לשנה טובה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

לשנה טובה

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 5:21 pm

לכבוד חברי הקרעטשמע, כל אחד יבורך בניקו,
שרייבערס, מגיהים, ליינערס, צו יעדן שרייב איך אזוי,
נאך וואס מיר האלטן שוין ביים ענד פון יאר,
האפן מיר אז ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה ביז גאר,

טוהט אלע צום באשעפער די הענט אויסשפרייטן,
ווער נאך ווי ער, ווייסט וואספארא מחשבות און אומטיגקייט טוהט אונז באגלייטן,
בעטס אויס אז די נייע יאר זאל זיין תחל שנה וברכותיה, און נישט אויפהערן אפעלירן,
השי"ת זאל אונז שוין אויסלייזן, און קיין ירושלים אונז אהיים פירן.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 5:23 pm

אמן.

זייער שיין.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 5:26 pm

הערליך שין אראפ גילייגט
איך רען אבער נישט וואס די וועל איך איבערניצען דיין וואונטש און אינעטרשרייבען מיין נאמען
טאמער ביזטי ברוגז אז איך גנב'ע דיין ארבעט וועל איך דיר באצאלען פאר דיין ארבעט איך וועל דיר געבען א קוואדער
לכבוד חברי הקרעטשמע, כל אחד יבורך בניקו,
שרייבערס, מגיהים, ליינערס, צו יעדן שרייב איך אזוי,
נאך וואס מיר האלטן שוין ביים ענד פון יאר,
האפן מיר אז ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה ביז גאר,

טוהט אלע צום באשעפער די הענט אויסשפרייטן,
ווער נאך ווי ער, ווייסט וואספארא מחשבות און אומטיגקייט טוהט אונז באגלייטן,
בעטס אויס אז די נייע יאר זאל זיין תחל שנה וברכותיה, און נישט אויפהערן אפעלירן,
השי"ת זאל אונז שוין אויסלייזן, און קיין ירושלים אונז אהיים פירן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 5:29 pm

האסט נישט אונטער געשריבן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 10:08 pm

זייער שיין
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2006 11:01 pm

יישר כח איך_הער על האיחולים מעומק הלב,
המברך יתברך בכל מילי דמיטב.
ולכל חברי הקרעטשמע אברך ברכת הדיוט,
תהא השנה הזאת עת פקוד.
שנה טובה ומתוקה,
ושנת גאולי באה.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

כתיבה וחתימה טובה פאר אלע אידן איבער די וועלט

תגובהדורך Jewboy » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2006 3:02 pm

בילד

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 12:50 pm

ווען מיר שטייען ביים שוועל פון סוף יאר, וויל איך פון טיפן הארצן וואונטשן פאר אלע מיינע חברים, שרייבערלעך, א לעכטיג זיס יאר, שנה שתולכינו בה קוממיות לארצינו.


איך האב הנאה, אז מיין ריזיגענזאציע האט נישט אפעקטירט דעם קרעטשמע, איינגערעדט אלע יארן האב איך מיך אז אן מיר - שיהאהא - אן מיר וועם דער עולם זיצן אויף די ליידיגע ווענט וכו' קרעמער וועט באשטעלן די מצבה, יאנאש וועט עס ארויפלייגן, און יענטאש וועט לאזן דעם לעצטן טרער וכו' וכו' דער איינציגער וואס וועט לאכן אפילו ס'העט גארנישט זיך דא געפינען וועט זיין קהל'ס נער, א חוץ גרויזאמער...

חברים, האלט'ס אן, וואונטשט אייך איינער דעם צווייטן דאס בעסטע און שענסטע, ווי נישט ווי, א זכות האט דער קרעטשמע וואס א צייטונג פארמאגט נישט. ביים ליינען א נייעס אויפן אלטמאדישן אויפן אויפן אלטן פאפיר, קייט מען צו צודערזייט א פטאטע טשיפ, פרעצל, דאס מערסטע אויפגעכאפ איז די פאפ-קארן, נו, מי יאמר זכיתי לבי אז דער מאכל האט א גוטן הכשר. דא אין קרעטשמע דארף מען האלטן די הענט אויפן קיבארד, צו עפענען אשכולות און צוצושרייבן (אדער אויף ALT+TAB...]בלייבט די הענד געבינדן נישט עפעס צוצועסן אינדערמיט (א חוץ טרינקן... א קרעטשמע אן א טרינק? ווי קען דאס זיין). קען מען דא אנוואונטשן די מנהלי הקרעטשמע, אז דער זכות פון צוריקהאלטן אידישע קינדער אזויפיל חדשים פון עסן זאכן אן קיין פארלעסליכע הכשר זאל אויף ענק מגין זיין.

מיט דעם שליס איך מיינע ווערטער
שנה טובה ומתוקה לנו ולכל ישראל
הק' יגר'ל



****
איך בעט ברחמים פון דעם מנהל וואס האט מיר פארשאפט צוריק מיין סיסמא וואס איך האב בידים אויפגעטוישט פאר אן אומבאקאנטע, כדאי זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן. איז געקומען איינע פון די מנהלים, און מיר געקלינגן אין גוגל, שרייב עפעס, זאג איך אים, קענסט פארגעסן, איך האב נישט מיין סיסמא!! ביז א מינוט שפעטער געט ער מיר א סיסמא, מיט דעם קענסטו שרייבן. נו גיי צוקריג דיך פאר ראש השנה און יום הקדוש, א שטייגער ווי שטיי פאסיטיוו נאך א געלונגענעם וויץ, האב איך געשריבן.

יעצט ידי פרושות אליו, איך גיי עס צוריק פארטוישן, אפער מיר מער נישט אזעלכע זאכן, והי' בזה שלום.

הנ"ל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 6:16 pm

ס'איז מיר איינגעפאלן זיצנדיג אליין אין קאר, אפאר ווערטער, מ'רופט דאס א פלאום, און איך האב געטראכט אז אפשר קענען אפאר אידישע קינדער נהנה זיין דערפון, ברענג איך עס דא אהער.

תפילות און בקשות דארף מען אין די טעג מערן,
שרייען צום באשעפער און פארגיסן אסאך טרערן,
ווען א יוד צום באשעפער טוהט זיך ווענדן,
בעטן פון השי"ת זאל אלע עבירות און משחיתים פארלענדן,
הערט אים דער אייבישטער אויס, ווייל אויף אונזערע תפילות ער ווארט,

תהילתו איז דאס, אז צו תפילת בשר ודם ער גארט,
פיל מער וויפיל מ'קען זיך דאס אליין פארשטעלן,
יעדן איינציגן'ס תפילה מקבל זיין טוהט ער וועלן,
לויט וויפיל דער מענטש טוהט זיך צום באשעפער אויסבעטן,
הייליגט זיין נשמה און מיט פארכט טוהט ער צו די טעג צו טרעטן,

צאלט אים השי"ת צוריק בכפל כפליים,
דוירעך משפיע זיין אויף אים א רוח טהרה מיט א שטארקייט כשמש בצהריים,
קען מען טאקע אין די טעג אויפטוהן גאר אסאך פאר זיך און פאר כלל ישראל פון גרויס ביז קליין,
האפן מיר טאקע אויסצו'פועל'ן אלעס גוטס פאר יודישע קינדער, און אז די גאולה שלימה זאל שוין זיין בקרוב בימינו אמן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 7:35 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 7:47 pm

איך_הער;

זייער שיין.

יגר'ל;

יישר כח פאר די ווארעמע דיבורים, איך וואלט געשריבן מער אבער איך ווייס אז דו גייסט עס במילא נישט ליינען (ווי אפגעשמועסט).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:02 pm

גאר שיין איךהער.
זאלן טאקע נתקבל ווערן די תפילות ישראל
ויהב לן שאולתין ובעותהין דלא יהדרו ריקם מקדמיה אמן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:05 pm

כער,

בעיוטעפאל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 10:59 pm

יישר כח, פאר יעדן, די אלע קאמענטארן צייגן פשוט אז די ארבעט איז נישט אומזינסט, ס'געט חשק צו שרייבן נאך,
( טריאו, איך טראכט דו זאלסט אנטוהן דיין קאפל פאר יאנאש, ער דרייט זיך שוין לאנג ארום דא אן א קאפל.)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2006 9:54 am

(הא הא הא)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2006 10:15 am

בס"ד
כבוד ידידיי וחבירי היקרים, כל אחד בשמו יבורך. הזמן גרמא לברך את מע"כ בברכת השנה שנזכה כלנו בשנה חדשה הבאה לקראתינו שנת תשס"ז לפ"ק, לזרעא חייא וקיימא דלא יפסוק ולא יבטול מפתגמי אורייתא, מאירים בתורה ובמצות מתוך נחת והרחבה, ברוחניות ובגשמיות, בשמחה ובפנים צהלות, בבריות גופא ונהורא מעליא.
תחל השנה וברכותיה, שנת גאולה וישועה בכלליות ובפרטיות, להכתב בספרן של צדיקים גמורים לכתיבה וחתימה טובה, טבא היא וטבא ליהוי, ולציון נעלה מושיעים באמור לציון מלך אלקיך בעגלא ובזמן קריב.

כעתירת ידידכם, יעקב
נאטורליך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2006 11:40 am

עס איז שפעט, דער לעצטער טאג פון יאר גייט פארביי, וועל איך זיך באגעניגן מיטן אריבערברענגן מיין ניי-יאר וואונטש פון אלט-קרעטשמע, רוב דערפון איז נאך אקטועל היי יאר:
------

ערב ראש השנה תשס"ו לפ"ק

ברשות הדיין מוה"ר ר' זרח שליט"א וברשות ראשי הקהילה, ר' יענטאאש, ר' בן-הרחמן, ר' נפחא, ר' נאט-טו-ביזי כל אחד בשמו הטוב יבורך!

איך וואלט געשריבן אין לשון הקודש, אבער מיין מח איז ווי פארגליווערט פונעם אימת יום הדין, און איך לאז איבער דאס ווארט פאר מיין הארץ, וועלכער גלייכט צו רעדן 'מאמע לשון'.

די צייט איז זייער אנגעצויגן, הימים ימי פחד, דער פארכטיגער יום הדין דערנענטערט זיך שוין מיטן פולן טעמפא, עס איז קוים דא צייט אנצוגרייטן זיך בגשמיות, אויפקלעבן די בלעטער פון די נייע מחזורים, זיך איינהאנדלן די סימנים, כל שכן זיך צוגרייטן ברוחניות, אויף וואס מען ברויך אסאך שווערער הארעווען: בתשובה ותפלה וצדקה.

אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, איך קען נישט צוגיין צו די הייליגע טעג אן אריינווארפן אפאר ווערטער צו מיינע געטרייע חברים דא אין קרעטשמע, חברים וואס זענען מיר נאנט און צוגעבינדן אהבת נפש, מיט טייל פון זיי האב איך אפילו די זכיה געהאט שוין צו פארברענגן שעות ארוכות בכתב אדער גאר בפה און מיר האבן שטארק הנאה געהאט איינער פון צווייטן (איך האב זיכער הנאה געהאט).

איך וואלט געשריבן אויפן גראם, עס וואלט אפשר געווען מער מלא טעם, אבער ווי אויבנדערמאנט: איך האב געלאזט מיין מח וואנדערן איבער די הרי אררט, און איך שרייב דא ווערטער וואס גיסן זיך פון מיין הארץ, מיינע געפילן בושעווען אין מיר, דער צייט מאנט, ער שרייט: הנה יום הדין!

מיר געזעגענען זיך יעצט פונעם יאר תשס"ה. א יאר וואס טייל פון אונז - הלואי יעדער - זענען געשטיגן, קונה געווען בלעטער גמרא, שעות פון לימוד התורה, אסאך חסדים געטאן מיט אידישע קינדער וכו' וכו'. פון די אנדערע זייט קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון די צווייפלהאפטע אקטיוויטעטן וואס מיר טוען אומבאוואוסטזיניג, אן איבערקלערן זיך, און אודאי נישט מיט ווידערשפעניגקייט.

ווי מיר זאגען יעדן טאג: שאין אנו עזי פנים וקשה עורף לומר לפניך וגו' צדיקים אנחנו ולא חטאנו... אבל אנחנו ואבותינו חטאנו. אוי אוי אוי אשמנו בגדנו וגו'.

אבער ווי די גמרא זאגט שוין דעם לימוד זכות: רבונו של עולם, גלוי וידוע לפניך עס איז באקאנט פאר דיר הייליגער באשעפערשרצונינו לעשות רצונך = אונזער ווילן איז צו טאן דעם רצון השם, ומי מעכב = ווער איז דער יעניגער וואס פארמיידט אונז דערפון, דאס איז דאך דער שאור שבעיסה = דער יצר הרע וועלכער איז ווי א שטיק זויערטייג, וואס ווי עלטער דאס טייגל ווערט, אלס מער יערט דאס. דאס זעלביגע איז אמת ביים יצר הרע, ווי לענגער מיר געפונען זיך אין גלות, אלץ שטערקערע כלי משחית געפונען זיך אין די אלטע הענט פונעם נארישן קעניג דער יצר הרע.

ברודערלעך טייערע, מיר פארברענגן דא אזוי שיין אין קרעטשמע שוין א שטיקל צייט. איינער מער און איינער ווייניגער. הצד השוה שבהן, אז מיר אלע האבן צוטריט צו די טריפה'נע וועלט, און מיר ברויכן זיך זייער אכטונג געבן אז די נשמה זאל בלייבן יעדן אויפדערנאכט כאטשיג אזוי ריין ווי זי איז געווען יענעם אינדערפריה.

לאמיר תשובה טאן אינאיינעם אויף אלע אומרעכטן וואס מיר זענען באגאנגען דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר. לאמיר מאכן א תשובת הרבים וואס כידוע העלפט דאס ווי תשובה מאהבה, די עבירות ווערן פארוואנדעלט אין זכיות, און מיר זענען יעצט אין א מצב וואס מיר קענען נוצען אסאך פון די גוטע סחורה וואס רופט זיך זכותים.

לאמיר זיך אינאיינעם פארנעמען מיט א פעסטקייט אז אי"ה דעם קומענדיגן יאר שנת תשס"ו וועלן מיר זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע, מיר וועלן זיך קעגנשטעלן און מלחמה האלטן מיט אים. מיר וועלן מער שעות אוועקגעבן פאר תורה, ערליכער אינזין האבן דאס דאווענען, און בעיקר ווייניגער זיך דרייען אין די שמוציגע גאסן פון דעם סייבער וועלט וואס האט שוין אוועקגע'הרג'ט פון אונז דאס סמעטענע.

באמת וואלט איך געברויכט אויסרעכענען אסאך נעמען פון חברי הקרעטשמע, אלטגעזעסענע און נייגעקומענע צוגלייך, יעדן באזונדער אנוואונטשן מיט אלע ברכות. ווייל למעשה, אן אייך וואלט דער קרעטשמע זיך נישט ערווארבן צו איר הויכן שטאפל וואו זי שטייט היינט מיט שטאלץ!

עס איז אונז א כבוד, און מיר שטאלצירן דערמיט, אז אונזער קרעמל איז ברוך ה' נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק, מיר פארשווייגן דא נישט קיין טשעפערייען און מחלוקת ח"ו, ווי אויך טוען מיר אויסמעקן אנדערע סארט ווערטער וואס זענען נישט צום געשמאק פון אונזערע היימישע ליינער.

מיר פון אונזער זייט וועלן ווייטער פרובירן אנצוהאלטן דעם ניווא און קוואליטעט פונעם פורום - מיט די הילף פון אונזער חשוב'ע שטאב מנהלי משנה וואס שטייען צו דער האנט אונטערן 'קרעטשמער' נאמען - אז איר זאלט שטענדיג געפונען ביי אונז א גוט ווארט, זאל דאס זיין א דבר תורה אדער להבדיל סתם א פרייליך געדאנק, אויפצוהייבן אייערע געמיטער, צו קענען ווייטער אנגיין מיטן טאג-טעגליכן מיט א שמייכל!

עס איז מיר זייער שווער אויסצורעכענען יעדן מיטגלידער ביים נאמען, און ארויסברענגן יעדנ'ס אייגנארטיגקייט וואס דאס גיבט צו א חן און א פילפארביגקייט צום פארום, על כן זאלן די פאר ווערטער גערעכנט ווערן ווי גלייך איך האב יעדן אויסגערעכנט!

איך פארענדיג מיינע ווערטער מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה פאר אייך אלע, איר זאלט יעדער געהאלפן ווערן מיט וואס ער ברויך, אלע אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און מיר זאלן אלע אינאיינעם זוכה זיין מקבל זיין פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן!


קרעמער
דער געוועזענער ארענדער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2006 1:23 pm

קרעמער,

עס פאר עס מיי נאלעדזש גאויס, יו אר סטילל דע מען.



ובפרוס השנה, וויל איך אנווינטשען אלע חברי הקרעטשמע, מיט א שנת גאולה וישועה , וכל מילי דמיטיב, ויה"ר שימלא השם כל משאלותינו ברחניות ובגשמיות, עדי נזכה לביאת משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 11:58 am

א גמר חתימה טובה פאר אייך אלע

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:01 pm

ייש"כ אייך אלע מעמבערס אויף אייערע ברכות, זאל אלעס מקוים ווערן. אמן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט