ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מארטש 03, 2021 1:57 pm

אוראייניקל האט געשריבן:א פחד!!!

ייש"כ פארן צוזאגן צוצוענדיגן ווי שנעלער!!

גא"מ!
א ריזן דאנק!
(די קינסט איז אז וואס אימער דו שרייבסט, אין סיי וועלכן הינזיכט, איז אויסטערליש אינפארמאטיוו און צוענד!)
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מארטש 03, 2021 1:59 pm

א ריזיגן שכוח.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אידיאט
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך מארטש 03, 2021 2:05 pm

רבש"ע! סאיז מיר הייס און קאלט! איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזא קלארע בילד פון די געטא... וואלטיער, די מיזט שוין זיין גאר אן אלטער איד אזוי געדענקען אלעס..... קנע"ה.
יש"כ פאר די טשילס<<<<<<

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך מארטש 03, 2021 2:08 pm

איך אטעם שווער!!

יישר כח!
#גייט נישט אזוי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מארטש 03, 2021 2:20 pm

וואו זענען זיי געוואלד?

ס'הארץ באמבערט
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מיטוואך מארטש 03, 2021 2:45 pm

WOW הערליך הערליך!!!

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך מארטש 03, 2021 5:00 pm

נישט נארמאל שטארק, וואלטיער! דו האסט א וואונדערליכע פענע, שריפט און שפראך, כ׳בין זייער נייגעריג צו דו שרייבסט נאך ערגעץ, און צו ס׳איז דא ערגעץ געשריבענע ליטעראטור פון דיר.

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך מארטש 03, 2021 6:22 pm

שכוח טויזענט מאל!!!
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך מארטש 03, 2021 8:23 pm

הר גריזים האט געשריבן:נישט נארמאל שטארק, וואלטיער! דו האסט א וואונדערליכע פענע, שריפט און שפראך, כ׳בין זייער נייגעריג צו דו שרייבסט נאך ערגעץ, און צו ס׳איז דא ערגעץ געשריבענע ליטעראטור פון דיר.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: צווייטער טייל פונעם קאפיטל

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:42 pm

וואלטיער האט געשריבן:היינט נאכט האף איך ארויפצולייגן דעם צווייטן טייל פון דעם קאפיטל, און אזוי פארענדיגן די הינטערגרונג געשיכטע פון איתמר לעוו, און צוריקגיין צו דעם געשיכטע פון מיכאל אלישייב.

:oops: :oops:
אבער אז מען ווייזט א פינגער בעהט מען א האנט...
שוין ביינאכט...
#גייט נישט אזוי

אברהם ווייס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 28, 2020 9:02 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אברהם ווייס » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:46 pm

אריינגעסיינט זיך צו באדאנקען,
איך האף די מאכסט כאטש פרנסה פון דיין טאלאנט, עס איז עפעס נישט נארמאל,

אוועטאר
בן צורישדי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בן צורישדי » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:54 pm

שטארק הנאה וויאזוי דו ברענגסט ארויס א כאראקטער פון יעדע אספעקט נישט אזויווי אסאך אנדערע וואס שרייבן ער איז געקומען געגאנגען געטון און געזאגט נאר ווען דו שרייבסט א פלאץ אדער א מענטש פיל איך ווי איך בין ממש דארט און איך זעה די פלאץ מיט אלע קאלירן און פארבן און איך הער אפילו יענעמ'ס הארץ קלאפענישן
א גרויסע שכח און קיפ איט אפ

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מיטוואך מארטש 03, 2021 10:20 pm

ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען אהנשטעלן צו באקומען אן הודעה ווען עס איז דא פרישע ווארע ?
(נאר פון וואלטיער ? נישט פון אלע באדאנקערס)

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך מארטש 03, 2021 10:41 pm

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען אהנשטעלן צו באקומען אן הודעה ווען עס איז דא פרישע ווארע ?
(נאר פון וואלטיער ? נישט פון אלע באדאנקערס)

קענסט עס אנשטעלן אין כאנישל׳ס אשכול נאר די פארזעצונג
אבער ער איז אביסל שפעט אסאך מאל
(אבער איך וואלט געטון די זעלבע ווייל ווען איך זעה פרישע סחורה פון וואלטיער הער איך אויף צו אטעמען ביזן סוף פארזעצונג)
viewtopic.php?f=3&t=45671
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מיטוואך מארטש 03, 2021 10:57 pm

העמיר ווארטן מיט (אהן) געדולד פאר די המשך.....
כ'ציטער וואס ס'קומט נעקסט? קיבא ? יויש נעבעך...
דרך אגב די אויפשטאנד האט זיך טאקע ערשט אנגעהויבן טיף אינמיטן די דעפארטירונג ???

וואלטיער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

איתמר לעוו הינטערגרונד געשיכטע/היסטאריע 4

תגובהדורך וואלטיער » מיטוואך מארטש 03, 2021 11:02 pm

מיט שווערע טריט, שוואך אונטער די לאסט פון זארג און פחד, איז איתמר לעוו געגאנגן צוריק אהיים, נוצנדיג נאר די זעלבע הינטערגעסלעך און הויפן וואס זיין משפחה האט געזאלט נוצן ביים אנטלויפן. ער האט געטראכט אז עס איז מעגליך געווען אז זיינע עלטערן און קיבא זענען געבליבן שטעקן ערגעץ אויפן וועג צום קעלער. דעריבער איז ער געגאנגען צוריק דעם גענויען וועג. ער איז אנגעקומען ביז צום הינטערשטע הויף פונעם הויז, אבער זיי נישט באגעגענט אויפן וועג. די הויף און הינטערטירן האבן נישט געמאכט קיין קלאנג ווען ער האט זיי געעפנט. זיי זענען געווען גוט געאוילט פון וואכן פריער, ווען די משפחה האט זיך געשראקן אז זיי וועלן מעגליך דארפן אנטלויפן דורך די וועג, און איתמר האט געלייגט די ספעציעלע אויל צו פארמינערן די מעגליכע גערויש פון טיר אנגלען.

איתמר איז אריין אינעם טינקעלען הויז, לעהר פון די ליכטיגקייט פונעם לאמפ מיט וואס זיין מאמע פלעגט אים אפווארטן אלע נעכט ביים פענסטער, ווען ער האט פאליטיזירט מיט זיינע פריינט און זי האט געווארט אין זארג. די שטוב איז געווען מער טינקל ווי אויפן גאס, און איתמר האט געדארפט רוקן די פענסטער פורהענג אריינצוברענגן לעכטיגקייט. ער האט געקוקט אויף די ליגע וואס קיבא פלעגט נוצן ,די דאכענע נאך אינעם זעלבן פאזיציע אין וואס עס פלעגט אלץ ליגן, האלב אויפן בעט און האלב אויפן פאדלאגע.

ער האט געמיינט אז ער אליין אינעם הויז, ווען ער האט איז געווארן אויפמערקזאם פון שטילע כליפצן וואס זענען געקומען פון זיין צימער. די צימער וואס איז געווען זיינס פאר די קויפמאן משפחה איז געווארן איינקוואטירט מיט זיי. א קליינטשיגע אבער הייסע בליץ פון האפענונג האט זיך ענטצינדן אין אים, אבער איז גלייך פארלאשן געווארן ווען ער האט זיך דערנענטערט צו זיין שטוב און דערקענט די פארם פונעם אידישן פאליציי-מאן, קויפמאן. יענער איז נאך געווען אין זיין פארדאמטן יוניפארם. ער איז געזעצן ביים עק בעט, זיין פאליציאנטן היטל אויף זיין שויס, און זיינע אקסלען געפאלן און ציטערנדיג פון געוויין.

קויפמאן האט נישט געהערט די טריט פון איתמר'ן און איז צושפרינגען ווען איתמר האט זיך געגעבן א רוף אן "וואו זענען מיינע עלטערן?"

נאך זיין ערשטע איבערראשונג האט זיך קויפמאן צוריקגעקערט צו זיין געפאלענעם פארם, און נישט געענטפערט די פראגע.

"דו ביזט דא געווען ווען די עס.עס. זעלנער האבן אויסגעליידיגט דעם הויז?" האט איתמר געפאדערט.

קויפמאן האט געהויבן זיינע אויגן איתמר'ן, און געקוקט אויף אים ווי א שולדיגער וואס וויל טרעפן רחמנות אין זיין פראקורער, אבער ער האט גארנישט געזאגט. כאטש די צימער איז געווען טינקל האט איתמר געקענט קלאר זעהן יענעם'ס שיינעדיגע אויגן, טרערן רעפלעקטירט דורך די שיין פונעם פארמינדערנדע לבנה. איתמר איז נישט געווארן בארירט, און האט זיך דערנענטערט.

"וואו זענען זיי?" האט ער ווידער געפרעגט אויף זיינע עלטערן.

"דו זעסט נישט?" איז געקומען קויפמאן'ס שוואכע ענטפער, "זיי זענען נישט דא. מיין מאמא. מיין מאטל, מיין מירוש, זעלדא, און…אננא'לע."

זיין קול איז געווארן געשטיקט ביים לעצטן נאמען.

"מיין משפחה... וואו. זענען. זיי!?" האט איתמר ארויסגעגרידזשעט.

קויפמאן האט נישט געענטפערט איתמר אויף זיין פראגע, און עס האט אויסגעזעהן אז יענער רעדט נישט צום זאך, כאילו ער קען זיך נישט אריענטירן צו ענטפערן אזעלכע שווערע פראגן. איתמר האט געטוישט זיין טאקטיק.

"וואו איז דיין מאמא?"

"זי איז נישט דא," האט ער געענטפערט נעבעכדיג.

"וואו איז זי?" האט איתמר געפרעגט.

"זיי זענען אלע נישט דא," האט ער געכליפעצט.

"וואו איז מאטל? וואו זענען דיינע שוועסטער?"

"אפגעפירט," האט קויפמאן געזאגט.

"אפגעפירט וואו?"

"צו די באנען," האט קויפמאן זיך ענדליך פאקוסירט.

"דו האסט דאס אליינס געזעהן?"

"ניין."

"דאן פון וואו ווייסטו דאס פאר זיכער?"

"זיי האבן מיר געזאגט," האט קויפמאן געקלאגט.

"ווער?"

"צוויי פון די אידישע פאליציאנטן, מיינע חברים. זיי האבן דערקענט מיין ברודער מאטל צווישן די פארזאמלטע ביים אומשלאגפלאץ."

"דיין מאמא'ן אויך?"

"מיין מאמא אויך, און מיינע שוועסטער. זיי האבן מיר געשילדערט ווער עס איז געשטאנען נעבן מאטל'ן."

"איז מיין משפחה דארט געווען?"

קויפמאן האט אים אנגעקוקט מיט צומישעניש. "זיי וואלטן דאס נישט געוואוסט."

"דו האסט זיי געפרעגט?" האט איתמר געפרעגט פיבעריש. ער האט שוין נישט גערעדט צום זאך, אבער עס אים שוין נישט אנגעגאנגען.

"איך האב נישט געפרעגט! דו האסט מיך נישט געהערט? מיין משפחה איז געווארן אפגעפירט, ווען האב איך געזאלט זיך קימערן איבער דיין פאמיליע!"

"און אויף דיין אייגענע פאמיליע האסטו זיך יא געקימערט?" האט איתמר צוריקגעווארפן. "וואס האסטו געטוען צו ראטעווען דיין פאמיליע?"

קויפמאן איז פארשוויגן געווארן.

"ענטפער מיר!" האט איתמר זיך צובייזערט.

"איך בין נישט דארט געווען!" האט קויפמאן צוריקגעשריגן, ווי איינער וואס פרובירט זיך אליינס איבערצוצייגן זיין אומשולד.

"וואו ביזטו געווען?"

"אויף אן אנדערע גאס, וואו מען האט מיך באשטימט צו האלטן ארדענונג."

איתמר האט געשפירט א העסליכע רעגעניש, אן אויסברוך פון ברענעדיגע לאווא, זיך צושפרייטן אין זיינע אדערן.

"דו האסט געהאלפן טרייבן אנדערע אידן, זיי געהאלטן אין אן ארדענונג פאר די נאצישע מערדער, בעת מ'האט דיין מאמא'ן און געשוויסטער פארשוקט."

קויפמאן האט זיך הילכיג צווויינט פון די ווערטער, אבער עס האט געהאט די פארקערטע ווירקונג אויף איתמר'ן. זיין שרעק האט זיך פארטוישט פאר האס, און זיין הארץ האט זיך פארהארטערט אונטער די היץ און דרוק פון פיינטשאפט צום פאררעטער פון זיינע אידישע ברידער. פאר אים איז דער פאליציאנט געווען אן אוממענטש, איינער ווא האט אנטייל גענומען אינעם סיסטעם וואס האט פארשוקט זיין אייגענעם מאמע צום טויט. ער האט געלייגט זיינע הענט אויף די צוויי זייטן פונעם פאררעטער'ס האלז, עס פעסט ארומגערינגלט, און געלייגט דרוק. קויפמאן'ס אויגן האבן זיך ברייט צועפנט אין שאק, און זיין מויל איז פארשלאפט געווארן ווי ער האט פרובירט צו אטעמען בעת איתמר האט אים דערווארגן. איתמר האט נישט געוואוסט אפילו וואס ער טוט. ער האט נישט געטראכט. ער איז נישט געווען אין קאנטראל פון זיינע משחבות, אדער די אקטן פון זיין גוף.

ער וואלט דערשטיקט קויפמאן'ן אויפן פלאץ, אבער די אויסדרוק אין יענעם'ס אויגן האבן אים ארויסגעשאקט פון זיין בלוט-דורשט. די בליק איז געווען די גענצליכע יואש פון א מענטש וואס פארלוירן זיין משפחה, אבער נאך מער, זיין זעהל. איתמר האט אויך דאן באמערקט אז קויפמאן האט די גאנצע צייט נישט צוריקגעקעמפט. נישט געהויבן זיינע הענט אוועקצונעמען דעם ערשטיקונגסגריף וואס איתמר האט געהאט אויף זיין האלז. יענער האט נישט נאר געלאזט, נאר געוואלט אז איתמר זאל נעמען זיין לעבן.

איתמר האט אראפגענומען זיינע הענט פון קויפמאן'ס האלז, און זיי געלאזט פאלן צו זיינע זייטן. ער האט שווער געאטעמט און זיינע קערפער האט זיך געפילט שוואך פון אנשטרענגונג. ער האט זיך אראפגעזעצט אויף דער ערד, ערמאטערט פיזיש און גייסטיש. זיי זענען ביידע געזעצן אין די טינקעלע שטילקייט, ביז די שטראלן פון א טאשן-לאמפ וואס איז געקומען דורכן פענסטער האט גענצליך ארויסגעצויגן איתמר פון זיין ערמאטערטקייט.

ער האט געגעבן א שפרינג אויף, און האלטנדיג זיך הינטער די פורהענג, ארויסגעקוקט אויפן גאס. ער האט געזעהן א דייטשער וועכטער שיינענדיג זיין מעכטיגן טאשן-לאמפ אהין אין צוריק מיט א פארזיכטיגקייט. דער זעלנער האט זעהט אויס געהערט די געפעכט צווישן זיי און איז געקומען זעהן צו עס זענען פארבליבן עטליכע אין די הייזער. איתמר האט געוויזן מיט שנעלע האנט באוועגונגען פאר קויפמאן אז ער גייט ארויף אויפן דאך. קויפמאן האט זיך נישט גערירט. עס איז אים נישט אנגעגאנגען. איתמר האט זיך געאיילט נאך פאר דער זעלנער קען אים אנטרעפן ערשט אויף די טרעפ, און איז מיט הויכע פוסטריט ארויפגעלאפן ביזן דאך, האפנדיג אז דער זעלנער האט אים געהערט. ווען ער האט געהערט די נאכפאלגנדע טריט פון הארטע שטיוול האט ער געוואוסט אז יענער האט געהערט און האט אים נאכגעפאלגט.

אויפן דאך האט איתמר זיך באהאלטן הינטער די וואנט פונעם דאך צוגאנג, נאנט צו עק. ווען דער זעלנער איז ארויסגעקומען אויף די אנדערע זייט פונעם צוגאנג, האט איתמר ארויסגעלאזט אז קוויטש צו איין זייט, אז דער דייטש זאל עס נאכפאלגן, און דערנאך זיך גערוקט שטילהייט ארום דעם צוגאנג אינעם פארקערטן ריכטונג. דער זעלנער איז געווען זייער פארזיכטיג אין זיינע טריט, אבער ער האט געהאלטן זיין טאשן-לאמפ און זיין ביקס, און דאס האט אים אוועקגענומען אסאך קאנצענטראציע. איתמר האט יא געהאט גענוג קאנצעטראציע אז ער האט געקענט לייגן קאפ צו יענעם'ס צאל טריט און די קלאנגן פון נאנטקייט אדער ווייטקייט פון די פוסטריט. דער זעלנער איז אויך נישט געווען באקאנט מיטן אויסלייג פונעם דאך, אזויווי איתמר איז געווען. יענער איז אבער געווען דרייסט, און גענומען שטאטע טריט, איינס נאך איינס. ווען איתמר האט גערעכט אז יענער איז שוין געווען גענוג נאנט צום עק, האט ער זיך ארויסגערוקט פון הינטער דעם צוגאנג, אן געגעבן א מעכטיגן שטופ אין צענטער פון יענעם'ס רוקן. דער זעלנער איז געפאלן פון דאך צו זיין טויט אונטן אויף די שטיין.

"איינס," האט איתמר געציילט, זיין קול ליידיג פון געפיל.

דער עס.עס. זעלנער איז געווען דער ערשטער אין זיין ציילונג פון די לעבנס פון נאציס וואס ער האט גענומען מיט די אייגענע הענט.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך מארטש 03, 2021 11:52 pm

Wow wow
יישר כח מוירעדיג ציענדיג
יישר כח פאר די דאפעלטע באשרייבונג

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך מארטש 03, 2021 11:58 pm

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:העמיר ווארטן מיט (אהן) געדולד פאר די המשך.....
כ'ציטער וואס ס'קומט נעקסט? קיבא ? יויש נעבעך...
דרך אגב די אויפשטאנד האט זיך טאקע ערשט אנגעהויבן טיף אינמיטן די דעפארטירונג ???

יא אין זוממער פון תש״ב האט זיך אנגעהויבן דעפארטירונג. אין דער אויפשטאנד איז געווען תש״ג פסח צייט

רייכער איד
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך רייכער איד » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 12:14 am

מאסיוו! ריזיגע דאנק .

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:06 am

וואלטיער, כאב אייך א לעבעדיגע (טויטע) גריס פונעם געטאו..כבין אקאוראשט דארט געווען.
דו ביסט..כא נישט קיין ווערטער ווא דו ביסט!!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 6:07 am

מורא'דיג און שיין!!
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 9:02 am

קען נישט כאפן די אטעם....
נישט נערמאל דיין שרייבעריי!
כ'בין מיט זיי אינעם געטא נישט וויסענדיג אויב מ'וועט בכלל איבערלעבן!

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 9:04 am

אידישע מוח האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:העמיר ווארטן מיט (אהן) געדולד פאר די המשך.....
כ'ציטער וואס ס'קומט נעקסט? קיבא ? יויש נעבעך...
דרך אגב די אויפשטאנד האט זיך טאקע ערשט אנגעהויבן טיף אינמיטן די דעפארטירונג ???

יא אין זוממער פון תש״ב האט זיך אנגעהויבן דעפארטירונג. אין דער אויפשטאנד איז געווען תש״ג פסח צייט

סא וואס איז געווען די שאלה בכלל אויב מ'מעג מאכן אן אויפשטאנד ? ס'האט דאך ממילא נישט אויסגעמאכט ?

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 9:45 am

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:העמיר ווארטן מיט (אהן) געדולד פאר די המשך.....
כ'ציטער וואס ס'קומט נעקסט? קיבא ? יויש נעבעך...
דרך אגב די אויפשטאנד האט זיך טאקע ערשט אנגעהויבן טיף אינמיטן די דעפארטירונג ???

יא אין זוממער פון תש״ב האט זיך אנגעהויבן דעפארטירונג. אין דער אויפשטאנד איז געווען תש״ג פסח צייט

סא וואס איז געווען די שאלה בכלל אויב מ'מעג מאכן אן אויפשטאנד ? ס'האט דאך ממילא נישט אויסגעמאכט ?

די נאציס האבן ביים אויפשטאנד געהארגעט ארום 13,000 אידן רוב פארברענט לעבעדיגערהייט
פון די נאציס זענען אפשר 150 זעלנער געהארגעט געווארען

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:54 am

וואלטיער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla, ברכה והצלחה און 13 געסט