טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 26454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:22 am

Kollel האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:הערטס אויף טארענען קרייסלער און אלע אנדערע, איך דארף צוענדיגן מיין ארבעט פאר היינט, און האפנטליך וועל איך נאך עספיהן צו שרייבן ווייטער דעם טאגבוך בעפאר'ן שלאפן לייגן (נאכנישט באשטימט אויב די נסיעה אדער פורים, אבער אין יעדנפאל וועט עס אי"ה זיין אין דעם אשכול)

זעמיר שוין געוואויר געווארן דעם סוד.

דאיען, דע רב האט געבעטן מזאל אויפהערן טארענען דער וואס טענה'ט ז מקען אנקומען אפי' מיט א קרייסלער..

אז דער רב בעט העליך נישט טארענען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:23 am

סאכדעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:הערטס אויף טארענען קרייסלער און אלע אנדערע, איך דארף צוענדיגן מיין ארבעט פאר היינט, און האפנטליך וועל איך נאך עספיהן צו שרייבן ווייטער דעם טאגבוך בעפאר'ן שלאפן לייגן (נאכנישט באשטימט אויב די נסיעה אדער פורים, אבער אין יעדנפאל וועט עס אי"ה זיין אין דעם אשכול)

זעמיר שוין געוואויר געווארן דעם סוד.

דאיען, דע רב האט געבעטן מזאל אויפהערן טארענען דער וואס טענה'ט ז מקען אנקומען אפי' מיט א קרייסלער..

אז דער רב בעט העליך נישט טארענען.

אשרינו ווא-דע דאיען ווארפטצעך אונטער צום רב.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 2:36 am

(עס קומט באמת נישט אריין אין דעם אשכול, אבער היות איך וויל נישט גרינדען דערפאר א ספעציעלן אשכול, און דאך וויל איך עס נישט אריינשטעלן אינעם אלגעמיינעם פורים איבערלעבענישן אשכול פון גאנץ אייוועלט, שטעל איך עס דאהי וואו איך האב מיין באזע ליינער... אויך האט עס עטוואס מיט די נסיעה איינגעלייגט, וויבאלד במשך יום הפורים האב איך פערזענליך אנגערופן רוב פון די חברי הנסיעה זיך צו עראינערן אביסל זכרונות פון די געהויבענע טעג אונטערוועגנס)

פורים תשפ"א בבית לכאורה

עס איז שוין דאס פערטע פורים זינט איך האב מיך געצויגן קיין ספרינג וואלי, און היי יאר - וויבאלד עס איז אויסגעפאלן ערב שבת - האט מען באשלאסן אז דאס וועט אויך זיין די צווייטע יאר וואס מען פארט שוין אריין קיין וויליאמסבורג ביום תענית אסתר און מען פארוויילט דעם גאנצן ליבן פורים אינעם אור אלטן היימשטאט וואו עס וואוינט דער משפחה ומשפחה צו לאנגע געזונטע יארן. די ערשטע צוויי פורים'ס דאהי, האבן מיר גענעכטיגט דעם ערשטן נאכט פורים אינדערהיים, געהערט די מגילה דאהי און הערשט כחצות היום זיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע (און צוריקגעקומען שפעט ביינאכט, אדער טאקע צומארגנס - אויב איך געדענק גוט פונעם ערשטן פורים). פאראיאר האבן מיר געהאט א סעודת ברית דעם ערשטן נאכט פורים, איז מען שוין געפארן ביום תענית אסתר (גראדע שפעט נאכמיטאג, דעם ברית גופא האב איך ליידער פארפאסט, נישט קענענדיג פארפעלן פון די ארבעט) און אהיימגעקומען מוצאי פורים. (דעם וועג אהיים פאראיאר געדענק איך זייער גוט... כ'בין געזיצן אין כמעט דעם לעצטן זיץ פונעם מאנסיער-וויליער באס, און אינמיטן א טיפן דרימל האב איך מיך אויפגעכאפט פון אן איבל אטאקע און צו מזל געטראפן דעם שטיבל פון הינטן אויפגעשפארט, איך האב דאס גענוצט מער ווי איין מאל מיט גרויס ערפאלג, און דאס זייענדיג אויך פארנומען צו היטן א שלאפעדיגן קינד אדער צוויי נעבן מיין זיץ...)

הכלל, היי יאר האב איך שוין פארוויילט אין וויליאמסבורג אויף ראש השנה, שבת שובה און יום הקדוש, און די צווייטע טעג סוכות, אבער פורים איז דאך דא א מקרא מפורש פון "משפחה ומשפחה", איז אוממעגליך צו אויסלאזן דאס אריינפארן, און אז עס געפאלט אום פרייטאג, איז די פראקטישסטע צו אריינפארן תענית אסתר און שוין בלייבן ביז איבער שבת פורים משולש.

איך בין אויפגעשטאנען תענית אסתר ארום א האלבע שעה בעפאר'ן עלות - ווי מיין שטייגער ביי יעדן אזא תענית - צו איינפאסטן מיט א קאווע-צוויי, האב איך שוין דאן אויך געזאגט דעם יום תהלים און שיר השירים (וואס איך זאג שוין טעגליך פאר לאנגע מאנאטן), געלערנט א ספר חסידות (בני יששכר) און געלערנט עטליכע משנה'ס וואו איך האלט על הסדר. נאך 48 מינוט לערנען (יא, כ'האב א טיימער וואס איך נוץ ביי דער ארבעט, און צומאל אויך אויף קביעת עתים לתורה) האב איך מיך צוגעגרייט צום דאווענען און געגאנגען אין מקוה. איך האב געדאוונט מיט'ן זיבן אזייגער צופרי מנין, א זאך וואס קומט איר אויס זייער זעלטן, מסתמא טאקע נאר אין די פאסט טעג...

נאכ'ן דאווענען בין איך תיכף אהיימגעגאנגען, מיט די האפענונג אז די שטוב האט אויפגעוועקט די אינגלעך און זיי זענען שוין טאקע ארויס צו די באסעס, וכן הוה. האבנדיג א קלער שוין צו כאפן דעם דריי אזייגער באס אריין קיין וומ"ס (דאס איז געווען די לעצטע באס בעפאר מגילה ליינען), האב איך מיך תיכף גענומען צו דער ארבעט, און מגיה געווען אפאר ארטיקלעך וואס זענען מיר געליגן אויפ'ן סדר היום צו ערלעדיגן בעפאר פורים. עס איז שוין געווען ארום איינס אזייגער ווען דער מידקייט האט זיך אנגערוקט (נאכ'ן שלאפן ביינאכט בלויז קארגע פיר שטונדן) און איך האב געמאלדן אז איך גיי מיך אראפלייגן אביסל, אנזאגנדיג אז דער פלאן איז צו כאפן דעם דריי אזייגער באס, אבער אויב מען זעט אז דער זייגער רוקט זיך פאראויס און מען יאגט נישט אן דערצו, זאל מען באשטעלן א ווען פאר די משפחה, און איך אליינס וועל יא כאפן דעם באס כדי צו זיכער אנקומען אין צייט פאר מנחה-מעריב. (מיין גרויסער בחור איז געבליבן אויף איבערנאכט אין מאנסי, און דער אנדערער בחור האט געהאט אן אייגענע וועג אריין מיט די חברים פון ישיבה. די יונגערע קינדער איז דאך נישט געפערליך אויב זיי פארפאסן מנחה אדער אפילו מעריב, דער עיקר זיי זאלן אנקומען צו קריאת המגילה).

איך בין נישט געשלאפן צו רואיג אדער טיף, מיטהאלטנדיג דעם טומל פונעם ארום און ארום ווי דער שטייגער פון א געזונדל וואס פאקט פעק אריינצופארן אויף א פורים און שבת קודש. אויף צוויי אזייגער בין איך שוין ארויסגעשפרינגען פון בעט, זיך איבערגעטון צו די שבת קליידער, אריינגעפאקט עטליכע פאר וועש אינעם גרויסן רענצל וואס איז געשטאנען גרייט צו ארייננעמען אין זיך אלע וועש פון די גאנצע משפחה, אנגעגרייט דעם טלית בייטל, די מגילת אסתר דערנעבן, א פלעשל וויין וואס איך האב גערעכנט צו נוצן פאר 'לבסומי' צומארגנס, און דאן האב איך אנגעפילט דעם טאש מיט געלט (א פעקל פון הונדערט איינצלנע דאלארן, און נאך אפאר הונדערט דאלער אין פינעווערס, צענערס, צוואנציגערס וכו' - נישט אלעס איז אויסגעגאנגען בעצם היום...)

ממש פאר'ן ארויסגיין פון שטוב, האט מען געפרעגט אויב איינער פון די קינדער וויל מיטקומען מיט'ן באס (אין פאל דער דרייווער פונעם ווען ערלויבט נישט צו זיצן פון פארנט און עס איז נישט דא גענוג זיצן פון הינטן), און דער זעקס יעריגער האט זיך אנגעטראגן דערפאר. מ'האט אים שנעל גרייט געמאכט, מיטגענומען זיין תהילימ'ל (בליעה"ר וויפיל תהילים ער זאגט טעגליך, זאל עס מיטוואקסן מיט אים און זאל ער טאקע פועל'ן ישועות), ויסעו. געכאפט א קאר סערוויס צום באס (אליינס וואלט איך נאך געקענט לויפן, אבער א כיתה ב' אינגעל איז שווער צו מאכן גיין אזא ווייטע וועג צופיס, בפרט אז מען יאגט זיך), און דארט ביים באס סטאנציע געווארט זייער לאנג אז עס זאל אנקומען.

דער דריי אזייגער באס איז הערשט ארויסגעפארן ארום פערטל צו פיר, בעת מנחה איז גערופן אין שטאט אויף זעקס אזייגער, גאנץ קנאפ פאר א נאכמיטאג ראש-אוער נסיעה. אונטערוועגנס האב איך געוואלט אויסנוצן די צייט - עס איז פארט א הייליגע און ערנסטע טאג - האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי מיינע ברידער אויפ'ן טעקסט-גרופע אויב איינער האט א נומער וואו איך קען הערן עפעס גוטע שיעורים אויף פורים, און מ'האט מיר געשריבן דעם נומער פון א געוויסן סאטמארן ליניע וואו איך וועל קענען טרעפן שיעורים. איך האב טאקע אויסגעהערט דארט אפאר קורצע שיעורים, אבער עס איז מיר גראדע נישט געלונגען צו טרעפן אויפ'ן סיסטעם דארט דער שיעור אויף מגילת אסתר וואס איך האב געזוכט.

איך בין אנגעקומען צו מיין שווער אינדערהיים ארום האלב זעקס אזייגער, געגעבן פאר מיין אינגעל עפעס צו עסן און טרינקען, און נישט לאנג דערויף זיך ארויסגעלאזט צום שול פאר מנחה-מעריב. עס איז נאך געווען אביסל פרי צו מנחה, האב איך געהאט צייט צו געבן מחצית השקל מיט א רואיגקייט, זאגנדיג די לשם יחוד און פסוקים דערפון. דאן האט מען זיך געשטעלט מנחה, דערנאך מעריב, און ביים זמן רבינו תם האט מען אנגעהויבן ליינען די מגילה.

צווישן מנחה און מעריב האב איך געפרעגט מיין ב"ב וואו זיי האלטן, און מ'האט מיר געמאלדן אז מ'קומט שוין אט אן, זיי האבן באשטעלט א קאר אויף פיר אזייגער, אבער יענער איז אנגעקומען שפעט, און הערשט האט ער געבעטן א געפעפערטן פרייז - נאנט צו דאפלט פון זיין געווענליכע פרייז - מיט'ן אויסרייד אז עס איז "פורים"... (אין אנדערע ווערטער: דו מוזסט דאך אנקומען אין שטאט, באצאל זיי מוחל וויפיל איך פארלאנג). די אינגלעך האבן טאקע פארפאסט מנחה, אבער צו מעריב זענען זיי שוין געווען אין שול, הגם אן די פארשטעלעכצער. (זיי זענען נישט געווען די איינציגע אומפארשטעלטע קינדער אין שול בליל פורים, און ב"ה זיי האבן נישט געמאכט קיין עסק דערפון. אנדערע יארן בין איך אויך נישט מדקדק זיי זאלן זיך דוקא פארשטעלן ביים ערשטן מגילה ליינען).

דאס מגילה ליינען איז געווען זייער פיין, הגם עס האט מיך אביסל נערווירט דער פאקט אז מ'הערט יעדן המן זעץ פון דעם אנדערן שול אויפ'ן צווייטן שטאק, אבער צו מזל האט מען נאך אלץ געקענט קלאר הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, און סייווי זאגט מען איבער פארשידענע ווערטער אליינס אין די מגילה אויס נערוועזיטעט המכונה או. סי. די. (מיין טרייסט איז אלעמאל אז דער שכן אין שול ליידט ערגער דערויף...)

נאך מגילה ליינען האט מען אויסגעפאסט אין שול אויף פיינע ראגעלעך מיט א קאווע (נאכ'ן איבערליינען קריאת שמע ווי יעדע נאכט וואס איך דאוון מעריב ביי די זעכציג). דאן איז מען אהיימגעגאנגען צו די שוויגער (ליין: אכסניא) מיט די בנים, און געהאלפן היטן אויף דעם קליינעם ווילאנג דער שוואגער לעבן האט געליינט אין א שלאף צימער פאר די נשים. ארום ניין אזייגער האט מען זיך געוואשן צום סעודת ליל פורים, און צען אזייגער האט מען שוין געבענטשט. אנשטאט זיך גיין לייגן פרי און אויפשטיין פארטאגס, האב איך באשלאסן ארויסצוגיין פון שטוב און גיין זוכן א בית המדרש וואו איך קען לערנען דעם בלאט גמרא וואס איך לערן טעגליך מיט די האפענונג דאס צו ענדיגן אויף ערב פסח - סיום בכורים (אגב, ווען עס געפאלט ערב פסח אום שבת, איז דער מנהג צו מאכן דעם סיום דאנערשטאג, דאס פארמינערט איין טאג פונעם לערנען, און מען דארף דאס האלטן אין חשבון ביים אויסרעכענען די טעג און בלעטער וואס זענען פארבליבן אינעם מסכת).

די ערשטע שול וואס איך האב פרובירט איז געווען פארשפארט, האב איך צושפאצירט קיין פאפא, וואו איך האב נישט נאר געטראפן אן אפענע שול מיט טישן און בענק צום לערנען, נאר טאקע אויך עטליכע לומדים וואס האבן אויסגענוצט די טייערע צייט בין מגילה למגילה. איך האב ארויסגענומען די גמרא פונעם הערליכן אוצר הספרים אין היכל הגדול, און זיך אראפגעזעצט עטוואס הינטערן באלעמער, פארנט פון די צוגעגרייטע פארענטשעס פאר'ן שלחן הטהור, און געלערנט די הייליגע גמרא, רש"י, תוס' און מהרש"א (דאס האט א שייכות מיט מיין נסיעה קיין אוקריינע, וואו איך האב צווישן אנדערע באזוכט ביים קבר פונעם זיידן דער מהרש"א ז"ל - ווי עס וועט אי"ה אויספירליך באשריבן ווערן אינעם טאגבוך בבוא היום). פלוצלינג באמערק איך א געזעמל פון בחור'לעך וואס הייבן זיך אן דרייען אין שול, און ביז א קורצע צייט טוט זיך א רודעריי און יעדער לויפט צו זיין באשטימטע פלאץ אויף די פארענטשעס - דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש. אויפ'ן צעטל איז געשטאנען אז דער שלחן הטהור וועט זיך אנהייבן צען דרייסיג אין אווענט, איך געדענק נישט אויב דאס איז געווען פונקטליך, אבער דאס האב איך יא אין אכט גענומען אז דער גאנצער טיש האט נישט געדויערט מער ווי א האלבע שעה אויפ'ן זייגער, שוין אריינגערעכנט דאס לענגערע תורה זאגן און זינגען פארשידענע ניגונים פון פורים, קענטיג יאגט זיך דער עולם צום וויכטיגן פורים טאג ווען מען וויל אריינכאפן ווי מער תורה און תפילה בעפאר מען הייבט אן דעם סדר היום וואס דארף היי יאר אריינגעשטופט ווערן אין קארגע פרייטאג שעות.

ארום האלב צוועלף בין איך ארויס פון ביהמ"ד פאפא און זיך געכאפט אז איך האב פארגעסן צו מזכה זיין דאלארן פאר מיינע טעכטער כדי צו טיילן צומארגנס אין שול מתנות לאביונים פאר זייערטוועגן. איך האב אנגערופן אין שטוב און געפרעגט אויב זיי זענען נאך דארט (טייל פון די משפחה איז איבערגעשלאפן ביי מיינע עלטערן, מיר האבן נישט קיין פלאץ פאר דאס גאנצע געזונדל ביים שווער), הער איך אז זיי זענען נארוואס ארויס פון דארט און זענען שוין אויפ'ן וועג צו די שטוב פון מיינע עלטערן. איך האב מיך נישט געפוילט און געוואנדן מיינע טריט אהין, אבער אונטערוועגנס בין איך אפגעשטעלט געווארן דורך א מצוה הבאה לידי... כ'האב באמערקט אויף דער ערד א טיש בעקיטשע און נאכ'ן באטראכטן פון דער נאנט האב איך געפונען דארט א צעטל מיט א טעלעפאן נומער. כ'האב אנגערופן דעם נומער, און איבערגעלאזט א מעלדונג אויפ'ן מאשין אז איך האב געטראפן א בעקיטשע מיט דעם נומער אויפגעשריבן. נאכ'ן שטיין אויפ'ן ארט עטליכע מינוטן, און אנפרעגן א בן תורה וואס איז פארבייגעגאנגען וויאזוי איך דארף מיך פירן דערמיט (ער האט מיר געזאגט אז איך דארף נישט שטיין דערמיט א גאנצע נאכט אויפ'ן גאס ווינקל, און קען עס אראפשטעלן אויף א באצייכנטע ארט דערנעבן), האב איך צוריקגערופן יענעם נומער און געמאלדן דעם פונקטליך פלאץ וואו איך שטעל דאס אראפ, און איך בין ווייטער געגאנגען. (דעם אנדערן צופרי איז דער בעקיטשע שוין נישט דארט געווען, כ'האף אז דער פארלירער האט עס אפגענומען). אנגעקומען צו מיינע עלטערן, מזכה געווען פאר די טאכטער פיר דאלער, זי האט עס אויפגעהויבן און איך האב עס צוריקגעלייגט אינעם הינטערשטן הויזן טאש צו געבן מארגן פאר די ארימעלייט בו ביום. (דאס זעלבע האב איך שפעטער געטון מיט די ב"ב, פאר וועם איך האב געגעבן צען דאלער, און מיט נאך א טאכטער וואס איז שוין בת מצוה, וועלכע האט אויך באקומען פיר דאלער). [עס באדערט מיך יעצט למפרע אז פאר די אינגלעך האב איך נישט מזכה געווען קיין געלט, און זיי נישט מחנך געווען אויף די מצוה פון מתנות לאביונים. כ'האף אז משלוח מנות האבן זיי יא יוצא געווען, נאכ'ן צעטיילן אונזערע משלוח מנות על פי רוב ביום תענית אסתר אדער שושן פורים, זייענדיג אוועק פונדערהיים אויף פורים].

אנקומענדיג אהיים האב איך טועם געווען אביסל פרוכט פונעם גראנדיעזן משלוח מנות וואס איז מיר צוגעשיקט געווארן דורך דער מקבל פון מיין ניר (וואוינענדיג אין אנדערע שטעט, שיקן מיר זיך משלוח מנות דעליווערט דורך די געשעפטן, מיר שיקן זיי געווענליך פליישן, און זיי שיקן יעדע יאר עפעס אנדערש, היי יאר איז עס געווען צעשניטענע פרוכט), געליינט קריאת שמע שעל המטה און זיך געלייגט שלאפן ארום 12:45 נאכ'ן אנשטעלן אן אלארם אויפ'ן טעלעפאן אויף 6:30. למעשה בין איך פיין פארשלאפן, און זיך הערשט אויפגעכאפט ארום פערטל נאך זיבן. עס האט מיך נישט אזוי שטארק געבאדערט, וויבאלד איך האב שוין ב"ה אריינגעכאפט א בלאט גמרא וכו' בין מגילה למגילה, אבער עס איז דאך געווען אן אנטוישונג, וויבאלד דער יום תהילים און די אנדערע לימודים פונעם טאג וועלן יעצט מוזן פלאצירט ווערן ערגעץ וואו אינעם אזוי אויך איבערגעפולטן סדר היום פונעם פרייטאג פורים.

איך האב געזאגט ברכת התורה און געליינט קריאת שמע של שחרית, געטרינקן א קאווע, און מיט די טלית ותפילין און מגילת אסתר אין האנט זיך ארויסגעלאזט צום מקוה און פון דארט צום שול וואו מען דאוונט שחרית אום אכט פופצן. נאכ'ן אנטון דעם טלית, האט דער מאגען באשלאסן אז מען קען אים נישט איגנארירן, האב איך שנעל אויסגעטון דעם טלית און געטון וואס מען דארף, און ביים צוריקקומען איז שוין דער בעל תפילה געשטאנען גרייט אנצוהייבן הודו. איך האב מיך שטארק געאיילט מיט'ן דאווענען, נישט וועלנדיג אויסלאזן גארנישט פון פארנט, און אויך נישט פונדערמיט, אבער אנערקענענדיג אז אויב איך היפער נישט איבער עטליכע מזמורים וועל איך מוזן דאווענען שטילע שמונה עשרה בשעת דער חזן זאגט חזרת הש"ץ, און עס וועט פארמיטן ווערן פון מיר צו זאגן דעם איינמאל אין יאריגן קרובץ לפורים, האב איך ענדערש אויסגעלאזט פון נאך אשרי ביז שירת הים, און דאס משלים געווען נאך הויכע שמונה עשרה.

די מגילה האב איך אויסגעהערט מיט די תפילין דרש"י, ווי יאר יערליך, הגם עס איז דא מנהגים דערין. דער בעל קורא פון צופרי איז אן אנדערער ווי דער פון ביינאכט, ער לייגט אריין גאר אסאך הרגשים אין די מגילה און עס הערט זיך גאר געשמאקליך. נאך שחרית האב איך געלערנט אפאר פסוקים חומש רש"י און דאן איבערגעטון די תפילין צו רבינו תם'ס און ווידער געלערנט אפאר פסוקים חומש רש"י, ביז סוף פרשת תצוה. (דאס מעביר סדרה זיין איז צוליב טירדות היום אפגעשטופט געווארן פון פרייטאג אויף שבת קודש). געוויסע אידן אין שול האבן זיך איינגעפירט צו מקיים זיין דעם מצוה פון משלוח מנות תיכף נאכ'ן דאווענען, איך האב באקומען פון איינעם אבער נישט געהאט צוריקצוגעבן. מתנות לאביונים האט מען אויך מקיים געווען אויפ'ן ארט, ביי די אידעלעך וואס גייען שטענדיג ארום מיט ענוועלאופס און זאגן "בו ביום". אין געווענליכע יארן איז א פאסיגע צייט צו כאפן א שטיקל לערן נאך תפלת שחרית, ווילאנג די שטאט שלאפט נאך און די ב"ב איז פארנומען אויסצורישן די משלוח מנות און די קינדער, אבער אין א פרייטאג טאג האט מען שוין גערופן פון שטוב, און איך בין תיכף אהיימגעגאנגען.

אנקומענדיג צום שווער אין שטוב איז שוין געווען ארום פערטל צו עלף אזייגער, די ערשטע זאך האב איך גענומען א קאווע מיט מזונות, וויסנדיג אז דער סעודה וועט נישט פארקומען בעפאר חצות היום, דאן האב איך מיך פאראינטערעסירט וואו און ווען די פרויען גייען היינט הערן די מגילה. הערנדיג אז די זאך איז נאכנישט געהעריג מסודר, האב איך פארגעשלאגן אז איך קען ליינען די מגילה, בתנאי אז די צוהערער נעמען זיך אונטער צו אריינרעדן און פארבעסערן יעדע ווארט וואס ווערט אומריכטיג ארויסגעזאגט (זיי ווייסן דאך נישט וועלכע נקודות זענען מעכב די משמעות). דער עולם האט זיך צוגעכאפט דערצו, און הגם איך בין נישט פארגעקוקט, לערן איך שוין די מגילה מיט רש"י צענדליגער יארן ב"ה און קען גאנץ גוט די עברי, און איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט עטליכע מאל געליינט אזוי פאר די שטוב מענטשן. מ'האט נאר געזאגט אז אויב אזוי, זאל איך אנרופן די מוטער תחי' און פרעגן אויב זי וויל אויך הערן פון מיר, ווייל אויך זי איז נאכנישט געווען געהעריג מסודר מיט א בעל קורא. ביים אנרופן די מוטער, האט זי געזאגט אז אדרבה ואדרבה, דאס וועט זיין פאר איר א שטארקע טובה, און איך האב געזאגט אז אויב אזוי וועל איך אריבערגיין צו איר אינדערהיים - וואו מיר רעכענען סיי ווי צו עסן די סעודה - און דארט פארליינען פאר'ן עולם.

כמובן האט נאך געדויערט א שטיקל וויילע ביז דער ציבור איז געווארן גרייט אריבערצוגיין, מ'דארף דאך אנגרייטן אלע פארשטעלעכצער און משלוח מנות'ער, ווייל מ'לאזט זיך ארויס פונעם אכסניא אויפ'ן גאנצן ליבן טאג. אנקומענדיג צו די עלטערן איז שוין געווען ארום צוועלף אזייגער, מ'האט צוזאמגענומען דעם עולם אין ספרים שטוב, געהייסן יעדן אליינס מאכן אלע דריי ברכות, און אנגעהויבן ליינען די מגילה. עס איז געגאנגען גאנץ פליסיג און געשיקט ב"ה, מיט זעלטענע צווישנרופן (איך האב מיך עטליכע מאל אפגעשטעלט ביי ערטער וואו איך בין אליינס מסופק געווען, אריינגעבליקט אינעם געפינטלטן קונטרס און ווייטער געליינט). די גאנצע מעשה האט געדויערט ארום 25 מינוט, און ב"ה דער עולם האט פיין הנאה געהאט. די מאמע האט זיך גאר שטארק באדאנקט, האט מען שוין אריינגעכאפט א דאורייתא דורך דעם דרבנן.

דער טאטע האט זיך שוין געוואשן, אבער איך האב קודם גענומען א תהילים - טאקע די אור אלטע ירושה תהלים פון די באבע ע"ה, וואס איך האב געראטעוועט פונעם בית החיים אין ניו דזשערזי יענעם ר"ח ניסן תשע"ז ווי באשריבן אינעם דעמאלטיגן טאגבוך... - און געזאגט דעם יום, און דאן שיר השירים. איידער איך האב מיך געוואשן צו די סעודת פורים, האב איך געבעטן מ'זאל מיר געבן איין משלוח מנות פונעם שאכטל, ווייל איך וויל מקיים זיין די מצוה איידער איך ווער פארנומען מיט די משתה ושמחה. מ'האט מיר געגעבן די משלוח מנות וואס דארף גיין צו די באבע תחי', איך האב עס אריבערגעטראגן, באגריסט די באבע און די אנדערע אנוועזנדע, פארשפראכן צוריקצוקומען אביסל שפעטער מיט די בני המשפחה, און תיכף צוריק אהיים זיך צו וואשן לכבוד היום.

בעפאר'ן וואשן האב איך א מנהג זיך צו פארשטעלן, וואס הגם איך האב דאס נישט געזען ביי מיינע עלטערן און אור עלטערן, ווערט דאך דאס געברענגט אין ספרים הקדושים, און דער בני יששכר דרוקט זיך אויס אז מען פירט זיך אזוי בשעת די סעודה. היי יאר איז מיין פארשטעלעכץ געווען א פשוט'ער דאשיק וואס האט מיר דערמאנט פון די נסיעה אין אוקריינע וואס עטליכע פון די מיטרייזנדע האבן דאס אנגעהאט אלס היטל במשך די גאנצע וואכנטעג. נאך די חלה און פיש האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון משתה היין. איך האב געעפנט דעם פלאש וויין וואס איך האב מיטגעברענגט פון מאנסי, א קאבארנעי-סאוויניאן וואס איך נוץ יעדן שבת צו קידוש און איך שפיר די רעזולטאטן אפילו נאך איין גרויסע רביעית דערפון. יעצט האב איך אנגעהויבן מיט איין גלעזל, דאן נאך איינס, געגעסן זופ, קרויט, און איינגעשלינגען נאך א גלעזל וויין. מיין פלאן איז געווען צו טרינקען ד' כוסות, אבער מיין איידעם איז אינצווישן אנגעקומען און ער האט זיך אויך צוגעכאפט צום זעלבן פלעשל. צו מזל האט דער טאטע געהאט נאך א פלעשל אויפ'ן טיש פונעם זעלבן סארט, האב איך יענעם אויך געעפנט און אנגעהויבן טרינקען דערפון.

ווען דער וויין האט אנגעהויבן ווירקן, בין איך ארויס אויפ'ן פארטש און אנגעהויבן אנרופן אלע באקאנטע פון מיין קאנטאקט ליסטע... איך רעד נישט פון נארמאלע מענטשן, נאר דוקא אידן וואס איך קען פון די נסיעה הרוממה אדער סתם אזוי פון אייוועלט. איך בין געגאנגען לויט די סדר האלפאבעט, און נישט לאנג נאכ'ן אנהייבן בין איך אנגעקומען צו די סעריע פון "ברודער", האב איך אויך אנגערופן אלע מיינע ברידער און גערעדט מיט יעדן אביסל. רעדנדיג צו איין ברודער וואס וואוינט אין אביסל א שוואכע געגנט, האב איך באשלאסן אז פונקט ווי אין וויליאמסבורג קנאקען די מאבילס אזעלכע מוזיק וואס פאסט פאר היפיס, הערט מען ווארשיינליך ארויס פון די הייזער אין זיין געגנט דעם סאטמארן שלש סעודות ניגון... ערגעץ דארף זיך עס דאך אויסגראדן... און דאן האבן מיינע פיס אנגעהויבן טאנצן אויף דעם שטיינערנעם פארטש צום טאקט פונעם שלש סעודות'דיגן "שהשלום שלו"... אין פרידנסצייטן פלעג איך ציטערן צו שטיין אפילו אויף דעם פארטש, ווער רעדט נאך פון שפרינגען דערויף, אבער יעצט איז געווען פחד קשה יין מפיגו.

אזוי האב איך גערופן איין קאנטאקט נאכ'ן צווייטן, ווען איינער הייבט יא אויף און דער אנדערער נישט, איינער הערט זיך ניכטער און דער אנדערער שיכור ווי לויט. דער ניק "פאיכלה" ווייסט מסתמא נישט אז איך האב אים געקלינגען, ער האט זיך געהערט ווי א וואנזיניגער וואס האט נארוואס געלאנדעט פון שבתאי... מ'האט נישט געקענט אויסמאכן אפילו איין גראד ווארט פון זיין געשפרעך. איך האב אזוי גערופן צענדליגער קאנטאקטן, ביז מ'האט מיך אריינגערופן אין הויז ווייל מ'גייט שוין בענטשן. איך האב געבעטן און באקומען קאמפאט, און דאן בין איך מכובד געווארן מיט'ן בענטשן - נאך א גלעזל וויין... דאסמאל אן אנדערע סארט, דאכט זיך א היימישע.

נאכ'ן בענטשן האב איך אנגעטון דעם שטריימל אויפ'ן דאשיק (כדי נישט צו פארלירן דעם שטריימל, מ'דארף דאך עס האבן ביז אפאר שעה אויף שבת) און זיך ארויסגעלאזט מיט די פאמיליע צום הויז פונעם באבען תחי'. דארט האט זיך געטון אויף טישן און בענקלעך, איין פעטער האט דארט געגעסן די סעודה מיט אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, און אנדערש ווי דער מנהג פלעגט זיין אלע יארן, האט ער געברענגט א גרויסן ספיקער און אנגעצינדן לעבעדיגע מוזיק וואס האט אונטערגעהייטערט דעם עולם צום טאנצן. נאך א שינוי פון אלע יארן איז געווען דער גרויסער טיש וואס איז פארריקט געווארן פון ארט כדי צו מאכן פלאץ פאר'ן ציבור טאנצער. איך האב מיך צוגעשטעלט צו די ריקודין (נאכ'ן מוחה זיין אויף די צוויי אויבנדערמאנטע שינויים...) און געטאנצט מיט'ן עולם און אויך אליינס א געדאטשקע. אינצווישן האבן געהאלטן אין איין אריינקומען טעלעפאנישע רופן, אריינגערעכנט דער יערליכער 'יענטאאש' רוף (גיי ערקלער פאר'ן היינטיגן אייוועלט עולם ווער דאס איז געווען... איך האב אפילו געהאט שוועריגקייטן צו מסביר זיין פאר'ן געוועזענעם ראש הקהל ווער עס זענען געווען די ניקס וואס זענען מיטגעווען אויף דער נסיעה... דרייט זיך א וועלט. אגב, אין אן אנדייטונג פון 'די יארן לויפן': דער טראטשאק וואס איז אים געבוירן געווארן ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אויפ'ן היימישן קרעטשמע, איז שוין היינט א גרויסער ישיבה גדולה בחור, לויט ווי איך האב פארשטאנען פון צווישן זיינע רייד).

באמערקענדיג אז איך האב א וואויסמעיל, האב איך דאס אנגערופן, און זיך צוגעהערט צו עטליכע מינוט מוזיק וואס איינער האט געלאזט רעקארדירט ווערן אויף מיין שטימע-נאטיץ. האלטנדיג אינמיטן טאנצן אויף אנדערע מוזיק, האב איך צוגעדרוקט דעם טעלעפאן צום אויער און דוקא געטאנצט מיט יענעמ'ס מוזיק...

אינצווישן האב איך מיך צע'טעקסט מיט א נאנטער ידיד, און שרייבנדיג מיין יעצטיגע אדרעסע, האט ער געמאלדן אז ער איז נישט צו ווייט און וועט אריבערקומען צו מיר. די שמחה איז געווען געוואלדיג גרויס ווען מיר האבן זיך באגעגנט, ער האט אויך אנגעהאט אויפ'ן קאפ דעם זעלבן דאשיק ווי מיר, און מיר האבן געשלאסן האנט און האנט און העפטיג געטאנצט ביים באבען אין שטוב לכבוד פורים.

ארויסגייענדיג פון דארט איז שוין געווען א שפעטע שעה, זענען מיר צוריק אין ריכטונג פונעם שווער'ס הויז, אנקומענדיג אהין איז א שיין חלק פון די משפחה געזיצן ביי א סעודה וואס האט זיך שוין געהאלטן ביים ענדיגן, איך האב אויסגערופן הויך אז מ'דארף דא איינרייסן אויף א געוויסע ישועה וואס די משפחה נויטיגט זיך דערין, דער עולם איז אבער געווען גוט אנגעטרינקען און מ'האט נישט געהערט אדער זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיין היסטערישע געשריי. איך האב מיך ווייטער גענומען צו מיינע טעלעפאן קאלס, און מאכנדיג א רוף צו א קאלעגע אייוועלט אחראי, הער איך א פרעמדע קול אויף די אנדערע זייט טרייבל. עס שטעלט זיך ארויס אז יענער האלט אינמיטן א באגעגעניש מיט א חבר פון אייוועלט און יענער האט אויפגעהויבן אנשטאט אים. איך פרעג זייער לאקאציע, און הערנדיג אז עס איז קוים צוויי גאסן אוועק פון מיר, שפרינג איך אראפ אין גאס און לויף אהין מיט איין אטעם. דארט איז פארגעקומען א גילוי פגישה און א ווארעמע שמועס פון עטליכע מינוטן, דאן האב איך באותו מקום געטראפן א חבר וואס איז געשלאפן מיט מיר אין זעלבן צימער אין ישיבה פאר 24 יאר צוריק! מיר האבן זיך קורצליך אויסגעפרעגט איבער די לעבן פון יעמאלט ביז היינט, און זיך אפגעזעגנט מיט הארציגע וואונטשן.

אן אנדערער אייוועלט שרייבער האט אפגעשמועסט מיך צו באגעגענען יענע צייט אויף יענעם ארט, און ווען ער איז אנגעקומען האב איך צושפאצירט מיט אים צו זיין הויז און באגריסט זיין אינגעלע פונדערווייטנס. דאן איז שוין געווען גוט שפעט, האב איך מיך צוריקגעאיילט צום שווער'ס שטוב, געכאפט א פרישן העמד, אונטערוועש און זאקן, און געגאנגען אין מקוה אריין לכבוד שבת. צו מזל איז עס גאנץ א שטילע און קליינע מקוה, האב איך נישט צופיל מעשיות צו דערציילן דערפון, בלויז שפעטער ווען איך בין שוין כמעט געווען אויפ'ן וועג ארויס, איז אנגעקומען איינער הויך בגילופין און גערעדט הויך און פארפירט, אויסערדעם איז אלעס אדורך פרידליך און איידל.

איך בין אנגעקומען צוריק אין אכסניא צום ערשטן פייף, אויסגעפאקט די טאשן פון געלט און מוקצה'ס, און געהערט אז מיין בחור ליגט אויפ'ן קאוטש כמעט באוואוסטלאז. איך בין צוגעלאפן צו אים, און זעענדיג אז ער איז ממש נישט ביי זיך, האב איך אים אליינס אויסגעפאקט די טאשן פון געלט, און מיט די הילף פון מיין שווער האבן מיר אים אויפגעזעצט, ער זאל נישט פארנעמען דעם גאנצן פלאץ אויפ'ן קאוטש, כדי די שוויגער זאל האבן וואו צו זיצן נאך ליכט צינדן (גלייב מיר, איך וואלט ענדערש געזיצן אויף דער ערד ווי נעבן א שיכור, אבער כך גזרה).

איך בין געבליבן אינדערהיים א וויילע, און דאן באשלאסן אויפצואוועקן מיין זוהן צום דאווענען. ער האט זיך שווערליך דערוועקט, אבער איז מיטגעקומען מיט מיר צום שול. ער איז ביים דאווענען מער געזיצן (ליין: געליגן מיט'ן קאפ אויפ'ן טיש) און געטרונקען וואסער ווי געדאוונט, אבער כאטש האט ער געזאגט די ווערטער. (ליידער האט ער געהאט א היבש שווערע נאכט, ברעכנדיג יעדע קורצע וויילע, וואס דאס האט אים ערשעפט די כוחות און צו שחרית איז אים געווען אוממעגליך צו קומען אין שול אדער זאגאר דאווענען אינדערהיים. ער האט נאך חצות געדאוונט מוסף, געמאכט קידוש פון ביינאכט [אן ויכולו] און שפעטער נאך מנחה האט ער געדאוונט נאך א שמונה עשרה אלס תשלומין פון שחרית).

דאס דאווענען איז געווען גאנץ כשורה, רוב עולם איז שוין געווען אויסגעניכטערט, אויסער דער גבאי וואס האט געהאלטן דרשות התעוררות און פארפאסט ניגונים אויפ'ן ארט. ביי בואי בשלום האט מען ארומגעטאנצט דעם שול כנהוג. די סעודה איז געווען ווי א געווענליכע שבת סעודה, אויסער דער פאקט אז איך האב קידוש געמאכט אויף גרעיפ דזשוס אנשטאט אויף וויין. אינמיטן די סעודה האב איך עטליכע מאל איינגעדרימעלט, און איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל נאך האבן א געלעגנהייט צו לערנען היינט א אידיש ווארט, אבער נאכ'ן בענטשן בין איך געווען אין די גיסטע, און ארויסשפאצירט צום גאס, צושפאצירט קיין פאפא, און כמעשהו אתמול כך מעשהו היום, ארויסגענומען א גמרא און זיך גענומען לערנען - דאסמאל שטייענדיג ביי א שטענדער, אויס זארג איך זאל נישט אנטשלאפן ווערן. אינצווישן האט זיך דער עולם פארזאמעלט צום שלחן הטהור, האב איך מיטגעהאלטן די שיינע זמירות פון קהל פאפא. ביים ענדיגן דעם בלאט און גייענדיג צום טיר, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א ספר קדושת לוי וואס איז געלעגן אויפ'ן טיש, און איך האב מיך געכאפט אז איך האב נאכנישט געלערנט היינט מיין נייעם טעגליכן שיעור אין ספרי חסידות (אויך א זאך וואס האט זיך אנגעהויבן נאך די נסיעה - און איך ראט דעם עולם צו אונטערנעמען א נסיעה פאר דעם איינעם צוועק, זיך נענטער צו באקענען מיט די צדיקים הקדושים און זייערע ספרים הקדושים). איך האב אויפגעמישט צו די קדושות אויף פורים, און געלערנט דערין ארום צען מינוט, דאן בין איך אהיים און זיך אנגעשפארט לכבוד שבת קודש.

אויפגעשטאנען בין איך ארום אכט אזייגער, און נאך די מקוה האב איך נאך געהאט רואיג צייט צו זאגן דעם יום תהילים, שיר השירים, און מעביר סדרה זיין. נאך תפלת שחרית (וואס איך האב געדאוונט פאר'ן עמוד) ומוסף האב איך צוגעשפאנט צו דריי קידושים, איינס א ניי געבוירן קינד ביי אן ארבעטס קאלעגע - וועמען איך האב יעצט באגעגנט דאס ערשטע מאל נאכ'ן ארבעטן אינאיינעם דורך אימעיל און טעלעפאניש אפאר יאר, צווייטנס א ניי געבוירן קינד ביי אן ערשטע קאזין - וואו איך האב געהערט קידוש און טועם געווען, און דריטנס אן אויפרוף פון א ברודער פון אן אייוועלט שרייבער וועמען איך האב געוואלט באגעגענען דאס ערשטע מאל (מיר האבן אפגעשמועסט טעלעפאניש בעפאר שבת זיך צו טרעפן ביים קידוש).

די סעודה פון בייטאג האב איך געגעסן ביים פאטער, און נאך די סעודה איז שוין געווען פיר אזייגער נאכמיטאג, צו שפעט פאר א דרימל, האב איך באשלאסן צו גיין אין שול אריין און דאן לערנען דעם בלאט גמרא (מיט א פופצן מינוטיגן דרימל אויפ'ן טיש אינדערמיט) און ספר חסידות. נאך מעריב בין איך ארויף צום טאטען, אפגענומען מיין מגילה און נאך אפאר חפצים, אפגעטראגן צום שווער וואו מען האט זיך צוזאמגעפאקט צו זיין גרייט אויפ'ן באס. דאן האט מען זיך געוואשן צו סעודת מלוה מלכה, און עלף דרייסיג האט מען געכאפט דעם באס קיין מאנסי.

זונטאג - שיתסר - האב איך באשלאסן אז עס איז נישט גערעכט צו לאזן מיין הויז אזוי וואכנדיג, האב איך געדעקט טיש און זיך געוואשן צו א סעודה, און איינגעלאדנט עטליכע חברים פון די נסיעה און סתם אזוי פון אייוועלט אויף א פארברענג... ב"ה דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן, און נאכ'ן באקומען א טייערן וויין אויף משלוח מנות פון מיין איידעם אינמיטן די סעודה, האב איך מקיים געווען מנהג מונקאטש על פי נוסח זידיטשוב און געטרינקן שושן פורים מער ווי פורים... שפעטער האבן די אורחים געברענגט אייגענע וויינען און איך האב פון יעדן פלאש טועם געווען א גלעזל-צוויי. די געשפרעכן זענען געפארן ארויף און אראפ, מענטשן האבן זיך באקענט און היימיש געמאכט, געטשעפעט און חוזק געמאכט, כדרך גוטע חברים מאז ומקדם. נאכ'ן בענטשן (על הכוס, אויף וויין) האב איך צום ערשטן מאל אין לעבן זיך אריינגעזעצט אין א קאר מיט א קלאר-שיכור'ן דרייווער, און מיר זענען צוגעפארן צו א שושן פורים סעודה אין איינע פון די שולן פון שטאט. דער ארטיגער פורים רב האט געזאגט א שיינעם פשט'ל, און דאן האט דער מייק אנגעהויבן שפאצירן צו מיר... איך האב גערעדט און גערעדט, אבער גלייבט מיר אז איך קען נישט דא איבערשרייבן קיין גאנצע געדאנק וואס איך האב דארט געזאלט האבן געזאגט.

פון דארט בין איך געפארן מיט אן אנדערן שיכור צום הויז פון א קאלעגע נסיעה'ניק, מ'האט יענעם געשטערט פון שלאפן גיין דורך זיך אריינרוקן צו אים אין דיינונג רום און פראווענען א קומזיץ, דאן א ריקוד, און דאן האט מען יענעם געשלעפט רימפלען צו נאך אן אייוועלט ניק, נאכ'ן אויפפיקן אן אנדערן אייוועלטניק אונטערוועגנס... בסך הכל זענען מיר געווען זעקס אידן ביים פרעמדן אייוועלטניק אינדערהיים, א איד וועם איך האב יעצט ביינאכט דאס ערשטע מאל באגעגנט...

אבער נישט דא ענדיגט זיך דער טאגבוך... ווייל אהיימקומענדיג האב איך מיך דערמאנט אז איך האלט נאך בעפאר דעם בלאט גמרא... און ווי מיד און שיכור איך בין געווען, האב איך ארויסגעצויגן דעם גרויסן ש"ס גמרא פון שאנק, אראפגעשלעפט א צוזאמלייג שטענדערל און אויפגעמאכט אויפ'ן טיש אין דיינונג רום, און הויך אויפ'ן קול אפגעלערנט א גאנצע בלאט גמרא, רש"י תוס' און מהרש"א, לקיים מה שנאמר "קבעת עתים לתורה". (איך שרייב דאס נישט אלס יוהרא ח"ו, ווייל דאס איז די פשוט'ע א-ב פליכטן פון א איד, מינימום איין שעה א טאג תורה לערנען, און דאס דארף געטון ווערן ביי 'הוק' אדער ביי 'קרוק', ניכטער אדער שיכור, מיד אדער אויסגערוט. און דאס איז א זאך וואס דארף חיזוק, ווי איך האב געזען ביי מיר אליין, ווען ביי די טעג פון די נסיעה האב איך ליידער שטארק מזניח געווען אין דעם ענין, ווי עס וועט אי"ה אויסגעשמועסט ווערן באריכות אין די קומענדיגע קאפיטלעך פון די נסיעה טאגבוך).
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אין מיין חתימה..

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:25 am

געליינט מיט איין אטעם, אין מילים!!
כ'קען אייך זאגן איין זאך, דער איד 'לעבט'!
נישט נארמאל ווי דער לאזט נישט אויס קיין שום דעטאל.
כה לחי! מיר ווארטן אויף נאך.

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אין מיין חתימה..

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:29 am

אבער פארוואס מאכן פונעם עיקר א טפל?
אונז וויל מיר הערן מער פון זינטאג נאכט..

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:37 am

פיינע ווארע, יישר כחכם!

לכאורה האט געשריבן: (אגב, ווען עס געפאלט ערב פסח אום שבת, איז דער מנהג צו מאכן דעם סיום דאנערשטאג, דאס פארמינערט איין טאג פונעם לערנען, און מען דארף דאס האלטן אין חשבון ביים אויסרעכענען די טעג און בלעטער וואס זענען פארבליבן אינעם מסכת).



איך וויל אייך נאר אנמערקן אז עס איז 'צוויי' טעג ווייניגער, נישט איינס.

חוץ אויב איר פלעגט נישט אריינרעכענען ערב פסח אליינס, און היי יאר רעכנט איר יא אריין דאנערשטיג.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:18 pm

Wow !!
הערליך שיין באיכות ובכמות
טויזענט דאנקען צו אונזער מנהל ירום הודו!!
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

הקולמוס שלי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 8:01 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך הקולמוס שלי » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:30 pm

הנאה געהאט פון דיין פורים טאג-בוך!
עס ווינדערט מיר נאר ווען כוירע וועט מיר באגעגענען?
יעדע פאר שורות טרעפט ער א צווייטן ניק!

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:41 pm

Wow wow
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:43 pm

די פרוי אין טעכטער דארפן טאקע אויפ הייבן די געלט פאר מתנות לאביונים?
איך געב פאר זייערט וועגן אן וואס זיי זאלן עס קונה זיין
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
א פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:44 pm

wow!! האמת אגיד, ווען כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט אנא יכנס כל הפשתן הזה, ווען וועל איך האבן צייט עס צו דורכליינען, אבער למעשה האב איך אנגעפאגען און די רעסט איז היסטערי ווי מ'זאגט כ'האב עס געענדיגט אין איין שאס... געווען זיך צו באלעקן, כ'האלט נאר אז לכאורה קען מאכן אזא לאנגע טאג-בוך טאג טעגליך...

דרך אגב אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען האט איר מקיים געווען משלוח מנות דורכן געבן פאר'ן באבן, וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה ווייל א מאן דארף געבן פאר א מאן און א פרוי פאר א פרוי.

נאך 1 שאלה, פארוואס האט די ווייב באקומען 10$ און די טעכטער 4$?...
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:28 pm

אזא מנהל איז א חשיבות צו האבען!
א דאנק @לכאורה פארן פארשרייבען אייערע טאגביכער, וואס זענען סיי געשמאק צו ליינען, און סיי האבען זיי וויכטיגע מוסר השכל'ס און הלכות איינגעפעדעמט אין זיך, אזויווי א ערליכע אידס טאג(בוך) דארף טאקע אויסזעהן.
ממך ילמדו וכן יעשו.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:34 pm

שכח לכאורה פארן מאכן צייט צו באשרייבן דיין פורים, געלייענט די גאנצע אויף איינמאל, זייער שיין.

אגב אז מ׳רעדט שוין, ביזט שוין אמאל געוועהן אין אוקריינע?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:37 pm

א פוינט האט געשריבן:wow!! האמת אגיד, ווען כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט אנא יכנס כל הפשתן הזה, ווען וועל איך האבן צייט עס צו דורכליינען, אבער למעשה האב איך אנגעפאגען און די רעסט איז היסטערי ווי מ'זאגט כ'האב עס געענדיגט אין איין שאס... געווען זיך צו באלעקן, כ'האלט נאר אז לכאורה קען מאכן אזא לאנגע טאג-בוך טאג טעגליך...

דרך אגב אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען האט איר מקיים געווען משלוח מנות דורכן געבן פאר'ן באבן, וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה ווייל א מאן דארף געבן פאר א מאן און א פרוי פאר א פרוי.

נאך 1 שאלה, פארוואס האט די ווייב באקומען 10$ און די טעכטער 4$?...

כ'קען טאקע מאכן יעדן טאג אזאנס, אבער ס'וועט זיין מער ווייניגער קאפי-פעיסט

על פי הלכה טאר מען נישט געבן פאר אן אייגענע באבע???

מתנות לאביונים קען מען יוצא זיין מיט 1-2 דאלער, פאר די אידענע פארגין איך צו געבן א שענערע מתנה פאר'ן אביון
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:37 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:שכח לכאורה פארן מאכן צייט צו באשרייבן דיין פורים, געלייענט די גאנצע אויף איינמאל, זייער שיין.

אגב אז מ׳רעדט שוין, ביזט שוין אמאל געוועהן אין אוקריינע?

דו לץ דו!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:53 pm

לכאורה האט געשריבן:
פון דארט בין איך געפארן מיט אן אנדערן שיכור צום הויז פון א קאלעגע נסיעה'ניק, מ'האט יענעם געשטערט פון שלאפן גיין דורך זיך אריינרוקן צו אים אין דיינונג רום און פראווענען א קומזיץ, דאן א ריקוד, און דאן האט מען יענעם געשלעפט רימפלען צו נאך אן אייוועלט ניק, נאכ'ן אויפפיקן אן אנדערן אייוועלטניק אונטערוועגנס... בסך הכל זענען מיר געווען זעקס אידן ביים פרעמדן אייוועלטניק אינדערהיים, א איד וועם איך האב יעצט ביינאכט דאס ערשטע מאל באגעגנט...

אפגעליינט מיט איין אטעם, זייער אינטרעסאנט ווי @לכאורה טיט אלעמאל. איין זאך נאר, נעקסטע מאל מאך א סטאפ ביי מיר אויפן וועג...
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

אוועטאר
א פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:58 pm

לכאורה האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:wow!! האמת אגיד, ווען כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט אנא יכנס כל הפשתן הזה, ווען וועל איך האבן צייט עס צו דורכליינען, אבער למעשה האב איך אנגעפאגען און די רעסט איז היסטערי ווי מ'זאגט כ'האב עס געענדיגט אין איין שאס... געווען זיך צו באלעקן, כ'האלט נאר אז לכאורה קען מאכן אזא לאנגע טאג-בוך טאג טעגליך...

דרך אגב אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען האט איר מקיים געווען משלוח מנות דורכן געבן פאר'ן באבן, וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה ווייל א מאן דארף געבן פאר א מאן און א פרוי פאר א פרוי.

נאך 1 שאלה, פארוואס האט די ווייב באקומען 10$ און די טעכטער 4$?...

כ'קען טאקע מאכן יעדן טאג אזאנס, אבער ס'וועט זיין מער ווייניגער קאפי-פעיסט

על פי הלכה טאר מען נישט געבן פאר אן אייגענע באבע???

מתנות לאביונים קען מען יוצא זיין מיט 1-2 דאלער, פאר די אידענע פארגין איך צו געבן א שענערע מתנה פאר'ן אביון

דאכט זיך מיר אזוי, אפשר קען דער דאיען פסקענען פאר'ן רב צי ער האט יוצא געווען...
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 2:38 pm

גוגעל האט מיך צוגעפירט צו א ליטווישע גליון וואס איז ערשינען פאראיאר פורים צייט, שטייט דארט: מותר לשלוח משלוח מנות לסבתא אף שהיא אלמנה משום דלא חלים
הקידושין ואין חשש שיאמרו שזה סבלונות. (יעצט זע איך אין אוצר הלכות סי' תרצה אות מב אז פאר א מאמע און שוועסטער קען מען שיקן, און אין פתח האוצר ברענגט ער "דאין חשש שיאמרו שכבר קידשה, דאין קידושין תופסין בהן, וגם מ"ש הערוך השלחן הנ"ל משום איסור קירוב הדעת, לאחותו ואמו ליכא חשש הנ"ל ושרי", און דאס זעלבע גילטעט אויך ביי א באבע.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 2:57 pm

שו"ע האט געשריבן:
Screenshot 2021-03-04 195423.jpg
Screenshot 2021-03-04 195423.jpg (401.52 KiB) געזעהן 322 מאל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 2:58 pm

יא יא, אבער ביי א מאמע / שוועסטער / באבע איז דאס אלעס נישט שייך
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
א פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:06 pm

איך האב עפעס געדענקט ווייל ס'דא א מיעוט 'איש לרעהו' ולא וכו'... ניין?
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:08 pm

כ'האב גאר נישט געוואוסט אז ווויליאמסבורג איז אויך אין אוקריינע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך Bissli » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:42 pm

ס’דא א ניק וואס דו האסט נאכנישט געטראפן?
רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:53 pm

יא, ביסלי
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך Bissli » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 4:01 pm

דעטץ איט? וויבינעך?!
רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Growth hacker, MCITP און 12 געסט