ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

רייכער איד
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך רייכער איד » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 12:10 am

מעכטיג, שקויעך

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 12:48 am

דעי מעשה האט ציהל צו וואו מען וויל צוקומען? איך פיהל ווי יעדע פארזעצונג איז נאך מעשה'לע נאך א פלאנטער'ל נאך א איבערלעבעניש'ל וועלעכע 'מישא' איז אריבער..

איז דאס כאילו בלויז א 'טאג בוך' פון מישא'נען אדער וואס?
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 8:45 am

די שטארקע מעלות פון דעם פארזעצונג - און מיינע אויגן - זענען ווי פאלגאנד.

עס איז געבויעט אויף אמת'ע היסטאריע, פון א תקופה וואס מיר אלע קענען טיילווייז.

און די געשעהענישן זענען שכל'דיג, דאס הייסט דער שרייבער לאזט זיך נישט אריין אין קיין איבערגעטריבענע דמיונות, נאר אלעס קען ווערן צוגעשטעלט צום רעאליטעט.

די באשרייבונג גיבט דעם לייענער א לעקציע אין אסאך באגריפן, היסטאריע, מיליטער, שפיאנאזש, אינטערוועלט, און נאך.

דער לייענער שפירט נישט אויסגעשפילט מיטן דארפן אליינס מדחק זיין וויאזוי א קומט צו ב, נאר אלעס שטומט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט (אדער מיט א דויטשע פונקטלישקייט).

דער שרייבער באמיטשעט נישט דעם לייענער מיטן איבערקייען אומנויטיגע דעטאהלן, אדער מיט ארויסצוען דעם נשמה מיט'ן איבריג אויסצוען די דראמא און זיך נישט ריקן פאראויס, אבער דאך טוט עס נישט פארמינערן פון דעם צוענדן נאטור און די דראמא פון די געשיכטע.
(געוויסע פארזעצונגען קענען דורך גיין א וואך אדער צוויי אן זיך ריקן מיט א באדייטנדן קאפיטל, נאר באמיטשעט דעם לייענער מיט אומנויטיגע דראמא און זייטיגע דעטאלן, אדער טוען שרייבער איבערהיפן דראמאטישע פונקטן פון די געשיכטע אויף וואס דער לייענער קוקט ארויס)

די געשיכטע איז באשריבן מיט א הויכן שרייבערישע נאטור, געבנדיג דעם לייענער א געלעגנהייט צו באקענען נייע באגריפן און אויסדריקן, ווען אין די זעלבע צייט ברויך מען נישט קיין רש"י צו פארשייט דעם המשך פון דעם געשיכטע.

צו דער געשיכטע איז מער ווי א טאגבוך, אדער גייט עס עווענטועל פירן צו א פאנטשליין ווייס איך נישט, אבער סיי וויאזוי, האבן מיר גאר שטארק הנאה פון דעם קלארן פליסיגן און שרייבערישע שפראך, און פון די דראמאטישע צוענדן און דעטאלירטן געשיכטע.

ייש"כ וואלטיער!
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 9:31 am

גוט אנאליזירט ;l;p-
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די שטארקע מעלות פון דעם פארזעצונג - און מיינע אויגן - זענען ווי פאלגאנד.

מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך מיאושדיגער » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 3:31 pm

עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך יודיש בלעטל » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 3:55 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די שטארקע מעלות פון דעם פארזעצונג - און מיינע אויגן - זענען ווי פאלגאנד.

עס איז געבויעט אויף אמת'ע היסטאריע, פון א תקופה וואס מיר אלע קענען טיילווייז.

און די געשעהענישן זענען שכל'דיג, דאס הייסט דער שרייבער לאזט זיך נישט אריין אין קיין איבערגעטריבענע דמיונות, נאר אלעס קען ווערן צוגעשטעלט צום רעאליטעט.

די באשרייבונג גיבט דעם לייענער א לעקציע אין אסאך באגריפן, היסטאריע, מיליטער, שפיאנאזש, אינטערוועלט, און נאך.

דער לייענער שפירט נישט אויסגעשפילט מיטן דארפן אליינס מדחק זיין וויאזוי א קומט צו ב, נאר אלעס שטומט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט (אדער מיט א דויטשע פונקטלישקייט).

דער שרייבער באמיטשעט נישט דעם לייענער מיטן איבערקייען אומנויטיגע דעטאהלן, אדער מיט ארויסצוען דעם נשמה מיט'ן איבריג אויסצוען די דראמא און זיך נישט ריקן פאראויס, אבער דאך טוט עס נישט פארמינערן פון דעם צוענדן נאטור און די דראמא פון די געשיכטע.
(געוויסע פארזעצונגען קענען דורך גיין א וואך אדער צוויי אן זיך ריקן מיט א באדייטנדן קאפיטל, נאר באמיטשעט דעם לייענער מיט אומנויטיגע דראמא און זייטיגע דעטאלן, אדער טוען שרייבער איבערהיפן דראמאטישע פונקטן פון די געשיכטע אויף וואס דער לייענער קוקט ארויס)

די געשיכטע איז באשריבן מיט א הויכן שרייבערישע נאטור, געבנדיג דעם לייענער א געלעגנהייט צו באקענען נייע באגריפן און אויסדריקן, ווען אין די זעלבע צייט ברויך מען נישט קיין רש"י צו פארשייט דעם המשך פון דעם געשיכטע.

צו דער געשיכטע איז מער ווי א טאגבוך, אדער גייט עס עווענטועל פירן צו א פאנטשליין ווייס איך נישט, אבער סיי וויאזוי, האבן מיר גאר שטארק הנאה פון דעם קלארן פליסיגן און שרייבערישע שפראך, און פון די דראמאטישע צוענדן און דעטאלירטן געשיכטע.

ייש"כ וואלטיער!

100% זייער גוט ארויסגעברענגט און פארדעם האב איך עס אזוי ליב
און נאך א זאך דער קומט אן יעדע וואך מיט א פרישקייט שפילט נישט אויס דעם עולם אויף מיר אויף ווייטער

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נפשי חמדה » פרייטאג פאברואר 05, 2021 10:11 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די שטארקע מעלות פון דעם פארזעצונג - און מיינע אויגן - זענען ווי פאלגאנד.

עס איז געבויעט אויף אמת'ע היסטאריע, פון א תקופה וואס מיר אלע קענען טיילווייז.

און די געשעהענישן זענען שכל'דיג, דאס הייסט דער שרייבער לאזט זיך נישט אריין אין קיין איבערגעטריבענע דמיונות, נאר אלעס קען ווערן צוגעשטעלט צום רעאליטעט.

די באשרייבונג גיבט דעם לייענער א לעקציע אין אסאך באגריפן, היסטאריע, מיליטער, שפיאנאזש, אינטערוועלט, און נאך.

דער לייענער שפירט נישט אויסגעשפילט מיטן דארפן אליינס מדחק זיין וויאזוי א קומט צו ב, נאר אלעס שטומט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט (אדער מיט א דויטשע פונקטלישקייט).

דער שרייבער באמיטשעט נישט דעם לייענער מיטן איבערקייען אומנויטיגע דעטאהלן, אדער מיט ארויסצוען דעם נשמה מיט'ן איבריג אויסצוען די דראמא און זיך נישט ריקן פאראויס, אבער דאך טוט עס נישט פארמינערן פון דעם צוענדן נאטור און די דראמא פון די געשיכטע.
(געוויסע פארזעצונגען קענען דורך גיין א וואך אדער צוויי אן זיך ריקן מיט א באדייטנדן קאפיטל, נאר באמיטשעט דעם לייענער מיט אומנויטיגע דראמא און זייטיגע דעטאלן, אדער טוען שרייבער איבערהיפן דראמאטישע פונקטן פון די געשיכטע אויף וואס דער לייענער קוקט ארויס)

די געשיכטע איז באשריבן מיט א הויכן שרייבערישע נאטור, געבנדיג דעם לייענער א געלעגנהייט צו באקענען נייע באגריפן און אויסדריקן, ווען אין די זעלבע צייט ברויך מען נישט קיין רש"י צו פארשייט דעם המשך פון דעם געשיכטע.

צו דער געשיכטע איז מער ווי א טאגבוך, אדער גייט עס עווענטועל פירן צו א פאנטשליין ווייס איך נישט, אבער סיי וויאזוי, האבן מיר גאר שטארק הנאה פון דעם קלארן פליסיגן און שרייבערישע שפראך, און פון די דראמאטישע צוענדן און דעטאלירטן געשיכטע.

ייש"כ וואלטיער!

די אלע מעלות דארפסטו מיר נישט פארציילן [אויב באציהסטו זיך צו מיר], נישט אומזינסט ווארטן מיר ארויס אויף יעדן פארזעצונג וואס קומט.

אבער מיין שאלה איז נאכאלץ במקומה עומדת.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 09, 2021 8:45 am

גוט מארגן
היום יום שלישי בשבת, שבו וואלטיער נוהג להמשיך הסיפור בבית האייוועלט...
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אייגנארטיג » דינסטאג פאברואר 09, 2021 12:20 pm

היום יום שלישי בשבת שבו הי' וואלטיער אומר את סיפור השבועי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:13 pm

ווי געוואלד!
שוין באלד אויס דינסטאג...
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך יודיש בלעטל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:22 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי געוואלד!
שוין באלד אויס דינסטאג...

בארואיג דיך אפאר מאל קומט ער 10:00 ליל רביעי

וואלטיער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 28)

תגובהדורך וואלטיער » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:35 pm

אלישייב איז געווארן שטיל. דער אלטער האט אים גערופן ביים צונאמען "יעוורעי", וועלכע נאר עטליכע האבן זיך געוואגט אים צו רופן צו זיין פנים. דער צונאמען איז מיטגעקומען מיט אים דורך די רוסישע אפיצירן ווען זיי זענען צוזאמען געקומען אויף בערלין, און נאר די וועלכע האבן געוואוסט די היסטאריע אונטער דעם, און האבן זיך נישט געשראקן פון דעם גרויסן אפיציר, האבן זיך ערלויבט אים דאס גערופן. אלע אנדערע, ספעציעל אינעם שטאזי, האבן אים גערופן ביים ראנק "ליוטענאנט". דער אלטער האט אים אבער גערופן "יערוורעי" כדי צו באקומען א רעאקציע פון אים. פאר אלישייב'ן איז קלאר געווארן אז דער אלטער רייניגער האט געהאט אן עקסטערע הנאה צו שפילן און מאניפולירן אנדערע לויט זיין ווילן.

"יונגער סאלדאט, נישט אומזונסט האב איך אויסגעפירט די אלע שריט כדי צו רעדן צו דיר, און רעדן מיט דיר אפענע רייד. דיין נאמען און צונאמען זאגן מיר אז דו ביזט מיין אידישער ברודער. דיינע אקטן זאגן מיר אז דו ביזט פארכטלאז. ווען איך וואלט נישט געמוזט אנקומען צו דיין טובה וואלט איך נישט דיר נישט געשטערט. איך בין טאקע נישט אזוי אלט, און מיין אויסזעהן איז נישט אזוי שלעכט, אבער אינעווייניג אין מיר האט זיך איינגעגעסן א קרענק. זעהט אויס אז די ביטערע סם פון נקמה האט זיך צושפרייט אין מיר די אלע יארן, און געווארן א גיפטיגע קענסער וואס האט אטאקירט מיינע איברים. דעריבער בין איך געצווינגן צו זיין אנגעוויזן אויף דיר, און דיר בעטן הילף."

"הילף מיט דעם ליסטע?" האט אלישייב געפרעגט.

"די ליסטע איז נאר א מיטל," האט דער אלטער געענטפערט.

"א מיטל צו וועלכן ענדע?" האט אלישייב נישט פארשטאנען, "איר האט געזאגט אז זיי האבן זיך פארדינט טויט. פארוואס?"

"איך בין פונדערהיים א ווארשעווער," האט ער קורץ געזאגט כאילו די ווערטער האבן געהאלטן אלע ענטפערס.

"און דעריבער?" האט אלישייב געפרעגט.

"און דעריבער קומט זיך טויט פאר דאס וואס זיי האבן אונז געטוען. אונז פארהונגערט און פארשקלאפט. און דערנאך אונז סיסטעמאטיש אויסגעראטן. מיינע עלטערן. מיין ברודער. מיינע קרובים און פריינט. גארנישט פארבליבן. ווען איך וואלט געקענט וואלט איך דאס אלעס אויך גענומען פון זיי."

“די נעמען אויף די ליסטע זענען פון יונגע און אפיצירן אגענטן, זיי האבן נישט געלעבט ביי די מלחמה, אדער געווען צו יונג" האט אלישייב פראטעסטירט.

"גערעכט. אבער זיי זענען די קינדער פון די רוצחים," האט דער אלטער צוריקגעווארפן.

"איר וואלט ערמארדעט קינדער פאר די זינד פון זייערע עלטערן?" איז אלישייב געווארן שאקירט.

"זייערע עלטערן האבן זיך נישט געקימערט אויף די אומשולדיגקייט פון אונזערע קינדער," האט דער אלטער קאלט געענטפערט.

"און איר וואלט זיך אראפגעלאזט צו זייער נידעריגקייט? קינדער זאלן נישט געשטראפט ווערן פאר די זינד פון זייערע עלטערן," האט אלישייב געזאגט.

“אויב באגייען זיי די זעלבע זינדן ווי די עלטערן זאלן זיי יא געשטראפט ווערן. אלץ שטאזי אגענטן ציען זיי אן די זינד פון די עלטערן טעגליך, און האבן זיך פארדינט די טויט פון זייערע טאטעס," האט דער אלטער געריכטעט.

אלישייב האט פלוצלינג צוזאמגעשטעלט צוויי מיט צוויי.

"די סעריע-מארדן וואס זענען פארגעקומען אויף שטאזי אפיצירן יעדע עטליכע יאר, וואס די אגענטור און פאליציי האבן נישט געקענט לעזן, דאס איז געווען אייער טוען."

"יא," האט דער אלטער געענטפערט מיט א צופרידענע שמייכל. "דאס איז געווען מיין ווערק. עס איז קיינעם בייגעפאלן צו קוקן אין מיין ריכטונג, אדער מיך צו פארדעכטיגן. איך בין געווען פריי אנצוגיין מיט מיין ארבעט, זיך דרייען צווישן די זינדהאפטיגע קארידארן פון די הויכע שטאזי אפיצירן. גערייניגעט זייערע ביורא טישן און שראנקן מיט פייכטע שמאטעס און אראפגעלאזטע אויגן. אבער דאס האט מיך געגעבן א פרייע צוטריט צו אלע סארט פערזענליכע און סודות'דיגע אינפארמאציע. געוואוסט זייערע צייטפלענער און זיצונגען. זייערע צוזאמקומפטן און פייערונגען. און די וועלכע האבן צוגערירט צו מיינע ווארשעווער ברידער און שוועסטער אין די מלחמה יארן האב איך צוריקגעצאלט די טאט. און ווען איך האב זיך נוקם געווען אינעם עלטערן דור, האב איך זיך גענומען צום יונגערן. ס'איז באמת געווען אזוי גרינג, און דאך איז קיינעם איינגעפאלן צו פארדעכטיגן דעם נידעריגן, דארן, רייניגער, וואס האט נישט אויסגעזעהן ווי ער קען טשעפן א האז," האט דער אלטער געזאגט אויף זיך אליין, ווי אין א טרוים.

אלישייב האט געהערט די רייד פונעם רייניגער, אבער עפעס האט נישט געשטימט.

"עטליכע פון די אומגעלעזטע מארדן זענען געווען רוסישע אפיצירן און אגענטן וועלכע האבן געדינט מיט די שטאזי, און נישט דויטשע בירגער," האט אלישייב געזאגט.

"גערעכט. דאס איז געווען א נקמה פאר קאטין," האט דער רייניגער געזאגט.

"קאטין? אנטשולדיגט אבער איך בין נישט באקאנט מיט דעם."

"דאס איז ווייל די סאוועטן האבן זיכער געמאכט אז קיינער זאל נישט הערן דערפון!" האט זיך דער אלטער צובייזערט. "אבער מיר געדענקן אונזערע פוילישע העלדן!"

אלישייב איז געבליבן שטיל, און דער אלטער האט גענומען עטליכע מינוט זיך צו בארואיגן פון זיין אויפברויז.

"איך בין נישט ברוגז אויף דיר אז דו ווייסט נישט דערפון, מיין טייערער יעוורעי, איך בין נאר ברוגז אויף די אומשטענדן. קום, וועל איך דיר דערציילן. איך האב געהאט עטליכע גוטע פריינט וועלכע האבן געדינט אינעם פוילישן ארמיי אלץ אפיצירן. פוילישע פאטריאטן, אלע. איינער א פילאט, א צווייטער אן ענדזשיניר, אן אנדערער א מיליטער-קאפלאן, און נאך. די בעסטע און געלערנסטע פון אונזער אינטעליגענציע. דער סאוועט איז אונז איבערגעפאלן פון די מזרח זייט עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער נאצי אנגעריפער האט אריינמאשירט אין פוילן. צענדליגע טויזנטער זעלנער און אפיצירן האבן זיך ענדערש אונטערגעגעבן צום סאוועט, מיינענדיג אז דאס איז דער קלענערער געפאר. ביז איבער צוואנציג טויזט אפיצירן זענען פארשוואונדן געווארן. מען האט זיי נאר געפונען אין מאסן גריבן ווען דער דויטשער קריגסמאשין האט זיך אריינגעדרונגען אין סאוועטישע טעריטאריע, אין די קאטין וועלדער נעבן סמאלענסק. די סאוועטן האבן עס פרובירט אנצולייגן אויף די נאציס, אבער די באווייז האט געוויזן אן קיין צווייפל אויף סטאלין און זיין נ.ק.וו.ד. דעריבער האבן די סאוועטן פארשטומט און פארבארגן אלעס ארום דעם מאסן-מארד אין די קאטין וועלדער. איך האב אבער נישט פארגעסן דעם רציחה."

אלישייב איז געבליבן שטיל עטליכע מינוט. ער האט געמוזט פארדייען די ווערטער פונעם אלטן. ער האט טאקע נישט געוואוסט פון דעם היסטאריע איבערן סאוועטישע מאסן מארד פון די פוילישע ארמיי, אבער ער האט געגלייבט דעם אלטן.

"עס ווערט שוין שפעט," האט אלישייב ענדליך געזאגט, "ביטע זאגט מיר דעם אמת'ן סיבה פארוואס איר האט געוואלט רעדן מיט מיר. איך גלייב נישט אז איר האט מיר געוואלט איבער געבן דעם ליסטע אז איך זאל אייך העלפן אין אייער 'ווערק'."

"ניין.איך וואלט דיר נישט געבעטן צו טוען עפעס קעגן דיין געוויסן. די ליסטע איז נאר אלץ א פארזיכערונג אז דו זאלסט ערנסט נעמען אין באטראכט מיין וואונטש. איך בין אלט און שוואך. די דאקטוירים וועלן מיך ארויסלאזן אין די נעקסטע פאר טעג ווען זיי וועלן אנערקענען דאס וואס איך ווייס שוין. די קענסער איז צו ווייט פארשפרייט. איך וועל נישט דורכלעבן די יאר. מיין וואונטש איז פשוט. איך וויל אהיימגיין."

"קיין ווארשע?" האט אלישייב געפרעגט.

"קיין ארץ ישראל," האט דער אלטער געענפערט וויימוטיג, מיט א בענקעניש וואס נאר א גלות איד קען פארשטיין, "איך וויל קומען צו קבר ישראל. איך האב נישט קיין משפחה פארבליבן. זיי זענען אלע אומגעקומען אין טרעבלינקע. אויף ווארשע איז שוין נישטא וואס צו גיין. די אלע יארן האב איך זיך געוואלגערט צווישן די ערגסטע און נידעריגסטע פונעם ד.ד.ר., און איך קען זאגן עדות אויף זיך אליין אז איך בין אנגעקומען צו זייער שטאפל פון שפלות. זאל איך כאטש נאכן טויט ליגן צווישן אידן, אין ארץ ישראל."

אלישייב האט אנגעקוקט דעם אלטן מיט רחמנות. ער האט פארשטאנען יענעמ'ס וואונטש אבער עס איז פארט געווען אן אוממעגליכע פארלאנג.

"איך פארשטיי די שוועריגקייטן אין דאס ערלעדיגן," האט דער אלטער שנעל צוגעלייגט ווען ער האט געזעהן אלישייב'ס אויסדרוק, "און איך פארשטיי אז ספעציעל פאר אזא איינער ווי איך איז עס כמעט אוממעגליך, ווייל אלץ א שטאזי ארבעטער, אפילו א נידעריגער רייניגער, וועלן זיי מיר קיינמאל ארויסלאזן. דאס איז טאקע פארוואס איך האב דיר געגעבן דעם ליסטע. ווייל איך האב געוואוסט אז דו וועסט קווענקלען. איך האב דיר דערציילט וועגן מיין היסטאריע, און דיר געוויזן דעם ליסטע, האפנדיג אז עס וועט ערוועקן א סימפאטיע אין דיר, אז איך האב געקעמפט און נקמה גענומען פאר אונזערע פארלוירענע ברידער. און אויב נישט סימפאטיע, דאן האב איך נאך די איינע האפענונג פון לייגן דרוק אויף דיר דורך די ליסטע. איך האב טאקע נאר נאך ווייניג צייט, אבער גענוג אפצוווישן נאך נעמען אויף די ליסטע."

"און אויב קען איך אייך נישט העלפן?" האט אלישייב געפרעגט.

"דאן וועסטו דארפן לעבן מיט דעם וואג אויף דיין געוויסן, אז אפשר צוליב דעם וואס דו האסט מיר נישט געהאלפן האב איך אויסגעפירט מיין דראונג, און אז לויט דיר זענען אומשולדיגע זוהנען אומגעקומען פאר די אקטן פון זייערע טאטעס, כאטש דו האסט געהאט די מעגליכקייט דאס אפצושטעלן," האט דער אלטער אויסגעפירט.

"איך קען אייך ארעסטירן דאס אויסצומיידן," האט אלישייב געהאנדלט מיטן אלטן, כאטש ער האט געוואוסט אז דער אלטער האט געווינען.

"איך וואלט געקענט צוריקווארפן אז עס וואלט געווען קעגן דיין אייגענע איטערעסע, סאלדאט. ווי איך האב פריער געזאגט, איך האב זיך געדרייעט אומבאמערקט צווישן די צימערן פון די שטאזי בנין, און איך ווייס געהיימע זאכן איבער אלע אגענטן, וואס זיי וואלטן נישט געוואלט אנדערע זאלן וויסן. אלע אגענטן. דאס מיינט אויך דיר. איך קען דיר סטאשן אז איך ווייס אז דו ביזט א קאנטער-שפיאן, אבער איך וויל דיר נישט דראען מיט אזעלכע זאכן. איך וויל ענדערש אז מיר זאלן זיך טיילן אלץ פריינט, און אידישע ברודער, ווי אלץ פיינט," האט דער רייניגער עסטראשט אלישייב'ן בשעת'ן זאגן אז ער וויל אים נישט סטראשן.

אלישייב האט זיך צולאכט. "איר זענט אן אלטער מאניפולירנדע טייוול."

דער אלטער האט צוריקגעשמייכלט,"און דו ביזט א טראדיציאנאלע אידעאליסט, גרינג צו מאניפולירן. איך האף אז דו לערנסט זיך אפ עפעס פון מיר, אפילו אויב נאר דאס אז א פארצווייפלטע מענטש איז וויליג צו טוען אלעס ווייל ער האט נישט וואס צו פארלירן. איך פארשטיי אז איך האב דיר געבעטן א שווער זאך. טראכט עס איבער. אפילו מיט מיינע האלבע דראונגען בין איך אפהענגיג אויף דיין גענאדיגקייט, און איך האף אז דו וועסט מיך נישט אפזאגן."

אלישייב האט נישט געענפערט און איך אויפגעשטעלט צו גיין. דער אלטער האט שנעל צוגעלייגט נאך א קלייניגקייט צוצורעדן דעם אפיציר.

"איך האב דיר געוואלט איבערווייזן די ווארהייט פון מיינע רייד, און אז איך שטעל דיר נישט סתם אונטער א פאסטקע. א צייט צוריק האב איך איבערגעלאזט אין דיין ביורא עטליכע דאקומענטן וואס זאגן עדות אויף מיינע ווערטער. זיי ליגן צווישן די געזעץ ביכער וואס ליגן אויף די פאליצעס אין דיין ביורא. איך האב געוואוסט אז דארט זענען זיי פארזיכערט, ווייל די שטאזי קימערן זיך נישט אויף די געזעצן," האט ער געשמייכלט.

אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ. "איך וועל איבערטראכטן אייערע רייד."

"איך ווארט," האט דער אלטער געענטפערט.

****

עס איז שוין געווען שפעט ווען ליוטענאנט מישא אלישייב האט זיך אומגעקערט צו זיין אפארטמענט. ער האט זיך נאך געטראפן יענעם אווענט מיט מיסטער אדאמאוו, אבער יענער האט גארנישט געהאט פאר אים, און ער האט גארנישט געהאט פאר אדאמאוו'ן, אבער ער איז פארט געבליבן ביז שפעט צו העלפן אינעם קלאב קיך.

מישא האט אויפגעשפארט די אפארטמענט טיר צושטאט און שטיל, נישט וועלנדיג וועקן די סאלדאטן אין די אנדערע שטיבער. א שנארכעריי האט זיך געהערט פון די צוויי אנדער שלאפצימערן, און צופרידן אז ער האט קיינעם געוועקט, האט ער זיך געוואנדן צו זיין און וואסילי'ס צימער. אינעווייניג איז געווארן פולשטענדיג טינקל ווען ער האט פארמאכט די טיר הינטער זיך. ער האט געלאזט זיינע אויגן צוגעוואוינען צום טינקל, און דענאך זיך צוגעריקט צום טיש וואו א נאכט לאמפ איז געזעסן, און עס אנגעצינדן. א דינע געלע שיין האט זיך צושפרייט אויפן ציכטיגן טיש. די טיש, און אויך די גאנצע שטוב, איז געווען געהאלטן מיט א מיליטערישע זויבערקייט און ארדענונג, אזויווי מישא און וואסילי זענען טרענירט געווארן.

מישא האט אריבערגעקוקט צו איינע פון די בעטן צו זעהן אויב די ליכטיקייט האט ערוועקט וואסילי'ן, אבער יענער איז געלעגן באוועגלאז אין שלאף. מיט זיינע הענט אריבער זיין ברוסט-קאסטן, און נאר לייכטע אטעמס, האט ער אויסגעזעהן לעבנסלאז. זיינע שעות טרענירונג אלץ שארפשיסער, וואו ער איז געלעגן אויף איין ארט אן זיך רירן און נאר געאטעמט און קאנצענטרירט זיינע אויגן דורך די גלאז פון זיין רייפל, האבן זיך אנגעוויזן אויף אים אפילו אין זיין שלאף.

אלישייב האט ארויסגענומען פון זיין רעקל א קאנווערט מיט פאפירן און דאקומענטן וואס ער האט געטראפן צווישן די געזעץ ביכער אין זיין ביורא, פונקט וואו דער אלטער האט געזאגט אז זיי וועלן זיי. ער האט ארויסגענומען די בלעטער מיט א באהיטזאמקייט, און מיט א דעליקאטן צארטליכקייט זיי צושפרייט אויפן טיש. פאר אים זענען געלעגט דריי בלעטער, איינס אן אלטן פארגעלטער בלאט וואס האט אויסגעזעהן ווי א טייל פון א צייטונג אדער א פאמפלעט, און צוויי אנדער געמאכט פון דינע קארטאן. פון די קארטאן דאקומענטן איז געווען פון גרויע קארטאן און איינס פון געל, און ביידע האבן געהאט א כמעט זעלביגער בילד פון א יונגער בחור. מישא האט איבערגעדרייט ביידע, און אויף די פארקערטע זייטן זענען געשטאנען אין דויטש די ווארט 'קען-קארטע', און אויך פוילישע ווערטער וואס מישא האט נישט געקענט אויסליינען. אויף די בילד זייט האט ער אויך געקענט לייענען פיל פון די דויטשע ווערטער, און ער האט געקענט אויסמאכן אז אויפן געלע קארט שטייט אז דער "נאמע" איז איתמר לעוו, און דער געבורטס-ארט איז ווארשע. די גרוי קארטל, האט געהאט א "נאמע" פון זיגמונד לעזניעווסקי, מיט אויך א געבורטס-ארט פון ווארשע. מישא האט באטראכט די אידענטישע בילדער מיט די צוויי אנדערע נעמען. די פנים שטריכן פונעם בחור זענען אים געווען קענטיג, און אויב האט ער מענטאל צוגעלייגט בערך פופציג יאר צום בילד האט ער געקענט קלאר זעהן אז דאס איז טאקע דער אלטער רייניגער וואס האט זיך אנגעגעבן אלץ איתמר לעוו. א טינקעלער געבורטס-צייכן העכער די לינקע אויגן ברעם, וואס מישא האט באמערקט אין שפיטאל, איז אויך געווען אנזעהבאר, און האט פעסטגעשטעלט די אידענטיטעט פונעם באזיצער פון די קארטע. כאטש ביידע קען-קארטעס האבן אויסגעזעהן אייניג אוטענטיש, האט איינס געמוזט זיין א געפעלטשטער אידענטיפיקאציע קארטל. מעגליך היימיש געמאכט דורך די פוילישע אונטערגרונד בעת די מלחמה.

דערנאך האט מישא אין האנט גענומען די בלאט וואס האט האט אויסגעזעהן ווי א פאמפלעט, און עס גרונטליך באטראכט. די דאטום אויבן אויפן לינקע זייט האט אנגעגעבן זיך אלץ 1941. די פאמפלעט האט געהאט סיי באשרייבונגען און סיי א קאריקאטור. אויף איין זייט איז געווען א באשרייבונג אין העברעישע אותיות, אבער ער האט עס נישט פארשטאנען. כאטש ער האט געקענט לייענען לשון הקודש, ווי רבי חיי האט אים אויסגעלערנט, זענען אים די ווערטער געווען אומבאקאנט. דאס אים געזאגט אז די ווערטער זענען געווען אין אידיש. העכער די ווערטער טייל איז געווען א ליניע מיט איין נאמען וואס ער האט געקענט קלאר לייענען: איתמר לעוו. דער שרייבער פון דעם ארטיקל איז געווען דער אלטער רייניגער.

די בילד אויפן ארטיקל איז געווען א קאריקאטור פון היטלער און סטאלין, ארויפגעמאלן אלץ די פנימער פון צוויי וועלף, ביידע מיט די ציינער געשארפט און בלוטיג. עס האט אויסגעזעהן ווי זיי האבן געבילט איינער אויפן צווייטן, און האבן געהאסט און געקריגט אויף א ביינדל וואס איז געלעגן צווישן זיי, האלב צובראכן און צוביסן. די ביינדל האט געהאט די אויפשריפט "פוילן" דערויף אויף עטליכע שפראכן. די קאריקאטור איז געווען זייער קונצלעריש און ארטיסטיש געמאלן דורך איינער שרגא לוסטיגמאן, ווי די אונטערשריפט האט אנגעצייכנט.

די פאפירן האבן פאצינירט מישא און ער האט זיי באטראכט פאר א לאנגע צייט. ער האט באשלאסן אינדערפרי זיך נאכצופרעגן אויף די אוטענטישקייט פון די דאקומענטן, און מיט די געדאנקן איז ער איינגעשלאפן ביים טישל.

זעקס אזייגער פארטאגס האט אים וואסילי ערוועקט מיט א שאקל פון זיין אקסל.

"וואך זיך אויף, יעוו, און מאך זיך גרייט פאר פיזישע איבונגען. מיר גייען פאר א צעהן-מייל געלויף אין"... וואסילי האט געקוקט אויף זיין זייגער…"פיר מינוט,"

מישא האט זיך אויפגעוואכט אויף איין מאל, און ווייט אויסגעצויגן זיינע מוסקלען פון זיין אומבאקוועמע שלאף.

"פינף מייל," האט ער געהאנדלט מידערהייט.

"צעהן," האט וואסילי צוריקגעזאגט אין א שארפע שטימע ווי נאר א סארדזשענט קען.

מישא האט נאר געהאט צייט צו טוישן זיין יוניפארם, אויסשווענקן זיין מויל, און זיך ארויסגעיאגט אויף איבונגען נאך וואסילי'ן.

***

נאך די צעהן מייל האט מישא געוואונטשן א גוטן טאג פאר וואסילי'ן, און זיי זענען געגאנגן אין אנדערע וועגן. וואסילי האט געהאט פארגעהאלטן מישא פארן זיין לעצטערע אינטערעסע אין נישט-מיליטערישע ענינים, אבער מישא האט, ווי אייביג, איגנארירט די רייד, און פארדרייט די שמועס. אנשטאט צו גיין יענעם פרי מארגן צו זיין ביורא, אדער מיליטער-אויסבילדונג, איז ער געגאנגן צו בנין וואס האט אויך געהערט צו די שטאזי, אבער איז געזעצן אויף א גאס אוועק פונעם הויפטקוואטיר, וואו הער גוסטאוו ווארמעס האט געארבעט.

געציילטע חדשים פארדעם האט מישא איינגעקלאפט א פריינדשאפט מיטן אינטערעסאנטן פערזאן גוסטאוו ווארמעס, וועם יעדער האט גערופן "אייזנבאן" צוליב זיין געוואוינהייט צו רעדן אויסטערליש שנעל, און דערנאך געקומען צו א פלוצלינגדיגער אפשטעל נאך יעדן זאץ. געווען איז ער א סטודענט פון כעמיע, מיט אן אינטערעסע אין היסטאריע און ארכיאלאגיע. ער איז רעקרוטירט געווארן דורך די שטאזי פאר זיין פאך-קענטעניס, נאכן שטודירן און שרייבן איבער די פראקטישקייט פון ספעציעלע כעמיקאלן וואס האבן פארבעסערט דעם די באנוץ פון אויפרייסשטאף, ווען עס איז געווארן גענוצט אין ענגע ערטער, ווי למשל אין שטאטישע אפארטמענט בנינים. דער יונגער כעמיקער האט געארבעט אין א לאבאטאריע אויסער די הויפטקוואטיר, ווייל מען האט זיך געזארגט אויב א כעמישע פארזוך וואלט נישט פונקטליך געארבעט, און אויפגעריסן דעם גאנצן בנין מיט אלע דערין. דאך פלעגט ווארמעס טיילנעמען אין זיצונגען און רעדעס כאטש דריי מאל א וואך אינעם הויפטקוואטיר, און אזוי האבן זיך אלישייב און ווארמעס באקענט.

אלישייב האט אנגעקלאפט אויף דעם האלב אפענעם טיר, אריין, און געוואונטשן א "גוטן מארגן" פאר ווארמעס, וועלכער איז געשטאנען נעבן א טאוול מיט שטיקלעך קרייד צווישן די פינגער, און העפטיג געשריבן עפעס וואס האט געענדלט צו א כעמישע פארמול. ער האט האט זיך אויסגעדרייט, אבער זיינא אויגן האבן נישט באמערקט מישא'ן בכלל. זיי האבן זיך געדרייעט ווי איינער וואס אריינגעטוען אין א שטורמישע געווירבל פון מח קראפט, און זיין מויל האט געמורמלט נומערן און געדאנקן מיט די שנעלקייט פון אן אייזנבאן.

מישא איז געקומען גלייך צום פונקט.

"מעג איך אויפנעמען געציילטע מינוטן פון אייער צייט, הער ווארמעס?"

ווי איינער וואס ווערט פלוצלינג ערוואכט פון א חלום, האבן זיך ווארמעס אויגן פאקוסירט אויף אלישייב'ן, און ער האט ענדליך באמערקט זיין אנוועזנהייט.

"אך. ליוטענאנט. איך האב דיר געזאגט, רוף מיך גוסטאוו. אדער אייזנבאן. אלע אנדערע רופן מיך אזוי," האט ער פארכאפט זיינע ווערטער מיט געשווינדיגקייט. "דו שטערסט מיר, ליוטענאנט אלישייב. איך בין פארנומען."

גוסטאוו'ס טאלאנט פון דיפלאמאטיע איז געווען אויף די שטאפל פון א צוויי יעריג קינד. אלישייב האט ארויסגענומען פון זיין ביזעם א קאנווערט, פון וועלכע ער האט ארויסגענומען די דאקומענטן וואס לעוו האט אים איבערגעלאזט. ער האט עס איבערגעגעבן פאר גוסטאוון. אויפן ערשטן בליק האט יענער נישט געוואוסט וואס אלישייב וויל פון אים, אבער ווי נאר ער האט באטראכט די פאפירן האבן זיך זיינע אויגן צועפנט. זיין אטעם האט זיך פארשנעלערט פון אויפטראגעניש, און ער איז זיך כמעט צוטאנצן פון קינדישע צופרידנהייט.

"פון וואו האסטו דאס באקומען? דאס איז מערקווירדיג! פון וואו, פון וואו? איך גלייך אזוי די געזאמלטע היסטארישע דאקומענטן פון די צוויי וועלטס קריגן. און זיי האבן דאס אלעס פארבאטן, די נארישע פארפלוכטע רעגירונג. זיי ווילן מיר זאלן פארגעסן די טעג. נישט פרעגן, נישט געדענקן. א דאנקע, ליוטענאנט, פארן מיר לאזן דאס באהאנדלען!"

"איך קען דיר נישט זאגן פון וואו איך האב עס, אבער איך זוך עס צו אטענטיפיצירן. וואס קענסטו מיר זאגן אויף דעם?" האט אלישייב געפרעגט.

"אך, מערקווירדיג," האט גוסטאוו גערעדט צו זיך אין באגייסטערונג, און ער האט שנעל געטראגן די פאפירן נאנט צו א טיש לאמפ, און זיי געהאלטן אונטערן ליכט. ער האט אלע דריי באטראכט פון אלע זייטן, אבער מיט סאנפטקייט, ווי איינער וואס באהאנדלט איידלשטיינער. "צוויי קען-קארטעס פארן זעלבן מענטש. הערליכע ארבעט. מ'קען קוים זעהן וועלכעס איז דער פעלטשונג. נאך בעסער געמאכט פון די וועלכע איך האב אינדערהיים אין מיין זאמלונגן. קוק!"

אלישייב האט זיך צוגעבויגן. ווארמעס האט אנגעוויזן אויף די פאמפלעט, וואו די געמאלענע בילד איז געווען. די צייכנס פון 'האלבטאן-ווערפארונג', וואו מען האט געקענט זעהן פיצלעך פינטעלעך וואס האבן אויסגעמאכט דעם בילד, אנדערש פון א מאדערנע פרינטער אדער קאמפיוטער ארבעט. אויך די אותיות און אלפעבעט זענען נישט געווען פערפעקט, נאר אויב מען געקוקט נאנט האט מען געקענט זעהן אביסל א קעאטישקייט צווישן די שורות. די אידענטיפיקאציע קארטן זענען אבער געווען אזוי פעלערלאז, אז ווארמעס האט געהאלטן אז עס איז געווען געדרוקט דורך איינעם אין אן אפיציעלע פאזיציע אין די רעגירונג, און געהאט צוטריט צו קען-קארטע פראדוקציע. עס האט נישט אויסגעזעהן געמאכט סתם דורך אונטערגרונט פעלטשער אין עפעס א פארשטיפטן קעלער.

"דו האסט נאך פון די דאקומענטן? איך וואלט אזוי געוואלט זעהן נאך, ביטע," האט ער זיך געבעטן.

אלישייב האט געשמייכלט צו ווארמעס. "דאס איז אלעס וואס איך האב, נישט מער, אבער דאס איז דיינס, אויב עס געפעלט דיר,"

גוסטאוו האט צופאטשט זיין הענט אין אויפגעהייטערטע צופרידנהייט, און שיעור ארומעגעהאלזט מישא'ן פון דאנקבארקייט.

"דו ביסט ערנסט? דו ברויכסט עס נישט?"

"איך האב קיין שום נוצן פאר זיי. איך האב נאר געוואלט א פראפעסיאנאלע מיינונג אויף די אטענטישקייט. נאר איין זאך געדענק, איך בין נישט דא געווען. איך האב דיר גארנישט געגעבן. אבער אויב וועט זיך דיר אמאל דאכטן אז איך האב דיר עפעס אהינגעגעבן, ווייל איינער פרעגט דיר דערוועגן, קענסטו זיכער זיין אז איך וועל צוריקזיין, און דיר קלאר מאכן דיין זכרון."

"אז דו ביסט נישט דא געווען?"

"אז איך בין נישט דא געווען. איך האב דיר נישט געגעבן קיין דאקומענטן."

"וואספארא דאקומענטן?"

"אט אזוי," האט אלישייב הנאה געהאט פון יענעמס ענטפער. "איך זעה אז מיר פארשטייען זיך. גוטן טאג."

מיט די פריינטליכע ווארענונג האט מישא פארלאזט גוסטאוו'ס פלאץ. ער האט נאך נישט אלעס אויסגערעכנט און איבערגעטראכט, אבער די אנהויב פון א פלאן האט זיך גענומען פארעמען אין זיין קאפ.

-פארזעצונג קומט אי"ה-

וואלטיער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

תיקון טעות

תגובהדורך וואלטיער » דינסטאג פאברואר 09, 2021 4:49 pm

1. אינעם פאריגן קאפיטל (27) איז געווען א טועת אז דער אלטער רייניגער איז אין די אכציגער יארן. לויטן חשבון איז ער אין די זיבעציגער. איך האב עס פארראכטן.

2. איך האב געשריבן א קורצע היסטאריע אויפן אלטן רייניגער-שרייבער-אונטערגרונג קעמפער אז די ליייענער זאלן באקומען א בעסערן באגריף וואס עס טרייבט דעם אלטן, און וואס ער איז אדורך אינעם ווארשעווער געטא. ווען עס וועט זיין פארטיג וועל איך ארויפלייגן דא, אי"ה.

3. צו ענטפערן דעם אנפראגע פונעם חשוב'ן לייענער, ליוטענאנט נפשי חמדה: יא - די מעשה האט א ציל, א פאנטשליין, אבער עס מען האלט נאכנישט דארט. געדולד, געדולד. די עיקר פונעם מעשה איז נישט די פאנטשליין. עס איז נישט אינטערעסאנט צו שרייבן "און ער האט ארויסגענומען זיין ביקס, געשאסן אלע שלעכטע מענטשן, געווארן א בעל תשובה און גלייך דערנאך א חתן, און א יאר שפעטער געהאט א צווילינג. אמן ואמן". די עיקר איז (ווייניגסטנס דאס איז דער עיקר פארן שרייבער) איז צו ערפארשן און עקספלארירן היסטארישע, מאראלישע, און עטישע פראגן דורך די מיטל פון דערציילן א מעשה. די מעשה איז צוטיילט אין צווייען. די צווייטע טייל געשעהט הערשט אין 2014, דעריבער וועט עס נעמען נאך א לאנגע צייט צום פאנטשליין. לייענט און האט הנאה.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 09, 2021 5:31 pm

Wow wow!!
ייש"כ!
כ'לויף אויס פון דאנק ווערטער און התפעלות אויסדריקן, אבער דו איבעראשסט מיר איינגענעם יעדע וואך!

גיי אן מיט א פרישקייט!
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג פאברואר 09, 2021 8:17 pm

וואלטיער
מיר ליינען אין האבן גרויס הנאה יישר כח גדול

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך Kollel » דינסטאג פאברואר 09, 2021 11:26 pm

הער וואלטיער, א גראבע שקויעך! קיפ איט קאמינג!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

שרויפקאפ
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:08 am

Re: תיקון טעות

תגובהדורך שרויפקאפ » דינסטאג פאברואר 09, 2021 11:31 pm

וואלטיער האט געשריבן: לייענט און האט הנאה.

דאס איז אקוראט וואס מיר טוען...
א גרויסן טענק יו!!! ;l;p- ;l;p-

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג פאברואר 09, 2021 11:32 pm

א ריזיגן דאנק! מאכסט מיר דעם דינסטאג! איך געדענק נישט צו האבן געליינט אזא רייכע נאוועל פון יעדן אספעקט. און די שפראך.. משוגע צו ווערן!

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: תיקון טעות

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך פאברואר 10, 2021 10:01 am

וואלטיער האט געשריבן:3. צו ענטפערן דעם אנפראגע פונעם חשוב'ן לייענער, ליוטענאנט נפשי חמדה: יא - די מעשה האט א ציל, א פאנטשליין, אבער עס מען האלט נאכנישט דארט. געדולד, געדולד. די עיקר פונעם מעשה איז נישט די פאנטשליין. עס איז נישט אינטערעסאנט צו שרייבן "און ער האט ארויסגענומען זיין ביקס, געשאסן אלע שלעכטע מענטשן, געווארן א בעל תשובה און גלייך דערנאך א חתן, און א יאר שפעטער געהאט א צווילינג. אמן ואמן". די עיקר איז (ווייניגסטנס דאס איז דער עיקר פארן שרייבער) איז צו ערפארשן און עקספלארירן היסטארישע, מאראלישע, און עטישע פראגן דורך די מיטל פון דערציילן א מעשה. די מעשה איז צוטיילט אין צווייען. די צווייטע טייל געשעהט הערשט אין 2014, דעריבער וועט עס נעמען נאך א לאנגע צייט צום פאנטשליין. לייענט און האט הנאה.

ישר כוח פאר רעספאנדן א אומגערישטע רעספאנד..

העמיר האבן געדולד און צווארטן און זעהן וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן, אדערווייל העלמיר לעזן מיט פארגעניגן דיינע מייסטערישע ווערק!!

נ"ב: דיין שילדערונג מיטן ביסק געשאסן די שלעכטע מענטשן - תשובה געטוהן - חתונה געהאט - געהאט צווילינג, האט מיר געקאסט א שמייכל :grin:
לעצט פאראכטן דורך נפשי חמדה אום דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 12:43 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך פאברואר 10, 2021 1:15 pm

אנביליוויבל טעלענט!!
נעע דאס איז נישט גענוג יוניק, איך ברויך עפעס בעסער...

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך פאברואר 10, 2021 1:28 pm

וואלטיער,

שכח פארן הרגענען אלטע מענטשן, עפעס א געפיל האסטו פארן לייענער,
ווען יאיר וויינשטאק גיט אזא שחט אויס א גאנצע דארף אזוי נישט מיר נישט דיר, קען עס געבן א ציפ.

א ריזיגע דאנק.

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: תיקון טעות

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מיטוואך פאברואר 10, 2021 1:48 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:3. צו ענטפערן דעם אנפראגע פונעם חשוב'ן לייענער, ליוטענאנט נפשי חמדה: יא - די מעשה האט א ציל, א פאנטשליין, אבער עס מען האלט נאכנישט דארט. געדולד, געדולד. די עיקר פונעם מעשה איז נישט די פאנטשליין. עס איז נישט אינטערעסאנט צו שרייבן "און ער האט ארויסגענומען זיין ביקס, געשאסן אלע שלעכטע מענטשן, געווארן א בעל תשובה און גלייך דערנאך א חתן, און א יאר שפעטער געהאט א צווילינג. אמן ואמן". די עיקר איז (ווייניגסטנס דאס איז דער עיקר פארן שרייבער) איז צו ערפארשן און עקספלארירן היסטארישע, מאראלישע, און עטישע פראגן דורך די מיטל פון דערציילן א מעשה. די מעשה איז צוטיילט אין צווייען. די צווייטע טייל געשעהט הערשט אין 2014, דעריבער וועט עס נעמען נאך א לאנגע צייט צום פאנטשליין. לייענט און האט הנאה.

ישר כוח פאר רעספאנדן א אומגערישטע רעספאנד..

העמיר האבן געדולד און צווארטן און זעהן וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן, אדערווייל העלמיר לעזן מיט פארגעניגן דיינע מייסטערישע ווערק!!

נ"ב: דיין שילדערונג מיטן ביקס געשאסן שלעכטע מענטש - תשובה געטוהן - חתונה געהאט - געהאט צווילינג, האט מיר געקאסט א שמייכל :grin:

;l;p-

אידיאט
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך פאברואר 10, 2021 7:57 pm

א ריזן יש״כ! איך קוק ארויס יעדע וואך אויף די פארזעצונג.
היינט קומען נישט ארויס די גוטע נאוועלס וואס פלעגן ארויס קומען יארן צוריק.

איך וואל געוואלט פרעגן אויב איז נישט שווער צו אביסל אויסשמועסן וויאזוי דייטשלאנד (דדר) האט געארבעט יענע צייטן, וואס איז געווען די שטאזיס אויפגאבע. און די רשעות און פארקרומטקייט וואס האט געפירט צום צאמבראך. יש״כ
#איך פרעג פאר א חבר.........

איש חשוב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 24, 2018 3:48 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך איש חשוב » פרייטאג פאברואר 12, 2021 10:18 am

PDF please

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:10 am

HERE U GO
מיאושדיגער האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1d2A1LsDRfH4O96vzLxAjd_lo__Tc9qti/view?usp=sharing

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla, סעלפאן, שטיל און 13 געסט