הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך קעדילעק » פרייטאג יוני 19, 2020 9:00 am

בד''ה הגאון הצדיק רבי בנימין צוקער זצ''ל, רב בביהמ"ד מיר אויף מארסי עוו.

עס איז דא א געוואלד צו שרייבן אויף דעם אדם גדול וואס מיר האבן געהאט די זכיה אז זיין לעכטל האט געשיינט בתוכינו, א איד אינגאנצן אויסגעטון פון הויות עוה"ז, חסידא ופרישא, געזעצן און געלערנט יומם ולילה אין זיין פשוט'ע קליינע דירה אין די פראדזשעקטס, שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי', אסאך אידן זענען געקומען נאך ברכות צו אים, און זיך שואל עצה געווען אויף אלע ענינים, און ער האט געענטפערט מיט אזא עניוות און שפלות, א גרויסער פארלוסט פאר כלל ישראל בכלל און פאר וויליאמסבורג בפרט..
לעצט פאראכטן דורך קעדילעק אום פרייטאג יוני 19, 2020 9:04 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך KEWL » פרייטאג יוני 19, 2020 9:02 am

רב צוקער פין מירער שטיבעל אין וויליאמסבורג?
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג יוני 19, 2020 9:04 am

בילד ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך KEWL » פרייטאג יוני 19, 2020 9:07 am

KEWL האט געשריבן:רב צוקער פין מירער שטיבעל אין וויליאמסבורג?

זע איך יעצט אינעם בדה אשכל אז יא.

בד״ה
א שטילע יוד געווען ממש א צדיק נסתר.
כקען יודען וואס האבן זיך ממש נישט גערירט אן זיין הדרכה.
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך KEWL » פרייטאג יוני 19, 2020 9:08 am

איז ער אפיציעל געווען די רב הבית מדרש?
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג יוני 19, 2020 9:21 am

יא וויליאמסבורג האט היינט פארלוירן איינע פון אירע יחידי סגולה

אויסער זיין התמדה יומם ולילה ממש איז ער געווען א צדיק אמת און א זעלטן קלוגער איד מ'האמיר געהאט די זכי' זיך דורכרעדן מיט אים אפאר מאל, געווען גאר שטארק אויסגעקאכט אין אלע מינע ענינים ובפרט אין עניני חינוך מיט א זעלטענע בהירות
געהאט א היפשער עולם וואס האבן זעך ניש גערירט א זוז כל שהוא אין זייער לעבן אהן אנפרעגן קודם ר' בנימין'ען, געווען א האוזהאלד נעים אין כמה אידישע שטיבער

זכר צדיק לברכה

ומה כאן היה עומד ומשמש אף שם....... און אויספועל'ן א גאנצע און ענדגילטיגע ישועה פאר כלל ישראל אמן
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך Haklal » פרייטאג יוני 19, 2020 4:56 pm

איך האב געהאט די זכי' זיך א דורכצורעדן אסאך מאל אין אויך נעמען ברכות פין אים.
זיין באנעמונג צי אנדערע איז געווען מבהיל'דיג, געווען אזוי גארנישט ביי זיך, אלץ געווען מיט א מאור פנים אין פריילעכקייט, זיין אנווינטשן א צווייטן יוד, יעדער האט געשפירט רואיג נאכדעם.
זיין דאווענען, מען האט געזען בי אים דביקות בבוכ"ע א גאנצן צייט, זיין אפגעהיטנקייט ביים גיין אויף די גאס

א ריזיגע פארלוסט פאר אונז!

א באקאנטע זאך וואס ר' יענקל קויפמאן שליט"א האט אויך דערמאנט ביי די לוי' אז הגאון ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל האט געזאגט אז ער וועט קומען אויפן עולם האמת וועט ער זאגן אז ער איז געווען די רבי פין ר' בנימין צוקער

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל אין משיח זאל שוין קומען בב"א

shulem k
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך shulem k » פרייטאג יוני 19, 2020 5:24 pm

maybeeynot האט געשריבן:בילד ?

בילד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג יוני 19, 2020 6:56 pm

איך האב קיינמאל פין אזא מענטש נישט געהערט אינטערסאנט

פארוואס נאר יעצט געוואר ווערן פין אזא מענטש איך וואלט מיר געפרייט צו קענען אזא מענטש בחיים חיותו

חבל על דאבדין עס טוט מיר וויי אז כ'האב נישט געקענט אזא יוד
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

בן ישי
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך בן ישי » פרייטאג יוני 19, 2020 6:58 pm

וואלט עימצער געקענט שרײבן א שטיקל ביאגראפיע פון דעם אדם גדול, למצװה גדולה יחשב.
אז ער איז געווען א תלמיד פון ר יעקב קמינעצק' פארשטיי איך אז ער איז געווען א תלמוד פון תורה ודעת.
ער דארף לכאורה האבן הונדערטער תלמידים פון קאמינעץ ביפאר און לעצטענס און תפארת ירושלים.
מעשיהם של צדיקים הן הן זכרונם.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 21, 2020 12:26 am

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב קיינמאל פין אזא מענטש נישט געהערט אינטערסאנט

פארוואס נאר יעצט געוואר ווערן פין אזא מענטש איך וואלט מיר געפרייט צו קענען אזא מענטש בחיים חיותו

חבל על דאבדין עס טוט מיר וויי אז כ'האב נישט געקענט אזא יוד

נישט צום גלייבן זיין באהאלטנקייט
בן ישי האט געשריבן:וואלט עימצער געקענט שרײבן א שטיקל ביאגראפיע פון דעם אדם גדול, למצװה גדולה יחשב.
אז ער איז געווען א תלמיד פון ר יעקב קמינעצק' פארשטיי איך אז ער איז געווען א תלמוד פון תורה ודעת.
ער דארף לכאורה האבן הונדערטער תלמידים פון קאמינעץ ביפאר און לעצטענס און תפארת ירושלים.
מעשיהם של צדיקים הן הן זכרונם.

דאכצעמער ער איז נאך געווען א מלמד ביז ממש לעצטענס

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 21, 2020 12:29 am

יוראפ האט געשריבן:

יא יא, געווען א מלמד ביז קאראנע

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך Amazing » זונטאג יוני 21, 2020 12:34 am

ווי אלט איז ער געווען?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 21, 2020 12:37 am

Amazing האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען?

Rimnitz האט געשריבן:בד"ה הרה"צ ר' בנימין צוקער זצ"ל רב דבית המדרש מיר וויליאמסבורג 90 יאר

---
וואו האט מען אים געלייגט?

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 21, 2020 12:45 am

יוראפ האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען?

Rimnitz האט געשריבן:בד"ה הרה"צ ר' בנימין צוקער זצ"ל רב דבית המדרש מיר וויליאמסבורג 90 יאר

---
וואו האט מען אים געלייגט?

אין ניו סקווירא

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יוני 21, 2020 2:05 am

ער האט א זוהן אין ב"ב, ר' אהרן יהושע לרפו"ש, א גאון הגאונים, מתמיד עצום ונשגב און ציס"ע, די פאניוועז'ע עולם האט דערציילט אויף איהם ממש מיט גוזמאות, פון א איד וואס כל רז לא אניס ליה בכל מקצועות התורה, וואס איז יומם ולילה לא ישבותו זיצנדיג אין ישיבה גאנץ מעל"ע פון די וואך, נאר צו סעודות שבת גייט ער צו זיין שטוב, אזוי זיצט ער אין ישיבה א גאנצע צייט, דרימלדיג אויף א בענקל קוים 2 שעה א טאג.
דער איז נעבעך שוין 10 יאהר נישט געזונט, נאכ'ן שווערע סטראק, ממש א ס"ת שרוי בצער.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך dovidal » זונטאג יוני 21, 2020 2:13 am

Haklal האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען?

Rimnitz האט געשריבן:בד"ה הרה"צ ר' בנימין צוקער זצ"ל רב דבית המדרש מיר וויליאמסבורג 90 יאר

---
וואו האט מען אים געלייגט?

אין ניו סקווירא

מה היה הקשר לסקווירא שנקבר שם ?

ברוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך ברוז » זונטאג יוני 21, 2020 8:45 am

אבן יקרה האט געשריבן:ער האט א זוהן אין ב"ב, ר' אהרן יהושע לרפו"ש, א גאון הגאונים, מתמיד עצום ונשגב און ציס"ע, די פאניוועז'ע עולם האט דערציילט אויף איהם ממש מיט גוזמאות, פון א איד וואס כל רז לא אניס ליה בכל מקצועות התורה, וואס איז יומם ולילה לא ישבותו זיצנדיג אין ישיבה גאנץ מעל"ע פון די וואך, נאר צו סעודות שבת גייט ער צו זיין שטוב, אזוי זיצט ער אין ישיבה א גאנצע צייט, דרימלדיג אויף א בענקל קוים 2 שעה א טאג.
דער איז נעבעך שוין 10 יאהר נישט געזונט, נאכ'ן שווערע סטראק, ממש א ס"ת שרוי בצער.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 3&start=40
צוגעלייגטע
י צוקר.jpg
י צוקר.jpg (31.06 KiB) געזעהן 1262 מאל

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג יוני 21, 2020 10:53 am

צו פארשטיין ווער דער ר' בנימין זצ"ל איז געווען

פעלט אויס אריינצוגיין און מירער שטיבל און געבן א קוק ווי אזוי זיין בענקל האט אויסגעקוקט ביים ווינקל פון מערבית דרומית נעבן די טיר הונטערן שאנק

איך וועל פראבירן צו ברענגן א בילד בל"נ
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך אוסף החסיל » זונטאג יוני 21, 2020 2:31 pm

ברוז האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ער האט א זוהן אין ב"ב, ר' אהרן יהושע לרפו"ש, א גאון הגאונים, מתמיד עצום ונשגב און ציס"ע, די פאניוועז'ע עולם האט דערציילט אויף איהם ממש מיט גוזמאות, פון א איד וואס כל רז לא אניס ליה בכל מקצועות התורה, וואס איז יומם ולילה לא ישבותו זיצנדיג אין ישיבה גאנץ מעל"ע פון די וואך, נאר צו סעודות שבת גייט ער צו זיין שטוב, אזוי זיצט ער אין ישיבה א גאנצע צייט, דרימלדיג אויף א בענקל קוים 2 שעה א טאג.
דער איז נעבעך שוין 10 יאהר נישט געזונט, נאכ'ן שווערע סטראק, ממש א ס"ת שרוי בצער.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 3&start=40

בנו הגאון רבי אהרן יהושע שליט"א לרפו"ש האט מסדר געווען די 'מקורות וציונים' אויפן רמב"ם - מהדו' פרנקל
א גאון עצום ואיש פלא וואס האט נישט קיין דוגמא בימינו.
אט זעהט א בילד ווי ער איז מקיים תשביתו... (פאר איר שמייכלט געדענקט: 'כל רז לא אניס ליה')
ראי צוקער.jpg
ראי צוקער.jpg (181.06 KiB) געזעהן 1065 מאל

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך אפטרופס » זונטאג יוני 21, 2020 7:24 pm

געהאט די זכי' זיך צו וואונטשען ביי איהם "לשנה טובה" א שיינע פאר יאר, מען האט געקענט טאפן אין די לופט דער ערנסקייט און געהויבנקייט פון דעם איד. זכותו יגן עלינו.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג יוני 23, 2020 9:13 am

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב קיינמאל פין אזא מענטש נישט געהערט אינטערסאנט

פארוואס נאר יעצט געוואר ווערן פין אזא מענטש איך וואלט מיר געפרייט צו קענען אזא מענטש בחיים חיותו

חבל על דאבדין עס טוט מיר וויי אז כ'האב נישט געקענט אזא יוד

האב מיר די זעלבע טענה. אלס מיינט מען אז עס איז מער נישט דא אזאנא אידן ביז זיי קומן אן אין דיזע אשכול.

חבל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג יוני 23, 2020 5:40 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב קיינמאל פין אזא מענטש נישט געהערט אינטערסאנט

פארוואס נאר יעצט געוואר ווערן פין אזא מענטש איך וואלט מיר געפרייט צו קענען אזא מענטש בחיים חיותו

חבל על דאבדין עס טוט מיר וויי אז כ'האב נישט געקענט אזא יוד

האב מיר די זעלבע טענה. אלס מיינט מען אז עס איז מער נישט דא אזאנא אידן ביז זיי קומן אן אין דיזע אשכול.

חבל

אפשר עפנט איינער א אשכול מיט א ליסטע פון אלע באהאלטענע צדיקים...

אין פארום אוצה"ח [אויבן ציטירט] שטייט עפעס אז טאטע און זוהן האבן זך נישט געזעהן פאר צוואנציג יאהר. ר' בנימין איז געווען א תקופה אין סאקמאר און א תקופה אין קלויזענבורג... איינער מיט מער פרטים? ער איז געווען א חסידי'ישער איד? זיין זוהן הגאון רא"י לרפו"ש איז געווארן אויס חסיד אין פאנעווידזש?
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג יוני 23, 2020 5:42 pm

אוסף החסיל האט געשריבן:בנו הגאון רבי אהרן יהושע שליט"א לרפו"ש האט מסדר געווען די 'מקורות וציונים' אויפן רמב"ם - מהדו' פרנקל

האביך אייביג געמיינט אז דער מחבר פונעם מקו"צ איז הגאון רבי אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א רב [וחתן] שבט הלוי ירושלים
כ'בין א תם - נישט א נער

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: הגה"צ רבי בנימין צוקער זצ"ל

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג יוני 23, 2020 6:07 pm

זוכה געווען צו באקומען פון אים אן הדרכה פאר מיין חתונה,
ער האט אויפגעמישט א רמב''ם און צוגעוויזן די הלכות ווי נארמאל מעטשליך און גוט מ'דארף זיך פירן צו א שפחה כנענית און האט צוגעענדיגט אז דאס איז גאזאגט געווארן ביי א גויטע ק''ו ביי א ווייב א אשה כשרה וצנועה אז מ'דארף זיך אויפירן מענטשליך און נארמאל

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט