ר' דוד דוב בעריש מייזליש -הבנין דוד - ט"ו סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

ר' דוד דוב בעריש מייזליש -הבנין דוד - ט"ו סיון תש"ד

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג מארטש 05, 2012 9:15 am

הגאון ר' דוד דוב מייזליש הי"ד בן הרב הגאון ר' מרדכי זאב איז געבוירען און יאהר תרל"ה.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית רוזא בלימא טאכטער פון הגה"ק ר' משה יוסף טייטלבוים מאיהעל און ער שפעטער איבער גענומען דאס רבנות און איהעל.
ער האט ארויסגעגעבען איין באנד תשובות בנין דוד, (און האלב ספר איז די חתומה דוד דוב מייזליש און אין די אנדערע האלב שרייבט ער דוד דוב בעריש מייזליש, און אינעם שער בלאט שרייבט ער יא בעריש)
און א חלק פון זיין ספר בנין דוד על התורה.

בניו
א. הגאון ר' יוסף משה מאויוואר, י סיון תשל"ו
ב. הגאון ר' צבי הירש מייזליש מווייצען כ"ה טבת תשל"ד
ג. הגאון ר' חיים מסארוואש
ד. הגאון ר' יחזקאל מייזליש כ"ג מרחשון תרצ"ב אבד"ק ראדוואן (ובהקדמה לספר זכרון יחזקאל שהוציא הבנין דוד מבנו מפליא שם יום פטירתו שהיה כאחד מהצדיקים האמתים )
ה. הגאון ר' אלעזר מייזליש אבד"ק איהעל, מטשיגאגוי- פלארידע י"ל ספר קטן ממנו דבר אלעזר.
ו. הב' יעקב מייזליש

בנותיו

ז. אשת הגה"צ ר' משה אהרן האלבערשטאם הי"ד רב הצעיר דקאלשיץ
ח. אשת הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ בן הרה"צ ר' אברהם אביש מקראלי.
לעצט פאראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מיטוואך מארטש 07, 2012 12:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מאנטאג מארטש 05, 2012 2:24 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הגאון ר' דוד דוב מייזליש הי"ד בן הרב הגאון ר' מרדכי זאב איז געבוירען און יאהר תרל"ה.
ער האט ארויסגעגעבען איין באנד תשובות בנין דוד, (און האלב ספר איז די חתומה דוד דוב מייזליש און אין די אנדערע האלב שרייבט ער דוד דוב בעריש מייזליש, און אינעם שער בלאט שרייבט ער יא בעריש)

אויף זיין זיגל שטייט "בעריש"
זע בייגעלייגט
צוגעלייגטע
בנין דוד.jpg

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:29 pm

ר' יעקב?

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך מארטש 07, 2012 12:45 pm

לויט ווי סקוקט אויס איז און אלע פיר זיגלעך, דער נאמען דוד דוב בעריש, לעת עתה האב איך נישט געפינען דעם זיגעל פון די תקופה וואס ער איז געווען דומ"ץ, אבער און דער זיגעל וואס ווילסאן זז"ג האט געשטעלט און ווי אויך דער זיגעל פון אלס אינגערמאן, און דער אנדערער זיגעל וואס כעל שטעלן דא, שטייט בעריש, אבער רוב פון די מכתבים וואס עס זענען דא (עכ"פ וואס איז געגאנגען פאבליק) שרייבט ער אינטער אן בעריש.
א.jpeg
דער זיגעל פון אלס אינגער מאן

דא איז צווי חתימות מיטען אנדערן זיגעל
צוגעלייגטע
ג.jpeg
ב.jpeg
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג מארטש 11, 2012 5:23 pm

נישט לאנג צוריק האט הרה"ח ר' מרדכי גליקמאן הי"ו פון וויליאמסבורג - יליד אוהעלי, מיט מיר מיטגעטיילט לעבעדיגע זכרונות פון זיינע קינדערישע יאהרן אין אוהעל, ביי דעם גדול וצדיק זי"ע. לוינט צו כאפן א שמועס מיט דעם איד זז"ג.
לחיים ולברכה!

ואם תאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 4:44 pm

תגובהדורך ואם תאמר » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:13 am

אין זיין ספר בנין דוד (פ' בראשית אות מ"ג) ברענגט ער א ווארט וואס ער האט געזען בשם "זקיני הגאון מוהר"ר אברהם ברודא ז"ל", און ווייטער (שם אות נ"ו) ברענגט ער נאכאמאל די זעלבע ד"ת בשם "זקיני הגאון מוהר"א ברודא ז"ל".

ווייסט איינער די סדר היחוס?

אגב, דאס ווארט איז לכאורה נישט פון דעם רבי אברהם ברודא, נאר פון רבי אברהם ברודו פון קושטא, בספרו ברכת אברהם (ויניציאה תנ"ו) פ' בראשית.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 15, 2013 4:39 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:בניו
א. הגאון ר' יוסף משה מאויוואר, י סיון תשל"ו
ב. הגאון ר' צבי הירש מייזליש מווייצען כ"ה טבת תשל"ד
ג. הגאון ר' חיים מסארוואש
ד. הגאון ר' יחזקאל שרגא מייזליש כ"ג מרחשון תרצ"ב אבד"ק ראדוואן (ובהקדמה לספר זכרון יחזקאל שהוציא הבנין דוד מבנו מפליא שם יום פטירתו שהיה כאחד מהצדיקים האמתים )
ה. הגאון ר' אלעזר מייזליש אבד"ק איהעל, מטשיגאגוי- פלארידע י"ל ספר קטן ממנו דבר אלעזר.
ו. הב' יעקב מייזליש

בנותיו

ז. אשת הגה"צ ר' משה אהרן האלבערשטאם הי"ד רב הצעיר דקאלשיץ
ח. אשת הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ בן הרה"צ ר' אברהם אביש מקראלי.


מציבת ר' יחזקאל שרגא מייזליש בנו של הבנין דוד בעיר איהעל
צוגעלייגטע
88697_83855_5large4.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:07 pm

ווער מיר געוואור אז דער בנין דוד האט געהאט א ברודער בשם ר' שלמה זלמן מייזליש הי"ד פון אושפיצין. זיין זון ר' דוד דוב בעריש מייזליש-גוטטער האט געוואונט דאהי און ער האט מחבר געווען די ספרים 'מתוק מדבש'

(אינטערסאנט צו זעהן דארט וואס זיין קאזין דער סארוואשער רב שרייבט אין די הסכמה)
viewtopic.php?p=732903#p732903
ייש"כ הרב מיוראפ פאר די מציבות
בילד
בילד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:57 pm

מיללער האט געשריבן:ווער מיר געוואור אז דער בנין דוד האט געהאט א ברודער בשם ר' שלמה זלמן מייזליש הי"ד פון אושפיצין. זיין זון ר' דוד דוב בעריש מייזליש-גוטטער האט געוואונט דאהי און ער האט מחבר געווען די ספרים 'מתוק מדבש'

(אינטערסאנט צו זעהן דארט וואס זיין קאזין דער סארוואשער רב שרייבט אין די הסכמה)

ייש"כ הרב מיוראפ פאר די מציבה
בילד

דער רבי דוד דוב מייזליש -גוטטער'ס איז געווען א חריף און א תלמיד חכם עצום זייער א זיס אידעל, געלערענט אינדרהיים און כתר תורה ראדאמסק. איך געדענק עם זייער גוט ,זיין זון האט בארא פארק סיינ'ס סטאר. און רופט זיך גוטטער אליינס און נישט מייזליש.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:10 pm

דער מתוק מדבש איז געווען מתוק מדבש... איך האב אים גוט געקענט, טאקע פון די סארוואשער ביהמ"ד. ער פלעגט זיין דער בעל קורא, און ער פלעגט כסדר ארומגיין פארקויפן זיינע דברי תורה פאר ווער עס האט נאר געוואלט אויסהערן.

מען פלעגט אים אויך רופן בלויז "ר' דוד גוטטער", אבער שרייבן שרייבן זיי זיך מייזליש.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:50 pm

עפ"י רוב פלעגט ער זיך דרייען בביהמ"ד שומרי שבת בבארא פארק שהיה גר בשכינות, און פארקויפט דארט זיינע ספרים,
הערליכע חידו"ת ואגדה, בעיקר על סוגיות הש"ס להדשתומם על בקיאותו וחריפותו.

אז מ'רעד שוין
היינט געזעהן שי"ל מחדש דרשות דבר צבי שלשה כרכים עה"ת ומועדים להגאון מווייצען זצ"ל בן הבנין דוד זצ"ל הי"ד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 11:59 pm


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 2:59 pm

מיללער האט געשריבן:ווער מיר געוואור אז דער בנין דוד האט געהאט א ברודער בשם ר' שלמה זלמן מייזליש הי"ד פון אושפיצין. זיין זון ר' דוד דוב בעריש מייזליש-גוטטער האט געוואונט דאהי און ער האט מחבר געווען די ספרים 'מתוק מדבש'


בילד


א חשוב'ער אינגערמאן א ידען נפלא, האט אונז מעורר געווען אז אין מאורי גאליציע בערכו של ר' מרדכי זאב מייזליש ז"ל אבי הבנין דוד, ווערן אויסגערעכנט נאך געשוויסטער פונעם בנין דוד, און צווישן זיי ווערט דערמאנט א ברודער בשם ר' יעקב וואס האט זיך אויך גערופען 'גוטטער' (כשם אבי אמם), ער האט געוואונט אין שיקאגא וואו ער איז נפטר געווארן בשנת תש"ז.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ברודער?
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (92 KiB) געזעהן 2707 מאל

איטשע
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:52 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הגאון ר' דוד דוב מייזליש הי"ד... איז געבוירען און יאהר תרל"ה.


דאס איז נישט ריכטיג, ווייל זיין זיידע, נאך וומען ער האט געהייסן, איז הערשט נפטר געווארן א יאר שפעטער - ט׳ כסלו תרל״ו.

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תאריך לידתו של בעל "בינן דוד"

תגובהדורך תולעת-ספרים » דאנארשטאג יוני 11, 2015 4:10 pm

לויט ווי ס'שטייט אין די שריפטען איז ער געבוירען א' כסלו תרל"ז

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג יוני 11, 2015 11:27 pm

138630.JPG

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » זונטאג אוקטובער 18, 2015 10:28 pm

אין בנין דוד עה"ת פ' וירא (קומענדיגע וואך) אות ע"א ברענגט ער: כ"ק ש"ב ומחו' הגה"ק מבאבוב ז"ל.

וועמען מיינט ער דערמיט? דעם קדושת ציון זי"ע?
וויאזוי איז ער געווען א קרוב? און א מחותן?

אגב, צוויי שורות שפעטער ברענגט ער: הרה"ק מוהר"ש מאדערבערג ז"ל.
קיינמאל נישט געהערט פון אזא נאמען. קען איינער ביטע געבן אביסל מער אינפארמאציע?

(איך ווייס נישט אויב דא איז דאס ארט צו פרעגן אזוינע פראגן. אויב נישט, ביטע אנצייגן ווי מ'פרעגט אינפארמאציע אויף שמות הצדיקים המוזכרים בספה"ק. ייש"כ)
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג אוקטובער 18, 2015 10:34 pm

אליקים געציל האט געשריבן:אגב, צוויי שורות שפעטער ברענגט ער: הרה"ק מוהר"ש מאדערבערג ז"ל.
קיינמאל נישט געהערט פון אזא נאמען. קען איינער ביטע געבן אביסל מער אינפארמאציע?

(איך ווייס נישט אויב דא איז דאס ארט צו פרעגן אזוינע פראגן. אויב נישט, ביטע אנצייגן ווי מ'פרעגט אינפארמאציע אויף שמות הצדיקים המוזכרים בספה"ק. ייש"כ)

ר' שמעון אדערבערגער, א תלמיד פון'ם לולבלינער.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 10:44 pm

ווייצענער רב איז געווען א איידעם ביים פעטער לימנובער רב א באבובע איידעם
ווי אויך מהרש השני איז געווען א איידעם אין לימנוב

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג אוקטובער 18, 2015 10:46 pm

אליקים געציל האט געשריבן:אין בנין דוד עה"ת פ' וירא (קומענדיגע וואך) אות ע"א ברענגט ער: כ"ק ש"ב ומחו' הגה"ק מבאבוב ז"ל.

וועמען מיינט ער דערמיט? דעם קדושת ציון זי"ע?
וויאזוי איז ער געווען א קרוב? און א מחותן?

אגב, צוויי שורות שפעטער ברענגט ער: הרה"ק מוהר"ש מאדערבערג ז"ל.
קיינמאל נישט געהערט פון אזא נאמען. קען איינער ביטע געבן אביסל מער אינפארמאציע?

(איך ווייס נישט אויב דא איז דאס ארט צו פרעגן אזוינע פראגן. אויב נישט, ביטע אנצייגן ווי מ'פרעגט אינפארמאציע אויף שמות הצדיקים המוזכרים בספה"ק. ייש"כ)

גיסו של הבנין דוד ר' חיים יעקב טייטלבוים זצ"ל דער לימנוב'ער רב בנו של ר' משה יוסף זצ"ל איז געווען אן איידעם ביים ערשטן באבוב'ער רב ר'שלמה זצ"ל, און דער ווייצענער רב איז געווען אן איידעם ביי עם בזיווג ראשון.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג מאי 06, 2018 5:36 pm

ווען האלט מען די יארצייט פונעם בנין דוד?
לחיים ולברכה!

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 03, 2019 12:29 pm

נחמן נתן האט געשריבן:ווען האלט מען די יארצייט פונעם בנין דוד?


דאכטזעך ט"ו סיון תש"ד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תולדות רבי יחזקאל שרגא מייזליש אב"ד ראדוואן

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 03, 2019 7:18 pm

נולד לאביו הגאון בעל 'בנין דוד'. בהיותו ילד בן ד' נחלה במחלה, ומני אז התייסר ביסורים ותמיד היה צריך לדרוש ברופאים בערי הבירה וויען ובודאפעסט. קודם שנכנס לעול התורה והמצות הוטב לו. חרף כל זה עסק כל ימיו בתורה ועודנו בימי בחרותו כבר קיבל הורמנא מגדולי דורו אשר נתנו עידיהן עליו שהיה בקי נפלא בעניני הוראה ופרי מגדים וחוות דעת. בחדש תמוז שנת תר"צ בא בברית האירוסין עם האשה מרת אלטא חיה בת הרה"ח מו"ה משה הכהן רובינשטיין (בנו חורגו של הה"ק בעל 'קדושת יו"ט' מסיגוט), ונתקבל אז גם כדומ"ץ בעיר אוהעל ('יידישע צייטונג'). נישואיו התקיימה בחורף שנת תרצ"א והה"ק בעל 'דברי יואל' מסאטמאר סידר קידושין (מפי השמועה). בימות הקיץ נתקבל כאב"ד בק"ק ראדוואן (סמוך לאוהעל) על מקום אחיו הג"מ חיים שעבר אז לכהן פאר בעיר סארוואש. נפטר ביום כ"ג לחדש מר־חשון שנת תרצ"ב לפ"ק ומנוחת כבודו בבית החיים החדש בעיר אוהעל. מדברי תורתו הדפיס אביו ספר 'זכרון יחזקאל' על סוגיות הש"ס (אוהעל תרצ"ה) אשר גם כתב לו הקדמה וקצת דברי הערכה ותולדות על בנו.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך יולי 03, 2019 10:45 pm

כדאי לראות בהקדמת אביו דברים נוראים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:05 pm

מיללער האט געשריבן:
א חשוב'ער אינגערמאן א ידען נפלא, האט אונז מעורר געווען אז אין מאורי גאליציע בערכו של ר' מרדכי זאב מייזליש ז"ל אבי הבנין דוד, ווערן אויסגערעכנט נאך געשוויסטער פונעם בנין דוד, און צווישן זיי ווערט דערמאנט א ברודער בשם ר' יעקב וואס האט זיך אויך גערופען 'גוטטער' (כשם אבי אמם), ער האט געוואונט אין שיקאגא וואו ער איז נפטר געווארן בשנת תש"ז.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ברודער?

געטראפן דערווייל אז דער ר' יעקב גוטער, ברודער פונעם בנין דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' שמואל חיים קלאגסברוין. ער האט געוואונט אין אנטווערפן און דארט איז זיין ווייב מרת בילא נפטר געווארן בשנת תרפ"ו, זעה דא מצבתה:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1790483

אלס אלמן איז ער געקומען קיין אמעריקא וואו ער האט זיך באזעצט אין שיקאגא (פילייכט האט ער געהאט א קינד/קינדער דארט). לויט מאורי גאליציע הנ"ל איז ער נפטר געווארן ה' סיון תש"ו, אבער עס איז מעגליך (לויט א דעטה-רעקארד וואס איז דערווייל אומבאשטעטיגט) אז דאס יאר איז א טעות ונפטר ה' סיון תש"י ומנו"כ בחלקת זקן אהרן אויפן וואלדהיים סעמעטערי אין שיקאגא
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (92 KiB) געזעהן 567 מאל
IMG_1519.jpg
IMG_1519.jpg (369.18 KiB) געזעהן 568 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט