הוא בוורשא בשנת תר"מ (1879).

הכותב הוא רבי יעקב יצחק בן האדמו"ר רבי בנימין מראדושיץ (ראה אודותיו: אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות, חלק א, עמ' שנ). על בן זה לא ידועים לי כל פרטים. אביו האדמו"ר רבי בנימין נולד בלודז' (שם כיהן אביו כאדמו"ר לשושלת ראדושיץ), בהמשך קבע את חצרו בראדושיץ, ומשם התפרסם כצדיק בעל סיגופים. נספה בשואה יחד עם בניו הקדושים, ביניהם החותם שלפנינו.

בשער נמצאת חותמת ספריה. החותמת מטושטשת, אך נראה שמדובר בחותמת הספריה של גטו לודז'.


בילד

וויאזוי גייט דער יחוס פון רבי בנימין פון לאדזש צום הייליגן ראדושיצער?

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

תגובהדורך חיס » דינסטאג מארטש 04, 2014 4:57 am

מיללער האט געשריבן:וויאזוי גייט דער יחוס פון רבי בנימין פון לאדזש צום הייליגן ראדושיצער?

כך היחוס:
רבי בנימין גוטשל הי"ד
בן רבי אשר אנשיל גוטשל מלדוז' זצ"ל
חתן רבי הלל פינקלר מראדושיץ זצ"ל
בן רבי יצחק אב"ד ראדושיץ זצ"ל
חתן רבינו ישכר בער מראדושיץ זי"ע

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » דינסטאג מארטש 04, 2014 5:12 am

ווייסט איינער אויס צו רעכענען די השתלשלות פון די ראדושיצער רבי פון בית שמש זז"ג ביז צום הייליגען סבא קדישא ר' ישכר בער זי"ע?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 1:07 pm

מיללער האט געשריבן:מציבת ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא מראדאשיץ בביה"ח בווארשא, נפטר כסלו תרי"ח

די נוסח המציבה אין ספר נחלת עולמים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 2:53 pm

אולי איז דאס אינטערעסאנט פאר נכדי ראדאשיץ (ואולי איז דאס פארבינדן מיט משפחת הלויים אנשי מצליח דראדאשיץ ולמעב"ק)

#(פון מיין ארכיוו, ביה"ח טאראנטא)
צוגעלייגטע
perele radishitz.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג אפריל 29, 2014 4:50 am

יעלהברוש האט געשריבן:תמונות מבית העלמין בשידלאווצי

מצבת ר' מאיר בנו של הסבא קדישא מרדושיץ
http://cemetery.jewish.org.pl/id_82730/ ... hoto.jpeg/

דאס בילד איז נישט פון זיין מצבה נאר פון איינעם יחיאל אביגדור.

לויט מיינע רשימות ליגט ער נישט אין שידלאווצא נאר אין לאדז. קען איינער דאס ביטע מברר זיין?

ווי אויך האב איך אין מיינע רשימות א סתירה אינעם טאג פון זיין יארצייט צו איז עס כ"א אדר, אדער כ"א סיון.

היות איך קלער בעז"ה צו זיין אין ראדאשיץ ביום ההילולא שחל ביום ב' קרח הבעל"ט, וואס דאס איז דריי טאג פאר כ"א סיון,
איז אויב ליגט ער טאקע אין לאדז וועל איך בעז"ה אויך משתדל זיין צוצוגיין צום קבר.

ראבין עקיבא געפינט זיך נאך דא?
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

לאזאר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 9:48 am

סיפורי מופת של הרה"ק סבא קדישא מראדאשיץ זי"ע

תגובהדורך לאזאר » זונטאג יוני 08, 2014 12:57 am

דאס מעשה האט ביי מיר פאסירט איך האב עס געגעבען פאר די אפיס פון נחלת קדומים דראדאשיץ ווי זיי האבן דאס מפרסם געווען

אויפגעראכטן געווארן מיט דריי שידוכים

ער איז ב"ה אַ ראש המשפחה פאר א געזונדל מיט קינדער בליע"ה, איז אים אבער באשערט געווען עגמת נפש ווען ס'איז געקומען צו די סוגיא פון 'שידוכים'. די קינדער טוען איינע נאך די אנדערע גרייכן די שידוכים יארגאנג, צוויי עלטערע בחורים זיצן אין שטוב און די יונגערע טאכטער וואקסט אויך שוין אונטער, אבער עס איז דערווייל שא-שטיל אויפן טעלעפאון טרייבל. מען האפט, מען איז מתפלל, אבער צום באדויערן רירט זיך עס נישט.
אין זיין ענגשאפט האט אים אַ גוטער חבר געראָטן: "כאַפט דיך אריבער צום ראַדאשיצער צדיק, אידן זעהן דאָרט גרויסע ישועות ". אויך אויב איז ער צוערשט געווען היפש סקעפטיש, האט אבער אין די ענדע גובר געווען זיין אמונת צדיקים, ער האט איינגעהאנדלט א טיקעט און זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד.
ווייזט אָבער אויס אַז אָנקומען צום הייליגן ציון איז באזונדערע זכי' וואס קומט נישט אָן לייכט. ביים גרעניץ האט זיך געשאַפן קאָמפּליקאַציעס ווען די איינגעשטעלטע האבן אים נישט געוואלט לאזן ארויספארן, צוליב פּראָבלעמען מיט'ן פּאַספאָרט.
איז דאך אבער פארהאן די סגולה המקובלת פון דעם ראדאשיצער צדיק זי"ע, מען זאל געבן געבן צדקה כמספר י"ט צו ניצול ווערן פון גוי'אישע הענט. אלזא אומר ועושה, אונזער איד האט אויפן ארט מנדב געווען 190 דאללער לזכות החזקת הציון הק' און געזאגט בכונה דעם פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה".
ווי וואונדערליך. עטליכע מינוט דערויף האט זיך געטוישט דער לופטפעלד שטאב, א נייער 'סעקיורעטי גארד' איז ערשינען, און ער גיט א זאג דעם איד: "מיסטער, וואס שטייט איר דא, איר זענט דאך שוין באשטעטיגט געווארן אריבערצוגיין, גייט ארויף אויפ'ן פליגער..."
אין א מזל'דיגע שעה איז ער אנגעקומען צום מקום מנוחת קדשו, דארט אינעם קליינעם אוהל האבן זיינע טרערן געפלאסן מיט געבעט און תחנונים צו השי"ת ער זאל שוין געהאלפן ווערן בזכותו של אותו צדיק.
שטייענדיג אינעם אלטן בית עולם טרעפט ער צופעליג אָן דעם לעגענדארן גבאי קודש פונעם ציון הק' הרה"ח ר' ישראל יושע מענצער הי"ו, יענער האט אים, אגב, פארציילט אז ער צינדט יעדע וואך נר תמיד מיט שמן זית ביים הייליגן ציון און איז דערביי מזכיר די נעמען פון אידן וואס העלפן ארויס להחזקת המקום. הערנדיג דאס טראכט אונזער איד נישט קיין צוויי, ער שליסט זיך אָן מיט אַ באדייטענדער סכום הגון פאר דעם מקום קדוש, און שליסט דערביי דעם בעסטן מקח אין זיין לעבן, זיין נאמען און געברויכן וועלן דערמאנט ווערן מדי שבוע בשבוע ביים ציון הק'.
און ס'האט נישט לאנג גענומען.
בלויז אייניגע וואכן נאך זיין צוריקקער, האט דאס לאנג- ערווארטעטע ווירקליך פאסירט, מען האט געבראכן טעלער למזל טוב. נישט פאראיבער עטליכע חדשים און די שמחה האט זיך געדאפלט ווען אויך דער צווייטער זון אין די רייע איז א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.
אבער די געשיכטע איז נאכנישט פארענדיגט.
פארגאנגענעם כ"א אדר העעל"ט האט אונזער איד געוויילט אין ליזענסק, און פארשטענדליך אויך זיך אריבערגעכאפט קיין ראדאשיץ. דארט האט ער געדאנקט השי"ת פאר זיינע וואונדער ביז אהער, און צו דער געלעגנהייט זיך בייגעשטייערט מיט א סומע פון 5000$ פארן ציון הק', עס זאל זיין א זכות פאר זיין טאכטער צו טרעפן דעם ריכטיגן זיווג אמשנעלסטן.
און וואס קלערט איר ? דעם קומענדיגן ח"י סיון פלאנט דער אידן נאכאמאל צו פארן קיין ראדאשיץ. דאסמאל שוין מיט א פרייליך געמיט, ער גייט צום ציון הק' אויסדריקן זיין שבח והודאה, יא ! ער האט שוין ב"ה א כלה אין שטוב.
דער איד זאגט אונז מיט א שמייכל: "כ'האב גראדע נישט צוגעזאגט מפרסם צו זיין די געשיכטע ווען איך וועל געהאלפן ווערן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן... אדרבה, פארשפרייט די מעשה, פארציילט פאר אידן, זאלן זיי אויך וויסן איבער דעם וואונדערליכן מקור הישועות און קוואל פון וואונדער וואס שפרידלט אין ראדאשיץ ביים הייליגן ציון."


ווער עס האט נאך א מופת ביטע מפרסם זיין

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » זונטאג יוני 08, 2014 1:02 am

ויהי לפלא

עס איז אויך דא די באקענטע סגולה מיט די פסוק וואס איך האב עס טאקע נישט לאנג צוריק ערהאלטן און די פאסט
עס האט מיר שוין צענדליגער מאל געהאלפן מיט אסאך גיטס

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג יוני 08, 2014 4:45 pm

לאזאר האט געשריבן:איז דאך אבער פארהאן די סגולה המקובלת פון דעם ראדאשיצער צדיק זי"ע, מען זאל געבן געבן צדקה כמספר י"ט צו ניצול ווערן פון גוי'אישע הענט. אלזא אומר ועושה, אונזער איד האט אויפן ארט מנדב געווען 190 דאללער לזכות החזקת הציון הק' און געזאגט בכונה דעם פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה".


דער מספר י"ט איז כמנין גו"י, און עס שטימט דאס וואס דו ברענגסט נאך אז די סגולה איז ניצול צו ווערן פון גוים, און דאס שטימט אויך מיט'ן פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה". עס איז מיר געווען אינטערסאנט אז די עוסקים למען ביה"ח בראדאשיץ האבן מפרסם געווען אז די סגולה פון י"ט פרוטות מיט'ן פסוק הנ"ל זענען מסוגל לכל מיני ישועות סיי וואס א איד נויטיגט זיך זאל ער מנדב זיין כמנין י"ט און זאגן דעם פסוק. איך בין נייגעריג וואס איז דער ריכטיגער מקור ואופן הסגולה?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מאנטאג יוני 09, 2014 11:29 am

געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד

מ'צינט א לעכט און מ'איז מנדב לכה"פ י"ט פרוטות (מער איז זעכער גיט) לע"נ ר' ישכר בער בר' יצחק מראדאשיץ.
און זאגן די פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה".

די סגולה איז צי ניצול צו ווערן פון גוים. א קארט קעיס, DMV ticket. אדער ווען מ'טוט ביזנעס מיט א גוי וכד'.




(ס'קען זיין אז ס'איז אויך מסוגל לכל מיני ישועות )

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

לזיכוי ולתועלת הרבים.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 15, 2014 5:33 pm

היות אז די וואך מאנטאג לסדר קרח ח"י סיון פאלט אויס.
די יארצייט פון רבינו הקדוש רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א. מראדאשיץ.

האב איך געזען א'סגולה בדוק ומנוסה וואס איז מקובל מפי הרה"ק
מופת הדור פועל ישועות בקרב הארץ מ'ראדאשיץ זיע"א.

וזה תוכן הסגולה.

א'). מען צינדט א'ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א.

ב'). מען גיבט צדקה לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א
.
ג').מען זאגט די פסוק פון פרשת האזינו (דברים ל"ב כ"ח). כי גוי אובד עצות המה
ואין בהם תבונה.

ד'). בעט אייער בקשה, און פועלט אלס גוט'ס.

די נאמען איז ישכר בער און נישט ישכר דב.
איין פרוטה קומט אויס היינט צו טאג בערך די ווערד פון א' אמעריקאנע דיים, 10 סענט.

עס זאל נישט זיין וויינגער פון 19 פרוטות,(לערך א,דאלער ניינציג). עס קען זיין מער.

מ'קען געבן די צדקה צו סיי וועלכע צדקה.


ויהי רצון אז בזכות דעם קדוש עליון, וואס מ'האט גערופען די קליינער בעל שם טוב.
זאל מען אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבנו לטובה ולברכה.
בכל מילי דמיטב עד כי יבוא שילה ולו יקהת עמים במהרה בימנו אמן ואמן.

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מאנטאג יוני 16, 2014 3:41 pm

איינער האט די פונקטלעכע אדרעסס פונעם ביה''ח ?
און פוליש און ענגליש אויב מעליך.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יוני 16, 2014 4:08 pm

אפשר האט געשריבן:איינער האט די פונקטלעכע אדרעסס פונעם ביה''ח ?
און פוליש און ענגליש אויב מעליך.

e20.231663 n51.083535

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מאנטאג יוני 16, 2014 4:19 pm

נחוניא האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:איינער האט די פונקטלעכע אדרעסס פונעם ביה''ח ?
און פוליש און ענגליש אויב מעליך.

e20.231663 n51.083535


יישר כח

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 16, 2014 4:19 pm

ווי האט דער סבא קדישא זי"ע געהייסן אויפן לעצטן נאמען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 16, 2014 4:20 pm

שוועמל האט געשריבן:ווי האט דער סבא קדישא זי"ע געהייסן אויפן לעצטן נאמען?

באראן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 16, 2014 4:22 pm

מקור?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 16, 2014 4:25 pm

שוועמל האט געשריבן:מקור?

איך ווייס נישט צו רבי ישכר בער זעלבסט האט זיך שוין גערופען אויף די נאמען, אבער די משפחה האט זיכער זיך אזוי גערופען, זעה דא לדוגמא:
viewtopic.php?p=182055#p182055

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג יוני 16, 2014 4:39 pm

הרי למרן מצאנז היה איידים באראן, והוא היה נכד מראדאשיץ.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ, גרויסע-גדולה, לב בשר און 10 געסט