רבי משה ליב מסאסוב זצ"ל - ד' שבט תקס"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 21, 2016 3:23 pm

ווייסט אפשר איינער ווי אזוי האט געהייסן די מוטטער פון הה"ק רמ"ל זי"ע?

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » זונטאג פאברואר 21, 2016 7:27 pm

רבקה (מקור: היברו וויקיפידיע)

אגב, זיין משפחה נאמען איז ווי באקאנט געווען "ערבליך", און ביז היינט איז פארהאן א ערבליך משפחה וואס האלט זיך פאר זיינע אייניקלעך בן אחר בן
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:14 am

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' משה לייב האט געהאט 2 קינדער, בנו ר' שמעלקא מסאסוב, שהי' חותן של השם שלמה, ובתו פעסל לאה וואס האט שעפטער חתונה געהאט צו ר' דוד'ל מזאבלטוב בן התורת חיים מקאסוב,
בפשטות איז נישטא קיין בו אחר בן'ס פון סאסוב, (אז איינער ווייסט אז יא, ביטע זיך לאזן הערן)

די קינדער זענען געוועהן יונגע יתומים ביים הסתלקות פון רמ"ל מסאסוב זי"ע,
עס ווער דערציילט אים ס' בית שלמה, אז ר' שמעלקא בנו איז נתגדל געווארן ביים אורח לחיים פון זלאטשוב, און צו די בר מצוה האט ער אים געגעבן דעם טאטנס תפילין זאגנדיג אז דער טאטע האט געזאגט אז די תפילין האבן געשריבן יוסף הצדיק ותו לא,

מאנכע ווילן זאגן אז דער יוסף הצדיק איז גאר דער זון פון ר' חיים וויטאל וועלכע איז געוועהן א סופר,
איינער ווייסט מער פרטים????

רבי דוד מזאבילטוב איז גיווען א זון פון די אהבת שלום אין נישט פון די תורת חיים [זיין ברודער]
עס זענען יא דא בן אחר בן פון רמ"ל, משפחת ערבליך, יש מהם גם בבארא פארק.
זכותו יגן עלינו - היינט די יארצייט ד' שבט תשע"ז 210 לפטירתו

דער אידל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:20 pm

תגובהדורך דער אידל » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:19 am

ס׳געווען א אייניקל פון ר׳ משה ליב וואס האט געהייסן נאך אים ער האט קודם געוואוינט אין א״י שפעטער אין אמעריקא ער איז געווען א איידעם ביי ר׳ יואל אשכנזי פון טבריא, ער איז געווען די טאטע פון ר׳ נח פון אנטווערפן אין נאך אפאר קינדער חזנים, ער אליין איז אויך געווען א חזן ער האט געמאכט די באוויסטע ניגון אנא אנא עבדא וואס די וועלט זינגט עס קימט א גאנצע חזנות שטיקל אזוי ווי יוסעלעס בריך שמיא ער איז אוועק תשנ״א

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:43 am

יא יא דער רבי משה לייבעלע ערבליך איז געווען א יתום אלץ קינד פון זיין טאטע רבי יעקב צבי און איז געהאדעוועט געווארען ביי זיין פעטע רבי משה לייב ערבליך פון ירושלים

דער אידל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:20 pm

תגובהדורך דער אידל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:27 am

די נאמען ערבליך האט ר׳ משה לייב באקומען פון קייזער נופליאון אלץ א עהרע (כבוד)

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

מרת בילא יענטא

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג אפריל 28, 2019 8:27 pm

ר' שמעלקא סאסוב'ער האט געהאט א טאכטער מרת בילא יענטא, איז עפעס באקאנט איבער איהר, ווער איז געוועהן איהר מאן ? ווי האט זי געוואוינט ? האט זי איבער געלאזט קינדער ?

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

משפחת ווילהעלם נכדי רמ"ל מסאסוב ??

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:29 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ר' שמעלקא סאסוב'ער האט געהאט א טאכטער מרת בילא יענטא, איז עפעס באקאנט איבער איהר, ווער איז געוועהן איהר מאן ? ווי האט זי געוואוינט ? האט זי איבער געלאזט קינדער ?

1_300.jpg
1_300.jpg (469.03 KiB) געזעהן 561 מאל

דא איז דער פטירה פון מרת בילא יענטא, זי איז נפטר געווארען אין סאסוב בשנת תרס"ט און דער עלטער פון זיבציג יאהר ולפי"ז נולדה בשנת תקצ"ח-ט
[ERBLICH Beile Jente 1908 F D 70 Szmelki ERBLICH Chancze ERBLICH]

וגופא דעובדא הכי הוה, עס איז געוועהן א איד ר' בנימין ווילהעלם ז"ל (מייסד ישיבת תורה ודעת) זיין מאמע איז נפטר געווארען ווען ער איז געוועהן א קליין קינד, און ער האט דערציילט אז קודם פטירתה האט איהם זיין מאמע געזאגט אז ער אין אן אייניקל פון ר' משה לייב סאסובער, אבער ווי אזוי האט ער נישט געוויסט צו דערציילען
וניחזי אנן ר' בנימין איז געבוירען איו נעפלמיץ אצל קראקא (ניין, נישט לאדז) בשנת תרמ"ו צו זיין טאטע ר' אברהם אבא און זיין מאמע מרת חנה צירל, זיין מאמע מרת חנה צירל איז געבוירען געווארען אין בריגעל צו איר עלטערען ר' בנימין פערלמאן ואשתו מרת דבורה הענא לבית ברוין, ר' בנימין איז געבוירען געווארען בשנת תקפ"ט/תקפ"ג לאביו ר' ישעיה לעמיל ולאמו מרת צירל ואשתו מרת דבורה הענא נולדה בשנת תקצ"ח (ר' בנימין פערלמאן האט אויך געהאט א זוהן משה לייב) [כ"ז ע"פ jri]

יעצט ר' משה לייב סאסובער איז נפטר געווארען בשנת תקס"ז און איבער געלאזט צוויי קליינע קינדער א. מרת פעסיא לאה אשת ר' דוד מזאבלטוב ב. ר' יקותיאל שמעלקא
אויב משפחת ווילהעלם/פערלמאן שטאמט טאקע פון רמ"ל דארף ר' בנימין אדער מרת הענא דבורה זיין א קינד אדער אן איינקיל פון איינער פון די צוויי, נאך א דור איז נישט מעגליך ווייל זיי האבען נישט געקענט האבען אור איינקליך אזוי פרי, ובכן ר' בנימין פערלמאן וואס מיר ווייסען דער נעמען פון זיין עלטערען קען עס נישט זיין בלייבט נאר איבער אשתו מרת הענא דבורה, איז ממשפחת ר' דוד מזאבלטוב איז זייער נישט מסתברא ווייל זיין משפחה איז באקאנט, ווייטער ר' שמעלקא האט געהאט פיהר קינדער וואס ווערען אויסגערעכענט דא א. מרת חיה פרומא רבקה אשת השם משלמה ב. מרת דינה אשת ר' שרגא יאיר ראבינאוויטש ג. ר' אלטיר ערבליך מסאסוב ד. מרת בילא הנ"ל שהיתה אלמנה או גרושה מבעלה
פון דער ערשטע צוויי טעכטער איז נישט מסתברא ווייל זיי זענען געוועהן רבי'שע משפחות וואס מען וואלט געדארפט וויסען און פון ר' אלטיר ערבליך איז נישט מסתברא ראשית כל ווייל מען שרייבט דארט אז ער האט נאר געהאט א בן יחיד ושנית דער משפחה איז באקאנט און זיי ווייסען נישט צו זאגען פון דעם, בלייבט נאר איבער מרת בילא יענטא אבל דא עקא אז זי איז ערשט געבוירען בשנת תקצ"ח קען מרת הענא דבורה נישט זיין איר טאכטער

דער איינציגסטער מעגליכקייט איז אז מרת בילא יענטא איז טאקע געוועהן אשת ר' בנימין פערלמאן הנ"ל ונולדה להם מרת חנה צירל אשת ר' אברהם אבא ווילהעלם ומשום איזה סיבה נתפרדה החבילה און ער האט חתונה געהאט מיט מרת הענא דבורה וסמך לזה איז אז לויט דער מאטריקאל האט ר' בנימין חתונה געהאט מיט מרת הענא דבורה בשנת תרל"ה בעת וואס מרת חנה צירל איז געבוירען אסאך פאר דעם (זי האט שוין געהאט א קינד בשנת תר"מ) אבל אי משום הא קען זיין אז עס איז נאר געוועהן א ליגאלע חתונה, און מיט דעם וועט ווערען פארענפערט פארוואס ער האט נישט געוויסט פונקטליך ווי אזוי ער איז אן איינקעל וכו'
אויב דאס איז נישט ריכטיג וועט מען דארפען זאגען אז ער איז נישט געוועהן א איינקיל נאר ממשפחתו וכבר היה לעולמים והמתעקש יתעקש אז ר' מ"ל סאסובער האט געהאט נאך קינדער וואס זענען נישט באקאנט אבער דאס איז זייער נישט מסתברא (דא אות קיז ווערט דערמאנט א טאכטער בשם חיה טעמעריל אבער דער מכתב דערמאנט מיר פון דער חרסענ'ע גניזה, און אפי' אויב עס איז יא אמת אולי לא האריכה ימים וצ"ע)

אז איינער האט עפעס מוסיף צו זיין זאל ער ביטע שרייבען ותהא משכרתו שלימה מאת ד'

ואיני יודע מה
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm

תגובהדורך ואיני יודע מה » מוצ"ש יולי 20, 2019 11:12 pm

איבער געמאכט די מצבה פון ר' שמעלקע סאסובער. פון https://www.jdn.co.il/breakingnews/1175928/
באוקראינה שופץ ושוקם קברו של הרה"ק רבי יקותיאל שמעלקא מסאסוב זי"ע ביגלניצה אבי שלשלת צדיקי בית מונקאטש שקברו ואוהלו עמדו מוזנחים שנים רבות עד שהגיעה אגודת 'אהלי צדיקים' בראשות הרב ישראל מאיר גבאי וערך שיפוץ יסודי במקום.
בבית החיים ביגלניצה שופץ בתקופה האחרונה אוהל קבורתו של הרה"ק רבי יקותיאל שמעלקא מסאסוב זי"ע, בנו יחידו וחביבו של הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע. רבי יקותיאל שמעלקא היה ממשיך דרכו של אביו הק' בהנהגת העדה בסאסוב, שמו נקרא בישראל על שם הגה"ק הרבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע שהיה רבו המובהק של הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע.

למרבה הצער לא זכה לשהות ימים רבים בצל אביו הק', כי התייתם ממנו בילדותו וגדל בביתו של הרה"ק רבי אברהם חיים מזלאטשוב זי"ע בעל 'אורח לחיים', ולאחר פטירתו בבית אחותו הבכורה מרת פסיה לאה ע"ה, הרבנית של הרה"ק רבי דוד מזאבלטוב זי"ע בן הרה"ק ה'אהבת שלום' זי"ע מקאסוב. רבי יקותיאל שמעלקא מסאסוב היה תלמידם של הרה"ק ה'אוהב ישראל' זי"ע מאפטא, הרה"ק רבי משה צבי מסאווראן זי"ע ושל הרה"ק רבי ישראל מרוז'ין זי"ע. משנת תר"ט החל לכהן כאדמו"ר בסאסוב ונפטר ביגלניצה בשנת תרכ"ב.

המבנה נמצא על שיפועו של הר בפאתי העיירה, מה שהביא נזקים רבים למבנה האוהל והציון שהוקמו לפני שנים רבות ע"י צאצאי המשפחה, לאחר שהורד מסך הברזל על אוקראינה, אך מאז ועד לאחרונה עמד האוהל בביזיון עד שהגיעה אגודת 'אהלי צדיקים' בראשות הרב ישראל מאיר גבאי, שצבע את האוהל מחדש מבית ומחוץ, שיפץ את המדרגות המובילות מהכביש לאוהל שנמצא בגובה, תיקן את הגג וחידש את המצבה שנמצאת יחידה בפנים האוהל, לחן לכבוד ולתפארה, כראוי וכיאה למקום קדוש זה.

האוהל והציון של הרה"ק רבי יקותיאל שמעלקא מסאסוב זי"ע מהווים מוקד עלייה לתפילת רבים, בעיקר אצל גזע היחס של צדיקי בית מונקאטש, שצדיק וקדוש זה היה ראש משפחתם. חתנו הרה"ק רבי שלמה שפירא זי"ע ה'שם שלמה' היה האדמו"ר הראשון של חסידות מונקאטש, כאשר בנו של רבי שלמה, הרה"ק רבי משה לייב שפירא זי"ע ונכדו הרה"ק רבי נחמיה שפירא זי"ע, כיהנו כרבנים בעיירה סאסוב למשך תקופות מסוימות, במקביל להרה"ק רבי שלמה מסאסוב זי"ע שהתגורר גם הוא בעיירה. בנו השני של רבי שלמה שפירא היה הרה"ק רבי צבי הירש שפירא זי"ע ה'דרכי תשובה', אביו של הרה"ק ה'מנחת אלעזר' זי"ע ממונקאטש.
צוגעלייגטע
שופץ-וחודש-אוהלו-של-רבי-יקותיאל-שמעלקא-מסאסוב-בעיירה-יגלניצה.jpeg
שופץ-וחודש-אוהלו-של-רבי-יקותיאל-שמעלקא-מסאסוב-בעיירה-יגלניצה.jpeg (222.98 KiB) געזעהן 500 מאל

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג יולי 21, 2019 12:38 pm

שופץ-וחודש-אוהלו-של-רבי-יקותיאל-שמעלקא-מסאסוב-בעיירה-יגלניצה-4.jpeg
שופץ-וחודש-אוהלו-של-רבי-יקותיאל-שמעלקא-מסאסוב-בעיירה-יגלניצה-4.jpeg (381.49 KiB) געזעהן 449 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט