א דוכפאל וואס ליגט נאך אין ביינער.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

א דוכפאל וואס ליגט נאך אין ביינער.

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:59 am

ערב יום כיפור האב איך מיך דערמאנט א דורכפאל וואס איך מיט מיין מאמע זז"ג מיט מיין ברידער און צוויי שוועסטערס האבן געהאט מיט יארן צירוק יום כיפור ביינאכט.

מיין מאמע זז"ג פירט זיך פאר א תענית צו נעמען טיילענאל, ווייל זי זאל נישט באקומען קיין קאפ ווייטאג. די יאר וואס די דורכפאל איז פארגעקומען האט זי אונז געוואלט מזכה זיין מיט א מצוה, און זי האט אונז געבעטן אז אונז זאל מיר אויך נעמען טיילענאל, למעשה האט זי נאר געהאט טיילענאל פי. עם., און נישט וויסענדיג די פונקליכע רעזאלטאטן פון טיילענאל פי. עם. האבן מיר אלע פארן בענטשן איינעשלינגען איינס דערפון, און זיך זיך געווינטשען א גמר חתומה טובה, איבערגעבעטן די עלטערן, און געגאנגען אין בית המדרש.

אין בית המדרש בין איך גראד צוגעגאנגען מיט מיין ברידער צו אונזער פלאטץ, און אנגעפאנגען זאגן תפלה זכה, נאכדעם האט דער רב זיך אויפגעשטעלט זאגן די דרשה, און איך הער אים אויס, און איך פאנג אן צו פילן א מידעקייט, און טריי מיך צו שטארקן איבער די מידעקייט, איך וויל דאך אויסהערן די דרשה, אבער די מידעקייט האט זיך געשטארקט, און איך בין איינגעשלאפן.

נאך אפאר מינוט האב איך מיך אויפגעוועקט ווען דער עולם האט געשריגן אור זרוע לצדיק..... און איך באמערק אז מיין ברודער איז אויך איינגעשלאפן, און ער האט זיך אויך אויפגעוועקט.

אזוי איז אדורך די גאנצע דאווענען, זיך געשלאגן מיט די מידעקייט, אביסעל האב איך אויסגעפירט, און אביסעל די מידעקייט.

אנקומעדיג אהיים נאכן דאווענען, איז שוין מיין מאמע מיט מיינע שוועסטערס אויך שוין געווען אינדערהיים, און מיין מאמע פאנגט אן צו זאגן אז זי איז געווען אזוי מיד זי איז געשטאנען א גאנצן דאווענען ווייל זי זאל נישט איינשלאפן, און ווי עס וואלט געווען אפגעשמוסט, האט זיך יעדער צוזאמען אנגערופען , איך בין אויך געווען זייער מיד, און האט יעדער דערציילט וויזוי די מלחמת המידעקייט איז פארגעגאנגען.

ביז איינער האט זיך אנגערופען אז מיר האבן דאך גענומען טיילענאל פנ. עם., און זיכער איז פון דעם געקומען די מידעקייט, און יעדער האט צוגעשטימט, און מען האט זיך גוט אויסגעלאכט פון די דורכפאל, און געליינט קריאת שמע, און פארשטייט זיך אליינס אז מיר זענען אלע גוט געשלאפן יענע נאכט.

ביז היינט געדנקען מיר נאך אלע גוט די מעשה, און יעדעס יאר לאכן מיר נאך א מאל דערפון.

לשנה הבאה בירושלים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 4:19 pm

זז"ג ווייס איך שוין וואס ס'מיינט,
אבער וואס מיינט פי עם ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 4:29 pm

נאכמיטאג/ביינאכט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:23 pm

יאנאש;

דאס ווייס איך אויך, ער מיינט (אפשר) צו פרעגן: וואס זענען די ווערטער דערפון?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:28 pm

דאס איז אזא אויסדריק פי עם מיינט ביינאכט און עס איז דא מענטשען וואס דארפען האבען טיילענאל כדאי זיי זאלען קענען מאכען נאכט

3X0 א שיינע מעשה מן הסתם פלעגסטי נישט זיצען לעבען דיין טאטע ווייל ער וואלט דיך מן הסתם נישט געלאזט איינשלאפען
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:38 pm

די מאנסע איז אזוי, די "M" מיינט NOON, יעצט די "A" מיינט ANTE דאס טייטשט 'פאר', אין די "P" מיינט POST דאס טייטשט 'נאך'.

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 10:58 pm

3x0 :lol: גאנץ גוט

פאר די וואס ווילן וויסען pm האט אין זיך אנטי היסטעמען וואס מאכט גוט מיד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:03 pm

אויסער יאנאש טוט קיינער נישט ערקלערן וואס PM מיינט. און אפילו יאנאש זאגט, אבער ער זאגט נישט. ווייל ביי מיר הייבט זיך NOON אן מיט אן N.

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:06 pm


אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:25 pm

יוסעלע;

איך האב נישט געמיינט צו פרעגן וואס די טיילענאל PM טוהט, נאר וואס די באדייט פון PM איז.
דא האסטו וואס איך האב געפונען אין דיקשאנערי: די ווארט איז POST MERIDIEM. "מערי" מיינט אינדערמיט, "דיעם" מיינט א טאג. פאוסט מערידיעם מיינט "נאך-מיט-טאג".

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:21 am

יו איימסארי איך האב טאקע פארגעסן דאס מסביר זיין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:19 pm

קען מיר איינער זאגן פונקטליך וויאזוי דאס הייסט? כ'וויל עס פשוט קויפן.

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 6:12 pm

עס בלייבט מיר איבער צו זאגן
נעעעבעעעך

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 6:17 pm

סאכדעס האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן פונקטליך וויאזוי דאס הייסט? כ'וויל עס פשוט קויפן.

טיילענאל פי עם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, פארפלאנטערט און 26 געסט